- Screenshot 2024-11-29 103331.png (1.01 MiB) געזען געווארן 2220 מאל
סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געהויבענע מעמד "סיום מסכת חולין והתחלת מסכת בכורות" פארגעקומען בקרב קהלתינו הק' און לעיקוואוד דעם פארלאפענעם מוצאי שב"ק פרשת חיי שרה, בהיכל בית המדרש הגדול אין לעיקוואוד
- פיילס
-
- unnamed - 2024-11-29T105558.086.jpg (419 KiB) געזען געווארן 2968 מאל
-
- unnamed - 2024-11-29T105603.158.jpg (253.02 KiB) געזען געווארן 2968 מאל
-
- unnamed - 2024-11-29T105606.775.jpg (294.65 KiB) געזען געווארן 2968 מאל
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
- פיילס
-
- unnamed - 2024-11-29T105631.485.jpg (356.22 KiB) געזען געווארן 2968 מאל
-
- unnamed - 2024-11-29T105635.804.jpg (227.55 KiB) געזען געווארן 2968 מאל
-
- unnamed - 2024-11-29T105640.414.jpg (320.38 KiB) געזען געווארן 2968 מאל
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
ווייסט איינער ווען די רבי קומט אהיים?
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
בצל רבינו: ברוך הבא בשם השם: די פריוואטע פליגער פון כ"ק מרן רבינו שליט"א לאנדעט אין די יעצטיגע מינוט'ן אין די וועסטטשעסטער עירפארט , נאכן וויילן די לעצטערע וואכן אויף מנוחת הנפש אין נארט מיאמי , דער רבי שליט"א וועט דאווענען תפילת מנחה און זיך תיכף דערנאך ארויסלאזן לביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
האט איינער אפשר פיקטשערס/ווידיאס פון די נעכטיגע זכרו סיום אין ק''י?
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
נישט געוויסט ס'איז דא א עקסטערע אשכול דערפאר
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אז החלו לבנותו:
ערשטע גראָבונגען אָנגעהויבן ביים ביהמ״ד החדש אויף פלאָשינג; ענדגילטיגע באַשטעטיגונג פאר ״בילדינג פּלענס״ ערוואַרטעט אין די קומענדיגע וואכן
מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו אויפגענומען די פריידיגע בשורה אז מ׳האט שוין ב״ה פאקטיש אנגעהויבן די ערשטע סעריע גראבונגען ביים שטח האדיר פונעם ביהמ״ד החדש והמפואר דקהלתינו הק׳ אויף פלאשינג עוועניו, וואו עס קומט אי״ה א בית גדול רם ונשא, איינס פון די שענסטע און גרעסטע בתי מדרשים דקהלתינו אין שטאָט!
מיט געציילטע וואכן צוריק האָט די הנהלת הקהלה אריינגעגעבן די ענדגילטיגע ״בילדינג פּלענס״ און עס געפיילט מיט די ניו יארק סיטי בילדינג דעפּארטמענט, וואו עס גייט יעצט אריבער די לעצטע באשטעטיגונגען, וואס איז ערווארטעט צו ווערן גענצליך ׳אפּראווד׳ ביז געציילטע וואכן.
איינמאל די פּערמיטן ווערן ערהאלטן בעז״ה, וועט מען זיך קענען נעמען תיכף בויען אין א בליץ-שנעלקייט, און אז געלט וועט נישט זיין קיין אפּהאלט וועט נישט נעמען לאנג ביז ק״ק סאטמאר וועט אי״ה זען דעם מגדל עוז על תלה בנוי׳, מיט שטאָלץ און פּראַכט!
כדי נישט צו פארלירן קיין צייט, און זיין פולשטענדיג גרייט אויף די רגע ווען די פּערמיטן ווערן ערהאלטן, האט שוין דער ועד קרן הבנין פאקטיש אנגעהויבן די ערשטע סעריע גראָבונגען, ווען מ׳פירט דורך די טעסטס אויף די ערד צו וויסן וויאַזוי אויסצורעכענען און פאָרברייטן דאָס גראָבן און גיסן די פונדאַמענטן פון דער מעכטיגער געביידע.
