די עירליין SAS גיט מיליאן מיילס

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
יואל לעבאוויטש לעיקוואד
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:05 am
Location: Traveling Around
x 233

די עירליין SAS גיט מיליאן מיילס

פאוסט דורך יואל לעבאוויטש לעיקוואד »

די ערליין SAS באדינט די סקאנדינעווישע לענדער (נארוועגיע, שוועדן, דענמארק), עס האט טעגליכע פלייטס קיין ניו יארק און אנדערע אמעריקאנע שטעט.

הגם זיי זענען געווען די גרינדער פון די סטאר אלייענס, וואס צווישן אנדערן שלייסט עס איין יונייטעד ערליינס, לופטהאנזא און נאך. אבער צוליב פינאנציעלע סיבות, האט זי זיך נישט לאנג צוריק אנגעשלאסן אין די סקיי טיעם אלייענס. וואס דאס נעמט אריין דעלטא ערליינס, און עיר פראנס, KLM און נאך.

יעצט האבן זיי ארויסגעלייגט א פראמאשען אז זיי גייען געבן א מיליאן SAS פוינטס, פאר ווער עס פליעט מיט 15 ערליינס פון א ליסטע פון 17 ערליינס, וואס זענען אין די סקיי טיעם גרופע.

צו באקומען די פראמאשען ברויך מען קויפן אזאלכע פלייטס וואס וועט באקומען מיילס און מען זאל עס קענען קרעדיטן פאר די EuroBonus אקאונט, וואס דאס איז זייער מיילעדזש פראגראם. דאס מיינט אז מען מוז זיכער מאכן צו האבן די גוטע קלאס טיקעט. עס קען זיין עקאנאמי אבער עס איז דא אן אלפאבעיט וואס אידענטיפיצירט די קלעס טיקעט.

למשל ביי איין כינעזע ערליין האב איך געזען אז זיי האבן א טיקעט פאר זייער ביליג מיט די S קלאס, אבער פאר דעם באקומט מען גארנישט קיין מיילעדזש, צו באקומען מיילעדזש האב איך געמוזט צאלן אביסל מער ווי דאפעלט, און איך באקום נאר 50 פראצענט מיילעדזש, אבער עס איז גענוג צו ווערן גערעכנט. אפילו א קלאס וואס מען באקומט נאר 10 פראצענט איז אויך גוט צו ווערן גערעכנט.
(דאס אלעס איז בלויז פאר אינפארמעישאן פארפאסעס, איך נעם נישט קיין אחריות).

די 15 פלייטס מוז ווערן גענומען ביז די ענדע פון די קאלענדער יאר 2024. היות עס קומט אויס חנוכה ביי די ענדע פון די יאר, און בכלל איז גוט עס צו טוען פריער, ווייל עס קען נעמען צייט ביז די מיילס ווערט געקרעדיט צו די אקאונט, און אויב זעה איך אז איין ערליין'ס פלייט איז נישט פאררעכנט, איז דא עקסטערע צייט צו נעמען א פלייט אהין און צוריק, נישט צו פארלירן די מיליאן פוינטס.

איינע פון די טריקס איז אויך אויסצורעכענען אז די אלע פלייטס זאל נישט זיין צו טייער, און פאר מיר אלץ א מאן און טאטע פון קינדער, האב איך א טשאלענדזש אז איך זאל נישט פארדעם קאנטעסט זיין אוועק פון דערהיים פאר א שבת.

ווי אויך האב איך נישט געוואלט לכתחילה זיין אונטערוועגנס אן א מנין ראש חודש.
בלייבט נאר איבער פון נאך יום טוב זעקס וואכן. די וואך פון פרשת לך, דאס מיינט קומענדיגע וואך איז די טיקעטס געווען שוין גאנץ טייער. א וואך נאכדעם פרשת וירא, און אזוי אויך פרשת וישלח און וישב קען איך נישט אוועקפארן פאר א גאנצע וואך צוליב פערעזענליכע סיבות. פרשת תולדות איז די חגא טענקסגיווינג וואס דאס האט געמאכט עטליכע טיקעטס פאר טייערער. בלייבט נאר איבער פרשת חיי שרה.
נאך שעות פון ריסערטש, וואס אגב גיבט עס מיר א שטארקע הנאה, און עס איז אזאך וואס איך ענדזשוי, און רעכן עס נישט אלץ אן ארבעט. און עס איז פאר מיר אויף די זעלבע לעוועל ווי אנדערע וואס קוקן א פלעי חול המועד. האב איך אויך אויפגעקומען מיט א טריפ וואס פארט ארויס מוצאי שבת פרשת וירא Nov 16.
עס וועט מיר נעמען קיין לאנדאן, בוקארעסט, מצרים, סאודי אראביע, אינדאנעזיע, טשיינע, טייוואן, וויעטנאם, נאכאמאל טשיינע, סאוט קארעא, לאס אנדזשעלעס, מעקסיקא. די פלאן איז צו זיין צוריק פרייטאג צופרי אין ניו יארק.

