א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1598
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1725

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך שבת קודש »

חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:50 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:48 pm
חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:04 pm וואס איז זיכער איז זיכער אז די מדינה איז א מרידה בה' ובתורתו, ומרידה באומות העולם כמבואר בספריו הקדושים של רבינו הקדוש והטהור זכותו יגן עלינו. ולא על זה באנו לדון.

וואס איך טענה נאר איז אז פונקט ווי ביי די מלחמת ששת ימי אפילה איז קיינעם נישט ביי געפאלן צו לייקענען די ציונים'ס סוקסעסן, נאר די שאלה איז געווען צו ס'איז ע"פ דרך הטבע אדער ח"ו ניסים, און אונזער הייליגע רבי האט געשריגן אז ס'איז ח"ו נישט קיין ניסים, הוא הדין ביי די יעצטיגע מלחמה.

יעצט ווייטער, צו ס'גייט איינמאל פאר אלעמאל לייזן די איינגעווארצלטע פראבלעמען מצד די אי-הסכמה פון די פאלעסטינער פון דעם רעד איך ווייטער נישט. ודי בזה.
די נושא דא איז נישט צו מדנ''י האט סוקסען צו נישט די שמועס דא איז ווען מען קען ערווארטן א 'זיג' אז אלעס זאל צוריקגיין צום נערמאל אזווי פאר שמחת תורה

ס'האט זיך אנגעהויבען איבער תגובות דא פון אנפאנג מלחמה ווי מען האט פארגעשאצט אז מען גייט אריינגיין אין עזה פאר אפאר חדשים אויסמעקען עזה און פארטיג,
למעשה האלט מען שוין א גאנצע יאר און אמת זיי האבן אסאך סוקסעסן אבער ווייט ווייט פון א זיג, די מלחמה איז בתקפו מיסלעס פליען מען לויפט צו די בונקערס אידן פון חוץ לארץ האלטן זיך אפ צו פארן און ס'קוקט בכלל נישט אויס ווי די ענדע איז נאנט נאר ווי א לאנגע לאנגע מעשה.
און די תשובה איז א הילכיגע יא!

כ'ווייס נישט ווער ס'האט פאראויסגעשאצט אז ס'גייט בלויז געדויערן עטליכע חדשים, יענער האט זיך וואטרשיינליך טועה געווען, אבער מדינת ישראל זיגט אין איר מלחמה.
מיינסט צו זאגן אז זיי זענען אויפן וועג צו א זיג

אויף ווען קען מען ערווארטן די זיג זאל געשעהן?
אוועיטער
חוט של חסד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
x 490

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך חוט של חסד »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:55 pm די שאלה דא איז אויסדרוקליך צו מדינת ישראל קריכט ארויס פונעם פראבלעם. אויב נישט וואס האב איך פון די גאנצע סוקסעס? אויב גייט עס אז ווייל כאמאס מאכט אן אקטאובער 7 מוז איך גיין אין קריג, און ווייל איך בין אין קראיג מוז חיזבאלא שיסן ראקעטן, און ווייל חיזבאלא שיסט מוז איך זיי דערלנאגען, און ווייל איך דערלאנג זיי מוז איראן זיך אנרופן, און קיינער קען נישט זאגן אז די זאך האט א ענדע, וואס איז די נארישקייט פון זיך פרייען מיט די פרטים אינדערמיט?
בקיצור, ס'פעהלט דיר פשוט בעקגראונד אינפארמאציע

איראן איז דער פינאנצירער פון אלע טעראר גרופעס, אויב איראן פאלט, פאלט אלעס.

יעצט, מדינת ישראל קען נישט אטאקירן איראן כל זמן אירע פראקסיס עקזעסטירן, ווייל מדינת ישראל קען נישט קעמפן ווען 7 פראנטן קעמפן צוריק אויף א הויכע פלאם,
דעריבער האט מדינת ישראל קודם אומשעדליך געמאכט כאמאס, און יעצט נעמט מען זיך צו כיזבאללא'ס ביינער. איינמאל די צוויי זענען אומשעדליך קען מדינת ישראל אומשעדליך מאכן איראן, און איינמאל די איראנע געפאר איז נישטא איז אלעס אנדערש.

