רבי אברהם אבלי הלוי גומבינר ז"ל, המגן אברהם - ג' תשרי תמ"ג
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
רבי אברהם אבלי הלוי גומבינר ז"ל, המגן אברהם - ג' תשרי תמ"ג
בכל תפוצות ישראל, עכ"פ אין אשכנז און תלמידי בעל שם רירט מען זיך נישט אן א פסק פון דעם הייליגן מגן אברהם. רוב פסקים פון דעם 'שולחן ערוך הרב' פונעם הייליגן 'בעל התניא' איז באזירט אויף פסקי המגן אברהם ז"ל.
דער מגן אברהם איז געבוירן געווארן בשנת שנת שצ"ז לפ"ק (וי"א שנת שפ"ז) צו זיין טאטן רבי חיים הלוי דומ"ץ גומבין הי"ד. ער איז געווען א תלמיד פון רבי יצחק בן אליקום אב"ד פוזנא. כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון רבי משה יקותיאל קויפמאן - כ"ץ אב"ד קוטנא. חוץ דעם וואס ער האט מחבר געווען דעם באקאנטן פירוש מגן אברהם אויפן שו"ע, האט ער אויך מחבר געווען ספר זית רענן אויפן ילקוט שמעוני. ער האט משמש געווען בדיינות אין שטאט קאליש.
מדבריו הקדושים: דער מגן אברהם (או"ח סי' מ"ו) ברענגט אראפ בשם דעם אר"י הקדוש אז פאר'ן דאווענען זאל איד זיך מקבל זיין די מצוה פון "ואהבת לרעך כמוך". דער מחצית השקל (ס'איז דא וואס זאגן אז ער איז געווען א גלגול פון דעם מ"א) שרייבט די סיבה, ווייל אז אידן האלטן זיך, קומט זייערע תפילת אן צוזאמען און ס'וועט נתקבל לרחמים ולרצון לפני אדון הכל.
ער איז נפטר געווארן ביום ג' וי"א ט' תשרי תמ"ג. מנוחתו כבוד אין קאליש (דאכט זיך היינט הייסט עס דאנציק) ליידער איז דער בית החיים א שפיל הויף פון א שולע. אינמיטן דעם הויף (יארד) איז דא די מצבה פונעם מגן אברהם.
זכותו הגדול יגן עלינו

- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: רבי אברהם אבלי הלוי גומבינר - המגן אברהם ז"ל - ג' תשרי תמ"ג
ווען ער איז געווען אכצען יאר אלט, אין יאר תט''ו, זענען זיינע עלטערן ג'הרגעט געווארן דורך די מלאכי חבלה די שליחי חמלניצקי ימ''ש. ער איז דאן אריבער געגאנגען צום שטאט ליסא און האט זיך אויפגעהאלטן ביי זיין קרוב ר' יעקב יצחק גומבינר, וואס ער איז געווען דארט רב. און ער האט ביי אים געלערנט תורה.
שפעטער איז ער געפארן קיין קאליש, און דארט איז ער געווארן א מלמד. קיינער האט נישט געוויסט קיין סאך איבער דעם געוואלדיגען אוצר וואס דער מלמד טראגט אין זיך. ביז בדרך לא דרך איז אנגעקומען אהין דער ש''ך, און ער האט מגלה נסתרות געווען. און האט תיכף אויפגעפאדערט אים צו געבן א חשובע שטעלע. וכן הוה ער איז אויפגענומען געווארן דארט אין שטאט אלץ ראש ישיבה, און ווי אויך איז ער געווארן א דיין אין די ארטיגע בית דין. תחת נשיאותו פון ר' ישראל שפירא. (דער זוהן פונעם מגלה עמוקות).
כאטשיג די ספר מגן אברהם האט ער שוין געשריבען זייענדיג דרייסיג יאר אלט, איז עס הערשט געדריקט געווארן שוין נאכדעם וואס ער איז אוועק. און עס איז געדריקט געווארן צום ערשטען מאל אין שנת תנ''ב, אינאיינעם מיטן פירש פונעם טורי זהב.
דער ספר האט ער אנגעהויבען שרייבן בשנת תכ''ה, און איז פארטיג געווארן גרייט אויף צום דריקען אין שנת תל''א. ר' אברהם איז אבער געווען א גרויסע ארעמאן, און דערפאר האבן זיך כסדר געמאכט שטרויכלינגען אין וועג וואס האבן אים אפגעהאלטן פון עס דריקען.
אין יאר תל''ג האט זיין ברודער ר' יהודה גענומען אויף זיך צו דריקען דעם ספר. און ער איז געפארן מיט דעם קיין אמסטרדם. אויפן וועג איז געשעהן וואס עס איז געשעהן, און ר' יהודה איז נסתלק געווארן אויפן וועג. און אזוי האט זיך די זאך ווייטער אפגעשטיפט.