לויט ווי מ׳הערט פון די געטרייע עושי חיל, די עסקנים הכבירים וועלכע שטייען אין שפּיץ פון דעם פּראיעקט בקרב הנהלת הקהלה, גייט מען אי״ה אַהערשטעלן אַ פּראַכט פון א בנין, אלעס אויפ׳ן שענסטן אופן, א היכל כליל בהדרה, מלכות׳דיגע מנינים-שטיבלעך, א מקוה מפוארה, אן עזרת נשים, וואָס גייט אי״ה פארוואנדלט ווערן אלס ״דער״ רוחניות׳דיגער צענטער פון דער גאנצער אומגעגנט וואס ווירבלט מיט טויזנטער משפּחות אנשי שלומינו, כן ירבו.
סאטמאר קוקט שוין ארויס אויף דעם היסטארישן פּראיעקט, און מ׳וואונטשט די געטרייע הנהלת הקהלה, און די חשוב׳ע עסקני ועד קרן הבנין: לכו בכחכם זה! חפץ ה׳ בידכם ישכיל ויצליח!
גדול יהי׳ כבוד הבית!

- unnamed (50).jpg (480.18 KiB) געזען געווארן 1528 מאל
-
- unnamed (52).jpg (667.54 KiB) געזען געווארן 1528 מאל
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
כסדר'דיגע נייעס און בילדער פונעם באזוך און אנטווערפן
viewtopic.php?t=2419
viewtopic.php?t=2419
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1704
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3689
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
וויפיל ס"פ איז די לאט?נפתלי האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 10:13 am אז החלו לבנותו:
ערשטע גראָבונגען אָנגעהויבן ביים ביהמ״ד החדש אויף פלאָשינג; ענדגילטיגע באַשטעטיגונג פאר ״בילדינג פּלענס״ ערוואַרטעט אין די קומענדיגע וואכן
מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו אויפגענומען די פריידיגע בשורה אז מ׳האט שוין ב״ה פאקטיש אנגעהויבן די ערשטע סעריע גראבונגען ביים שטח האדיר פונעם ביהמ״ד החדש והמפואר דקהלתינו הק׳ אויף פלאשינג עוועניו, וואו עס קומט אי״ה א בית גדול רם ונשא, איינס פון די שענסטע און גרעסטע בתי מדרשים דקהלתינו אין שטאָט!
מיט געציילטע וואכן צוריק האָט די הנהלת הקהלה אריינגעגעבן די ענדגילטיגע ״בילדינג פּלענס״ און עס געפיילט מיט די ניו יארק סיטי בילדינג דעפּארטמענט, וואו עס גייט יעצט אריבער די לעצטע באשטעטיגונגען, וואס איז ערווארטעט צו ווערן גענצליך ׳אפּראווד׳ ביז געציילטע וואכן.
איינמאל די פּערמיטן ווערן ערהאלטן בעז״ה, וועט מען זיך קענען נעמען תיכף בויען אין א בליץ-שנעלקייט, און אז געלט וועט נישט זיין קיין אפּהאלט וועט נישט נעמען לאנג ביז ק״ק סאטמאר וועט אי״ה זען דעם מגדל עוז על תלה בנוי׳, מיט שטאָלץ און פּראַכט!
כדי נישט צו פארלירן קיין צייט, און זיין פולשטענדיג גרייט אויף די רגע ווען די פּערמיטן ווערן ערהאלטן, האט שוין דער ועד קרן הבנין פאקטיש אנגעהויבן די ערשטע סעריע גראָבונגען, ווען מ׳פירט דורך די טעסטס אויף די ערד צו וויסן וויאַזוי אויסצורעכענען און פאָרברייטן דאָס גראָבן און גיסן די פונדאַמענטן פון דער מעכטיגער געביידע.
לויט ווי מ׳הערט פון די געטרייע עושי חיל, די עסקנים הכבירים וועלכע שטייען אין שפּיץ פון דעם פּראיעקט בקרב הנהלת הקהלה, גייט מען אי״ה אַהערשטעלן אַ פּראַכט פון א בנין, אלעס אויפ׳ן שענסטן אופן, א היכל כליל בהדרה, מלכות׳דיגע מנינים-שטיבלעך, א מקוה מפוארה, אן עזרת נשים, וואָס גייט אי״ה פארוואנדלט ווערן אלס ״דער״ רוחניות׳דיגער צענטער פון דער גאנצער אומגעגנט וואס ווירבלט מיט טויזנטער משפּחות אנשי שלומינו, כן ירבו.
