אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 741
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1233

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

פאוסט דורך ווירקליך »

היות עס איז כסדר דא חברים מיט שאלות בנוגע משומר, פארוואס פארווען וכו', איז לאמיר צענעמען דעם מציאות מצדינו, אין קורצע זאצן.

1. דאס אז אידטיש ווערט געהאלטן פארשפארט דורך משומר, האט נישט מיט אידישקייט אדער מיט עפעס וואס מיר דארפן/קענען טוישן אין אונזער ערליכקייט און ריינקייט, נאר עס האט מיט פאליטישע בענעפיטן אדער דיס-בענעפיטן לויט וויאזוי דער אייגנטומער פונעם משומר פילטער קוקט עס אן. מיר האבן ערהאלטן א דירעקטן מעסעדזש פון משומר אז דאס איז זייער פאליטישער בליק אויף דעם סייט, און עס איז נישט בידינו צו טוישן זייער פארשטאנד, אדער צו טוישן זייער ערליכקייט אין סערוויס צו זייערע קליענטן.

2. איבריג צו זאגן אז דאס איז נישט געבויט אויף מציאות, [אפגעזען צי דא שרייבן יעצט מער מעמבערס פון איין קהלה איבער די צווייטע, וואס דאס איז טאקע בלויז צוליב די באשלוס און אויסוואל פונעם פילטער]. אין פאקט באשטייט די אידטיש הנהלה פון א באלאנס פון ביידע סאטמארע קהלות, קיינער איז ב"ה נאכנישט געווארן בא'עולה'ט לכאן או לכאן. די אידטיש הנהלה טוט נישט דיקטירן די ניקס וועלכע טיטלען צו שרייבן (איך רעד איבער טיטלען ווייל דאס איז געווען דער הויפט ארגומענט אין משומר’ס מעסעדזש צו אונז), אונזער פאליסי איז - טאקע אנדערש ווי אנדערע - אז אונז טייל מיר נישט איין בעניני איסור והיתר איבער טיטלען... נאר יעדער שרייבער קען שרייבן די טיטלען וואס זיין צייטונג וואלט געשריבן, און

3. אעפ"כ זענען מיר קעגנגעקומען משומר, פרובירט צו קאנטאקטן אויף אלע אופנים, אנגעבאטן גרייטקייט צו טוישן סיי וואס זיי פארלאנגען, און זאגאר אנגעבאטן (בערך א יאר צוריק) צו "ארייננעמען אין די הנהלה" וועמען אימער זיי וועלן פארלאנגען וואס זאל זיכערמאכן אז מיר האלטן טאקע ווארט.

4. דאס וואס זיי שרייבן היינט צוטאג פאר קליענטן אז זיי זענען אין קאנטאקט מיט די סייט אדמיניסטראציע, איז פשוט נישט אמת. אדער 'שקר', קלארער גערעדט...

זיי ווייסן קלאר אז מיר גרייט צו הערן זייערע גיידליינס, און זיך דורכקומען מיט זיי, ווייל מיר האבן זיי אנגערופן און געקאנטאקט מערערע מאל מיט לענגערע שמועסן, אבער פון זייער זייט האבן זיי קיין איין איינציג מאל זיך פרובירט צו פארשטענדיגן מיט אונז. ס'איז זייער באשלוס דאס צו האלטן פארמאכט, און א משומר קליענט דארף אליינס באשליסן וואס ער האט צו טון אין אזא פאל.

מיר פון אונזער זייט גייען ב"ה אן זייער שיין און געשמאק, ווי איר קענט זען...

ס’איז אבער דער פארלוסט פון די פילצאליגע משומר באנוצער וועלכע ווערן אומ’יושר’דיג נישט צוגעלאזט אהער.

אדרבה, אויב איינער האט סיי וועלכע השפעה אויף זיי, אדער אויב איינער קען העלפן צוזאמברענגען די זאך, קען ער זיך מעלדן. מצדינו האבן מיר שוין לאנג יוצא געווען.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1925
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 3435

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

פאוסט דורך פשוט און גראד »

יא יא,

דיעפ סטעיט בתפארתם, אין נאכדעם גייט די מעין סטריעם אינגערמאן זיין די אויבער חכם וכו’

משומר משומר
א ארגינאזאציע/ביזנעס מיטן אידישקייט קארטעל איז א גרויסע אחריות.
נישט קיין בהלה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 136
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
Location: new york
x 209

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

פאוסט דורך נישט קיין בהלה »

פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 5:30 pm יא יא,

דיעפ סטעיט בתפארתם, אין נאכדעם גייט די מעין סטריעם אינגערמאן זיין די אויבער חכם וכו’

משומר משומר
א ארגינאזאציע/ביזנעס מיטן אידישקייט קארטעל איז א גרויסע אחריות.
אזוי ווי די זאגסט. אז א אינגערמאן גייט ליידער נישט האבן קיין געהעריגע פילטער אדאנק די צודרייטע משומר פאליסיס, וועט מען באשולדיגן משומר? עה, מען וועט זאגן אז דער אינגערמאן איז דער שגץ.....

און כדרכם פון די חברה אז זיי וועלן אלעמאל האלטן אז זיי זענען גערעכט, און קיינמאל נישט מודה זיין אויף זייער מיסטעיק, אפילו ווען יעדע רעכטדענקיגע מענטש זעהט איין זייער קוראפשען.

