נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2381
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5589

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@פופציגער דו דארפסט פארשטיין אז @מסתמא קוקט אויף קרית יואל מיט מאנסי'ע גלעזער. איך ווייס נישט וואס דער אמת איז דארט, אבער קען זיין אז די עסקנים דארט דעליווערן נישט נאר זיי מיינען ביזנעס ווי ער זאגט. איך ווייס נישט.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 613
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1348

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פעיק ניוז »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 2:31 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:41 pm
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 11:56 am
מיין פראגע איז, טייל איך דען איין?

אדער דער עסקן, מיין פארטרעטער, וועט מיר פארטרעטן מיטן איינטיילן?
עז עי דזשענעראל רול: קיינער קען נישט ווערן א פארטרעטער איידער'ן פרעגן דעם ער וויל פארטרעטן אויב ער וויל אים אלס זיין פארטרעטער.
אזוי?

ווען דו שעלטסט אויף די בעיקערטאון טרעפיק, שרייסטו אז מ"ש וואלט ווען געדארפט מאכן סדר דא? אדער אז די ווילעדזש?...
מען שעלט זיי וויבאלד זיי זענען פאקטיש ביי דער מאכט צו טון סיי וואס, נישט דוקא וויבאלד זיי זענען די פארטרעטער פאר 'מיינע' אינטערעסן.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2381
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5589

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 2:57 pm
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 2:31 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:41 pm

עז עי דזשענעראל רול: קיינער קען נישט ווערן א פארטרעטער איידער'ן פרעגן דעם ער וויל פארטרעטן אויב ער וויל אים אלס זיין פארטרעטער.
אזוי?

ווען דו שעלטסט אויף די בעיקערטאון טרעפיק, שרייסטו אז מ"ש וואלט ווען געדארפט מאכן סדר דא? אדער אז די ווילעדזש?...
מען שעלט זיי וויבאלד זיי זענען פאקטיש ביי דער מאכט צו טון סיי וואס, נישט דוקא וויבאלד זיי זענען די פארטרעטער פאר 'מיינע' אינטערעסן.
דו זאגסט אז זיי זענען ממה נפשך לריעותא. וואס עס טויגט נישט זענען זיי שולדיג, וואס עס טויגט יא פארטרעטן זיי דיך נישט. זייער נישט שיין...
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 613
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1348

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פעיק ניוז »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 3:06 pm

דאס זאגסטו. וואס זאג איך?
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2700
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7449

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

דאס הייסט אז אין פאקט, פארטרעטן זיי אונזערע אינטערעסן.

ווען ס'וואלט געווען וואלן פאר די ווילעדזש פירערשאפט יעצט, איז עס ווי דו זאגסט. אבער אין פאקט, איז יעצט די טעמע ווער ס'זאלן זיין די פאליטיקאנטן מיט וועמען די עסקנים גייען דארפן דיעלן איבער אונזערע אינטערעסן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 613
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1348

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פעיק ניוז »

פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 3:08 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 3:06 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 2:57 pm
מען שעלט זיי וויבאלד זיי זענען פאקטיש ביי דער מאכט צו טון סיי וואס, נישט דוקא וויבאלד זיי זענען די פארטרעטער פאר 'מיינע' אינטערעסן.
דו זאגסט אז זיי זענען ממה נפשך לריעותא. וואס עס טויגט נישט זענען זיי שולדיג, וואס עס טויגט יא פארטרעטן זיי דיך נישט. זייער נישט שיין...
דאס זאגסטו. וואס זאג איך?
וואס איך זאג איז איין זאך: עס איז נישט שייך צו זאגן אז עמיצער זאל קומען זאגן 'איך בין דיין פארטרעטער' אזוי לאנג ווי איך האב אים נישט אויפגענומען אלס אזאנס. יעצט, אויב דער יעניגער פארמאגט גראדע פאוער און קען פאקטיש מאכן זאכן גוט וועל איך אוודאי וועלן אז יענער זאל ארבעטן לטובתי, דאס מאכט אים נאכנישט אלס מיין פארטרעטער. א פארטרעטער איז ער נאר אויב ער איז מיר געקומען פרעגן אויב איך וויל אים אלס אזא איינעם. אויף א דיקטאטור, צום ביישפיל, וועלן זיינע אונטערטאנען אויך האבן טענות ווען זאכן אין לאנד גייען נישט גוט, טראצדעם וואס קיינער צווייפלט נישט אין זיין 'פארטרעטערשאפט' סטאטוס אין באצוג צו זיינע בירגער.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 613
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1348

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פעיק ניוז »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 3:10 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 2:57 pm
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 2:31 pm

אזוי?

