נייעס און שמועסן פון מאנסי און דער אומגעגנט

נייעס אין אונזער קווארטאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: נייעס פון מאנסי און דער אומגעגנט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

ראקלענד קאונטי - אידישע איינוואוינער אין די מאנטעבעלא און פאמאנא געגנטער קענען דערווייל נישט גיין פון איין געגנט צום צווייטן מיט די קינדער אין שבת וויבאלד די רוט 202 פארמאגט נאכנישט קיין עירוב, דאס וועט זיך אין די נאנטע צוקונפט טוישן נאך די שתדלנות פון סענאטאר ביל וועבער וואס ארבעט העפטיג צו באקומען די ספעציעלע ערלויבעניש פון די נויטיגע אינסטאנצן.

עסקנים פון די צוויי געגנטער האבן זיך פארבינדן מיטן סענאטאר איבער דעם און ער האט באלד אראנזשירט ביי זיך אין אפיס א זיצונג צווישן די עסקנים פון די מאנסי עירוב מיט פארשטייער פון די ׳או ענד אר׳ עלעקטריק פירמע און פארגעלייגט די פלענער פון די עירוב פאר די עלעקטריק קאמפאני אז זיי זאלן דאס באשטעטיגן, אויך האט סענאטאר וועבער געפירט געשפרעכן מיט די סטעיט באאמטע צו באקומען ערלויבעניש אז די עירוב זאל דורכלויפן די סטעיט פארק אויף די רוט 202.
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3267
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 9190

Re: נייעס פון מאנסי און דער אומגעגנט

פאוסט דורך פליט »

דעמאקראטישע ניו יארק סטעיט סענאט מעדזארעטי פירער פרוי קוזינס האט נעכטן באזוכט די היימישע מאנסי געגענט, צווישן אנדערע האט זי באזוכט פאפא מיידל קעמפ.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: נייעס פון מאנסי און דער אומגעגנט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

לאקאלע נייעס:

פאליצייאישע אבלאווע אין מאנסי

איינוואוינער אין די טווין עוועניו געגנט אין מאנסי האבן היינט ווידעראמאל מיטגעהאלטן א פאליצייאישע אבלאווע, ביי די אלטע הויז אויף 80 טווין ביים ווינקל פון יוניאן, פון וואו די פאליציי האט ארויסגעפירט איין מענטש אין ארעסט.
די הויז איז באקאנט פאר דראג האנדלער, און איז שוין מערערע מאל געווען א געצילטע אדרעס פאר פאליציי און זיכערהייט אגענטורן, פילע פאליצייאישע קרעפטן האבן זיך געפונען דארט א לאנגע צייט, און גענומען פארשידענע זאכן פאר עווידענס.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: נייעס פון מאנסי און דער אומגעגנט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

ראמאפא - שוין יארן וואס אנטיסעמיטישע גרופעס פון ראמאפא באשולדיגן די אידיש געפירטע סקול באורד פון איסט ראמאפא מיט רויבן די געלט פון די פאבליק שולעס און רעדן זיך אפ אז עס איז נישט דא גענוג געלט אין די קאסע פאר אלגמיינע פאבליק שולעס אין די געגנט, איינע פון די גרופעס האט אדוואקאטירט ביי די סטעיט עדיוקאציע באאמטע קעגן די סקול באורד צו העכערן די שטייערן פאר די געגנט וואס איז מערסטנס באוואינט מיט היימישע אידן.

דער סטעיט עדיוקאציע קאמישינאר פון ניו יארק פרוי ראס וואס איז שוין באקאנט פון דער פארגאנגענהייט פארן פראבירן אריין צו שטערן די הייליגע חינוך פון די תינוקות של בית רבן אין ניו יארק סטעיט האט די פארלאפענע וואך געמאלדן א אומדערהערטע פראפערטי שטייער העכערונג פאר די איינוואינער פון איסט ראמאפא, זי האט ארויסגעשטעלט א העכערונג פון 4.38 פראצענט וואס איז אסאך העכער וואו די 1 פראצענט וואס די וויילער אין די געגנט האבן געשטימט פאר.

