טראמפ 47 אדמיניסטראציע
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
טראמפ דזשוניער זאגט אין א אינטערוויו אז זיין פאטער וועט מעגליך פטור ווערן פון מעין סטרים מידיא אין די ווייסע הויז פרעסע רום, און עס געבן פאר פאדקעסטערס.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
פרעזידענט-ערוועלט דאנעלד טראמפ קלערט לויט באריכטן צו נעמען קעיט קעלאג אלץ ספעציעלע פארשטייער פאר די קאנפליקט אין אוקראינא
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
באמבע סטראשונגן זענען אנגעקומען צו א צאל מענטשען וועלכע זענען געווארן אויפגענומען צו דינען אין די אריין קומענדע טראמפ אדמיניסטראציע
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
טראמפ נאמינירט טשארלס קושנער, די פאטער פון זיין איידעם, אלס די אמעריקאנער אמבאסאדע קיין פראנקרייך
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
טראמפ נאמינירט ׳קעש פאטעל׳ פאר עף-בי-איי דירעקטער.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
דעמאקראטישער אטוירני גענעראל פון מערילאנד אנטאני בראון האט געשטעלט אן אדוואקאט צו אפשלאגן לעגאל אלע פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציע פלענער אין די סטעיט.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
פרעזידענט טראמפ סטראשעט די לענדער וואס זענען אנגעשלאסן אין בריקס, מיט א 100 פראצענטיגע טאריף'ס אויב וועלן זיי טוישן די אמעריקאנער דאלאר מיט א אנדערע קורענסי
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1280
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2104
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
אילאן מאסק ווארנט אז די קעש פאטעל נאמינאציע איז די שטריך אין די זאמד וואס אויב וועלן רעפובליקאנע סענאטארן זיך וואגן אריבערצוטרעטן מיטן שטימען דערקעגן וועלן זיי אויסשטיין ערנסטע פראבלעמען
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1280
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2104
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
נייעס:
מאסק און ראמאסוואמי האבן אין א וואשינגטאן פאוסט אפ-עד ארויסגעלייגט א שטיקל בלו פרינט פון זייער פלאן פאר DOGE.
טרעף וואס צו שניידן:
DOGE וועט האבן א קליינע אבער גאר געריבענע טיעם וואס וועט ארבעטן אינעם ווייסן הויז האנט ביי האנט מיט די "אפיס אוו מענעדזשמענט און באדזשעט". מאסק און ראמאסוואמי וועלן פירן די טיעם מיט דריי צילן: שניידן רעגולאציעס, שניידן אדמיניסטראטיווע רעקווייערמענטס, שניידן קאסטן.
ווייניגער רעגולאציעס:
DOGE וועט ארבעטן מיט לעגאלע עקספערטן פון אלע גאווערמענט אגענטורן, ווי אויך מיט פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, צו טרעפן רעגולאציעס וואס זענען נישט לעגאל געבינדן לויט די קאנסטיטוציע אדער לויט צוויי סופרים קאורט אורטיילן (פון די לעצטע צוויי יאר) וואס שרייבט קלאר אז געוויסע פרעזידענטליכע רעגולאציעס וואס ווערט נישט געטון דורך קאנגרעס איז נישט געזעצליך.
די געפונענע וועט ווערן פארגעשטעלט פאר'ן פרעזידענט וואס קען עס גלייך אפשטעלן דורך אן עקזעקיוטיוו ארדער ביז די לעגאליטעט ווערט אויסגעקלארט וואס דאס אליינס קען זיך ציען, און אויף ביז דערווייל זאל שוין די עקאנאמיע פארדינען פון ווייניגער רעגולאציעס.
ווייניגער גאווערמענט ארבעטער:
ווייניגער רעגולאציעס מיינט אויטאמאטיש ווייניגער ארבעטער צו אינפארסירן די רעגולאציעס. אויסער דעם וועט DOGE ארבעטן מיט די אגענטורן עקזעקיוטיוון געשטעלט דורך פרעזידענט טראמפ צו אידענטיפיצירן וויפיל ארבעטער די דעפארטמענט דארף צו אויספירן אירע געזעץ געבינדענע פליכטן. סיי וועלכע ארבעטער מער פון דעם איז אויפן ליסט אויפגעזאגט צו ווערן.
