מיר קיקן שטארק ארויסדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 14, 2024 2:57 pm
איך וועל אפשר באלד שרייבן מער באריכות פונעם באזוך.
אויף אלע סייטס ווערן דיסקאסט דיינע ווערטער
מיר קיקן שטארק ארויסדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 14, 2024 2:57 pm
איך וועל אפשר באלד שרייבן מער באריכות פונעם באזוך.
C/Pגראסערי האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 14, 2024 3:56 pmמיר קיקן שטארק ארויסדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 14, 2024 2:57 pm
איך וועל אפשר באלד שרייבן מער באריכות פונעם באזוך.
אויף אלע סייטס ווערן דיסקאסט דיינע ווערטער
ווער זאל אזאנס שרייבן? איינער וואס זיין קהילה האט אים נאך אינדארסירט ווען ער האט געהאלפן יונייטעד מאנרא אדער איינער וואס זיין קהילה אינדארסירט אים יעצט?האקט א טאג האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 14, 2024 5:15 pm C/P
א הערליכע לופטיגע תגובה
פארוואס איז סקופיס דער וואס האט נישט געוואלט ארויפברענגען די חינוך ביל צו שטימען דערויף, ביז נאך די וואלן.....
פארוואס ספאנסערט ער די פראפ' 1 וואס גייט אוועקנעמען נאך רעכטן פון די עלטערן אין עס גיבן פאר די רעגירונג?
וואס זאל איך טוהן אז איך מאך נישט קיין געלט פון קיין איין קאנדידאט אין איך וויל אליין נוצן מיין קאפ
דער חילוק אין שפראך צווישן דא און "יענע וועלט" איז אויסטערלישהאקט א טאג האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 14, 2024 5:15 pmC/Pגראסערי האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 14, 2024 3:56 pmמיר קיקן שטארק ארויסדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 14, 2024 2:57 pm
איך וועל אפשר באלד שרייבן מער באריכות פונעם באזוך.
אויף אלע סייטס ווערן דיסקאסט דיינע ווערטער
א הערליכע לופטיגע תגובה
פארוואס איז סקופיס דער וואס האט נישט געוואלט ארויפברענגען די חינוך ביל צו שטימען דערויף, ביז נאך די וואלן.....
פארוואס ספאנסערט ער די פראפ' 1 וואס גייט אוועקנעמען נאך רעכטן פון די עלטערן אין עס גיבן פאר די רעגירונג?
וואס זאל איך טוהן אז איך מאך נישט קיין געלט פון קיין איין קאנדידאט אין איך וויל אליין נוצן מיין קאפ
צום באפעל...
וואס? ווען? וואו?האקט א טאג האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 14, 2024 5:15 pm פארוואס איז סקופיס דער וואס האט נישט געוואלט ארויפברענגען די חינוך ביל צו שטימען דערויף, ביז נאך די וואלן.....
וואט? פראפאזעל 1 האט גארנישט מיט עדיוקעישן אדער מיט עלטערן. להד"ם.האקט א טאג האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 14, 2024 5:15 pm פארוואס ספאנסערט ער די פראפ' 1 וואס גייט אוועקנעמען נאך רעכטן פון די עלטערן אין עס גיבן פאר די רעגירונג?
צופעליג, אויב וואוינט ער אין קרית יואל, האט ער שיון געמאכט אסאאאאך געלט פון סקופיס...האקט א טאג האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 14, 2024 5:15 pm וואס זאל איך טוהן אז איך מאך נישט קיין געלט פון קיין איין קאנדידאט אין איך וויל אליין נוצן מיין קאפ
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 14, 2024 1:07 pm אין ווייטערדיגע מאסיווע השתדלות-מיטינגען פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אויסצונוצן די קומענדיגע וואלן אלס ערנסטע פאר'ן קאמף קעגן די גזירת החינוך, און אויך פאר דירות פאר'ן ציבור, איז אין די לעצטע מינוטן אנגעקומען אויף א באשטימטע וויזיט דער סטעיט סענאטאר פון די געגנט, דזשעימס סקופיס, וועלכע לויפט פאר ווידערוויילונג.
סקופיס איז שוין במשך די לעצטע יאר צייט געווען זייער אקטיוו אין די נושא, זינט ער האט ביי זיין פריערדיגע ערוויילונג ערהאלטן א ערשטמאליגע אינדארסירונג פון קרית יואל נאכ'ן זיך פארפליכטן פאר'ן רבי'ן שליט"א אז ער וועט זיך צושטעלן צו אלעם וואס מען דארף פון אים. דער רבי האט אים דעמאלס געזאגט איין זאך: "אלעס וואס דער אסעמבלימאן שמחה אייכנשטיין וועט אויפברענגען אין אסעמבלי, זאלסטו אלס סענאטאר דורכשטיפן אין סטעיט סענאט". סקופיס האט דאס אויסגעפירט מיט א שמוץ אריבער, אזש ער האט סוף פון די לעצטע סעסיע געגעבן א אפענע רעדע אינעם סענאט לטובת די חרדישע חינוך, ווען עס האט זיך געקאכט איבער א פלאן וואס האט זיך דערווייל אנגעשטויסן אין אנדערע פראבלעמען.
צו קענען דורכפירן א טויש אינעם סטעיט געזעץ דארף מען האבן 3 פליגלען. די עקזעקיוטיוו ברענטש וואס איז די גאווערנאר, די סענאט, און די אסעמבלי. אינעם סענאט האט זיך סקופיס אפן ארויסגעשטעלט צו זיין דער "טשאמפיאן" פאר א חינוך ביל, בעת וואס אין אסעמבלי איז דער טשעמפיאן דער היימישער הר"ר שמחה אייכנשטיין. סקופיס קעמפט דארט מיט עטליכע שטארקע שונאי הדת וועמען ער דארף איבערקומען, אריינגערעכנט דער טשעירמאן פון די עדיוקעישן קאמיטע, און אצינד וויל דער רבי הערן א פלאן אויף ווייטער.