סענאטאר ביל וועבער האט גערופן די סטעיט סענאט צו זיך צוזאמנעמען אויף א ספעציעלע סעסיע צו טרעפן א לעזונג, ווי ער זאגט איז די בודזשעט פון די שולעס אין די געגנט יעדעס יאר מיט 20 מיליאן דאלאר צו ווייניג, ער בעט די סטעיט זאל געבן אן איינמאליגע גרענט פון דעם סומע פאר די קומענדיגע יאר און דערנאך זאל מען ארבעטן אויף א פראמינענטע לעזונג אהן צו וויי טוען די טאש פון די איינוואינער אין די געגענט מיט העכערן די שטייערן.
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 978
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2665

Re: נייעס פון מאנסי און דער אומגעגנט

פאוסט דורך מסתמא »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 1:42 am ראמאפא - שוין יארן וואס אנטיסעמיטישע גרופעס פון ראמאפא באשולדיגן די אידיש געפירטע סקול באורד פון איסט ראמאפא מיט רויבן די געלט פון די פאבליק שולעס און רעדן זיך אפ אז עס איז נישט דא גענוג געלט אין די קאסע פאר אלגמיינע פאבליק שולעס אין די געגנט, איינע פון די גרופעס האט אדוואקאטירט ביי די סטעיט עדיוקאציע באאמטע קעגן די סקול באורד צו העכערן די שטייערן פאר די געגנט וואס איז מערסטנס באוואינט מיט היימישע אידן.

דער סטעיט עדיוקאציע קאמישינאר פון ניו יארק פרוי ראס וואס איז שוין באקאנט פון דער פארגאנגענהייט פארן פראבירן אריין צו שטערן די הייליגע חינוך פון די תינוקות של בית רבן אין ניו יארק סטעיט האט די פארלאפענע וואך געמאלדן א אומדערהערטע פראפערטי שטייער העכערונג פאר די איינוואינער פון איסט ראמאפא, זי האט ארויסגעשטעלט א העכערונג פון 4.38 פראצענט וואס איז אסאך העכער וואו די 1 פראצענט וואס די וויילער אין די געגנט האבן געשטימט פאר.

סענאטאר ביל וועבער האט גערופן די סטעיט סענאט צו זיך צוזאמנעמען אויף א ספעציעלע סעסיע צו טרעפן א לעזונג, ווי ער זאגט איז די בודזשעט פון די שולעס אין די געגנט יעדעס יאר מיט 20 מיליאן דאלאר צו ווייניג, ער בעט די סטעיט זאל געבן אן איינמאליגע גרענט פון דעם סומע פאר די קומענדיגע יאר און דערנאך זאל מען ארבעטן אויף א פראמינענטע לעזונג אהן צו וויי טוען די טאש פון די איינוואינער אין די געגענט מיט העכערן די שטייערן.
ווי קען זי העכערן טעקס ווען די לאקאל וואוטערס וואוטן עס כסדר אראפ? זי האט די אוטאריטעט דערצו אן קיין וואוט? כפרעג ווייל כווייס נישט
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: נייעס פון מאנסי און דער אומגעגנט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

לאקאלע נייעס:

קאמיוניטי outreach סענטער וועט אנהייבן פראצעסירן פאספארטן

מאנסי
אין א פריידיגע באריכט פאר מאנסי איינוואוינער ווערט אצינד געמאלדן, אז פון היינט און ווייטער וועט מען קענען אריינגעבן אפליקאציעס און פראצעסירן פאספארטן ביים קאמיוניטי אוטרעדזש סענטער אויף רעמסען, דורך באשטעלן אן אפוינטמענט וואס וועט זיין אוועיליבעל יעדן פרייטאג.
דאס קומט נאכדעם וואס די לאקאלע אויטאריטעטן יאגן נישט נאך די גרויסע פארלאנג צו פראצעסירן פאספארטן, ווען מאנסי איינוואוינער באגנוגן זיך מיט די געציילטע אפציעס, אדער ביים פאסט אפיס אויף מעלניק, אדער האט מען געדארפט אראפפארן ביז ניו סיטי אין אפיס פון די ראקלענד קאונטי קלערק, וואס איז א שיינע פופצן מינוט צו פארן.
מיט עטליכע חדשים צוריק איז צוגעקומען א פרישע לאקאציע, ווען די ווילעדזש אוו כתר האט אנגעהויבן פראצעסירן פאספארטן, און אצינד ווערט אויפגענומען די פרייליכע נייעס אז אויך ביים COC צענטער אין מאנסי וועט מען קענען מאכן פאספארטן, צוגעשטעלט דורך די ראקלענד קאונטי קלערק אפיס, וואס וועט שיקן א געהילף יעדן פרייטאג פאר דעם סערוויס.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3361
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8651

