קעפל איז נישט ליידיג

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 492

קעפל איז נישט ליידיג

פאוסט דורך שוש אשיש »

בס''ד
א קליינע רמז:
ווייסע נעכט און טונקעלע טעג.

ווילדע טענץ פון לאקשען אינעם טאפ שרייען פאר ווייטאג מיט גיהנום היץ, דער שעף, דער שר של גהינום שפריצט אריין פעפער און זאלץ זאל זיי ציפען דעם געדערים.

מאדנע פארשוינען וועלכע קענען רואיג אנפילען גאנצע מוזיאומס און פסיכאלאגישע קאלומ'ס, די האלבע גלאז ביר בלעזעלט, עס ווארט פאר א תיקון פון א נאכנישט געדאווענטע מאגן וואס וועט ארויסגארגעלען, אז '' ביי אונז האט מען זיך געפירט צו מאכן א לחיים פאר'ן דאווענען. מנהג ישראל תורה!" (און ביי אונז האט מען זיך געפירט צו אנבויקערען אזא איינער, מנהג ישראל תורה!)

אפגעלאפענע דאטומען, פארשימעלטע אומאידענטיפיצירטע כלומרשט גערופענע מאכלים, מיט טערקישע טליתים און בלאטפלעקן.

א פרייע אויסקוק אהן קיינע בערג און ביימער וואס שטרויכלען דעם אויג. אן אויג עסעניש.

ברוינע אומעטיגע געביידעס, הערליכע סטרוקטורען, אלץ אין איין גרויסע מישמאש.

בייזע געווירצען האבן אים אריינגעהאגעלט און צונאגעלט, די גרינס פון סוחר איז נאר עובר לסוחר אבער נישט פאר א קויפער, שטיי ווייט! אנטלויף פון אן אומגליק און רוף א באקאנטער.

די התמדה געפיל אין זיינע גלידער, זיין הארץ איז א ש''ס, זיינע הענט צוויי עצי חיים און זיין קאפ וואנדערט צווישען דעם נתיבות, קצות און נאך א פרואוו פון עושה שלום במרומיו.

אבער צווישען די אלע פלאנטערנישען טרעפט ער נאך צייט צו מאכן א פלעשל פאר דעם קליינטשיקס, שמייכלען צו הדסה און ארומלאכן מיט יאסי, פארהערן אברומי, און איינקויפן אינעם געשעפט.

און זיין אויסגעמאגערטע קערפער, זיין קליין געשטאלט, זיין פיזיש שמאלע קאפ און גייסטיגע ענדלאזע הימעל זאל טאנצען, אוי ווי עס טאנצט, עס שפרינגט, ער לעבט און ווייסט פארוואס. ער אטעמט און האט א ציל מיט דעם.

אינדערזייט זענען געשטאנען די קיפקע פירער און אלצווייסערס, די רייסערס און עסקנים האבן לייכטמוטיג געשמייכלט פון דעם בטלן וואס פארשטייט גארנישט אויף די וועלט, און יענער וועלט גייט ער אויך נישט האבן וויבאלד דער האט נאך קיינמאל נישט באקומען א 'פלעג' ביי א דינער און נישט קיין מי שברך פון דעם ראש הקהל.

א שעה שפעטער זענען זיי אלע געווען לאנגווייליג און נאכאמאל געפאשעט דאס מארדע מיט זייער האנטפלאך
איבערטראכטענדיג די זארגן און שפעקולירן דאס פוסטקייט.

א נחת.
ובחרת בחיים.
האק - א - לעבן!
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2164
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5402

Re: קעפל איז נישט ליידיג

פאוסט דורך פופציגער »

:!:

און שוין !
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פליסיג
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:41 pm
x 18

Re: קעפל איז נישט ליידיג

פאוסט דורך פליסיג »

אויב האבעך נישט פארשטאנען קיין ווארט, און דאך אויסגעזויגן יעדע אות מיט היפש הנאה, איז עס 'מיין' פראבלעם?
אויב דא איז א טיש, דאן איז א תגובה ווי א בייס אינעם סענדוויטש.

ביטע מאך עס איידל. ס'דא נאך מענטשן וואס עסן דא.
שרייב פאוסט