איך פיל פון מאל צומאל ביי די שמועסן אז איך האב מיינע עטליכע גראשן צוצילייגן, אמאל זאג/שיק איך אים פריוואט, אבער ווייסטעך ער דארף גיין ווייטער אין ער קען זיך נישט אפשטען פאר מיינע גראשן,
האב איך געקלערט צומיטיילן דא מיינע קאמענטארן, איך האף דער עולם ווער מיטארבטן.
נעכטן איז ארויף אויף קול מבשר 392 פין די מעין מעניאו, גאר א רייכער שמועס פון ר' פנחס'ן אויף די נושא פין "אין סוף" און דורך די שמועס איז מיר קלאר געווארן עטליכע זאכן אין לאמיר עס מיט טיילן.
פון דאס וואס ער האט ארויסגעברענגט אז ציפערן זענען אזוי מאכטפול ווען עס קומט צו אנהייב און סוף, האט מיר אנגעהויבן שטימען ווי אזוי ביטקוין מייניג קען נאך זיין אזא לאנגע פרעצעדאר אין 2023 ווען מען רעדט סך הכל פון א מאטעמאטישער פראובלעם וואס בערויך געלעזט ווערן.
פון די חלק וואס ער האט ארויסגעברענגט אז די נומערן זענען די זעלבע באקוועם מיט 0.000000000000000001 17 נול'ס בעפאר די נומער ווי 0.01 בלויז איין נול, מיט די געדאנק אין קאפ איז מיר קלאר געוואר א פארעדאקס פועם פיליזאף Zeno of Elea, וואס ר' פנחס האט שוין דערמאנט מער ווי איין מאל, אז מען וואלט מאטעמאטיש קיינמאל געקענט גיין אינערגעץ אדער אפי' זיך רורען, פאר מער גיי צרוק צו יענעם על רגל אחת,
נאך אזאך וואס איז מיר קלאר געווארן דורך די אויבן דערמאנטע אינפערמאציע, ווי אזוי קען איך קויפן נאר איין אמעריקאנע דאלער ביטקוין אדער אנדערע קריפטאו וואס די חילוק ריזיג גרויס ווען ביטקוין איז יעצט $29,885.59 וואלט איין איינצעלנע דאלער געברויכט פארשוועמט ווערן, ניין?
ב"ה אביסל קלארער געווארן!
א גרויסן דאנק ר' פנחס! פארן מיר אסאך, נישט בלויז א "משהו מער" אויסקלארן מיינע אומפארשטאנענע "ברעקעלעך" "על רגל אחת" עס איז ווערט "גוט געלט" נישט בלויז "(ביזנעס) מעשיות"!!!
אנאליזירער, היסטאריקער, פאדקעסטער און שריפטשטעלער, ר' פנחס גלויבער

אלעס און אידטיש הייבט זיך אן ביי אלף!!!
זאג מיר אויף אידטיש טייטש וואס מיינט ???
הארדוועיר! סאפטוועיר! פראגרעמינג! איי טי טעקנישן! הארד דרייוו! אָו עס! מאדערבאורד! רעם! סי פי יאו! מעלעוועיר! סערווער! דרייווערס!

-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 52
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:40 am
- x 167
אנאליזירער, היסטאריקער, פאדקעסטער און שריפטשטעלער, ר' פנחס גלויבער
מען דארף באמת גאר שטארק באדאנקן ר' פנחס
ער פארפאסט נישט קיין איין איינציגע שיעור!! יעדע זונטאג און מיטוואך און מאנטאג איז ער דא מיט א פרישקייט מיט פרישע ידיעות און באלערנדע שיעורים, ממש א נחת און א תענוג פאר די צוהערער.
דער עולם אנערקענט עס נישט געהעריג ווי דער גייט אן שוין פאר יארן מיט א קביעות און איז אונז אלע מהנה וואך איין וואך אויס. עס קומט זיך אים גאר אסאך דאנק'ן און עפרישיעישן.
אויב איינער קען אים עס איבערגעבן וואלט עס שיין געווען.

