אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2368

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך אנדערער »

פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 9:20 pm הממממ איזהו חכם המכיר את מקומו..
המכיר את מקומו איז די משנה פון מח דברים שהתורה נקנית בהם

ומכלל הן אתה שומע לאו
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 285

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:20 pm
בן מנחם האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:12 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:45 pm שוין גערעדט איבער 500 שיעורים איבער אלע נושאים

האט זיך שוין עפעס געטוישט ביים היימישען ציבור א דאנק זיינע שיעורים?
מיין שכל זאגט מיר פאר זיינע צוהערער זיכער און פון דארט רינט די השפעה אריבער צו כלל ישראל
ביי וועלעכע ענין איז געווארן א טויש?

ביז דערווייל איז נאך גארנישט געווארן מיט קיין איינע פון זיינע פלענער ווי פון חתונה מאכן/מופן צו ווייטע געגענטער/אידן זאלן ארבעטען אין ups וכדו' וכדו'
עס איז נישט געווארן קיין שום טויש פארן ציבור, אבער פארן יחיד איז געווארן ריזיגע טוישונגען

הער אויס זיינע הונדערטער סוקסעס סטאריס במשך די לעצטע 6 יאר, אידן האבן זיך אליינס געמאכט זייערע חשבונות וויאזוי צו לעבן מער שפאר’זאם און טראכט’באר
ער איז נישט דא צו טוישן כלל ישראל, נאר יעדע יחיד מישראל. כאפסט די חילוק?

אני הקטן האב אסאך הנאה געהאט פון דעם איד: איך האב אנגעהויבן מאכן ביליגערע ארדערס און איך ספענד נישט מיין געלט, נאכן הערן זיינע שמועסן. ועולה על כולנה א טעגליכע שיעור אין גמרא וואס איך לערן בזכותו.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1516
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1598

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך שבת קודש »

ר' אליעזר איז ארויפגעקומען פארציילן אז פאגאנגענע הושענה רבה איז ער געגאנגען קויפן הושענות און היות עס האט געקאסט 6 דאלער וואס איז איבערגעטריבען לשיטתו האט ער געקויפט נאר איין סעט פאר די גאנצע משפחה היות ס'איז נישט דא קיין געהעריגע מקור אז מ'זאל קויפן פאר יעדעם עקסטער,

ער קען טועהן וואס ער וויל אבער ארויסקומען אין פאבליק אוועקמאכן א מנהג ישראל איז א עוולה, אונזערע זיידעס דורי דורות זענען געווען גענוג שפארזאם און האבן אויך געוואווסט פון דעם סוד אז מען קען נעמען איינס פאר יעדעם עכ''ז האבן זיי יא געקויפט פאר יעדעם עקסטער און א מנהג ישראל דארף זיין הייליג אפילו עס האט נישט קיין געהעריגע מקור,
בכלל האט מען אייביג געוואווסט אז די מעלה פון שפארן איז נאר וועס עס קומט צו גשמיות אבער וועס קומט צו הידור מצוות שפארט מען נישט,

אזוי אויך אויב גייט מען אויף דעם מהלך די פרייז פון א חסידישע רעקל איז אויך איבערגעטריבן די זעלבע א חסידישע היט א שטריימעל זאל מען אנהייבען אנטועהן נאר א העמד און א הויזן צו שפארן געלט וכדו' וכדו' ואין לדבר סוף.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9369

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 12:44 pm ר' אליעזר איז ארויפגעקומען פארציילן אז פאגאנגענע הושענה רבה איז ער געגאנגען קויפן הושענות און היות עס האט געקאסט 6 דאלער וואס איז איבערגעטריבען לשיטתו האט ער געקויפט נאר איין סעט פאר די גאנצע משפחה היות ס'איז נישט דא קיין געהעריגע מקור אז מ'זאל קויפן פאר יעדעם עקסטער,

נישט שלעכט צוגעטראפן, ער האטעך שוין פרובירט צו מאכן א מאוומענט צו קויפן די פרויענישע קאוטס...