ווען דו שעלטסט אויף די בעיקערטאון טרעפיק, שרייסטו אז מ"ש וואלט ווען געדארפט מאכן סדר דא? אדער אז די ווילעדזש?...
מען שעלט זיי וויבאלד זיי זענען פאקטיש ביי דער מאכט צו טון סיי וואס, נישט דוקא וויבאלד זיי זענען די פארטרעטער פאר 'מיינע' אינטערעסן.
דאס הייסט אז אין פאקט, פארטרעטן זיי אונזערע אינטערעסן.
פארטרעטערשאפט איז נישט א 'פאקטישע' פעולה, עס איז א 'פאזיציע'. א פארטרעטער איז א שליח: אויב איז נישט דא קיין משלח איז נישט דא קיין שליח.
ווען ס'וואלט געווען וואלן פאר די ווילעדזש פירערשאפט יעצט, איז עס ווי דו זאגסט. אבער אין פאקט, איז יעצט די טעמע ווער ס'זאלן זיין די פאליטיקאנטן מיט וועמען די עסקנים גייען דארפן דיעלן איבער אונזערע אינטערעסן.
און אויף דעם זאג איך אז די עסקנים זענען נישט מיינע פארטרערטער כל זמן איך האב זיי נישט אויפגענומען, אפגעזען צו זיי גייען 'דיעלן' איבער מיינע אינטערעסן.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2700
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7449

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

@פעיק ניוז

לאמיר רעדן פאקטעלעך...

מיר דארפן אסאך טובות פון די רעגירונג... ווער איז דער וואס שתדל'ט פאר דעם?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2700
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7449

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

(לאמיר נישט יעצט אריינגיין אין דעם אז די ווילעדזש באאמטע זענען גראדע אפיציעלע שליחים, אויפגענומען און געשטעלט דורך תושבי העיר)
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13001

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@פעיק ניוז אין אלבאני זענען דא פארטרעטער/לאביאיסטן/עסקנים פאר אונזערע געברויכן, מיר באקומען פאקטיש די טובות, עס איז אין אונזער טאש.

דאס ווארט פארטרעטער איז אפשר נישט די ריכטיגע ווארט, ס'איז אבער די פאקט אז זיי פארטרעטן דיינע אינטערעסן, און דו האסט נישט - ביזדערווייל - א צווייטן וואס טוט עס פאר דיר.

אפילו אויב מען שפירט נישט די טובות, דארף מען נאר טראכטן מיט אן אמת. אויב זאל נישט זיין קיין סטעיט גרענטס פאר א טרעפיק סעלושן, וועט עס זיין א ווילעדזש טעקס און דו וועסט עס באצאלן. אויב זאל נישט זיין קיין געלט פאר מוסדות, וועט דיין שכר לימוד זיין $2,000 א חודש. אויב וועט נישט זיין קיין סוער און וואסער, גיין דיין זון נישט האבן קיין דירה, אדער וועט ער צאלן עשרת מונים פאר די ביסל וואס איז יא דא.

עס קען זיין אז זיי מיינען נאר זיך, עס קען זיין אז זיי שארן דערפון מיליאנען, אדער אז זיי מיינען נאר זייער פארטיי, דאס איז א שמועס פאר זיך. אבער פאקטיש זענען זיי די וואס דעליווערן עס, זיי זענען אויף נעכט און נישט איך, ממילא, נאר זיי קענען וויסן "וויאזוי" זיי קענען יא אדער נישט מצליח זיין דערמיט.
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 752
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 683

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך טראפקעלע »

בן תורה האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 11:23 am לאמיר זיין קלאר דא מיט סקופיס. קיינער טראכט נישט אז ער האט זיך מגייר געווען און אויך נישט אז ער איז געווארן א אוהב ישראל, אויסדרוקליך אז נישט. ער איז געבוירן א גוי און איז מקיים דעם הלכה בידוע עשיו שונא ליעקב מיטן גאנצן ערליכקייט.

