נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 299
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 457

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אויגעלעך »

פארפאלן ווען @דער תהלים איד צולייגט א זאך איז עס קריסטאל קלאר.

נ.ב. @צווייזייטיג אפשר ביסטו מסביר וואס עס זענען די בעסערע וועגן, עס איז גוט צו וויסן פאר קומענדיגע מאל.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1629
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1782

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

וויפיל מעיל אין בעלאטס איז דא?

וויפיל האבן געוואווט עירלי?
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4106
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11384

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

לך לך האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:00 pm אזוי נאריש צו נעמען די שמועס אין דעם ריכטונג.

ב"ה אז אונז אידן האבן געוויזן פאר די קאנדידאטען אז ווען אונז ווילן קענען אונז ארויסקומען מיט א שטארקע כח צוזאמען, פארוועם מאכט עכט אויס א חילוק וויפיל איז געווען אנ"ש אין וויפיל אחים לדעה, לאז ביידע זייטן נעמען דעם געווינס, לאז ביידע זייטן הנאה האבן די קומענדיגע יארן אונטער זייער פירערשאפט אין שלום על ישראל.

אין לגבי די אנ"ש מעלדונג, איך האלט אז עס איז זייער נאריש פאר אן אפציעלע קאמפיין הויפטקאווטיר ארויסצולייגן אזא נאריש צעטל וואס באלאנגט געווענטליך פאר די צד וואס פארלירט צו מסביר זיין אז עכט האבן אונז יא א כח...
👌
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2538
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6694

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

א דאנק ידיד נפשי @בלייב געזונט פאר'ן אריינקומען מיט א קלארקייט. ס'גוט דיר צו טרעפן אויף גוטע פלעצער...

נאר איין קלייניגקייט, אויב איך מעג אויפמערקן... געב שנעל א קוק איבער דעם שמועס, און זע ווי פון ביידע זייטן פונעם שמועס, טרעפט מען נישט די סארט תגובות וואס הייבן זיך אן מיט'ן "עכט דארף מען נישט ענטפערן ווייל ביסט סתם א טראל" סטייל סלאגאנען, און זענען מסיים מעין הפתיחה.

און דערפאר רוף איך עס שמועס, און נישט טענה'ריי. ודוק.

עניוועי, כהאב נישט קיין טענות, נאך אלעם קומסטו פון א פלאטפארמע וואו דאס איז דער נארמע... איך מערק דיר נאר אויף, ווייל דער צוגאנג שטערט אביסל.

לאוו יו אלל.
- מיכאל.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1020
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 600

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך צווייזייטיג »

אויגעלעך האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 3:13 pm @צווייזייטיג אפשר ביסטו מסביר וואס עס זענען די בעסערע וועגן, עס איז גוט צו וויסן פאר קומענדיגע מאל.
פלעין צוריקדרייען דעם זייגער מיט 10-20 יאר...
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
מיכל נחום
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 5:07 pm
x 9

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך מיכל נחום »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:53 pm
מיכל נחום האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:47 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:45 pm עפעס מישסטו אויס.

ווער עס האט געוואוט פאר דזשיליברענד, איז נישט קיין אלייענס וואוטער. שטימט?

ס'נישט געווען קיין סיבה בעולם א חסיד מהרי"י זאל שטימען פאר א דעמאקראטישע דזשיליברענד.
ניין שטימט נישט
פארוואס ווען אנש אינדארסירט איר טאר א חסיד מהרי"י שוין נישט וואוטן פאר איר?
יעדער מעג. אבער אונזער עולם שטימט נישט פאר דעמאקראטן, נאר ווען מען הייסט. דאס איז די מציאות.

