אידישע נייעס ארום די וועלט

נייעס אין אונזער קווארטאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אזוי ווי לעצטענס האמיר געזען אז סאיז דא א גרויסע לאך ביי די אידישע נייעס אפטיילונג.
און די שולד צו דעם איז לכאורה אז ווען איינער וויל באריכטן א נייעס טרעפט ער זיך זיכן און זיכן אין וועלכע טעמע עס קומט, אשר על כן האמיר זיך ארויפגעשארט די ארבעל, און אונז וועל מיר בס"ד גיין פתיחה.
אויב זעסטו אז סאיז נאך דא נאך א טעמע וואס דארף געעפענט ווערן, פויל דיר נישט, ובמקום שאין איש..
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

ברוכים הבאים.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

רוסלאנד - פארלאפענע חודש מאי האבן די רוסישע געהיים פאליציי ארעסטירט דעם 39 יעריגער אידישער מוזיקאנט פאוועל קושניר און אים אריינגעשליידערט אין טורמע אויף 7 יאר פארן ארויסשטעלן פראפאגאנדע ווידעאס אויף סאציאלע מידיע קעגן די רוסישע אינוואזיע אין אוקריינע, קושניר וואס איז געווען א באקאנטער פוטין קריטיקירער האט זיך שארף אויסגעדרוקט קעגן די קריג און איז אנגעקלאגט געווארן מיט מער און נישט ווייניגער מיט הארבע טעראר קלאגעס.

פאריגע וואך איז ער ליידער אוועק אין טורמע נאך א הונגער סטרייק פון 5 טעג, דערנאך וואס זיין קערפער האט עב נישט געקענט אריבערגעטראגן, די אידישע געמיינדע זאגט אז זיי זענען פארווייטאגט פארוואס ער איז נישט אריינגענומען געווארן אין די ארעסטאנטן אויסטויש פון די מערב וועלט מיט רוסלאנד ענדע פאריגע וואך וואס וואלט אים מעגליך געקענט ראטעווען.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2163
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5397

Re: אידישע נייעס פון רוסלאנד

פאוסט דורך פופציגער »

יישר כח ברודער.

אגב, איז טאקע דא אזויפיל אידישע נייעס אין רוסלאנד אז די אידישע רוסקיס זאלן קענען אהיימנעמען א גאנצן אשכול? (רוסלאנד איז דען אזוי גרויס ווי בלומינגראוו?....)
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

יעדע פינף מינוט הערט מען פון הרב לאזאר, אבער דא ווייסט קיינער נישט דערפון.
גראדע קלער איך צו טוישן קעפל צו אידישע נייעס אין אייראפע, דעיס איז כולל רוסלאנד אוקריינא. (אומאן ועוד) לאנדאן מאנטשעסטער אנטווערפן שווייץ,
@פופציגער ביסט מיט מיר (👍), אדער נישט (👎)?
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3361
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8651

Re: אידישע נייעס פון רוסלאנד

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אין מיין (ארעמע) מיינונג וואלט די בעסטע געווען צו עפענען אן אשכול פאר "אידישע נייעס ארום די וועלט" און דאס זאל זיין א כל הנערים פאר אלע לענדער.

ווילאנג דאס איז נישט דא, איז אין לדבר סוף. מארגן גייט זיין אידישע נייעס אין פראנקרייך, איבערמארגן אין דרום אפריקע.

איינמאל ס'איז דא א צענטראלע אידישע נייעס אשכול, פעלט לכאורה נישט אויס קיין עקסטערע פאר רוסלאנד.

מיין מיינונג.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2163
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5397

Re: אידישע נייעס פון רוסלאנד

פאוסט דורך פופציגער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 3:08 pm אין מיין (ארעמע) מיינונג וואלט די בעסטע געווען צו עפענען אן אשכול פאר "אידישע נייעס ארום די וועלט" און דאס זאל זיין א כל הנערים פאר אלע לענדער.

ווילאנג דאס איז נישט דא, איז אין לדבר סוף. מארגן גייט זיין אידישע נייעס אין פראנקרייך, איבערמארגן אין דרום אפריקע.

איינמאל ס'איז דא א צענטראלע אידישע נייעס אשכול, פעלט לכאורה נישט אויס קיין עקסטערע פאר רוסלאנד.

מיין מיינונג.
איך מיין אויך אזוי.

