סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 133
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 141

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי כתה ט' במוסדותינו הק' אין וומסב''ג, פארגעקומען נעכטן מוצש''ק אין די זאלן פון גינת אסתר אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC

בילד
בילד
בילד
בילד
בילד
בילד
בילד
בילד
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 133
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 141

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

*שב''ק פרשת נח ב' דר''ח מרחשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - אויף מנוחת הנפש בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו וואס געפינט'זיך אין א שטילע געגנט אין קר"י*

פרייטאג צונאכטס ארום 6:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד שע''י בית האכסניא מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת הרה''ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי''ו. נאכן דאווענען האט אים דער רבי באדאנקט און געזאגט 'האסט געמאכט א עונג שבת'. מען האט געענדיגט ארום 7:45 און דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת.

רבינו שליט''א האט געפראוועט די שלחה''ט אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא מיט געציילטע מקורבים, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה, און אנגעהויבן אשת חיל.

ארום 10:00 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות וד"ת.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו, מנוחה ושמחה: הב' המשב''ק שניאור זלמן עקשטיין.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'את אלוקים התהלך נח' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו יש אם למקרא או למסורות.

קה אכסוף: הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו, ברכהמ''ז: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק מרוזין זיע''א וואס די יארצייט געפאלט ג' חשון
קה רבון עלם: ר' שאול בר''מ מיכל פריעדמאן הי"ו, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 11:45.

*וביום השבת קודש*

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד בבית האכסניא ארום 9:50. פסוקי דזמרה: האברך ר' שמעון בארזעסקי הי"ו, שחרית: הרה''ח ר' חיים שלמה קרויס הי''ו. מען האט געזאגט הכל יודיך פסוק בפסוק, און געזינגען ביי ממקומך כנהוג. צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' אברהם לייב לאנדא שליט''א, און הרה''ח ר' דוד פארקאש הי''ו. בעל קורא: הרה''ג ר' אברהם לייב לאנדא שליט''א.

עליות. כהן: הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט''א. לוי: הב' אהרן מאנדל ני''ו. שלישי: הרה''ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי''ו. רביעי: הרה"ח ר' יואל ווידער הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו. אחרון: הב' המשב''ק חנני' יו''ט ליפא דייטש ני''ו. הגבה ספר ראשון: הרה''ח ר' יואל ישעי' גאלדענבערג הי''ו. גלילה: הב' משה מענדלאוויטש ני''ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. הגבה ספר שני: הב' המשב''ק שניאור זלמן עקשטיין ני''ו. גלילה: הב' אהרן מנחם שטיין ני''ו.

רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו מוסף לכבוד שבת ר''ח, פתיחה לאנעים זמירות: ר' אברהם מאסרי היו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א געהייסן אריינברענגן קידוש פאר די אידן וואס וואוינען ווייט און דארפן נאך אהיימגיין א דרך רחוקה.

די סעודת שב''ק האט דער רבי געגעסן פריוואט.
מען האט געזינגען די זמירות, און דער רבי האט געזינגען ברכו נפשו, און מיט ברכהמ''ז מכבד געווען הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו.

*רעוא דרעווין*

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 6:20. מנחה: הרה''ח ר' וואלף פריעדלענדער הי''ו. הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו. כהן: הרה''ח ר' אליעזר דוד גליק הי''ו. לוי: הב' אהרן מאנדל ני''ו. שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה''ק. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה''ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי''ו.

זמירות ביי ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'את אלוקים התהלך נח - ס''ת חכם' און געטייטשט אז א'לה ת'ולדות נ'ח איז ר''ת תנ''א דורך די כח פון נח זיך מתגבר צו זיין אויף די תאוות אפילו אין דור המביל איז געבליבן די כח פונעם משלח הקב''ה, האט ער געקענט לערנען און זיך מתגבר אויף די נסיונות הזמן.

ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' נפתלי סופר הי"ו דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך מען האט געענדיגט ארום 8:20.

