"דירות" אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אברהם העיברי
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 21, 2023 10:56 pm
x 10

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך אברהם העיברי »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:19 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 9:30 pm מעלדונג אלול 4 פרישע פראיעקטן.jpg
@דער תהלים איד אין א אנדערע וועבזייטל האט איינער דאס געשריבן: [איך ברענג נאר די פוינט איך לאז אויס די העצריי לשונות]

אבער, דא עקא, טאקע יעצט בשעת די וועד איז נאך פארנומען מיט די פרישע דירות האב איך אבער א פרישע 'ערשטהאנטיגע אפדעיט' פון די פיר דערמאנטע דעוועלאפערס.
- ווען ביורען - שוין אויספארקויפט!
- סאטמאר דרייוו - אה, סארי, גייט למעשה נאר זיין רענטלס...
- בנציון קליין (זקנים) - יעצט איז נאך גארנישט דא, אויב הערסטו נישט קיין אפדעיט ביז 10 חדשים! רוף מיר צירוק...
- (חיים נחום ווערצבערגער זאגט עהנליך)
- אינדיגא - איינציגסטער וואס גייט (האפנטליך) זיין געהעריג צוגעשטעלט. אה, ווילסט אפילו נאר זעהן וועלכע דירות אפציעס זענען דא, לייג קודם אראפ 35 אלפים (פארשטייט זיך אויב גארנישט זעהט נישט אויס אינטערעסאנט באקום איך עס צירוק, וואס איז זיכער איז זיכער קודם האט ער עס...), דאן אויב ס'געפעלט מיר דארף איך צושטעלן די איבריגע 115 אלפים.
דער עולם שמועסט אז סגייט אלעס זיין רענטאלס.
אויב אמת איז עס סתם געטריבן ליצנות.
כהאף ס׳דא עפעס א מהלך דא.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5679
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 11570

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@אברהם העיברי וואס מיינט "אלעס"?
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 788

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך מאטאווירט »

איך בין נישט באקאנט מיט די פאקטישע פרטים איבער די דערמאנטע דעוועלאפמענטס.

אזויפיל קלער איך, אז די חברה וואס האבן שוין ליידער געקויפט פראפערטיס פאר זייער טייער, מוזן האבן א וועג צו גיין ווייטער, סא קען זיין אז זיך זעענדיג אין אזא מצב באשליסן זיי צו טוישן צו רענטאלס.

לאמיר אבער האלטן א גלייכן פאקוס... נישט די 25 דירות פון דעם אדער יענעם איז וואס מאכט יא אדער נישט די פרייזן... עס איז דער קאנצעפט אז ס'נייע צייטן אין שטאט, און מ'מוז בעטן ביליג כדי צו קענען בויען.

און צו זיין נאך קלארער; דאס אז עס יאווען זיך אזעלכע אינגעלייט וואס זוכן צו אראפרייסן די נייע פרייזן, זוכן צו טרעפן א ברעקעלע וואס גייט נישט אין שפאן, בעת ווען ס'זענען דא "טויזנטער" דירות וואס גייען יא דערמיט - און ס'קלאר אז די רוב האט די מאנאפאל אויף די מארקעט, קומט פונעם זעלבן פלאץ פארוואס אט די זעלבע אינגעלייט האבן אראפגעריסן "שכונת ויואל משה" אלס א געטא, צושטופט, אן עלעוועיטארס, בלא בלא בלא ג"פ, בעת ווען יעדער מיט אינסטאלירטע אויגן קען זען אז מ'רעדט פון א הערליכע געגנט, מעכטיגע ברייטע ראודס, גרעסערע גראונדס ווי סיי וואו ביי אזעלכע סייז געביידעס, נישט דער ערשטער צו בויען 4 שטאק בכלל, און צוגעשטעלט אלע סערוויסעס אויף א פארנעם וואס קיין איין דעוועלאפער האט נאכנישט געטון...
און פאר די זעלבע סיבה באשטייט שכונת ויואל משה פון א סופער מעדזשארעטי פון א געוויסע קהלה אין שטאט. וד"ל.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1762
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2055

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:35 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:19 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 9:30 pm מעלדונג אלול 4 פרישע פראיעקטן.jpg
@דער תהלים איד אין א אנדערע וועבזייטל האט איינער דאס געשריבן: [איך ברענג נאר די פוינט איך לאז אויס די העצריי לשונות]

