עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

שמועסן, אינפארמאציע, און עצות איבער טעכנאלאגיע און אירע כלים
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 2:16 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 12:10 pm יא ארי, ווי כ'האב געשילדערט האט די החלטה איבער דעם גענומען צייט, און די עיקר פרעשור צו אונטעריאגן די החלטה איז געקומען פון די קאמפאניס וואס זייער הארדוועיר איז שוין דעליווערט און זיי שטייען און ווארטן אויפ'ן פיינעל סאפטוועיר אפדעיט, וואס איז געווען געוואנדן אין די החלטה. ממילא האט מען זיי געאפדעיט ערשט וכו'.
אין אנדערע ווערטער,

די גאנצע תורה אז פאמ'ס נישט האבן סווייפ איז א ביזנעס דעסישן, איז געווען פאר ס'זאל בכלל ארויסקומען א החלטה פון ועד הקהילות דערוועגן (און ביז יעצט וואס האט מען געזאגט פאר די קאמפעניס?)
יא, זייער קלאר.

צו זיין נאך קלארער, אין איינע פון די פארומס פאר די קאמפאניס האט די ועד געהאט צוגעלייגט צום צעטל אז "דערווייל" זאל מען מאכן נאר טאטש, און מ'וועט נאך דן זיין וועגן סווייפ. אז אונז האמיר דא @ארי גרינפעלד קען ער מסתמא מעיד זיין אז אזוי איז געשטאנען.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6082

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך פופציגער »

@ארי גרינפעלד קלאר טאקע אויס ביטע וויאזוי מען איז זיך אומגעגאנגען מיט די סווייפ ביי דיינע פאונס.

לאמיר הערן אויך פון א צווייטע פירמע.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
גרעיט אפפלי
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 7:48 pm
Location: Boro park
x 1

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך גרעיט אפפלי »

למעשה וויפיל גייט עס קאסטן?
אויב ס'וועט קאסטן מער פון $300 איז אשאד די צייט
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 577
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1040

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך בן תורה »

גרעיט אפפלי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 3:22 pm למעשה וויפיל גייט עס קאסטן?

זאגט ווער?

באזירט אויף וואס איז די נאמבער 300? פארוואס נישט 265?
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1574
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3325

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

שלום עליכם. מאכט אייך היימיש. דא רעדט דער עולם מער פאזיטיוו... חוץ אויב איר זענט א קאמפאטישן וואס האט מורא פון עפעס, קען איך אייך געבן א לינק וואו צו שרייבן... (אנטשולדיגט פארן זיין עטוואס שארף, איך מיין נישט אייך, נאר די קאנצעפט)
גרעיט אפפלי
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 7:48 pm
Location: Boro park
x 1

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך גרעיט אפפלי »

בן תורה האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 3:24 pm

זאל זיין 265

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 3:31 pm
גרעיט אפפלי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 3:22 pm למעשה וויפיל גייט עס קאסטן?
אויב ס'וועט קאסטן מער פון $300 איז אשאד די צייט
שלום עליכם. מאכט אייך היימיש. דא רעדט דער עולם מער פאזיטיוו... חוץ אויב איר זענט א קאמפאטישן וואס האט מורא פון עפעס, קען איך אייך געבן א לינק וואו צו שרייבן... (אנטשולדיגט פארן זיין עטוואס שארף, איך מיין נישט אייך, נאר די קאנצעפט)
דאס איז געשריבן פאזיטיוו פאר די וואס ווילן עס קויפן...
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 577
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1040

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך בן תורה »

גרעיט אפפלי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 3:38 pm
בן תורה האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 3:24 pm
גרעיט אפפלי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 3:22 pm למעשה וויפיל גייט עס קאסטן?
אויב ס'וועט קאסטן מער פון $300 איז אשאד די צייט
זאגט ווער?