(אפגערעדט פון דעם וואס אלע ווייסערס האבן געוויסט אז דארט גייט מען זען די חילוק צווישן די ליסטעס)
די מציאות איז אז רוב אלייענס וואוטערס האבן אויך געוואוט פאר דזשיליברענד פונקט ווי פאר טראמפ.
ס'נישט געווען קיין שום קאמפיין עס צו לאזן ליידיג און יא דער עולם האט געוואוט פאר דזשיליברענד.
איך פארשטיי נישט פארוואס אנש שרייבט נישט אז אלע טראמפ וואוטערס זענען אנש און די העריס און די אויסגעלאזטע זענען אלייענס, ס'הערט זיך ווי בעסערע לאקשן
כלל ישראל
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 7:53 pm
Location: Boro park
x 48

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך כלל ישראל »

אויב איינער האט געוואוט פאר טראמפ אין די אלע איבריגע פאר דעמאקראטן ווערט עס גערעכט ווי ער איז געגאנגען מיט אנ"ש?
לייבקע יענטע'ס
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:18 pm
x 76

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך לייבקע יענטע'ס »

מיכל נחום האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:27 pm איך טריי צו כאפן פארוואס איז נישט מעגליך אז אלייענס וואוטערס האבן געוואוט פאר דזשיליברענד נאר ווייל אנש האט איר אינדארסירט?
א אלייענס וואטער וואס וואוט ווי אנ"ש איז א אנ"ש וואוט!, ניין?
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 628
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1205

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

יעדער אין אמעריקע איז בארעכטיגט צו שטימען פאר וועם ער וויל, ער קען אפילו אריינשרייבן ביי רייט אין זיין שוויגער... דא איז סתם דא א צומישעניש וואס סמיינט א בלאק וואוט.

א בלאק וואוט מיינט ווען א געגנט נעמט זיך צאם און אנשטאט יעדער זאל וואוטען פאר וועם ער וויל, זענען דא אפאר פירערס וואס זאגן פאר וועם צו וואויטן און יעדער טוט אזוי.

איך גיי נישט יעצט אריינגיין אין די מעלות פון א בלאק וואוט, עס איז נישט דא די פלאץ, אבער די עיקר נקודה איז אז דער פאליטישן ווייסט אז יענע שטאט/יוניאן האט אינטער זיך צען טויזענט שטימען, און אויב וויל א פאליטישן באקומען די צען טויזענט שטימען דארף ער נאכקומען די פארלאנגען וואס יענע פירער פארלאנגען.

ווען יעדער וואוט פאר וועם ער וויל איז עס זייער א גוטע זאך, און סאיז נאך אלס בעסער ווי נישט וואוטען. דאס איז אבער נישט קיין "בלאק וואוט".

ווען א געוויסע פירערשאפט פאררופט זיך אז זיי האבן א בלאק וואוט אבער זייערע נאכפאלגער וואוטען פאר וועם זיי ווילן, איז עס פשוט נישט קיין בלאק וואוט.
כלל ישראל
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 7:53 pm
Location: Boro park
x 48

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך כלל ישראל »

לייבקע יענטע'ס האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 3:51 pm
מיכל נחום האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:27 pm איך טריי צו כאפן פארוואס איז נישט מעגליך אז אלייענס וואוטערס האבן געוואוט פאר דזשיליברענד נאר ווייל אנש האט איר אינדארסירט?
א אלייענס וואטער וואס וואוט ווי אנ"ש איז א אנ"ש וואוט, ניין?
ביי די יעצטיגע פארמעסט ניין
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1737
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3814

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

מיכל נחום האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 3:43 pm די מציאות איז אז רוב אלייענס וואוטערס האבן אויך געוואוט פאר דזשיליברענד פונקט ווי פאר טראמפ.
עס איז מיך זייער פאני אז מענטשן זאלן אזוי טראכטן. נעכטן, פאר'ן זעהן די נומערן, וואלטסטו זיכער נישט געזאגט אזוי. עס מאכט בכלל נישט קיין סענס. די אחים לדעה בעלאט האט זיך אנגעהויבן ביי די ריכטער. און אויב ער האט נישט געוואוט העריס פארוואס זאל ער וואוטן דשיליבראנד.
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 299
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 457

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אויגעלעך »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 4:04 pm
מיכל נחום האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 3:43 pm די מציאות איז אז רוב אלייענס וואוטערס האבן אויך געוואוט פאר דזשיליברענד פונקט ווי פאר טראמפ.
און אויב ער האט נישט געוואוט העריס פארוואס זאל ער וואוטן דשיליבראנד.
אה זייער פשוט! כדי צו פעלשן די רעזולטאטן פון אנ"ש.... ;)
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 995
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1445

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

ווען איך האב געזעהן די ערשטע מאל די אחים לדעה בעלעט איז מיין מיינונג געוועהן אז זיי ווילן ווייזן זייער נומבערס
למעשה האט זיך עס אנדערש אויסגעשטעלט...

