וואס הייסט ער וואלט נישט?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 8:06 pmס'איז זייער נישט מסתבר אין אזא לשון "אוסרכם באיסור גמור" אז דאס איז נאר אלס חומרא פאר זיינע קינדער.מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 8:01 pmאקעי, שערה אחת איז נישט קיין איסור ע”פ שו”ע נאר דער חת”ס שרייבט דאך שוין אז דאס האבן מיר אנגענומען פונעם זוהר ווי א דאורייתא. עד כדי כך אז דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מיר שערן זיך אינגאנצן, אזוי שרייבט הגאון מהר”י שטייף אין די תשובות פארוואס נישט צו מדנה זיין פונעם מנהג.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 7:56 pm ער האט דאך זייער א גוטן דיוק. אויף שערות ממש וואס איז ליידער שוין געווען קצת נפרץ שרייבט ער נישט איבער דעם, נאר אז מזאל זיך נישט חבר'ן מיט יענע, אבער ביי פאה נכרית שרייבט ער איסור גמור, פארוואס? ווייל דאס דארף חיזוק מכיון שיש מתירים.
עכ”פ, מיר זעהען פון די צוואה בשום אופן קיין איסור פארן כלל אויף שייטלען. בס”ה אסר’ט ער פאר זיינע קינדער.
ממש ממש נישט. אפילו א שארפער סאטמאר רב ז"ל אויפ'ן כותל וואס ער האט אזוי געוואלט אז זיינע חסידים זאלן נישט גיין, וואלט קיינמאל נישט געשריבן אזא לשון. "אוסרכם באיסור גמור?". טראכט באמת אריין צו דיין פשט פיט אריין דערין.
וואס מיינט 'לדעתי, לדעתי איז אסור צו גיין צום כותל ביז משיח'ס טאג?