ביים לעצטן סענאט סעסיע איז שוין געווען א פלאן אויפ'ן טיש, וואס האט נישט געקענט צושטאנד קומען צוליב אנדערע שטערונגען, ווי דער שטייגער איז. אצינד ארבעט דער רבי צו אויסנוצן דעם יעצטיגן מצב צו בעז"ה צוברעכן אלע שטיינער אין וועג, און סקופיס וועט האפנטליך קענען נאכאמאל זיין דער גוטער שליח צו פארטרעטן די קאאליציע פון חרדישע מוסדות און עסקנים וועלכע ארבעטן העפטיג צו דורכברעכן א לעגיסלאטיווער לעזונג צום ביטערן גזירה, א מהלך וואס מען וועט עפ"י עצתו ופקודתו פונעם רבי'ן אי"ה פרובירן איינמאל און נאכאמאל ביז מען וועט האפנטליך מצליח זיין, מיט אסאך תפילות ישראל.
סקופיס'ס ארבעטן העפטיג פאר אונזער חינוך און פאר אזויפיל אנדערע געברויכן פאר די וואוקס פון קרית יואל, ווערט באוואונדערט אין די ברייטע גאס און דינט ווי דער גרעסטער איבערצייגונג אויפן כח פונעם קרית יואל'ס שטימען מיט א פאראייניגטע בלאק וואוט לויט די הוראות פון א רבי'ן און עסקני הכלל, זעענדיג ווי איינער וואס איז בעבר געווען פון די וועלכע האבן געפירט א קאמף קעגן קרית יואל אויף מערערע פראנטן, און איז דערפאר יענע יארן נאר אינדאסירט געווארן דורך די קלענערע אנטי-גרופעס פון די שטאט, טאקע ער איז זאגאר געווארן איבערגעדרייט צו דער גרעסטער קעמפער לטובת די שטאט, און שוין פאקטיש דעליווערט מיליאנען דאלארן אין יחידישע און ציבורישע הילף פאר תושבי קרית יואל, און עס איז אנגעקומען אזוי ווייט אז ער איז שוין דער קעמפער אינעם סענאט פאר אונזער חינוך אפענערהייט, והרבה יותר וגו' כתוב כאן.
באזונדער גייט אן די השתדלות אז סקופיס זאל העלפן צושטאנד ברענגען די מאסיווע "בעיקערטאון טרעפיק פלאן" בעיקר מיט'ן עפענען א נייעם ראוד פונעם סטעיט פאליס ראוד צו דעעש ראוד. דער מאסיווער אונטערנעמונג דארף זיך שוין פאקטיש אנהייבן האפנטליך ממש אין די נאנטע חדשים, אבער ס'איז אנגעוויזן אין מיליאנען דאלארן פון די סטעיט וויבאלד מען ארבעט ווי אלעמאל אז די ווילעדזש שטייערן זאלן בלייבן היסטאריש נידריג און די גרויסע פראיעקטן זאלן באצאלט ווערן פון גרענטס אנשטאט פונעם ציבור'ס טאש. דאס צו צושטאנד ברענגען קאסט שווערע כוחות און השתדלות וואס איז אלעמאל אנגעוויזן אויף גרויס סיעתא דשמיא, און אצינד ווערט אויסגעארבעט אז סענאטאר סקופיס זאל זיך פארפליכטן פאר'ן רבי'ן צו ברענגען דעם גרענט פאר תושבי קרית יואל.
אינעם זעלבן באזוך קומט אויך אן דער "אסעמבלימאן" פון אונזער געגנט, קריס עיקוס, וואס ארבעט גאר העפטיג אינעם אסעמבלי סיי פאר'ן חינוך און סיי פאר די אנדערע צרכי העיר וצרכי הכלל, קומענדיג יעצט דא צום רבי'ן שליט"א אינאיינעם מיט'ן היימישן עסקן אסעמלימאן הר"ר שמחה אייכנשטיין.
עיקוס איז איינער וואס איז געווארן אריינגעברענגט צום אסעמבלי ביי די לעצטע וואלן נאר אדאנק קרית יואל, געווינענדיג מיט א נישטיגע 8 שטימען צו זיין קעגנער! אזוי אז ער האט אן אויסטערלישער הכרת הטוב צו די שטאט און ארבעט אין אלבאני פאר יעדע זאך וואס איז לטובתינו, מיט א נאנטע מיטארבעט.
אזוי ארום איז בע"ה דא די ריכטיגע פארטרעטער אין גאנץ אלבאני פאר די טובה פון קרית יואל, סיי אינעם סענאט און סיי אינעם אסעמבלי, וואס די ביידע, סקופיס אין עיקוס, ארבעטן אויך זייער העפטיג אויף קאלעגע סענאטארן און אסעמבלילייט צו פארשטיין אונזערע געברויכן און שטיצן אונזערע אינטערעסן ביים אפשטימען אויף בילס אד"ג.
ווי געזאגט האט זיך דער באשטימטער באזוך יעצט אנגעהויבן, און איך וועל אי"ה ברענגען באריכט דערנאך, כפי שידי מגעת.
Wow פארוואס פארשפרייט מען דאס נאר דא עס דארף גיין אין אלע צייטונגען און טעלעפאן ליניעסדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 14, 2024 8:42 pmדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 14, 2024 1:07 pm אין ווייטערדיגע מאסיווע השתדלות-מיטינגען פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אויסצונוצן די קומענדיגע וואלן אלס ערנסטע פאר'ן קאמף קעגן די גזירת החינוך, און אויך פאר דירות פאר'ן ציבור, איז אין די לעצטע מינוטן אנגעקומען אויף א באשטימטע וויזיט דער סטעיט סענאטאר פון די געגנט, דזשעימס סקופיס, וועלכע לויפט פאר ווידערוויילונג.