Re: נייעס פון מאנסי און דער אומגעגנט

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

די קאושער הייוו סופערמארקעט האט היינט אפיציעל געשלאסן די טויערן.
מי שברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 174
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
Location: קר"י
x 147

Re: נייעס פון מאנסי און דער אומגעגנט

פאוסט דורך מי שברך »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 8:37 pm די קאושער הייוו סופערמארקעט האט היינט אפיציעל געשלאסן די טויערן.
איך הער אז עווערגרין האט עס אפגעקויפט..
איינער מיט דיטעילס?
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3186
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4338

Re: נייעס און שמועסן פון מאנסי און דער אומגעגנט

פאוסט דורך וואוילער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 1:23 pm
איין זאך וואלט איך יא אויסגעשמועסט, נאר איך מיין אז עס באלאנגט ביי א מאנסי אשכול אויב עס איז דא. דו שרייבט וועגן "אויווערדעוועלאפמענט" אז דאס קומט פון מענטשן מיט אינטערעסן פאר ביזנעס. איך הער די טענה כסדר אויף מאנסי. אבער איך פארשטיי עס נישט. מענטשן דארפן דאך האבן וואו צו וואוינען. וויפיל מען בויט איז נישט דא גענוג סופליי לפי ערך הציבור בליעה"ר. ווילסט בעטן מען זאל פאדערן פון די בויער צו העלפן מיט טרעפיק און נייע ראודס? גוט. אבער וואס איז די טענס אז מען בויט צופיל? קענסט קויפן וואו דו ווילסט אבער מ'דארף אויך בויען צושטיפטע בילדינגס כדי יעדער זאל האבן א דאך.
וויפיהל שעות מ'האט שוין פארברענגט איבער די נושא,
וויפיהל העלזער זענען שוין הייזעריג געווארן...

גראדע מיין ערשטע (און כמעט איינציגסטע) געמעקטע פאוסט איז טאקע געוועהן אין דעם טעמע, ווען די הנהלה האט געהאלטן אז כ'בין צו שארף.

לאמיר זיין קלאר, @מסתמא ברענגט ארויס א פוינט לגבי מצילי אש, אז דער סופערווייזאר דארף קוקן וואס זיינע מענטשן ווילן, און ער דארף סערווירן אונזערע אינטערעסן, און נישט קיין אגענדעס פון יחידים.
דאס זעלבע איז לגבי דירות, כאפ זיך אריבער אין שול, און פרעג אויס די דעת הקהל איבער די נושא, וועסטו זעהן אז רוב מנין ובנין איז אנגעווייטאגט, כמעט כולם פה אחד אז מאנסי'ס דעוועלאפמענט איז מעניפעלירט דורך אייניגע מענטשן.

צו די עצה איז אז די דעוועלאפערס זאלן אינוועסטן אין מסדר זיין די טרעפיק (אויב ס'בכלל דא וויאזוי), אדער מ'זאל זיך מער אויסשפרייטן, פליען מיט דראונס, מאכן גראסעריס אויף יעדע גאס, וכו' וכו'.
סיי וויאזוי איז קלאר אז איצטער קימערט מען זיך נישט מיט די פראבלעם, נאר אלעס ווערט געטוהן לויט די אינטערעסן פון געציילטע מענטשן.
מ'שרייט אז מ'מוז וואויטן וועגן די אידישקייט אדער פרייהייט גייט חלילה אינטערגיין, אבער ווען דו קוקסט ווער ס'שטופט די באן און ווער ס'שטייט אינטער אלעס וועסטו טרעפן בלויז די דעוועלאפערס.