סך הכל האט מען מיט די כח פון א בלאק וואוט גענומען א אפגעריסענעם גוי וואס האט געארבעט קעגן אינזער אינטערעסן און אים געמאכט ארבעטן פאר אונז 'אקעגן זיין אמת'ע ווילן' בלויז ווייל ער וויל באקומען אונזערע וואוטס.

@טראפקעלע איך האף אז דו ביסט קלארער יעצט. און ווען דו רעדסט פון קאנדידאטן פארגעס נישט פון דעם הלכה בידוע וואס גייט אן ביי 'יעדע גוי' אן קיין אויסנאם.
איך זע אביסל צופיל נגיעות אין אלע 'פאקטן' געשריבן אין די לעצטע פאר בלעטער,

לויט ווי ס'האלט יעצט בלייבט מיינע צוויי (אני וב"ב) שטימעס ליידיג פארן סטיעט סענאט
פארן קאנגרעס דארף מען נאך באשליסן.

ש'כח פאר יעדעם!
איך האלט נישט ביים אריינגיין אין דיסקאציעס צו עסקנים מיינען נאר 'מיין' גיטס אדער נאר 'זייער' גיטס ווארום כ'האלט נישט קיין איינס דערפון
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 629
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1224

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

טראפקעלע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 2:58 am

געוואלדיג, סאיז צום האפן אז דיין נישט שטימען וועט אויפטוהן דאס ריכטיגע אין די פאליטישע קארידארן און וועט אודאי ברענגען די ערווארטעטע געווינטשענע רעזולטאטן.
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 291
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 569

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך לך לך »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 3:21 pm (לאמיר נישט יעצט אריינגיין אין דעם אז די ווילעדזש באאמטע זענען גראדע אפיציעלע שליחים, אויפגענומען און געשטעלט דורך תושבי העיר)
ווען איז די לעצטע מאל געווען וואלן?

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 629
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1224

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

לך לך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 10:33 am
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 3:21 pm (לאמיר נישט יעצט אריינגיין אין דעם אז די ווילעדזש באאמטע זענען גראדע אפיציעלע שליחים, אויפגענומען און געשטעלט דורך תושבי העיר)
ווען איז די לעמטע מאל געווען וואלן?

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
:lol: תמים תהי' עם ד' אלקיך
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4730
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14073

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 1:37 pm איינער קען ביטע אנצייגן וואו אין פראפאזעל 1 ווערן דערמאנט די אלע שרעקעדיגע זאכן אויף וואס מיר ווערן אנגעסטראשעט? איך בין נישט אזוי גוט אין ענגליש און איך כאפ נישט וואו דאס דארף צו שטיין.פראפ' 1.jpgScreenshot 2024-10-28 133653.jpg
אקעי, כ'האב שוין באקומען אביסל קלארקייט.

די ארכי-לינקע סטעיט לעגיסלאטור ארבעטן יעצט דורכצופירן א געזעץ וואס וועט טון פונקטליך דאס: געבן אלע רעכטן פארן קינד - שטייט נישט קיין יארגאנג לימיט - צו מאכן זיינע אייגענע באשלוסן, אריינגערעכנט מעדיצינישע באשלוסן, אן די עלטערנ'ס הסכמה, און אפילו אן זייער וויסן. אויב די עלטערן וועלן ווילן וויסן וואס זייער קינד טוט וועט דער דאקטאר דארפן אנפרעגן ביים קינד צי ער גיבט אים ערלויבעניש זיי צו פארציילן... אפילו ווען די אינשורענס וועט שיקן א קא-פעימענט ביל פאר די עלטערן וועט נישט מעגן שטיין דערויף אויף וואס זיי צאלן...

מיט די יעצטיגע סטעיט קאנסטיטוציע אויסשפראך קען אזא געזעץ נישט דורכגיין. ווי @פעיק ניוז האט שוין ערווענט, וועט פראפ' וואן צווישן אנדערע געבן גלייכע רעכטן פאר יעדער בירגער אפגעזען "עידזש" און דאס וועט ערמעגליכן צו דורכפירן דעם הסתה והשחתה געזעץ היל"ת.
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1308
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2002

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

לך לך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 10:33 am
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 3:21 pm (לאמיר נישט יעצט אריינגיין אין דעם אז די ווילעדזש באאמטע זענען גראדע אפיציעלע שליחים, אויפגענומען און געשטעלט דורך תושבי העיר)
ווען איז די לעצטע מאל געווען וואלן?

