בס"ד
אסאך יונגעלייט דרייען זיך ארום היבש צומישט, זיי ווילן טון וואס איז ריכטיג, זיי ווילן האבן א גוטע שלום בית, זיי ווילן זיין גוט צו זייער ב"ב, אבער זיי פילן ווי עפעס גייט עס נישט. זיי ווייסן נישט ווי עס אנצוכאפן, זיי קענען נישט כאפן וואס זיי דארפן טוישן, זיי טוען באמת אלעס מיט א גוטע ווילן און מיט א רצון צו פירן די שטוב על מי מנוחות, אבער מיט דעם אלעם גייט עס עפעס נישט.
זיי פרעגן זיך, צווישן אנדערע, וואס איז מיין פליכט? וואס וויל מען פון מיך? פארוואס האט מען אזויפיל טענות אויף מיך, איך פרוביר סך הכל צו טון וואס איז ריכטיג, פארוואס גייט עס נישט?
די יונגעלייט ווילן ארויסהאבן וואס איז די ריכטיגע צוגאנג וויאזוי מען קען האבן א גוטע שלום בית לייכטערהייט.
איך האף דא אדורך צוגיין עטליכע יסודות און כללים וויאזוי א שטוב דארף אויסצוזען, וויאזוי א אידישע שטוב דארף זיך פירן.
דער עיקר וועט דער מאמר זיין אוועקגעשטעלט אויף ארויסצוברענגען א קלארער און ריכטיגע בליק אויף צורת הבית און וואס מען האט צו טון. דער עיקר תועלת וואס מען קען ערווארטן איז די נייע קלארער בליק וואס איר וועט בעז"ה באקומען.
אין דעם מאמר וועל איך דורכלויפן בקוצר אמרים וואס איז די ריכטיגע צורה פון א שטוב, פארוואס האט יעדער חתונה, און וואס דארף מען טון צו זיין א גוטע און רעספעקטירטע מאן.
איר וועט זען אז שלום בית איז גאר א לייכטע זאך, ווען מען ווייסט די כללים און מען פירט זיך לויט דעם איז שלום בית גאר לייכט.
דער מאמר איז געשריבן בעיקר פאר מענער, דעריבער וועל איך זיך בעיקר באציען צו וואס די מענער דארפן טון, און וואס מ'ערווארט פון זיי.
וויכטיגקייט ארויסצוהאבן די יסודות
די וויכטיגקייט פון ארויסהאבן די ריכטיגע בליק און צוגאנג צום שטוב איז פשוט, ביי יעדע זאך אין לעבן דארף מען האבן די ריכטיגע בליק און פארשטאנד וויאזוי דער זאך דארף ארבעטן און וואס מיין פליכט איז, א טויש אין בליק טוישט די התנהגות. למשל, א מענעדזשער פון א קאמפאני וואס מיינט אז זיין דזשאב איז אליינס צו פאקן די באקסעס מיט זיינע הענט, מאכט א גרויסע טעות און די ביזנעס קען נישט מצליח זיין מיט דעם צוגאנג, ווען ער וועט קלאר ווערן אז ניין, זיין דזשב איז נאר צו זען אז די אנדערע ארבעטער זאלן מאכן זייערע דזשאב און זיי דארפן פאקן, ער דארף זיין די גאנצע צייט פריי צו זיין עומד על גביהם, דאן וועט ער קענען מצליח זיין און די ביזנעס וועט גוט פארן. אן אקאונטענט וואס מיינט אז זיין דזשאב איז צו מאכן זיכער אז די ארבעטער קומען אריין אין צייט, מאכט א גרויסע טעות און יעדע וועט זיך רעגן, ווען ער ווערט קלאר אז זיין דזשאב איז נומבערס און נאר נומבערס, דאן קען ער אנהייבן צו מצליח זיין אויף זיין דזשאב און יעדער ווערט פטור פון איבריגע קאפ וויי.