די איראנע טעראר נעץ האט געדויערט פאר איראן 40 יאר אויפצובויען. אין אנדערע ווערטער, אויב מ'לייגט דאס צוגרינד גייען קומען לאנגע יארן מנוחה.

יעצט, קיינער האט נישט גערעדט פון די פאלעסטינע פראבלעם. מ'רעדט פון די איראנע פראבלעם.

(במאמר המוסגר, איינמאל די איראנע פראבלעם איז נייטראלאזירט גייט דאס האבן א דאמינא אפעקט אויף די פאלעסטינע פראבלעם. נישט אז ס'גייט עס לייזן, אבער עס גייט עס דראמאטיש מינימיזירן, ווייל די פאלעסטינער גייען פארלירן זייער ריקנביין, איראן)

די אלע זאכן זענען נישט קיין "זיסע פאנטאזיעס". ס'איז זאכן וואס האלטן זיך פאקטיש אינמיטן אויסשפילן.

לסיומא דמילתא: די פאלעסטינע פראבלעם גייט בפשטות נישט ווערן געלייזט. די איראנע פראבלעם יא.
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 4:01 pm
חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:50 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:48 pm
די נושא דא איז נישט צו מדנ''י האט סוקסען צו נישט די שמועס דא איז ווען מען קען ערווארטן א 'זיג' אז אלעס זאל צוריקגיין צום נערמאל אזווי פאר שמחת תורה

ס'האט זיך אנגעהויבען איבער תגובות דא פון אנפאנג מלחמה ווי מען האט פארגעשאצט אז מען גייט אריינגיין אין עזה פאר אפאר חדשים אויסמעקען עזה און פארטיג,
למעשה האלט מען שוין א גאנצע יאר און אמת זיי האבן אסאך סוקסעסן אבער ווייט ווייט פון א זיג, די מלחמה איז בתקפו מיסלעס פליען מען לויפט צו די בונקערס אידן פון חוץ לארץ האלטן זיך אפ צו פארן און ס'קוקט בכלל נישט אויס ווי די ענדע איז נאנט נאר ווי א לאנגע לאנגע מעשה.
און די תשובה איז א הילכיגע יא!

כ'ווייס נישט ווער ס'האט פאראויסגעשאצט אז ס'גייט בלויז געדויערן עטליכע חדשים, יענער האט זיך וואטרשיינליך טועה געווען, אבער מדינת ישראל זיגט אין איר מלחמה.
מיינסט צו זאגן אז זיי זענען אויפן וועג צו א זיג

אויף ווען קען מען ערווארטן די זיג זאל געשעהן?
ס'האלט שוין טיף אינמיטן געשען

ווילאנג ס'גייט געדויערן קען איך דיר נישט זאגן. כ'בין נישט קיין נביא.
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1676
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3579

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 4:06 pm בקיצור, ס'פעהלט דיר פשוט בעקגראונד אינפארמאציע
איך זאג דאס צו דיר. די גאנצע רעיון כלפי איראן איז גוט פאר ווער עס איז געבוירן געווארן תש"פ.
אוועיטער
חוט של חסד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
x 490

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך חוט של חסד »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 4:08 pm

אזוי פארקויפט מען אין די היימישע מקוואות...
אזוי שרייבט ש.ב. מרגליות בפירוש אינעם בלאט...
אזוי טריאומפירט פלוני אלמוני אלץ ווייסער אינעם קאווע שטיבל...

כ'הער...

איך האב געשריבן דברים של טעם. אדרבה, כ'האב הנאה זיך אויסצושמועסן זאכליך, און כ'האב נישט קיין פראבלעם צוריקצוצוען אויב דו ווייזט מיר אויף אנדערש.
קום אריין קלאר
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1598
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1725

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך שבת קודש »

חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 4:07 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 4:01 pm
חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:50 pm

און די תשובה איז א הילכיגע יא!

