סארי פאר די לעיט רעספאנס איך קום כמעט נישט אריין לעצטענס...Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 13, 2024 3:27 amהיימישע זייגער האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 7:02 pm שוין געווען זייער אסאך מאל וואס א קינד איז געבוירן אן אטעם און טאקע אסאך מאל צוריקגעכאפט באצייטענס אבער געציילטע מאל איז די קינד געבליבן דעמעדזשעד פארן לעבן ווייל עס האט נישט געהאט קיין אקסידזשען און אויך שוין געענדיגט פאטאל, ביי היים געבורט קען נישט געשעהן די זאכן קיינמאל כידוע אין די מציאות ואכמ"ל, ממילא צו נעמען סינגל מעשיות און בויען דערויף איז סתם נאריש, היים געבורט האט שוין געראטעוועט אויך אומצאליגע קינדער.
שור! זיכער! ביי היים געבורטן איז נישט מעגליך אז די קארד זאל גיין ארום די האלז! ביי היים געבורטן איז נישט מעגליך קיין RUPTURED UTERUS! ביי היים געבורטן איז פשוט נישט מעגליך די מיליאנען אלע זאכן וואס קענען געשען נאטורליך! ווען תוספות שרייבט אז 'רוב פעמים מסתכנות בלידתן' רעדט ער נישט בימיהם ווען אלע געבורטן זענען געווען היים געבורטן, נאר טאקע פון היינטיגע צייטן ווען מען געבוירט אין שפיטאל! דאס וואס אמאל איז געווען אן אפטע ערשיינונג אז די קינד - און צומאל די מאמע אויך - האבן נישט איבערגעלעבט א געבורט דאס האט געהאט מיט וואקסינען, נישט מיט די פאקט אז ס'נישט געווען די מעדיצינישע מאשינען וואס זענען היינט דא.
זייט'זשע מוחל אבער אייערע ווערטער זענען ניטאמאל ענליך צו גערעדט צו די זאך. איך אליין האב צוויי געשוויסטער וואס ווען די געבורט פון זייערע קינדער פאסירט ווען אינדערהיים וואלטן נישט די מאמע און נישט די קינד איבערגעלעבט! ביי ביידע איז געשען זאכן וואס פאסירן נאטורליך בשעת'ן געבורט אפגעזען וואו די געבורט קומט פאר, נאר בחסדי השם האבן זיי געהאט שכל און געהאט די קינדער אין שפיטאל וואו עס זענען געווען די נויטיגע מאשינען צו דעטעקטן די פראבלעמען באצייטנס און צו ראטעווען די מאמעס און די קינדער.
בארויגטס אייך... איך האב געשריבן וועגן געבוירן אן אטעם וואס ביי היים געבורט ווארט מען ביז עס אטעמט געהעריג ממילא ביז דעמאלס אטעמט עס נאך ווייטער דורך די קארד און האט שוין געראטעוועט אסאך.
וועגן אנדערע פראבלעמען, ווען זיי זעען די מינדענסטע פראבלעם גייען זיי אריין אין שפיטאל, חוץ וואס זיי קומען אהיים מיט א מיני שפיטאל וואס עס זאל זיך נאר נישט מאכן.
אויף די בירטה סערטיפיקעט איז עס א געהעריגע אפשן, די אינשורענס באצאלט עס און בכלל נישט דא סטאטיסטיק מער פראבלעמען ווי ביי שפיטאל געבורט.