צום ענין,
רוב מענטשן נעמען זייער קהילה בעלעט און מען וואוט עס נאך חוץ אויב מען האט א נגיעה אויף פארקערט

דא איז נישט דא קיין שום נגיעה ביי קיינעם אז יענער זאל געווינען!

ווילסט זאגן אז מענטשן האבן עס געוואוט אפי' עס איז נישט אויפן בעלעט מסכים, אבער וויפיל? 100 צו 200 ??

פארקויף מיך נישט אז 3000 מענטשן האבן געוואוט פאר די קאנדידט אן קיין סיבה, אז ס'איז נישט געוועהן אויף די בעלעט

און די נומבער 4500 וואוטס איז סתם א לצנות דאס איז גוט פאר די וואכנשריפט...
במציאות האט קהילת מהרי"י און קרית יואל נישט די נומבערס
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2538
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6694

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

נפתלי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 4:31 pm ווען איך האב געזעהן די ערשטע מאל די אחים לדעה בעלעט איז מיין מיינונג געוועהן אז זיי ווילן ווייזן זייער נומבערס
למעשה האט זיך עס אנדערש אויסגעשטעלט...

צום ענין,
רוב מענטשן נעמען זייער קהילה בעלעט און מען וואוט עס נאך חוץ אויב מען האט א נגיעה אויף פארקערט

דא איז נישט דא קיין שום נגיעה ביי קיינעם אז יענער זאל געווינען!

ווילסט זאגן אז מענטשן האבן עס געוואוט אפי' עס איז נישט אויפן בעלעט מסכים, אבער וויפיל? 100 צו 200 ??

פארקויף מיך נישט אז 3000 מענטשן האבן געוואוט פאר די קאנדידט אן קיין סיבה, אז ס'איז נישט געוועהן אויף די בעלעט

און די נומבער 4500 וואוטס איז סתם א לצנות דאס איז גוט פאר די וואכנשריפט...
במציאות האט קהילת מהרי"י און קרית יואל נישט די נומבערס
4500 וואוטס מיינט נישט 4500 משפחות. ס'קען מיינען 1500 משפחות אויך.

אויב האבן זיי געמאכט א גוטן דזשאב, פארוואס זאל עס נישט זיין מעגליך?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 995
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1445

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 4:44 pm
נפתלי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 4:31 pm ווען איך האב געזעהן די ערשטע מאל די אחים לדעה בעלעט איז מיין מיינונג געוועהן אז זיי ווילן ווייזן זייער נומבערס
למעשה האט זיך עס אנדערש אויסגעשטעלט...

צום ענין,
רוב מענטשן נעמען זייער קהילה בעלעט און מען וואוט עס נאך חוץ אויב מען האט א נגיעה אויף פארקערט

דא איז נישט דא קיין שום נגיעה ביי קיינעם אז יענער זאל געווינען!

ווילסט זאגן אז מענטשן האבן עס געוואוט אפי' עס איז נישט אויפן בעלעט מסכים, אבער וויפיל? 100 צו 200 ??

פארקויף מיך נישט אז 3000 מענטשן האבן געוואוט פאר די קאנדידט אן קיין סיבה, אז ס'איז נישט געוועהן אויף די בעלעט

און די נומבער 4500 וואוטס איז סתם א לצנות דאס איז גוט פאר די וואכנשריפט...
במציאות האט קהילת מהרי"י און קרית יואל נישט די נומבערס
4500 וואוטס מיינט נישט 4500 משפחות. ס'קען מיינען 1500 משפחות אויך.