כ'ווייס נישט ווער ס'האט פאראויסגעשאצט אז ס'גייט בלויז געדויערן עטליכע חדשים, יענער האט זיך וואטרשיינליך טועה געווען, אבער מדינת ישראל זיגט אין איר מלחמה.
מיינסט צו זאגן אז זיי זענען אויפן וועג צו א זיג

אויף ווען קען מען ערווארטן די זיג זאל געשעהן?
ס'האלט שוין טיף אינמיטן געשען

ווילאנג ס'גייט געדויערן קען איך דיר נישט זאגן. כ'בין נישט קיין נביא.
איך ווייס אויך נישט, די סברה זאגט אסאך אסאך יארן
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1676
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3579

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 4:09 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 4:08 pm
חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 4:06 pm בקיצור, ס'פעהלט דיר פשוט בעקגראונד אינפארמאציע
איך זאג דאס צו דיר. די גאנצע רעיון כלפי איראן איז גוט פאר ווער עס איז געבוירן געווארן תש"פ.
אזוי פארקויפט מען אין די היימישע מקוואות...
אזוי שרייבט ש.ב. מרגליות בפירוש אינעם בלאט...
אזוי טריאומפירט פלוני אלמוני אלץ ווייסער אינעם קאווע שטיבל...

כ'הער...

איך האב געשריבן דברים של טעם. אדרבה, כ'האב הנאה זיך אויסצושמועסן זאכליך, און כ'האב נישט קיין פראבלעם צוריקצוצוען אויב דו ווייזט מיר אויף אנדערש.
קום אריין קלאר
איך ווייס נישט וואו עס קומט דא אריין די מקואות. פשוט מיטהאלטן היסטאריע אפאר יאר איז גענוג. כל שכן ווען מען נישטערט אביסל פונעם עבר. מען קען נישט קוקן אויף די זאכן ווי כאילו דאס איז היינט געשען. דאס איז דאך א סייקל וואס גייט שוין אן 75 יאר. עס איז שוין געווען אזויפיל מאל סדר. וואס איז שייך בכלל צו רעדן אז איראן איז דער פראבלעם און דער פראבלעם ווערט געלעזט. מען האט דאך געזאגט די זעלבע אמאל אויף עגיפטן. און אויף ירדן. און אויף לבנון. און אויף סיריע. אין לדבר סוף.
אוועיטער
חוט של חסד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
x 490

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך חוט של חסד »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 4:19 pm
חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 4:09 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 4:08 pm

איך זאג דאס צו דיר. די גאנצע רעיון כלפי איראן איז גוט פאר ווער עס איז געבוירן געווארן תש"פ.
אזוי פארקויפט מען אין די היימישע מקוואות...
אזוי שרייבט ש.ב. מרגליות בפירוש אינעם בלאט...
אזוי טריאומפירט פלוני אלמוני אלץ ווייסער אינעם קאווע שטיבל...

כ'הער...

איך האב געשריבן דברים של טעם. אדרבה, כ'האב הנאה זיך אויסצושמועסן זאכליך, און כ'האב נישט קיין פראבלעם צוריקצוצוען אויב דו ווייזט מיר אויף אנדערש.
קום אריין קלאר
איך ווייס נישט וואו עס קומט דא אריין די מקואות. פשוט מיטהאלטן היסטאריע אפאר יאר איז גענוג. כל שכן ווען מען נישטערט אביסל פונעם עבר. מען קען נישט קוקן אויף די זאכן ווי כאילו דאס איז היינט געשען. דאס איז דאך א סייקל וואס גייט שוין אן 75 יאר. עס איז שוין געווען אזויפיל מאל סדר. וואס איז שייך בכלל צו רעדן אז איראן איז דער פראבלעם און דער פראבלעם ווערט געלעזט. מען האט דאך געזאגט די זעלבע אמאל אויף עגיפטן. און אויף ירדן. און אויף לבנון. און אויף סיריע. אין לדבר סוף.
ירדן איז שוין נישט קיין פראבלעם זינט די 6 טאגיגע מלחמה תשכ"ח, עגיפטן זינט די יום כיפור מלחמה תשל"ג. זיי האבן ביידע שלום אפמאכן מיט די מדינה.

