פרעזידענט פארמעסט 2024
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4031
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12181
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
קאליפארניע - 45
די טיטל פון די שמאלסטע קאנגרעס פארמעסט איז היי יאר געגאנגען פאר קאליפארניעס 45'טע דיסטריקט, לויט די 538 מאדעל אויב די וואלן וואלטן היינט פארגעקומען וואלטן די רעפבוליקאנער געווינען מיט 0.1 פראצענט.
קודם די טרוקענע פאקטן:
די פארמעסט קומט פאר צווישן די רעפובליקאנער אינקאנבמענט קאנגרעס פרוי מיטשעלע סטיעל,
און די דעמאקראט א לאקאלע לויער דערעק טראן.
די דיסטריקט געפינט זיך אין די אראנדזש קאונטי וואס געפינט זיך צווישן די 2 גרויסע שטעט לאס אנדזשעלעס און סאן דיעגא, עס נעמט אריין די צפון מערב חלק פון די קאונטי און אזוי אויך נעמט עס אריין א קליין חלק פון צפון-מזרח לאס אנדזשעלעס.
דזשאו ביידען האט געווינען די דיסטריקט מיט 6 פראצענט, אבער אין די לעצטע פאר יאר האט די דיסטריקט זיך אביסל געריקט צו די רעפובליקאנער זייט אין מער לאקאלע פארמעסטן.
קאנגרעספרוי סטיעל פרובירט זיך אהער צושטעלן אלס א מער צו די מעסיגע זייט רעפובליקאנער אנצייגענדיג אויף איר רעקארד אז זי האט געשטיצט 21 פראצענט פון פרעזידענט ביידענ'ס אגענדע, זי פאררופט זיך אלס א טישו פאקוסד רעפובליקען.
אבער דאס אלעס מאכט איר נאכאלץ נישט אומבאזיגבאר, דעמאקראטן ווייזן אהן איבער פארשידענע מער עקסטרעמע פאליסיס וואס סטיעל שטיצט ווי אובארשען בענדינג און נאך.
לעצטיגע פאולינג דאטא ווייזט ווי סטיעל כאפט זיך צוריק נאכדעם וואס זי האט געהאלטן א טראפ אונטערשטעליג פאר די לעצטע 2 חדשים, א לעצטיגע פאול ווייזט אז סטיעל איז גאר פאראויס מיט 4 פראצענט.
זינט רעפובליקאנער האבן סוקסעספול ארויסגעשטויסן די בלויע כוואליע אריינגעוועלטע דעמאקראטישע קאנגרעסמאן הארלי ראודע אין יאר 2020, האבן דעמאקראטן געשטעלט די דיסטריקט אלץ איינס פון זייער וויכטיגסטע ציל, אין 2022 האט סטיעל באוויזן אנצוהאלטן די דיסטריקט ביי א ברייטע 5 פראצענט איבער זיין די דעמאקראטישע טשעלענדזשער דזשעי טשען, איבערשטייגנדיג די 2 פראצענט מארדזשין מיט וואס זי האט געזיגט אין 2020, און ביי די אפען פריימערי אין מארטש ווי סטיעל האט זיך פארמאסטן מיט עטליכע דעמאקראטן אינאיינעם האט אויסגעקוקט ווי ס'גייט אין די דירעקציע פון א 10 פראצענטיגע געווינס פאר סטיעל קריגנדיג קרוב צו 55 פראצענט פון די שטימען
וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין דורכאויס דעם זומער האבן אנקעטעס געוויזן ווי די פארמעסט ווערט נאר שמעלער און שמעלער און צוזאמען מיט די דאון די בעלאט אפעקט פון די אריינקום פון וויצע פרעזידענט העריס אין די פארמעסט און אזוי אויך מיט די שטארקע קאמפיין וואס טראן האט געפירט ביי די אזיאנער קאמיוניטיס האט די פארמעסט זיך דערקייקעלט צו די מצב ווי עס געפינט זיך יעצט.