הבדלה האט רבינו שליט''א געמאכט פריוואט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

*מוצש''ק פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*

ארום 10:00 האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' פישל סופר ע"ה.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג צום מעמד סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדותינו הק' כיתה ט' וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר.

ביים אנקומען קיין וומסב''ג איז דער רבי אריבער מנחם אבל זיין הרה"ח ר' בערל שימענאוויטש הי"ו ובניו און הרה"ח ר' טובי' גאלדשטיין הי"ו היושבים ע"פ אשתו /אמם /בתו ע"ה.

רבינו שליט''א איז אנגעקומען אינעם זאל ארום 11:40, און זיך באגריסט מיט הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א און הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און די רבנים שליט"א אויפן אויבנאן, און דער מנהל הרה''ג ר' יודא בער טעלער שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט איינער פון די תלמידים פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רבנים שליט"א, עלטערן, און אלע בחורים, און משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטייטשט אז נאר מיט די כח פון די תורה הקדושה האט נח זיך געקענט מתגבר זיין אויף די נסיונות הזמן, און דערנאך ארומגערעדט בשבח פון די בחורים וואס האבן עוסק געווען בתורה א גאנץ יאר און מסיים געווען מסכת קידושין, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים וואס גייען יעצט אריין אין די ישיבות קטנות אז מ'זאל ווייטער מצליח זיין צו שטייגן בתורה ויראת שמים.

נאך די דב''ק האט דער רבי פארטיילט די ספר 'שמעתתא דמר"א ט"ב' על סדר הפרשיות משולב עם סוגיות שונות ממסכת קידושין פאר די בחורים. ארום 12:20 האט דער רבי פארלאזט די זאל, אויפן וועג קיין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4031
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12181

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

מאנטרעאל.
פיילס
unnamed (5).jpg
unnamed (5).jpg (138.51 KiB) געזען געווארן 1539 מאל
unnamed (7).jpg
unnamed (7).jpg (187.4 KiB) געזען געווארן 1539 מאל
unnamed (8).jpg
unnamed (8).jpg (268.28 KiB) געזען געווארן 1539 מאל
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4031
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12181

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

מאנטרעאל.
פיילס
unnamed (6).jpg
unnamed (6).jpg (221.64 KiB) געזען געווארן 1542 מאל
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 136

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

קיין נפקמ האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 8:58 pm
שמח האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 7:52 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 1:44 pm וואו קען מען זען די דרשה פון שור שנגח את הפרה?
מיינסט די דרשה פאר די בחורים?!

וואס עפעס שור שנגח אל הפרה?
די רבי האט ביים שבת שובה דרשה געזאגט געווארן צום גדלי', מגנה געווען דאס וואס מענטשען זענען אזוי אריינגעטוהן אין פאליטיק, שור שנגח את הפרה, וואס האט די פרה געזאגט און וואס האט די חמור צוריקגענטפערט וכו
און ביי די דרשה פון די בחורים האט ער אויך גערעדט פון דעם נושא?
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4031
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12181

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

תלמידי המתביתא סניף ויואל משה ביים אנקומען לבניין הישיבה לקראת דעם פרישן שנת הלימודים תשפ”ה לפ”ק.
פיילס
Screenshot_20241104_175438_Chrome~2.jpg
Screenshot_20241104_175438_Chrome~2.jpg (157.55 KiB) געזען געווארן 1523 מאל
Screenshot_20241104_175502_Chrome~2.jpg
Screenshot_20241104_175502_Chrome~2.jpg (156.14 KiB) געזען געווארן 1523 מאל
Screenshot_20241104_175502_Chrome~3.jpg
Screenshot_20241104_175502_Chrome~3.jpg (149.5 KiB) געזען געווארן 1523 מאל
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4031
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12181

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג לך=
► Show Spoiler

רבינו שליט"א ביים מעמד קבלת פנים ביים שמחת החתונה בבית סערדאהעלי - בורשטין אין די זאל פון בית רחל פאראדייס.
~🌴~
פיילס
IMG-20241104-WA0084.jpg
IMG-20241104-WA0084.jpg (173.82 KiB) געזען געווארן 1426 מאל
IMG-20241104-WA0085.jpg
IMG-20241104-WA0085.jpg (153.26 KiB) געזען געווארן 1426 מאל
IMG-20241104-WA0086.jpg
IMG-20241104-WA0086.jpg (161.83 KiB) געזען געווארן 1426 מאל
ווערווייס
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:38 am
x 124

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך ווערווייס »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 5:43 pm
קיין נפקמ האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 8:58 pm
שמח האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 7:52 pm

מיינסט די דרשה פאר די בחורים?!