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
די לעצטע מאל וואס איז געוועהן וואלן איז געוועהן דאכצעך תשס"א ווען מענדל שווימער איז געלאפן קעגן אברהם ווידער

זייט דעמאלטס איז קיינער נישט געלאפן קעגן די יעצטיגע פירערשאפט

דאס קומט לכאורה פון די שטארקע ציפרידנהייט וואס איז דא ביים ציבור אויף די יעצטיגע ווילעדזש פירערס וואס זענען דא נאר פאר איין ציהל צי בויען דעם רבין'ס הייליגע שטאט און צו העלפן אלע תושבים ציגלייך
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1842
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2163

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 12:47 pm

יא געווען נאכאמאל וואלן ר' יעקב יואל באנדא ע''ה איז געלאפן פאר מעיאר אין יאר תשס''ה, אזוי אויך איז געווען צוויי מאל וואלן פאר טראסיטס תשס''ג און תשס''ז

אגב ס'איז יעצט אויך דא וואלן יעדע פיר יאר פאר ק''י מאיער
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1842
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2163

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

ביי יענע וואלן פון תשס''ה האט ר' יעקב יואל ע''ה צוגעזאגט קעיר צו נעמען פון די פראבלעם פון די קאטשקעס וואס דרייען זיך ארום אין ק''י און מאכן אן א גרויסע שמוץ

אינטערסאנט טאקע צו וויסן אויב ס'איז שייך עפעס צו טועהן דערוועגן?
מכבי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 146

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך מכבי »

[quote="שבת קודש" post_id=130929 time=1730220674 user_id=526]
[quote=נפתלי post_id=130928 time=1730220436 user_id=918]
[quote="לך לך" post_id=130909 time=1730212407 user_id=734]

ווען איז די לעצטע מאל געווען וואלן?

[size=85]איך פרעג ווייל איך ווייס נישט[/size]
[/quote]

די לעצטע מאל וואס איז געוועהן וואלן איז געוועהן דאכצעך תשס"א ווען מענדל שווימער איז געלאפן קעגן אברהם ווידער

זייט דעמאלטס איז קיינער נישט געלאפן קעגן די יעצטיגע פירערשאפט

דאס קומט לכאורה פון די שטארקע ציפרידנהייט וואס איז דא ביים ציבור אויף די יעצטיגע ווילעדזש פירערס וואס זענען דא נאר פאר איין ציהל צי בויען דעם רבין'ס הייליגע שטאט און צו העלפן אלע תושבים ציגלייך
[/quote]
יא געווען נאכאמאל וואלן ר' יעקב יואל באנדא ע''ה איז געלאפן פאר מעיאר אין יאר תשס''ה, אזוי אויך איז געווען צוויי מאל וואלן פאר טראסיטס תשס''ג און תשס''ז

אגב ס'איז יעצט אויך דא וואלן יעדע פיר יאר פאר ק''י מאיער
[/quote]
סא ווען איז די קומענדיגע וואלן?
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2381
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5589

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

די וואס זענען געלאפן קעגן און געמאכט עס זאל זיין ווילעדזש וואלן, האבן עטליכע מאל געמיינט "פאר זיכער" אז זיי גייען געווינען, בפרט ווען ס'איז געווען פארשידענע ווייטאגן ביי איין זייט ובפרט ביי אנטי עסטעבלישמענט מענטשן, און אויפגעהייטערטע ענטויזאזם ביי די צווייטע זייט, וואס האט אינאיינעם געמאכט טראכטן אז אפגעזען ווער עס האט א רוב אין שטאט כלפי חסידות, איז אבער א געווינס פאר די צווייטע זייט גאר נאנט. למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אנדערש, אויף א זייער אנטוישנדע אופן, איינמאל און נאכאמאל, ביז יעדער האט אויפגעגעבן און איינגעזען אז ס'איז א 0 שאנס. אזוי דענק איך.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13001

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13001

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

א געזעצליך ערלויבטע תאוה:

צוריסענע קושקעס!

