א האלבע מיליאן, אדער אנדערטהאלבן מיליאן?
נייעס פון קרית יואל
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3788
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10108
Re: נייעס פון קרית יואל
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1640
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3519
Re: נייעס פון קרית יואל
נייעס פון קרית יואל ווערט געזען אין מאנסי.... viewtopic.php?p=129417#p129417
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1640
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3519
Re: נייעס פון קרית יואל
2 אזייגער פארטאגס ערב יו"ט סוכות. דער עולם איז געהעריג וואך.
- פיילס
-
- 0.jpg (361.9 KiB) געזען געווארן 1581 מאל
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4034
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12263
Re: נייעס פון קרית יואל
וואס גייט פאר אויף לעמבערג?
Re: נייעס פון קרית יואל
א אינגערמאן איז אראפגעקלאפט געווארן.
מזאגט אז מברויך תפלות.
איינער מיט די נאמען צו מתפלל זיין?
מזאגט אז מברויך תפלות.
איינער מיט די נאמען צו מתפלל זיין?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
Re: נייעס פון קרית יואל
ביטע זיך נישט יאגן צו שרייבן אומקראנטע שמועות.
זאל מען הערן גוטע בשורות.
זאל מען הערן גוטע בשורות.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4034
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12263
Re: נייעס פון קרית יואל
Avrum Yakov Ben chana Rochal
Re: נייעס פון קרית יואל
אברהם יעקב בן יודא ארי' ע"ה
Re: נייעס פון קרית יואל
קען איינער ברענגן די סעמפל בעלאט פון קר"י?
Re: נייעס פון קרית יואל
- פיילס
-
- Orange_Palm Tree.pdf
- (94.9 KiB) דאונלאודעד 43 מאל
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 181
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
- Location: קר"י
- x 159
Re: נייעס פון קרית יואל
יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 2:26 pmhttps://ballotpedia.org/Orange_County_S ... (New_York)
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1640
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3519
Re: נייעס פון קרית יואל
עס איז געקומען פריער אין אימעיל פון ק"י בלאק וואוט
- פיילס
-
- 3.jpg (143.92 KiB) געזען געווארן 539 מאל
-
- 2.jpg (144.04 KiB) געזען געווארן 539 מאל
-
- 1.jpg (153.61 KiB) געזען געווארן 539 מאל
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1640
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3519
Re: נייעס פון קרית יואל
נאך
- פיילס
-
- 6.jpg (199.46 KiB) געזען געווארן 539 מאל
-
- 5.jpg (141.04 KiB) געזען געווארן 539 מאל
-
- 4.jpg (155.3 KiB) געזען געווארן 539 מאל
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4034
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12263
Re: נייעס פון קרית יואל
עטליכע וויכטיגע ווערטער פאר אַלע אַנשי שלומינו, אלפי תושבי קרית יואל יצ"ו!
ארויסגייענדיג פון זמן שמחתינו און א חודש פון דערהויבענע טעג, טרעטן מיר אריין אין א שטורמישע וואך מיט א פרישע געלעגנהייט פאר גרויסע אויפטוען ברוחניות ובגשמיות, וואס פאדערט פון אונז בלויז די איינע פעולה, ארויסגיין שטימען פאר אלע אינדארסירטע קאנדידאטן.
דער פאפיר איז צו קורץ צו קענען שילדערן וויפיל כ”ק מרן רבינו הגה”ק שליט”א האט שוין געטון בטירחא דגברא רבה, אז פונעם יעצטיגן וואל סעזאן זאל ארויסקומען די ריכטיגע השתדלות צו ראטעווען און העלפן יהדות ניו יארק. פערזענליכע אויפנאמעס און שטילע שתדלנות, ארויס פון די געווענליכע סדר. ווייל דער געלעגנהייט איז זייער קריטיש, און דער צייט איז רייף, בס”ד.