לבנון און סיריע זענען נישט לבנון און סיריע. ס'איז איראן וואס פון זיי האט מען נאך קיינמאל נישט קעיר גענומען, און מ'שטיימיר יעצט הארט פארן קעיר נעמען.

יעצט, צו ס'גייט אונטערקומען פרישע טעראר געפארן פון אנדערע לענדער, לכאורה יא, אבער נישט אויף אזא פארנעם ווי איראן וואס האדעוועט און פינאנצירט אינטערנאציאנאלע טעראריזעם. ס'גייט זיכער קומען לאנגע יארן פון מנוחה.

טעראר אין די ווינדלען קען מען זייער גרינג צוקלאפן. די פראבלעם איז ווען טעראר וואקסט אונטער. אויב גייט מדינת ישראל האלטן א שארף אויג אויף טעראר אקטיוועטעטן גייט בפשטות מהיום והלאה הערשן שלום ושלווה

עגעין, כ'רעד נישט פון די פאליסטינע פראבלעם, כ'רעד פון די איראנע
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1676
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3579

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 4:29 pm ס'גייט זיכער קומען לאנגע יארן פון מנוחה
אקעי איך לייג דאס אוועק. אבער דו פארגעסט וואס מען זאגט דא אז גענוי די זעלבע האט מען געזאגט נאך די לעצטע לבנון מלחמה. יארן פון מנוחה איז געוואנדן אין די גרויסע בילד. נישט אין איראן און נישט אין כאמאס.
אוועיטער
חוט של חסד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
x 490

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך חוט של חסד »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 4:37 pm

אקעי די טענות זענען שוין חוזר וניעור...
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
אוועיטער
חוט של חסד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
x 490

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך חוט של חסד »

אפשר וואלט געווען כדאי צו פינען א תגובה אנהיייב פון יעדע פעידזש אין די אשכול אז "ויואל משה אמת ותורתו אמת והם בדאים", און משמועסט פשוט אויס פראקטישע דעטאלן אן אריינקריכן אין השקפה?

@אסמכתא בעלמא
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 121

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך אהבת עולם »

חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 4:06 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:55 pm די שאלה דא איז אויסדרוקליך צו מדינת ישראל קריכט ארויס פונעם פראבלעם. אויב נישט וואס האב איך פון די גאנצע סוקסעס? אויב גייט עס אז ווייל כאמאס מאכט אן אקטאובער 7 מוז איך גיין אין קריג, און ווייל איך בין אין קראיג מוז חיזבאלא שיסן ראקעטן, און ווייל חיזבאלא שיסט מוז איך זיי דערלנאגען, און ווייל איך דערלאנג זיי מוז איראן זיך אנרופן, און קיינער קען נישט זאגן אז די זאך האט א ענדע, וואס איז די נארישקייט פון זיך פרייען מיט די פרטים אינדערמיט?
בקיצור, ס'פעהלט דיר פשוט בעקגראונד אינפארמאציע

איראן איז דער פינאנצירער פון אלע טעראר גרופעס, אויב איראן פאלט, פאלט אלעס.

יעצט, מדינת ישראל קען נישט אטאקירן איראן כל זמן אירע פראקסיס עקזעסטירן, ווייל מדינת ישראל קען נישט קעמפן ווען 7 פראנטן קעמפן צוריק אויף א הויכע פלאם,
דעריבער האט מדינת ישראל קודם אומשעדליך געמאכט כאמאס, און יעצט נעמט מען זיך צו כיזבאללא'ס ביינער. איינמאל די צוויי זענען אומשעדליך קען מדינת ישראל אומשעדליך מאכן איראן, און איינמאל די איראנע געפאר איז נישטא איז אלעס אנדערש.

די איראנע טעראר נעץ האט געדויערט פאר איראן 40 יאר אויפצובויען. אין אנדערע ווערטער, אויב מ'לייגט דאס צוגרינד גייען קומען לאנגע יארן מנוחה.

יעצט, קיינער האט נישט גערעדט פון די פאלעסטינע פראבלעם. מ'רעדט פון די איראנע פראבלעם.

