סיטי קאונסיל וואלן - נאוועמבער 2023

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
צפנת פענח
פרישער באניצער
פאוסטס: 71
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:10 am
x 79

סיטי קאונסיל וואלן - נאוועמבער 2023

פאוסט דורך צפנת פענח »

איך האב היינט אויסגעהערט אן אנאליז פון ר' יוסי לעווי אויף קול מבשר ווי ער שמועסט אויס געוויסע פארמעסטן וואס גייט פארקומען און עטליכע חדשים ארום פאר סיטי קאונסיל.
https://www.yiddish24.com/analysis/199/88586

איך האב עטליכע שאלות אין דעם ענין אויב איינער קען עס ביטע אויסקלארן:

1) ער זאגט אז עס איז דא א פארמעסט ווא די רעפאבליקאנער קוקן שטארק ארויס וואס נעמט אויך אריין א חלק פון בארא פארק, ווער איז יעצט דער קאונסיל מעמבער דארט? וואס פאר א סארט איז ער? האבן שוין די רעפאבליקאנער ארויסגעריטשט צו די אידן?

2) לויפט א רעפאבליקאנער אקעגן לינקאלן רעסטלער אין וויליאמסבורג? אויב יא, וואס זענען זייערע טשאנסן אויב די אידן וואוטן פאר יענעם (עס קען ארבעטן יעצט היות דער רעסטלער ווערט מער משוגע פון טאג צו טאג און פאר סאם ריזען זעה איך אז קול מבשר האט אנגעהויבן באריכטן אלע זיינע משוגעתן - פלאט?).

3) איז דא א דיסטרירט וואס איז כמעט נאר אידן? איז דער וואס לויפט דארט א רעפאבליקאנער אדער דעמאקראט, און וואס געשעהט אויב ער לויפט אויף ביידע און געווינט שטערקער אלץ רעפאבליקאנער (איך פרעג עס ווייל עס דאכזיך מיר אז יעגער פון בארא פארק איז אזוי איך בין אבער נישט זיכער).

אויב האט איר קראנטע אינפארמאציע ביטע אינפארמירט.
אמעריקע האט צוויי פארטייען 1) גלאבאליסטן 2) פאפעליסטן, ווען איר פארשטייט דאס וועלן אסאך קשיות פארענטפערט ווערן

(די בעסטע פלאץ זיך צו רעד פילן PragerU.com - מאך זיכער אז איר האט א גוטע פילטער נישט נכשל צו ווערן מיט ראיות אסורות)
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 253
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 401

Re: סיטי קאונסיל וואלן - נאוועמבער 2023

פאוסט דורך איך ווייס »

פשוט מיהא חדא

3. אין בארא פארק איז דא דיסטריקט 44 וואס די אידן זענען די רוב. די קאונסילמעמבער איז ר' קלמן יעגער וועלכער איז א רעגסטרירטע דעמעקראט. אין פראקטיק איז נישט משנה, ער שטימט וואו א איד, און נישט וואו א פארטיי מענטש.

אויך דיסטריקט 48 האט א באדייטענדע צאל פרומע אידן (אויך אסאך אידן וואס שטאמען פון די סאוויטישע פארבאנד), די קאונסילמעמבער איז Inna Vernikov. א אידענע פון אוקריינישע אפשטאם. זי איז א רעפובליקען.
צפנת פענח
פרישער באניצער
פאוסטס: 71
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:10 am
x 79

Re: סיטי קאונסיל וואלן - נאוועמבער 2023

פאוסט דורך צפנת פענח »

ווייסט איינער אפשר די ענטפער אויף די צווייטע פראגע מיינער אויבן, צו א רעפאבליקאנער לויפט אנטקעגן לינקאלן רעסטלער און אויב יא וואס איז די פראצענט וואס וויליאמסבורג מאכט אויס דארט?
אמעריקע האט צוויי פארטייען 1) גלאבאליסטן 2) פאפעליסטן, ווען איר פארשטייט דאס וועלן אסאך קשיות פארענטפערט ווערן

(די בעסטע פלאץ זיך צו רעד פילן PragerU.com - מאך זיכער אז איר האט א גוטע פילטער נישט נכשל צו ווערן מיט ראיות אסורות)
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 253
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 401

Re: סיטי קאונסיל וואלן - נאוועמבער 2023

פאוסט דורך איך ווייס »

צפנת פענח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 2:34 am ווייסט איינער אפשר די ענטפער אויף די צווייטע פראגע מיינער אויבן, צו א רעפאבליקאנער לויפט אנטקעגן לינקאלן רעסטלער און אויב יא וואס איז די פראצענט וואס וויליאמסבורג מאכט אויס דארט?
עס לויפט א רעפבוליקען דארט מיט'ן נאמען Martha Rowan. וויפיל פערצענט וויליאמסבורג מאכט אויס ווייס איך נישט.
צפנת פענח
פרישער באניצער
פאוסטס: 71
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:10 am
x 79

