מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

ידיעות און טיפס, נוגע צו שטוב ווירטשאפט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5373
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10131

מיין ערפארונג מיט'ן קויפן און צורישן א דירה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך האב במשך די לעצטע יאר ב"ה געמופט אין א נייע דירה, און איך האב -ווי יעדן וואס מופט - געהאט אסאך עקספיריענסעס וואס איך טראכט אז אנדערע קענען דערפון הנאה האבן, האב איך שוין לאנג געטראכט צו שרייבן אזא תגובה, אבער די צייט איז אלעמאל טייט.

האב איך באשלאסן אז איך וועל פרובירן צו שרייבן איין תגובה אויפאמאל, איין שטיקל אויפאמאל, און אפשר מיט די צייט וועט עס בס"ה זיין שיין אינפארמאטיוו.

כ'וועל אנהייבן מיט'ן עצם קויפן די דירה, כאטש שפעטער איז אפשר דא מער נוצבארע דיטעילס, אבער כ'וויל טרייען צו גיין על הסדר, און דאס וועט זיין פאר היינט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5373
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10131

Re: מיין עקספיריענס אויף "קויפן און צורישן א דירה"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אלס אינגע אינגערמאן ווען איך האב אנגעהויבן טראכטן וועגן א דירה, איז מיין מחשבה געווען זעענדיג וויאזוי אינגעלייט דרייען מיט חובות: מה לי לצרה הזאת?! לאמיך וואוינען פאר רענט אגאנץ לעבן וחסל... מען שטייט און בארגט זיך אן, מען דרייט מיט חובות, מ'איז נישט קיין מענטש פאר לאנגע יארן, אלעס ווייל מ'זאל נישט צאלן קיין רענט נאכן חתונה מאכן די קינדער? מה פשט?!

יעדער איז ביזי "רענט צאלסטו פאר יענעם, מארטגעדשזש צאלסטו פאר דיר אליינס". זייער זיס, און אפילו אמת. אבער וואס איז דער סוף פסוק? אז איך צאל פאר מיר אליינס א פרייז וואס קאסט מיין גאנצע מנוחת הנפש... וואס איז דאס מיר אליינס? פאר די עלטערע יארן? דאס איז יעצט מיין זארג? איך טו אין סאשעל סערוויסעס דא?!...

אבער ס'האט נישט גענומען לאנג אז איך זאל אנהייבן הערן פון נאך און נאך מענטשן אויפריכטיגע ווערטער אויף די פארקערטע זייט, פאר 2 סיבות וואס האבן מיר געמאכט בעיקר סענס:

1) רענט גייט כסדר ארויף, מארטגעדזש נישט

2) אידן אויף רענט ווערן ארויסגעווארפן פון זייערע דירות

נומער 2 האב איך מיטגעהאלטן עטליכע לעבעדיגע דוגמאות, און ס'איז גאר גאר א שווערע זאך פאר א איד וואס ווערט אין די שיינע יארן ארויסגעווארפן און דארף גיין זוכן א דאך איבערן קאפ.

ממילא האמיר באשלאסן אז יא, קויפן מאכט די מערסטע סענס. מ'הייבט אן אוועקלייגן געלט... פעני אויף פעני.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5373
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10131

Re: מיין עקספיריענס אויף "קויפן און צורישן א דירה"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נעקסטע שטאפל איז געווען "וואו זאל איך קויפן".

און איך רעד דא פון קרית יואל, וואו איך וואוין.

איז אזוי. ווען די פרייזן האבן געטראסקעט ערגעץ סוף סמ"ך יארן, איך האב געקענט האבן הערליכע גרויסע דירות אויף חברון פאר בערך 350-390 אלפים, האב איך געטראכט אז נע, ס'גוט. ס'וועט נאך פאלן מער. וואס האב איך זיך צו יאגן. איך האב גראדע שוין געהאט אוועקגעלייגט אביסל געלט, אבער איך האב עס ענדערשט בשעתו געבארגט פאר א קרוב וואס ער האט דארט געקויפט. ער האט ב"ה פיין אריינגעכאפט און כ'האב זיך געפריידט צו קענען האבן געהאלפן מיט א חלק.