DOGE וועט ארבעטן מיט די אפעקטירטע ארבעטער און זיי העלפן טרעפן א דזשאב אין די פריוואטע סעקטאר.
נידערן שפענדערייען:
איינע פון די גרעסטע צילן איז צו שפארן גאווערמענט ספענדינג פון שטייער צאלער געלטער. אסאך שטייער צאלער געלטער ווערן יעצט געשפענדעט אן קאנגרעס'ס אפראוועל, אדער אויף וועגן וואס קאנגרעס האט קיינמאל געוואלט ס'זאל ווערן באנוצט. דאס קען נישט אנגיין.
DOGE איז קורצטערמיניג:
אונזער ציל מיט DOGE איז צו אוועקנעמען דעם צורך פאר איר עקזיסטענץ, און דאס איז פארוואס מיר האבן געשטעלט אן "עקספיירעשאן דעיט" אויף יולי 6 2026.
"ס'איז נישטא קיין בעסערע געבורטסטאג מתנה פאר אמעריקע ווי דאס אהערשטעלן א פעדעראלע גאווערמענט וואס וואלט געמאכט די מייסדים שטאלץ" שרייבן די צוויי.

דזשעימס קאמער, פארזיצער פון די הויז איבערזיכט קאמיטע, גייט שאפן א נייע סובקאמיטע וואס גייט ארבעטן אינאיינעם מיט די מאסקאוואמי דאודזש אגענטור
מיט פרוי גרין אלץ פארזיצער
מיט פרוי גרין אלץ פארזיצער
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1280
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2104
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
אילאן מאסק זאגט אז די נייע דאדזש דעפארטמענט גייט דורכפירן אן אודיט אויף די איי אר עס
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
בערני סאנדערס
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1280
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2104
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
די טראמפ טראנזישאן טיעם האט דורכגעפירט און שוין געענדיגט אן אינערליכע אדמיניסטראטיווע איבערזיכט אויף דרויסנדיגע קאנטראקטאר אין א צייט ווען קאנקורענץ צווישן נאנטע און אליאירטע צו טראמפ איז געקומען צום אויבערפלאך ווען זיי נוצן אויסער זייער איינפלוס און צוטריט צום פרעזידענט ערוויילט און מען וויל דערגיין אויב פריוואטע ביזנעס אינטערעסן שפילט א ראלע דערין
ווי מען הערט איז א הויפט קאנצעטראציע פון די אויספארשונג געווען איבער טראמפ'ס לאנגיעריגע פריינד און ראטגעבער באריס עפשטיין און ווי א צווייטע קוואל לויטעט איז עס געקומען נאך וואס די געוועזענע מיזורי גאווערנאר עריק גרעיטנס האט אונטערגעשריבן אויף א געשירבענע שובעה צו די טראנזישאן גרופע און באשולדיגט אז עפשטיין'ס טאן און אויפפירונג הט אים געגעבן די איינדרוק אז ער וועט דארפן טוהן מיט אים געשעפטן איידער ער דערמאנט א ווארט איבער אים און רעקאמענדירט א פאזיציע פאר אים אין די נייע אדמיניסטראציע
גרעיטנס האט געהאט געבעטן פון עפשטיין אז ער זאל אים ערלעדיגן די יו עס נעיווי סעקרעטאר פאזיציע און טראץ וואס עפשטיין האט נישט אפן פארבונדן די סערוויס צו עפעס אנדערש האט ער געזאגט אז מען וועט האבן צייט צו רעדן פון די סערוויס ביי א שפעטערע געלעגנהייט און צו ערשט קען מען רעדן פון אנדערע זאכן
די אדוואקאט פון גרעיטנס איז טים פארלאטארי וועלכע האט שוין אין די פארגאנגנהייט געהאט קריטיקירט עפשטיין און ער פלעגט אויך רעפרעזענטירן טראמפ אבער עווענטועל איבערגעלאזט די פארטיידיגונג גרופע
גרעיטנס זאגט אז ער האט איינפאך געזוכט צו באשוצן דעם פרעזידענט פון אומעטישע האנדלונגען אונטער זיין רוקן זייענדיג באזארגט אז נאמינאציעס ווערן פארגעשלאגן טראמפ'ס ארומיגע וואס לאזן זיך באצאלן דערפאר