העכסטנס אויב וועט זיין איין לאנד וואס וועט כסדר פארנעמען העדליינס, און ציען א באזונדערע אינטערעסע וואס זאל זיין אפגעטיילט, וועט מען דאן דן זיין.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3361
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8651

Re: אידישע נייעס פון רוסלאנד

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 3:07 pm יעדע פינף מינוט הערט מען פון הרב לאזאר, אבער דא ווייסט קיינער נישט דערפון.
גראדע קלער איך צו טוישן קעפל צו אידישע נייעס אין אייראפע, דעיס איז כולל רוסלאנד אוקריינא. (אומאן ועוד) לאנדאן מאנטשעסטער אנטווערפן שווייץ,
@פופציגער ביסט מיט מיר (👍), אדער נישט (👎)?
די שאלה איז צו מ'ווייסט נישט ווייל ס'איז נישטא קיין אשכול, אדער ווייל דער עולם דא איז נישט ספעציעל אינטערסירט אין די סארט נייעס.

איך בין פון די צווייטע גרופע.

די וויכטיגע נייעס פארשטייצעך יא, כ'רעד פון די "יעדע פינף מינוט" נייעס, מעמדים, סטעיטמענטס,און אנדערע מינדערוויכטיגע נייעסלעך
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

רוסלאנד - אזוי ווי אין פילע פלעצער זענען די שולעס אין רוסלאנד אויך פארמאכט אין די זומער חדשים, די ישיבה אין מאסקווע האט פארלאזט די גרויסע ישיבה געביידע אז דאס זאל דינען אלס צענטער פאר אקטיוויטעטן פאר אידישע קינדער און זענען געפארן צו א רעזארט ארט, אויך פארן זיי ארום צו ווייטע געגנטער וואו זיי גייען ארום צו אידישע פאמיליעס צו לערנען מיט זיי איבער אידישקייט.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אנטווערפן - אין אן אינטערסאנטע אנעקדאט האבן אידן אין איינע פון די לאקאלע בעלזער שטיבלעך געטראפן א אינטערעסאנטע וועג וויאזוי צו געבן אנערקענונג פאר די וואס האלטן זיך שטארק און וואשן זיך נישט אין די 9 טעג לויט די הלכה, מיטן אנגרייטן אין קאווע צימער שאקאלאדן איינגעוויקלט אין א פאפיר וואס האט געהאט אויף זיך אויפגעשריבן די ווערטער ׳אשריך׳.
פיילס
IMG_20240807_191001_379.jpg
IMG_20240807_191001_379.jpg (224.82 KiB) געזען געווארן 463 מאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

בעלארוס - אין די טעג האט מען גענדיגט בויען די ערשטע מקוה אין דער שטאט בריסק זינט דער צווייטע וועלט מלחמה.
פיילס
IMG_20240808_005045_812.jpg
IMG_20240808_005045_812.jpg (224.71 KiB) געזען געווארן 427 מאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אנטוישונג אין חב"ד: מאסקווע - שוין לאנגע יארן וואס אגודת חסידי חב"ד פראבירט צו ארויסבאקומען פון רוסלאנד די גרויסע אוצר הספרים פון די ערשטע 5 רביים, באקאנט אלס די 'שניאורסהן לייבערי’, וואס באשטייט פון 12,000 ספרים און 50,000 בריוון וואס האבן א היסטארישע ווערד אין חב"ד.

די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן ווען דער ליובאוויטשער רבי, דער רש"ב זי"ע איז אריבער קיין ראסטאוו ביים ערשטע וועלט מלחמה האט ער איבערגעלאזט דעם גאנצן אוצר הספרים אין מאסקווע און עס איז געווארן קאנפיסקירט דורך די סאוויעטן וואס האבן עס אריינגעשטעלט אין די לענין ביבליאטעק.

דורכאויס פילע יארן האט מען געארבעט אויף אלע פראנטן צו באקומען דעם אוצר סיי אויפן פלאמאטישע פראנט און סיי אין געריכט אבער אהן ערפאלג.

פאר 14 יאר צוריק האט א אמעריקאנער געריכט געאורטיילט אז רוסלאנד דארף דאס צוריקגעבן, עטליכע יאר שפעטער האט א צווייטע ריכטער ארויפגעלייגט א געלט שטראף פון $50,000 א טאג וואס רוסלאנד פאלגט נישט אויס די אורטייל.

די עסקנים האבן אייביג געהאפט אז די געלט שטראף וואס איז שוין געוואקסן צו 175 מיליאן דאלאר וועט עווענטועל צווינגן רוסלאנד דאס צו אריבערפירן צו זיי, אבער אצינד האט א ריכטער אין די אפעלאט געריכט איבערדרייט די פריערדיגע פסק און געאורטיילט אז רוסלאנד דארף נישט באצאלן די שטראף מיטן אויסרייד אז דאס איז א ציווילע ארגאניזאציע וואס קען נישט קלאגן די רוסישע פעדעראציע וואס איז א זעלבסטשטענדיגע לאנד.