קאנגרעס פרוי סטיעל האט זיך טאקע גענומען אין די הענט אריין און פירט א שטארקע קאמפיין אין די שליסל אזיאנער געגנטער אבער דעמאקראטן האבן עס גענומען צו די נעקסטע שטאפל אויפדעקנדיג א רייע סקאנדאלן אויף איר ווי זי האט זיך פאלש בארימט אז זי קען א פליסיגע וויעטנאמיש און אז זי האט ליגנט געזאגט איבער איר מיליטערישע און לעגאלע רעקארד.
צוריק צו די אנקעטעס:
אנקעטעס ציפערן ווייזן אז סטיעל האט אין די לעצטע 2-3 וואכן זיך ארויפגעריקט מיט אזוי סאך ווי 6 פראצענט וואס האט באאיינפלוסט די פרעסטיזשפולע קוק פאליטיקעל רעפארט ארויסצוריקן די פארמעסט פון ליען דעמאקראט צו טאסאפ.
וויאזוי ס'גייט זיך אויסלאזן ווייסן מיר נישט אבער איין זאך דארף מען יא וויסן, נישט קיין חילוק צו ס'איז א רעפובליקאנער צו א דעמאקראט די שטארקייט פון א אינקאנבמענט טאר מען נישט אונטערשאצן.

אין נ.י. סיטי!
- פיילס
-
- IMG_20241027_190543_561.jpg (326.28 KiB) געזען געווארן 347 מאל
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 158
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:07 am
- Location: new york
- x 267
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
מצד שני האבן זיי שוין געטוישט ליניע אין 2022 און געהאט איבערגעשאצט די רעפובליקאנער דעריבער איז שווער צי וויסן..Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 6:42 pmמסתבר אז זיי מאכן יעצט קאררעקשאנס אינעם סעמפל ליסטע צוליב יענעם דורכפאל.ניקל האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 5:57 pmזייער פיינעל אנקעטע אין 2020 האבן זיי געהאט פרעזידענט ביידען מיט 12 פראצענט העכער טראמפ
פרעזידענט ביידען האט געווינען מיט 4.4 פראצענט.
אין אנדערע ווערטער האבן זיי אונטערגעשאצט פרעזידענט טראמפ מיט 7.6 פראצענט, וואס אויב דאס איז יעצט נאכאמאל נישט אקוראט ווי דעמאלטס שטייט טראמפ העכער העריס מיט 7.6 פראצענט
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
פרעזידענט טראמפ'ס רעבעצין מאלאניע טראמפ האט אויפגעטרעטן ביי די מעדיסאן סקווער ראלי
- ס'קען זיין אז..
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1392
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
- x 2563
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
נישט גוט אז אידן זאלן זיך מישן
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
אילאן מאסק ביי די ראלי אין מעדיסאן סקווער
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
דזשוליאני האט זיך איינגעהאנדעלט שיינע שיך
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
די ציבור ביים ראלי
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
טראמפ ביי זיין רעדע
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
טראמפ:
איך אנאנסיר יעצט א נייע פאליסי איבער טעקס קרעדיט אויף די וואס נעמען קעיר פון משפחה און זייערע באליבטע
איך אנאנסיר יעצט א נייע פאליסי איבער טעקס קרעדיט אויף די וואס נעמען קעיר פון משפחה און זייערע באליבטע
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4031
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12181
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
סקען זיין אז די טראמפ קאמפיין האט ארויסגעלייגט די עד,
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4031
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12181
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
ביג טעק פירער פראבירן צו פארגלעטן באציאונגען מיט טראמפ, זיך גרייטענדיג אויף א שטארק מעגליכע צוריקקער.
טראמפ זאגט אז די פירער פון עפפל טים קוק האט אים גערופן רעדן איבער פראבלעמען אין אייראפע, גאוגל פירער פיטשיי האט אים גערופן זאגן ווי שטארק זיין מעקדאנעלד'ס קאמפיין סטאפ האט אויסגענומען אויף די אינטערנעט, און עקזעקעטיוון פון די בעזאס ספעיס פירמע 'בלוי ארידשען' האבן זיך געטראפן מיט אים אויף פרייטאג.
טראמפ זאגט אז די פירער פון עפפל טים קוק האט אים גערופן רעדן איבער פראבלעמען אין אייראפע, גאוגל פירער פיטשיי האט אים גערופן זאגן ווי שטארק זיין מעקדאנעלד'ס קאמפיין סטאפ האט אויסגענומען אויף די אינטערנעט, און עקזעקעטיוון פון די בעזאס ספעיס פירמע 'בלוי ארידשען' האבן זיך געטראפן מיט אים אויף פרייטאג.
