משיב כהלכה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 12:46 pm
אויגעלעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 9:56 am
לשיטתם וואס לויט זיי איז עס אסור
אסור ללא טעם וללא סיבה? גזירת הכתוב בפאה שעוברת את קו הכתף?
קודם כל שלום עליכם. דאס ערשטע מאל איך באגעגען מיך מיט דיר.
באמת, בין איך דא בגניבה, און איך וואלט נישט געדארפט ראגירן אויף דעם פאוסט ביז נאך יום הקדוש. אבער במקום שיש חילול השם וגילוי פנים בתורה שלא כהלכה, אין חולקין כבוד פאר קיינעם. און איך ברעך מיין צוזאג נישט צו שרייבן דא ביז נאך יום הקדוש. והוא רחום יכפר עון.
די ערשטע זאך וואלסטו געמעגט זעהן אז די שמועס דא איז נישט אין תורה'דיגע פארום, און די סיבה דערצו איז וויבאלד דא האט זיך איינער געוואלט אויסשמועסן מיטן ציבור בנוגע אן ענין וואס איז אים פערזענליך נוגע. און ווען איינער וויל אויסשמועסן א פראבלעם וואס איז אים נוגע איז נישט די פלאץ צו ווייזן בקיאות, און כל שכן נישט די פלאץ צו אויפקלערן יענעם אז דאס וואס מען האט דיר געלערנט ביז היינט איז פאלטש!
דער איד שרייבט אז ער וואוינט אין קרית יואל, וואס דאס מיינט ביי דיפאלט אז ער איז א מיטגליד פון ק"ק סאטמאר און עס האט נישט קיין פשט צו ברענגן מראה מקומות פון סיי וועלכע גדול וואס האלט אז האר מעג גיין צופלויגן. אין סאטמאר האט מען זיך געפירט כשיטת המגן אברהם וואס אסר'ט, און אלע אנדערע מראה מקומות זענען נישט נוגע. עס איז אמת ויציב אז עס זענען דא חולקים אויפן מגן אברהם, און איך בין נישט מעלים עין דערפון און איך האב עס ערווענט אינעם ערשטן פאוסט. אבער למעשה האט מען אין סאטמאר אנגענומען די שיטה פונעם מגן אברהם, ממילא איז עס נישט נוגע צום שמועס בכלל. זיין ווייב גייט מיט א שייטל וואס לויט די פוסקים וואס האבן גע'פסק'ענט פאר די סאטמארע קרייז, איז דאס נישט אויסגעהאלטן.
די סיבה פארוואס איך שרייב אז גיין לענגער ווי די אקסעל איז אסור ע"פ הלכה, איז די זעלבע סיבה פארוואס איך שרייב אז א שייטל איז מותר לכתחילה. וויבאלד ביי מיר זענען די מחבר, רמ"א, מגן אברהם, ופרי מגדים די וואס שטעלן אוועק די הלכה אין אורח חיים, און ווען איך האב א שאלה וועל איך עפענען א שלחן ערוך און קוקן וואס די שרייבן. און דערנאך נעמען אן ערוך השלחן אדער א משנה ברורה וכדו'.
בענין פאה נכרית, ווען איך קוק אריין אין שלחן ערוך, דהיינו רמ"א, מג"א, פרי מגדים, ערוך השלחן, משנה ברורה, איז כולם פה אחד אז א שייטל איז מותר לכתחילה. און דערפאר זאג איך אן א קווענקל אז א שייטל איז מותר לכתחילה. אפגעזעהן פון ווער און וויפיל עס שרייבן לאיסור, וויבאלד די זענען וואס שטעלן אוועק וואס די הלכה איז.
די זעלבע איז ווען איך וויל וויסן בנוגע די אופן ווי אזוי די האר פון א בתולה דארף צו זיין קוק איך אריין אין מג"א, פרי מגדים, ערוך השלחן ומשנה ברורה. און דארט זעה איך וואס די הלכה איז.
דאס איז קלאר אז די מגן אברהם אסר'ט צו גיין מיט צופלויגענע האר. די שאלה איז נאר אויב עס איז דא א חילוק לשיטת המגן אברהם אויב די האר איז ביז די אקסעל אדער אויב עס איז לענגער.
