סיריע: אסאד רעזשים געפאלן! נאך אויפשטאנד דורך די רעבעלן
Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן
ייש”כ פארן גיין פתיחה. אסאך איז דא צו שפעקולירן וואס אזאנס סגייט דא פאר
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן
אביסל היסטאריע:
2011 - א בליטיגע בירגער קריג ברעכט אויס אין סיריע, ווי שווערע שלאכטן קומען פאר דורך די סיריע רעבעלן צייט די סירישע קרעפטן.
2011-2014 - רוסלאנד און איראן קומען ארויס מיט דירעקטע שטיצע פאר די סירישע קרעפטן דורך די אסאד רעזשים, און טערקיי קומט ארויס מיט שטיצע פאר די SNA וואס קריגט זיך מיט די סירישע קרעפטן.
2014 - די גרויזאמע טעראר גרופע פון אייסיס רוקט זיך אריין אין סיריע,
די אמעריקאנער רעגירונג מישט זיך אריין מיט שטארקע שטיצע פאר די קורדישע קרעפטן,
צוזאמען מיט די אמעריקאנער הילף באווייזט מען אויסצוראטן די אייסיס מיליטאנטן.
2014-2024 האבן די סירישע מיליטער מער ווייניגער גענומען קאנטראלע פון די מצב, איבער סיריע, ווי די רעבעלן האבן געהאט חלקים פון קליינע שטחים וואס זיי האבן געהאלטן
דעם פארלאפענעם מיטוואך האבן א גרופע רעבעלן, גערופן די HTS, וועלכע באשטייט פון געוועזענע אל קאידא טעראריסטן, אייסיס קעמפפער און נאך פארשידענע דזשיהאדיסטישע גרופעס, אינאיינעם מיט די טערקיי געשטיצטע SNA אנגעהויבן א מאסיווע מיליטערישע אפעראציע קעגן די אסאד רעזשים קרעפטן.
נאך בלויז 3 טעג האבן זיי באוויזן צו אייננעמען די צווייט גרעסטע שטאט אין סיריע, אלעפא, און מארשירן ווייטער אין די צייט וואס די אסאד רעזשים קרעפטן פארלאזן זייערע פאזיציעס. די רעבעלן גרופעס שטייען אבער אויס שווערע לופט אטאקעס פון די רוסישע לופט קרעפטן וועלכע קומען צו הילף פאר אסאד.
אין די זעלבע צייט טוען די קורדישע קרעפטן אויך איינעמען פאזיציעס פון די אסאד קרעפטן, אבער די רעבעלן גרופעס זענען אויך קעגן זיי אלזא קומען אויך פאר שלאכטן צווישן די קורדן און די רעבעלן.

איז עס אמעריקע-אוקריינע וואס וויל ביזי מאכן די רוסן?
איז עס אמעריקע-איזריעל וואס וויל אפהאקן איראן’ס רוט פון איראן-איראק-סוריע-לבנון/אר”י?
איז עס סתם זייער ציל צו אויסרייסן איראנס פראקסיס און איינפלוס?
איז עס די דיעפ-סטעיט און דעפענס קאנטראקטארס וואס וויל אריינלייגן אין אפעקט א פרישע לאנגע פארצויגענע לאו-קי מלחמה אז די געלט פלוס זאל ווייטער אנהאלטן צו פליסן און זיי רייך מאכן? זיי ווייסן דאך אז איזריעל-אוקריינע איז אויף געבארגטע צייט
ממה נפשך, וואס איז די פלאן דא? נאך אסאד ווער נעמט איבער? גייט עס דען ווערן אפילו א ברעקל בעסער? אסאאך ערגער!
כפארשטיי די סטראטעגיע פון מאכן די פיינט זיך לעקן די וואונדן אזוי אז ער זאל נישט זיין פארנומען מיטן אונז אטאקירן. אבער איז דאס ווערד? מאכן סוריע פאר א שטח הפקר? כמיין אז נישט.