באזונדער וועל איך נעמען א רייזע קיין קערעסטיר, פרשת ויצא פאר צוויי טעג. וואס וועט גיין דורך שפאניע, פראנקרייך, בודאפעסט, דענמארק און האלאנד.
איך וויל נישט איינשטעלן צו דארפן באקומען א וויזע פון די עמבעסי פאר טשיינע, צוליב דעם האב איך אויסגעוועלט אריינצוקומען אין טשיינע צוויי מאל, צו צוויי באזונדערע שטעט.
טשיינע גיבט וויזעס פאר אמעריקאנע ביים אריינקומען אבער מען ברויך בלייבן אין די געגענט פון די שטאט ווי מען איז אריינגעקומען.
די טשאלענדזש פאר מיר וואס איך בין א גרינגער און אפטער רייזענדער, איז פליען אין איין וואך 14 פלייטס. מיין ביז יעצטיגע רעקארד איז געווען 9 פלייטס. ווי אויך גייען איך ברעכן א רעקארד פון נישט שלאפן אין א בעט פון פרייטאג צונאכטס ביז פרייטאג צונאכטס, וואס מיין ביז יעצטיגע רעקארד איז געווען, נאר איין מאל זיין אין א בעט פאר א וואך. (ביי א רייזע קיין ברונאי, וואס איך האב צווישן אנדערן ארויפגעהייקט א בארג). איך בין פערעזענליך א גרינגער שלאפער אויף א פליגער אדער באס, אפילו אין עקאנאמי קלאס.

נייע פלעצער פאר מיר ווי איך בין נאכנישט געווען, וועט זיין מצרים, ווי איך וועל זיין כמעט א גאנצע טאג, און נעמען א דרייווער צו זען די אלטע שולן און די פיראמידען. אינדאנעזיע וועט מען אויך זיין פאר א האלבע טאג. וויעטנאם וועט מען זיין גענוג צייט צו קענען גיין צו די חב"ד קויפן עפעס פרישע עסן און ארומפארן אין שטאט. די זעלבע אין מעקסיקא סיטי גיין עפעס עסן ליל שישי, פארזוכן מעקסיקאנע טשולענט..

די פרייזן פאר אלע טיקעטס איז פאר מיר געווען אונטער 4000$, נאך די ארומיגע עקספענסעס וואס איך רעכן ביז 5 טויזענט, בלייב איך מיט א רווח פון 5 טויזענט. (ווען מען רעכנט א פוינט פאר א סענט.)

נאך א זאך וואס איך האב פרובירט זיך צו רעכנען מיט.
א טיקעט וואס איז נישט קיין אפיציעלע קאנעקשאן, זאל זיין א מינימום פון דריי שעה צווישן איין טיקעט און די אנדערע. אויב נישט האב איך מיר אנגעגרייט א בעק אפ פלאן.
למשל, לויט די פלאן קום איך אן קיין סאוט קארעא פון שאנכיי 11:55 פארמיטאג, מיין פלייט פון סאוט קארעא איז 2:30 נאכמיטאג. אויב איז דא א דילעי, דאן קען איך האפן צו נעמען די שפעטערע פלייט פון קארעאן עיר. וואס דאס מיינט אז איך וועל פון לאס אנדזשעלעס שוין נישט קענען גיין מעקסיקא סיטי, האב איך אנגעגרייט א טיקעט דאנערשטאג נאכט פון דעלטא קיין ניו יארק, וואס איך קען קענסלען.