(במאמר המוסגר, איינמאל די איראנע פראבלעם איז נייטראלאזירט גייט דאס האבן א דאמינא אפעקט אויף די פאלעסטינע פראבלעם. נישט אז ס'גייט עס לייזן, אבער עס גייט עס דראמאטיש מינימיזירן, ווייל די פאלעסטינער גייען פארלירן זייער ריקנביין, איראן)

די אלע זאכן זענען נישט קיין "זיסע פאנטאזיעס". ס'איז זאכן וואס האלטן זיך פאקטיש אינמיטן אויסשפילן.

לסיומא דמילתא: די פאלעסטינע פראבלעם גייט בפשטות נישט ווערן געלייזט. די איראנע פראבלעם יא.
די פראבלעם מיט דעם פלאן איז זייער פשוט. כדי צו טון מיט כיזבאלא וואס זיי האבן געטון מיט איראן וועט נעמען אסאך לענגער און קאסטן אסאך מער קרבנות ה"י. אין צוגאב זעט מען קלאר אז אנדערש ווי ביי כאמאס וואס איראן האט זיך שטיל צוגעקוקט פון דער זייט, פלאנען זיי יעצט יא צו שטיין צו כיזבאלאס זייט.

יעצט, נניח אז דו וועסט ענדיגן מיט כיזבאלא, וויאזוי פונקטליך ווילסטו 'אומשעדליך מאכן' איראן? זיי זענען נישט קיין קטלא-קניא'ס. זיי באזיצן מאסיווע ארסענאלן פון אלערליי דראונס ביז באליסטישע מיסילס און זענען אליאירט מיט די רוסן און כינע. ס'ווישט זיך נישט אזוי אראפ פון די מאפע.

ואגב, איך האב נייעס פאר אייך: עס איז בכלל נישט ערווארטעט אז מדנ"י זאל טון מיט כיזבאלא וואס זיי האבן געטון מיט כאמאס. דאס וואלט זיי געקאסט זייער טייער. זייער אפיציעלע ציל איז יעצט צוריקצוריקן די קעמפער ביזן ליטאני. נאכדעם קענען זיי זיך נעמען אויף איראן? כיזבאלא קען נישט צוריקקומען? עס איז ענדלאז.

ווי זאגט ש.ב. מרגליות? אנטשולדיגט--- ווי שרייבט דער רמב"ן ז"ל? "העברת פי ה' היא לא תצלח!".
הצלחה.
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
אוועיטער
חוט של חסד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
x 490

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך חוט של חסד »

אהבת עולם האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 5:15 pm

איראן פחד'נט אין די הויזן. כאמענאי'ס שווייס שמעקט ביז אהער, קוק נאר זייערע סטראשונקעס אויב מדינת ישראל גייט זיי אטאקירן...

איינמאל כיזבאלא איז איבערן ליטאני און אונטער איזראעלי זיכערהייטס שפאקטיוו, און איראן זיצט איינגעלייגט איז שלום על ישראל

און כ'האב גרויס נייעס פאר אייך אז מדינת ישראל איז עטליכע מאל שטערקער ווי איראן, מדינת ישראל באזיצט פון די פארגעשריטענסטע מיליטער און מלחמה מעגליכקייטן אויף דער וועלט, און וואס איראן קען האבן מיר אלע געזעהן...

מדינת ישראל פלאנט נישט צו אויסמעקן איראן. מדינת ישראל וויל זיי גוט אריינגעבן זיי זאלן עס גוט שפירן, און ארייננעמען אין קאפ אז אנשטאטס זיך זארגן פאר די פאלעסטינע און פאר פאלעסטיין זאלן זיי זיך זארגן פאר זייער אייגענעם וואוילזיין.
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
אוועיטער
חוט של חסד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
x 490

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך חוט של חסד »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 4:37 pm
חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 4:29 pm ס'גייט זיכער קומען לאנגע יארן פון מנוחה
אקעי איך לייג דאס אוועק. אבער דו פארגעסט וואס מען זאגט דא אז גענוי די זעלבע האט מען געזאגט נאך די לעצטע לבנון מלחמה. יארן פון מנוחה איז געוואנדן אין די גרויסע בילד. נישט אין איראן און נישט אין כאמאס.
די גרויסע בילד איז "איראן"

באכרעין, ירדן, עגיפטן האבן שלום פאקטן מיט איזראעל.

