'מאמענט' מאגאזין

אלעס ארום שרייבעריי און אויסגאבעס
יוסל פינטער
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 7:05 pm
Location: אינמיטן אויספילן א אפליקאציע
x 3

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך יוסל פינטער »

ס'האט מיך געכאפט א ציפ אין הארץ ליינענדיג די פעלזן פעסטן אמונה'דיגע שמועס מיט ר' חיים יצחק לעפקאוויטש ז"ל שוין צום צווייטן מאל די יאר, דאס מאל ליידער האט די שמועס געהאט א אנדערע באדייט ווען ר' חיים יצחק פארוועם איך האב געדאווענט זייט איך האב געליינט די ערשטע מאל די שומעס איז שוין ליידער נישט צווישן אונז. אוי דאס הארץ רייסט!
אוועיטער
נויז מאשין
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 65
פארבינד זיך:

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך נויז מאשין »

יוסל פינטער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 12:55 am ס'האט מיך געכאפט א ציפ אין הארץ ליינענדיג די פעלזן פעסטן אמונה'דיגע שמועס מיט ר' חיים יצחק לעפקאוויטש ז"ל שוין צום צווייטן מאל די יאר, דאס מאל ליידער האט די שמועס געהאט א אנדערע באדייט ווען ר' חיים יצחק פארוועם איך האב געדאווענט זייט איך האב געליינט די ערשטע מאל די שומעס איז שוין ליידער נישט צווישן אונז. אוי דאס הארץ רייסט!
פלא טאקע פארוואס מען לייגט איבער די זעלבע אינטערוויו צום צווייטן מאל אינעם זעלבן יאר.
קורצע אויסצוגן וואלט גענוג געווען.
אוועיטער
נויז מאשין
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 65
פארבינד זיך:

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך נויז מאשין »

אויך איז נישט שבת חזון.

#פאנגעס איט איז...
אוועיטער
איטשע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 413
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
x 849

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך איטשע »

שטיי איך נישט וואס דא קומט פאר...

די מעכטיגע מאמענט וואס האט זיך אפציעל אריבערגעפרישט מיט פרישע קריעטיווע חברה וואס הייסן צו זיין די בעסטע אין די מאגאזין וועלט, האבן נישט מער און נישט וויציגער ארויסגעגעבן א אויסגאבע וואס די פראנט קאווער האט א בילד פון איינעם וועם זיי האבן אינטעוויאט ווייניגער ווי א יאר צוריק, און יעצט האבן זיי איבערגעלייגט גענוי די זעלבע שמועס...

וואס גייט דא פאר?
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3261
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 9153

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך פליט »

איטשע האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 08, 2024 7:11 am שטיי איך נישט וואס דא קומט פאר...

די מעכטיגע מאמענט וואס האט זיך אפציעל אריבערגעפרישט מיט פרישע קריעטיווע חברה וואס הייסן צו זיין די בעסטע אין די מאגאזין וועלט, האבן נישט מער און נישט וויציגער ארויסגעגעבן א אויסגאבע וואס די פראנט קאווער האט א בילד פון איינעם וועם זיי האבן אינטעוויאט ווייניגער ווי א יאר צוריק, און יעצט האבן זיי איבערגעלייגט גענוי די זעלבע שמועס...

וואס גייט דא פאר?
ממש דעס האמיר גערעדט מיט די ארומיגע דעם שבת,
ווילסט איבערלייגן א אינטערוויו? לייג כאטשיג פון דריי יאר צירוק, אזוי וועלן כאטש האלב ליינער נישט געדענקן..ַַאבער לייגן א אינטערוויו וואס איז געווען א האלבע יאר צירוק???
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2146
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5357

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך פופציגער »

זיי האבן ממש איבערגעלייגט דעם שמועס??
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
זילבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 5:00 pm
x 17

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך זילבער »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 08, 2024 11:26 am זיי האבן ממש איבערגעלייגט דעם שמועס??
יא,

און דאס איז געווען די מעין ארטיקל פין דעי וואך
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2146
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5357

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך פופציגער »

זילבער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 08, 2024 11:31 am
פופציגער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 08, 2024 11:26 am זיי האבן ממש איבערגעלייגט דעם שמועס??
יא,

און דאס איז געווען די מעין ארטיקל פין דעי וואך
איי איי איי... נאט גוד
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3353
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8631

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

Screenshot 2024-09-11 101427.jpg
Screenshot 2024-09-11 101427.jpg (186.4 KiB) געזען געווארן 579 מאל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2146
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5357

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך פופציגער »

האמיר די וואך זיך איינגעהאנדלט דעם "מאמענט" נאך א לאנגע צייט עס נישט האבן.