די מגן אברהם ברענגט זיך א ראיה פון רש"י הק' אין פרשת נשא אויפן פסוק ופרע את ראש האשה. וואס אויף דעם שרייבט רש"י הק' אז פריעת ראש לאשה איז א גנאי. רש"י הק' שרייבט אבער נישט ווי לאנג די האר דארף זיין כדי עס זאל הייסן ראשה פרועה, נאר סתם סותר זיין די קליעה איז שוין בכלל פרועה.
דער מחצית השקל ברענגט אבער צו א צווייטע רש"י אין מסכת כתובות דף ט"ו וואס דארט שרייבט רש"י קלאר אז ראשה פרועה מיינט שערה על כתיפיה. פון די מחצית השקל פארשטיי איך אז די חומרת המגן אברהם איז נאר ווען די האר איז נישט צוזאמען גענומען, און איז לענגער ווי די אקסעל. אויב פעלט איינס פון די צוויי תנאים איז דאס נישט בכלל פרועות ראש. אזוי אויך ברענגט דער פרי מגדים א ראיה פונעם ברטנורא אז ראשה פרועה מיינט ווען די האר ליגט אויף די אקסעל.
בנוגע דאס אויב די שיטת המגן אברהם איז אנגענומען להלכה. קודם כל, פון פרי מגדים איז משמע אז ער איז מסכים מיט די חלק. און אזוי אויך די משנה ברורה איז נישט חולק אויף דעם בפירוש, הגם ער ברענגט אז דער מחצית השקל ומגן גבורים קריגן אויף דעם (וצ"ע מהיכן דן המשנה ברורה דהמחצית השקל חולק על זה). דער ערוך השלחן ברענגט אויך אראפ דעם מגן אברהם, און ער קריגט נישט מיט אים, נאר אויף למעשה איז ער דארט פארנומען מיט דעם וואס רוב רובן נשים נשואות גייען בגילוי הראש וואס דאס איז אודאי מער חמור. און אזוי אויך דער כף החיים ברענגט דעם מגן אברהם און קריגט נישט מיט אים.
שפעטער אין די פוסקים וואס מיר סאטמארע רופן היימישע פוסקים (דאס מאכט נישט אוועק אנדערע) זעהן מיר אז דער עצי חיים האט אנגענומען די שיטת המגן אברהם, אזוי אויך ר' מאיר בראנסדארפער, און ר' שמואל וואזנער (כזקינו הפנים מאירות). און אזוי אויך איז איינגעפירט אין די סאטמארע מיידל שולעס. עכ"פ, ביי אונז אין סאטמאר איז אנגענומען כשיטת המגן אברהם. ממילא דא פרעגט א סאטמארע איד בנוגע זיין ווייבס שייטל, ענטפערט מען אים לויט די פסק הלכה וואס איז אנגענומען אין סאטמאר.
צו מען איז מוכרח צו לערנען פשט אין מג"א אזוי ווי מיר? ניין. אזוי איז מיר אבער אויסגעקומען הלכה למעשה ווען איך האב געלערנט די סוגיא. איז מוכרח צו זאגן אז דאס וואס מען פארלאנגט אין די סקולס (בתי ספר) אז די האר זאל נישט זיין לענגער ווי די אקסעל איז מכח מיין מהלך בדברי המגן אברהם? ניין, ס'איז נישט מוכרח. אבער עכ"פ אין שו"ת אבן ישראל פון ר' ישראל יעקב פישער חלק ז' סימן ח' זעה איך אז ער לערנט פשט אזוי ווי מיר בשיטת המג"א. און אזוי אויך אין חוט שני פון ר' ניסים קרליץ אין אהע"ז סימן כ"א. ביידע שרייבן אז דער מגן אברהם רעדט נישט פון קיין קורצע האר, נאר דוקא פון לאנגע האר. ממילא פאלטש פשט איז עס זיכער נישט. הגם זיי שרייבן נישט אז די שיעור איז די אקסעל, איז אבער נישט שייך צו געבן אן אנדערע שיעור אין דעם. נאר די איינציגע מקום לחלק בדברי המג"א איז נאר די כתף, וכדברי הפרי מגדים ומחצית השקל. און דאס איז טאקע די גדר וואס מען פארלאנגט פון אונזערע טעכטער אין די סאטמארע בתי חינוך.