סאודיע אראביע שטייט גרייט צו שליסן א שלום פאקט (אויף האלד וועגן אנגייענדע מלחמה אין מיטל מזרח)

בלייבט איבער איראן ותולדותיה: כיזבאללא, האוטיס,איראקע מיליציעס (און כאמאס וואס ווי פריער ערווענט האבן זיי א עקסטערע טענה אז מדינת ישראל האט מ'כלומר'שט צוגענומען זייער לאנד).

אז די האקסט אפ דעם קאפ פונעם שלאנג שטארבט אלעס אפ.
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1676
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3579

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

חוט של חסד דו מוזט נעמען זאכן א טראפעלע מער אין פראפארציע. עס איז אמת אז איראן ציטערט ווייל מדינת ישראל איז שטארקער. אבער עס איז אויך אמת אז מדינת ישראל קען שרעקליך אטאקירט ווערן אויב איראן וויל. ב"ה אז דערווייל ווילן זיי נישט, טאקע ווייל זיי האבן מורא פון מדינת ישראל און נאך מער פון אמעריקא. דאס מאכט אבער נישט דעם מצב סטאביל. נאר דיר צו דערמאנען וואס מדינת ישראל האט געוויסט אלס א פאקט בעפאר שמיני עצרת אז כאמאס וויל נישט קיין מלחמה. און זיי ווילן טאקע נישט... אבער אבער.
אוועיטער
חוט של חסד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
x 490

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך חוט של חסד »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 7:05 pm חוט של חסד דו מוזט נעמען זאכן א טראפעלע מער אין פראפארציע. עס איז אמת אז איראן ציטערט ווייל מדינת ישראל איז שטארקער. אבער עס איז אויך אמת אז מדינת ישראל קען שרעקליך אטאקירט ווערן אויב איראן וויל. ב"ה אז דערווייל ווילן זיי נישט, טאקע ווייל זיי האבן מורא פון מדינת ישראל און נאך מער פון אמעריקא. דאס מאכט אבער נישט דעם מצב סטאביל. נאר דיר צו דערמאנען וואס מדינת ישראל האט געוויסט אלס א פאקט בעפאר שמיני עצרת אז כאמאס וויל נישט קיין מלחמה. און זיי ווילן טאקע נישט... אבער אבער.

ווי קומט דאס אריין?
הכל מודים אז מדינת ישראל האט געלעבט אין א "קאנסעפציע" אז כאמאס איז אפגעשראקן און זיי האבן זיך גאר מיאוס און בלוטיג טועה געווען.

ווער זאגט אז די מצב איז יעצט סטאביל? מדינת ישראל איז יעצט אין א מלחמה, און בשעת מלחמה זענען זאכן אומסטאביל.

אבער דאס נעמט גארנישט אוועק פונעם פאקט אז אין די יעצטיגע קריג איז מדינת ישראל די קלארע געווינער.

- אקטויבער 7 2023 איז געווען א מעכטיגע כאמאס מיליטער, א מעכטיגע כיזבאללא מיליטער און א מאונסטערישע איראן וואס האט אנגעזייעט פחד אין די גאנצע מיטל מזרח.

- אקטויבער 7 2024 איז כאמאס א פארגאנגענהייט, כיזבאללא איז צע'מזיק'ט ביים שוועל פון צוזאמפאל, און איראן פחד'נט אין די הויזן און קיינער שרעקט זיך נישט פון איר

און פארגעס נישט אז די מלחמה איז נאך בעיצומה, און מדינת ישראל האלט נישט ביים אויפגעבן, און טאג נאך טאג האלטן זיי אפ אלס גרעסערע און שטערקערע געווינסן
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1676
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3579

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל. געווינער געווינער געווינער. אבער א געווינער מיינט אז ער קען באזיגן זיין שונא. נישט אז ער קען באזיגן איין סימפטאם צו קענען לויפן צו די צווייטע.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1676
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3579