פארוואס טו איך דאס נישט?
די זינלאע פרענקפוטער פארמעסטן, און איר באדייט

Patrick_Bertoletti_eating_hot_dogs.jpg
Patrick_Bertoletti_eating_hot_dogs.jpg (199.22 KiB) געזען געווארן 390 מאל

אכט און פופציג בורגערס, פרענקפוטער סענדוויטשעס, האט א גוי פון שיקאגאו, פעטראק בערטאלעטי, אויפגעגעסן אין 10 מינוט, ביים יערליכער נאציאנאלער "האט דאג עסן פארמעסט" פון היי יאר 2024 למספרם.

יא, אזוי ווי איר הערט. 29 גויים האבן זיך היי יאר פארמאסטן, ווער עס קען אויפעסן מער פרענקפוטער-סענדוויטשעס אין 10 מינוט. 40,000 מענטשן האבן דאס מיטגעהאלטן. און ווי גליקליך איז בערטאלעטי ארויס ביים געווינען דעם פארמעסט.

איר זאגט "נעבעך".... וואס?

אבער, דאס קומט פאר יאר יערליך. די גוי'אישע CBS נייעס סטאנציע האט געווארנט פאראויס אין נאמען פון דאקטוירים אז אנטיילנעמען אין אזא פארמעסט קען ברענגען די פאלגנדע: נאוזשיע איבלענישן; ווייטאגליכע געז פעין; הארטבורנס און דייעריע. אין געוויסע פעלער – זאגן זיי – קען עס פירן צו זיך דערשטיקן; בויך אינפלאמעישן; און פאטענציאל קען עס קומען צו... צוריסענע קושקע.

איר טראכט אודאי "איז דער מענטש נישט ביים זינען?!" וואס האט ער דערפון? וואס טרייבט אים, און וויאזוי איז ער נאך זאגאר פרייליך דערמיט? מיט וואס שטאלצירט ער דא גענוי? יא דער וועלט איז טאקע אן עולם של הבל, אבער דאך... עפעס מאכט נישט קיין סענס.

דער ענטפער איז אבער זייער פשוט. א פארמעסט איז תאות נצחון. נצחון איז דער גרעסטער תאוה, זאגט דער הייליגער מסילת ישרים. אין אידיש גערעדט, די בעסטע געפיל וואס א מענטש קען האבן איז נצחון. אלעס ארום א מענטש איז די גיסטע, די געפיל, און אז ער קען באקומען א גוטן געפיל, איז דאס זיין גאנצע וועלט.

דאס, און בלויז דאס, ליגט אונטער אזא - לכאורה זינלאזע - פארמעסט. ער צורייסט די קושקע פאר א גוטע געפיל.

שטעלט זיך די שאלה: און וואו זענען מיר?... א איד ווערט נישט געזען דארט. פארוואס? אפשר איז פארהאן א איד מיט ברייטע קושקעס וואס קען אזאנס באווייזן, און דער גוטער געפיל וועט אים באגלייטן?... פארוואס טאקע נישט?...

איר וואלט אונז דערלאנגט א קנס פאר'ן פרעגן אזאנס אפילו... אבער די שאלה פרעגן מיר כדי צוצוקומען צו די תשובה: ווייל א איד לעבט מיט "תכלית".

א גוטע געפיל איז טאקע א שטארקע זאך, אבער: תכלית! וואס ברענגט דאס? עס ברענגט גארנישט? דאן איז דאס נישט פאר אונז.

די בריאה האט 4 סארט נבראים. דומם, צומח, חי, און מדַבר. מיר אבער, מיר זענען איינס העכער ווי א מדבר, "ישראל". א מדַבר איז נישט אזויפיל מער ווי א בהמה, א איד איז אבער יא. ווייל א איד לעבט מיט א תכלית, און בלויז פאר א גוטע געפיל גייט ער נישט פארשווענדן זיינע קושקעס. ער קוקט דאס אן וואנזיניג און בהמה'יש. פרעסן פרעקפוטערס פאר א גוטע געפיל? איך בין עפעס נשתגע געווארן?!... אויב איז עס מיט א תכלית, עס ברענגט עפעס, וועט א איד זיין דערביי. אבער אז נישט, לאזט ער איבער דעם געפיל פאר אנדערע בריאים...