אויב האבן זיי געמאכט א גוטן דזשאב, פארוואס זאל עס נישט זיין מעגליך?
1500 משפחות וואס אפשר האבן זיי, איש וביתו איז נישט קיין 4500 וואוטס

און מיט די בעסטע קאמפיין איז נישט מעגליך צו ארויסברענגן 100% וואוטערס
עס וועט אייביג זיין 20 30 % וואס מען קען נישט ארויסברענגן
אוועיטער
Yankel
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 610
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:17 pm
x 663

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Yankel »

נפתלי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 4:31 pm במציאות האט קהילת מהרי"י און קרית יואל נישט די נומבערס
וויפיל משפחות האט מהרי״י אין קרית יואל?
פישפיקלאדיין
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 669

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:22 pm אחים לדעה ברענגט בעקינג, זייערע ליסטעס.
ווי ברענגן זיי עס?

איך וויל דארט זיין...

אייערע ליסטעס האבן נישט קיין 4500 וואוטס.

אויב די טראכסט אנדערש ביטע ברענג מיר איין בילד פון קהילת מהר"יי אין קרית יואל אן געסט פון אנדערע שטעט, ווי מען זעהט 700 שטריימלעך אינטער איין דאך
פישפיקלאדיין
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 669

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:41 pm כ'זע זיי שרייבן אז אפאר טעג ארום גייען זיי ארויסגעבן די נומבערס, העמיר צואווארטן.
ווארט ביים קארנער...
פישפיקלאדיין
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 669

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

בלייב געזונט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:48 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:18 pm בנוגע די אנ"ש ציפערן ווערסעס אלייענס, וואס גלויבט זיך אזוי שווער.

מ'האט די גאנצע צייט געוויסט אז עס גייט זיין זייער שווער צו דעפיינען די חילוקים, האט מען געוויסט אז איין חילוק איז דא, ווער עס לאזט אויס דזשיליברענד. סוי באמת, וואלט מען נישט געדארפט חקר'ען מער, בלויז ארום 1000 האבן געפאללאוט די אלייענס בעלאט, וזהו.

נאר, וויבאלד דאס קומט אויס אזוי ווייניג, האט מען באשלאסן צו גיין "לחומרא", אז היות די רעפובליקאנע קעגנער פון דזשדיליברענד האט באקומען אפאר הונדערט שטימען מער ווי די אנדערע רעפובליקאנע,קען מען אננעמען אז אפאר הונדערט אלייענס אידן האבן געשטימט קעגן דזשיליברענד וויבאלד זיי שטימען דעמאקראט נאר דארט וואו די אלייענס הייסט.

האט מען צוגעלייגט די פאר הונדערט שטימען אלס אלייענס שטימען.

צו ס'איז הונדערט פראצענט? מסתמא נישט, אבער נאנט צו דעם. ס'איז קרוב לודאי, און ס'איז די מערסטע אקוראטע וועג צו זען די אמת'ע נומערן.

יעצט צו אנאליזירן:

צו זאגן אז אסאך אלייענס וויילער האבן געשטימט מיט אן אנ"ש בעלאט, איז נאריש, אפילו אויב איינער וועט מעיד זיין אז הוא וביתו האבן אזוי געטון. במציאות האט די אלייענס געשיקט אויף פאסט זייער בעלאט, געטיילט ביי אלע פאולינג לאקעישנס, און דער אלייענס ציבור איז נישט אזוי ביטער נאאיוו צו גיין נעמען אן אנ"ש בעלאט און שטימען דערמיט.

איי, די אלייענס אפיס האט דאך דאסמאל אזוי פלייסיג געארבעט?

ערשטנס, אנ"ש ארבעט יעדעס יאר אסאאאך פלייסיגער, נאר מיט ווייניגער סאשעל מידיע נויז. אנ"ש האט אין די לעצטע 2 יאר צוגעברענגט באלד 2,000 רעגיסטראציעס, אנ"ש האט אפדעיטעד פונקטליכע ליסטעס פון אלע וויילער, אנ"ש האט געטיילט עבסענטי מעיל-אין בעלאטס פאר יעדן וואס האט געהאט סיבות, אנ"ש האט אלעמאל א קאל צענטער כאטש עס פארן נישט ארום קיין בילדער...