און איך וואלט נישט געווען סורפרייזט צו געוואר ווערן אז אן אייוואלטירער איינגעשטעלטער צאלט גאר געלט פאר משומר אז זיי זאלן נישט עפענען איד טיש, ווייל קיין אנדערע נערמאלע הסבר איז נישט דא פאר דעם. דער עיקר אז מען זאל האלטן דעם עולם נאר אויף ערליך באצאלטע וועבסייטס......
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1925
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 3435

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

פאוסט דורך פשוט און גראד »

פון משומר
Hi,

The below sites will be open for all users to tune in to the election after 6pm and will remain open until 8am tomorrow:

https://www.foxnews.com/elections
https://www.270towin.com/
http://www.nbcnews.com/politics/2024-el ... nt-results
http://apnews.com/projects/election-results-2024/
https://www.politico.com/2024-election/results/

Please refresh your policy and the changes should take effect at the times stated above.

Meshimer
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2891
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8187

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

פאוסט דורך פופציגער »

פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 1:00 pm פון משומר
Hi,

The below sites will be open for all users to tune in to the election after 6pm and will remain open until 8am tomorrow:

https://www.foxnews.com/elections
https://www.270towin.com/
http://www.nbcnews.com/politics/2024-el ... nt-results
http://apnews.com/projects/election-results-2024/
https://www.politico.com/2024-election/results/

Please refresh your policy and the changes should take effect at the times stated above.

Meshimer
איינער זאל זיי שיקן פרעגן צי אידטיש מעג מען אויך עפענען...

נע, חלילה... פאקס ניוז מילא, אבער אידטיש???

אידישקייט!!! גיוואלד!!! ניטאמאל זאג ארויס דעם ווארט (קענסט נוצן פאר אן ערזאץ ווארט "חפץ חיים וועבזייטל" נישט צו פארשמוצן דעם מויל).
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 744
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1000

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

פאוסט דורך הדסים »

וואס איז פשט אז נעטפרי בלאקט דעם 19'טן בלאט ביי נייעס פון וויליאמסבורג?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2891
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8187

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

פאוסט דורך פופציגער »

שיקט מיר יעצט איינער אין אישי - איך ציטיר כתבו ולשונו:

אגב ראביי פוציגער
קודם איך האב זייער הנאה פון דיינע זאכן סיי דא אין סיי אויף אייוועלט אין אלע אנדערע פלעצער
סא איך האב משומר אויף א דיווייס וואס איך ניץ כמעט נישט אהער ווען איך האב געזען דא אז זיי לאזען עס נישט אריבער האב איך באקומען א רייץ עס צי מאכן ארבעטן...
איך האב זיי געריפן אין געמאכט קולות אין זיי האבן געזאגט אונז קענען נישט בלא בלא בלא...
האב איך זיי געזאגט אז מיר גייט עס נישט אן ווייל פאר פארשטינקענע פאליטק האבן ענק א נארשע פאליסי...
געמאכט קולות אפאר מינוט אין ווינדער איבער ווינדער אז סהאט זיך געפענט...
איך שרייב עס אין קענסט עס לייגען אין פאבליק זאל יעדער זיי ריפן דרייען א קאפ אין סגייט העלפען.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 744
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1000

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

פאוסט דורך הדסים »

איז דא א מעגליכקייט צו ערלעדיגן ביי נעטפרי אז זייער ראבאט זאל אויפהערן בלאקן פעיזשעס?

נייעס פון וו"ב לעצטע בלאט
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 358
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 488

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

הדסים האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 6:03 pm איז דא א מעגליכקייט צו ערלעדיגן ביי נעטפרי אז זייער ראבאט זאל אויפהערן בלאקן פעיזשעס?

נייעס פון וו"ב לעצטע בלאט
יא
viewtopic.php?p=152601#p152601
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 744
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1000

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

פאוסט דורך הדסים »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 6:13 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 6:03 pm איז דא א מעגליכקייט צו ערלעדיגן ביי נעטפרי אז זייער ראבאט זאל אויפהערן בלאקן פעיזשעס?

נייעס פון וו"ב לעצטע בלאט
יא
viewtopic.php?p=152601#p152601
דא קוקט מיר אויס אז ס'איז נישט דא קיין מעגליכקייט

הדסים האט געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2025 10:44 pm

פארוואס נישט?
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 744
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1000

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

פאוסט דורך הדסים »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:57 am
הדסים האט געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2025 10:44 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 6:13 pm

יא
viewtopic.php?p=152601#p152601
דא קוקט מיר אויס אז ס'איז נישט דא קיין מעגליכקייט
פארוואס נישט?
ווייל נאכן זיין אין פארבינדונג שטיי מיר דא
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 358
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 488

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 4:26 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:57 am
הדסים האט געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2025 10:44 pm

דא קוקט מיר אויס אז ס'איז נישט דא קיין מעגליכקייט
פארוואס נישט?
ווייל נאכן זיין אין פארבינדונג שטיי מיר דא
ווער זאגט אז מ'איז געווען אין פארבינדונג אויפ'ן ריכטיגן אופן?
שרייב פאוסט