סקופיס איז שוין במשך די לעצטע יאר צייט געווען זייער אקטיוו אין די נושא, זינט ער האט ביי זיין פריערדיגע ערוויילונג ערהאלטן א ערשטמאליגע אינדארסירונג פון קרית יואל נאכ'ן זיך פארפליכטן פאר'ן רבי'ן שליט"א אז ער וועט זיך צושטעלן צו אלעם וואס מען דארף פון אים. דער רבי האט אים דעמאלס געזאגט איין זאך: "אלעס וואס דער אסעמבלימאן שמחה אייכנשטיין וועט אויפברענגען אין אסעמבלי, זאלסטו אלס סענאטאר דורכשטיפן אין סטעיט סענאט". סקופיס האט דאס אויסגעפירט מיט א שמוץ אריבער, אזש ער האט סוף פון די לעצטע סעסיע געגעבן א אפענע רעדע אינעם סענאט לטובת די חרדישע חינוך, ווען עס האט זיך געקאכט איבער א פלאן וואס האט זיך דערווייל אנגעשטויסן אין אנדערע פראבלעמען.
צו קענען דורכפירן א טויש אינעם סטעיט געזעץ דארף מען האבן 3 פליגלען. די עקזעקיוטיוו ברענטש וואס איז די גאווערנאר, די סענאט, און די אסעמבלי. אינעם סענאט האט זיך סקופיס אפן ארויסגעשטעלט צו זיין דער "טשאמפיאן" פאר א חינוך ביל, בעת וואס אין אסעמבלי איז דער טשעמפיאן דער היימישער הר"ר שמחה אייכנשטיין. סקופיס קעמפט דארט מיט עטליכע שטארקע שונאי הדת וועמען ער דארף איבערקומען, אריינגערעכנט דער טשעירמאן פון די עדיוקעישן קאמיטע, און אצינד וויל דער רבי הערן א פלאן אויף ווייטער.
ביים לעצטן סענאט סעסיע איז שוין געווען א פלאן אויפ'ן טיש, וואס האט נישט געקענט צושטאנד קומען צוליב אנדערע שטערונגען, ווי דער שטייגער איז. אצינד ארבעט דער רבי צו אויסנוצן דעם יעצטיגן מצב צו בעז"ה צוברעכן אלע שטיינער אין וועג, און סקופיס וועט האפנטליך קענען נאכאמאל זיין דער גוטער שליח צו פארטרעטן די קאאליציע פון חרדישע מוסדות און עסקנים וועלכע ארבעטן העפטיג צו דורכברעכן א לעגיסלאטיווער לעזונג צום ביטערן גזירה, א מהלך וואס מען וועט עפ"י עצתו ופקודתו פונעם רבי'ן אי"ה פרובירן איינמאל און נאכאמאל ביז מען וועט האפנטליך מצליח זיין, מיט אסאך תפילות ישראל.
סקופיס'ס ארבעטן העפטיג פאר אונזער חינוך און פאר אזויפיל אנדערע געברויכן פאר די וואוקס פון קרית יואל, ווערט באוואונדערט אין די ברייטע גאס און דינט ווי דער גרעסטער איבערצייגונג אויפן כח פונעם קרית יואל'ס שטימען מיט א פאראייניגטע בלאק וואוט לויט די הוראות פון א רבי'ן און עסקני הכלל, זעענדיג ווי איינער וואס איז בעבר געווען פון די וועלכע האבן געפירט א קאמף קעגן קרית יואל אויף מערערע פראנטן, און איז דערפאר יענע יארן נאר אינדאסירט געווארן דורך די קלענערע אנטי-גרופעס פון די שטאט, טאקע ער איז זאגאר געווארן איבערגעדרייט צו דער גרעסטער קעמפער לטובת די שטאט, און שוין פאקטיש דעליווערט מיליאנען דאלארן אין יחידישע און ציבורישע הילף פאר תושבי קרית יואל, און עס איז אנגעקומען אזוי ווייט אז ער איז שוין דער קעמפער אינעם סענאט פאר אונזער חינוך אפענערהייט, והרבה יותר וגו' כתוב כאן.
באזונדער גייט אן די השתדלות אז סקופיס זאל העלפן צושטאנד ברענגען די מאסיווע "בעיקערטאון טרעפיק פלאן" בעיקר מיט'ן עפענען א נייעם ראוד פונעם סטעיט פאליס ראוד צו דעעש ראוד. דער מאסיווער אונטערנעמונג דארף זיך שוין פאקטיש אנהייבן האפנטליך ממש אין די נאנטע חדשים, אבער ס'איז אנגעוויזן אין מיליאנען דאלארן פון די סטעיט וויבאלד מען ארבעט ווי אלעמאל אז די ווילעדזש שטייערן זאלן בלייבן היסטאריש נידריג און די גרויסע פראיעקטן זאלן באצאלט ווערן פון גרענטס אנשטאט פונעם ציבור'ס טאש. דאס צו צושטאנד ברענגען קאסט שווערע כוחות און השתדלות וואס איז אלעמאל אנגעוויזן אויף גרויס סיעתא דשמיא, און אצינד ווערט אויסגעארבעט אז סענאטאר סקופיס זאל זיך פארפליכטן פאר'ן רבי'ן צו ברענגען דעם גרענט פאר תושבי קרית יואל.
אינעם זעלבן באזוך קומט אויך אן דער "אסעמבלימאן" פון אונזער געגנט, קריס עיקוס, וואס ארבעט גאר העפטיג אינעם אסעמבלי סיי פאר'ן חינוך און סיי פאר די אנדערע צרכי העיר וצרכי הכלל, קומענדיג יעצט דא צום רבי'ן שליט"א אינאיינעם מיט'ן היימישן עסקן אסעמלימאן הר"ר שמחה אייכנשטיין.
עיקוס איז איינער וואס איז געווארן אריינגעברענגט צום אסעמבלי ביי די לעצטע וואלן נאר אדאנק קרית יואל, געווינענדיג מיט א נישטיגע 8 שטימען צו זיין קעגנער! אזוי אז ער האט אן אויסטערלישער הכרת הטוב צו די שטאט און ארבעט אין אלבאני פאר יעדע זאך וואס איז לטובתינו, מיט א נאנטע מיטארבעט.