איך האב נאכנישט געענדיגט עס דורכבלעטערן, אבער לאמיר קודם אריינווארפן אפאר הערות.

ערשטנס, א כלליות'דיגע נאטיץ, נישט נאר פאר מאמענט נאר על הכלל כולו יצא... איך גלייך נישט דאס נעמען דעם גרינגן וועג ארויס, אז ווען עס מאכט זיך א ערליכער איד ווערט נסתלק פולט מען אן דעם אויסגאבע מיט ארטיקלען איבער די לוי'. איך פארשטיי מען מוז שרייבן דערוועגן, און איך פארשטיי אז דער קאווער גייט פאר דעם. אבער פון וויפיל שרייבערס ברויך מען ליינען זייערע אויפפאסונגען ביים לוי'?

אצינד פותחין בכבוד האכסניא, די גרעפיקס אין מאמענט זענען שיין, פריש, און מסודר, פיל געשמאקער ווי עס פלעגט זיין, און אסאך מער ציענד.

דער אויסוואל פון קאלומס איז זייער גרויס, עפעס וואס געבט א שטארקע קאליר צום מאגאזין, און ספעציעל וואלט איך ארויסגעהויבן די קאלומס וואס באשטייען נישט סתם פון מחשבות און השקפות פון אנאנימע שרייבער, נאר ברענגען ארויס עכטע אקטועלע נקודות, א שטייגער ווי "בוכשטאבן" פון אליעזר ראזען, און "בתי אונגערן" פון @מענדל אונגער . ביידע פון זיי האב איך זייער געגליכן.

די רייע אנאליזן למיניהם זענען אויך זייער אינטערסאנט, און אין מיין מיינונג זענען דאס די שפיצן פונעם מאגאזין, ווען שרייבער ברענגען אריגינעלע אנאליזן און געבן פאר די ליינער די חומר למחשבה, און איך וועל עקסטער ארויסברענגען "דער עקאנאמיסט" וואו פנחס לייפער ברענגט אינטערסאנטע נייעס און אקטועלע אנאליזן אויף טאפיקס וואס זענען נוגע און העכסט אינטערסאנט. (משה גרובער'ס וואל נאכט איז געווען צו טיף פאר מיר... איי געס מ'ברויך ליגן דערין צו קענען פאקוסן געהעריג...).

אפענע שמועסן פון @מנחם גאלד איז געווען געוואלדיג, הגם געווענליך בין איך נישט קיין חסיד פון אזא סארט קאלום בכלל.

אביסל האב איך זיך געשפירט ווי א יון אין די סוכה, אדער פארקערט, ווי א משולח אין א גוי'שן פראווינץ, היות איך ליג נישט אזוי אין וועלטליכע נייעס, און מיטאמאל האב איך זיך געטראפן נישטערן צווישן נייעס, וואס זענען היבש ארויס פון כלל "וועלטליכע" נייעס, און אריין אין כלל "גוי'שע" נייעס... אנטשולדיגט פאר'ן קריטיקירן.

(און פון די אלע וואס "פארשטייען" פארוואס מ'טאר נישט אנאנסירן וועיפינג פראדוקטן, וויל איך הערן צי זיי האבן אויך א פראבלעם ווען מ'לייגט א נייעס פון עפל'ס נייע אייפאון... איך בין דירעקט נישט דער עקסטרעמיסט, און כ'האב זיך שוין דא אויפגעריסן מיט א לענגערע אויפרייס תגובה קעגן השומרים... אבער דאס האט מיר געקיצלט)
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1412
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2891

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

אזא קלארקייט. איך שרייב אונטער אויף יעדעס ווארט דיינע @פופציגער. נישט געוויסט איינער האט דא ממש ממש מיין טעיסט. סיי די אידישע חלק און די גוי'אישע. ממש אזוי. טענקס.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3353
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8631

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

איך זעה אז די מאמענט האט דעם יו"ט גענומען א פרישע געדאנק פון נישט ארויפלייגן די נעמען פון די שרייבער אויפן דעקל. איך בין נייגעריג וואס דערוילעם האלט ווען דעם. מיר פערזענליך האט עס געשטערט.