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4031
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12181
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
עס איז פאראן עירלי וואטינג פון יעצט ביז די עלעקשן מערסטנס טעג און מארגן אויך.
געווענליך זענען די לאקאציעס אפן פון 8 ביז 8 , און די וויקענדס פון 8 ביז 5.
גייט עירלי וויבאלד אזוי אויב עס ווערט אפגעשטיפט האסטו נאך א שאנס, אויך וועט נישט זיין די ליינס אזויווי נאוועמבער 5.
קענסט טרעפן די לאקאציע פאר דיין אדרעס אינאיינעם מיט די צייטן דא
https://www.google.com/search?q=nys+fin ... TF-8#ebo=1
פאר די סיטי
https://findmypollsite.vote.nyc/
אט זענען די לאקאציעס אין ווילאמסבורג.
80 Clymer,
70 Tomkins
אין מאנסי און קרית יואל איז נאך וויכטיגער זייענדיג איינער פון די 10 וויכטיגסטע דיסטריקטן אויף וואס די גאנצע באלאנס פון קאנגרעס און אמעריקע שטייט.
אין מאנסי דער 17'סטע דיסטריקט לויפט די איבערגעגעבענע און עסקנים אינדארסירטע מייק לאולער וועלכע האט פאריגע מאל געווינען מיט אונטער א פראצענט די ביידן דיסטריקט מיט די הילף פון די היימישע שטיצע, קעגן די ראדיקאל פראגרעסיווע מאנדעיר דשונס.
אין קרית יואל אין די 18'טע דיסטריקט לויפט דער דעמאקראט פעט רייען וועלכע האט באוויזן צו באקומען אינדארסירונגען מיטן אלטן דעמאקראטישע טאקטיק פון משחד זיין וויילער אין איטערעסן גרופעס.
רייען האט פאריגע מאל ארויסגעקוועטשט א איין פראצענטיגע זיג.
העריס איז מוחל חובות פאר אירע ליבלינגען די אנטיסעמיטישע סטודענטן און זייערע קאלעדזשעס און פארשפרעכט צו אומלעגאלערהייט גיסן געלט פאר שווארצע ביזנעסעס.
מר פעט ר. זאגט צו שווערע מיליאנען פאר טאון באאמטע און אנדערע מיט מאכט.
קעגן אים לויט עליסאן דעספאזיטא א געוועזענע NYPD דיטעקטיוו און לוטענענט גאווענער מיטלויפער פון די היסטאריש סעקסעספולע לי זעלדין קאנדידאטור.
- שלוס, דאס איז די איינציגסטע מאל וואס דו קענסט טון עפעס עסקנות פארן כלל אויב דו ביסט נישט אין די עסקן ביזנעס.

אויך אזוי פארשטאנען אבער בכלל איז נישט גוטמיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 27, 2024 9:15 pmסקען זיין אז די טראמפ קאמפיין האט ארויסגעלייגט די עד,
- ס'קען זיין אז..
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1392
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
- x 2563
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
nytimes
טראמפ 48%
העריס 48%
לעצטיגע פאול - העריס +3
דאס איז זייער לעצטע פאול אויף די יעצטיגע אלעקשענס,
זייער לעצטע פאול פון די 2020 אלעקשענס האבן זיי געוויזן אן אויבערהאנט פאר ביידן מיט 12%

TIPP Daily Tracking Poll
טראמפ: 48% [+1]
העריס: 48% [-1]
טראמפ: 48% [+1]
העריס: 48% [-1]
- ס'קען זיין אז..