אין יאר תמ''א איז צום ערשטען מאל געדריקט געווארן די ספר עולת תמיד און עולת שבת. און אזוי ווי די ספר מגן אברהם איז נאכנישט געווארן געדריקט ביז דעמאלטס, האט ער נאך זוכה געווען ארייצוכאפן מנה אחת אפים פונעם מגן אברהם בספרו. (וואס אגב, איז די ספר עולת שבת אזוי אראפ פון טיש פאר הונדערטער יארן. און איז הערשט איבערגעדריקט געווארן אין תשס''ג)
נאכדעם וואס ער איז אוועק, האט זיין זוהן ר' חיים זיך גענומען צו דעם אז מען זאל דריקען זיין טאטענס ספר. איז ער אריבער געגאנגען צו ר' שבתי בס דער מחבר ספר שפתי חכמים אויף רש''י, וואס ער האט זיך אפגעגעבן מיטן דריקען דעם ספר טורי זהב. און ער האט באוויזען אריינצושטיפן ביידע פירושים אין איין ספר.
דער מגן אברהם האט אנגערופען זיין ספר נר ישראל, וואס איז נוטריקון ''נר'' י'פה ש'ל ר'בי א'ברהם ה'לוי. און זיין זוהן ר' חיים האט עס געטוישט אויף מגן אברהם, וויבאלד עס איז געדריקט געווארן אינאיינעם מיט ספר טורי זהב, וואס האט געהייסען ''מגן דוד''. (די ספר השלחן ערוך האט ביז נישט לאנג צוריק געהייסען ספר המגינים) עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געהאט טענות אז דאס רופן מיט א נאמען מגן אברהם איז נישט אויסגעהאלטן. וויבאלד דער מגן אברהם איז דער אויבערשטער, אזוי ווי מיר זאגן ביי שמונה עשרה.
די ספר מגן אברהם איז געשריבען אויף זייער א קורצע און חריפות'דיגע מהלך. און עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין וואס ער האט געוואלט אן דעם וואס וואס מען לערנט עס צו מיטן פירוש פונעם מחצית השקל, אדער פרי מגדים (אדער אויב מען קען ש''ס בעל פה) הגם עס זענען געשריבען געווארן מערערע פירושים אויפן ממג''א, זענען די צוויי די מערסט גאנגבאר.
דער מגן אברהם איז געגאנגען מיטן מהלך אנצונעמען דעם רמ''א בכל מקום נגד הבית יוסף. אין סימן ש''כ דריקט ער זיך אויס ''משה אמת ותורתו אמת, ודברי הרב בית יוסף תמוהין''
צווישען זיינע תלמידים זענען באקאנט. דער מהרם א''ש, און דער אליה רבה.
ספרי המגן אברהם.

- מגן אברהם.
זית רענן על הילקוט שמעוני.
ס' שמן ששון עה''ת ביז פרשת חיי שרה.
פירוש אויף תוספתא סדר נזיקין.
ספר שמות אנשים ונשים וואס איז נוגע הלכות גיטין.
חידושים אויף מסכת זבחים מנחות, וואס איז קיינמאל נישט געדריקט געווארן.
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 357
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 733
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 25
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:47 pm
- x 26
Re: רבי אברהם אבלי הלוי גומבינר - המגן אברהם ז"ל - ג' תשרי תמ"ג
ער איז נפטר געווארן תמ"ג און זיין ספר איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן שנ"ב נאך זיין פטירה?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: רבי אברהם אבלי הלוי גומבינר - המגן אברהם ז"ל - ג' תשרי תמ"ג
יא, ער האט נישט זוכה געווען צו זעהן זיין ספר וואס כהיום איז כל בית ישראל נשען עליו כיתד שלא תימוט, בא לידי דפוס.היסטאריקער האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 6:53 am
ער איז נפטר געווארן תמ"ג און זיין ספר איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן שנ"ב נאך זיין פטירה?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 404
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 298
Re: רבי אברהם אבלי הלוי גומבינר - המגן אברהם ז"ל - ג' תשרי תמ"ג
מיינט מן הסתם תנ"ב, נישט שנ"ב.נקודת טובות האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 11:17 amיא, ער האט נישט זוכה געווען צו זעהן זיין ספר וואס כהיום איז כל בית ישראל נשען עליו כיתד שלא תימוט, בא לידי דפוס.היסטאריקער האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 6:53 am
ער איז נפטר געווארן תמ"ג און זיין ספר איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן שנ"ב נאך זיין פטירה?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: רבי אברהם אבלי הלוי גומבינר - המגן אברהם ז"ל - ג' תשרי תמ"ג
יא, גערעכט.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 12:15 pmמיינט מן הסתם תנ"ב, נישט שנ"ב.נקודת טובות האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 11:17 amיא, ער האט נישט זוכה געווען צו זעהן זיין ספר וואס כהיום איז כל בית ישראל נשען עליו כיתד שלא תימוט, בא לידי דפוס.היסטאריקער האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 6:53 am
ער איז נפטר געווארן תמ"ג און זיין ספר איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן שנ"ב נאך זיין פטירה?