אויף דערווייל עמיר דא פרובירן צו מאכן סדר און אראפלייגן א שטיקל ליסטע ווער סהאט געשריבן וואס.
ווער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2024 11:42 am
Moment Magazine 510-B Cover (1).jpg
Moment Magazine 510-B Cover (1).jpg (395.91 KiB) געזען געווארן 322 מאל
Moment Magazine 510-A Cover.jpg
Moment Magazine 510-A Cover.jpg (492.05 KiB) געזען געווארן 322 מאל
"אברהם רחימא" איז מיינעך @ארי ווייזער . אויף די בילדער פונעם אינטערוויו זעט מען ארי צוזאמען מיט מענדי אונגאר.

"פארכאפט!" איז @הערשל הירש. פאר מיר א פערזענליכע פרייד אים צוריקצוזען.

"וקול החיים" איז @געציל בערקאוויטש. אן אור אינעם עולם המאגאזינען וואס לאזט זיך נישט צופיל הערן.

"אונטערן פיאנער" האבעך נאכנישט אויפגעמישט. אויב איינער ווייסט זאל ער זיך אנרופן.

"בית בידערמאן להבה" איז שמעון שלמה זילבער (אפשר הר"ר? כ'דענק שויניש...) א סורפרייז לכבוד יו"ט!

"ניגון חיליק" איז הרב אליעזר ראזען. א יו"ט אויסגאבע אן אים איז וואו א... כווייס נישט... ווי א יו"ט אויסגאבע אן א אליעזר ראזען ארטיקל!...

"ארי'ס טאג" איז רפאל מאנדל. א נאמען וואס איך הער צום ערשטן מאל, בפשטות א פרישער. מיר שיקן אים סוקסעס ווינטשן.

"כל התחלות קשות פראיעקט" איז פנחס לייפער. ער האט נאך אן ארטיקל וואס שטייט יא זיין נאמען אויפן דעקל.

"מיין בילד" איז געשריבן דורך צוויי שרייבער. פארגעסן די נעמען. (דאכצעך אליהו יואל איז דארט)

קומטס אריין מיט ענקערע קאמענטארן.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3353
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8631

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

איין זאך וואס כ'האב שוין געליינט און איך האב א שטיקל הערה דערויף. ביי די בילדער פארמעסט פראיעקט שטייט ביי יעדע נאמען וויפיל יאר די פאטאגרעפירער איז. א רובא דמינכרא זענען אונטער 20 און עטליכע זענען גאר יונגע בחורים.

צי מ'זאל ארייננעמען בחורים אין אזא פארמעסט איז איין זאך, אבער די שפראך וואס ווערט דארט גערעדט איז בערך: "פשיהא! אין אזא יונגע עלטער און שוין אזויפיל טאלאנט! אז דו וועסט זיך אריינלייגן דערין וכו'". נישט פונקטליך אבער אזא סטיל.

סאררי, אבער ס'האט מיר שארף אויפגערעגט. גענוג וואס פילצאליגע בחורים דמיונען פון ווערן מוזיקאנטן און זינגערס און שווענדן טעג און נעכט אויף דעם, ווילסטו יעצט אריינברענגען א רייץ אין זיי אויף דעם אויך? א בחור זאל פילן אז "ער האט א צוקונפט" אין פאטאגראפיע? איי דאונט געט איט.

דזשאסט צו קלאר מאכן. איך פארשטיי הונדערט פראצענט ווען מ'איז אמאל יא מחזק א בחורל זאל זיך אריינלייגן אין ארויסברענגען זיינע טאלאנטן. אבער דאס אפיציעל שרייבן אין א מאגאזין איז א פארברעך לדעתי הקלושה.

שוין זיך גענונג גערעגט. גיימיר אנשטעלן די שבת זייגער.
חשמונאי
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 7:47 am
Location: א"ינ - בני ברק
x 6

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך חשמונאי »

פאר דעם וואס האט געשטערט דער שמועס מיט אייזיק דאסקאל'ן פאר צוויי וואכן צוריק האט באקומען א טאפלטער באלוין מיט אברהם ווידער'ס שמועס אין די יו"ט אויסגאבע....
חשמונאי
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 7:47 am
Location: א"ינ - בני ברק
x 6

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך חשמונאי »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 2:48 pm איין זאך וואס כ'האב שוין געליינט און איך האב א שטיקל הערה דערויף. ביי די בילדער פארמעסט פראיעקט שטייט ביי יעדע נאמען וויפיל יאר די פאטאגרעפירער איז. א רובא דמינכרא זענען אונטער 20 און עטליכע זענען גאר יונגע בחורים.