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1392
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
- x 2563
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
@FiveThirtyEight Forecast
שאנס צו געווינען
טראמפ: 54%
העריס: 45%
עלאקטארל וואויטס
טראמפ: 277
העריס: 261
סווינג שטאטן
אריזאנע - טראמפ 66-34%
דזשארדזשיע - טראמפ 63-37%
נארט קארעליינע - טראמפ 62-38%
פענסילוועיניע - טראמפ 53-47%
נאוואדע - טראמפ 53-47%
וויסקאנסן - העריס 51-49%
מישיגן - העריס 52-48%

די מעדיסאן סקווער גארדאן סטאדיום אין ניו-יארק איז אנגעשטאפט דורך טראמפּ שטיצער, ווארטנדיג פאר דער אויפטריט פון געוועזענער פרעזידענט טראמפּ
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4031
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12181
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
פאליטיקא באריכט אז געוועזענער פרעזידענט טראמפּ באקומט רעקארד הויכע שטיצע צווישן יונגע, שווארצע און לאטינא וויילער.
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4031
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12181
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
טראמפ אדער העריס?
ארטיקל 4.
ס'איז מיר ליידער נישט געלונגען צו ענדיגן דעם ארטיקל פאר יום טוב, ס'איז אבער למעשה געווען א טובה. ס'איז דערווייל אריבער נאך עטליכע טעג און זאכן זענען געווארן אפילו נאך קלארער.
אין די פריעדיגע ארטיקלען זענען מיר דורך סיי פאולינג, ווי אויך פארטיי רעגיסטראציעס, און מיר האבן געזעהן אז ביי ביידע שטייט טראמפ בעסער ווי העריס.
היינט וועלן מיר אריבערגיין צו א פרישע שטיקל דעיטע: Early votes.
אין די לעצטערע יארן איז זיך געווארן אזא מנהג אין מערערע סטעיטס, אז מען קען וואוטן נאך אפילו פאר די אפיציעלע עלעקשן דעי. פאראן סטעיטס וואו מען קען עס נאר טוהן דורך אריינשיקן א בריוו דורך די פאסט, און אנדערע סטעיטס ערלויבן אפילו אראפצוקומען פערזענדליך וואוטן.
די צייט פון ווען מען קען אנהייבן וואוטן ווענד זיך לויט די סטעיטס, און אין די צייט וואס געוויסע סטעיטס הייבן שוין אן די פראסעס עטליכע וואכן בעפאר די עלעקשן דעי, זענען אנדערע סטעיטס מער געצוימט און געבן נאר עטליכע טעג דערפאר.
אבער כאטש מען קען שוין שטימען בעפאר עלעקשן דעי, וועלן די סטעיטס נישט "אפציילן" די שטימעס פאר עלעקשן דעי. במילא, צו וויסן אויף הונדערט פראצענט פאר וועם די מענטשן האבן געשטימט מוז מען ווארטן ביז נאך די אפיציעלע עלעקשן נאכט (דאס יאר איז עס נאוועמבער 5).
מיט דעם אלעם קענען די Early votes (אזוי רופט מען די שטימעס וואס קומען אריין פאר די עלעקשן דעי) פארציילן א שטיקל בילד וואס דא טוט זיך אפ.
למשל:
מען קען זעהן צו דער עולם קומט ארויס שטימען מער אדער ווייניגער ווי פארגאנגענע יארן, פארציילנדיג דערמיט ווי שטארק די ענטוזיאזם שטייט.
מען קען באטראכטן וועלכע געגנטער קומען ארויס שטערקער און וועלכע שוואכער, פארציילנדיג וועלכע "סארט" מענטשן זענען מער ענטוזיאסטיש.
און אין געוויסע סטעיטס קען מען אפילו זעהן צו וועלכע פארטייען די מענטשן וואס שטימען באלאנגען צו. אין אזעלכע סטעיטס פארציילן די נומערן גאר אסאך, ווייל מען קען זעהן וועלכע פארטיי שלעפט ארויס מער מענטשן און ווער ס'איז מער ענטוזיאסטיש צו גיין שטימען.
די סארט אינפארמאציע איז ממש א גאלד גרוב פאר אונז, וויבאלד מיר קענען אריינדייוון אין די נומערן און זעהן וועלכע פון אונזערע 2 קאנדידאטן שטייט דערווייל בעסער.
בעפאר מיר קענען אבער צוגיין צו די אינפארמאציע פעלט זיך אויס אן הקדמה:
קענען גיין שטימען פאר די אפיציעלע עלעקשן דעי, איז באמת א הייסע פאליטישע נושא.