איך וועל דאס פאררעכטען אי''ה. און שכוח פארן מיר אויפמערקזאם מאכן איבער דעם טעות, ווייל אזוי האב איך שוין איבער געקוקט אנדערע תגובות מיינע, און געזעהן אז עס זענען דא נאך טעותים. (איך שרייב און איך שיק גלייך. איך ליין אפילו נישט איבער פארן שיקען. טאקע נישט שיין פון מיר.)
הגה"ק רבי אברהם אבלי ב"ר חיים הלוי זי"ע, בעל מגן אברהם - ג' תשרי תמ"ג
ג' תשרי
הגה"ק רבי אברהם אבלי ב"ר חיים הלוי זי"ע, (גומבינער), בעל מגן אברהם, מקאליש.
ער איז געבוירן אין שטאט גומבין, בשנת שפ"ז.
צו זיין טאטן הגה"ק רבי חיים הלוי דומ"ץ גומבין זי"ע, הי"ד, וואס איז ליידער אומגעקומען אויף קידוש ד' בשנת תט"ו נאך די גזירות ת"ח ות"ט דורך די קאזאקען און דער שר הצורר חמלניצקי ימ"ש.
ער איז שוין פון אלס גאר יונג קינד געווען מפורסם אלס א גאון הגאונים און א חריף ולמדן עצום בתורה, ער האט עוסק געווען בתורה יומם ולילה בקדושה ובטהרה מיט א געוואלדיגע התמדה, ער איז געווען א בקי בש"ס ופוסקים און בנגלה ובנסתר, ער איז געווען א בקי און געקענט בעל פה אלע כתבי האריז"ל און ספר הכוונות, אבער מיט זיין גרויס עניוות האט ער כסדר געזאגט אז ער איז נישט באקאנט אין תורת הנסתר, און וויבאלד ער איז געווען זיין גאנץ לעבן אזוי באהאלטן, איז דער צדיק נישט געווען אזוי מפורסם בחייו, אבער לאחר פטירתו ווען עס איז ארויס געקומע זיין הייליגע חיבור מגן אברהם, איז דער צדיק נתפרסם געווארן, און זיין חיבור איז מקובל געווארן אין די גאנצע וועלט, צדיקים האבן מעיד געווען אז דער צדיק האט געהאט כמה פעמים גילוי אליהו הנביא ז"ל.
ער איז געווען א תלמיד מובהק פון הגה"ק רבי יצחק מפוזנא בעל שו"ת באר יצחק זי"ע, און ער האט פין דעם רבין גאר אסאך תורה געלערנט, די רבי האט גאר שנעל איינגעזען דעם גדלות פון זיין תלמוד און זיין עבודה בקדושה וטהרה, און דערפאר האט ער דעם תלמיד גאר שטארק מכבד געווען און מחבב געווען.
בשנת ת"כ איז ער אריבער צום שטאט קאליש, גאנץ אנפאנג האט ער געדינט אלס מלמד תינוקות אין שטאט, אבער ווען די אידן פון שטאט האבן איינגעזען דאס גדלות פון דעם גאון, האט מען אים דאן אויף גענומען אלס ראש ישיבה, און גאר גרויסע גאונים און תורה ריזן זענען געקומען לערנען תורה ביי דעם גאון, און גרויסע גדולי ישראל זענען פון זיין ישיבה ארויס געקומען, אויך איז ער אריין אלס דיין אין די בית דין פון הגה"ק רבי ישראל שפירא מקאליש זי"ע דער זון פונעם הייליגען מגלה עמוקות זי"ע.
ער האט ארויסגעגעבן גאר גרויסע תלמידים גאונים וקדושים, ובתוכם,
הגה"ק רבי מאיר בעל מהר"ם א"ש מאייזנשטאט זי"ע,
הגה"ק רבי אליה שפירא בעל אליה רבה ואליה זוטא מפראג זי"ע.
ווערט דערציילט אז איינמאל איז דער הייליגער ש"ך זי"ע געקומען באזוכן דעם שטאט קאליש, און איינע פון די תלמידים פונעם הייליגען מגן אברהם האט געזאגט פארן ש"ך א תשובה וואס ער האט געהערט פון זיין רבין, און דער הייליגער ש"ך איז מורא'דיג נתפעל געווארן און ער האט דאן געבעטן די שטאט מענטשן אז מען זאל דעם מגן אברהם אויפנעמען אלס רב אין שטאט, אבער מיט זיין גרויס עניוות האט ער נישט געוואלט נעמען קיין רבנות נאר ער איז דאן געווארן מו"ץ פון שטאט קאליש.
בשנת תכ"ה האט דער גאון אנגעהויבן שרייבן זיין הייליגען חיבור "מגן אברהם" און דאס האט גענומען גאנצע זעקס יאר, ווי באקאנט האט דער גאון געלעבט אין א גרויסע דחקות, און צוליב דעם האט ער נישט געהאט קיין געלט צו קויפן קיין פאפיר צו שרייבן זיינע חידושים, און דערפאר האט ער געניצט איבער געבליבענע פאפיר, אויך איז באקאנט אז א גרויסע חלק פונעם ספר מגן אברהם איז דאס ערשטע מאל געשריבן געווארן אויף די ווענט פון זיין שטוב.