כ'האב נישט די צייט און כח צו מאריך זיין, אבער די נקודה איז דאכצעך קלאר.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
מזל טוב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 429
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 3:41 pm
Location: אויפן וועג צום חופה
x 1079

Re: נייעס און שמועסן פון מאנסי און דער אומגעגנט

פאוסט דורך מזל טוב »

אויב ביזטו אינטרעסירט

De Best Grocery store Now For Sale
https://matrix.onekeymlsny.com/matrix/s ... apleAvenue
איך בין חוזק ווייל איך האב עפעס פראבירט אין לעבן… דו ביסט סוקסעספול ווייל דו האסט נאך גארנישט פרובירט…. איך הער די לאגיק.
אליעזר קרויס
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3267
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 9190

Re: נייעס און שמועסן פון מאנסי און דער אומגעגנט

פאוסט דורך פליט »

IMG_20240918_205637_274.jpg
IMG_20240918_205637_274.jpg (165.85 KiB) געזען געווארן 376 מאל
די היימישע קאמפיין פאר קאנגרעסמאן מייק לאולער מיטן סלאגאן ״ווי קיינמאל בעפאר״ איז געלאזט געווארן אין גאנג, די ציל איז ארויסצוברענגען 30,000 היימישע וויילער.
וואס איך זאג
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 6:41 am
x 68

Re: נייעס און שמועסן פון מאנסי און דער אומגעגנט

פאוסט דורך וואס איך זאג »

הכנסות אורחים דירה נעבן סאטמאר 1 אויף די שבת ווייסט איינער
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 759
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 957

Re: נייעס און שמועסן פון מאנסי און דער אומגעגנט

פאוסט דורך נפתלי »

פליט האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 2:00 pm IMG_20240918_205637_274.jpg
די היימישע קאמפיין פאר קאנגרעסמאן מייק לאולער מיטן סלאגאן ״ווי קיינמאל בעפאר״ איז געלאזט געווארן אין גאנג, די ציל איז ארויסצוברענגען 30,000 היימישע וויילער.
קען איינער אפשר זאגן וואס מייק לאולער האט שוין געטוהן פאר מאנסי חוץ פון זיצן יעדע וואך און ליל שישי???
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 883

Re: נייעס און שמועסן פון מאנסי און דער אומגעגנט

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

נפתלי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:43 pm
פליט האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 2:00 pm IMG_20240918_205637_274.jpg
די היימישע קאמפיין פאר קאנגרעסמאן מייק לאולער מיטן סלאגאן ״ווי קיינמאל בעפאר״ איז געלאזט געווארן אין גאנג, די ציל איז ארויסצוברענגען 30,000 היימישע וויילער.
קען איינער אפשר זאגן וואס מייק לאולער האט שוין געטוהן פאר מאנסי חוץ פון זיצן יעדע וואך און ליל שישי???
פאנדינג
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2163
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5397

Re: נייעס און שמועסן פון מאנסי און דער אומגעגנט

פאוסט דורך פופציגער »

נפתלי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:43 pm
פליט האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 2:00 pm IMG_20240918_205637_274.jpg
די היימישע קאמפיין פאר קאנגרעסמאן מייק לאולער מיטן סלאגאן ״ווי קיינמאל בעפאר״ איז געלאזט געווארן אין גאנג, די ציל איז ארויסצוברענגען 30,000 היימישע וויילער.
קען איינער אפשר זאגן וואס מייק לאולער האט שוין געטוהן פאר מאנסי חוץ פון זיצן יעדע וואך און ליל שישי???
מאנסיע אידן זאגן אז זיין אפיס איז אלעמאל עוועילעבל צו העלפן מיט וואס מען ברויך
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
מזל טוב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 429
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 3:41 pm
Location: אויפן וועג צום חופה
x 1079

Re: נייעס און שמועסן פון מאנסי און דער אומגעגנט

פאוסט דורך מזל טוב »

חברים.jpg
חברים.jpg (242.93 KiB) געזען געווארן 130 מאל
איך בין חוזק ווייל איך האב עפעס פראבירט אין לעבן… דו ביסט סוקסעספול ווייל דו האסט נאך גארנישט פרובירט…. איך הער די לאגיק.
אליעזר קרויס
שרייב פאוסט