בשעת וואס די דעמאקראטן שטופן עס זייער שטארק, זענען די רעפובליקאנער בכלל נישט אזוי צופרידן דערפון, און זיי טענה'ן אז דאס קען מאכן גרינגער צו פעלטשן די וואלן. ספעציעל זענען די רעפובליקאנער ברוגז אויף די מעגליכקייט פון קענען שטימען דורך די פאסט, וואס מאכט נאך אפילו גרינגער צו זיך קענעו ארום שפילן מיט שטימעס.
דאס האט גורם געווען אז ביז היינט פלעגן א ריזיגע רוב רעפאבליקאנער נאר שטימען אין די עלעקשן דעי, בשעת וואס דעמאקראטן האבן יא מער און מער געשטימט בעפאר עלעקשן דעי. און ווי געשמועסט "שטימען דורך די פאסט" איז באטראכט געווארן אלס נאך ערגער, און דאס האבן רעפובליקאנער נאך ווייניגער גענוצט.
אין 2020 איז די חילוק געווען ספעציעל מערקבאר, ווייל פון איין זייט האבן גאר אסאך סטעיטס געמאכט גרינגער צו שטימען דורך די פאסט, וויבאלד מען האט דאך מורא געהאט צו גיין אין די 6 פיס פון א מענטשליך געשטאלט, און פון די אנדערע זייט האט טראמפ גאר שטארק אראפגעריסן די שטימען-דורך-די-פאסט. דאס האט גורם געווען אז בשעת ריזיגע פראצענטן פון דעמאקראטן האבן געשטימט דורך די פאסט, האבן פיל ווייניגער רעפאבליקאנער געטוהן אזוי, נאר רוב רעפאבליקאנער האבן ווייטער געשטימט פערזענליך (א גאר גרויסע פראצענט אין די טאג פון די וואלן).
אבער, אנדערש ווי אין 2020, האט טראמפ דאס מאל נישט אראפגעריסן די פריע-וואלן, נאר גאר פארקערט, ער שטופט שטארק זיינע שטיצער צו ארויסגיין שטימען פרי, זאל עס זיין דורך די פאסט, אדער פערזענדליך (אין די סטעיטס וואו מען קען שטימען פרי פערזענדליך).
אז מיר ווייסן דאס, לאמיר זעהן וואס טוט זיך דאס יאר, און וויאזוי זאכן שטייען דערווייל היינט זונטאג מיטאג צייט.
צווישן אונזערע 7 סווינג סטעיטס, טוען בלויז 4 דערפון פארציילן צו וועלכע פארטיי די וואוטערס באלאנגען צו. דאס נעמט אריין:
נארט קאראליינע.
אריזאנע.
פענסילוועניע.
נעוואדע.
מישיגן, וויסקאנסין, און דזשארדזשיע געבן נישט ארויס די אינפארמאציע.
ווען ס'קומט צו די נושא פון "וויאזוי" מען קען וואוטן פרי, זענען די סטעיטס אויך היפש אנדערש.
בשעת אריזאנע, נעוואדע, דזשארדזשיע און נארט קאראליינע האבן שוין געהאט א שיינע פאר טעג ווי מען האט געקענט וואוטן פרי "פערזענדליך", האבן די איבריגע 3 סטעיטס בעיקר נאר געלאזט שטימען דורך די פאסט.
דערווייל שטעלט זיך ארויס אזא בילד:
אין די 3 סטעיטס וואו מען קען סיי וואוטן פרי פערזענדליך, און סיי זיי שטעלן ארויס די אינפארמאציע צו וועלכע פארטייען די וויילער באלאנגען צו, האבן דערווייל די רעפובליקאנער ארויס געברענגט מער וויילער ווי די דעמאקראטן.
אבער דאס אליינס אז די רעפובליקאנער האבן דערווייל ארויס געברענגט מער וויילער פארציילט נאך נישט אלעס, ווייל נישט נאר איז עס געשמאקער פאר די רעפובליקאנער אז זייער פארטיי האט דערווייל ארויס געברענגט מער וויילער, נאר נעמענדיג אין באטראכט אז אין פארגאנגענהייט אפילו ווען די דעמאקראטן האבן ארויס געברענגט מער וויילער אין די טעג בעפאר די עלעקשן האבן די רעפאבליקאנער נאך אלס געקענט געווינען וויבאלד אין עלעקשן דעי קומען זיי ארויס שטערקער ווי די דעמאקראטן, איז די נייעס אז שוין יעצט, ווען מען האלט נאך ביי Early voting, שטייען שוין די רעפאבליקאנער פאראויס, מאכט עס טאקע די רעפובליקאנער פילן "זייער" גוט.