די זעלבע איז אין שטוב, ווען דער צורת הבית איז נישט קלאר, דער מאן מיינט ער דארף טון איין זאך און למעשה ערווארט מען פון אים עפעס אנדערש, אזא איינער איז נישט מעגליך אז ער זאל 100% מצליח זיין אין שטוב.
צוויי נקודות
איך וויל מקדים זיין צוויי נקודות. א. איך שרייב לויט ווי איך זעה די וועלט לפי תכונתי, עס קען זיין אז פאר אנדערע איז דאס נישט די ריכטיגע צוגאנג. ב. יעדע מענטש דארף ארבעטן אויף אנדערע נקודות, למשל, ביים ענין פון זריזות און צייטליכקייט, איז דא איינער וואס דארף ארבעטן צו ווערן מער מסודר אין צייט, און א צווייטע דארף ארבעטן צו ווערן ווייניגער שטרענג און אנגעצויגן מיט די צייט, הכל לפי המצב. דער זעלבע איז אין שלום בית, יעדער דארף פאררעכטן אנדערע פרטים אין שטוב. מיינע ווערטער זענען דוקא פאר דעם וואס פילט אז די נקודות זענען א תועלת פאר אים. וכל ערום יעשה בדעת. [ועוד חזון להאריך בזה בעז"ה.] בתקוה להבנה. ומה' אבקש שלא אכשל בקולמוסי.
צורת הבית
צוריק צום שאלה, פארוואס האט מען חתונה און וואס איז די ריכטיגע צורה פון א אידישע שטוב?
מאן איז מאן פרוי איז פרוי.
א מאן און פרוי זענען פארשידענארטיג, זיי האבן אנדערע נאטורן און דארפן אנדערע זאכן אין יעדע טריט און שריט אין לעבן. א מאן איז א מאן און א פרוי איז א פרוי. אויך ווען עס קומט צו חתונה האבן, פעלט פאר יעדן עפעס אנדערש, וואס דאס ווערט אנגעפילט ווען זיי האבן חתונה. פארן מאן פעלט א פרוי, פארן פרוי פעלט א מאן. ווען זיי האבן חתונה באקומט יעדער פון זיי וואס זיי דארפן צו באקומען, דער מאן באקומט א פרוי, דאס איז וואס ער דארף, ער דארף א פרוי מיט אירע פרויערישע נאטורן, דאס איז וואס עס פעלט אים אויס צו קענען אנגיין אין לעבן, אירע אנדערשטקייטן אין נאטור זענען נישט קיין שטער פאר זיין חתונה האבן, נאר דאס איז וואס ער דארף האבן.
ווידער די פרוי, זי באקומט א מאן! דאס איז וואס זי דארף, עס פעלט איר א מאן אין לעבן און ווען זי האט חתונה באקומט זי דאס, מיט אלע זיינע מענערישע נאטורן, ער דארף נישט ווערן מער פרויעריש, זי דארף א מאן. אזוי האט דער באשעפער אויסגעשטעלט די וועלט! און עס ארבעט הערליך, אויב מען לאזט עס פאלן אין פלאץ כדלהלן.
לאמיר אביסל מסביר זיין וואס פעלט פארן מאן פארן חתונה, און וואס פעלט פארן פרוי פארן חתונה. מען קען דאס בעסער פארשטיין ווען מען קוקט אויף די וואס האבן אביסל שפעטער חתונה, ביי זיי קען מען שוין פילן אז עפעס פעלט זיי. יונגע 18 יעריגע קינדער פעלט נאך גארנישט ב"ה, זיי גייען צום חתונה אן קיין קשיות אן קיין שאלות, זיי גייען צו מער לייכטער אן פילן צו שטארק אז עס פעלט זיי עפעס פאר דעם, נאר שפעטער וועלן זיי עס מער פילן בעז"ה.