Re: סיטי קאונסיל וואלן - נאוועמבער 2023

פאוסט דורך צפנת פענח »

איך ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 9:15 am
צפנת פענח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 2:34 am ווייסט איינער אפשר די ענטפער אויף די צווייטע פראגע מיינער אויבן, צו א רעפאבליקאנער לויפט אנטקעגן לינקאלן רעסטלער און אויב יא וואס איז די פראצענט וואס וויליאמסבורג מאכט אויס דארט?
עס לויפט א רעפבוליקען דארט מיט'ן נאמען Martha Rowan. וויפיל פערצענט וויליאמסבורג מאכט אויס ווייס איך נישט.
האב איך געטראפן היינט אביסל פון די אינפארמאציע איבער דעם דיסטריקט, איך האב נישט געזעהן די פראצענט וואס וויליאמסבורג איז אינעם דיסטריקט אבער עס איז זיכער נישט קיין גרויסע חלק פונעם דיסטריקט עכ"פ לכאורה אונטער האלב (די שאלה ווערט נאר אויב מען ווייסט אז די טורנאוט גייט נישט זיין צו גרויס אין די אנדערע געגנטער און וויליאמסבורג קומט ארויס גרויס קען עס אפשר אויסמאכן), אבער עס איז במילא נישט נוגע ווייל געוויסע ע....ם זענען זייער גוט מיט רעסטלער און וועלן נישט לאזן דעם עולם שטימען אקעגן אים.

#מיר זענען נישט רעפאבליקאנער און נישט דעמאקראטן נאר גרויסע פליפ פלאפס
אמעריקע האט צוויי פארטייען 1) גלאבאליסטן 2) פאפעליסטן, ווען איר פארשטייט דאס וועלן אסאך קשיות פארענטפערט ווערן

(די בעסטע פלאץ זיך צו רעד פילן PragerU.com - מאך זיכער אז איר האט א גוטע פילטער נישט נכשל צו ווערן מיט ראיות אסורות)
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 253
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 401

Re: סיטי קאונסיל וואלן - נאוועמבער 2023

פאוסט דורך איך ווייס »

צפנת פענח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:37 pm
איך ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 9:15 am
צפנת פענח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 2:34 am ווייסט איינער אפשר די ענטפער אויף די צווייטע פראגע מיינער אויבן, צו א רעפאבליקאנער לויפט אנטקעגן לינקאלן רעסטלער און אויב יא וואס איז די פראצענט וואס וויליאמסבורג מאכט אויס דארט?
עס לויפט א רעפבוליקען דארט מיט'ן נאמען Martha Rowan. וויפיל פערצענט וויליאמסבורג מאכט אויס ווייס איך נישט.
האב איך געטראפן היינט אביסל פון די אינפארמאציע איבער דעם דיסטריקט, איך האב נישט געזעהן די פראצענט וואס וויליאמסבורג איז אינעם דיסטריקט אבער עס איז זיכער נישט קיין גרויסע חלק פונעם דיסטריקט עכ"פ לכאורה אונטער האלב (די שאלה ווערט נאר אויב מען ווייסט אז די טורנאוט גייט נישט זיין צו גרויס אין די אנדערע געגנטער און וויליאמסבורג קומט ארויס גרויס קען עס אפשר אויסמאכן), אבער עס איז במילא נישט נוגע ווייל געוויסע ע....ם זענען זייער גוט מיט רעסטלער און וועלן נישט לאזן דעם עולם שטימען אקעגן אים.

#מיר זענען נישט רעפאבליקאנער און נישט דעמאקראטן נאר גרויסע פליפ פלאפס
שטעלן א רעפובליקאנער אין א קאונסיל וואס האט 10% רעפובילקאנער איז נישט קיין טובה פאר קיינער. ערענסט גערעדט, די קאונסיל איז יעצט 45-6, אויב וועלן די רעפובליקאנער האלטן זייער 6 זיצן, און צובאקומען אויך וויליאמסבורג וועט עס זיין 44-7. וועם וועט דאס העלפן? אפילו די רעפובליקאנער וועלן האבן א הצלחה שלא כדרך הטבע, וועלן זיי נישט באקומען קיין 10 זיצן.

די קענסט שטימען פאר וועם די ווילסט, אבער פאר אן עסקן וואס דארף כסדר טובות פון א קאונסילמאן (אויך פאר ווען די האסט א פראבלעם), איז זעלבסטפארשטענדליך אז מען דארף שטיצן איינער וואס קען געווינען, און איינער וואס וועט האבן די יכולות צו העלפן. און יא הכרת הטוב איז אויך א אידישע מדה. פארשטייט זיך אז איינער וואס טוהט נישט קיין טובות בכלל, איז נישט דא קיין שום זין צו שטיצן אפילו ער וועט זיכער געווינען, אבער געווענליך עטוואס טובות טוהן זיי יא.

#מיר זענען אידן, נישט פארטיישער העקס.
שרייב פאוסט