דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:43 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 1:59 pm
די רעזולטאטן נעמען אריין: 1) עירלי וואטס, 2) מעיל-אין בעלאטס אריין ביז מאנטאג, 2) אלע דינסטאג מאשין-שטימען
► Show Spoiler
אנ"ש שטימען:
6,468 אידן האבן געשטימט פאר די אנ"ש בעלאט, אויך פאר דזשיליבראנד ווי אנ"ש האט געהייסן.
אלייענס שטימען:
1,416 אידן האבן געוואוט פון פעט רייען און אראפ, און אויסגעלאזט נאר דזשיליבראנד, גענוי ווי די אלייענס בעלאט.
310 אידן האבן נישט געשטימט אלגעמיין רעפובליקען אבער יא געשטימט קעגן דזשיליבראנד, וואס הייסט נאך אויך געשטימט לויט אלייענס.
ס"ה 1,726
רעפובליקאנע שטימען (הנקרא צוריסענע שטימען):
צווישן 662 (אספאזיטא) און 881 (לאפאללא) האבן געשטימט לויט זייער אייגענע פאליטישע נייגונג, און זייער שטימע איז געגאנגען קיין ערגעץ. צוריסן בלע"ז.
אנטי סקופיס שטימען:
צווישן 137 און 356 האבן געשטימט דוקא פאר האולל קעגן סקופיס (כלומר, נישט אלל רעפובליקען, נאר קעגן סקופיס), און בערך 300 וויילער האבן אויסגעלאזט סקופיס/האולל בכלל.
ס"ה ארום 500 אנטי סקופיס
און יעצט א שטיקל אנאליז פון מיין אייגענע קוק ווינקל:
אנ"ש / קרית יואל בלאק וואוט:
די גאר הויכע צאל אנ"ש וויילער בליעה"ר, האט זיך אנגעזען ב"ה במשך די טאג, און עס קומט נאך א גאר ערנסטע אפערעישן סיי מיט אריינברענגען כמעט 2,000 פרישע רעגיסטראציעס, סיי מיט א מאסיווע עירלי-שטימען קאמפיין אנגעהויבן מוצאי יו"ט, מיט באסעס יעדע האלבע שעה במשך איבער א וואך צייט, און סיי מיט א שטארקע ווארימקייט ביים ציבור נאכ'ן מיטהאלטן וויאזוי דער רבי שליט"א (מהר"א) אליינס איז אזויפיל עוסק צו אויסנוצן די יעצטיגע וואלן לטובת החינוך, א זאך וואס האט געברענגט אז אפילו אזעלכע מענטשן וועלכע האבן בעבר געמיינט אז שטימען איז עפעס א פאליטישע זאך, האבן באקומען א שטארקע ווארימקייט צו טון דעם גרויסן חסד, וואס מיט די פאר מינוט טוט מען אויף במשך די יאר א געוואלד.
אלייענס / קרית יואל וואל כח:
עס מעג באגריסט ווערן די געוואלדיגע שעפערישקייט און געניטע ארבעט וואס איז געווארן אריינגעלייגט מצד די עסקני מהרי"י, נאך מערערע יארן וואס דער בלאק וואוט איז געווארן אויס ווערד, מען האט כמעט נישט אינדארסירט געהעריג און דער ציבור האט כמעט נישט געשטימט מער, האט מען יעצט אויסגענוצט די פרישקייט נאכ'ן בויען א נייעם הערליכן ביהמ"ד אא"וו, און צוריק אוועקגעשטעלט א געהעריגע באזע צו באגלייטן די רעגיסטראציעס און ליסטעס, און ארויסברענגען דעם עולם שטימען. ולא עוד, נאר די אינדארסירונגען זענען נישט געגאנגען 'אבי פארקערט' נאר עס האט געהאט א נארמאלע צוגאנג פון שטימען פאר ווער עס קען סערווירן דעם ציבור און די שטאט.