וואס עפעס שור שנגח אל הפרה?
די רבי האט ביים שבת שובה דרשה געזאגט געווארן צום גדלי', מגנה געווען דאס וואס מענטשען זענען אזוי אריינגעטוהן אין פאליטיק, שור שנגח את הפרה, וואס האט די פרה געזאגט און וואס האט די חמור צוריקגענטפערט וכו
און ביי די דרשה פון די בחורים האט ער אויך גערעדט פון דעם נושא?
ניין
ביי די בחורים האט ער נאר געזאגט, אז טראמפ וואסערע גרויסע עושר ער איז, און איז שוין אפילו געווען פרעזידענט, איז אים נישטא וואס מקנא צו זיין, ווייל ער האט נאך קיינמאל אין זיין לעבן נישט געגעסן דעם כזית מצה פסח אויפדערנאכט, ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געשאקלט קיין לולב! ער האט ניטאמאל איינמאל אנגעטון קיין תפילין, ער האט נאך אין זיין לעבן א בלאט גמרא נישט געלערנט, דו קענסט אים נישט מסביר זיין וואס דאס מיינט א שיינע קשיא פון רבי עקיבא אייגער, ער מיינט ער לעבט א לעבן, ער לעבט א פוסטע לעבן, אונז האב מיר אים גארנישט וואס מקנא צו זיין, גארנישט!!!
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4031
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12181

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג לך=

במשך די וואך פרשת לך וויילט הגאון הגדול עמוד ההוראה דומ''ץ קרית יואל שליט''א אין מאנסי.

מטעם בית מדרשינו המפואר בנין שיפף שכונת רעמסען ווערט געמאלדן אז עס וועט זיין דעי וואך א מנין מנחה 5:30 און נאכדעם מעריב לכבוד הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל בעל אגלי דבש שליט''א ואס וויילט און שכינות פונעם ביהמ''ד.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4031
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12181

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אידישע נייעס | צהלי ורוני יושבת בוענאס איירעס כי גדול בקרבך קדוש ישראל - כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ערווארטעט אנצוקומען אויף א קורצע באזוך אין ארגענטינא אונטערוועגנס צום נייע בית השחיטה אין אורוגוואי:

תלמידי וחסידי סאטמאר אין באונעס איירעס האבן בחדוה עילאה אויפגענומען די בשורה טובה איבער די געפלאנטע באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א קומענדיגע דינסטאג אויף א בליץ באזוך דארט אין שטאט צו מחזק זיין די אידישע קהילה. לויט די יעצטיגע פלאן וועט דער רבי אנקומען דינסטאג אינדערפרי און גלייך צופארן צום גרויסן ביהמ"ד דאווענען שחרית, נאך שחרית וועט פארקומען א מעמד לחיים און קבלת פנים וואו די תושבי העיר וועלן קענען אריבערגיין  ביים רבי'ן שליט"א לברך ולהתברך. די באזוך קומט אין די ראמען פון אן ערשטמאליגע באזוך וואס דער רבי וועט אפהאלטן אין די נייע מהודר׳דיגע בית שחיטה לגסות דורך די "מיעל מארט" פירמע אין אורוגוואי וואס שטעלט צו מהודר'דיגע פלייש פאר די קהילה.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4031
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12181

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

היינט דינסטאג וועלן אנשי שלומינו אנשים ונשים ארויסגיין אין די מאסן צו שטימען פאר די אנ"ש אינדאסירטע קאנדידאטן.

דאנאלד טראמפ פאר פרעזידענט!
מייק לאולער פאר קאנגרעס!
עליידזשא מעלניק פאר סטעיט סענאט!
הרה"ח ר' אהרן בנציון ווידער פאר סטעיט אסעמבלי!