אבער די עוולה פון די הושענות איז נאכמער, ווען ער אליין איז מודה א שפעטערדיגע שמועס אז ע"פ אריז"ל איז יא אן ענין צו קויפן פאר יעדעם עקסטער [כ'האב נישט דורכגעטון די נושא, כ'זאג אים נאר נאך], ממילא האט דער מנהג א געהעריגע מקור.
וואו ס'איז נוגע; ער האט גע'טענה'ט אז אונזערע עלטערן האבן געהאט גרינגע צוטריט צו ערבה בוימער און צוליב דעם האבן זיי זיך ערלויבט צו נוצן פאר יעדעם עקסטער. איך בין מסופק דערין, אבער אפי' לשיטתו, איינמאל ס'האט א געהעריגע מקור איז פשט אז אונזערע עלטערן האבן אנגענומען זיך צו פירן ווי מנהג אריז"ל, און ס'איז דא דערביי דער ענין פון אל תטוש.

אנו בשלנו, והמתחכמים יתחכמו.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

פאוסט דורך מסתמא »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 1:09 pm

די 5 ערבות איז נישט בקפידה ממש. אז מקען קען מען. א דבר קבלה איז נישט געקריצט אין שטיין ביחס צו נגלה. נאכאמאל, אני הקטן נוץ ווייטער 5 אבער להוי ידוע אז אין לבוש אליה רבה וכו’ וכו’ שטייט אז עס איז אפציאנאל און אזוי האט מען זיך געפירט ביז ממש לעצטנס, אנדערע נוצן גאר 17 ערבות, דוגמת החת”ס. מאן דארף האבן די מושקל ווען עס קומט צו א מנהג ע”פ קבלה רעלאטיוו מחודש.

א ודאי דארף דאס א שיקול הדעת מיט א דעת תורה וכו’ און איך וואלט ניטאמאל אויפגעברענגט אזא שאלה אבער ווען מען זעהט די פרייזן איז נישט מער ווי נארמאל צו פרעגן צו אדעתה דהכי האבן אונזערע זיידעס די לעצטע 200 יאר אנגענומען דעם אר”י אז עס וועט קאסטן אזא טייערע פרייז.

עס נישט א גדר שגדרו אבותינו די 5 הושענות. עס איז א מנהג טוב בנוסף צו די מנהג ההושענות וואס מקען יוצא זיין אפילו מיט 3 צווייגן אדער ווייניגער.

דאס איבערנוצן, ווייסעך אפילו נישט אויב סהאט א מקור נישט צו איבערנוצן.

נאכאמאל, איך טו ווייטער וואס איך טו, אבער כדערשרעק מיך נישט פון זיינע דיבורים
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9573

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בנוגע די ערבות פרייזן:

עס מאכט באמת נישט קיין סענס. מיט דעם איז ער הונדערט פראצענט גערעכט.

אבער, ווען אידן גיבן אויס טויזנטער צו האבן אלע באקוועמליכקייטן, און יא, אויך אליעזר קרויס טוט עס, איז זייער סטופיד אז פונקט ביי א מצוה וואס בלייבט אויף אייביג ווערט מען עפעס אזוי געמאסטן און מ'ווארפט עס צוריק.

ס'איז א בזיון המצוות אז ביי ערבות פון 6 דאלאר ווערט מען צוטראגן און ביי א קאר פון 600 א חודש פרעגט מען נישט קיין קושיות (נאר א משל).

בנוגע אוועקמאכן דעם מנהג:

ס'איז א שטארקע בושה אז מען שעמט זיך נישט צו פארציילן ברבים אז א מנהג ישראל איז אזוי בזוי ומבוזה.

גדולי ישראל קענען מאכן תקנות להגדיר גדר, ווען זיי זעען איין א צורך. נישט א חרדישע טאלק שויער זאל באשליסן און טון למעשה און עס נאך דערציילן בפומבי.

פליז, הכר את מקומך.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1516
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1598

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך שבת קודש »

דאס אז די פרייזן מאכט נישט קיין סענס איז ליידער ביי א יעדע אידשיקייט פארדוקט, דעם פרייטאג בין איך מיך געגאנגען שערן עס קאסט שוין 'גאנצע צען דאלער'...
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך וואוילער »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 3:49 pm דאס אז די פרייזן מאכט נישט קיין סענס איז ליידער ביי א יעדע אידשיקייט פארדוקט, דעם פרייטאג בין איך מיך געגאנגען שערן עס קאסט שוין 'גאנצע צען דאלער'...
גיב א טשעק וויפיהל עס קאסט א שער אין א געווענליכע בארבער שאפ, כ'מיין אז בערך 20 טאללער.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1516
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1598