כאטש מען קען נישט ערווארטן אז יעדע מאן און פרוי זאל שפירן גענוג אז די נאוועמבער וואלן זאל ברענגען עפעס ריזיגע זאכן, און עס זענען זיכער נישט געווען די פולע נומערן וואס מען קען ארויסברענגען, מען האט שוין בעבר געזען אז ווען עס איז עכט א גורל צווישן די חסידות'ן קענען די "נישט-מהר"א וואוטס" אנקומען ביז ארום 40 פראצענט, וואס איז נישט געווען דא די קעיס. פארט אבער איז געווען גענוג וואס האבן פארשטאנען אז דאס גיט א כח פאר די עסקנים וועלן זיי ווילן שטיפן זאכן פאראויס, צו מיט סטעיט פערמיטס פאר בנינים ווען עס מאכט זיך, צו מיט די בניני המוסדות אין די ארומיגע ווילעדזשעס וואו מען קען נוצן סטעיט פרעשור צו פארשנעלערן פראצעדורן.
צי עס איז דא ליסטעס פון 4,500 וויילער אין גאנץ קרית יואל ווייס איך נישט, אבער אויב יא מיינט עס אז כמעט 3,000 דערפון וואוינען אין די ארומיגע ווילעדזשעס. עס קוקט אויס אביסל איבערגעטריבן, אבער יכול להיות.
אנטי סקופיס:
דאס איז לכאורה געווען דער סורפרייז פון די נאכט אין קרית יואל
.
ס'איז נישט קיין סוד אז סקופיס איז נישט באליבט ביי קהלת מהרי"י אין די לעצטערע יארן ווען דער וואכנשריפט האט אים אראפגעמאלן אלס דער שונא ישראל נומער איינס ביי פרשת סעווען ספרינגס
(א פרשה וואס איז אגב נאך קיינמאל נישט געווארן גענוע נארמאל פרעזענטירט וואס דער מציאות דארט איז געווען, לדעתי).
ס'איז אויך נישט קיין סוד, אז ס'איז ליידער געווען א מאסיווע העצערישע מאנסי-סטייל אנטי סקופיס קאמפיין דא אין קרית יואל, אנגעפירט דורך א אינגערמאן פון דזשעפערסאן מקהלת מהר"א, און פינאנצירט דורך עטליכע נגידים מקהלת מהרי"י.
דער קאמפיין האט אריינגענומען - על הסדר: אקטיווע העצערייען מיט בלאפערייען אין די שולן און מקוואות; א העצערישע מעילינג מיט א נערעטיוו אז כאילו שטילערהייט זענען די עסקנים און דער רבי מהר"א מסכים דערצו וכו'; א 2-חדשים לאנגע אידישע פרא-האולל וואטסעפפ גרופ; א מעכטיגע סאשעל מידיע העצעריי אנגעפירט דורך הנ"ל מיט זיינע סטעטוסעס; 3 באמבעדיגע קליפס קעגן סקופיס מיט באצאלטע פלעיסינג דערפאר אלל אויווער די היימישע מידיע; ביז אפיציעלע גויים מיט אייגענע סעמפל בעלאט'ס ביי אלע פאולינג פלעצער! - און אויך... ערנסטע אייוועלט העצע מיט גרויסע אנקעטעס פראצענטן.
ואחרי ככלות הכל, ווען די העצע האט אפילו געהאט בעקינג איןיעדנס מח פונעם אמאל ביי מהר"א און פון לעצטנס ביי מהרי"י, ועוד ועוד ואכמ"ל עכטע קלעבעדיגע העצע, און? קוים אפשר 300 שטימען פאר האולל און 200 ליידיגע?!
סורפרייז, סורפרייז, סורפרייז, און הילכיגער פראסק פאר יעדן וואס טראכט אז אין קרית יואל איז דא פלאץ פאר צוריסענע אקטיוויסטן און א"ג עסקנים וואס פארשטייען וויאזוי צו לויפן צו פאליטישע ראליס און מאכן סעלפיס מיט קאנדידאטן און שפענדן אפאר הונדערט אלפים פאר א קאמפיין.
קעיס קלאוזד, א רחמנות אז אויף אזא לאנגע וועג.