זיין גדלות בתורה איז דאן מפורסם געווארן אין די וועלט, צענדליגע גדולים און גאונים בתורה זענען צו דעם גאון געקומען פרעגן גאר שווערע שאלות, און אפילו סוף ימיו ווען ער איז שוין ליידער געווען קראנק און שוואך און געלעגן אין בעט מיט יסורים, האט דער גאון נישט נאך געלאזט נאר ער האט ווייטער פאר געלערנט שיעורים פאר זיינע תלמידים און אויף גענומען אידן מיט שאלות, און דאס אלעס איז געווען מיט א מסירת נפש פאר תורה.
מען דערציילט אז זיין ספר מגן אברהם האט ער גאנץ אנפאנג בכלל נישט געגעבן קיין נאמען און אפילו נישט געשריבן ווער דער מחבר איז צוליב זיין געוואלדיגע עניוות וואס ער האט געהאט, נאר שפעטער נאך זיין פטירה ווען זיין זון האט געדריקט דעם ספר האט מען דאס א נאמען געגעבן מגן אברהם, אבער דער ספר איז גאנץ שנעל געווארן אן גענומען בכל תפוצות ישראל און עד היום הזה ווערט דער פירוש געלערנט אין די גאנצע וועלט.
ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,
בנו הגה"ק רבי חיים מקלימנטוב זי"ע,
חתנו הגה"ק רבי משה יקותיאל קופמן בעל לחם הפנים מקוטנא זי"ע.
ליידער האט דער גאון נישט מעריך ימים געווען און ליידער האט ער גאר אסאך יסורים געליטן סוף ימיו, אבער לא פסיק פומיא מגירסא ביזן לעצטן אטעם האט דער גאון עוסק געווען בתורה מיט א געוואלדיגע מסירת נפש.
ער האט געלאזט צוואה אז מען זאל נישט שרייבן קיין שבחים אדער סיי וואס אויף זיין מציבה, און דערפאר איז די לשון המציבה גאר פשוט, פ"נ ר' אברהם אבלי הלוי מחבר ס' מגן אברהם וזית רענן, תנצב"ה.
נסתלק לגנזי מרומים ג' תשרי בשנת תמ"ג, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט קאליש.
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

Re: הגה"ק רבי אברהם אבלי ב"ר חיים הלוי זי"ע, בעל מגן אברהם - ג' תשרי תמ"ג
דער הייליגער מגן אברהם שרייבט דעם טעם פארוואס מען נעמט ערב יום הקדוש א תרנגולת צו שלאגן כפרות און נישט קיין תורין אדער א בני יונה, וויבאלד די אנדערע קען ח"ו אויסזעהן ווי מען איז מקריב קדשים בחוץ.
אויך שרייבט דער מגן אברהם די טעם פארוואס מען טוט אן א ווייסע קיטל יום הקדוש, ווייל מיט דעם זעט א איד אויס בדוגמת מלאכי השרת און אויך איז דאס א בגד פון מתים און דאס וועט מעורר זיין די מענטש צו תשובה און תיקון המעשים.
הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע האט דערציילט, אז איינמאל האט מען גערעדט ביים הייליגע רבי אלימלך מליזענסק זי"ע איבער די גרויסקייט פונעם הייליגען מגן אברהם זי"ע, האט דער צדיק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע געזאגט בזה"ל, "אלע מחברי ספרים ביז דעם מגן אברהם ועד בכלל, זענען געווען בעלי רוח הקדוש און בעלי גילוי אליהו הנביא ז"ל.
מען דערציילט אז הרה"ק מבעלזא זי"ע און אויך הרה"ק רבי משולם פייש בעל עבודת עבודה מטאהש זי"ע האבן ביידע געזאגט, אז צוליב וואס דער הייליגער מגן אברהם האט ליידער געלעבט אין א גרויסע דחקות און אויך ליידער נסתלק געווארן בדמי ימיו, האט דער גאון נישט געקענט צו ענדיגן זיין חיבור, און אויך איז דער חיבור געשריבן געווארן זייער בקיצור און איז נישט גרינג צו לערנען, דערפאר איז דער הייליגער גאון דער מחצית השקל זי"ע געווען א גלגול פון דעם נשמה פונעם מגן אברהם, און דער מחצית השקל האט מסביר געווען די ווערטער פונעם מגן אברהם גאר קלאר.
דערציילט מען אז אין שטאט קאליש האט געוואוינט א חסיד א גאר ערליכער איד וואס ביי אים פלעגט אסאך איינשטיין דער צדיק הרה"ק רבי זעליג בעל ניצוצי זה"ר משראנצק זי"ע, און ווען דער צדיק רבי זעליג איז געקומען פלעגט דער חסיד לכבודו פונעם צדיק, ווארטן ביז דער צדיק האט גענדיגט דאווענען.