דער מנהיג העדה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א רוהט נישט וועגן די גזירת החינוך און ארבעט איבערמידליך עס מבטל צו זיין. שוין 2 יאָר וואָס רבינו שליט"א אַרבעט אויף אַ פלאַן דורכצופירן א לעגיסלאַציע וועלכע וועט בעז"ה ַאפשטעלן די גזירה.

די יעצטיגע וואלן וועט בעז"ה אסאך נענטער ברענגען אז דער הצלת החינוך פלאַן זאל ווערן דורכגעפירט. אויב פאַרלירן מיר דאָס, האלט מען צירוק ביי א', אָן קיין פאָליטישע כח דאָס צו פאַרעכטן.

געדענקט! דער עתיד החינוך פון אונזערע קינדער און אייניקלעך זענען היינט דינסטאָג אויפ'ן וואָגשאָל!

טייערע אנשי שלומינו: גאַנץ יהדות ניו יאָרק איז יעצט אָנגעוויזן אויף אונז!

מענער, פרויען, ערוואַקסענע קינדער, קיין איין שטימע זאָל דאָסמאָל נישט פעלן!

איר טוט א חסד מיט רבבות תושבי העיר, און אַ חסד מיט יהדות ניו יאָרק!

עשה למעננו עשה למען בננו עשה למען דורותינו!!!

פיילס
IMG_20241105_122755_516.jpg
IMG_20241105_122755_516.jpg (123.73 KiB) געזען געווארן 1052 מאל
IMG_20241105_122754_836.jpg
IMG_20241105_122754_836.jpg (129.51 KiB) געזען געווארן 1052 מאל
גמח
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:23 am
x 56

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך גמח »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 12:19 pm אידישע נייעס | צהלי ורוני יושבת בוענאס איירעס כי גדול בקרבך קדוש ישראל - כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ערווארטעט אנצוקומען אויף א קורצע באזוך אין ארגענטינא אונטערוועגנס צום נייע בית השחיטה אין אורוגוואי:

תלמידי וחסידי סאטמאר אין באונעס איירעס האבן בחדוה עילאה אויפגענומען די בשורה טובה איבער די געפלאנטע באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א קומענדיגע דינסטאג אויף א בליץ באזוך דארט אין שטאט צו מחזק זיין די אידישע קהילה. לויט די יעצטיגע פלאן וועט דער רבי אנקומען דינסטאג אינדערפרי און גלייך צופארן צום גרויסן ביהמ"ד דאווענען שחרית, נאך שחרית וועט פארקומען א מעמד לחיים און קבלת פנים וואו די תושבי העיר וועלן קענען אריבערגיין  ביים רבי'ן שליט"א לברך ולהתברך. די באזוך קומט אין די ראמען פון אן ערשטמאליגע באזוך וואס דער רבי וועט אפהאלטן אין די נייע מהודר׳דיגע בית שחיטה לגסות דורך די "מיעל מארט" פירמע אין אורוגוואי וואס שטעלט צו מהודר'דיגע פלייש פאר די קהילה.
האט שוין האדמו''ר שליט''א באזוכט אמאל און ארגענטינא?
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4031
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12181

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

גמח האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 12:34 pm

לפי ענ"ד נישט.
פריילאך
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 3:33 pm
x 5

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פריילאך »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 12:52 pm

לויט מיין אינפא יא געווען, א זומער אין די נו”ן יארן, געווען אויך אין בראזיל.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4031
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12181

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

פריילאך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 1:09 pm

אלס רב איי געס.
גמח
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:23 am
x 56

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך גמח »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 1:13 pm
פריילאך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 1:09 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 12:52 pm

לפי ענ"ד נישט.
לויט מיין אינפא יא געווען, א זומער אין די נו”ן יארן, געווען אויך אין בראזיל.
אלס רב איי געס.
יא יא געוואלט וויסן אויב שוין אמאל באטרעטן די באדן פון אגערטינע
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1503
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1580