פאר א בעקאפ פלאן אויב איין פלייט ווערט נישט פאררעכנט, קען איך אויך נעמען א פלייט קין ארגענטינע אדער קעניא אהין און צוריק.

איך קוק עס אן אז איך קען פארדינען 5 טויזענט דאלער ריוח פארן טוען א טשאלענדזש, און איינוועגס זיין אין קערעסטיר, און עס נעמען פאר מיין ווינטער וואקאציע טריפ.

פאר די טריפ מיט מיר בין איך גרייט מיט צו נעמען איינעם, אבער נאר עקספיריענסד און גרינגע טרעוולערס.
למשל איינער וואס טראכט פאר'ן בוקן א טריפ קיין אר"י אפשר זאל ער נעמען ביזנעס קלאס פאר "נאר" טויזענט דאלער מער, און ער האט נאכנישט קיין אויסגעצאלטע הויז מיט א באנגעלאו און אוועקגעלייגט געלט פאר חתונה מאכן.. אזא איינער איז נישט געמאכט פאר דעם.

ווי אויך איינער וואס פרעגט אפילו, צו עס איז אקעי צו גיין יעצט קיין מצרים פארשטעלט, איז א שאד פאר זיין און מיין צייט, און ער איז נישט פארדעם.
איינע פון די סיבות פארוואס עס לוינט מיר צו גיין מיט נאכאיינעם, איז טאקע וועגן מצרים, ווי איך קען בענעפיטירן פון זיך צו טיילן די עקספענסעס ארומצוגיין אין מצרים.

היות איך האב נישט אזויפיל איבעריגע צייט, קען איך נישט ענטפערן פאר יעדן איינעם וואס פרעגט פאר הילף. ווי אויך פארשטיי איך אז די ריסערטש וואס איך האב געטוען איז ווערט געלט, אז איינער וויל הילף מיט רעזערווירן די טיקעטס און גיין אליינס אנדערע צייטן קען איך העלפן פאר די פרייז פון $250. (דאן קענסטו אויסרעכענען צו בלייבן אין מצרים אין עירפארט...). די אפצאל פון 250 איז נאך פאר איך מאך סיי וועלכע רעזערוואציע, איך קען נישט עפארדן צו זיין פארנומען מיט סתם מענטשען וואס מאכן משוגע.
דארפסט האבן גרייט א קרעדיט קארד מיט עוועילעבל צווישן 4 און 5 טויזענט דאלער, אן אמעריקאנע פאספארט גילטיג פאר מינומים 6 חדשים און צוויי ליידיגע פעידזשעס.
אויב ביסטו גרייט צו צאלן די 250 דאן קענסטו מיר משוגע מאכן אפילו די פארסט נישט....

פאר מער אינפארמעישאן קענסטו גיין מאכן ריסערטש אויף די ברייטינג געוועב. דא האסטו איין לינק פון SAS

https://www.flysas.com/us-en/special-of ... llionaire/
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4057
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11241

Re: די ערליין SAS געבט מיליאן מיילס

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

מיין קאפ שווינדלט נאר פון ליינען אזא ליסטע פון רייזעס...

דא ליגט כנראה שעות פון ריסורטש!

אסאך הצלחה אין דיינע רייזעס, און פארגעס נישט צו ברענגען א באריכט נאכדעם.
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 169

Re: די ערליין SAS געבט מיליאן מיילס

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

אינטערעסאנטע געדאנק...

לוינט זיך ארומפארן א וואך צייט פאר 5 טויזענט דאלער?
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4057
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11241

Re: די ערליין SAS געבט מיליאן מיילס

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 5:33 pm אינטערעסאנטע געדאנק...

לוינט זיך ארומפארן א וואך צייט פאר 5 טויזענט דאלער?
ער וויל דאך ממילא פארן אויף א טריפ, ווי ער שרייבט אינעם פאוסט, רעכנט ער עס אויס אויף אזא וועג אז אנשטאט ס'זאל אים 'קאסטן' געלט, וועט ער 'פארדינען' דערפון.
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 169

Re: די ערליין SAS געבט מיליאן מיילס

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 5:35 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 5:33 pm אינטערעסאנטע געדאנק...