אבער, דא עקא, טאקע יעצט בשעת די וועד איז נאך פארנומען מיט די פרישע דירות האב איך אבער א פרישע 'ערשטהאנטיגע אפדעיט' פון די פיר דערמאנטע דעוועלאפערס.
- ווען ביורען - שוין אויספארקויפט!
- סאטמאר דרייוו - אה, סארי, גייט למעשה נאר זיין רענטלס...
- בנציון קליין (זקנים) - יעצט איז נאך גארנישט דא, אויב הערסטו נישט קיין אפדעיט ביז 10 חדשים! רוף מיר צירוק...
- (חיים נחום ווערצבערגער זאגט עהנליך)
- אינדיגא - איינציגסטער וואס גייט (האפנטליך) זיין געהעריג צוגעשטעלט. אה, ווילסט אפילו נאר זעהן וועלכע דירות אפציעס זענען דא, לייג קודם אראפ 35 אלפים (פארשטייט זיך אויב גארנישט זעהט נישט אויס אינטערעסאנט באקום איך עס צירוק, וואס איז זיכער איז זיכער קודם האט ער עס...), דאן אויב ס'געפעלט מיר דארף איך צושטעלן די איבריגע 115 אלפים.

ערשטנס, די נייעס יעצט איז לאו דוקא אזוי ווייט אלס "סופליי" פון דירות פאר $300, סופליי איז כעת דא אין שכונת ויואל משה. די נייעס איז די דורכברוך אז יעדער שטעלט זיך צו בעז"ה, אפגעזען די געגנט וכדומה.

יעצט איז אזוי.

1) ווען ביורען, איז טאקע שוין לאנג פארקויפט, די דיעל מיט אים איז אזוי ווי מיט יוסל לאנדא, אז ער דארף יעדן "געבן די אפפער" צו דאונגרעיטן און בעטן נאר $300.

2) סאטמאר דרייוו, האט נאכנישט באשלאסן אויב זיי גייען מאכן רענטעלס אדער פארקויפן. האט מע געמאכט מיט זיי א שטר אז אויב עס גייט ארויסגיין אויפ'ן מארקעט גייט עס זיין נאר $300. עס קען אבער ארויסגיין הערשט א יאר ארום, אדער קען עס למעשה זיין רענטעלס. ס'איז זייער אויסוואל.

3) ר' בנציון קליין, ער פארקויפט יא, נאר ער איז כמובן געווארן באהאגלט פון פאון קאלס, ממילא כעת נעמט ער נישט קיין פרישע קאלס.

4) אינדיגא, איך הער יעצט די ערשטע מאל פון אזא גזירה... ווייס איך נישט.
ייש''כ פארן אויסקלארן

ווי מען זעהט איז שוין דא העצערס אזווי ביי א יעדע גוטע זאך איך האף נאר אז די וועד זענען אנגעגרייט דערויף
אברהם העיברי
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 21, 2023 10:56 pm
x 10

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך אברהם העיברי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:37 pm @אברהם העיברי וואס מיינט "אלעס"?
געשמועס האט מען אז אלע פיר איז נישט אויף למעשה.
[כהאב געשריבן מיין תגובה פארן זעהן דיינס. ייש"כ פארן אויסקלארן.
הגם איך פארשטיי נישט וויאזוי מהאלט אפ פון זיי עס צו פארקויפן פאר טייערער שפעטער, ביזן פערמיט זאגט ער אז ער פארדינגט עס.
מסתם איז דא א מהלך. איך בין דירעקט נישט קיין העצער, און איך בין זייער מכיר טובה פאר אלע עסקנים.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5679
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 11570

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אברהם העיברי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:56 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:37 pm @אברהם העיברי וואס מיינט "אלעס"?
הגם איך פארשטיי נישט וויאזוי מהאלט אפ פון זיי עס צו פארקויפן פאר טייערער שפעטער, ביזן פערמיט זאגט ער אז ער פארדינגט עס.
זעלבסטפארשטענדליך אז ווען איינער נעמט ארויס א סייט-פלען בערמה, וואלט ער נישט באקומען קיין CO און נישט געקענט קלאוזן.
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 413
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 348