צווייטנס, איך ווייס אביסל ווי שווער עס איז צו מאכן מענטשן וואוטן, ממילא, קען איך זאגן אז ווען איך וואלט געהערט צו קהלת מהרי"י וואלט איך אויך נישט געגאנגען שטימען, טראץ די אקטיווע ארבעט. די מעסעדזשינג "וואס מיין שטימע קענען ברענגען" פאר אלייענס אדער פאר קהלת מהרי"י בכלל איז זייער אויסגעלערט. יא איך זע בילדער פון א שיינע הערליכע ביהמ"ד, פון נאך בנינים, אבער וואס האט דאס מיט רייען אדער מיט סקופיס אדער מיט עיקוס רבוש"ע? יא, ס'איז א שטארקע געפיל און א שטארקע מעסעדזש צו צייגן אז מען האט א שיינעם ציבור, אבער פאר דעם אליינס גייט נאכנישט א מענטש וואוטן. קיינער? נע, זיכער איז געווען אזא 2-3000 וויילער (מיט די ארומיגע), אבער נישט צו גרייכן מאסיווע נומערן, נישט צו גרייכן די 40% וואס מהרי"י מיט בני יואל זענען.

פאר א סיבה האט מען בעבר שוין געהאט אויפגעהערט מיט די קאמפיינס. יא, יעצט זענען דא פרישע עסקנים, נו, גיב זיי א שאנס צו אנאליזירן און זען די מציאות וואו עס לוינט זיך אריינצולייגן עפערט און וואו נישט.

אזוי זאגט שכל.
ס'איז באמת א שאד זיך צו טענה'ן מיט דיר ווען דו ווייסט אויך דעם אמת, דו ווילסט פשוט פראגראמירן אנדערע זאלן טראכטן וויאזוי דו ווילסט... נו נו

יעצט צו די פאקטן, אחים לדעה האט רעגיסטרירט קרוב צו טויזנט וויילער ביי די רעגיסטראציע דרייוו, און האט ריקוועסטעד צוויי טויזנט מעיל אין בעלאטס, אין אן אפיציעלע קאמפיין אין די מוסדות, און געשטופט מענטשן זאלן וואוטן דערמיט, א קאמפיין וואס קיינער האט נישט געטון, און די פאליטיקאנטן זענען אלע געקומען צו לויפן נאכן זעהן די מעיל אין ריקוועסטס און געפיגערט פון וועמען עס קומט.

אחים לדעה האט ארויסגעגעבן די בעלאט צוויי וואכן פאר די וואלן און געשטופט פאר מעיל-אין און עירלי וואוט, דערנאך איז אנ''ש נאכגעשפרינגען אויפן זעלבן וואגן, א זאך וואס זיי האבן נאך קיינמאל נישט געטון בעפאר (אויב געדענק איך גוט האבן זיי קיינמאל נישט ארויסגעלייגט זייער בעלאט פאר די טאג פאר די וואוטס, כאפ מיר נישט ביים ווארט ווייל איך האב עס נישט געטרעקט, ס'איז נאר פון זכרון)

אחים לדעה ארבעט שוין פאר עטליכע וואכן צו צוזאמענשטעלן א ליסטע מיט וואוטער איידי, לויט די מוסדות ליסטע און א יעדער וואס טשעקט אריין אין די קהילה דורכאויס די יאר, און מען האט גערופן יעדן איינעם, נאך מער, די סקאופיס קאמפיין האט שטארק ארויסגעהאלפן דערצו, און צוגעשטעלט אסאך אינפארמאציע דאס צו קענען אויספירן.

אחים לדעה האט צוגעשטעלט וועגן אריינצולייגן די מעיל-אין בעלאטס, און צוגעשטעלט וועגן פאר עלטערע אידן בכבוד גדול צו און פון די פאולינג סייטס, מען האט געהאט דרייסיג אינגעלייט עמפלויט פאר די לעצטע צוויי וואכן און אין עלעקשאן דעי.