לוינט זיך ארומפארן א וואך צייט פאר 5 טויזענט דאלער?
ער וויל דאך ממילא פארן אויף א טריפ, ווי ער שרייבט אינעם פאוסט, רעכנט ער עס אויס אויף אזא וועג אז אנשטאט ס'זאל אים 'קאסטן' געלט, וועט ער 'פארדינען' דערפון.
ביי מיר איז א טריפ כאטשיג פאר צוויי טאג אויף איין פלאץ.

זעט אויס ביי געוויסע איז דאס עצם פארן דער עיקר פונעם טריפ...
יואל לעבאוויטש לעיקוואד
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:05 am
Location: Traveling Around
x 233

Re: די ערליין SAS געבט מיליאן מיילס

פאוסט דורך יואל לעבאוויטש לעיקוואד »

איך האב נישט קיין הנאה פון די עצם פליען אויף אן עראפלאן, ווי למשל איינער וואס איז נאך קיינמאל נישט געפארן. אבער אזא מתנה האט מיר דער אייבערשטער יא געגעבן אז איך קען עס פארנעמען גרינגער ווי זייער אסאך אנדערע. אבער איך קוק עס נאך אן אלץ א טשאלענדזש, וואס אזא אויסמוטשענדע טריפ האב איך נאכנישט געהאט, און איך האב ליב טשאלענדזשעס.
מיין ביז יעצטיגע רעקארד, איז בכלל נישט געווען שווער פאר מיר, ממילא פיל איך אז איך קען גיין נעקסט סטעפ.

ווי אויך שעם איך מיך נישט צו זאגן אז איך פארדין נישט אין א וואך אפילו נאנט צו 5000. (אגב, רוב פון מיין געווענליכע אינקאם גיי איך ווייטער באקומען, דאס איז אן עקסטערע 5000. איך האף נאר אז די שכר לימוד קאמיטע ליינט נישט דא... דאן איז עס יצא שכרו בהפסדו...)
אין קאירא, מצרים איז פאר מיר גענוג איין טאג. זען די אלטע שולן און די פיראמידען. ווען נישט די טריפ, וואלט איך עס געטוען איינמאל ווען עס איז מער רואיגער און מען קען גיין נישט פארשטעלט, מיט א טריפ צו ארץ ישראל, דערנאך גענומען א לאקאלע פליגער פון קאירא צו שאראם על שעיק, און ארויפגעגאנגען די בארג סיני, דערנאך גענומען די באס צו די גרעניץ פון אר"י ביי אילת.

דזשאקארטא, אינדאנעזיע איז איין טאג איבער גענוג, נישט דא דארט קיין אידישע היסטאריע, די איינציגסטע זאך איז צו באזוכן די לעצטע שול וואס מען האט פארברענט 2013 ביי די מלחמה צווישן אר"י און עזה. עס איז דא עטליכע שעה פליען פון דזשאקארטא א קהילה מיט גרים, אבער עס וועט מוזן זיין אן אנדערע מאל.

יעדער איינער האט אנדערע צילן וואס צו זען אדער טוען ביי א רייזע, איינער נעטשור, אדווענטאשארס, היסטאריע, קולטור ועוד. מיך איז די עיקר אידישע היסטאריע, אדער יעצטיגע אידישע קהילות. אויב איז נישט דא אין א פלאץ קיין זכר פון אידישקייט, וועל איך אויסוועלן עפעס צווישן די מעידזשאר פלעצער פון יענע פלאץ. למשל ברונאי, איז נישט פארהאן גארנישט מיט אידישקייט, בין איך געגאנגען א הייק אויף א בארג, און באזוכט א שטעטל אויף די וואסער, ווי אויך געגאנגען אין די דזשונגעל, וואס איז געווען זייער אינטערסאנט.