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 4:13 pm
אברהם העיברי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:56 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:37 pm @אברהם העיברי וואס מיינט "אלעס"?
הגם איך פארשטיי נישט וויאזוי מהאלט אפ פון זיי עס צו פארקויפן פאר טייערער שפעטער, ביזן פערמיט זאגט ער אז ער פארדינגט עס.
זעלבסטפארשטענדליך אז ווען איינער נעמט ארויס א סייט-פלען בערמה, וואלט ער נישט באקומען קיין CO און נישט געקענט קלאוזן.
איך פארשטיי אז ער פרעגט וואס טוט זיך אז בשעת ער נעמט ארויס א CO זאגט ער ווייטער אז עס גייט פאר רענטעל'ס, און נאכדעם פארקויפט ער עס (ווי למשל יומי ווערצבערגער פארקויפט צוויי בנינים)
aitch
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:34 pm
x 33

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך aitch »

דאס איז מיין קאנווערסעיטאון מיט יענעם אויפן אנדערן זייטל איבער ר' חיים נחום ווערצבערגער'ס דירות
AllAboutAccess האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 4:32 pm
aitch האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 4:27 pm
AllAboutAccess האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 4:18 pm
בלשונו (בערך): יעצט איז נאך גארנישט דא, כ'האלט נאך פאר אלעם, כ'קען נעמען דיין נומבער אויף ווען ס'וועט זיין נוגע.
סא איך קען דיך עס מסביר זיין מער בעריכות ווייל איך דיעל מיט אים,

יעצט איז נאך גארנישט דא: איך ארבעט דערויף איך נעם עסטימעטס פון סובס, מען קוקט וואס מען גייט געבן אין וואס מען נעמט אראפ.
ווען ס'וועט זיין נוגע: ווען איך גיי זיין פארטיג מיט דער ארבעט וועל איך אנהייבן נעמען פעימענטס.

ויותר ממה שכתוב כן, ואל זה נאמר פאר א נער ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט. (איך מיין חס ושלום נישט דיר, איך בין נאר מסביר פארוואס דו האסט געהערט האלבע ווערטער)
יישר כח פאר'ן אויסקלארן, (און פאר'ן אריינקומען מיט רעספעקט און מיט פאקטן ווי אן ערוואקסענער מענטש).
כ'האב פארראכטן מיין תגובה.
ביליגעזייטלעךצו מאכןשמחהצעטלעךוכו'

אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 124

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך אהבת עולם »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:35 pm
4) אינדיגא, איך הער יעצט די ערשטע מאל פון אזא גזירה... ווייס איך נישט.
ווען איך האב גערעדט צו MK האט ער מיר דאס גענטפערט. עס איז אבער געווען פאר ער האט אפיציעל אונטערגעשריבן, יעצט ווייס איך נישט.
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
totty2024
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 180
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:07 am
Location: new york
x 384

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך totty2024 »

אהבת עולם האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 8:44 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:35 pm
4) אינדיגא, איך הער יעצט די ערשטע מאל פון אזא גזירה... ווייס איך נישט.
ווען איך האב גערעדט צו MK האט ער מיר דאס גענטפערט. עס איז אבער געווען פאר ער האט אפיציעל אונטערגעשריבן, יעצט ווייס איך נישט.
וואסערע גזירה
נאציאנאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:33 pm
x 72

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך נאציאנאל »

הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב-ק"י ביים ליל ששי שיעור ככלות שנת תשפ"ד העעל"ט ברענגט ארויס אז הגם די שמעוסן זענען נישט פון זייטיגע נייעסן, מוז מען אבער דערמאנען און אפגעבן א שבח והודי' להשי"ת אויף די געוואלדיגע חסדים, ווער האט געגלייבט אז תשפ"ד וועט מען "אין קרית יואל" קענען קויפן א דירה פאר ביליג?! ס'איז ממש חסדים למעלה מדרך הטבע, בזכותו פונעם רבי'ן שליט"א וואס האט זיך אריינגעלייגט דערין און די חשוב'ע עסקנים שיחי'.
מי שברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
Location: קר"י
x 173

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך מי שברך »

IMG-20241002-WA0108.jpg
IMG-20241002-WA0108.jpg (183.52 KiB) געזען געווארן 1333 מאל
IMG-20241002-WA0106.jpg
IMG-20241002-WA0106.jpg (228.9 KiB) געזען געווארן 1333 מאל
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5679
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 11570

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מי שברך האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 06, 2024 11:18 am IMG-20241002-WA0108.jpgIMG-20241002-WA0106.jpg
שכוח פאר'ן ברענגען.