אזוי ארום איז בע"ה דא די ריכטיגע פארטרעטער אין גאנץ אלבאני פאר די טובה פון קרית יואל, סיי אינעם סענאט און סיי אינעם אסעמבלי, וואס די ביידע, סקופיס אין עיקוס, ארבעטן אויך זייער העפטיג אויף קאלעגע סענאטארן און אסעמבלילייט צו פארשטיין אונזערע געברויכן און שטיצן אונזערע אינטערעסן ביים אפשטימען אויף בילס אד"ג.
ווי געזאגט האט זיך דער באשטימטער באזוך יעצט אנגעהויבן, און איך וועל אי"ה ברענגען באריכט דערנאך, כפי שידי מגעת.
המשך באריכט פונעם השתדלות מיטינג בבית מרן רבינו שליט"א (מהר"א) מיט סטעיט סענאטאר סקופיס און נאך אקטיווע אלבאני באאמטע און פארטרעטער.
עס זענען געווען אנוועזנד דער סענאטאר סקופיס וואס פארטערט אונזערע געברויכן אין סענאט, אסעמבלימאן קריס עיקוס וואס פארטרעט אונז העפטיג אין אסעמבלי זינט די פארלאפענע געווינס לעצטע יאר [וואס די ביידע, סקופיס און עיקוס, זענען אין די "מעדזשארעטי פארטיי" פון די סטעיט אזוי אז זיי האבן אן אפעקטיווער כח אויפצוטון לטובתינו בס"ד], דער היימישער אסעמבלימאן מו"ה שמחה אייכנשטיין נ"י וועלכע פארטרעט דעם חרדיש'ן ציבור אינעם אסעמבלי, דער ראה"ק וראש העיר פון קרית יואל הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, און דער ווילעדזש אדמיניסטראטאר הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו.
דער רבי שליט"א האט אויפגענומען סקופיס מיט א ברייטן שלום עליכם, נאכ'ן זיין העפטיג בקשר עטליכע חדשים צוריק דורך שלוחים בעת סקופיס האט געארבעט אינעם סענאט פאר עדיוקעישן געזעצן וואס מען האפט צו עררייכן, און אצינד האט מען זיך געטראפן פערזענליך אפגעבן דעם דאנק און זאפארט אויסשמועסן דעם פלאן אויף ווייטער וואס מען וועט טון אינעם קומענדיגן סעסיע, ביז מען וועט האפנטליך זוכה זיין צו א ריכטיגער לעזונג אויף וואס כלל ישראל קוקט אזוי ארויס.
גלייך אין אנהויב האט זיך דער שמועס געצויגן איבערצוגיין וואס עס ליגט אלס אויפן סדר היום אינעם נושא פון חינוך, און דער רבי האט דערביי ווייטער גע'חזר'ט און ערקלערט קלאר אז חינוך איז אונזער גרעסטע אישו, העכער ווי אלעם פון וואס מען גייט נאך דא רעדן.
סקופיס האט דערביי צום ערשטן מאל געשילדערט פאר'ן רבי'ן פערזענליך וויאזוי עס איז פארלאפן די פריערדיגע סעסיע ווען מען האט שוין געהאט דורכגעבראכן ערנסטע מויערן איבער עדיוקעישן, מיט גרויסע שטיינער וואס זענען שוין צופיצלט געווארן, כאטש מען האט נאכנישט געקענט דערלעבן אן ענדגילטיגער לעזונג אויפ'ן פאפיר, און דאס אלעס גיבט גרויסע האפענונג אויף ווייטער אויב וועט זיין סיעתא דשמיא אינעם קומענדיגן סעסיע, צו נוצן אונזערע כוחות אין אלע 3 לעגיסלאטיווע פליגלען, דער גאווערנאר'ס אפיס; דער סטעיט סענאט; און די סטעיט אסעמבלי.
סענאטאר סקופיס וואס איז זאגאר געווארן דער טשעמפיאן פאר א עדיוקעישן ביל אינעם סענאט, האט געשילדערט די השתלשלות אינעם לעצטן סעסיע וויאזוי אין אנהויב האט די גאנצע סענאט לידערשיפ נישט געוואלט לאזן בכלל בארירן די אישו פון עדיוקעישן. סיי די פירער אינעם פארטיי, סיי די עדיוקעישן טשעירמאן, און סיי די אלע איבריגע קאמיטע פירער וועלכע ווערן דא פארמישט, און אפילו די סטעיט לויער האבן געשריגן אז מ'טאר נישט אנרירן די זאך, עס איז געמאכט געווארן זייער גוט מיט יארן צוריק און דארף בלייבן שטיין אן קיין טויש, און מען טאר נישט אפשוואכן די כח פונעם סטעיט עדיוקעישן דעפארמענט, די רידזשענטס. דעמאלס איז מען געשטאנען ביי א פונקט אז אינעם אסעמבלי איז שוין געווען א גרייטקייט צו אויפברענגען טוישונגען, אבער אינעם סענאט איז עס געווען א געשלאסענע טאפיק.
סקופיס האט געשילדערט וויאזוי ער איז געזיצן מיט איין סענאטאר און נאך א סענאטאר, און ער האט צולייגט וויאזוי ער האט באוויזן צו טוישן מיינונגען לטובת אונזערע פלענער, ביז ער איז אנגעקומען צום מעדזשארעטי לידער, און נאר נאכדעם וואס די לידערשיפ האט געזען אז דער מהלך האט שטארקע שטיצע נישט בלויז ביים גאווערנאר און אינעם אסעמבלי נאר אויך דא אינעם סענאט, נאר דעמאלס האבן זיי עס שוין יא געלאזט אויפברענגען, און טראץ וואס געוויסע סענאטארן און קאמיטע מיטגלידער האבן ווייטער פארפירט גאר היציג, האט סקופיס עס אפן פארטיידיקט אויפ'ן הויכהילכער ביי אן אינערליכע "קאמיטי" מיטינג, און געברענגט דערצו אז ער האט געהאט רוב סטעיט סענאטארן מיט זיך, און די העסליכע קעגנער זענען געווארן מאכטלאז.