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך שבת קודש »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 12:19 pm אידישע נייעס | צהלי ורוני יושבת בוענאס איירעס כי גדול בקרבך קדוש ישראל - כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ערווארטעט אנצוקומען אויף א קורצע באזוך אין ארגענטינא אונטערוועגנס צום נייע בית השחיטה אין אורוגוואי:

תלמידי וחסידי סאטמאר אין באונעס איירעס האבן בחדוה עילאה אויפגענומען די בשורה טובה איבער די געפלאנטע באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א קומענדיגע דינסטאג אויף א בליץ באזוך דארט אין שטאט צו מחזק זיין די אידישע קהילה. לויט די יעצטיגע פלאן וועט דער רבי אנקומען דינסטאג אינדערפרי און גלייך צופארן צום גרויסן ביהמ"ד דאווענען שחרית, נאך שחרית וועט פארקומען א מעמד לחיים און קבלת פנים וואו די תושבי העיר וועלן קענען אריבערגיין  ביים רבי'ן שליט"א לברך ולהתברך. די באזוך קומט אין די ראמען פון אן ערשטמאליגע באזוך וואס דער רבי וועט אפהאלטן אין די נייע מהודר׳דיגע בית שחיטה לגסות דורך די "מיעל מארט" פירמע אין אורוגוואי וואס שטעלט צו מהודר'דיגע פלייש פאר די קהילה.
וויפיל שעה נעמט די וועג צו ארגענטינא?
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4031
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12181

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

Screenshot 2024-11-05 1.26.52 PM.png
Screenshot 2024-11-05 1.26.52 PM.png (65.89 KiB) געזען געווארן 945 מאל
מיט קלארקייט
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:12 pm
x 79

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיט קלארקייט »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 1:50 pm IMG-20241101-WA0013.jpg
כוויל זייער הערן די דרשה, איינער קען עס ברענגן?
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4031
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12181

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג לך=
► Show Spoiler
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1503
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1580

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך שבת קודש »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 12:19 pm אידישע נייעס | צהלי ורוני יושבת בוענאס איירעס כי גדול בקרבך קדוש ישראל - כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ערווארטעט אנצוקומען אויף א קורצע באזוך אין ארגענטינא אונטערוועגנס צום נייע בית השחיטה אין אורוגוואי:

תלמידי וחסידי סאטמאר אין באונעס איירעס האבן בחדוה עילאה אויפגענומען די בשורה טובה איבער די געפלאנטע באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א קומענדיגע דינסטאג אויף א בליץ באזוך דארט אין שטאט צו מחזק זיין די אידישע קהילה. לויט די יעצטיגע פלאן וועט דער רבי אנקומען דינסטאג אינדערפרי און גלייך צופארן צום גרויסן ביהמ"ד דאווענען שחרית, נאך שחרית וועט פארקומען א מעמד לחיים און קבלת פנים וואו די תושבי העיר וועלן קענען אריבערגיין  ביים רבי'ן שליט"א לברך ולהתברך. די באזוך קומט אין די ראמען פון אן ערשטמאליגע באזוך וואס דער רבי וועט אפהאלטן אין די נייע מהודר׳דיגע בית שחיטה לגסות דורך די "מיעל מארט" פירמע אין אורוגוואי וואס שטעלט צו מהודר'דיגע פלייש פאר די קהילה.
פארוואס האט מען אנגעהויבען צו שחט'ן אין אורוגוואי?
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4031
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12181

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

*והעמידו תלמידים הרבה!*

אריבער 4 און א האלב טויזענט בחורי סאטמאר בלעיה"ר הויבן אהן דעם שנת הלימודים בשטומ"צ אינערהאלב די 36 סאטמארע'ר ישיבות איבער דער וועלט.
צווישן די פאריגע וואך און די היינטיגע וואך זענען געעפענט געווארן בסייעתא דשמיא ובשטומ"צ צום נייעם זמן די 36 ישיבות הקדושות דמוסדותינו הק', וואו די אריבער "פיר און א האלב טויזנט" בחורי חמד וועלן לערנען און שטייגן בעבודת ה' תחת נשיאות הקודש פונעם נשיא הישיבות כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א.