פאר א מאן איז שווער צו לעבן אליינס, און פירן זיין שטוב זאכן אליינס, ער דארף איינער זאל אים פירן די שטוב, מסדר זיין, קאכן, באקן. ווען ער האט קינדער דארף ער איינער וואס זאל זיך אפגעבן מיט זיי, קליידער, אויסרישן, בעביסיטן/שפילן, שלאפן לייגן [מען מעג נאך אלס העלפן…] וכו'.
אויך איז אים איינזאם אליינס, ער וויל האבן א שותף פשוט אויף צו זיין צוזאמען, עס זאל זיין צו וועם אהיימצוקומען, און אמאל פארציילן וכדומה.
פאר א פרוי איז שווער צו לעבן אויף איר אייגענע האנט, עס פעלט איר די פעסטקייט און שטארקייט אנצוגיין אליינס און טראגן דער אחריות אויף איר לעבן. ווען זאכן זענען שטורעמיש, למשל בזמן שמחה אדער ימים טובים וכדומה קען זי ווערן אביסל פארלוירן, זי קען פילן אינעווייניג היבש הילפסלאז.
אויך די עול הפרנסה איז זייער שווער פאר פרויען, עס איז נישט אין זייער נאטור צו טראגן דעם עול. בכלל, דארפן זיי א רוקנביין, איינער וואס זאל איר פראטעקטן פון אלעם בייזן. נאך מער ווען זי האט שוין קינדער דאן דארף זי נאך מער דעם רוקנביין. רוקנביין מיין איך דא אין אלע אופנים, פינאנציעל עמאשינעל און גייסטיש.
ווען א מאן האט חתונה מיט א פרוי איז זי דער פערפעקטע זאך וואס ער דארף, זי האט ליב צו פירן די שטוב און זיך אפגעבן מיט די קינדער קאכן און באקן, זי האט ליב צו רעדן, אסאך מער ווי אים. אויך איז אים גוט דאס וואס זי דארף אנקומען צו זיין פעסטקייט און סטאבילקייט, דאס געבט אים א געפיל פון אחריות, פירערשאפט, און געלונגענקייט. אויך געבט עס אים א חשק צו פירן די שטוב מיט זיינע כוחות.
ווען א פרוי האט חתונה מיט איר מאן איז ער דער פערפעקטע זאך וואס זי דארף, מענער האבן נישט אזוי מורא פון דער וועלט, ברענגען פרנסה איז א זאך וואס זיי ענדזשויען [הגם וואס עס איז שווער…] זיי ווערן נישט צוריבן עמאשינעלי פון מאורעות הזמן. זיי ווערן נישט אזוי פארלוירן פון פחדים וכדומה, זיי זענען אסאך מער סטאביל און מענעריש… ער איז די ריכטיגע רוקנביין פאר איר. די ריכטיגע סעקיוריטי.
ווען עס קומט צו סיפוק און הנאה זענען זיי אויך אנדערש, א פרוי האט סיפוק און הנאה צוצושטעלן זאכן פאר איר שטוב און איר מאן, א שיינע ריינע הויז, א גוטע סעודה, פירן די שטוב ווירטשאפט וכדומה. ווידער דער מאן, ער האט סיפוק ווען ער קען צושטעלן פאר זיין פרוי געלט, חיזוק און א רוקנביין. ער האט הנאה צו זיין דער מנהיג אין שטוב און זיין דער וואס זיין ב"ב לאנט זיך אן אויף אים.
קומט אויס אז יעדער האט הנאה פון דעם, און דארף אזוי, אז דער צווייטער זאל דייקא זיין אזוי ווי יענער איז, זיי ביידע דארפן אז דער צווייטע זאל קומען מיט זיין נאטור און צוגאנג.
מען דארף לאזן דעם באשעפער'ס בריאה אנגיין נאטורליך!
יעצט לאמיר אביסל מער אויסשמועסן, וואס זיכט א פרוי אין איר מאן, וואס געבט איר מאן צו צו איר לעבן און וויאזוי.