סאטמאר קוקט שוין ארויס אויף דעם היסטארישן פּראיעקט, און מ׳וואונטשט די געטרייע הנהלת הקהלה, און די חשוב׳ע עסקני ועד קרן הבנין: לכו בכחכם זה! חפץ ה׳ בידכם ישכיל ויצליח!
גדול יהי׳ כבוד הבית!
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
מזל טוב קרית יואל!
מזל טוב סאַטמאַר!
'טאַון אָוו מאָנראָ' שענקט ענדליך לעגאַלע ערלויבעניש:
פּרעכטיג-נייער קרית יואל׳ער פעסטונג בנין האדיר החדש ״בית רחל - בנין גאָלדבערגער״ קען ערעפנט און אָקופּירט ווערן דורך אלפי בנות קרית יואל תיכף ומיד!
מיט די שווער-עררייכטע פּערמיטן אין די האַנט:
דעם דאָנערשטאָג וישלח, און במשך די קומענדיגע פרשת וישב, ווערט גיגאַנטישע חינוך הטהור געביידע גליקליך באַנייעט דורך נאָענט צו 2,000 תלמידות כ״י
הזורעים בדמעה:
לאַנגע וואָכן צעגערנישן און שטרויכלונגען פון די טאַון אינסטאַנצן און אינספּעקטאָרן, זיך שטעלנדיג אויף מינימאַלע קלייניקייטן און ערשעפּנדע פאַרלאַנגען צו פאַרזוימען די לעגאַלע אַפּראָוועלס, האָט אָפּגעהאַלטן ערעפענונג פונעם בנין העכער אַ גאַנצער חודש!
ברנה יקצורו:
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו, נאָך אומאויפהערליכע שתדלנות פון חברי ועד קרן הבנין, און אומערמידליכע פּעולות נאָכצוקומען יעדן לעגאַלן פּראָטאָקאָל אויפ׳ן בעסטן פאַרנעם, האַלט מען שוין ענדליך די לאַנג-ערוואַרטעטע לעגאלע ערלויבעניש אין די האַנט!
תתחדש בנין גאלדבערגער החדש:
אָקופּאַציע פון בנין החדש ווערט איינגעטיילט איינציגווייז, שטאָק נאָך שטאָק, אפּטיילונג נאָך אפּטיילונג, צו ערמעגליכן הצלחה׳דיגער אָנהויב צו נייע הרחבה׳דיגע ווירטשאַפט פון טעגליכן חינוך-אַפּאַראט פון די קרית יואל׳ער בית רחל
די געטרייע מנהלות בית רחל האבן איינגעטיילט א פונקטליכער סקעדזשוועל ווען יעדע אפטילונג וועט זיך אריבערציען מיט א גענויער סדר און באזונדערע זמנים איש על מחנהו ואיש על דגלו

מוֹשִׁיבִי עֲקֶרֶת הַבַּיִת אֵם הַבָּנִים שְׂמֵחָה:
גרעניצלאָזע פרייד ביי בית רחל תלמידות וועלכע זענען ביז היינט געווען צעזייעט אין געדונגענע לאָקאַלן, צום ענדליך גרייכן די אַזוי-געגאָרטע הרחבת הדעת!
אֲשֶׁר פִּרְיוֹ יִתֵּן בְּעִתּוֹ וְעָלֵהוּ לֹא יִבּוֹל וְכֹל אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה יַצְלִיחַ׃
קרית יואל האָט דערגרייכט אַ פרישער מיילשטיין אין מאַכטפולע הרחבת גבולי קדושה שפּאַן צו אַ גאָלדענעם עתיד בעז״ה!
אשריכם הבונים!
אשריכם נדיבי קרית יואל!
אשריכם קוני הזכותים!
נוצר תאנה יאכל פּריה!
נאָכ׳ן סוקסעספול פאַרענדיגן 30 מיליאָן-דאָלערדיגער אונטערנעמונג:
מוסדות קרית יואל מאַרשירט ווייטער, מחיל אל חיל, מבנין אל בנין, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!

די באזוך פון האדמו''ר מתו'א שליט''א ביי רבינו שליט''א פארגאנגענעם דאנערשטאג