שפעטער ווען איך האב שוין אנגעהויבן טראכטן מער ערנסט, איז שוין געווארן דער גרויסער מאנגל, און פרייזן זענען שטארק ארויף. (דיסקלעימער: קען זיין מיינע דעיטס זענען נישט אזוי אקוראט, איך געדענק נישט אלעס זייער פונקטליך, נאר בערך), איז אויפגעקומען די קארלסבורג פראיעקט. מען האט קודם געבויט און געבויט, אן קיין אפציעס צו קויפן. למעשה איין סוף וואך, דוכט זיך אין א דאנערשטאג, איז געקומען די נייעס אז "מ'קען אריינגעבן אפליקעישנס ביי ר' ישראל אשר לעווי", און מ'גייט עס שוין פארקויפן.

איך האב אנגעהויבן זיך נאכפרעגן, האב איך געהערט אז מען קען נישט אינגאנצן אליינס אויסוועלן, נאר מען שרייבט אריין וועלכע דירה מען וואלט געוואלט, און מען גייט דיר מעלדן אויב דו קענסט, און מ'דארף האבן גרייט דאס געלט, און מ'דארף שרייבן אינעם אפליקעישן וואו מען האט אוועקגעלייגט געלט, וכו', מסתמא אלעס געווען פשוטע טעכנישע זאכן זיכער צו מאכן אז אלעס פארט כשורה, אבער אויפגענומען האט מען עס ווי עפעס פארבארגענע זאכן.

"איך גיי נישט קויפן קיין הויז ווי אויף א פסח חלוקה" האב איך דערקלערט אין שטוב... לאמיך אפ! די חברה נארן אריין די מענטשהייט... און איך האב נישט אריינגעגעבן גארנישט.

הערשט אפאר טעג שפעטער, א זונטאג דערויף, האט מיר מיין ברודער איבערגערעדט אז איך מאך זיך נאריש, איך גיי עס באוויינען, און וכך הוה, כ'האב אריינגעגעבן מיין אפליקאציע, און... איך בין שוין געווען ביי די ענדע פון די ליסטע און איך האב שוין נישט באקומען קיין דירה דארט.

אסאך יארן האט עס מיר געבאדערט... זייער אסאך, אבער שוין. איך בין דאך געווען קלוג... ס'קעמען טאן.

פון דארט און ווייטער איז דאך געווען א גרידלאק פאר א שיינע פאר יאר, מיט די אנעקסעישן מעשיות, און ס'איז כמעט נישט געווען קיין דירות, און וואס יא איז כסדר געשטיגן די פרייז.

אינצווישן האט זיך אנגעהויבן די תקנות באוועגונג, איבריג צו זאגן אז איך האב עס שטארק געשטיצט... ממילא האב איך אודאי נישט געקויפט ווייל "לאמיך שוין ווארטן אויף נאך די תקנות".

איין טאג הערט מען די באמבעדיגע נייעס אז ביים סטעיט פאליס ראוד גייט מען בויען 2,000 דירות. הממ... ס'מיינט מיר? ביז אהין? ממש נעבן מאנסי? איך ווייס?! אפשר. אינצווישן הערט מען שוין אז ס'גייט זיין ביליג, אונטער 200 א סקווער פיס, אקעי, מ'דארף טראכטן דערוועגן.

אבער ווען כ'האב געהערט אז מען נעמט יעצט דעפאזיט'ס אן קיין פלענס, מ'גייט ווייזן פלענס 2 חדשים ארום, האב איך ווידער ארויסגענומען מיין קלוגע זייט... און באשלאסן אז אוינאו, אזא נאר בין איך נישט. איך זאל גיין אראפלייגן געלט, און ניטאמאל האבן זיי א פלאן מיר צו ווייזן? נע! איך נעם עס נישט. איבריג צו זאגן אז בסך הכל האב איך דעמאלס דערלייגט א דיעל פון א שפאט ביליגע הערליכע דירה פאר 189 א ס"פ... אבער שוין... וואס טוט מען נישט צו שפירן א מענטש, שפירן קלוג און זיך נישט לאזן נערן...