נאר יעצט אינעם פארנומענעם ירח האיתנים האט מרן רבינו הגה"ק שליט"א אוועקגעגעבן טייערע הייליגע צייט זיך צו טרעפן פערזענליך מיט די גרעסטע פאליטישאנס! א באזוך אינעם "טראמפ טאוער" מיט טראמפ'ס זון און פאליסי-פירער; מיט'ן דעמאקראטישער קאנגרעס מינאריטי לידער "האקים דזשעפריס"; 2 מאל מיט'ן קאנגרעסמאן "פעט רייען"; מיט'ן סטעיט סענאטאר "דזשעימס סקופיס"; און מיט'ן סטעיט אסעמבלימאן "קריס עיקוס", צו ארבעטן מיט זיי אלע אויף העפטיגע השתדלות דורכ'ן אויסנוצן די יעצטיגע וואלן און אירע נאכפלאגן בס"ד לטובת כלל ישראל.
מיט יעדע איינע פון די קאנדידאטן האט מען אויסגעארבעט העפטיג אקטיווע מהלכים איוף פאראויס בעז"ה, און מען קוקט ארויס קריטיש היצליח ה' דרכינו!
דער רבי זאגט און חזר’ט פאר אלע פאליטיקאנטן אז “גזירת החינוך איז אונטער טעמע!”. יעדע איינציגע אינדארסירונג האט רבינו שליט”א שוקל געווען מיט אלעס ארום די גזירה וואס הויערט שוין פאקטיש געזעצליך.
אין די זעלבע צייט איז דער רבי עוסק אינעם היסטארישן דורכברוך פון צושטעלן ביליגע דירות פאר’ן ציבור, וואס איז אנגעוויזן אויף א סופליי וואס ליגט אין די הענט פון געזעצגעבער אז סוער און וואסער און אלע אנדערע אפראוועלס זאלן ערמעגליכט ווערן וואס שנעלער, צו קענען אויספירן דעם רעוואלוציע בעז”ה.
קרית יואל איז אנגעוויזן אנצוהאלטן די אויסנאם-נידריגע שטייערן דורכ'ן שאפן סטעיט און פעדעראלע גרענטס פאר די ריזיגע גיגאנטישע פראיעקטן פון וואס די שטאט איז ב”ה נהנה, און וועט נאך ווייטער נהנה זיין מער און מער אי”ה, אן דארפן ארויסנעמען דאס געלט פון אונזערע אנגעשטרענגטע טאשן.
אלעס אלעס איז אנגעוויזן אויפ’ן חסד פון יעדן יחיד, מאן, פרוי, און ערוואקסן קינד, צו העלפן ווייטער שטארקן דעם “קרית יואל בלאק וואוט” וועלכע האט שוין בליעה”ר באוויזן וואונדער אינעם עבר און אינעם הוה, וואס דער ציבור ווייסט און וואס דער ציבור ווייסט ניטאמאל.
בפקודת הקודש טוען די עסקנים דאס מערסטע שייך, און איר וועט אודאי אויך טון דאס מערסטע וואס איר קענט, נעמליך, גיין שטימען בלי יוצא מן הכלל.
דאס אפעלירט צו יעדן תושב קרית יואל אן אויסנאם, סיי פון קרית יואל ווילעדזש, פון טאון אף מאנרא, פון וואודבורי און פון בלומינגראוו, מענער פרויען און ערוואקסענע קינדער.
מען קען היי יאר שטימען די גאנצע היינטיגע וואך פ’ נח! אין “עירלי וואוטינג”. די פלאַץ וואָס איז די נאָנטסטע צו אַלע אונזערע געגנטער איז:
Monroe Town Hall
1465 Orange Tpke., Monroe, NY
עס ווערט ספעציעל צוגעשטעלט גרינגע "אומזינסטע טריפס" אהין און צוריק דעם 7 מינוט וועג - אלע טעג און שעות במשך פ’ נח ווען די עירלי וואוטס גייען אן - יעדע האלבע שעה! 00: און 30:
איין באָס פון “שאפינג צענטער” אויף פאַרעסט רד. און עקסטער איין באָס פון “פאַרק ענד רייד” אויף בעיקערטאון.