אין דזשארדזשיע וואו מען קען שוין אויך שטימען פערזענדליך, אבער זיי שטעלן נישט צו קיין פארטיי אינפארמאציע פון די וויילער, קען מען קוקן אויף די "קאונטיס" פון די שטימען.
דערווייל שטעלט זיך ארויס אז די קאונטיס וואס האבן פיל מער רעפאבליקאנער קומען פיל מער מענטשן ארויס שטימען, ווי די קאונטיס וואס האבן מער דעמאקראטן.
פענסילוועניע וואס שטעלט יא ארויס אינפארמאציע איבער וויילער פארטיי, איז אבער אפיציעל דא נאר -פאסט-שטימען- און כאטש דארט האבן יא די דעמאקראטן די אויבער האנט (פיל מער דעמאקראטן האבן דערווייל געשטימט אין פענסילוועניע ווי רעפאבליקאנער), איז אבער די חילוק צווישן די יאר און די פארגאנגענע יארן זייער גרויס.
בעת וואס אין די פארגאנגענהייט האבן דעמאקראטן ארויסגעברענגט אסאך אסאך מער ווי די רעפאבליקאנער, איז די יאר די חילוק היפש שמעלער, און נעמענדיג אין באטראכט אז אין אזעלכע סארט סטעיטס (וואו מען קען נאר שטימען פרי דורך די פאסט) קומען די רעפאבליקאנער ארויס אין עלעקשן דעי פיל שטערקער ווי די דעמאקראטן, איז טאקע דא א היפשע טשאנס די רעפובליקאנער זאלן געווינען פענסילוועניע די יאר.
מישיגן און וויסקאנסין זענען קרח מכאן ומכאן.. סיי זיי שטעלן נישט ארויס די פארטיי אינפארמאציע פון זייערע פריע וויילער ווי אויך איז דערווייל נישטא קיין מורא'דיגע פערזענליכע שטימעס נומערן.
היוצא לנו מזה…
אויב אלע רעפובליקאנער וואס זענען שוין געגאנגען שטימען, גייען פאר טראמפ, און אלע דעמאקראטן שטימען פאר העריס, און די אינדעפענדענטס זענען צוטיילט האלב אויף האלב, איז קלאר אז לויט די יעצטיגע פריע-וואלן נומערן האט טראמפ האט א גרעסערע טשאנס צו געווינען.
פארשטייט זיך אז וויבאלד ס'איז פאראן אפאר "אויב'ס" דא, קען מען טאקע נישט וויסן אויף זיכער וואס דא וועט זיך אויסלאזן, אבער ווידעראמאל האבן מיר א דעיטע פאוינט וואס איז בעסער פאר טראמפ ווי פאר העריס.
סוף פסוק פון די פאר ארטיקלען:
סיי וועלכע דעיטע פאוינט מען באטראכט יעצט 10 טאג פאר די וואלן, זאגט פאר א טראמפ געווינס.
פון די אנדערע זייט ברויך מען געדענקען אז סורפרייזעס אין פאליטישע פארמעסטן איז נישט קיין זעלטנהייט.
האטס מיר אלע א גוט יאר, א געזונטן ווינטער, און אן ענדזשויעבל עלעקשן נאכט…!

אינסיידער עדווענטעדזש - פענסילוועניע
טראמפ 48%
העריס 47%
טראמפ 48%
העריס 47%
Re: פרעזידענט פארמעסט 2024
43 מיליאן 440 טויזענט 7 הונדערט און 87 מענטשן האבן שוין אפגעגעבן זייערע שטימען אין די 2024 עלעקשאנס.
די יעצטיגע נאמבער פון וואויטירס האלט ביי 27.4% פון די טאטעל וואוטס געציילט אין די 2020 עלעקשאנס