Re: אנאליזירער, היסטאריקער, פאדקעסטער און שריפטשטעלער, ר' פנחס גלויבער
אלעמאל געשמאק אים צו הערן, מיט פרישע קלארע ידיעות.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: אנאליזירער, היסטאריקער, פאדקעסטער און שריפטשטעלער, ר' פנחס גלויבער
איינער קען אפשר צולייגן אביסל פארשטאנד אין די נ"ב פין די ברעקעלע פנחס די וואך?
וואס איז די בילד צי וואס ער באציט זיך?
וואס איז די בילד צי וואס ער באציט זיך?
אלעס און אידטיש הייבט זיך אן ביי אלף!!!
זאג מיר אויף אידטיש טייטש וואס מיינט ???
הארדוועיר! סאפטוועיר! פראגרעמינג! איי טי טעקנישן! הארד דרייוו! אָו עס! מאדערבאורד! רעם! סי פי יאו! מעלעוועיר! סערווער! דרייווערס!
זאג מיר אויף אידטיש טייטש וואס מיינט ???
הארדוועיר! סאפטוועיר! פראגרעמינג! איי טי טעקנישן! הארד דרייוו! אָו עס! מאדערבאורד! רעם! סי פי יאו! מעלעוועיר! סערווער! דרייווערס!
Re: אנאליזירער, היסטאריקער, פאדקעסטער און שריפטשטעלער, ר' פנחס גלויבער
זייער א ווארעמע ברעקעלע די וואך גאר שטארק! פאסיג פאר ר"ח אלול! זעה דא
אלעס און אידטיש הייבט זיך אן ביי אלף!!!
זאג מיר אויף אידטיש טייטש וואס מיינט ???
הארדוועיר! סאפטוועיר! פראגרעמינג! איי טי טעקנישן! הארד דרייוו! אָו עס! מאדערבאורד! רעם! סי פי יאו! מעלעוועיר! סערווער! דרייווערס!
זאג מיר אויף אידטיש טייטש וואס מיינט ???
הארדוועיר! סאפטוועיר! פראגרעמינג! איי טי טעקנישן! הארד דרייוו! אָו עס! מאדערבאורד! רעם! סי פי יאו! מעלעוועיר! סערווער! דרייווערס!
Re: אנאליזירער, היסטאריקער, פאדקעסטער און שריפטשטעלער, ר' פנחס גלויבער
א גוט ווארט אויף זיין נ"ב
א איד איז ל"ע געזעצן שבעה נאך א קינד. עמיצער וואס האט אים לכאורה פּרובירט מנחם זיין האט אנגעוויזן, אז מ'קען דאך נישט וויסן צי דער נפטר וואלט אייביג געבליבן ערליך און אזוי איז ער פון דער וועלט אוועק אינגאנצן ריין.
דער אבל, א ליובאוויטשער חסיד, האט יענעם געענטפערט, "ביזט גערעכט און ביזט אויך גוט צעדרייט".

עפנט זיך נישט.
שייך אהערצוברענגען?
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
Re: אנאליזירער, היסטאריקער, פאדקעסטער און שריפטשטעלער, ר' פנחס גלויבער
@ווירקליך
מלאכ'ישע באזוכן
אונטער א קלארן הימל, פון וועלכן קוקן ערנסט אראפּ מיליאנען שטערנס, וויגט זיך א ווינטל. אין א געווענליכן הויז, מיט א קאך און קארידארן, זיצט אויף דער ערד פון שלאף-צימער אַן 8-יעריג יונגעלע.
"איך קען מער נישט", האט דאס קינד אויסגערופן מיט ווערטער וואס זענען פון מויל נישט ארויסגעקומען.
די ווייטאג האט מיט אימפּעט זיך דורכגעריסן דער גרעניץ צו רוחניות און צעשטערט די הימלישע מנוחה.
איינער מוז עפּעס טאן. אבער ווער און וואס? וויפיל קען א מלאך אריינרעדן אין דער רעטעניש פון ערדישע געשעענישן? וואס קען מען שוין זאגן פאר א קינד וואס כאפּט סייווי נישט וואס עס שפּילט זיך אפּ?
פארלוירענע האבן די מלאכים געפלאטערט מיט רוחניות'דיגע פליגל.