בנוגע דאס וואס דו שרייבסט פון שיטה מקובצת איז בכלל נישט נוגע אהער. ווען מען רעדט אין א תורה'דיגע שמועס און מען וויל דורך טוהן די נושא, קען מען רעדן פון שיטת הראשונים. אבער ווען מען רעדט פון הלכה למעשה קוקט מען וואס די פוסקים שרייבן.
דאס וואס דו שרייבסט פון ישועות יעקב, איז אינטערעסאנט אז דו ברענגסט נישט נאך זיין לשון וואס ער שרייבט שמהראוי להחמיר כהמגן אברהם, ער פארשטייט אויך אז ס'איז א פריצות. נאר ער זאגט אז דער וואס טוט אנדערש יש לו על מי לסמוך.
בנוגע די דמיון וואס איך בין מדמה א שייטל צו די האר פון א פניה זעה איך נישט פארוואס איך דארף א מקור לדברי. עס איז נישטא קיין שום סיבה צו מחלק זיין צווישן א פניה און א נשואה. צופלויגענע האר איז אסור (להמג"א). דאס איז סיי די האר פון א שייטל, און סיי האר פון קאפ. האר איז האר, און פריצות איז פריצות. מיר פאפען טאקע אויס (אנחנו מרמים) די טריקענע הלכה פון נישט גיין בגילוי הראש, מיט דעם וואס מען גייט מיט א שייטל אנשטאט דעם. (און מיט רעכט וויבאלד מיר האבן אויף דעם די הסכמה פונעם רמ"א, מג"א, פרמ"ג, שו"ע הגר"ז, משנה ברורה, ועוד ועוד ועוד) אבער עכ"ז קען דאס אין קיין פאל נישט טוישן די פאקט אז לאנגע צופלויגענע האר אויף די אקסעל איז א פריצות.
און אגב, דער שבט הלוי אין זיין הקדמה שרייבט אויך אזוי.
די ראיה וואס דו ווילסט ברענגן פונעם מחצית השקל אויף להיפך, לעניית דעתי פארשטייט איר בכלל נישט וואס דער מחצית השקל וויל דארט. אז מען פארשייט וואס די מחצית השקל וויל דארט, זעהט מען אז דאס גופא איז די קשיא פונעם מחצית השקל אויפן מג"א. און נישט אז לשיטת המגן אברהם וועט מען מעגן.
אלע אנדערע פוסקים איז נישט נוגע אהער, ובודאי נישט די תשובה פון יביע אומר חלק ד' סימן ג', וואס הגם הרב הגאון רבי עובדיה איז אין חקר לבקיאתו, דאך קען מען אים נישט מצרף זיין ווען מען איז דן אין מסורת סאטמאר, פונקט ווי מען קען אים נישט מצרף זיין בנוגע קטניות בפסח. מיר האבן פשוט אן אנדערע מסורה. נאר וואס יא, אז דו ווילסט קענסטו עפענען א נייע טעמע וואס זאל רעדן פון די נושא בדרך כלל, וואס דארט קען מען הערן מיינונגען פון אלע גאונים וצדיקים ופוסקים. אבער נישט ווען א סאטמארע איד פרעגט כדת מה לעשות, וואס דעמאלטס קוקט מען וואס זיינע רבי'ס האבן אנגענומען.
אבער איין תנאי איז דא. ווען דו ווילסט קריגן אויף א שבט הלוי, קנה הבושם, אבן ישראל, עצי חיים, חוט השני. קענט איר נישט קומען שרייבן בחציפות. איר קענט זאגן אייער מיינונג ווי אזוי איר פארשטייט, און ווי אזוי אייערע פוסקים האבן אנגענומען!
החותם בברכת אהבה רבה @נקודות טובות