דאס איז נישט קיין משל, נאר א לעבעדיגע זאך וואס קומט באמת פאָר, יערליך ווי געזאגט.

עס איז אבער דא נאך איין אזא פאסירונג, אויך יערליך. דארט נעמען אידן יא אנטייל, אבער טאקע אינגאנצן אנדערש ווי - להבדיל - גויים. און דאס איז: די יערליכע נאוועמבער וואלן.

אין אלגעמיין אן אמעריקאנער, שטימט לויט זיין פארטיי, אדער לויט וועלכע קאנדידאט עס זינגט יעצט א ניגון וואס גייט דעליווערן א קלינגענדיגע מעסעדזש פאר אן אגענדע וואס דער אינדיווידועל קוקט ארויס דערויף. אויב געווינט יענער קאנדידאט, איז דאך אודאי גוט. און אז נישט, האט ער אבער כאטש דעם גוטן געפיל, ער האט געלאזט הערן זיין מיינונג! דאס איז זיין אמעריקאנע רעכט, און ער האט עס אויסגענוצט. "וואס האסטו דערפון" איז קיין קושיא נישט. ער האט שוין איינמאל! ער האט דעם גוטן געפיל פון האבן הילכיג אויסגעגעבן זיין שטימע.

קאנדידאט דזשאני איז 'קעגן' גאן קאנטראל; קאנדידאט אמיגאו איז 'פאר' גאן קאנטראל. אז איך האב געשטימט פאר אמיגאו האב איך געלאזט הערן מיין שטימע! דאס איז מיין רעכט! קיינער וועט מיר נישט זאגן פאר וועמען צו שטימען, און איך וועל דעמאנסטרירן אז 'איך בין פאר גאן קאנטראל'.

דער דעמאנסטרירונג אליינס איז א גוטע געפיל. ווער רעדט נאך אויב קען ער אנדרייען זיינע גוטע פריינט, אדער גאר ווערן אן אקטיוויסט אין זיין שטעטל אדער דערפל, און ארויסברענגען נאך שטימען פאר אמיגאו קעגן דזשאני, איז דער געפיל עפעס גאר שטארק. ראשו ורובו וועט ער אריינלייגן, טאג און נאכט וועט ער רעדן דערפון, ער וועט אפילו פארגעסן צו שפייזן זיין שטוב – אויב ער האט, ער וועט אריינגיסן דאס געלט און דאס לעבן אין דעם מבצע, צו דעמאנסטרירן זיין פאליטישע מיינונג.

צו ער טוט עפעס אויף למעשה? מוז נישט זיין אז ער האט א שאנס אפילו. עס ווענדט זיך אודאי אין די פאקטארן ארום, וואו וואוינט ער; וואס איז די אמט פון דעם אמיגאו; וואס גייט אמיגאו יא אדער נישט קענען דעליווערן; וועלכע פארטיי גייען זיין זיינע מערהייט קאלעגעס; איז אמיגאו יא אדער נישט באגלייבט; אא"וו. אבער דאס שפילט א קליינע ראלע ביים דעם גוי. ער איז דא צו דעליווערן זיין רעכטע/לינקע/מיטלסטע מעסעדזש. און ער האט עס דעליווערט, ער איז גליקליך ווי פעטראק בארטאלעטי...

ווי אנדערש איז א איד, וואס קוקט אויף תכלית.

מיר האבן גרויסע אגענדעס ווען עס קומט צו די וואלן. נישט נאר מיר זעלבסט, נישט נאר אונזערע גשמיות'דיגע געברויכן, נישט נאר אונזערע דירות, נישט נאר אונזערע פדיון שבויים, נישט נאר אונזערע נידריגע שטייערן, נישט נאר אונזער וואסער, נאר עס איז שוין היינט אונזערע רוחניות'דיגע מנהיגים, כ"ק מרן רבינו שליט"א אליינס איז עוסק אין השתדלות, פאר אונזער רוחניות'דיגע עקזיסטענץ וואס איז אונטער אן אטאקע, און די וואלן דינען דעם צוועק דאס צו באקעמפן, האפנטליך בעז"ה.