יעצט מיט די פרישע אורטייל האט דאס באגראבן די לעצטע האפענונג דאס צו צוריקבאקומען.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3361
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8651

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

הרה"ג רבי בערל לאזאר הויפט רב פון רוסלאנד באזוכט אין איינע פון די קעמפס
unnamed - 2024-08-19T100627.702.jpg
unnamed - 2024-08-19T100627.702.jpg (82.94 KiB) געזען געווארן 348 מאל
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1196
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1539

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך טיפע טאשן »

גוטעמאלע פאליציי איז איבערגעפאלן קהילת לב טהור
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

מישיגען - 20 אידישע סטודענטן פון די מישיגען אוניווערסיטעט האבן זיך די ערשטע נאכט יו"ט פארזאמלט אין שטוב פון די חב"ד שליח אין סאוטפיעלד, אינמיטן די סעודה האט א באוואפנטער רויבער זיך איינגעבראכן און פאכנדיג מיט א רעוואלווער געפאדערט מ׳זאל אים אהינגעבן ווערדפולע חפצים, ער האט אפגעטראגן מיט זיין רויב אהן ארויסלאזן א קויל.

די פאליציי פארשט עס אויס ווי א רויבעריי און נישט ווי א האסן פארברעכן און האט שוין געמאכט איין ארעסט אין פארבינדונג מיט די רויבעריי.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

ניקוראגווא - אזויווי אין אלע פארשטופטע לענדער קומט פאר אין די הייליגע טעג תפילות מיטן ציל צו דערנעטערן די לאקאלע אידן צום רבש"ע, איז אין די דרום אמעריקאנער לאנד ניקוראגווא נישט געווען אנדערש, ווען מער ווי 120 אידן זענען געקומען אין די צוויי טעג פון ראש השנה הערן די תקיעות און זאגן תשליך און האבן זיך דערנאך באטייליגט ביי די געשמאקע יום טוב סעודה.

דער שליח חב"ד אין שטאט ר׳ דוד עטר האט פארציילט א אינטערסאנטע אנעקדאט וואס האט זיך אפגעשפילט פרייטאג צונאכטס, איינע פון די אידן וואס איז געקומען עסן די שבת סעודה איז פארבעטן געווארן זיך צו מצרף זיין אלס צענטער צום מנין פאר די תפילות אום ליל שבת, דער איד האט ערווענט אז ער האט אין זיין לעבן נאכנישט געדאוונט.

ר׳ דוד האט אים פארזיכערט אז ער וועט שטיין נעבן אים און צייגן וואס צו זאגן, ווען מען האט אנגעהויבן די שטילע שמו"ע האט דער פארוואגלטער איד אנגעהויבן מיט קולי קולות צו שרייען די ווערטער פון די שבת׳דיגע שמונה עשרה מיט א תמימות וואס האט געשפאלטן הימלען.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

פראנקרייך - א שרעקליכע אנטיסעמיטישע אטאקע האט פאסירט איז שטאט פאריז מאנטאג אויפן יארטאג פון די אקטאבאר 7 אטאקע ווען 3 מטסלעמענער מענער האבן געכאפט א אידישע פרוי ביים אריינקומען צו די געביידע וואו זי וואינט און פיזיש אטאקירט מיט א מעסער שרייענדיג דערביי נידריגע אנטיסעמיטישע לאזונגען, איר מאן האט זיך פארבינדן מיט די פאליציי וואס האבן געעפנט אן אויספארשונג.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

לאנדאן - דער 87 יעריגער אנטאני ראוד, זיין זוהן ליאנארד און אייניקל דזשעק סווינדאן זענען אינאיינעם געפארן מיט ביציקלעך די 55 מייל פון לאנדאן און ברייטאן צו אויפטרייבן געלט פאר די בריטישע אידישע ׳ווארלד דזשואיש ריליעף׳ ארגאניזאציע, זיי האבן אין די ענדע אנגעצויגן די אסטראנאמישע ציפער פון 6,000 פונט און עס האט זיי גענומען עטוואס מער ווי 5 שעה צו אדורכרייזן די גאנצע וועג.

זיי האבן אויסגעוועלט די ארגאניזאציע וויבאלד זייער פאמיליע איז געראטעוועט געווארן דורך די קינדער טראנספארט ביי די צווייטע מלחמה פאר 80 יאר צוריק און די ארגאניזאציע האט געהאט א האנט דערין.
שרייב פאוסט