איין שבת צופרי נאכן דאווענען האט דער בעל אכסניא געשפירט א שוואכקייט און ער האט געוואלט אהיים גיין קידוש מאכן, האט ער געהייסן זיין זון צו ווארטן אויף רבי זעליג ביז ער ענדיגט דאווענען און דערנאך זאל ער אים אהיים ברענגען צו זיי אין שטוב,
ווען דער צדיק רבי זעליג האט גענדיגט דאווענען, איז ער אהיים מיטן זון פון דעם בעל אכסניא, און דאן איז רבי זעליג שוין געווען אויף די עלטערע יארן און נישט אזוי גוט געזען, אינמיטן וועג האט זיך דער צדיק אפגעשטעלט ביי א פלאץ, און זאגט פארן זון פונעם בעל אכסניא, איך שפיר א גאר גוטן ריח ארויס קומען פון דעם מקום, דער זון האט אבער געזאגט אז ער שפירט נישט גארנישט, נאך א שטיק צייט זענען זיי אהיים געקומען עסן די סעודת שבת,
ווען דער זון האט דערציילט פארן טאטן די מעשה וואס ער האט געהאט מיטן צדיק אויפן וועג אהיים, איז די טאטע זייער פארוואונדערט געווארן, אבער אפאר טאג שפעטער האט דער בעל אכסניא מברר געווען וואס דער מקום איז, און מען איז געוואר געווארן אז דארט איז אמאל געשטאנען די הויז פונעם הייליגען מגן אברהם זי"ע און דער צדיק רבי זעליג האט דאס מיט זיין קדושה מרגיש געווען.
זי"ע.

אן אינטערעסאנטע אנעקדאט, דער מגן אברהם איז אזוי שטארק געווען אנגענומען אלץ פוסק אחרון ביי אונז די קהילות תלמידי החת”ס, אז דער חת”ס אליינס וואס שרייבט אז זיינע רביס האבן קייינמאל נישט דערמאנט דעם ספר הזוהר און איז אלץ פארנומען נישט צו ברענגען נסתר במקום נגלה. ער אליינס האט אנגענומען אלע זוהר’ס וואס דער מג”א ברענגט אראפ מיט א קפידה:
- דוגמת דאס ארויסשטעקן אפילו איין האר ביי א פרוי.
- ער האט געזאגט א געוויסע קאפיטל ביי נפילת אפים וואס דער מג”א ברענגט פון זוהר אז סאיז א סכנה צו זאגן אן כונה דעריבער זאגט מען עס נישט, האט עס דער חת”ס יא געזאגט.
- די ערבות מיט 17 ענפים וואס דער מג”א ברענגט פון זוהר.
סאיז דא נאך דוגמאות וואס כגעדענק נישט כרגע
טראצדעם וואס באופן כללי, איז דער חת”ס ממש נישט גורס נסתר במקום נגלה.

קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 109
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
- Location: new york
- x 149
Re: רבי אברהם אבלי הלוי גומבינר ז"ל, המגן אברהם - ג' תשרי תמ"ג
געווענטליך איז אנגענומען א ביי א מחלוקת פון די מגן אברהם מיט די טורי זהב, נעמען די שפעטערדיגע אחרונים מער אן ווי די מגן אברהם. דאס איז אבער אינטערסאנט און נישט קלאר פארוואס, די טורי זהב איז בשעתו געווען אנגענומען ווי די גדול הדור ממש, און פון די תקנות פון די וועד ארבע ארצות איז געווען אנצונעמען די הכרעה פונעם טורי זהב, דאך האט מען שפעטער מער אנגענומען ווי די מגן אברהם, די שאלה איז פארוואס?
יש אומרים וויבאלד די מגן אברהם איז געווען אינגער ווי די טורי זהב (הגם זיי זענען געווען אין דעם זעלבן דור), איז די מג"א א בתראי, נאך די טורי זהב, און די כלל איז דאך הלכה כבתראי. אבער אנדערע ווענדן דאס אפ ווייל עס איז קלאר אז רוב חלקי הטורי זהב האט נאך נישט די מגן אברהם געהאט, און ביי אזא פאל זאגט מען נישט געווענטליך אז די הלכה איז כבתראי.
יש אומרים וויבאלד די מגן אברהם איז געווען אינגער ווי די טורי זהב (הגם זיי זענען געווען אין דעם זעלבן דור), איז די מג"א א בתראי, נאך די טורי זהב, און די כלל איז דאך הלכה כבתראי. אבער אנדערע ווענדן דאס אפ ווייל עס איז קלאר אז רוב חלקי הטורי זהב האט נאך נישט די מגן אברהם געהאט, און ביי אזא פאל זאגט מען נישט געווענטליך אז די הלכה איז כבתראי.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 109
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
- Location: new york
- x 149
Re: רבי אברהם אבלי הלוי גומבינר - המגן אברהם ז"ל - ג' תשרי תמ"ג
די מיינסט נישט דער מהרם א"ש וואס איז געווען א תלמיד פון חתם סופר, די מיינסט דער פנים מאירות וואס האט אויך געהייסן רבי מאיר פון אייזנשטאט, אבער מען רופט אים נישט מיט די נאמען מהרם א"ש, מען רופט אים די פנים מאירות.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 8:13 pm
צווישען זיינע תלמידים זענען באקאנט. דער מהרם א''ש, און דער אליה רבה.