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 7:11 pmהכל מודים אז מדינת ישראל האט געלעבט אין א "קאנסעפציע" אז כאמאס איז אפגעשראקן און זיי האבן זיך גאר מיאוס און בלוטיג טועה געווען
און אפשר לעבסטו יעצט אין די זעלבע קאנסעפציע כלפי איראן, ה"י?
אוועיטער
חוט של חסד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
x 490

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך חוט של חסד »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 7:21 pm
חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 7:11 pmהכל מודים אז מדינת ישראל האט געלעבט אין א "קאנסעפציע" אז כאמאס איז אפגעשראקן און זיי האבן זיך גאר מיאוס און בלוטיג טועה געווען
און אפשר לעבסטו יעצט אין די זעלבע קאנסעפציע כלפי איראן, ה"י?

די קאנסעפציע איז נישט געווען אז מ'האט אונטערגעשאצט כאמאס'עס כח. מדינת ישראל האט גאנץ גוט געוואוסט וואס כאמאס קען.
די קאנסעפציע איז געווען אז מדינת ישראל האט געדרייט מיט די פינגער און געמאכט פורים תורות אז כאמאס זוכט נישט קיין מלחמה, זיי זענען אפגעשראקן, זוכן סטאביליטעט בלא בלא בלי בלי.

יעצט, כלפי איראן איז מדינת ישראל קיינמאל נישט געווען אין קיין קאנסעפציע. זיי ווייסן גאנץ גוט אז איראן זוכט להשמיד להרוג ולאבד, און היות מדנ"י אפילו אן אמעריקא פאקט איין איראן אין איר קליינע טעשעלע אין אלע הינזיכטן איז בחסדי שמים נישטא וואס זיך צו זארגן לעת עתה
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
געצל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 134
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:54 am
x 49

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך געצל »

חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 7:11 pm
ווי קומט דאס אריין?
הכל מודים אז מדינת ישראל האט געלעבט אין א "קאנסעפציע" אז כאמאס איז אפגעשראקן און זיי האבן זיך גאר מיאוס און בלוטיג טועה געווען.

ווער זאגט אז די מצב איז יעצט סטאביל? מדינת ישראל איז יעצט אין א מלחמה, און בשעת מלחמה זענען זאכן אומסטאביל.

אבער דאס נעמט גארנישט אוועק פונעם פאקט אז אין די יעצטיגע קריג איז מדינת ישראל די קלארע געווינער.

- אקטויבער 7 2023 איז געווען א מעכטיגע כאמאס מיליטער, א מעכטיגע כיזבאללא מיליטער און א מאונסטערישע איראן וואס האט אנגעזייעט פחד אין די גאנצע מיטל מזרח.

- אקטויבער 7 2024 איז כאמאס א פארגאנגענהייט, כיזבאללא איז צע'מזיק'ט ביים שוועל פון צוזאמפאל, און איראן פחד'נט אין די הויזן און קיינער שרעקט זיך נישט פון איר

און פארגעס נישט אז די מלחמה איז נאך בעיצומה, און מדינת ישראל האלט נישט ביים אויפגעבן, און טאג נאך טאג האלטן זיי אפ אלס גרעסערע און שטערקערע געווינסן

איך וויל פשוט אוועקלייגן די תגובה אויף לכש... עס זאל נישט קענען ווערן געמעקט
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1598
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1725

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך שבת קודש »

חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 7:11 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 7:05 pm חוט של חסד דו מוזט נעמען זאכן א טראפעלע מער אין פראפארציע. עס איז אמת אז איראן ציטערט ווייל מדינת ישראל איז שטארקער. אבער עס איז אויך אמת אז מדינת ישראל קען שרעקליך אטאקירט ווערן אויב איראן וויל. ב"ה אז דערווייל ווילן זיי נישט, טאקע ווייל זיי האבן מורא פון מדינת ישראל און נאך מער פון אמעריקא. דאס מאכט אבער נישט דעם מצב סטאביל. נאר דיר צו דערמאנען וואס מדינת ישראל האט געוויסט אלס א פאקט בעפאר שמיני עצרת אז כאמאס וויל נישט קיין מלחמה. און זיי ווילן טאקע נישט... אבער אבער.

ווי קומט דאס אריין?