באזירט אויף וואס איז די נאמבער 300? פארוואס נישט 265?
זאל זיין 265
;) :roll:
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 379
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 277

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך יאנטשי »

ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 11:06 am
ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 1:25 am חבר טייערע אבער סווייפ איז א תקנה פונעם וועד, קען זיין זיי האבן זייער תקנות אפדעיטעט אין פארגעסן צו אפדעיטן די מאנופעקטשורערס.

איך קוק עס אן ווי א פאזיטיווע אנטוויקלונג.
יעצט באקומען א מודעה אז די נייע גייד ליינס זענען נאוואס נעכטן פארענדיגט געווארן, אין זיי האבן זיך אנטשולדיגט פארן עס נאכנישט האבן אריינגעשיקט צום מאנופעקטשורער.

קוק דאס מיינט אן אוועקגעשטעלטע וועד מיט אחריות, איך קוק שטארק ארויס אויף די הצלחה אין די ארבייט וואס די וועד לייגט אריין צו אריינברענגען ווי מער טעלעפאנען אינטער א גוטע פארלעסליכע הכשר!
לויט די נייע גיידליינס זענען דיינע טעלעפאנען כשר עז איז, אדער דארפסטו עפעס טוישן?

וואס וועט זיין די קומענדיגע השומרים מערכה? ועד הקהילות האט מתיר געווען סמארטפאונס?..
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 4:32 pm

די איינציגסטע גיידליין וואס איז ניי איז אז סווייפ קען יא גיין מיט'ן הכשר. ביז יעצט איז נישט געווען קיין פיינעל החלטה דערויף.

די עיקר תקנות כלפי די מראית עין איז, אז ס'מוז זיין א פיזיקל קיבארד, און די סקרין זאל נישט זיין מער פון 2.5 ביי 5 אינטש, און די ועד דארף באשטעטיגן די דעזיין אז ס'זאל זיין גענוג ניכר אז ס'איז נישט קיין סמארטפאון.
האקט א טאג
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 7:39 pm
x 156

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך האקט א טאג »

@דער תהלים איד פארוואס האט די לייקאו וואנדער פאון נישט געקענט האבן די הכשר?
אוועיטער
ארי גרינפעלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 7:12 pm
Location: Spring valley NY
x 180

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך ארי גרינפעלד »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 2:24 pm @ארי גרינפעלד קלאר טאקע אויס ביטע וויאזוי מען איז זיך אומגעגאנגען מיט די סווייפ ביי דיינע פאונס.

לאמיר הערן אויך פון א צווייטע פירמע.
ס'הערשט דא א שטארקע צומישעניש צווישען אסאך מענטשען מיט אסאך מיינונגען.

וועד קהילות רולס ביז נעכטן (וואס איך ווייס יעצט) איז געווען מיר ארלויבען נישט קיין טאטש סקרין מיט ווישען פיטשער, דאס הייסט עס מעג זיין טאטש אבער נאר אויף צו דרייען ווי א קנעפל, צוגעשריבן אין קליין איז געווען אויב וועט נוגע זיין בעתיד לפי הצורך צו ערלויבן פול טאטש סקרין וועלן די רבנים עקסטערע דן זיין אויף דעם.)

ווען איך בין געזעצן זומער צייט, האט מען נאכנישט זיך געהאלטן ביים רירען פון דעם, פאר סוכות האב איך געשמיסט מיט איינע פון מיינע ידידים אין וועד קהילות (איך האב דארט אסאך גאר נאנטע מענטשען, וואס האבן מיר געמאכט פאר ווער איך בין ב.א.א וכדומה) אין איינע פון מיינע ידידים האבן מיר געזאגט אז אפשר וועט זיך עס טוישן.
למעשה נאר נעכטן איז די החלטה געווארן פיינעל.
אוועיטער
ארי גרינפעלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 7:12 pm
Location: Spring valley NY
x 180

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך ארי גרינפעלד »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 4:44 pm
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 4:32 pm
ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 11:06 am

יעצט באקומען א מודעה אז די נייע גייד ליינס זענען נאוואס נעכטן פארענדיגט געווארן, אין זיי האבן זיך אנטשולדיגט פארן עס נאכנישט האבן אריינגעשיקט צום מאנופעקטשורער.