[/list]
לגבי דאס וואס די שרייבסט אז זיי זענען געווען תלמידים פונעם מגן אברהם, זענען אנדערע שטארק מפקפק אויף דעם, און טענה'ן אז דער פנים מאירות און אליה רבה זענען בכלל נישט געווען קיין תלמידים פון מגן אברהם, עס איז נישט דא אויף דעם קיין שום ראיות, און זיי רופן נישט אן די מגן אברהם בשם מורי וכדומה.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: רבי אברהם אבלי הלוי גומבינר - המגן אברהם ז"ל - ג' תשרי תמ"ג
איך מיין טאקע דער פנים מאירות, אבער ער ווערט אויך אנגערופען דער מהר"ם א"ש בדברי הפוסקים. ער ווערט טאקע אויך גערופען אויפן נאמען פונעם ספר, אבער מכלל מהר"ם א"ש לא יצא. ותרי מהר"ם א"ש איכא, און ביידע טאקע מיטן זעלבען נאמען. אבער געריקט מיט הונדערט יאר.נישט קיין בהלה האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 2:15 amדי מיינסט נישט דער מהרם א"ש וואס איז געווען א תלמיד פון חתם סופר, די מיינסט דער פנים מאירות וואס האט אויך געהייסן רבי מאיר פון אייזנשטאט, אבער מען רופט אים נישט מיט די נאמען מהרם א"ש, מען רופט אים די פנים מאירות.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 8:13 pm
צווישען זיינע תלמידים זענען באקאנט. דער מהרם א''ש, און דער אליה רבה.
[/list]
לגבי דאס וואס די שרייבסט אז זיי זענען געווען תלמידים פונעם מגן אברהם, זענען אנדערע שטארק מפקפק אויף דעם, און טענה'ן אז דער פנים מאירות און אליה רבה זענען בכלל נישט געווען קיין תלמידים פון מגן אברהם, עס איז נישט דא אויף דעם קיין שום ראיות, און זיי רופן נישט אן די מגן אברהם בשם מורי וכדומה.
בנוגע דער אליה רבה. אין אליה זוטא סימן רמ"ב שרייבט ער ואלוף נעורי הרב מוהר"ר אברהם אבלי מקאליש שלח לי קונטרס אחד מריש הלכות שבת. מען רעדט דארט פון דעם ספר מגן אברהם נאך איידער עס איז געגאנגען צום דריק און דער מגן אברהם האט אים עס געשיקט אלץ קונטרס. און דער אליה רבה רופט אים אן אלוף נעורי הרב מוהר"ר. צו זאגן אלוף נעורי איז פשט אז ער איז געווען א חבר מיטן מגן אברהם איז נישט מסתבר, ווייל ער איז געווען 23 יאר אלט ווען דער מגן אברהם איז נסתלק געווארן. בפרט ווען ער שרייבט אויף אים הרב מוהר"ר און שפעטער שרייבט ער אויף אים מהר"ר.
ווידער דער פנים מאירות ווייס איך טאקע נישט פון וואו די השערה קומט. אין די הקדמה צום ספר פנים מאירות שנת תשכ"ב שרייבט זיין אייניקל דער מוציא לאור אז ער האט אין די אינגע יארן געלערנט ביים מגן אברהם, און שרייבט פאר רעפרענס כתנות אור פרשת ויקרא. איך האב פראבירט נאכצוקוקן, אבער איך בין נישט קלוגער געווארן.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 109
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
- Location: new york
- x 149
Re: רבי אברהם אבלי הלוי גומבינר - המגן אברהם ז"ל - ג' תשרי תמ"ג
לויט ווי עס ווערט פארשריבן אין די תולדות פון די מגן אברהם איז ער אין די אינגע יארן געווען א מלמד תינוקת. לויט דעם איז יתכן אז דער אליהו רבה מיינט טאקע דאס צו זאגן אויף די מגן אברהם אלוף "נעורי" מיינט אז אין די אינגע יארן האט ער געלערנט ביי אים ווען די הייליגע מגן אברהם איז נאך נישט געווען מפורסם און געדינט אלס מלמד דרדקי.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 2:21 pmאיך מיין טאקע דער פנים מאירות, אבער ער ווערט אויך אנגערופען דער מהר"ם א"ש בדברי הפוסקים. ער ווערט טאקע אויך גערופען אויפן נאמען פונעם ספר, אבער מכלל מהר"ם א"ש לא יצא. ותרי מהר"ם א"ש איכא, און ביידע טאקע מיטן זעלבען נאמען. אבער געריקט מיט הונדערט יאר.נישט קיין בהלה האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 2:15 amדי מיינסט נישט דער מהרם א"ש וואס איז געווען א תלמיד פון חתם סופר, די מיינסט דער פנים מאירות וואס האט אויך געהייסן רבי מאיר פון אייזנשטאט, אבער מען רופט אים נישט מיט די נאמען מהרם א"ש, מען רופט אים די פנים מאירות.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 8:13 pm
צווישען זיינע תלמידים זענען באקאנט. דער מהרם א''ש, און דער אליה רבה.