זאלן מיר ווען זוכן בלויז אונזער גוטע געפיל, וואלטן מיר געהאט פארשידענע גוטע חשבונות. "יעדער האט זיין שטום רעכט, איך קען וועלן פאר וועמען איך וויל". פעטראק האט רעכט צו צורייסן די קושקע, און איך האב רעכט צו שטימען אליינס... איך פארשטיי און איך שפיר ווער עס איז רעכטער/לינקער, ווער עס איז א גוטער/שלעכטער, און איך האב די רעכט צו דעמאנסטרירן אז אונז זעמיר נישט קיין שעפעלעך... און די רעכט איז טאקע דא! די פולסטע רעכט, און די בעסטע געפיל.

אבער אז א איד קוקט אויפ'ן תכלית, זעט ער נאר איין זאך: שיקן א מעסעדזש צו רעכטס/לינקס וכדומה, דעמאנסטרירן א שיטה, אויסשרייען א ווייגעשריי, איז גאר גאר א גוטע געפיל און גאר א שטארקע רעכט, אבער עכט עכט עכט, ווייזט דער מציאות אז טאקע נאר דוקא אונזער "פאראייניגטע בלאק וואוט" באווייזט די וואנדערליכסטע.

וואונדער איז נישט דאס ווארט. טראץ וואס עשיו שונא ליעקב, טראץ וואס ליידער גאר אסאך באאמטע זענען גרייט צו גיין קעגן אונז, דאך, באקומען מיר די זעלבע און צומאל נאך פיל מער ווי אונזערע שכנים! עס איז נגד השכל וויאזוי און פארוואס, אבער דער שכל דערפון איז: "בלאק וואוט".

וויאזוי האבן אונזערע פארטרעטער אין אלבאני ארלעדיגט אז די גרעסטע טייל פון די 125 מיליאן פאר א וואסער פייפליין זאלן מיר נישט דארפן צאלן פון טאש, אדער דארפן שטיין אן קיין דירות און אן קיין וואסער? "בלאק וואוט".

וויאזוי באקומט יעצט קרית יואל שווערע מיליאנען פאר ראוד און טרעפיק אינפראסרוקטור, אנשטאט מיר זאלן עס אלע צאלן אין שטייערן? "בלאק וואוט".

וויאזוי האבן אונזערע אלבאני באאמטע, סענאטאר סקופיס און אסעמבלימאן עיקוס, געקעמפט ווי לייבן צו דערגרייכן א הצלה פאר'ן חינוך אויפ'ן פארלאנג פון רבי'ן, אפן און קעמפעריש, און זיי ארבעטן ווייטער אקטיוו דערויף? עס איז דאך נגד השכל!!! אבער: "בלאק וואוט".

וויאזוי האבן מיר דורכגעבראכן אפראוועלס פאר די נייע הונדערטער דירות פון שכונת ויואל משה; שכונת דברי יואל און שכונת ברך משה, אנשטאט וואס די פראיעקטן זאלן בלייבן שטעקן אזוי ווי פילע ארומיגע, און ח"ו צאלן א טייערן פרייז צוליב א דירות מאנגל ח"ו? פארוואס אין די וועלט זאלן זיי דאס אונז שענקען בזמן וואס אפיציעל זענען זיי נישט צופרידן פון אונזער וואוקס? "בלאק וואוט".

און אזוי קען מען גיין ווייטער, יעדע איינע פון די דערגרייכונגען זענען נישט בלויז עפעס עניני הכלל וואס דער יחיד שפירט נישט, נאר עס בענעפעטירט פאקטיש טעגליך יעדן יחיד פערזענליך, און עס לאזט זיך באמת נישט טראכטן וויאזוי יעדער יחיד וואלט איבערגעלעבט זיינע הויכע בילס ווען מיר זאלן נישט באקומען די אלע הילף, נאר צאלן טייערע ווילעדזש שטייערן; הימל-שרייענדע דירות פרייזן; טייערע וואסער בילס; טויזנטערס שכר לימוד פער קינד; אא"וו.

דאס אלעס איז "תכלית". נישט בלויז וואס מען שטעלט זיך פאר, נאר א תכלית וואס מען זעט בחוש. עין בעין. קיין שום בר דעת וועט זיך נישט מתוכח זיין דערויף. און דאס שטייט ביי אונז אלע העכער ווי יעדע גוטע געפיל פון "אויסנוצן מיינע רעכטן"... צורייסן די קושקע איז א לעגאלע רעכט, לייגן א שטימע אין מיסט איז אויך א לעגאלע רעכט. אבער אידן טוען דאס נישט.