קוק דאס מיינט אן אוועקגעשטעלטע וועד מיט אחריות, איך קוק שטארק ארויס אויף די הצלחה אין די ארבייט וואס די וועד לייגט אריין צו אריינברענגען ווי מער טעלעפאנען אינטער א גוטע פארלעסליכע הכשר!
לויט די נייע גיידליינס זענען דיינע טעלעפאנען כשר עז איז, אדער דארפסטו עפעס טוישן?

וואס וועט זיין די קומענדיגע השומרים מערכה? ועד הקהילות האט מתיר געווען סמארטפאונס?..

די איינציגסטע גיידליין וואס איז ניי איז אז סווייפ קען יא גיין מיט'ן הכשר. ביז יעצט איז נישט געווען קיין פיינעל החלטה דערויף.

די עיקר תקנות כלפי די מראית עין איז, אז ס'מוז זיין א פיזיקל קיבארד, און די סקרין זאל נישט זיין מער פון 2.5 ביי 5 אינטש, און די ועד דארף באשטעטיגן די דעזיין אז ס'זאל זיין גענוג ניכר אז ס'איז נישט קיין סמארטפאון.
ממילא לויט די נייע גייד ליינס איז די מיינד פאון עפפראווד, עס איז נאך אזוי ניקר אז עס איז נישט א אייפאון ווי די פאם מיט די האלבע ברודער פיג, אין ווי די נייע מיט זיין האלבע ברודער די קווין פאון.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 5:08 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 2:24 pm @ארי גרינפעלד קלאר טאקע אויס ביטע וויאזוי מען איז זיך אומגעגאנגען מיט די סווייפ ביי דיינע פאונס.

לאמיר הערן אויך פון א צווייטע פירמע.
וועד קהילות רולס ביז נעכטן (וואס איך ווייס יעצט) איז געווען מיר ארלויבען נישט קיין טאטש סקרין מיט ווישען פיטשער, דאס הייסט עס מעג זיין טאטש אבער נאר אויף צו דרייען ווי א קנעפל, צוגעשריבן אין קליין איז געווען אויב וועט נוגע זיין בעתיד לפי הצורך צו ערלויבן פול טאטש סקרין וועלן די רבנים עקסטערע דן זיין אויף דעם.)
קוק איבער, זיי האבן געשריבן "לעת עתה".

צו זיין קלארער און מער אפן, איז בעצם במשך די חדשים געווען צוויי מיינונגען איבער דעם, צווישן די קהילות. ווילאנג עס איז נישט געווארן אויסגעקלארט צווישן אלע קען מען נישט פיינעלייזן א החלטה. אזוי איז דער ועד אוועקגעשטעלט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 5:11 pm ממילא לויט די נייע גייד ליינס איז די מיינד פאון עפפראווד, עס איז נאך אזוי ניקר אז עס איז נישט א אייפאון ווי די פאם מיט די האלבע ברודער פיג, אין ווי די נייע מיט זיין האלבע ברודער די קווין פאון.
איך קען נישט די מיינד פאון. אבער אפשר טאקע?

כ'האב פארשטאנען אז דו ביסט בקשר מיט זיי צו באקומען א זיגל, וואס זיי בעטן צו טוישן - אויב זיי בעטן - ווייסטו בעסער פון מיר...
גרעיט אפפלי
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 7:48 pm
Location: Boro park
x 1

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך גרעיט אפפלי »

ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 5:11 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 4:44 pm
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 4:32 pm

לויט די נייע גיידליינס זענען דיינע טעלעפאנען כשר עז איז, אדער דארפסטו עפעס טוישן?

וואס וועט זיין די קומענדיגע השומרים מערכה? ועד הקהילות האט מתיר געווען סמארטפאונס?..

די איינציגסטע גיידליין וואס איז ניי איז אז סווייפ קען יא גיין מיט'ן הכשר. ביז יעצט איז נישט געווען קיין פיינעל החלטה דערויף.

