פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 06, 2024 4:28 pm
דעם יום טוב איז מיר אויסגעקומען צו ליינען די "בחצרות" פון פארלאפענעם פסח (יא, ענדליך אנגעקומען דערצו...)
האב איך געזען אפאר אינטערסאנטע זאכן.
ערשטנס, באשרייבט ער דארט די יום טוב פסח ביים רבי'ן זי"ע שנת תש"ד אין שאטן פון די אנקומענדע קריג, ווען די דייטשן האבן שוין געזוכט דעם רבי'ן מיט לעכט.
שרייבט ער דארט וועגן די מצות באקן, ווי די דייטשן זענען אנגעקומען אינמיטן באקן מצות צו זוכן די תמיר ונעלם חברה, און דער ציבור איז זיך צולאפן.
ברענגט ער נאך פון איינעם ר' ליפא מערץ, וועמען די דייטשן זענען נאכגעלאפן איבער'ן גאנצן געביידע, און ווען ער האט געוואלט אריינלויפן אין אן אפיס צימערל זיך באהאלטן האט ער באמערקט אז דער רבי זי"ע האט זיך דארט באהאלטן, ער שרייבט אז דער רבי איז געווען בלאס ווי די וואנט, און פארשטייענדיג אז אריינשלעפן די דייטשן אהין וועט מיינען איבערגעבן דעם רבי'ן האט ער זיך מוסר נפש געווען און זיך אונטערגעגעבן אזוי אז זיי זאלן נישט אריינלויפן אין יענעם צימער.
מיר זענען אויפגעוואקסן מיט א געשיכטע אז דער רבי איז געבליבן איינער אליינס אינעם בעקעריי און נישט איבערגעלאזט די מצות, און ווען די דייטשן זענען אריינגעקומען האבן זיי אים פשוט נישט געזען.
פון דעם ארטיקל שטעלט זיך ארויס אז דער געשיכטע הייבט זיך פשוט נישט אן. דער רבי איז פעסט אנטלאפן.
ווייסט איינער די ווארהייט פון די פרטים?
נאכמער איז אינטערסאנט, אז ער ברענגט דארט נאך אז ר' לייבעלע גליק האט געגעסן ביים רבי'ן ביים סדר, און די רביצין האט אים געווארנט ער זאל נישט ארויסגעבן פאר קיינעם וואו דער רבי איז, האט ער געענטפערט עפעס אז דער אויבערשטער האט אים שוין פריער געהיטן ווען ער איז געווען מיט'ן רבי'ן אין בעקעריי און זיי האבן נישט באמערקט.
הייסט דאס אז ער באציט זיך יא צום ווערסיע אז דער רבי איז געבליבן ביי די מצות? אדער מיינט ער צוזאגן פשוט אז דער רבי האט זיך באהאלטן?
עפעס בין איך צומישט דא.