פאוסט
דורך ווער » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 4:28 pm
מעגליכע טארנעידאס אין די טריי סטעיט געגנט מארגן פרייטאג אין רעזולטאט פון שטורעם "דעבי"
די מויסטשער פונעם שטורעם וועט אנהייבן ארויפצוקומען צו די טריי סטעיט געגנט דורכאויס היינט נאכט, און וועט אנהאלטן מארגן פרייטאג און פרייטאג צונאכטס ביז שבת צופרי, ס'איז ערווארטעט אז די צענטער פונעם שטורעם וועט פארבייפארן די בינגעמטאון געגענט אין אפסטעיט ניו יארק אלס א טראפישע דעפרעשאן, אבער רעגן און ווינטן וועט זיך שפירן אויך אין די היימישע געגענטער פון די קעסטקילס, לאוער האדסאן וואלי, ניו יארק סיטי, און ניו דזשערזי. די נאציאנאלע וועטער סערוויס ווארנט אז ס'קען מעגליך אויך זיין עטליכע איזאלירטע טארנעידאס אין לויף פון מארגענדיגן טאג, ספעציעל אין סאליווען קאונטי און אין מערב אראנדזש קאונטי. די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט שוין אנגעהויבן ארויסצולייגן 'ווינט אדווייזעריס' אין רעזולטאט פונעם שטורעם, כמעט גאנץ ניו דזשערזי איז שוין אונטער א 'ווינט אדווייזערי' פאר ווינטן וואס קענען גרייכן 15 ביז 25 מייל פער שעה, און ווינט גאסטס ביז 50 מייל פער שעה. אזוי אויך ניו יארק סיטי איז אונטער א 'ווינט אדווייזערי' פאר ווינטן וואס קענען גרייכן 15 ביז 25 מייל פער שעה, און ווינט גאסטס ביז 50 מייל פער שעה, וואס איז אין קראפט פון מארגן 12:00 מיטאג ביז 11:00 פרייטאג צונאכטס