"איך וועל גיין", האט זיך פון א רונדיגן ווינקל געהערט א שטימע אָן קול.
פאר'חידוש'טע האבן מלאכים געהויבן די פליגל. ס'איז דאך נישטא וואס צו זאגן. יענער האט נישט קיין פּלאן, אבער ער גייט פארט, האבן זיי באוואונדערט יענעמס מוטיגקייט.
געכאפּט דעם שיץ-מאנטל, וואס הימלישע איינוואוינערס טראגן דורכאויס גשמיות'דיגע באזוכן, האט דער מלאך שנעל געשוועבט צו דער גרעניץ צווישן דארט פון דא.
*
"זיסקייט".
דאס קינד האט ארויסגעריסן דאס פנים פון די הענט און געקוקט מיט פארריסענע אויגן: ווייסע פליגל און העל-בלויע שפּיצן. א מלאך!
"דו קענסט נישט אויסדריקן וואס דו פילסט", האט דער מלאך פארזיכטיג אנגעהויבן. "אבער דו קענסט מער נישט דערהייבן".
דאס קינד האט צוגעשאקלט. פון דער באוועגונג האבן דריי טרערן זיך ארויסגעשאקלט פון די אויגן און געפאלן א געדאנק אוועק פונעם מלאך.
"עס טוט מיר זייער, זייער וויי. איך קען נישט אוועקנעמען דיין הארץ וואס פילט. איך קען נישט משנה זיין די אומשטענדן. איך קען דיר אויך נישט מסביר זיין פארוואס דו פילסט צעבראכן און פארלוירן צווישן מענטשן וואס האבן דיר אויף דער וועלט אראפּגעברענגט.
"כ'האב מורא", האט דער מלאך נאכ'ן קווענקלען צוויי רגעים צוגעלייגט, "אז אויב כ'זאל דיר יא ערקלערן וועסטו עס נישט איבערטראגן".
דאס קינד האט נישט פארשטאנען, אבער זיך מחיה געווען מיט דער רפואה וואס איז געקומען מיט דער מלאכ'ישער ווארעמקייט.
"ס'איז פאראן איין זאך וואס איך קען יא טאן. ס'וועט נישט טוישן דעם מצב, אבער וועסט קענען מער דערהייבן".
דאס קינד האט געקוקט מיט שטומע בליקן.
*
"אין א ווארט", האט דער מלאך, וועלכער האט געוואוסט אז דאס קינד וועט סייווי נישט כאפּן, גערעדט מיט א שנעלן טעמפּא, "וועל איך ארויסנעמען די ווייטאגן פון דיין הארץ און זיי אויסלייגן איבער דיין קערפּער".
נאך א מינוט קווענקעלניש האט ער דעם סך הכל:
"כ'וועל פארהארטעווען דיין הארץ און פארשפּארן דיינע הרגשים. וועסט אזוי נישט פילן ווי עס ווערט כסדר צעבראכן.
"כ'וועל אויך פארשטייפן דיין האלז. ס'איז בעסער דיינע יסורים זאלן זיך נישט ארויסרייסן, ווייל קיינער וועט סייווי נישט הערן דיין געשריי. וועסט נישט קענען טיף אטעמען, כדי דיין מוח, וואס טאר נישט באגרייפן דאס מציאות, זאל נישט קענען טיף טראכטן.
"דיינע איינדרוקן וועל איך פארשליסן אין א קאמער פון פחד און אנגסט. וועסט מורא האבן צוצוגיין צו יענעם ווינקל, וואו דער יעצט ווערט אוועקגעלייגט אלס זכרונות פון שפּעטער.
"וועסט לעבן מיט'ן שקר פון שולד און מיינען אז ס'איז דיין אחריות און דו האסט אלעס גורם געווען. וועסט פארלירן קאנטאקט מיט זיך און אנדערע. פון צוטרוי אין מענטשן וועט כמעט גארנישט בלייבן.
"וועסט ווערן פארקלאפּט און פארקלעמט. אויף דעם אופן וועסטו איבערלעבן דעם שרעקליכן יעצט".