שפעטער האב איך געזען די פלענס פון ר' אברהם יודא ג"ב אויף עיס פארם, און איך האב באשלאסן אז עכט האב איך ליב אזא אויסשטעל, קליינע גאסן איז מיין טעיסט, און דארט וויל איך קויפן. איך האב כסדר געקאנטאקט איינעם וואס איז נאנט מיט אים, ביז ער האט מיר געזאגט אז די פרייז גייט זיין 230 א ס"פ און מען גייט אנהייבן פארקויפן בקרוב. אינצווישן האב איך שוין געהערט אז ער האט עס פארקויפט פאר ר' עקיבא הערש, און אודאי האב איך אנגעהויבן מיט מיינע חששות אז זיכער גייט ער דאס נישט פארקויפן ביז ער ענדיגט פארקויפן שכונת ויואל משה... און די חכמה און יאוש געפילן האבן אנגעהויבן שפילן פעסט.

אבער ב"ה, אז דאס איז געווען די לעצטע סטאנציע... זייער שנעל דערנאך האט ער אנגעהויבן פארקויפן, און די פרייז איז טאקע בשעתו "ארויף" מיט 15 דאלאר מער א סקווער פיס, אבער איך דארף קיינעם נישט זאגן אז אויב איך האב געקלאוזט אין יאר תשפ"ד פאר'ן פרייז פון $245 א סקווער פיס, וואס איז בעצם בערך וויפיל דאס בויען קאסט, דאנק איך דעם אויבערשטן אז איך האב מיך נישט נאכאמאל בא'קלוגט/בא'נארישט... און ב"ה אז דער בויער איז טאקע געווען אזא איינער וואס האלט ווארט אפילו ווען עפעס אומגעראכטן האט פאסירט אינצווישן, און יא, דער עולם קלאוזט ב"ה פאר יענעם פרייז.

עד כאן איז מיין עקספיריענס מיט'ן אויסוועלן די דירה.

נעקסט וועל איך שרייבן וועגן מיין פראצעדור ווייטער, און עקספיריענס מיט די סובס וכו'. אפשר מארגן אם יהא פנאי.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6592

Re: מיין עקספיריענס אויף "קויפן און צורישן א דירה"

פאוסט דורך פופציגער »

נייס!

א שיינער געדאנק דער אשכול!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1704
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3689

Re: מיין עקספיריענס אויף "קויפן און צורישן א דירה"

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 7:56 pm נייס!

א שיינער געדאנק דער אשכול!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6592

Re: מיין עקספיריענס אויף "קויפן און צורישן א דירה"

פאוסט דורך פופציגער »

אויב תהלים איד וועט ערלויבן, וועל איך אויך פרובירן זיך מצמצם זיין און שרייבן מיין דירה דזשורני.

קודם לאמיך אים לאזן אויסרעדן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5373
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10131

Re: מיין עקספיריענס אויף "קויפן און צורישן א דירה"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

האב איך דאך געוויסט אז כ'וועל ווערן ביזי... לאמיר נאר גיין ווייטער שטייטלעך, איין זאך אויפאמאל.

דער קאנטראקטאר אין די פראיעקט איז ר' משה מאיר זילבערשטיין (נאך פון ווען די לאט איז געווען ר' אברהם יודא גאלדבערגער'ס). איך בין נישט קיין בקי אין בויעריי, אבער די וואס זענען יא זאגן אז ער בויט גאר פיין. אין פאקט טאקע זעט אויס ווי די סיעלינג פונעם הויז איז גאר שטארק. מיין הויז איז נעכטן נאכט געווען 76 אן קיין סטיעם... (לכאורה נאר פון די היץ פונעם שכן אונטער מיר, און די סיעלינג פון מיין הויז).

כלפי סערוויס אישוס במשך די פאר יאר, האב איך בעצם מער געדיעלט דירעקט מיט די סעילס אפיס. ווען ס'קומט צו בעטן טשעינדזשעס זענען זאכן געווען פארשידנארטיג, איך האב געקויפט גאנץ אנהויב ווען מ'האט נאך געגעבן די אפציע פאר טשעינדזשעס, שפעטער האבן זיי עס געסטאפט, זיי זאגן אז ס'האלט אויף די ארבעט מורא'דיג לאנג און ווען מ'בויט הונדערטער דירות איז עס אוממעגליך. האב איך געמאכט נאר וויפיל מ'האט מיר געאפערט, אויך גענוג ב"ה, און מאנכע זאגן אז ס'איז געזונטער פאר'ן הארץ אויך, מען האט וויינגער חרטות...