די אנוועזנדע עסקנים ביים רבי'ן האבן דערביי שטארק קאפלימענטירט דעם סענאטאר אויף זיין ארבעט אין יענע היציגע טעג, זאגנדיג אז מילא די אידישע עסקנים האבן אזעלכע טעג וואס זיי שוויצן בייטאג און זענען אויף ביינאכט, אבער א סענאטאר זאל דאס טון פאר איין ספעציפישע סעקטע וועמען ער פארטרעט איז א אויסנאמליך שטארקע זאך, בפרט ווען ס'איז דא מערערע סטעיט סענאטארן וועלכע פארטרעטן חרדישע אידן, און קיינער האט זיך נישט אזוי ארויסגעשטעלט ווי ער.
דער רבי האט אויסגעשמועסט מיט'ן סענאטאר די פרטים וויאזוי מען האט די לעצטע מינוט באשלאסן אז די צייט איז נאכנישט רייף צו באשטעטיגן אונזער פארשלאג, נאכדעם וואס עס וואלט נישט געקענט זיין א דבר השלם, און דא האט סקופיס געזאגט פאר'ן רבי'ן אז ס'איז אים בכלל נישט געווען גרינג צו זען וויאזוי די אסעמבלי טשאמפיאן פונעם אונטערנעמונג (ר' שמחה אייכנשטיין) לייגט אפ דעם גאנצן פלאן אין די לעצטע מינוטן פונעם סעסיע, א זאך וואס איז געווען א שווערע פיל פאר אים אלס שותף זייענדיג דער טשאמפיאן אינעם סענאט, וויבאלד מ'האט דאך שוין געהאלטן זייער ווייט און ער האט דאס שוין געוואלט זען עררייכט און פארטיג און נישט דארפן אויסשטיין די גאנצע שפיל נאכאמאל אין א קומענדיגע סעסיע, "אבער דא האב איך מיך אויסגעלערנט אז די קאמיוניטי פארלאנגט פון מיר עפעס וואס איז אנדערש ווי די געווענליכע אלבאני רולס. געווענליך ביי אונז ווען מען וויל באקומען א ברויט, סעטלט מען קודם אויף א האלבע ברויט... אבער דא ביי עדיוקעישן וויל מען נאר נעמען א גאנצע ברויט..."
אבער ער האט אויסגעפירט "איך בין געווען דא 4 יאר צוריק, דער רבי האט מיר געזאגט אז עדיוקעישן זאל איך שטופן פאראויס אלעס וואס [ר' שמחה] אייכנשטיין ברענגט אויף, כמו שהוא. אזוי האב איך געטון. עס איז געווען זייער א היציגע סעסיע".
דער רבי שליט"א האט דאן געזאגט זייער רירענד פאר סקופיס "די קאמיונעטי וועט דיר אלעמאל געדענקען! פאר'ן העלפן ראטעווען אונזער חינוך".
*
דערנאך האט מען גערעדט איבער אלע אנדערע פראיעקטן לטובת די איינוואוינער פון קרית יואל.
סקופיס האט דערמאנט די געלט וואס ער האט באשטעטיגט אינעם סענאט צו דעקן א גרויס טייל פון א נייע "מצילי אש פייער טראק" וואס מען האט שוין באנייט; ר' גדלי' סעגעדין האט דערמאנט די 3 סעטס "רויט לייטס" וואס מען גרייט זיך צו לייגן לענגאויס בעיקערטאון רד. וואס סקופיס האט געברענגט א גרענט דאס צו אויסצאלן צו פארלייכטערן די לאקאלע טרעפיק, און צום לעצט די מאסיווע "6 מיליאן דאלאר" וואס סקופיס אינאיינעם מיט'ן אנוועזנדער אסעמבלימאן עיקוס האבן אינאיינעם ארלעדיגט צו דעקן א ריזן טייל פונעם פראיעקט צו איבערבויען גאנץ "פארעסט ראוד"; אויך איז געווארן דערמאנט די הילף וואס ער האט געגעבן מיט שתדלנות ביי די DEC וועגן וועטלענד שטחים; דאס באשטעטיגן די סוער מעין'ס ביי שכונת ויואל משה (די נארטערן אינטעסעפטאר) וואו עס וואוינען שוין נאנט צו 1,000 משפחות נאר אדאנק די הילף וואס ער האט געגעבן; און אזוי ווייטער שטייט ער צו די רעכטע האנט מיט אלעם וואס נאר מעגליך צו העלפן תושבי קרית יואל און באגלייטן די וואוקס פון די שטאט בליעה"ר אן קיין איבריגע קאסטן פאר די שטייער צאלער.
דאן האט מען גערעדט וועגן דעם מאסיוון גראנדיעזער פלאן צו בויען א "דעעש קאנעקטאר ראוד" אלס א נייע אריינגאנג צום שטאט, א גאר ריזיגער אונטערנעמונג וואס נעמט אויך אריין טרעפיק אימפראוומענטס מיט נייע לעינס אין אלע ארומיגע ראודס אויף א ערשמאליג ריזיגער פארנעם.
ווי סקופיס האט דערציילט האט ער שוין געשאפן עטליכע מיליאן דאלאר וואס איז אפראווד צו גיין פאר דעם פראיעקט, און ער האפט צו קענען ברענגען נאך מער בקרוב, אזוי אז די ווילעדזש זאל בכלל נישט דארפן איינקאסירן פון קיין איינוואוינער דאס געלט פאר דעם גרויסן פראיעקט.
די אויפנאמע האט זיך געענדיגט מיט א ווארימער וואונטש פונעם רבי'ן, אבער באגלייט מיט א הייסע בקשה אז די ביז יעצטיגע ארבעט כלפי די חינוך אישו [לייען: די ביטערע גזירה וואס איז שוין א פאקט אויפ'ן פאפיר] מוז נאך פארענדיגט ווערן עד הסוף, ביז דער געפעכט ארום די נושא וועט ענדליך זיין געלעזט, אויף וואס סקופיס און עיקוס האבן ביידע ווידערהאלט אז זיי גייען צוריק אינעם קומענדיגן סעסיע קאמפס גרייט, און מען האפט אז אלע ארומיגע זאכן זאלן טאקע פאלן אין פלאץ אז מ'זאל קענען באווייזן דאס אומגלויבליכע, מיט האפענונג פאר סוקסעס. בסיעתא דשמיא.