די עיקר תקנות כלפי די מראית עין איז, אז ס'מוז זיין א פיזיקל קיבארד, און די סקרין זאל נישט זיין מער פון 2.5 ביי 5 אינטש, און די ועד דארף באשטעטיגן די דעזיין אז ס'זאל זיין גענוג ניכר אז ס'איז נישט קיין סמארטפאון.
ממילא לויט די נייע גייד ליינס איז די מיינד פאון עפפראווד, עס איז נאך אזוי ניקר אז עס איז נישט א אייפאון ווי די פאם מיט די האלבע ברודער פיג, אין ווי די נייע מיט זיין האלבע ברודער די קווין פאון.
זיי האבן נישט גערעדט פון סייז/מראית עין?
אוועיטער
ארי גרינפעלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 7:12 pm
Location: Spring valley NY
x 180

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך ארי גרינפעלד »

גרעיט אפפלי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 6:16 pm
ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 5:11 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 4:44 pm

די איינציגסטע גיידליין וואס איז ניי איז אז סווייפ קען יא גיין מיט'ן הכשר. ביז יעצט איז נישט געווען קיין פיינעל החלטה דערויף.

די עיקר תקנות כלפי די מראית עין איז, אז ס'מוז זיין א פיזיקל קיבארד, און די סקרין זאל נישט זיין מער פון 2.5 ביי 5 אינטש, און די ועד דארף באשטעטיגן די דעזיין אז ס'זאל זיין גענוג ניכר אז ס'איז נישט קיין סמארטפאון.
ממילא לויט די נייע גייד ליינס איז די מיינד פאון עפפראווד, עס איז נאך אזוי ניקר אז עס איז נישט א אייפאון ווי די פאם מיט די האלבע ברודער פיג, אין ווי די נייע מיט זיין האלבע ברודער די קווין פאון.
זיי האבן נישט גערעדט פון סייז/מראית עין?
מראית זיי איך נישט וואס מיינד פאון איז אנדער פון די נייע טעק פאון וואס קוקט אויס ווי די טרייפענע קווין, אין ווי די פאם פאון מיט די פיג, כשר'ע VN220 אין די נישט כשר'ע VN220
גרעיט אפפלי
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 7:48 pm
Location: Boro park
x 1

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך גרעיט אפפלי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 5:38 pm איך בין נתבשר געווארן דורכ'ן ועד הקהלות, אז בקרוב ממש (במשך דעם קומענדיגן חודש) וועט ערשיינען אין די געשעפטן א גענצליך נייע באר-פאון (נישט פליפ, א מעלה ביי אסאך מענטשן) מיט'ן נאמען 'טק'. עס ווערט פראדוצירט דורך א טעכנאלאגיע פירמע פון ארץ ישראל, וואס קומט ספעציעל ארויס מיט א כשר'ע ענדרויד-סאפטוועיר פאון וואס זאל זיין גוט פאר יהדות אמעריקא.

שוין א האלבע יאר וואס דער ארויסגעבער זיצט מיט'ן ועד הקהלות, און ער האט אויסגעארבעט יעדע ריר צו זיין אויסגעהאלטן מיט אלע פארשריפטן און סערווירן דעם גאנצן כשר'ן מארקעט בס"ד, הויפזעכטליך אז עס האט נישט קיין שום עפפס נאר פאון, טעקסט, און אלע בעסיקס.

די מעלה פונעם פאון איז אז ס'איז זייער געשמאק הענדי, נישט גרויס, זעט נישט אויס ווי סמארטפאון (די ועד האט רולס פון מאקסימום גרויסקייט פאר באר-פאונס, דאס איז נאך עטוואס קלענער).

די סקרין גייט זיין "טאטש און סווייפ", אבער אן קיין שום עפפס כתקנת הועד.

די פאונס גייען זיין סיי אין "טאלק אנלי" און סיי אין "טאלק ענד טעקסט", עס האט א גוטע הארדוועיר, גאר א גוטע מוזיק פלעיער, און נאך.