- אקטויבער 7 2023 איז געווען א מעכטיגע כאמאס מיליטער,
כאמאס געווען א מעכטיגע מיליטער??
קיין מיליטער קיינמאל נישט געווען האבן נישט געהאט קיין איין פליגער, ס''ה געווען א באנדע אפגעריסענע חברה וואס האבן זיך אויסגעלערנט וויאזוי מ'שיסט מיט א ביקס און וויאזוי מ'שיסט ארויס מיסליס וואס זיי האבן באקומען, יעדע נארישע לאנד וואלט געקענט טועהן צו זיי דאס וואס מדנ''י האט געטועהן מיט זיי.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6552

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך פופציגער »

בקיצור, מבויט אויף דעם וואס כומעיני’ס שווייס שמעקט ביז אהער.

איך שמעק עס נישט.

אין יעדע אזא סארט תגובה, פון סיי וועם, וואס דארף ארויסברענגען די סוקסעס פון מדינת ישראל, וועט מען טרעפן א געמיש פון שאצונגען, אילוזיעס, האפענונגען, און היבש געזאלצן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
חוט של חסד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
x 490

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך חוט של חסד »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 12:25 pm
חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 7:11 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 7:05 pm חוט של חסד דו מוזט נעמען זאכן א טראפעלע מער אין פראפארציע. עס איז אמת אז איראן ציטערט ווייל מדינת ישראל איז שטארקער. אבער עס איז אויך אמת אז מדינת ישראל קען שרעקליך אטאקירט ווערן אויב איראן וויל. ב"ה אז דערווייל ווילן זיי נישט, טאקע ווייל זיי האבן מורא פון מדינת ישראל און נאך מער פון אמעריקא. דאס מאכט אבער נישט דעם מצב סטאביל. נאר דיר צו דערמאנען וואס מדינת ישראל האט געוויסט אלס א פאקט בעפאר שמיני עצרת אז כאמאס וויל נישט קיין מלחמה. און זיי ווילן טאקע נישט... אבער אבער.

ווי קומט דאס אריין?

- אקטויבער 7 2023 איז געווען א מעכטיגע כאמאס מיליטער,
כאמאס געווען א מעכטיגע מיליטער??
קיין מיליטער קיינמאל נישט געווען האבן נישט געהאט קיין איין פליגער, ס''ה געווען א באנדע אפגעריסענע חברה וואס האבן זיך אויסגעלערנט וויאזוי מ'שיסט מיט א ביקס און וויאזוי מ'שיסט ארויס מיסליס וואס זיי האבן באקומען, יעדע נארישע לאנד וואלט געקענט טועהן צו זיי דאס וואס מדנ''י האט געטועהן מיט זיי.
וואס רעדסטו נארישקייטן?
ברענג מיר נאך איין לאנד וואס האט באוויזן אויסצומארדן צוואנציג טויזנט שווער באוואפענטע גערילא טעראריסטן (+ נאך פופציג טויזנט ציווילע) און ס'האט זיי נאר געקאסט דאס לעבן פון 364 סאלדאטן

דאס איז אבנארמאלע סוקסעס וואס קיינער האט נאכנישט באוויזן

והמתעקש יתעקש
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1676
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3579

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

חוט של חסד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 2:40 pmברענג מיר נאך איין לאנד וואס האט באוויזן אויסצומארדן צוואנציג טויזנט שווער באוואפענטע גערילא טעראריסטן
באשאר על אסאד. נאר איין משל.
אוועיטער
חוט של חסד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
x 490

Re: א וועג ארויס: די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן! נו, וואס טוט מען?

פאוסט דורך חוט של חסד »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 2:41 pm
חוט של חסד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 2:40 pmברענג מיר נאך איין לאנד וואס האט באוויזן אויסצומארדן צוואנציג טויזנט שווער באוואפענטע גערילא טעראריסטן
באשאר על אסאד. נאר איין משל.
און וויפיל פון זיינע כוחות זענען אומגעקומען?

און וואס איז יעצט די מצב אין זיין לאנד? ביים שוועל פון א פוטש...

משא"כ די ציונים

שרייב פאוסט