צי מ'זאל ארייננעמען בחורים אין אזא פארמעסט איז איין זאך, אבער די שפראך וואס ווערט דארט גערעדט איז בערך: "פשיהא! אין אזא יונגע עלטער און שוין אזויפיל טאלאנט! אז דו וועסט זיך אריינלייגן דערין וכו'". נישט פונקטליך אבער אזא סטיל.

סאררי, אבער ס'האט מיר שארף אויפגערעגט. גענוג וואס פילצאליגע בחורים דמיונען פון ווערן מוזיקאנטן און זינגערס און שווענדן טעג און נעכט אויף דעם, ווילסטו יעצט אריינברענגען א רייץ אין זיי אויף דעם אויך? א בחור זאל פילן אז "ער האט א צוקונפט" אין פאטאגראפיע? איי דאונט געט איט.

דזשאסט צו קלאר מאכן. איך פארשטיי הונדערט פראצענט ווען מ'איז אמאל יא מחזק א בחורל זאל זיך אריינלייגן אין ארויסברענגען זיינע טאלאנטן. אבער דאס אפיציעל שרייבן אין א מאגאזין איז א פארברעך לדעתי הקלושה.

שוין זיך גענונג גערעגט. גיימיר אנשטעלן די שבת זייגער.
איך מיין אז זאגן פאר א בחור "אויס פעטענטשלס צו ווערן א פאטאגראפירער" איז אזויווי מ'זאגט פאר א בחור וואס שטייט ביים מייק "איך מיין זאלסט זיך מער אריינלייגן אין קאכן"....
איך מיין צו זאגן, אז א מוזיקאנט אדער א זינדער וכדו' איז אן ע"ז היינטיגע צייטן און יעדער צווייטער בחור'ל חלומ'ט פון דעם אבער איך מיין א פאטאגרעפירער איז גארנישט קיין ארויפגעקוקטע זאך אז מען זאל עס נישט טארן זאגן פאר א בחור.
שוין זיך גענוג פארענטפערט. גייען מיר קויפן ד' מינים....
חשמונאי
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 7:47 am
Location: א"ינ - בני ברק
x 6

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך חשמונאי »

סתם למען האמת פאר ווער עס מיינט איך בין ניי דא (און מיך אנקוקן ווי אן אורח); איך בין נישט אזוי ניי, איך האב נאר געטוישט נאמען.
כמוז דיר זאגן
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 1:46 pm
Location: חצות מנין
x 1

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך כמוז דיר זאגן »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 2:48 pm איין זאך וואס כ'האב שוין געליינט און איך האב א שטיקל הערה דערויף. ביי די בילדער פארמעסט פראיעקט שטייט ביי יעדע נאמען וויפיל יאר די פאטאגרעפירער איז. א רובא דמינכרא זענען אונטער 20 און עטליכע זענען גאר יונגע בחורים.

צי מ'זאל ארייננעמען בחורים אין אזא פארמעסט איז איין זאך, אבער די שפראך וואס ווערט דארט גערעדט איז בערך: "פשיהא! אין אזא יונגע עלטער און שוין אזויפיל טאלאנט! אז דו וועסט זיך אריינלייגן דערין וכו'". נישט פונקטליך אבער אזא סטיל.

סאררי, אבער ס'האט מיר שארף אויפגערעגט. גענוג וואס פילצאליגע בחורים דמיונען פון ווערן מוזיקאנטן און זינגערס און שווענדן טעג און נעכט אויף דעם, ווילסטו יעצט אריינברענגען א רייץ אין זיי אויף דעם אויך? א בחור זאל פילן אז "ער האט א צוקונפט" אין פאטאגראפיע? איי דאונט געט איט.

דזשאסט צו קלאר מאכן. איך פארשטיי הונדערט פראצענט ווען מ'איז אמאל יא מחזק א בחורל זאל זיך אריינלייגן אין ארויסברענגען זיינע טאלאנטן. אבער דאס אפיציעל שרייבן אין א מאגאזין איז א פארברעך לדעתי הקלושה.

שוין זיך גענונג גערעגט. גיימיר אנשטעלן די שבת זייגער.
אז מ'קען מאכן פרנסה פארוואס נישט
איך האב עס געלייענט סאיז זייער שיין
שרייב פאוסט