אויך אויף צוריק וועט עס פאָרן יעדע האַלבע שעה, 15: און 45:
די צייטן פון עירלי וואוטינג זענען פארשידנארטיג, ווי פאלגנד:
זונטאג אסרו חג: פון 9:00 ביז 5:00
מאנטאג און דינסטאג: פון 12:00 ביז 8:00
מיטוואך און דאנערשטאג: פון 8:00 ביז 4:00
פרייטאג: פון 7:00 ביז 3:00.
עס לוינט צו כאפן א טריפ און געבן דעם שטימע אין רואיגע פריע טעג, ספעציעל אויב איז דא א מעגליכקייט אז איר/אייער ב"ב/אייער קינד וועלן זיין פארנומען וכדו' אינעם יום החסד, וואס געפאלט נעקסטע וואך דינסטאג לך November 5, איז גאר וויכטיג איר זאל עס טאקע מקדים זיין שוין יעצט.
געדענקט צו ארויסדרוקן א “סעמפל בעלאט” פאר אייך און פאר אייער שטוב. עס ווערט אויך פארטיילט ביי די באסעס.
דער זכות החסד פון די לעצטע וואלן איז אייך זיכער בייגעשטאנען מיט נאכפאלגן לטובה מער ווי איר טראכט אפילו, זאל עס אייך יעצט ווידער ביישטיין צו זען אלע גוטע השפעות ברוחניות ובגשמיות.
א הארציגן דאנק פון פאראויס,
אנשי שלומינו וואל קאמיטע

ווי אזוי סיינט מען זיך אויף?Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:57 pmעס איז געקומען פריער אין אימעיל פון ק"י בלאק וואוט
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 16
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:27 pm
- Location: Brooklyn
- x 17
Re: נייעס פון קרית יואל
די טאטע און מאמע שטייען ביי יענקעלעס בעטל מיט א פחד און א שרעק, טרערן גיסן זיך פון זייערע אויגן, די נוירס שטייט קאלטערהייט און זאגט ווידער איבער זיין שוידערליכע סטעיטמענט.
מזל טוב !!!
א פרייליכע שטומינג הערשט ביי משפחת שווארץ אינדערהיים, ס'איז ב''ה געבוירן געווארן די דריטע אינגעלע בעבי ביי זיי, די קינדער ווערן שנעל צוטיילט ביי די קרובים און שכינים, מ'פראוועט א זכר, א וואכנאכט, און ב''ה מ'האלט שוין ביים ברית, ויקרא שמו בישראל יעקב,
די גאנצע משפחה טשאטשקעט זיך ארום ביי די בעטל פון יענקעלע די קינדער האבן אזוי ליב צו זעהן זיין לעכטיגע שמייכל, אלעס איז אזוי אנגעגאנגען ביז יענע שרעקליכע דינסטאג וואס וועט ביי קיינעם נישט פארגעסן ווערן,
יענקעלע איז קוים צוויי וואכן אלט, די מאמע באמערקט אז עפעס איז נישט און ארדענונג מיט דאס קינד, זי פילט יענקעלעס שטערן, דאס קינד ברענט פאר היץ, הצלה איז שנעל אלאמירט געווארן און זיי האבן אריינגעפירט דאס קינד און שפיטאל, די שפיטאל האט גלייך גענומען באהאנדלען דאס קינד, און ב''ה נאך עטליכע שעה איז דאס קינד געווען געהעריג צוריק אזוי ווי פון פריער,
די טאטע און מאמע דאנקען דעם אייבערשטן אז ס'איז ב''ה נישט געווען עפעס ערענסט, זיי זענען שוין כמעט גרייט צוריק אהיים צו גיין, ווען מיטאמאל עפענט זיך די טיר פון די שפיטאל צומער אויף און א נוירס קומט אריין זאגענדיג: אנטשולדיגט מיסטער און מרת שווארץ די קינד באלאנגט מער נישט פאר אייך, עטץ האטס ווייאלעטעט די רעכטן פון דאס קינד, איר קענט מער נישט אהיימנעמען אייער ניי געבוירענע פיצל,