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך שבת קודש »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 3:57 pm

אמת אבער שערן איז ארויף די לעצטע 40 יאר אסאך מער ווי די ערבות זענען ארויף

[דארף מען אנהייבען צו טועהן אזווי מען טוט אין סקווירא די ביהמ''ד שטעלט צו צענדליגע שער מאשינדליך און גוטע אידן קומען וואוולנעטירן צו שערן איינער פאר א האלבע שעה איינער פאר מער]
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3728

פאוסט דורך נקודות טובות »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 1:18 pm
► Show Spoiler
די 5 ערבות איז נישט בקפידה ממש. אז מקען קען מען. א דבר קבלה איז נישט געקריצט אין שטיין ביחס צו נגלה. נאכאמאל, אני הקטן נוץ ווייטער 5 אבער להוי ידוע אז אין לבוש אליה רבה וכו’ וכו’ שטייט אז עס איז אפציאנאל און אזוי האט מען זיך געפירט ביז ממש לעצטנס, אנדערע נוצן גאר 17 ערבות, דוגמת החת”ס. מאן דארף האבן די מושקל ווען עס קומט צו א מנהג ע”פ קבלה רעלאטיוו מחודש.

א ודאי דארף דאס א שיקול הדעת מיט א דעת תורה וכו’ און איך וואלט ניטאמאל אויפגעברענגט אזא שאלה אבער ווען מען זעהט די פרייזן איז נישט מער ווי נארמאל צו פרעגן צו אדעתה דהכי האבן אונזערע זיידעס די לעצטע 200 יאר אנגענומען דעם אר”י אז עס וועט קאסטן אזא טייערע פרייז.

עס נישט א גדר שגדרו אבותינו די 5 הושענות. עס איז א מנהג טוב בנוסף צו די מנהג ההושענות וואס מקען יוצא זיין אפילו מיט 3 צווייגן אדער ווייניגער.

דאס איבערנוצן, ווייסעך אפילו נישט אויב סהאט א מקור נישט צו איבערנוצן.

נאכאמאל, איך טו ווייטער וואס איך טו, אבער כדערשרעק מיך נישט פון זיינע דיבורים
וועמיר לאזן די נושא פון וויפיל הושענת מען דארף פאר א צווייטע מאל.

איך בין א תמים, און איך ווייס איין זאך. דער מחבר שרייבט די שיעור איז עלה אחד בבד אחד. דער רמ"א שרייבט אויף דעם, מיהו מכוער הוא להיות עלה אחד בבד אחד ע"כ נהגו לעשות ההושענת יפים משום זה קלי ואנוהו.

איך וועל מיך שפארן געלט מיטן אויסוואשן האט קאפס און עס איבערניצן, און איך וועל מאכן אלע מיינע קינדער ניצן די זעלבע טאט בראש... זאכן וואס דער רמ"א שרייבט אז דאס זאל זיין שיין משום זה קלי, ספענד איך דערפאר. איבערגענוצטע הושענת איז נישט קיין זה קלי ואנוהו. פינטל! ספעציעל איינער מיט 7-8 קינדער וואס דער לעצטער באקומט שוין אן אויסגעקלאפטע הושענה! וכי תגשון עור לזבח אין רע וכי תגישו פסח וחלה אין רע הקריבהו נא לפחתך הירצך או הישא פניך אמר יקוק צבאות. אזוי גייט עס, פאר די טיר צאלט מען וויפיל עס לאזט זיך עס זאל זיין די שענסטע און בעסטע, אבער אויף די מזוזה שפארט מען...
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 4:14 pm

מען דארף אנהויבען טוהן? הייב אן! קום יעדע וואך פרייטאג אין מקוה א האלבע שעה פריער, און שטעל דיך שערן בחינם. איינער שטערט דיר?

אבער באמת האב איך א בעסערע בייפאל. נעם א שער מאשין אינדערהיים, און שער אפ דיינע קינדער. ביסט עפעס ראטשילד אז דו לאזט זיך שערן ביי א צווייטן? אויב יא, דאן באצאל ווי ראטשילד אויך.