נעכטן נאכט האט מען באקומען די ליסטע פון די וואוטער לויט די וואוטער איידי און מען האט דאס צוזאמענגעשטעלט מיט די ליסטע פון די מוסדות און קהילה וואס מען האט געארבעט די לעצטע פאר וואכן און דאס זענען געווען די רעזולטאטן.


איי פארוואס האב איך דיר געענטפערט?
איך האב טאקע נישט דיר געענטפערט, נאר אויב איז דא פשוט'ע מענטשן דא וואס ליינען דאס וואס דו ווילסט מען זאל טראכטן זאלן זיי דאס אויך זעהן...
אפגעזעבן ווי שווער זיי האבן געארבעט קענען זיי נישט ארויסברענגן מער וואוטס ווי זיי האבן..!
בלייב געזונט
פרישער באניצער
פאוסטס: 91
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:44 pm
x 76

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בלייב געזונט »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 3:04 pm
בלייב געזונט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:48 pm ס'איז באמת א שאד זיך צו טענה'ן מיט דיר ווען דו ווייסט אויך דעם אמת, דו ווילסט פשוט פראגראמירן אנדערע זאלן טראכטן וויאזוי דו ווילסט... נו נו
ייש"כ פאר די קאמפלימענט, א געמשאק צו רעדן אזוי. :roll:

בלייב געזונט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:48 pm יעצט צו די פאקטן, אחים לדעה האט רעגיסטרירט קרוב צו טויזנט וויילער ביי די רעגיסטראציע דרייוו, און האט ריקוועסטעד צוויי טויזנט מעיל אין בעלאטס, אין אן אפיציעלע קאמפיין אין די מוסדות, און געשטופט מענטשן זאלן וואוטן דערמיט, א קאמפיין וואס קיינער האט נישט געטון, און די פאליטיקאנטן זענען אלע געקומען צו לויפן נאכן זעהן די מעיל אין ריקוועסטס און געפיגערט פון וועמען עס קומט.
מיט "מעיל אין" ביסטו גערעכט, קיינער לייקנט נישט אז אליענס האט געהאט א שטארקערע קאמפיין דערויף. אבער וויפיל עס איז געווען ווייסן מיר נישט, דערפאר שרייבט אנ"ש אז זיי גייען אפדעיטן די נומערן ווען די BOE גיבט ארויס אלעס. דער יעצטיגער נומער איז פון די וואל מאשינען פון די נאכט.

לגבי אז קאנדידאטן זענען דערפאר געקומען צו לויפן, וועל איך דיר לאזן אליינס טראכטן, מצדי איז עס אקעי ווייל ס'מאכט נישט אויס.


בלייב געזונט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:48 pm אחים לדעה האט ארויסגעגעבן די בעלאט צוויי וואכן פאר די וואלן און געשטופט פאר מעיל-אין און עירלי וואוט, דערנאך איז אנ''ש נאכגעשפרינגען אויפן זעלבן וואגן, א זאך וואס זיי האבן נאך קיינמאל נישט געטון בעפאר (אויב געדענק איך גוט האבן זיי קיינמאל נישט ארויסגעלייגט זייער בעלאט פאר די טאג פאר די וואוטס, כאפ מיר נישט ביים ווארט ווייל איך האב עס נישט געטרעקט, ס'איז נאר פון זכרון)
דאס איז שוין היפך המציאות.

אנ"ש האט היי יאר, טאקע צום ערשטן מאל, אנגעהויבן א מאסיווע קאמפיין פאר עירלי וואוטס "מוצאי שמחת תורה".

אנגעהויבן מיט א הכרזה ביים באגלייטן, נאכדעם די סעמפל בעלאטס אין די שולן און אויף פאסט וואס זענען שוין ארויס חוה"מ. די אלייענס בעלאט און עירלי וואוט קאמפיין איז ארויס א טאג אדער 2 דערויף.