סתם מיינע מחשבות
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן
באריכטן אז די סירישע פרעזידענט באשאר אל אסאד האט זיך געוואנדן צו איראן אז זיי זאלן ארויסהעלפן מליטעריש די ארטיגע רעגירונג
Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן
דורכאויס שבת, האבן די רעבעלן דורכגעפירט אן אומגלויבליכער אפענסיווע קעגן די אסאד רעזשים זעלנער אין די שטאט חאלאב, אלעפא, ווי די שטאט איז געפאלן
Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן
ווייסע הויז:
אונז האב מיר נישט קיין שייכות מיט וואס עס קומט פאר אין סיריע דורך די אשאם גרופע וואס זענען אויף די טעראר ליסט

מאכמוד קאליבאף, די הויפט פון די איראנע פארלאמענט:
די סיריע רעבעלן וואס שלאגן זיך מיט די אסאד מיליטער דינט די מדינת ישראל אגענדע
די סיריע רעבעלן וואס שלאגן זיך מיט די אסאד מיליטער דינט די מדינת ישראל אגענדע
Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן
רעבעלן האבן אייגענומען די אלעפא פעסטונג, א פונק וואס מיליטערישע אנאליסטן זאגן, קען נעמען יארן צוריק צו איינעמען
Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן
אידליב פראווינץ ווערט איינגענומען דורך נאך א רעבעלן גרופע
Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן
די רעבעלן האבן פארכאפט טייערע רוסישע וואפן פון די אסאד קרעפטן.
Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן
רוסלאנד פירט דורך לופט אטאקעס אויף רעבלען פאזיציעס
Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן
אחר התבוננות מיינעך אז סאיז אלעס צוזאמען. אמעריקע האט אלע אינטערעסן כנ”ל צו אנדרייען מחלמה און אומסטאביליטעט אין סוריע. עס איז די ארבעט פון די וואור מאנגערערס אין אונזער גאווערנמענט וועלכע פארצוגן מלחמה איבער סטאביליטעטמסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 01, 2024 1:00 amאיז עס אמעריקע-אוקריינע וואס וויל ביזי מאכן די רוסן?
איז עס אמעריקע-איזריעל וואס וויל אפהאקן איראן’ס רוט פון איראן-איראק-סוריע-לבנון/אר”י?
איז עס סתם זייער ציל צו אויסרייסן איראנס פראקסיס און איינפלוס?
איז עס די דיעפ-סטעיט און דעפענס קאנטראקטארס וואס וויל אריינלייגן אין אפעקט א פרישע לאנגע פארצויגענע לאו-קי מלחמה אז די געלט פלוס זאל ווייטער אנהאלטן צו פליסן און זיי רייך מאכן? זיי ווייסן דאך אז איזריעל-אוקריינע איז אויף געבארגטע צייט
ממה נפשך, וואס איז די פלאן דא? נאך אסאד ווער נעמט איבער? גייט עס דען ווערן אפילו א ברעקל בעסער? אסאאך ערגער!
כפארשטיי די סטראטעגיע פון מאכן די פיינט זיך לעקן די וואונדן אזוי אז ער זאל נישט זיין פארנומען מיטן אונז אטאקירן. אבער איז דאס ווערד? מאכן סוריע פאר א שטח הפקר? כמיין אז נישט.
סתם מיינע מחשבות
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן
א אנטי עירקרעפט סיסטעם פארכאפט ביי די רעבעלן
Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן
ארטילערי שיסערייען פון די טערקישע מיליטער העלפט די רעבעלן אין חאלאב
Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן
העפטיגע באמבאדירונגען דורך די רוסישע מיליטער אין אידליב
Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן
געפאנגענע סירישע זעלנער אין די הענט פון די רעבעלן
Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן
די רעבעלן רופן פאר די סירישע מיליטער צו זיך אונטערגעבן, אין אויסטויש נישט צו ווערן געהארגעט
Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן
א סירישע גענעראל איז געווארן געפאנגען ביי די מורדים
Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן
איראנע אויסערן מיניסטער, איז אנגעקומען קיין דמשק, צו זעהן וואס מען קען ראטעווען דארט.
Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן
די קורדישע קרעפטן אין חאלאב האבן זיך אינטערגעגעבן, צו די HTS רעבעלן, נאך וואס זיי האבן ארויסגעלייגט א פארלאנג זיך אונטערגעגעבן, אין אויסטויש באקומען זיי א פארזיכערטע וועג קיין צפון סיריע
Re: מלחמה אין סיריע, דורך די רעבעלן
איראקע מיליציעס שיקן כוחות קיין סיריע ארויסצוהעלפן די סירישע אסאד קרעפטן