די ערשטע צעטל זעט אויס אזוי שטיל און אומשולדיג... אבער פאר ווער עס ווייסט וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין די מארקעט די לעצטע חדשים, פארשטייט וואספארא ערדציטערניש דאס איז, ב"ה.

אזעלכע דירות ווי פארעסט קעגן קאריץ, זענען שוין געווען ווי נכתב ונחתם צו גיין דורך דריטע און פערטע הענט, פאר איבער $600 א סקווער פיס! און דאס איז נישט סתם געזאגט, נאר באמת. ואי אפשר לפורטם. אצינד וועט עס דער לאנד אייגנטומער אליינס דעוועלאפן, פאר $300 א סקווער פיס. עס לאזט זיך נישט זאגן וואס דאס מיינט פאר תושבי קרית יואל.
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 947
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1988

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דעת קדשי »

אדמו''ר סאטמאר מהר''א שליט''א אין א שמועס מיט הרה''ח ר' יוסף יוזפא לאנדא מראשי קהלה סאטמאר מהר''יי קרית יואל. איבער די ברענעדיגע טעמע פון די קרית יואל'ע דירות קריזיס ווי ר' יוסף יוזפא איז געווען דער נחשון צו פארקויפן די דירות פאר נידריגע פרייזן.
פיילס
1001383403.jpg
1001383403.jpg (72.96 KiB) געזען געווארן 808 מאל
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 261
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 554

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך א טויב »

דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 10:34 pm אדמו''ר סאטמאר מהר''א שליט''א אין א שמועס מיט הרה''ח ר' יוסף יוזפא לאנדא מראשי קהלה סאטמאר מהר''יי קרית יואל. איבער די ברענעדיגע טעמע פון די קרית יואל'ע דירות קריזיס ווי ר' יוסף יוזפא איז געווען דער נחשון צו פארקויפן די דירות פאר נידריגע פרייזן.
ווי האט דאס פאסירט?
גמח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:23 am
x 139

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך גמח »

א טויב האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 10, 2024 10:34 am
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 10:34 pm אדמו''ר סאטמאר מהר''א שליט''א אין א שמועס מיט הרה''ח ר' יוסף יוזפא לאנדא מראשי קהלה סאטמאר מהר''יי קרית יואל. איבער די ברענעדיגע טעמע פון די קרית יואל'ע דירות קריזיס ווי ר' יוסף יוזפא איז געווען דער נחשון צו פארקויפן די דירות פאר נידריגע פרייזן.
ווי האט דאס פאסירט?
קוקט אויס ווי בנין קליין נאך סידור קידושין.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2588
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7020

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 10:34 pm אדמו''ר סאטמאר מהר''א שליט''א אין א שמועס מיט הרה''ח ר' יוסף יוזפא לאנדא מראשי קהלה סאטמאר מהר''יי קרית יואל. איבער די ברענעדיגע טעמע פון די קרית יואל'ע דירות קריזיס ווי ר' יוסף יוזפא איז געווען דער נחשון צו פארקויפן די דירות פאר נידריגע פרייזן.
Wow

א בילד וואס רעדט אסאך ווערטער
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 880
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 806

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך איך »

גמח האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 10, 2024 10:45 am
א טויב האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 10, 2024 10:34 am
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 10:34 pm אדמו''ר סאטמאר מהר''א שליט''א אין א שמועס מיט הרה''ח ר' יוסף יוזפא לאנדא מראשי קהלה סאטמאר מהר''יי קרית יואל. איבער די ברענעדיגע טעמע פון די קרית יואל'ע דירות קריזיס ווי ר' יוסף יוזפא איז געווען דער נחשון צו פארקויפן די דירות פאר נידריגע פרייזן.
ווי האט דאס פאסירט?
קוקט אויס ווי בנין קליין נאך סידור קידושין.
יאפ יוסי לאנדא'ס שוואגער העט נעכטן חתונה געמאכט דארטן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5679
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 11570

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

רעפארט און בשורה.jpg
רעפארט און בשורה.jpg (217.87 KiB) געזען געווארן 482 מאל
האקט א טאג
פרישער באניצער
פאוסטס: 87
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 7:39 pm
x 198