די טאטע און מאמע שטייען ביי יענקעלעס בעטל מיט א פחד און א שרעק, טרערן גיסן זיך פון זייערע אויגן, די נוירס שטייט קאלטערהייט און זאגט ווידער איבער זיין שוידערליכע סטעיטמענט,
טאטע און מאמע אריענטירן זיך און רופן אן א לויער, און פארציילן די מעשה, אונז האמיר געבוירן א קינד, דאס קינד איז צוויי און אהאלב וואכן אלט און נישט מער און נישט ווייניגער די שפיטאל זאגט אונז אז אונז האמיר ווייאלעטעט די מעדיקל פארט פון די קינד, און זיי נעמען אוועק דאס קינד און אונז האמיר מער נישט קיין שום שליטה אויף דאס קינד,
די לויער גיבט גלייך אריין א קלאגע אין געריכט און ער פרובירט צו פארשטיין וואס דא קומט פאר, קומט צוריק דעם בלויזן ענטפער אז יא, פראפ 1 איז אדורך געגאנגען, און אויף פראפ 1 שטייט אז אויף די מעדיקל פארט איז די סטעיט בעל הבית און נישט די עלטערן, און וויבאלד די עלטערן האבן אדורך געפירט די מצוות ברית מילה, וואס דאס איז א מעדיקל פראצעדור אויף דאס קינד, זעמיר אונז חושד אז דאס איז געווען אנטקעגן די רצון פון דאס קינד, האמיר אונז נישט קיין ברירה און אונז נעמיר איבער דאס בעלות אויפן קינד, וויבאלד דו האסט געוואוט אויף די דאזיגע געזעץ,
מיט א פחד און א שרעק שטייען די שווארץ עלטערן און פרובירן צו זעהן וואס נאך מ'קען דא טוען, זאגט מען זיי קאלטבלוטיג אמסארי דעיס איז א קאנסטיטוציע געזעץ, די קאנסטיטוציע פון ניו יארק האט דאס צוגעלייגט, אויב איר האט סיי וועלכע פראבלעמען פארבינדט אייך מיט אייער סטעיט סענאטאר וואס פארטרעט דיך דערויף, די עלטערן רופן מיט א צאפעלדיגע הארץ זייער סטעיט סענאטאר אפיס, ווי אויך רופן זיי אן אלע עסקנים פון קרית יואל, און זיי באקומען די זעלבע קאלטבלוטיגע ענטפער: אמסארי, אונז האמיר נישט געקענט זאגן א ווארט קעגן די געזעץ, אונז זעמיר געווען געצווינגן דורך די דעמאקראטישע פארטיי, און אונזער סטעיט סענאטאר דזשעימס סקופיס איז דער וואס האט ארויפגעלייגט פראפ 1 אויפן בעלאט, און אונז האמיר נישט געקענט ארויסגיין אנטקעגן אים, וויבאלד ער האט אונז געברענגט צוויי מיליאן דאלער צו איבערמאכן פארעסט ראוד, ממילא צוליב דעים האמיר נישט קיין ברירה, און יא מ'ארבעט יעצט אויס אונטערן טיש אויפצושטעלן אי''ה א ריזיגע ברית מילה צענטער און מאווא ניו דזשערסי ווי אלע אידן וועלן קענען אהינטראגן זייערע קינדער צו אפרעכטן א ברית מילה,
די עלטערן קומען זיך צוזאם און וויינען וויאזוי האט מען דאס געקענט צולאזן ? און זיי הערן די קאלטבלוטיגע אנטווארט: אמסארי, אונז האמיר נישט געהאט קיין ברירה, אונז האמיר נישט געקענט זאגן אז מ'זאל וואוטן אנטקעגן דעים, און אפילו אויב יא, וואלט עס סייווי צוריק ארויפגעקומען אויפן בעלאט, ווייל אונז מוז מיר וואוטן פאר דזשעימס סקופיס און ער איז דער וואס האט עס ארויפגעלייגט אויפן בעלאט.
מורי ורבותי !
ס'איז נישט משפחת שווארץ ס'איז דיין משפחה !!! ס'איז נישט יענקעלע ס'איז דיין קינד !!!
היינט קען מיר אונז אפמאכן צו דאס וועט חלילה געשען און צו ס'וועט ווידעראמאל זיין אויפן בעלאט צו נישט!