*
דאס קינד האט אלץ ווייניגער פארשטאנען און דער מלאך האט גערעדט אלץ שנעלער, וועגן סימנים
דאס קינד האט אלץ ווייניגער פארשטאנען און דער מלאך האט גערעדט אלץ שנעלער, וועגן סימנים וואס וועלן מיט יארן שפּעטער אויפשווימען און מרמז זיין וועגן באהאלטענע, דערשטיקטע, און פארווארפענע איבערלעבענישן און געפילן.
ער האט אויך נישט פארשטאנען וועגן זיינע שפּעטערדיגע שוועריגקייטן אנצוקניפּן באציאונגען און פילן נאנטשאפט מיט אנדערע מענטשן.
"צום סוף", האט דער מלאך אויסגעפירט, "ווען דו וועסט זיין גרייט אויפצונעמען דעם שרעקליכן אמת פון דער יעצטיגער תקופה, וועלן די זכרונות זיך אויפלאזן און אויפברענגען זייער פּיינפולע געפילן.
"אוי, וועלן די יסורים וויי טאן. וועסט אבער דעמאלט האבן עמיצן וואס וועט דיר העלפן פארשטיין און באגרייפן. יענער וועט זיין דער ערוואקסענער גלגול פון דיין יעצטיגן דו. יענער — דו פון דעמאלט — וועט באגלייטן דיין דו פון יעצט צו יענער פחד-פחדימ'דיגער קאמער. אינאיינעם וועט איר דארט טרעפן פארשטויבטע זכרונות צאפּלען אין רויע יסורים.
"דער ערוואקסענער וועט דיר העלפן פטור ווערן פון דעם שקר אז ס'איז געווען דיין שולד. נאכ'ן אנטוויקלען גענוג צוטרוי אין יענעם גרויסן מענטש, וועט דער קליינער, הילפסלאזער דו צוביסלעך אריינטרעטן אין יענער קאמער. דאס פארהארטעוועט הארץ וועט צאפּלען, דאס האלז וועט זיך אויפלאזן, און דאס חיות וועט אנהייבן פליסן.
"דיינע מחשבות וועלן ברויזן און וועסט א פארצווייפלטער זוכן די לעזונג ביי יענע וואס האבן די צרות פארזייט. צום סוף וועסטו אבער פארשטיין, אז די רפואה גייט דורך א לאנגן, פּיינפולן, און איינזאמען וועג — דיין אייגענעם וועג.
"וועסט באוויינען וואס איז אויף אייביג פארלוירן. וועסט בענקן נאך ליבשאפט און זוכן שיץ ביי גרויסע און שטארקע. אלעס וועסטו פון דעם גרויסן דו-דעמאלט באקומען.
*
"איך ווייס נישט", האט דער מלאך מיט פּערל-טרערן אויסגעפירט, "ווען און וויאזוי, אבער כ'זאג דיר אז ס'וועט געשען. איך וועל מיטהאלטן פון דערווייטנס, הגם כ'ווייס נישט וויפיל דו וועסט פילן".
"יעצט, ריינע נשמה'לע, מוז איך גיין. גיי אין בעט און פארמאך די כשר'ע אויגעלעך. מיר וועלן זיך מער נישט זען און וועסט פארגעסן אז כ'בין דא געווען. די זכרונות בלייבן אין דיין קערפּער. מיט דער צייט וועלן זיי ארויסקומען.
"אלעס מוז זיין ווי ס'איז. איך ווייס נישט פארוואס. כ'האב דיך ליב. דער וואס האט דיך און מיך באשאפן האט דיך ליב. ער זעט דורך די שיכטן וואס האלטן זיך אינמיטן אנזאמלען. דיין נשמה קען קיינער נישט טשעפּן. די ליבשאפט וועט זיך דורכרייסן און צוזאמגליען די צעבראכענע שטיקער. די זכרונות וועלן אויף אייביג בלייבן, אבער וועסט ווערן גאנץ. פון דיינע אויגן וועט ארויסשיינען די ליכטיגקייט פון שלווה און השלמה".
נ”ב

פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
Re: אנאליזירער, היסטאריקער, פאדקעסטער און שריפטשטעלער, ר' פנחס גלויבער
יישר כח @שמח גיימיר ליינען