לעגאלע רעכטן; גוטע געפילן; אבער אידן קוקן אויפ'ן תכלית.

אפגערעדט אין אונזער היינטיגער צושטאנד ביי די לאקאלע פארמעסטן, וואס צוליב די רי-דיסטריקטינג איז "ניו יארק" אין די לעצטע עטליכע יאר געווארן א דעמאקראטיש-קאנטראלירטע סטעיט, אזוי אז יעדע שטימע וואס גייט פאר א צווייטע פארטיי אן קיין חשבון, איז באמת א שטימע 'אין מיסט' אפילו בזמן וואס יענער וואלט געקענט געווינען. א רעפובליקאנער קאנדידאט וואס געווינט אין יארק, צום סענאט אדער צום אסעמבלי, איז ליידער כהיום א ליימענע קאטשקע. קרית יואל האט יארן לאנג געהאט גאר גוטע באציאונגען מיט די לאקאלע רעפובליקאנער, ספעציעל מיט אונזער געוועזענער סענאטאר לארקין. אבער איינמאל די מאפע האט זיך געטוישט, קענען זיי אונז ליידער כמעט גארנישט ברענגען, אפילו ווען זיי געווינען.

אודאי ווען קרית יואל זעט אז איינער מאכט בלויז צרות, וועט מען ענדערשט אינדארסירן זיין קעגנער אפילו אויב יענער קען גארנישט ברענגען, ווייל כאטש וועט מען פטור ווערן פון די צרות. אז נישט בענעפיטן, כאטש ווייניגער צרות. אבער ווען מען קען בעז"ה באווייזן אז יענער זאל דינען אונזערע אינטערעסן און ברענגען דאס וואס דער ציבור דארף און קען באקומען, איז דאס די בעסטע אפציע, נישט בלויז לויט דעת תורה, נאר לויט שכל.

כל שכן וכל שכן אין אונזער מצב, ווען עס האט שוין פאסירט דאס אומגלויבליכע, אז אונזער "פאראייניגטע בלאק וואוט" האט ב"ה באוויזן אז די גרעסטע קעגנער פון קרית יואל זענען זאגאר געווארן די וואס פייטן פאר אונז, זיי שלאגן זיך ממש פאר אונזערע געברויכן ברוחניות ובגשמיות קעגן אלע שונאי הדת אין אלבאני, אלעס אדאנק דעם פאראייניגטן שטימע פונעם ציבור, איז אודאי יעדנס החלטה קלאר און קריסטאל זיכער: איך שטום צו בויען דעם כח! איך שטום צו שענקען רעזולטאטן, אין שטום מיט בכרת הטוב, איך שטום פאר "תכלית"! נישט פאר קיין דמיונות און פאר אומ-אידישע גוטע געפילן.

איך צורייס נישט מיינע קושקע.... און איך צורייס נישט מיין שטום צעטל.

איך זיץ נישט אינדערהיים, מיין שטימע זאל נישט פארלוירן ווערן. איך שטום נישט אנדערש ווי דעם פאראייניגטער בלאק וואוט, מיין שטימע זאל נישט פארלוירן ווערן.

און בזכות פון ארויסגיין שטימען, וועל איך אי"ה זיין א טייל אין אלע מצוות ומעשים טובים וואס קומען בעז"ה ארויס דערפון. אשרינו מה טוב חלקינו, שלא שם חלקינו וכו'.

וואויל איז אונז הייליגע אידן, וואויל איז אונזער זכות.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13001

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

https://www.dropbox.com/scl/fi/v38ydpd4 ... 6ge00&dl=0
Kishkes Article 1.jpg
Kishkes Article 1.jpg (229.48 KiB) געזען געווארן 387 מאל
Kishkes Article 2.jpg
Kishkes Article 2.jpg (258.69 KiB) געזען געווארן 387 מאל
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 629
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1224

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

איך גיי וואוטען אבער נעם פליז אראפ דעם פיקטשער
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13001

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בן תורה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 1:59 pm איך גיי וואוטען אבער נעם פליז אראפ דעם פיקטשער
:lol: :lol:

אויך גערעכט
שרייב פאוסט