[/list]
לגבי דאס וואס די שרייבסט אז זיי זענען געווען תלמידים פונעם מגן אברהם, זענען אנדערע שטארק מפקפק אויף דעם, און טענה'ן אז דער פנים מאירות און אליה רבה זענען בכלל נישט געווען קיין תלמידים פון מגן אברהם, עס איז נישט דא אויף דעם קיין שום ראיות, און זיי רופן נישט אן די מגן אברהם בשם מורי וכדומה.
בנוגע דער אליה רבה. אין אליה זוטא סימן רמ"ב שרייבט ער ואלוף נעורי הרב מוהר"ר אברהם אבלי מקאליש שלח לי קונטרס אחד מריש הלכות שבת. מען רעדט דארט פון דעם ספר מגן אברהם נאך איידער עס איז געגאנגען צום דריק און דער מגן אברהם האט אים עס געשיקט אלץ קונטרס. און דער אליה רבה רופט אים אן אלוף נעורי הרב מוהר"ר. צו זאגן אלוף נעורי איז פשט אז ער איז געווען א חבר מיטן מגן אברהם איז נישט מסתבר, ווייל ער איז געווען 23 יאר אלט ווען דער מגן אברהם איז נסתלק געווארן. בפרט ווען ער שרייבט אויף אים הרב מוהר"ר און שפעטער שרייבט ער אויף אים מהר"ר.
ווידער דער פנים מאירות ווייס איך טאקע נישט פון וואו די השערה קומט. אין די הקדמה צום ספר פנים מאירות שנת תשכ"ב שרייבט זיין אייניקל דער מוציא לאור אז ער האט אין די אינגע יארן געלערנט ביים מגן אברהם, און שרייבט פאר רעפרענס כתנות אור פרשת ויקרא. איך האב פראבירט נאכצוקוקן, אבער איך בין נישט קלוגער געווארן.
די אלי' רבה ברענגט הונדערטער מאל די מגן אברהם אן דערמאנען אים אלס מורי וכדומה, ממילא איז מיר ענדערש אנצונעמען דאס וואס איך דא געשריבן אז ער איז אפשר געווען זיין מלמד דרדקי, אבער ער איז נישט געווען רבו מובהק פון די אלי' רבה.
Re: רבי אברהם אבלי הלוי גומבינר ז"ל, המגן אברהם - ג' תשרי תמ"ג
די טעם קען מען מעיין זיין אבער דער מג”א האט באקומען א כח ביי די בני אשכנז, חסידים ווי מתנגדים, ממש כמעט א כח ווי דער רמ”א.נישט קיין בהלה האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 2:12 am געווענטליך איז אנגענומען א ביי א מחלוקת פון די מגן אברהם מיט די טורי זהב, נעמען די שפעטערדיגע אחרונים מער אן ווי די מגן אברהם. דאס איז אבער אינטערסאנט און נישט קלאר פארוואס, די טורי זהב איז בשעתו געווען אנגענומען ווי די גדול הדור ממש, און פון די תקנות פון די וועד ארבע ארצות איז געווען אנצונעמען די הכרעה פונעם טורי זהב, דאך האט מען שפעטער מער אנגענומען ווי די מגן אברהם, די שאלה איז פארוואס?
יש אומרים וויבאלד די מגן אברהם איז געווען אינגער ווי די טורי זהב (הגם זיי זענען געווען אין דעם זעלבן דור), איז די מג"א א בתראי, נאך די טורי זהב, און די כלל איז דאך הלכה כבתראי. אבער אנדערע ווענדן דאס אפ ווייל עס איז קלאר אז רוב חלקי הטורי זהב האט נאך נישט די מגן אברהם געהאט, און ביי אזא פאל זאגט מען נישט געווענטליך אז די הלכה איז כבתראי.
די ליטאים ספעציפיש האבן אנהויבן דרייען ווי דעם גר”א. אבער אזוי איז לענגאויס גאנץ אשכנז, פון אינגאנצן מזרח-אוקריינע ביז די אנדערע עק מערב-פראנקפורט. איבעראל.