בלייב געזונט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:48 pm אחים לדעה ארבעט שוין פאר עטליכע וואכן צו צוזאמענשטעלן א ליסטע מיט וואוטער איידי, לויט די מוסדות ליסטע און א יעדער וואס טשעקט אריין אין די קהילה דורכאויס די יאר, און מען האט גערופן יעדן איינעם, נאך מער, די סקאופיס קאמפיין האט שטארק ארויסגעהאלפן דערצו, און צוגעשטעלט אסאך אינפארמאציע דאס צו קענען אויספירן.

אחים לדעה האט צוגעשטעלט וועגן אריינצולייגן די מעיל-אין בעלאטס, און צוגעשטעלט וועגן פאר עלטערע אידן בכבוד גדול צו און פון די פאולינג סייטס, מען האט געהאט דרייסיג אינגעלייט עמפלויט פאר די לעצטע צוויי וואכן און אין עלעקשאן דעי.
דאס איז זייער חשוב, און אויף דעם האב איך געזאגט אז אנ"ש טוט די זעלבע, מיט מער פונקטליכע וואוטינג אינפארמאציע אויף יעדן תושב, נאר אן די נויז.


בלייב געזונט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:48 pm נעכטן נאכט האט מען באקומען די ליסטע פון די וואוטער לויט די וואוטער איידי און מען האט דאס צוזאמענגעשטעלט מיט די ליסטע פון די מוסדות און קהילה וואס מען האט געארבעט די לעצטע פאר וואכן און דאס זענען געווען די רעזולטאטן.
דאס הייסט אז מען קוקט בכלל נישט פאר וועמען יענער האט געוואוט. מאכט נישט קיין סענס צו שרייבן אזעלכע נומערן... בפרט אין א פרעזידענט וואל יאר, כידוע.


בלייב געזונט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:48 pm איי פארוואס האב איך דיר געענטפערט?
איך האב טאקע נישט דיר געענטפערט, נאר אויב איז דא פשוט'ע מענטשן דא וואס ליינען דאס וואס דו ווילסט מען זאל טראכטן זאלן זיי דאס אויך זעהן...
זייער הארציג. מחול לך.
אנש האט געמאכט א מעיל אין קאמפיין? וואו? מען איז נאכגעלאפן מענטשן דערפאר? מען האט טרעק ווער ס'האט ריקוועסטעד? אחים לדעה האט טרעק דערויף.

דו ווייסט נישט וויפיל עס איז געווען, איי קנאו, אחים לדעה ווייסט אבער יא וויפיל זיי האבן אריינגעגעבן.


און ניין, מען קוקט בכלל נישט פאר וועמען יענער האט געוואוט, מען האט דער עיקר געוואלט פעט רייען און סקאופיס, און פאר זיי האט מען געארבעט, און דאס אז דו ווייסט נישט פארוואס מיינט נישט אז ס'האט נישט קיין סיבה.

אנ''ש האט געהאט איינגעשפאנט דרייסיג אינגעלייט נאר אן קיין נויז? סקאופיס איז אריבער געקומען צו אחים לדעה ווייל ער האט נישט געהאט די אדרעס ווי אנ''ש זיצט? איך פרעג פאר נייגער

נאך איין זאך, אנ''ש האט מער פונקטליכע וואטינג אינפארמאציע ווי די באורד אוו עלעקשאן? עפעס אזוי סאונד פון דיר
אוועיטער
נויז מאשין
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 90
פארבינד זיך:

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך נויז מאשין »

בלייב געזונט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 6:24 pm

אנ''ש האט געהאט איינגעשפאנט דרייסיג אינגעלייט נאר אן קיין נויז? סקאופיס איז אריבער געקומען צו אחים לדעה ווייל ער האט נישט געהאט די אדרעס ווי אנ''ש זיצט? איך פרעג פאר נייגער
FYI סקופיס איז געווען אין בנין מארקאוויטש ווי אנ"ש איז געזיצן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5392
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10222

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בלייב געזונט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 6:24 pm אנש האט געמאכט א מעיל אין קאמפיין? וואו? מען איז נאכגעלאפן מענטשן דערפאר? מען האט טרעק ווער ס'האט ריקוועסטעד? אחים לדעה האט טרעק דערויף.
איך האב געשריבן אז נישט.