דזשעימס סקופיס האט אויסגעשפילט כלל ישראל, ער האט באוויזן דאס ערגסטע וואס איז מעגליך,
אזוי ווייט אז אפילו דאס עסקן פון חינוך אהרן בנציון ווידער שעמט זיך צו באווייזן זיין פנים אויפ'ן גאס אז ער איז ארויסגעקומען אז מ'זאל וואוטן יא פאר פראפ 1, ווען ערשט נאכדעם וואס ער האט אדורך געקוקט דאס געזעץ איז ער געוואר געווארן וואסערע שפיצל דזשעימס סקופיס האט צוגעשטעלט פאר כלל ישראל, און ווי ער האט אונז אריינגע'נער'ט אין זאק, וואס חינוך איז א קלייניגקייט צו וואס אלס ער האט אונז צוגעפיקסט.
אונז קען מיר דעיס נאך היינט ראטעווען!!!
גיי יעצט ארויס ביי די ערלי וואוטינג, מאך זיכער ארויסצוברענגען יעדעם איינעם וועם דו קענסט, און וואוט "ניין" פאר פראפ 1, און מ'מאכט זיכער אז דער עוכר ישראל דער אנטיסעמיט דזשעימס סקופיס ווערט נישט נאכמאל נאמינירט!!!

א פחד ווי ליידיגייער קענען זיך ארויפזעצן אויף אלע לאקאלע גרופעס און אויסגיסן איבערגעלאדנטע מיסט זעקלעך.
די אלע שטומפיגע וואצעפערס וואס פאלן פאר די א.ג. פאליטיקאנטן, די וועלכע פארשטייען בעסער ווי אונזערע וועטעראן לאנגיעריגע עסקנים, וועלן עס נאך באוויינען.
די אלע שטומפיגע וואצעפערס וואס פאלן פאר די א.ג. פאליטיקאנטן, די וועלכע פארשטייען בעסער ווי אונזערע וועטעראן לאנגיעריגע עסקנים, וועלן עס נאך באוויינען.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
Re: נייעס פון קרית יואל
איך וואוין אין קרית יואל,
איינער קען מיר אפשר העלפן באשליסן צו כ'זאל וואויטן פאר רייען זשיליברענד און סקופיס?
-כ'וויל האבן א רעכטע פעדעראלע רעגירונג
-סקופיס איז (געווען און איז נאכאלטס) א אנטעסעמיט (און נאך א נושא פנים)
אבער אויפן בעלאט שטייט אנדערש
וואס טוט מען???
כ'מיין די שאלה זייער ערנסט פאר מיין און מיין ווייבס שטימע
כ'האב געזיכט די פאסיגסטע אשכול, אויב ס'איז ערגעץ אנדערש זיי דארט ממשיך די שמועס

פרוביר נישט צו זיין אויבער חכם, און הערן וואס יעדער העצער/שמויגער זאגטטראפקעלע האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 28, 2024 3:15 am איך וואוין אין קרית יואל,
איינער קען מיר אפשר העלפן באשליסן צו כ'זאל וואויטן פאר רייען זשיליברענד און סקופיס?
-כ'וויל האבן א רעכטע פעדעראלע רעגירונג
-סקופיס איז (געווען און איז נאכאלטס) א אנטעסעמיט (און נאך א נושא פנים)
אבער אויפן בעלאט שטייט אנדערש
וואס טוט מען???