ווידער מיט די סובס, איז געווען סובס וואס האבן געהאט רשות צו אפערן בעיסיק אפגרעידס, און ס'איז געווען סובס וואס האבן געהאט רשות אבער עס נישט געטון... לאמיר טרייען צו געבן מיין עקספיריענס מיט די סובס על הסדר.


לעקטערישן:

די לעקטערישאנס איז געווען צוטיילט אין 2 קאמפאניס. די קאמפאני וואס האט געמאכט מיין בילדינג, איז נישט געווען צו וועמען צו רעדן בכלל. ווידער די אנדערע בילדינגס האבן געהאט איינעם מאנדל (פון מאנסי דאכצעך) וואס האט יעדן געקאנטאקט און געאפערט אריינצולייגן לכתחילה מער ספאטלייטס, ליין פאר עלעקטריק אויבן, ליין פאר עירקאנדישן אין פארטש, אויך האט יענער געגעבן שטילע עקזאסט פען'ס.

הפנים, דאס איז שוין געווען מן השמים ווער עס זאל עס באקומען... האב איך נישט זוכה געווען.


פלאמבינג:

די פלאמבינג איז כמדומה געמאכט געווארן אלע דורך די זעלבע קאמפאני, Ultimate.

איך בין ממש נתפעל געווארן פון זייער איבערגעגעבנקייט און גראדקייט, ספעציעל ר' מיכל גלאנץ וואס האט מיר געקאלט אויסשמועסן אלע אפציעס, ווי צולייגן א האט וואטער ריטורן ליין, הייס און קאלט וואסער אין פארטש, דיינונג רום סינק, מיט די גרעסטע רואיגקייט און קלארקייט, סופער פלאס!


קאך

אה, דא איז דא וואס צו זאגן. מ'האט ב"ה צוגעשטעלט א הערליכע "סאלקא" קאך, אריינגערעכנט אויך א איילענד.

איך בין נאך געזיצן מיט הר"ר אהרן שאול סאנדעל ע"ה צו מאכן מיין פלאן. איך בין אים דאנקבאר עד היום פאר'ן טוישן מיין מיינונג און מיר צורעדן יא צו לייגן דעם איילענד... "ענק וועלן מיר בענטשן דערפאר" האט ער געזאגט פאר מיר און די ב"ב, וכך הוה.

כלומר, געגאנגען בין איך מיט'ן החלטה אז כ'וויל אויסשטעלן די קאך מיט גענוג קאונטערס אז כ'זאל 'נישט' דארפן קיין איילענד, ווייל איך האב ענדערשט ליב צו האבן "הרחבה", "לופט", שטויס מיר נישט אן דאס פלאץ...

ער האט מיר אבער אויפגעקלערט אז א קאך איז געמאכט פאר ווירטשאפט, עס דארף זיין "באקוועם און געשמאק צו נוצן", נישט לופט. לופט זוך אין דיינונג רום, דארט נעם ארויס די פורניטשור אויב דו ווילסט... אבער די קאך מאך "נוצבאר". ער האט אויפגעברענגט א נקודה אז ווען א מאמע שטייט מיט'ן שירצל צו קנעטן חלות - לדוגמא, פאר ווער עס באקט אליינס - און די קינדער ווילן נודזשען... אויב איז עס ביי א קאונטער ביים וואנט, וועלן די קינדער ציען די שירצל פון הונטן... משא"כ אויב איז עס ביי א איילענד וועלן זיי שטיין קעגן איבער, און וואטשן די שאו.

פעסט פארווערד היינט קען איך זאגן אז ס'איז ממש ווי ער האט געזאגט, און איך בענטש אים טאקע! יהא זכרו ברוך.

ווען ס'איז געקומען צו פיינעלייזן די קאך אויסשטעל האט מיך סערווירט ר' חיים טורנהיים, איך בין געווען פון אים צופרידן "נעקסט לעוול". עפעס אויסטערליש. זיין עקספערטיז, זיין געדולד, און זיין האנעסטי. ב"ה איך קען זאגן אז זיי האבן מיר סערווירט מיט א שלימות שבשלימות.
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 960
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1342

Re: מיין עקספיריענס אויף "קויפן און צורישן א דירה"