זיי האבן געהאט א "עירלי וואוט" קאמפיין, און זיי זענען געווען די ערשטע ארויסצוגעבן א אינדארסירטע בעלאט, אלייענס האט נאכגעפאלגט א טאג צוויי שפעטער.

בלייב געזונט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 6:24 pm דו ווייסט נישט וויפיל עס איז געווען, איי קנאו, אחים לדעה ווייסט אבער יא וויפיל זיי האבן אריינגעגעבן.
ריכטיג, זיי ווייסן. זיי ווייסן אז 4500 איז אבי געשריבן.

אבער איך און דו ווייסן נישט וויפיל יא.

בלייב געזונט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 6:24 pm און ניין, מען קוקט בכלל נישט פאר וועמען יענער האט געוואוט, מען האט דער עיקר געוואלט פעט רייען און סקאופיס, און פאר זיי האט מען געארבעט, און דאס אז דו ווייסט נישט פארוואס מיינט נישט אז ס'האט נישט קיין סיבה.
אלייענס וויילער פאר פעט רייען און סקופיס זענען געווען ארום 2,000.

און דאס נישט רעכענען לויט וויאזוי יענער האט געשטימט, נאר רעכענען אויך איינער וואס האט געשטימט נאר פאר טראמפ, איז זייער נאריש.


בלייב געזונט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 6:24 pm אנ''ש האט געהאט איינגעשפאנט דרייסיג אינגעלייט נאר אן קיין נויז? סקאופיס איז אריבער געקומען צו אחים לדעה ווייל ער האט נישט געהאט די אדרעס ווי אנ''ש זיצט? איך פרעג פאר נייגער
קוק דא ויונעם לכם.

בלייב געזונט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 6:24 pm נאך איין זאך, אנ''ש האט מער פונקטליכע וואטינג אינפארמאציע ווי די באורד אוו עלעקשאן? עפעס אזוי סאונד פון דיר
ניין.
בלייב געזונט
פרישער באניצער
פאוסטס: 91
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:44 pm
x 76

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בלייב געזונט »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 6:34 pm אלייענס וויילער פאר פעט רייען און סקופיס זענען געווען ארום 2,000.

און דאס נישט רעכענען לויט וויאזוי יענער האט געשטימט, נאר רעכענען אויך איינער וואס האט געשטימט נאר פאר טראמפ, איז זייער נאריש.
אויב ווילסטו גיין דעי מהלך....

די סך הכל אין אלע פאלם טרי דיסטריקט מיט אפדעיטעט נומבערס:

סטעיט סענאט רעיס טאטעל 8,401
דאנאלד טראמפ טאטעל 8,186

אנ"ש האט אינדארסירט טראמפ, אחים לדעה האט געהייסן נישט וואוטן פאר קיינעם

סך הכל אחים לדעה שטימען 215

ד.מ.
אנ"ש 97.5% - אחים לדעה 2.5% (צוזאמען מיט די קאנדיטאן וואס האבן געוואוט פארן קעגנער העריס)
בלייב געזונט
פרישער באניצער
פאוסטס: 91
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:44 pm
x 76

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בלייב געזונט »

און איך זאג דיר אז אחים לדעה האט באקומען די רעזולטאטן מיט די וואוטער איידי ווער עס איז געגאנגען שטימען און אזוי האבן זיי גערעכנט וויפיל פון זייערע מענטשן זענען ארויסגעקומען
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3338
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3912

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

מיכל נחום האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 4:53 am וויאזוי פונקליך ווייסט מען ווער ס'איז א אלייענס בעלאט און ווער אנ"ש אין די צייט וואס זיי האבן אלעס געווען די זעלבע?
נישט אלע.
1000337422.jpg
1000337422.jpg (263.33 KiB) געזען געווארן 639 מאל
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
שרייב פאוסט