איך מיין אז צען דאלער א קאפ איז זייער אינטערגעצאלט (פאר א משמש וואס שערט נארמאל און פארשנייד נישט) עני גוישע בארבער שאפ וועט דיר בעטן 25$ פאר א פלעינע קאט אן קיין שום סטיילס. קיינער רייט נישט אויף דיר צוליב דיין אידישקייט. מען שערט זיך 7-8 מאל א יאר, פארגין דעם משמש 70-80$ א יאר. דו ווילסט שערן אין די קורצע פרייטאגס ביז א שעה צום זמן? לאז געמאכט!
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1574
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3325

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 4:25 pm (פאר א משמש וואס שערט נארמאל און פארשנייד נישט)
הלכתא למשיחא? (נאר א ווערטל)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך מסתמא »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 4:17 pm
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 1:18 pm
► Show Spoiler
די 5 ערבות איז נישט בקפידה ממש. אז מקען קען מען. א דבר קבלה איז נישט געקריצט אין שטיין ביחס צו נגלה. נאכאמאל, אני הקטן נוץ ווייטער 5 אבער להוי ידוע אז אין לבוש אליה רבה וכו’ וכו’ שטייט אז עס איז אפציאנאל און אזוי האט מען זיך געפירט ביז ממש לעצטנס, אנדערע נוצן גאר 17 ערבות, דוגמת החת”ס. מאן דארף האבן די מושקל ווען עס קומט צו א מנהג ע”פ קבלה רעלאטיוו מחודש.

א ודאי דארף דאס א שיקול הדעת מיט א דעת תורה וכו’ און איך וואלט ניטאמאל אויפגעברענגט אזא שאלה אבער ווען מען זעהט די פרייזן איז נישט מער ווי נארמאל צו פרעגן צו אדעתה דהכי האבן אונזערע זיידעס די לעצטע 200 יאר אנגענומען דעם אר”י אז עס וועט קאסטן אזא טייערע פרייז.

עס נישט א גדר שגדרו אבותינו די 5 הושענות. עס איז א מנהג טוב בנוסף צו די מנהג ההושענות וואס מקען יוצא זיין אפילו מיט 3 צווייגן אדער ווייניגער.

דאס איבערנוצן, ווייסעך אפילו נישט אויב סהאט א מקור נישט צו איבערנוצן.

נאכאמאל, איך טו ווייטער וואס איך טו, אבער כדערשרעק מיך נישט פון זיינע דיבורים
וועמיר לאזן די נושא פון וויפיל הושענת מען דארף פאר א צווייטע מאל.

איך בין א תמים, און איך ווייס איין זאך. דער מחבר שרייבט די שיעור איז עלה אחד בבד אחד. דער רמ"א שרייבט אויף דעם, מיהו מכוער הוא להיות עלה אחד בבד אחד ע"כ נהגו לעשות ההושענת יפים משום זה קלי ואנוהו.

איך וועל מיך שפארן געלט מיטן אויסוואשן האט קאפס און עס איבערניצן, און איך וועל מאכן אלע מיינע קינדער ניצן די זעלבע טאט בראש... זאכן וואס דער רמ"א שרייבט אז דאס זאל זיין שיין משום זה קלי, ספענד איך דערפאר. איבערגענוצטע הושענת איז נישט קיין זה קלי ואנוהו. פינטל! ספעציעל איינער מיט 7-8 קינדער וואס דער לעצטער באקומט שוין אן אויסגעקלאפטע הושענה! וכי תגשון עור לזבח אין רע וכי תגישו פסח וחלה אין רע הקריבהו נא לפחתך הירצך או הישא פניך אמר יקוק צבאות. אזוי גייט עס, פאר די טיר צאלט מען וויפיל עס לאזט זיך עס זאל זיין די שענסטע און בעסטע, אבער אויף די מזוזה שפארט מען...
שטיין שטייט אין לבוש ואליהו רבה די שיעור פון 2-3. די 5 איז ע”פ קבלה כמדומה מובא במג”א

אגב, אין לבוש זאגט ער אז די שמייסן די ערבות איז לשמחה... סאו ע”פ קבלה איז עס טאקע נאר 5 שמיץ... אבער אויב עמיצער שפירט אז עס ברענט אים קען ער טעכניש אריינשמייסן...
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1574
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3325