*
פון דארט זענען די ראשי ועסקני העיר אריבער אינאיינעם מיט סענאטאר סקופיס צום דעעש ראוד, וואו דער סענאטאר האט געוואלט זען מיט די אויגן די פאקטישע פלענער.
אנקומענדיג קיין קרית יואל האט סקופיס שוין טאקע געהאט געזען מיט די אויגן די העווי טרעפיק וואס דארט טוט זיך יעצט אינעם פארנומענעם ערב יו"ט סעזאן, און דא האט מען אים געוויזן די גענויע פלענער וואו מען האפט צו קענען ערגענצן מיט א שפאגל נייע אריינגאנג צום שטעטל/שטאט גלייך אראפ פונעם סטעיט פאליס ראוד צום דעעש ראוד.
ווי פריער געשריבן האט שוין סקופיס מבשר געווען איבער א סטעיט גרענט וואס ער האט געקענט ברענגען דערפאר, פון עטליכע מיליאן דאלאר. ער האט פארשפראכן צו ברענגען נאך מער, זאגנדיג אז די בעסטע וואלט געווען צו ווארטן אויפן נייעם סעסיע און ער וועט ארבעטן דאס אריינצולייגן אינעם קומענדיגן בודזשעט.
אבער, ר' גדלי' האט אים זייער געבעטן אז מען וויל שוין פאקטיש אנהייבן די ארבעט, און מ'דארף נויטיג האבן דאס געלט וואס פריער כדי נישט צו דארפן בארגן געלט אויפ'ן חשבון פון די אנגעשטרענגטע מולטי-פאמיליע איינוואוינער, און סקופיס האט פארשפראכן דאס צו מאכן געשען וואס פריער, מעגליך נאך פונעם יעצטיגן בודזשעט.
עס איז אלעמענס שטוינונג צו זען וויפיל מען קען בס"ד אויפטון מיט'ן איין איינציגן כח וואס דער רבוש"ע האט אונז געגעבן, דער "קרית יואל בלאק וואוט", וואס יחעדער בר דעת פארשטייט וויפיל פון די דערמאנטע און אלע אנדערע רעגינרונג טובות עס וואלטן בכלל געקענט צושטאנד קומען ווען יעדער וואלט געשטימט אליינס אזוי ווי ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג, וואו אזעלכע אישוס ווערן קיינמאל נישט דעליווערט פאר איין געוויסע שטאט אדער געמיינדע, ניטאמאל עפעס נאנט צו דעם.
ברוך שנתן לנו כח הרוחני, וואס דאס גיבט אונז דעם עקזיסטענץ אין גלות, כן יעזור ה' להלאה.
אזא זאך דארף מען צו קענען זען אין די טרענסקריפטס פון די מיטינגען אין אלבאני. נישט?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 14, 2024 8:42 pm סקופיס האט דערביי צום ערשטן מאל געשילדערט פאר'ן רבי'ן פערזענליך וויאזוי עס איז פארלאפן די פריערדיגע סעסיע ווען מען האט שוין געהאט דורכגעבראכן ערנסטע מויערן איבער עדיוקעישן, מיט גרויסע שטיינער וואס זענען שוין צופיצלט געווארן, כאטש מען האט נאכנישט געקענט דערלעבן אן ענדגילטיגער לעזונג אויפ'ן פאפיר, און דאס אלעס גיבט גרויסע האפענונג אויף ווייטער אויב וועט זיין סיעתא דשמיא אינעם קומענדיגן סעסיע, צו נוצן אונזערע כוחות אין אלע 3 לעגיסלאטיווע פליגלען, דער גאווערנאר'ס אפיס; דער סטעיט סענאט; און די סטעיט אסעמבלי.
סענאטאר סקופיס וואס איז זאגאר געווארן דער טשעמפיאן פאר א עדיוקעישן ביל אינעם סענאט, האט געשילדערט די השתלשלות אינעם לעצטן סעסיע וויאזוי אין אנהויב האט די גאנצע סענאט לידערשיפ נישט געוואלט לאזן בכלל בארירן די אישו פון עדיוקעישן. סיי די פירער אינעם פארטיי, סיי די עדיוקעישן טשעירמאן, און סיי די אלע איבריגע קאמיטע פירער וועלכע ווערן דא פארמישט, און אפילו די סטעיט לויער האבן געשריגן אז מ'טאר נישט אנרירן די זאך, עס איז געמאכט געווארן זייער גוט מיט יארן צוריק און דארף בלייבן שטיין אן קיין טויש, און מען טאר נישט אפשוואכן די כח פונעם סטעיט עדיוקעישן דעפארמענט, די רידזשענטס. דעמאלס איז מען געשטאנען ביי א פונקט אז אינעם אסעמבלי איז שוין געווען א גרייטקייט צו אויפברענגען טוישונגען, אבער אינעם סענאט איז עס געווען א געשלאסענע טאפיק.
סקופיס האט געשילדערט וויאזוי ער איז געזיצן מיט איין סענאטאר און נאך א סענאטאר, און ער האט צולייגט וויאזוי ער האט באוויזן צו טוישן מיינונגען לטובת אונזערע פלענער, ביז ער איז אנגעקומען צום מעדזשארעטי לידער, און נאר נאכדעם וואס די לידערשיפ האט געזען אז דער מהלך האט שטארקע שטיצע נישט בלויז ביים גאווערנאר און אינעם אסעמבלי נאר אויך דא אינעם סענאט, נאר דעמאלס האבן זיי עס שוין יא געלאזט אויפברענגען, און טראץ וואס געוויסע סענאטארן און קאמיטע מיטגלידער האבן ווייטער פארפירט גאר היציג, האט סקופיס עס אפן פארטיידיקט אויפ'ן הויכהילכער ביי אן אינערליכע "קאמיטי" מיטינג, און געברענגט דערצו אז ער האט געהאט רוב סטעיט סענאטארן מיט זיך, און די העסליכע קעגנער זענען געווארן מאכטלאז.