כ'מיין די שאלה זייער ערנסט פאר מיין און מיין ווייבס שטימע
כ'האב געזיכט די פאסיגסטע אשכול, אויב ס'איז ערגעץ אנדערש זיי דארט ממשיך די שמועס
באלאנגסט אין א קהלה? פאלג וואס זיי הייסן דיר! זיי ווייסן אויך ווער ס'איז א שונא ישראל, און זיי פארשטייען בעסער וואס איז יעצט גוט פארן מצב
- בן תורה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 594
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
- Location: ביים שטענדער
- x 1094
Re: נייעס פון קרית יואל
WOW שטעל דיך פאר יעדע אינדיווידועל דארף ווען מאכן אזעלכע באשלוסן... קיין בלאק וואוט וואלט אודאי נישט געווען, נאר וואלט געווען א צומישעניש צווישן עולם און יעדע שמויגער אין קאווע שטיבל וואלט געלאזט הערן זיין אייגענע חוות דעת. ווער רעדט נאך אויב איז אים אמאל געלונגען צו שעיקן הענד מיט א פאליטישן וואלט יענער זיכער געווען די גרעסטע אוהב ישראל...טראפקעלע האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 28, 2024 3:15 am איך וואוין אין קרית יואל,
איינער קען מיר אפשר העלפן באשליסן צו כ'זאל וואויטן פאר רייען זשיליברענד און סקופיס?
-כ'וויל האבן א רעכטע פעדעראלע רעגירונג
-סקופיס איז (געווען און איז נאכאלטס) א אנטעסעמיט (און נאך א נושא פנים)
אבער אויפן בעלאט שטייט אנדערש
וואס טוט מען???
כ'מיין די שאלה זייער ערנסט פאר מיין און מיין ווייבס שטימע
כ'האב געזיכט די פאסיגסטע אשכול, אויב ס'איז ערגעץ אנדערש זיי דארט ממשיך די שמועס
אשרינו אז אונז האמיר א געטרייע פארטרעטער מיט א מעכטיגע בלאק וואוט!
Re: נייעס פון קרית יואל
איר זענט גערעכט אבער ווען די זעלבע קהילה האט געפירט א העץ קאמפיין אפאר יאר צוריק קעגן סקופיס אז ער וויל אונז אונטערצוברענגן כל הקדוש לנו א אנטיסעמיט וכו' קען איך נישט גיין פאר אים אפאר יאר שפעטער, וואס זאל איך טון איך פארגעס נישט אזוי שנעלפופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 28, 2024 1:21 am א פחד ווי ליידיגייער קענען זיך ארויפזעצן אויף אלע לאקאלע גרופעס און אויסגיסן איבערגעלאדנטע מיסט זעקלעך.
די אלע שטומפיגע וואצעפערס וואס פאלן פאר די א.ג. פאליטיקאנטן, די וועלכע פארשטייען בעסער ווי אונזערע וועטעראן לאנגיעריגע עסקנים, וועלן עס נאך באוויינען.
next time be aware when do such things
Re: נייעס פון קרית יואל
אט דאס איז מיין פוינט.טיר האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 28, 2024 10:24 amאיר זענט גערעכט אבער ווען די זעלבע קהילה האט געפירט א העץ קאמפיין אפאר יאר צוריק קעגן סקופיס אז ער וויל אונז אונטערצוברענגן כל הקדוש לנו א אנטיסעמיט וכו' קען איך נישט גיין פאר אים אפאר יאר שפעטער, וואס זאל איך טון איך פארגעס נישט אזוי שנעלפופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 28, 2024 1:21 am א פחד ווי ליידיגייער קענען זיך ארויפזעצן אויף אלע לאקאלע גרופעס און אויסגיסן איבערגעלאדנטע מיסט זעקלעך.
די אלע שטומפיגע וואצעפערס וואס פאלן פאר די א.ג. פאליטיקאנטן, די וועלכע פארשטייען בעסער ווי אונזערע וועטעראן לאנגיעריגע עסקנים, וועלן עס נאך באוויינען.
next time be aware when do such things
מען דארף הערן וואס די עסקנים זאגן!
דאן האט ער געשטערט קרית יואל, האט מען נישט געוואוט פאר אים.
כהיום כיז שוין דא פרידליכע באציאונגען און ער העלפט פאקטיש ארויס, דארף מען יא וואוטן פאר אים.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 137
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:27 pm
- x 254
Re: נייעס פון קרית יואל
קרית יואל אלייענס בעלאט
- פיילס
-
- thumbnail_1730085777666.jpg (127.71 KiB) געזען געווארן 582 מאל
אריינצושיקן עניטינג פון אייערע "העדקוואטערס" וואס איך זאל פאוסטן שיקט צו: ytheadquarters2023@gmail.com