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@מסתמא עפ"י קבלה איז עס 5 בדים און 5 קלעפ קעגן די דינים, מנצפ"ך, און עס איז א קפידא עס זאל נישט זיין מער.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך מסתמא »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 4:39 pm @מסתמא עפ"י קבלה איז עס 5 בדים און 5 קלעפ קעגן די דינים, מנצפ"ך, און עס איז א קפידא עס זאל נישט זיין מער.
קארעקט. איך רעד פון די ספרי הפוסקים וכ”נ בכל הדורות ביז נישט צו לאנג צוריק. 5 בדים איז א מג”א וואס איז נתפשט געווארן ציביסלעך, אבער די קפידה פון נאר 5 קלעפ איז נישט געווען עכט
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3728

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך נקודות טובות »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 4:35 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 4:17 pm
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 1:18 pm
► Show Spoiler
די 5 ערבות איז נישט בקפידה ממש. אז מקען קען מען. א דבר קבלה איז נישט געקריצט אין שטיין ביחס צו נגלה. נאכאמאל, אני הקטן נוץ ווייטער 5 אבער להוי ידוע אז אין לבוש אליה רבה וכו’ וכו’ שטייט אז עס איז אפציאנאל און אזוי האט מען זיך געפירט ביז ממש לעצטנס, אנדערע נוצן גאר 17 ערבות, דוגמת החת”ס. מאן דארף האבן די מושקל ווען עס קומט צו א מנהג ע”פ קבלה רעלאטיוו מחודש.

א ודאי דארף דאס א שיקול הדעת מיט א דעת תורה וכו’ און איך וואלט ניטאמאל אויפגעברענגט אזא שאלה אבער ווען מען זעהט די פרייזן איז נישט מער ווי נארמאל צו פרעגן צו אדעתה דהכי האבן אונזערע זיידעס די לעצטע 200 יאר אנגענומען דעם אר”י אז עס וועט קאסטן אזא טייערע פרייז.

עס נישט א גדר שגדרו אבותינו די 5 הושענות. עס איז א מנהג טוב בנוסף צו די מנהג ההושענות וואס מקען יוצא זיין אפילו מיט 3 צווייגן אדער ווייניגער.

דאס איבערנוצן, ווייסעך אפילו נישט אויב סהאט א מקור נישט צו איבערנוצן.

נאכאמאל, איך טו ווייטער וואס איך טו, אבער כדערשרעק מיך נישט פון זיינע דיבורים
וועמיר לאזן די נושא פון וויפיל הושענת מען דארף פאר א צווייטע מאל.

איך בין א תמים, און איך ווייס איין זאך. דער מחבר שרייבט די שיעור איז עלה אחד בבד אחד. דער רמ"א שרייבט אויף דעם, מיהו מכוער הוא להיות עלה אחד בבד אחד ע"כ נהגו לעשות ההושענת יפים משום זה קלי ואנוהו.

איך וועל מיך שפארן געלט מיטן אויסוואשן האט קאפס און עס איבערניצן, און איך וועל מאכן אלע מיינע קינדער ניצן די זעלבע טאט בראש... זאכן וואס דער רמ"א שרייבט אז דאס זאל זיין שיין משום זה קלי, ספענד איך דערפאר. איבערגענוצטע הושענת איז נישט קיין זה קלי ואנוהו. פינטל! ספעציעל איינער מיט 7-8 קינדער וואס דער לעצטער באקומט שוין אן אויסגעקלאפטע הושענה! וכי תגשון עור לזבח אין רע וכי תגישו פסח וחלה אין רע הקריבהו נא לפחתך הירצך או הישא פניך אמר יקוק צבאות. אזוי גייט עס, פאר די טיר צאלט מען וויפיל עס לאזט זיך עס זאל זיין די שענסטע און בעסטע, אבער אויף די מזוזה שפארט מען...
שטיין שטייט אין לבוש ואליהו רבה די שיעור פון 2-3. די 5 איז ע”פ קבלה כמדומה מובא במג”א

אגב, אין לבוש זאגט ער אז די שמייסן די ערבות איז לשמחה... סאו ע”פ קבלה איז עס טאקע נאר 5 שמיץ... אבער אויב עמיצער שפירט אז עס ברענט אים קען ער טעכניש אריינשמייסן...
איך כאפ נישט פונקטלעך דיין כוונה. דארפסט נישט קיין לבוש, פשטות השלחן ערוך איז איינס עלה אחד בבד אחד. למעשה איז טאקע דא אסאך שיטות, דריי איז לצאת ידי רב נחמן וואס האלט דריי כמבואר בפרמ"ג ועוד, הגם די הלכה איז כרב ששת.