די אנוועזנדע עסקנים ביים רבי'ן האבן דערביי שטארק קאפלימענטירט דעם סענאטאר אויף זיין ארבעט אין יענע היציגע טעג, זאגנדיג אז מילא די אידישע עסקנים האבן אזעלכע טעג וואס זיי שוויצן בייטאג און זענען אויף ביינאכט, אבער א סענאטאר זאל דאס טון פאר איין ספעציפישע סעקטע וועמען ער פארטרעט איז א אויסנאמליך שטארקע זאך, בפרט ווען ס'איז דא מערערע סטעיט סענאטארן וועלכע פארטרעטן חרדישע אידן, און קיינער האט זיך נישט אזוי ארויסגעשטעלט ווי ער.
דער רבי האט אויסגעשמועסט מיט'ן סענאטאר די פרטים וויאזוי מען האט די לעצטע מינוט באשלאסן אז די צייט איז נאכנישט רייף צו באשטעטיגן אונזער פארשלאג, נאכדעם וואס עס וואלט נישט געקענט זיין א דבר השלם, און דא האט סקופיס געזאגט פאר'ן רבי'ן אז ס'איז אים בכלל נישט געווען גרינג צו זען וויאזוי די אסעמבלי טשאמפיאן פונעם אונטערנעמונג (ר' שמחה אייכנשטיין) לייגט אפ דעם גאנצן פלאן אין די לעצטע מינוטן פונעם סעסיע, א זאך וואס איז געווען א שווערע פיל פאר אים אלס שותף זייענדיג דער טשאמפיאן אינעם סענאט, וויבאלד מ'האט דאך שוין געהאלטן זייער ווייט און ער האט דאס שוין געוואלט זען עררייכט און פארטיג און נישט דארפן אויסשטיין די גאנצע שפיל נאכאמאל אין א קומענדיגע סעסיע, "אבער דא האב איך מיך אויסגעלערנט אז די קאמיוניטי פארלאנגט פון מיר עפעס וואס איז אנדערש ווי די געווענליכע אלבאני רולס. געווענליך ביי אונז ווען מען וויל באקומען א ברויט, סעטלט מען קודם אויף א האלבע ברויט... אבער דא ביי עדיוקעישן וויל מען נאר נעמען א גאנצע ברויט..."
אבער ער האט אויסגעפירט "איך בין געווען דא 4 יאר צוריק, דער רבי האט מיר געזאגט אז עדיוקעישן זאל איך שטופן פאראויס אלעס וואס [ר' שמחה] אייכנשטיין ברענגט אויף, כמו שהוא. אזוי האב איך געטון. עס איז געווען זייער א היציגע סעסיע".
דער רבי שליט"א האט דאן געזאגט זייער רירענד פאר סקופיס "די קאמיונעטי וועט דיר אלעמאל געדענקען! פאר'ן העלפן ראטעווען אונזער חינוך".
איך האב עס מיטגעהאלטן בשעתו, און אויב דענק איך גוט האב איך דא באריכטעט חלקים, כמובן רוב פון יענע געשעעניש האט נישט געטארט ארויסגיין, אזוי ווי יעצט איז אויך געוויסע זאכן בעסער אז מען רעדט נישט דערפון. (א שטייגער ווי די בילדער פון סקופיס ביין רבי'ן... וואס מען האט מיר געבעטן נישט צו פאוסטן, פאר די תועלת פון זיין ארבעט פאר'ן חינוך פלאן, ואכמ"ל).האקט א טאג האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 15, 2024 11:18 am אזא זאך דארף מען צו קענען זען אין די טרענסקריפטס פון די מיטינגען אין אלבאני. נישט?
אויב יא פארוואס קען מען דאס נישט זען לייוו???
כ'וויל נישט זיין שארף, וועל איך נישט רעדן וועגן דעם האולל פראפאגאנדירער אויף סאשעל מידיע וועמען איך קען פערזענליך, נאר זאגן 'נעבעך'. און ווער עס ווייסט וכו'.נאו לעיבל האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 15, 2024 11:37 am די האול סאושעל מידיא עקאונט האט דעס יעצט ארויסגעשיקט
@דער תהלים איד
We reached out to people close to county executive and they confirmed that this is true. Because skoufis didn't deliver and is not working with anyone so we should decide if you want a other housing crisis or we want affordable housing
לאמיר איינמאל פאר אלעמאל ארויס ווארפען דעי אנטיסעמיט סקופיס!!
וועלכע מעשה?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 15, 2024 12:12 pmאיך האב יעצט געקאלט ר' עקיבא הערש קליין פערזנעליך צוו מברר זיין, ער זאגט אז די מעשה האט פשוט קיינמאל נישט פאסירט.נאו לעיבל האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 15, 2024 11:37 am די האול סאושעל מידיא עקאונט האט דעס יעצט ארויסגעשיקט
@דער תהלים איד
We reached out to people close to county executive and they confirmed that this is true. Because skoufis didn't deliver and is not working with anyone so we should decide if you want a other housing crisis or we want affordable housing
לאמיר איינמאל פאר אלעמאל ארויס ווארפען דעי אנטיסעמיט סקופיס!!
שכח.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 15, 2024 12:12 pmכ'וויל נישט זיין שארף, וועל איך נישט רעדן וועגן דעם האולל פראפאגאנדירער אויף סאשעל מידיע וועמען איך קען פערזענליך, נאר זאגן 'נעבעך'. און ווער עס ווייסט וכו'.נאו לעיבל האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 15, 2024 11:37 am די האול סאושעל מידיא עקאונט האט דעס יעצט ארויסגעשיקט
@דער תהלים איד
We reached out to people close to county executive and they confirmed that this is true. Because skoufis didn't deliver and is not working with anyone so we should decide if you want a other housing crisis or we want affordable housing
לאמיר איינמאל פאר אלעמאל ארויס ווארפען דעי אנטיסעמיט סקופיס!!
איך האב יעצט געקאלט ר' עקיבא הערש קליין פערזנעליך צוו מברר זיין, ער זאגט אז די מעשה האט פשוט קיינמאל נישט פאסירט.