פאוסט דורך נפתלי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 4:23 pm ער האט אויפגעברענגט א נקודה אז ווען א מאמע שטייט מיט'ן שירצל צו קנעטן חלות - לדוגמא, פאר ווער עס באקט אליינס - און די קינדער ווילן נודזשען... אויב איז עס ביי א קאונטער ביים וואנט, וועלן די קינדער ציען די שירצל פון הונטן... משא"כ אויב איז עס ביי א איילענד וועלן זיי שטיין קעגן איבער, און וואטשן די שאו.
אינטערעסאנטע נקודה
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 394
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 320

Re: מיין עקספיריענס אויף "קויפן און צורישן א דירה"

פאוסט דורך יאנטשי »

מען קען בענטשן א מת?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6592

Re: מיין עקספיריענס אויף "קויפן און צורישן א דירה"

פאוסט דורך פופציגער »

WOW

איך בין נייגעריג צי ביים צווייטן פאזע גייט אויך אזוי זיין.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
מי שברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 181
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
Location: קר"י
x 163

Re: מיין עקספיריענס אויף "קויפן און צורישן א דירה"

פאוסט דורך מי שברך »

שכח @דער תהלים איד איך האלט יעצט און מיטן דעי רייט לאמיר האפן אז מען וועט קענען נאשען גוטע טיפס...
איך האב שוין געסיינט דארט און ענקלעיוו פאר 400$ א ס"פ...
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5373
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10131

Re: מיין עקספיריענס אויף "קויפן און צורישן א דירה"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 4:38 pm מען קען בענטשן א מת?
די גמרא זאגט דאך "זכר צדיק לברכה"... ניין?
חיים יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
x 165

Re: מיין עקספיריענס אויף "קויפן און צורישן א דירה"

פאוסט דורך חיים יוסף »

זייער פיינע אינפארמאציע,
איך בין נישט קיין קרית יואלער, איך וועל צוווארטן צו הערן וועגן וועלכע זאכן ווי די אלטע פערנעטשער בעטן וכדומה מהאט מיט גענומען אין וואס מען האט בייזייטיגט, אין ווי מקען קויפן די היינטיגע סטיילס
אויב די האסט שוין נישט די Paper window shades ווי האסטו געקויפט די נייע, אין איבער Shelving.
די זכות זאל אייך ביישטיין פארן שערן ניצבארע אינפארמאציע
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5373
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10131

Re: מיין עקספיריענס אויף "קויפן און צורישן א דירה"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@חיים יוסף לאמיך טרייען צו גיין על הסדר קודם מיט די גרעסערע זאכן, אבער כ'וועל אי"ה צוקומען צו טיפס מיט לינקס אויף אלע פיטשעפקעס. בע"ה.

קאנדא

די קאנדא מענעדזשעמענט האמיר באקומען Utmost Managment און אויף ביזדערווייל קען איך זאגן אז כ'האב זייער הנאה געהאט, שטארק אויפגעסעט, זייער רעספאנסיוו, און אויך געווען זייער העלפ-פול ווען מ'האט געדארפט דיעלן מיט'ן קאנטראקטאר אויף עני אישו, בהשכל ובדעת.

בכלליות האבן זיי מיר געמאכט פילן אז כ'האב געקויפט א הויז פאר געלט, נישט באקומען ביי א חלוקה ווי מאנכע קענען צומאל געבן דעם געפיל...


צוגעבויטע פארטש

מ'האט באקומען א שיינע סייז פארטש, גוט געביוט אויך, אבער כ'האב דאך געוואלט צולייגן אפאר פיס. כ'וואלט געווארט אפאר יאר דערמיט, נאר כ'בין יא געווען אין א ראש עס צו מאכן יעצט כדי נישט צו דארפן מאכן א אונינג 2 מאל.

אלע 3 שכנים (ענקלעיוו איז נאר 3 שטאק) האבן געוואלט פארברייטערן און צולייגן פארטשעס, האמיר גענוצט די פירמע Pro Deck, ר' יואל ברוין, ער איז נישט דוקא ביליג, אבער מאכט גאר גאר א פיינעם ארבעט! די דזשאב איז געווען היבש קאמפליצירט, אבער זיין טיעם האט געארבעט מורא'דיג פראפעשאנעל, און אויך פריינטליך און איבערגעגעבן, מיט א געשמאקע עדיטוט. אלע 3 האבן ב"ה גאר שטארק הנאה געהאט.
שרייב פאוסט