עס איז קלאר אז ווען נישט די פראמאשען, וואלט איך נישט אונטער גענומען אזא טריפ. אבער 5000 איז ביי מיר געלט. און אינאיינוועגס לופטער איך מיך אביסל אויס.
זיצן אויף די זון אין פלארידע אדער אין א קאנטרי און קלאצן איז ביי מיר אין מיין יעצטיגע צושטאנד נישט פאררעכנט אלץ א וואקאציע.
שעפעלע
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:34 pm
x 19

Re: די ערליין SAS געבט מיליאן מיילס

פאוסט דורך שעפעלע »

איך האף עס קומט א ווידיא נאכדעם געהעריג פון די גאנצע נסיעה
פישל שווארץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
x 120

Re: די עירליין SAS גיט מיליאן מיילס

פאוסט דורך פישל שווארץ »

יואל לעבאוויטש לעיקוואד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 11:38 am
עס וועט מיר נעמען קיין לאנדאן, בוקארעסט, מצרים, סאודי אראביע, אינדאנעזיע, טשיינע, טייוואן, וויעטנאם, נאכאמאל טשיינע, סאוט קארעא, לאס אנדזשעלעס, מעקסיקא. די פלאן איז צו זיין צוריק פרייטאג צופרי אין ניו יארק.
האלטן מיר מיט די רייזע אויף סטעטוס. סאיז זייער געשמאק און איך פריי מיר יעדע מאל ווען איך זע אז סגייט ווי געפלאנט, אנע דילעיס וכדומה. א חוץ אויב די פאוסט נישט די מניעות...
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 169

Re: די עירליין SAS גיט מיליאן מיילס

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

פישל שווארץ האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 3:10 pm
יואל לעבאוויטש לעיקוואד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 11:38 am
עס וועט מיר נעמען קיין לאנדאן, בוקארעסט, מצרים, סאודי אראביע, אינדאנעזיע, טשיינע, טייוואן, וויעטנאם, נאכאמאל טשיינע, סאוט קארעא, לאס אנדזשעלעס, מעקסיקא. די פלאן איז צו זיין צוריק פרייטאג צופרי אין ניו יארק.
האלטן מיר מיט די רייזע אויף סטעטוס. סאיז זייער געשמאק און איך פריי מיר יעדע מאל ווען איך זע אז סגייט ווי געפלאנט, אנע דילעיס וכדומה. א חוץ אויב די פאוסט נישט די מניעות...
ברענג די בילדער, אויב מעגליך.
יואל לעבאוויטש לעיקוואד
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:05 am
Location: Traveling Around
x 233

Re: די עירליין SAS גיט מיליאן מיילס

פאוסט דורך יואל לעבאוויטש לעיקוואד »

פישל שווארץ האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 3:10 pm
יואל לעבאוויטש לעיקוואד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 11:38 am
עס וועט מיר נעמען קיין לאנדאן, בוקארעסט, מצרים, סאודי אראביע, אינדאנעזיע, טשיינע, טייוואן, וויעטנאם, נאכאמאל טשיינע, סאוט קארעא, לאס אנדזשעלעס, מעקסיקא. די פלאן איז צו זיין צוריק פרייטאג צופרי אין ניו יארק.
האלטן מיר מיט די רייזע אויף סטעטוס. סאיז זייער געשמאק און איך פריי מיר יעדע מאל ווען איך זע אז סגייט ווי געפלאנט, אנע דילעיס וכדומה. א חוץ אויב די פאוסט נישט די מניעות...
דאס איז וואס איך האב געפאוסט אויף אן אנדערן סייט, עס איז פשוט שווער פאר יעצט נאכאמאל צו שרייבן אלעס אין אידיש. וד' הטוב יכפר, ואיתכם הסליחה.

Hi Everyone.
Burech hashem the bulk part of my challenge was done with no hiccups.
I did 14 flights last week with 10 skyteam members.
The other 5 to be done is Delta and 4 Europe based airlines which will be done next week.
BTW I did had one major delay for 1 flight, but that was with AA, by the last flight coming back to NYC from MEX, the delayed flight was supposed to be my last flight to ORD, but hashem wanted to show me an extra sign of love to me and he delayed that for over 7 hours which will only get me something extra.
והמבין יבין.
The other major delay was to Jakarta for like 4 hours, which made me sit and spend time in the Haj terminal in Jeddah with no lounge available at that terminal, I wasn't allowed to leave a waiting room, but it gave me an experience to watch how thousands arrive to the pilgrimage from all corners of the world.
It also cut short my ability to real experience Jakarta. Which i guess I will have to do another time.
But I must thank Hashem in public for giving me a great experience and being able to finish it according to the plan.
And I hope for the other part to be as smooth as well.
שרייב פאוסט