דער פאוסט דא איז הוילע דמיונות, לא היו דברים מעולם. סטיוו ניהאוז דארף ארלעדיגן סוער מיט סקופיס אדער אן סקופיס, ער האט פרעשור דערויף נישט בלויז פון קרית יואל, און די סקופיס/האולל אישו איז פאר אים זייער ווייניג נוגע.
אזויפיל קען מען יא זאגן, אז ווען האולל זאל ווען געווינען ח"ו וואלט טאקע געווען ערנסטע סוער אישוס!
עה, וואס "וואלט געווען"... ס'איז דא! ר' חיים נחום ווערצבערגער ווארט שוין חדשים לאנג צוליב האול'ס צרות. די וואס ווילן איר פארטיידיקן זענען לכאורה נישט ווערד איך זאל זיך באציען צו זיי צו פיל...
נאך א הערה, פאריגע מאל ביי די היציגע זעלדין פארמעסט איז ר' גדלי' סעגדין ארויסגעקומען צום ערשטן מאל מיט א אינטעוויאו וואס איז געווען זייער שיין בטוב טעם ודעת,שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 15, 2024 1:09 pm בכלליות לגבי די בלאק וואווט וואס מען ברענגט כסדר ארויס איז טאקע זייער שיין אבער ווייט ווייט פון וואס ס'איז דא
מען דארף טועהן עפעס מער פון בלויז באקלעבן דעם ביהמ''ד מיט צעטעלך און פארפירן אז די עתיד פון ק''י איז אויפן וואגשאל כאטש ס'איז טאקע אזוי
א געדאנק וואלט געווען אריינצומישן די קינדער אזווי די מוסדות'ן טועהן ביי די דינער'ס דהיינו מען זאל טיילן טיקעטס פאר יעדער וואס קומט וואס די קינדער גייען עפעס באקומען וכדו'
אין וואכענשריפט שטייט ר' שמואל שלמה קויפמאן און ר' פנחס נחמן גלויבערדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 15, 2024 4:25 pm אין א גוטע נייעס האט ר' חיים נחום ווערצבערגער נעכטן דערגרייכט א דיעל מיט טאוני קארדאון, צו צאלן (עקסטארשן) פון א האלב מיליאן דאלאר און די טאון זאל ענדליך פריי לאזן די פארעסט ראוד סוער ליין וואס ר' חיים נחום דארף עפענען און די טאון האט עס אפגעהאלטן על לא דבר.
נאכדעם וואס די קרית יואל ווילעדזש האט שוין געהאט אויפגעוויזן אז די ראוד געהערט פאר די DOT און נישט פאר'ן טאון, האבן אבער קארדאון און האולל באוויזן ווייטער צו שלעפן די פראצעדור דורכן' פאדערן פון די סטעיט DOT אז אלס שכן בעטן זיי מ'זאל נישט געבן די רשות פאר די פייפס אינפראסטרוקטור און ראוד פארבעסערונגען אויף פארעסט ראוד, אזוי אז ס'איז געבליבן פארנעפלט אויב די סטעיט וועט זיך רעכענען מיט די טאון אדער נישט.
עטליכע וואכן צוריק האט א היימישער עסקן מאנשי שלומינו, א פארעסט איינוואוינער וואס איז אונטער די טאון גרעניצן, אויפגעסעט א מיטינג צווישן קארדאון און ר' חיים נחום, אויף די אנווייזונגען פון די ווילעדזש. ביים מיטינג האט ער געשטעלט פראגן און אויפגעפאדערט איבער די הימל שרייענדע עולה פון נישט לאזן ערגענצן דעם פראיעקט, זאגנדיג אז אים גייט נישט אן אלע אנדערע אישוס וואס די טאון גייט קעגן קרית יואל, די טאון קען ווייטער בלאקן די ווילעדזש באסעס, ווייטער בלאקן רוזשין ראוד, ווייטער בלאקן קארלסבורג, ווייטער בלאקן די זאלץ פאר שניי, אבער די איין זאך שטערט למעשה אויך די טאון אינוואוינער אז פארעסט ראוד קען נישט ווערן פארענדיגט נארמאל וועגן דעם נארישן געשלעג.
נאך יענע מיטינג, איז קארדאון געקומען מיט א פארשלאג, אז אויב ר' חיים נחום צאלט פאר'ן טאון 6 מיליאן דאלאר, גיט ער זיין רשות פאר די DOT, אזוי אז די פערמיט ווערט פריי פון זיין זייט.
אבער יענע האבן געעפנט אויגן... 6 מיליאן דאלאר?!... פאר? ער האט דיר עפעס אוועקגענומען? ס"ה גייט ער דיר בעסער מאכן דיין טרעפיק אויך! דיין ראוד אויך! די 6 מיליאן איז אן עכטע "עקסטארשן" על לא עול בכפו.
אזוי איז געוען פארהאנדלונגען במשך די לעצטע פאר וואכן, ביז קארדאון האט איינגעזען אז עס לוינט אים אביסל אראפצוקומען מיט דיין איין טאפיק וואס איז ארויס פון אלע גבולים און האט נישט קיין שום תירוץ שבעולם, און ער האט גענידערט די עקסטארשן געלט צו איין האלבע מיליאן, אויף וואס ר' חיים נהחום האט אודאי מסכים געווען בלית ברירה, ס'איז לכאורה ביליגער ווי גיין יעצט אין קאורט אויפווייזן די גניבה.
למעשה איז ערווארטעט אז בעז"ה וועט די DOT בקרוב קענען ארויסגעבן דעם פערמיט, און די אינפראסטרוקטור און ראוד ארבעט אויף פארעסט ראוד וועט קענען פארענדיגט ווערן נאך לאנגע חדשים פון בלאקעזשעס, ב"ה.
ווער איז די עסקן? אויב מען מעג זאגןדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 15, 2024 4:37 pmוואס נאך שטייט דארט?...
ביים מיטינג זענען די מענטשן זיכער נישט געווען.
הייסט די וואכענשריפט האט פשוט אויפגעבאקען נעמען?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 15, 2024 4:40 pm @שבת קודש ר' ברוך ליפא לעווי, ער וואוינט דארט נאנט.