[/quote] צ
דארט איז דער לב אהרן אליין
[/quote]
דערמאנט מיך א מעשה מיט ר' יונתן אייבעשיץ זצ"ל (אדער א צווייטער גדול) וואס דער קעניג איז געקומען באזוכן אין שטאט (מענינא דיומא גאנץ תשרי רעדט מען פון דעם קעניג וואס איז געקומען אין שטאט) און זיך איינגעמאלדן אויף א באזוך אין שיל
פארשטייט זיך מ' האט אויסגעצירט די שיל מיט טאוולען און לעקטערס ווי עס פאסט זיך פארן קעניג
אויך האט מען לכבודו אויפגעהאנגען א גרויסע בילד פון קעניג
פארשטייט זיך אז פארן גלח פון שטאט האט נישט געשמעקט די כבוד וואס די יודן האבן, איז ער געגאנגען אינמיטן די נאכט און אראפגענומען די בילד פון די וואנט, צופרי האט קיינער נישט באמערקט. אז עס פעלט
דער קעניג איז אנגעקומען אין שיל אין באגלייטונג פון זיינע באדינער און אויך דער גלח איז מיט געקומען, ארומגייענדיג אין ביהמ"ד האט דער גלח געזאגט פארן קעניג, קוק ווי אומגעטריי די יודן זענן, אפילו א בילד פון דיר האבן זיי נישט אויפגעהאנגען
דער קעניג איז געווארן זייער ברוגז, אויך די יודן זענן געווארן פארלוירן פון די שפיצל וואס מ' האט זיי געמאכט
ר' יונתן ברוב חכמתו האט גלייך געזאגט פארן קעניג, אדוני המלך אגאנץ יאר הענגט א בילד פון מלך כדי מיר זאלן אייביג געדענקען און מתפלל זיין פארן קעניג
היינט אבער אז דער קעניג אליין איז דא וואס דארף מיר א בילד זיך צו דערמאנען, האב מיר עס אראגענומען
ודפח'ח