אזוי איז עס. מיר געפונען עס איבעראל. דער שו”ע הרב נעמט אן אזוי. דער חת”ס נעמט אן אזוי. יעדער פון אלע זייטן נעמט אן אינטערשטע שורה דעם מגן אברהם.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: רבי אברהם אבלי הלוי גומבינר ז"ל, המגן אברהם - ג' תשרי תמ"ג
בנוגע דער בעל התניא איז באקאנט דאס וואס דער צמח שרייבט אין אורח חיים סימן י"ח אויף זיין זיידן ששמעתי ממנו בעצמו שיש כמה דברים שחוזר בו ממ"ש שם, מפני שנסמך אז יותר מדאי על המגן אברהם. און טאקע אין מהדורא בתרא, און אין סידור קען ער שוין יא קריגן.מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 4:48 pmדי טעם קען מען מעיין זיין אבער דער מג”א האט באקומען א כח ביי די בני אשכנז, חסידים ווי מתנגדים, ממש כמעט א כח ווי דער רמ”א.נישט קיין בהלה האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 2:12 am געווענטליך איז אנגענומען א ביי א מחלוקת פון די מגן אברהם מיט די טורי זהב, נעמען די שפעטערדיגע אחרונים מער אן ווי די מגן אברהם. דאס איז אבער אינטערסאנט און נישט קלאר פארוואס, די טורי זהב איז בשעתו געווען אנגענומען ווי די גדול הדור ממש, און פון די תקנות פון די וועד ארבע ארצות איז געווען אנצונעמען די הכרעה פונעם טורי זהב, דאך האט מען שפעטער מער אנגענומען ווי די מגן אברהם, די שאלה איז פארוואס?
יש אומרים וויבאלד די מגן אברהם איז געווען אינגער ווי די טורי זהב (הגם זיי זענען געווען אין דעם זעלבן דור), איז די מג"א א בתראי, נאך די טורי זהב, און די כלל איז דאך הלכה כבתראי. אבער אנדערע ווענדן דאס אפ ווייל עס איז קלאר אז רוב חלקי הטורי זהב האט נאך נישט די מגן אברהם געהאט, און ביי אזא פאל זאגט מען נישט געווענטליך אז די הלכה איז כבתראי.
די ליטאים ספעציפיש האבן אנהויבן דרייען ווי דעם גר”א. אבער אזוי איז לענגאויס גאנץ אשכנז, פון אינגאנצן מזרח-אוקריינע ביז די אנדערע עק מערב-פראנקפורט. איבעראל.
אזוי איז עס. מיר געפונען עס איבעראל. דער שו”ע הרב נעמט אן אזוי. דער חת”ס נעמט אן אזוי. יעדער פון אלע זייטן נעמט אן אינטערשטע שורה דעם מגן אברהם.
עכ"פ, דאס איז קלאר אז ס'איז א הימלישע סיבה. כמדומה אז עס איז נישטא נאך א פוסק אויף וועמען מען פארלאזט זיך אזוי בלינדערהייט כמעט בכל מקום ווי דער מגן אברהם.
אגב, איך פארשטיי נישט וואס איר מיינט מיט דעם נסתר במקום נגלה. איז עס א חידוש אז ער איז געגאנגען בשיטת המגן אברהם במקום וואס דער מקור איז א זוהר? אדער דער חידוש איז אז דער מגן אברהם ברענגט דעם זוהר להלכה?
@נישט קיין בהלה אינגער און עלטער איז קנאפ נוגע לגבי פסק. אויב האט דער מגן אברהם נישט געזעהן דעם מגן דוד, איז עס לכאורה נישט אין כלל פון הלכתא כבתראי. און כמדומה האט דער מגן אברהם נאר געזעהן דעם טורי זהב און נישט דעם מגן דוד.
אגב, לגבי דאס וואס דו שרייבסט אז די אלי' רבה ברענגט הונדערטער מאל די מגן אברהם אן דערמאנען אים אלס מורי וכדומה, ממילא איז מיר ענדערש אנצונעמען דאס וואס איך דא געשריבן אז ער איז אפשר געווען זיין מלמד דרדקי, אבער ער איז נישט געווען רבו מובהק פון די אלי' רבה.
קודם כל, אפילו ער שרייבט איין מאל אויף אים אלוף נעורי הרב מוהר"ר איז עס גענוג. ער קען שרייבן טויזנט מאל מגן אברהם טריקען, אבער ער בלייבט נאך אלץ אלוף נעוריו. צווייטענס, פון א מלמד דרדקי ביז רבו המובהק איז דא אסאך דרגות. ער האט פונקט אזוי געקענט זיין זיין מגיד שיעור פון די 16 ביז די 19. פארוואס שפרינגסטו צו מלמד דרדקי? די סיבה פארוואס איך וויל זאגן אז ער איז געווען מער ווי זיין מלמד דרדקי, איז ווייל ווי געשריבען שרייבט דאך דער אליה רבה אז דער מגן אברהם האט אים געשיקט זיין ספר מגן אברהם נאך איידער ער האט עס געדריקט. וואס פון דעם איז משמע אז עס האט געהערשט עפעס א נאנטשאפט צווישען די צוויי.