תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 11:30 pmווי אויך דער רוסישער צאר וואס איז אויך געווען פארמישט אין די קריג.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 8:26 pm דאס אז קרובים זאלן זיך קריגן איז נישט אזוי זעלטן.
צ.ב.ש. די ענגלישע און דייטשע קעניגן וואס זענען געווען אויף די קעגנערישע צדדים אין די ערשטע וועלט קריג, זענען געווען ערשטע קאזינס.
דאס איז נישט געווען פערצופאל, נאר די ענגלישע קעניגין וויקטאריע האט געארבעט אריינצושטעלן אירע קינדער און אייניקלעך ביי אלע אייראפעאישע מלוכות, וועלנדיג דערמיט אנהאלטן א ווארט איבער גאנץ אייראפע.
1) איר טאכטער וויקטאריע האט חתונה געהאט מיט פרידריך דער דריטער, וועלכער איז געווען קייזער פון דייטשלאנד פאר 99 טעג און איז דערנאך געשטארבן. זיין זון ווילהעלם דער צווייטער האט איבערגענומען און איז געווען קייזער פאר קרוב צו 50 יאר, ביז סוף פון די ערשטע וועלט מלחמה ווען די דייטשע מלוכה האט זיך אויפגעלעזט און אנשטאט איז געווארן געגרינדעט די וויימאר רעפובליק.
פרידריך'ס טאכטער האט חתונה געהאט מיט קאנסטאנטין דער ערשטער, שפעטער דער קעניג פון גריכנלאנד.
2) איר זון אלבערט עדווארד, וועלכער האט שפעטער גע'ירש'נט די בריטישע קרוין, האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פונ'ם דענישן קעניג. זייער זון דזשארדש דער פינפטער איז שפעטער געווארן קעניג פון ענגלאנד, בעת וואס זייער טאכטער האט חתונה געהאט מיט א דענישן פרינץ וואס איז שפעטער געווארן קעניג האאקאן דער זיבעטער פון נארוועגיע.
3) איר טאכטער'ס טאכטער האט חתונה געהאט מיט ניקאליי ימ"ש, וועלכער איז שפעטער געווארן באקאנט אלס צאר ניקאליי דער צווייטער פון רוסלאנד.
4) איר זון אלפרעד איז געווען דער הערצאג פון די דייטשע פרינצטום זאקס-קאובורג און גאטהע, ירש'ענענדיג דעם פאסטן פון זיין טאטע דער מאן פון קעניגין וויקטאריע (וועלכער איז געווען א דייטשער אדלמאן).
(אין די פופציג יאר צווישן די מלחמות פון נאפאלעאן און די ערשטע וועלט מלחמה, איז דייטשלאנד באשטאנען פון צענדליגער קליינע פרינצטומען און אפילו קעניגרייכן, וועלכע זענען געווען לויז פאראייניגט אונטער דעם קייזער פון דייטשלאנד.)
אלפרעד'ס א טאכטער האט חתונה געהאט מיט'ן שפעטערדיגן קעניג פון רומעניע פערדינאנד דער ערשטער. זיינע אנדערע דריי טעכטער האבן חתונה געהאט מיט דייטשע פרינצן, און זיין איינציגסטער זון האט גע'ירש'נט פונ'ם טאטן די הערצאגטום פון די דייטשע פרינצטום זאקס-קאובורג און גאטהע.
5) איר טאכטער העלענע האט חתונה געהאט מיט'ן פרינץ פון די דייטשע שטאַט שלעזוויג-האלשטיין.
6) איר זון ארטור האט געדינט אלס גאווערנאר פון קאנאדע, וועלכע איז נאך דאן געווען א פולשטענדיגע טייל פון די בריטישע אימפעריע. זיין טאכטער האט חתונה געהאט מיט גוסטאוו אדאלף, דער קרוין פרינץ פון שוועדן, אבער ער איז געשטארבן נאך פאר'ן איבערנעמען די טראן.
7) איר טאכטער ביטריס האט חתונה געהאט מיט א דייטשער פרינץ, און זייער טאכטער האט חתונה געהאט מיט אלפאנסא דער דרייצנטער, דער קעניג פון שפאניע.
נאך פון אירע קינדער און אייניקלעך האבן חתונה געהאט מיט פארשידענע אדללייט פון פארשידענע לענדער.
דאס מיינט אז ווען די ערשטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן זענען די קעניגן פון ענגלאנד, דייטשלאנד, נארוועגיע, רוסלאנד, רומעניע, גריכנלאנד און שפאניע געווען גאר נאנטע קרובים (די ווייטסטע איז געווען אן ערשטער קוזין), ווי אויך זענען א צאל דייטשע און ענגלישע (און נאך לענדער) פרינצן און אדללייט געווען א טייל פון די משפחה, און פון די האבן בלויז נארוועגיע און שפאניע נישט גענומען א טייל אין די מלחמה. פאקטיש האט דער דייטשער קייזער ווילהעלם געהאט א הויכן ראנג אין די בריטישער מיליטער, ווי די שטייגער אין די בריטישע קעניגליכע פאמיליע! פארשטייט זיך אז איינמאל די מלחמה האט אויסגעבראכן האט מען אוועקגענומען אלע טיטלען און ראנגען פון אים...
אין די יארן פאר די ערשטע וועלט מלחמה פלעגט דער דייטשער קייזער ווילהעלם פירן א בריוו אויסטויש מיט זיין ערשטער קוזין ניקאליי ימ"ש. די בריוו זענען געווען געשריבן אויף ענגליש, און זיי האבן זיך גערופן איינעם דעם אנדערן מיט די ענגליזירטע צונעמען ניקי און ווילי...