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך האקט א טאג »

אויב איינער קען מסביר זיין
נעכטן האט סאטמאר רבי געזאגט אז די דירות אין גלילות גייט זיין 250 א סקווער פיס ווייל די לאט קאסט ביליג
אויב אזוי פארוואס קען מען נישט אראפברענגען די פרייז פון לאטס אין קרית יואל אליינס
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4540
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 13519

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

האקט א טאג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 2:58 pm אויב איינער קען מסביר זיין
נעכטן האט סאטמאר רבי געזאגט אז די דירות אין גלילות גייט זיין 250 א סקווער פיס ווייל די לאט קאסט ביליג
אויב אזוי פארוואס קען מען נישט אראפברענגען די פרייז פון לאטס אין קרית יואל אליינס
דאס גייט אויטאמאטיש געשען אלס אפעקט פון די תקנות. אויב קען מען נישט מאכן קיין חיים טובים אויף די רוקנס פון קרית יואלע היים קויפער, גייט די פרייז מוזן בהכרח פאלן, סגייט נישט לוינען צו קויפן שטח פאר די סקיי-ראקעטינג פרייזן.
האקט א טאג
פרישער באניצער
פאוסטס: 87
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 7:39 pm
x 198

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך האקט א טאג »

אבער פארוואס יעצט דארף גלילות זיין ביליגער ווי ק"י.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4540
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 13519

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

האקט א טאג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 3:06 pm אבער פארוואס יעצט דארף גלילות זיין ביליגער ווי ק"י.
ווייל אויפן מינוט זענען די שטחים אין ק"י טייערער, און די בילדערס דארפן קענען ארויסנעמען ריווח.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 628
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1220

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

ווען יעדער טוט מה שלבו חפץ און יעדער פרובירט צו פארדינען נאך אפאר דאלער, און יעדע בויער איז מסביר אז ער מוז בעטן צו דעקן די קאסטן, איז זייער שווער די פרייזן זאלן שטארק פאלן.

ווען משטעלט ארויס א תקנה אז דאס איז וויפיל מ'בעט און איינער וואס בעט מער איז א מייקר השער, מאכט עס אז מענטשן זאלן בעטן דעם סכום אדער אפילו דער וואס בעט מער קען נישט גיין צופיל העכער ווייל ער וויל זיך נישט דערקלערן אלס דער מייקר השער.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5679
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 11570

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דעם רבינס חשבון (מהר"א) איז זייער פשוט.

די מהלך פון $300 א סקווער פיס רעכנט אריין בערך $50 פאר'ן לאט. דאס איז די פרייז וואס רוב יעצטיגע שטחים האבן שוין באצאלט, פער בילדעבל סקווער פיס. עס האט שוין געהאלטן אט ביים אנקומען צו דאפלט און טריפלט!! אבער אדאנק די אויפוואכונג זענען יענע דיעלס בטל געווארן ב"ה.

אין קרית יואל המורחבת, איז דא א ענדלאזע מעגליכקייט פון שטחים. רוב פון די וואס האבן יעצט דארט שטחים, האבן געקויפט מאסן מאסן שטחים פאר פעניס. אין סאוט בלומינגראוו האט ר' אברהם בער יאקאבאוויטש געצאלט 40 צענט פער בילדעבל סקווער פיס. און די זעלבע מיט ר' יחזקאל בראך. ועוד כהנה רבות. אז מען רעכנט צו אינטערסעט פון 10-20 יאר, מיט אינפלעישן, קומט מען נישט אן צו קיין $5 א ס"פ פאר'ן לאט.

ממילא איז נישט מער ווי יושר אז דארט זאל מען בעטן מיט כאטש $50 ביליגער פער סקווער פיס.

אין אמת'ן איז עס פארשטענדליך בכל אופן, סיי ווייל דארט בויט מען - דערווייל - גרעסערע דירות מיט מער סקווער פיס וואס מיינט אז די בויען קאסט פער ס"פ איז ביליגער און די ס"פ פרייז פאלט אויפ'ן קונה טייערער, און סיי ווייל דארט צאלט מען אסאך טייערער פאר אלע אנדערע ארומיגע עקספענסעס. ס'לוינט פשוט נישט פראקטיש אויב בעט מען דארט די זעלבע פער ס"פ ווי אין צענטער.
שרייב פאוסט