Front.jpg

Back.jpg
איז דא עפעס א סייט מיט מער אינפא / דיטעילס / פיקטשערס?
גרעיט אפפלי
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 7:48 pm
Location: Boro park
x 1

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך גרעיט אפפלי »

ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 6:21 pm
גרעיט אפפלי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 6:16 pm
ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 5:11 pm

ממילא לויט די נייע גייד ליינס איז די מיינד פאון עפפראווד, עס איז נאך אזוי ניקר אז עס איז נישט א אייפאון ווי די פאם מיט די האלבע ברודער פיג, אין ווי די נייע מיט זיין האלבע ברודער די קווין פאון.
זיי האבן נישט גערעדט פון סייז/מראית עין?
מראית זיי איך נישט וואס מיינד פאון איז אנדער פון די נייע טעק פאון וואס קוקט אויס ווי די טרייפענע קווין, אין ווי די פאם פאון מיט די פיג, כשר'ע VN220 אין די נישט כשר'ע VN220
איך האלט נישט אז ס'איז א גוטע טענה,
אבער סזעט אויס ווי א סמארטפאון פון די בעק ווען איינער רעדט מיט דעם
קווין איז די פראבלעם אז סדא די זעלבע כשר און נישט כשר נישט מראית עין
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1574
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3325

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 6:21 pm
גרעיט אפפלי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 6:16 pm
ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 5:11 pm

ממילא לויט די נייע גייד ליינס איז די מיינד פאון עפפראווד, עס איז נאך אזוי ניקר אז עס איז נישט א אייפאון ווי די פאם מיט די האלבע ברודער פיג, אין ווי די נייע מיט זיין האלבע ברודער די קווין פאון.
זיי האבן נישט גערעדט פון סייז/מראית עין?
מראית זיי איך נישט וואס מיינד פאון איז אנדער פון די נייע טעק פאון וואס קוקט אויס ווי די טרייפענע קווין, אין ווי די פאם פאון מיט די פיג, כשר'ע VN220 אין די נישט כשר'ע VN220
מען האט דאך נישט געפרעגט דא וואס דו זעסט נאר וואס די ועד הקהלות זעט. האסט זיי נישט געפרעגט? האסט נישט געזען זייערע גיידליינס?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

האקט א טאג האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 5:01 pm @דער תהלים איד פארוואס האט די לייקאו וואנדער פאון נישט געקענט האבן די הכשר?
מ'קען עפענען א אשכול פאר לייקאו עקסטער, אבער לויט ווי כ'האב פארשטאנען האט ער עס נישט דוקא געזוכט, ס'איז אים גרינגער צו נעמען נאר טעג. לדוגמא האט ועד הקהילות זייער א שווערע איבערזיכט צו מ'קען עס ברעכן (זינט ענדרויד סאפטוועיר איז היבש שווער צו קענען גוט גוט פארמאכן), וואס קען צולייגן צייט און מ'דארף האלטן דערביי.

ס'איז יא געווען ווער ס'האט אים געמוטשעט ער זאל נעמען די הכשר, נישט די ועד אליינס נאר איין קהלה ספעציפיש, אבער ער האט זיך נישט געהעריג פארשטאנען מיט זיי. אבער צווישן אנדערן האט ער טאקע נישט געהאט קיין נערוון צו אויסווארטן אויף א החלטה וועגן סווייפ, אבער נישט נאר דאס.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6082

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך פופציגער »

גרעיט אפפלי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 6:24 pm
ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 6:21 pm
גרעיט אפפלי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 6:16 pm
זיי האבן נישט גערעדט פון סייז/מראית עין?
מראית זיי איך נישט וואס מיינד פאון איז אנדער פון די נייע טעק פאון וואס קוקט אויס ווי די טרייפענע קווין, אין ווי די פאם פאון מיט די פיג, כשר'ע VN220 אין די נישט כשר'ע VN220
איך האלט נישט אז ס'איז א גוטע טענה,
אבער סזעט אויס ווי א סמארטפאון פון די בעק ווען איינער רעדט מיט דעם
קווין איז די פראבלעם אז סדא די זעלבע כשר און נישט כשר נישט מראית עין
ווען איינער רעדט מיט א פאון וואס שטייט אין ריזיג "מיינד", זעט עס אויס מער אומ-כשר ווי ווען מרעדט מיט א פאון וואס קוקט אויס ווי די קווין?