עפשטיין'ס עלטערן האבן עמיגרירט פון רוסלאנד קיין ניו דזשערסי און ער האט געלערנט אין דזשארדזשטאון אוניווערסיטעט אין איין קלאס מיט עריק טראמפ וועלכע האט אים ערלעדיגט א נידריג ראנגיקע פאזיציע אין די ערשטע טראמפ אדמיניסטראציע קאמיוניקאציע שטאב
ער האט רעזיגנירט צוויי מאנאטן נאכן באקומען די פאסטן פאר אומבאקאנטע סיבות אבער באוויזן זינט דאן צו ווערן גאר נאנט מיט טראמפ זייענדיג אן ענערגישע מאן וועלכע ערלעדיגט אים זאכן און ערלעדיגט פארשידענע אויסגאבעס
טראמפ באצייכנט אים אלס זיין פסכיאטאריסט און שענקט אים כמעט גרעניצלאזע ציטריט וועלכע זיין פאמיליע גלייכט נישט אלעמאל און עפשטיין האט אלס זיכער געמאכט עס אויסצונוצן צום מאקסימום
די געוועזענע רעפובליקאנע ניו העמפשיר סענאט קאנדידאט דאן בולדאק וועלכע האט פרובירט צו לויפן אין 2022 למספרם פארציילט אז ער האט געוואלט זיכער מאכן אז טראמפ אינדארסירט נישט איינע פון זיינע מעגליכע פריימערי אפאנענטן און געוואוסט אז די אדרעס צו וועם ער דארף זיך ווענדן איז עפשטיין
ווען עפשטיין האט אים קלארגעשטעלט אז אזא טובה וועט אים קאסטן 100 טויזנט דאלאר האט ער געשפורט אז די פרייז איז צו טייער פאר אזא סערוויס און דאס איז נאך בעפאר מען נעמט אין חשבון א עפשטיין האט אים נישט געגעבן קיין גאראנטי אז טראמפ וועט אים הארכן אין בלייבן נייטראל אבער געוואוסט אז ער מוז עס טוהן און עפשטיין האט באקומען דאס געלט
עווענטועל האט טאקע טראמפ נישט אינטערווענירט אין די פארמעסט און בולדאק האט געואונען די פריימערי און פארלוירן די אלגעמיינע פארמעסט און געזאגט אז טראץ וואס עפשטיין האט אים געגעבן די פראדוקט פאר וועלכע ער האט באצאלט האט אים די ערפארונג פון געלט געשמירטע אינדארסירונג ביזנעס איבערגעלאזט מיט אן אומהיימליכע טעם אין מויל און ער האט באשלאסן איבערצולאזן פאליטיק אויף שטענדיג

טראדאו האט זיך געטראפן מיט טראמפ, ווי טראדאו האט זיך אפגערעדט אז זיין לאנד וועט נישט איבערלעבן די 25% טאריף, האט טראמפ אים געזאגט אז אויב ער וועט עס נישט דערהייבן קען קאנאדע ווערן די 51 סטעיט אין אמעריקע, און ער וועט קענען זיין גאווארנער.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
די נייע מאפע..
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4061
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 11259
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
טיימס באריכטעט אז טראמפ קאנסידערט צו נעמען דיסאנטיס אלס זיין דעפענס סעקרעטאר אין די צייט וואס שטיצע פאר דער נאמינירטער העגסעט איז שוואך.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
העגסעט זאגט אז דאס איז בלויזע מידיא פראפעגאנדע, נאכדעם וואס די לינקע זענען פארלוירן און ציטערן פון איםשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 10:20 am טיימס באריכטעט אז טראמפ קאנסידערט צו נעמען דיסאנטיס אלס זיין דעפענס סעקרעטאר אין די צייט וואס שטיצע פאר דער נאמינירטער העגסעט איז שוואך.241204-desantis-wc-1223-447984.jpg241204-pete-hegseth-al-0850-baf2.jpg
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4061
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 11259
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
טראמפ לייקנט.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 10:20 am טיימס באריכטעט אז טראמפ קאנסידערט צו נעמען דיסאנטיס אלס זיין דעפענס סעקרעטאר אין די צייט וואס שטיצע פאר דער נאמינירטער העגסעט איז שוואך.241204-desantis-wc-1223-447984.jpg241204-pete-hegseth-al-0850-baf2.jpg