בנוגע חבטה. נישט קיין נפקה מינה די סיבה דערפון, חבטה איז מעיקר הדין, כמו שכתב הרמב"ם ונפסק כן בשלחן ערוך. לויט רש"י איז עס טעקא ניענוע, און דערפאר שרייבט די רמ"א ווי ביידע. אבער קלאפן די הושענת איז מכח ההלכה. נאר ווי באקאנט ברענגט דער משנה ברורה משם החיי אדם דאס אפקלאפן אלע בלעטער משום שמחה. ממילא איך שיהיה דארף מען קלאפן אדער בכלי, אדער גאר ע"פ קבלה דוקא אויף די ערד. אבער קלאפן דארף מען. אז דו ווילסט אפקלאפן די גאנצע, קלאפ. דער יעב"ץ שרייבט אז נישט דאכטזיך, אבער שוין...

בנוגע דאס וואס איר שרייבט. די 5 ערבות איז נישט בקפידה ממש. אז מקען קען מען. א דבר קבלה איז נישט געקריצט אין שטיין ביחס צו נגלה. קודם כל וואס הייסט ס'איז נישט בקפידא? דער אר"י הק' איז מקפיד און איר זאגט אז עס איז נישט קיין קפידא? איי דער חתם סופר האט גענוצט 17? דאס איז דאך אויך ע"פ קבלה כמבואר במג"א. נו איז דאך עס קבלה מיט קבלה, גייסט דיך אריינלייגן דעם קאפ דא אינצווישן? מען טוט ווי די טאטע און רבי האבן געטוהן. דאס איז געקריצט! אז מען האט נישט האט מען נישט, דארף מען וויסן אז ע"פ הלכה איז גוט איינס. אבער צאלן אפאר דאלער עקסטער מיינט אז מען האט נישט? אולי איז קויפן איין ערבה פאר יעדן, בעסער ווי קויפן איין סעט פער משפחה. כאטש איז מען מקיים די עיקר הלכה בהידור.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך וואוילער »

וואס איז טאקע די סיבה נישט צו איבערנוצן?

דאס וואס @נקודות טובות שרייבט וועגן ס'איז שוין נישט שיין, דאכצעך אז געווענליך ווען מ'גיבט פשוט 5 קלאפעס אויף דער ערד, איז קוים 1-2 בלעטלעך אראפ.
צו נוצן פאר די קינדער איז עס זיכער גענוג חשוב אזויווי זייער חינוך סעט פון די ד' מינים.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך וואוילער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 4:31 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 4:25 pm (פאר א משמש וואס שערט נארמאל און פארשנייד נישט)
הלכתא למשיחא? (נאר א ווערטל)
און ער וויל נאך אז יעדער זאל זיך שטעלן שערן פאר א האלבע שעה.
נאו וועי!!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך מסתמא »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 5:06 pm בנוגע דאס וואס איר שרייבט. די 5 ערבות איז נישט בקפידה ממש. אז מקען קען מען. א דבר קבלה איז נישט געקריצט אין שטיין ביחס צו נגלה. קודם כל וואס הייסט ס'איז נישט בקפידא? דער אר"י הק' איז מקפיד און איר זאגט אז עס איז נישט קיין קפידא? איי דער חתם סופר האט גענוצט 17? דאס איז דאך אויך ע"פ קבלה כמבואר במג"א. נו איז דאך עס קבלה מיט קבלה, גייסט דיך אריינלייגן דעם קאפ דא אינצווישן? מען טוט ווי די טאטע און רבי האבן געטוהן. דאס איז געקריצט! אז מען האט נישט האט מען נישט, דארף מען וויסן אז ע"פ הלכה איז גוט איינס. אבער צאלן אפאר דאלער עקסטער מיינט אז מען האט נישט? אולי איז קויפן איין ערבה פאר יעדן, בעסער ווי קויפן איין סעט פער משפחה. כאטש איז מען מקיים די עיקר הלכה בהידור.
פשוט ביותר. א קפידה פון די מקובלים האט נישט געמיינט אינדערהיים אויף הלכה למעשה, מהאט זיך נישט געפירט ע”פ קבלה. עס איז זייער צושטייט נתפשט געווארן.
ווייטער די לשון השו”ע איז די הלכה. דאס איז איז ווייטער נישט די נושא דא. מיר זוכן צו וויסן מנהג אבותינו.