"די הייליגע מתיבתא תורה ויראה דרבינו יואל" אין קרית יואל בראשות פונעם ריש מתיבתא קדישא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, דער גולת הכותרת פון ממלכת סאטמאר בכל קצוי תבל, עפענט אירע זיבן היכלי הישיבות הקדושות: סניף דברי יואל, סניף ברך משה, סניף קדושת יואל, סניף ויואל משה, סניף עצי חיים, סניף עסק התורה, סניף שיעור ד' - מיט א היסטארישן ציפער פון 1,487 בחורי חמד בליעה"ר, כן ירבו.
*היינט מיטוואך וועט דער ריש מתיבתא רבתי מרן רבינו הגה"ק שליט"א זאגן די דרשת פתיחת הזמן בהיכלי ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל*

די 9 סניפי ישיבות קטנות שע"י מוסדותינו הק' אין קרית יואל: רב טוב, ייטב פנים, אבני צדק, קדושת יו"ט, ישמח משה, השיב משה, דברי חיים, זרע קודש, אור החיים – האבן געעפענט אירע טויערן מיט אריבער 1,000 בחורי חמד בליעה"ר, כן ירבו.

די 7 סניפי ישיבות קטנות שע"י מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג, אונטער די קערפערשאפט פון "ממלכת התורה": באר התורה, היכל התורה, מבצר התורה, נזר התורה, חכמת התורה, אהבת התורה, ישיבה לצעירים - עפענט אירע טויערן מיט אריבער 750 בחורי חמד בליעה"ר, כן ירבו.

די 3 סניפי הישיבות שע"י מוסדותינו הק' אין בארא פארק: ויואל משה, מעיין התורה, ישיבה גדולה ויואל משה - עפענט אירע טויערן מיט קרוב צו 400 בחורי חמד בליעה"ר, כן ירבו.

די 2 ישיבות קטנות שע"י מוסדותינו הק' אין מאנסי: קנין תורה, דרכי התורה – האט געעפענט אירע טויערן מיט 170 בחורי חמד בליעה"ר, כן ירבו.

די 2 סניפי ישיבה קטנות: דרך התורה, שביל התורה מחוץ לעיר, עפענען אירע טויערן מיט קרוב צו 200 בחורים בליעה"ר.

די נייע ישיבה קטנה ברך משה אין לעיקוואד עפענט אירע טויערן מיט 25 בחורי חמד בליעה"ר.

ישיבה קטנה תורה ויראה שע"י מוסדותינו הק' אין לאנדאן האט געעפענט אירע טויערן מיט 80 בחורים בליעה"ר, כן ירבו.

די נייע ישיבה גדולה תורה ויראה אין לאנדאן האט בס"ד געעפענט אירע טויערן מיט 40 בחורים בליעה"ר, כן ירבו.

ישיבה קטנה שע"י מוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער האט געעפענט אירע טויערן מיט 75 בחורים בליעה"ר, כן ירבו.

ישיבה קטנה דקהלתינו הק' אין אנטווערפן האט געעפענט אירע טויערן מיט 48 בחורים בליעה"ר, כן ירבו.

די 3 ישיבות בארה"ק: ישיבה קטנה יטב לב שע"י מוסדותינו הק' אין ירושלים עיה"ק, ישיבה קטנה שע"י מוסדותינו הק' אין בני ברק, ישיבה גדולה מהרי"ט אין בני ברק - עפענט אירע טויערן מיט בערך 200 בחורים בליעה"ר, כן ירבו.

*והיה זרעך כעפר הארץ אשר לא יספר מרוב, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!*
קיין נפקמ
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 2:15 pm
x 30

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קיין נפקמ »

פריילאך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 1:09 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 12:52 pm
גמח האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 12:34 pm
האט שוין האדמו''ר שליט''א באזוכט אמאל און ארגענטינא?
לפי ענ"ד נישט.
לויט מיין אינפא יא געווען, א זומער אין די נו”ן יארן, געווען אויך אין בראזיל.
געהערט פונעם משב"ק ר' יושע אז די רבי איז נאך דארט נישט געווען קיינמאל
שרייב פאוסט