פארגעס נישט, די קווין פאון איז ממש קאנסידערט סמארטפאון, און מהאי טעמא טאר מען נישט האבן אפילו א געבלאקטע קווין פאון.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6082

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך פופציגער »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 6:43 pm
האקט א טאג האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 5:01 pm @דער תהלים איד פארוואס האט די לייקאו וואנדער פאון נישט געקענט האבן די הכשר?
מ'קען עפענען א אשכול פאר לייקאו עקסטער, אבער לויט ווי כ'האב פארשטאנען האט ער עס נישט דוקא געזוכט, ס'איז אים גרינגער צו נעמען נאר טעג. לדוגמא האט ועד הקהילות זייער א שווערע איבערזיכט צו מ'קען עס ברעכן (זינט ענדרויד סאפטוועיר איז היבש שווער צו קענען גוט גוט פארמאכן), וואס קען צולייגן צייט און מ'דארף האלטן דערביי.

ס'איז יא געווען ווער ס'האט אים געמוטשעט ער זאל נעמען די הכשר, נישט די ועד אליינס נאר איין קהלה ספעציפיש, אבער ער האט זיך נישט געהעריג פארשטאנען מיט זיי. אבער צווישן אנדערן האט ער טאקע נישט געהאט קיין נערוון צו אויסווארטן אויף א החלטה וועגן סווייפ, אבער נישט נאר דאס.
די ועד פארמאגט העקערס וואס טרייען צו העקן פאונס און לויט דעם באשליסט מען?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 6:45 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 6:43 pm
האקט א טאג האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 5:01 pm @דער תהלים איד פארוואס האט די לייקאו וואנדער פאון נישט געקענט האבן די הכשר?
מ'קען עפענען א אשכול פאר לייקאו עקסטער, אבער לויט ווי כ'האב פארשטאנען האט ער עס נישט דוקא געזוכט, ס'איז אים גרינגער צו נעמען נאר טעג. לדוגמא האט ועד הקהילות זייער א שווערע איבערזיכט צו מ'קען עס ברעכן (זינט ענדרויד סאפטוועיר איז היבש שווער צו קענען גוט גוט פארמאכן), וואס קען צולייגן צייט און מ'דארף האלטן דערביי.

ס'איז יא געווען ווער ס'האט אים געמוטשעט ער זאל נעמען די הכשר, נישט די ועד אליינס נאר איין קהלה ספעציפיש, אבער ער האט זיך נישט געהעריג פארשטאנען מיט זיי. אבער צווישן אנדערן האט ער טאקע נישט געהאט קיין נערוון צו אויסווארטן אויף א החלטה וועגן סווייפ, אבער נישט נאר דאס.
די ועד פארמאגט העקערס וואס טרייען צו העקן פאונס און לויט דעם באשליסט מען?
ביגטיים.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1574
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3325

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 6:44 pm ווען איינער רעדט מיט א פאון וואס שטייט אין ריזיג "מיינד", זעט עס אויס מער אומ-כשר ווי ווען מרעדט מיט א פאון וואס קוקט אויס ווי די קווין?
הייסט ווען דו וואלטסט געווען א רב און מען וואלט דיר גענומען פאר ועד הקהלות וואלטסטו געזאגט אז מראית עין ווענד זיך אין ווי גרויסע אותיות די קאמפאני נאמען שטייט. למעשה האט מען דיר נישט גענומען.... חבל... עניוועי מען מאכט זיך געהעריג נאריש. כאילו מען פארשטייט נישט.
שרייב פאוסט