די מנהג פון אונזערע זיידעס ובפרט די זיידעס פון רוב רובם פון די בני אונגארן גייט צוריק צו מעהרן וביהעמען דאס איז טשעכיי, רוב מנהגיהם וועסטו טרעפן אין אליהו רבה און אין לבוש וועלכע האבן געאגראפיש געוואוינט דארטן. דאס איז באופן כללי די מנהג פון אונזערע זיידעס. יעצט א מנהג מקובלים פונעם מג”א איז טאקע זייער שטארק, ומסתמא צוליב דעם איז עס טאקע נתפשט געווארן. אבער שמעתי (מפי ר’ יצחק אהרן פישער הי"ו) אז אינדערהיים אין אויבערלאנד פלעגט מען אפיציעל געבן פאר די קינדער נאר 2-3 הושענות ע”פ די מנהג עתיק פון לבוש ואליהו רבה נישט צו מקפיד זיין בקפידה אויף מער. די 5 הושענות בקפידה איז א בחינה פון א מנהג חדש (רעלאטיוו) אן הוספה צו די מנהג הושענות וואס פארלאנגט נישט ארגינעל מער פון 2-3 הושענות.

יעצט כמובן אז יעדע חסידות טוט וואס זי טוט. איך רעדט אבער פון די סעטלד מנהג יהודי אינדערהיים וואס האט נישט מיט חסידות. ווייטער אז מגייט מיט די לאקאלע מנהג חסידות איש על מחנהו ואיש דגלו איז דאך ווייטער נישט קיין ספק.

און וואס טוט זיך ווען מהייבט אן צו מייקר זיין את השער די קאסטן פון די הושענות? כמיין אז סאיז דא א מקום צו גיין צו א דעת תורה און פרעגן וויאזוי זיך צו פירן, וכ”ש וכ”ש ווען דער מדובר איז בס”ה צו מען מעג איבערנוצן געקלאפטע הושענות.

די גאנצע נושא איז א שפארן נושא אויפן חשבון פון הושענות. נישט אין מיין פלאן. אבער ווען מרעדט פון די נושא דארף מען אויסבויען די יסודות שטאפל ביי שטאפל און וויסן וויפיל געוויכט יעדע שטאפל פון די מנהג טראגט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
שמח בחלקו
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:34 pm
x 36

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך שמח בחלקו »

בענין איבערנוצן הושענות.

איך האב אזוי געזען אין ישראל והזמנים, ער שרייבט עס זייער קלאר. איך האב געפרעגט מיין דיין (דא אין קרית יואל) שוין עטליכע יאר צוריק, און זייט דעמאלטס קויף איך איין סעט הושענות פאר די גאנצע משפחה.

קודם נוץ איך עס אין בית המדרש, איך קלאפ עס איידל עס זאל בלייבן שיין, דערנאך נוצט עס מיין ווייב, און דערנאך אלע קינדער. ווען יעדער איז פארטיג נעמען עס די קליינע קינדער און קלאפן עס אויס ווי שטארק זיי ווילן. דאס איז לכתחלה שבלכתחילה למהדרין מן המהדרין.

דרך אגב, ר' ישראל דוד שרייבט אז עס גייט נישט אן דער ענין פון אויסגעבן געלט פאר "הידור מצוה" ביי דעם, ווייל דאס איז א מנהג און נישט קיין מצוה.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1516
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1598

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך שבת קודש »

שמח בחלקו האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 4:02 pm בענין איבערנוצן הושענות.

איך האב אזוי געזען אין ישראל והזמנים, ער שרייבט עס זייער קלאר. איך האב געפרעגט מיין דיין (דא אין קרית יואל) שוין עטליכע יאר צוריק, און זייט דעמאלטס קויף איך איין סעט הושענות פאר די גאנצע משפחה.

קודם נוץ איך עס אין בית המדרש, איך קלאפ עס איידל עס זאל בלייבן שיין, דערנאך נוצט עס מיין ווייב, און דערנאך אלע קינדער. ווען יעדער איז פארטיג נעמען עס די קליינע קינדער און קלאפן עס אויס ווי שטארק זיי ווילן. דאס איז לכתחלה שבלכתחילה למהדרין מן המהדרין.

דרך אגב, ר' ישראל דוד שרייבט אז עס גייט נישט אן דער ענין פון אויסגעבן געלט פאר "הידור מצוה" ביי דעם, ווייל דאס איז א מנהג און נישט קיין מצוה.
ר' ישראל דוד אליין קויפט נאר איינס פאר זיין גאנצע משפחה?
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 376
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 236

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך גראסערי »

שמח בחלקו האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 4:02 pm בענין איבערנוצן הושענות.

איך האב אזוי געזען אין ישראל והזמנים, ער שרייבט עס זייער קלאר. איך האב געפרעגט מיין דיין (דא אין קרית יואל) שוין עטליכע יאר צוריק, און זייט דעמאלטס קויף איך איין סעט הושענות פאר די גאנצע משפחה.

קודם נוץ איך עס אין בית המדרש, איך קלאפ עס איידל עס זאל בלייבן שיין, דערנאך נוצט עס מיין ווייב, און דערנאך אלע קינדער. ווען יעדער איז פארטיג נעמען עס די קליינע קינדער און קלאפן עס אויס ווי שטארק זיי ווילן. דאס איז לכתחלה שבלכתחילה למהדרין מן המהדרין.

דרך אגב, ר' ישראל דוד שרייבט אז עס גייט נישט אן דער ענין פון אויסגעבן געלט פאר "הידור מצוה" ביי דעם, ווייל דאס איז א מנהג און נישט קיין מצוה.
אויב מען מעג פרעגן, וואזוי הייסט די דיין?
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9369

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 1:08 pm
שמח בחלקו האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 4:02 pm בענין איבערנוצן הושענות.

איך האב אזוי געזען אין ישראל והזמנים, ער שרייבט עס זייער קלאר. איך האב געפרעגט מיין דיין (דא אין קרית יואל) שוין עטליכע יאר צוריק, און זייט דעמאלטס קויף איך איין סעט הושענות פאר די גאנצע משפחה.

קודם נוץ איך עס אין בית המדרש, איך קלאפ עס איידל עס זאל בלייבן שיין, דערנאך נוצט עס מיין ווייב, און דערנאך אלע קינדער. ווען יעדער איז פארטיג נעמען עס די קליינע קינדער און קלאפן עס אויס ווי שטארק זיי ווילן. דאס איז לכתחלה שבלכתחילה למהדרין מן המהדרין.

דרך אגב, ר' ישראל דוד שרייבט אז עס גייט נישט אן דער ענין פון אויסגעבן געלט פאר "הידור מצוה" ביי דעם, ווייל דאס איז א מנהג און נישט קיין מצוה.
ר' ישראל דוד אליין קויפט נאר איינס פאר זיין גאנצע משפחה?
טאמער קויפט ער אן אתרוג פאר 500 טאלער מיינט עס אז ער האלט אז פאר 150 קען מען נישט טרעפן א כשר'ע אתרוג?

ער שרייבטעך קלאר אז א מנהג איז עס עכ"פ יא.
אוועיטער
שמח בחלקו
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:34 pm
x 36

Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'

פאוסט דורך שמח בחלקו »

גראסערי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 1:37 pm
שמח בחלקו האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 4:02 pm בענין איבערנוצן הושענות.

איך האב אזוי געזען אין ישראל והזמנים, ער שרייבט עס זייער קלאר. איך האב געפרעגט מיין דיין (דא אין קרית יואל) שוין עטליכע יאר צוריק, און זייט דעמאלטס קויף איך איין סעט הושענות פאר די גאנצע משפחה.

קודם נוץ איך עס אין בית המדרש, איך קלאפ עס איידל עס זאל בלייבן שיין, דערנאך נוצט עס מיין ווייב, און דערנאך אלע קינדער. ווען יעדער איז פארטיג נעמען עס די קליינע קינדער און קלאפן עס אויס ווי שטארק זיי ווילן. דאס איז לכתחלה שבלכתחילה למהדרין מן המהדרין.

דרך אגב, ר' ישראל דוד שרייבט אז עס גייט נישט אן דער ענין פון אויסגעבן געלט פאר "הידור מצוה" ביי דעם, ווייל דאס איז א מנהג און נישט קיין מצוה.
אויב מען מעג פרעגן, וואזוי הייסט די דיין?
וואס א חילוק ווער מיין דיין איז? אדרבה, פרעג דַיין דַיָין, (אז דו ווילסט שרייב ארויס זיין נאמען) און לאז אונז וויסן וואס ער האט געזאגט...
שרייב פאוסט