ווי געשריבן אויבן, א מאן איז מער פעסט ווי א פרוי, [דאס קומט מער ארויס מיט די יארן, נישט אזוי ווייט ווען זיי זענען יונג,] ער ווערט נישט אזוי איבערגענומען פון געשעענישן, ער קען מער פארנעמען צו טראגן אחריות און פירן די גייסט און עול פונעם שטוב. ער ברענגט אריין פרנסה און טראגט די עול פון פרנסה און בודזשעט, פרויען קענען זייער גוט "מסדר" זיין א בודזשעט, אבער זיי קענען נישט טראגן דעם "עול", עס עסט זיי פשוט אויף! ער ווערט נישט אזוי איבערגענומען פון די ספיקות אין לעבן, ער העלפט איר מיט אירע החלטות, אויך אויף קלייניגקייטן ווי למשל דער שיך אדער יענער, דער מאכל אדער א צווייטע, [ער דארף נישט ממש מאכן די החלטה, מען קען אויסהערן פרעגן וואס זענען אירע צדדים, נאכדעם פרעגט מען צו ווי זי איז נוטה, און מען געבט איר חיזוק צו טון טאקע אזוי ווי זי האט חשק. דאס איז די עיקר וואס זיי דארפן. ועוד חזון.] בסך הכל, ער געבט איר א פעסטע און רואיגע רוקנביין.
ווען א מאן געבט דאס פאר זיין פרוי, מאכט עס איר רואיג און צופרידן, זי קען טון איר חלק פון פירן די שטוב, קאכן, באקן, מסדר זיין. זי קען זיך האלטן עטוואס רואיג אפילו אין אנגעצויגענע מאמענטן, - געוואנדן לויט וויאזוי ער הערט איר אויס און געבט איר חיזוק. זי קען ארלעדיגן זאכן, רופן דאקטוירים, דענטיסט וכדו', - געוואנדן לויט וויפיל ער טראגט מיט די אחריות, און ווען זי באקלאגט זיך אויפן פרעשור פון דארפן לויפן אויסטשעקן וכדו' הערט ער איר אויס און פארשטייט איר, באדאנקט איר וכדו' דאס געבט איר כח און מוט אנצוגיין.
אוהבה כגופו
אויך, אוהבה כגופו, דאס איז מורא'דיג וויכטיג, נאר מיט דעם קענען זיי אנגיין, דאס געבט זיי די טאג טעגליכע חיות, דאס אז זיי זענען חשוב און טייער ביי זייער מאן אין די אויגן איז מורא'דיג וויכטיג פאר זייער חיות, ביי מענער איז דאס נישט אזוי שטארק וויכטיג פאר זייער חיות אז די פרוי זאל זיי מחשיב זיין, נישט דאס איז זייער כח [עס געבט זיי הנאה און חשק, אבער עס איז נישט זייער כח און עלעקטריסיטי, ואכמ"ל].
תולה בדעת עצמו
א גרויס חלק פון זיין פעסט נעמט אריין אז זיין חיות און כח אנצוגיין איז נישט תלוי אויף איר מוט און גיסטע, ער ווערט נישט פארלוירן פון יעדע קוועטש אירע, יעדע קליינע טענה וואס זי האט אויף אים ציטערט ער נישט "אוי, מיין ב"ב קוקט מיך אראפ." זיי האבן נישט ליב ווען זייער מאן לעבט אין פחד ומורא פון זיי. פארוואס? ווייל זיי טראכטן, "אויף אזא איינעם קען איך זיך פארלאזן?! ער האט דאך אזוי "מורא" פון מיך, איז וויאזוי קען איך זיך אנלאנען אויף אים?" זיי ווילן זען אז נישט קיין חילוק וואס פאר א טעות עס איז געשען און נישט קיין חילוק מיט וועלכע ווערטער זי האלט אים פאר, האט ער נאך די כח און מוט אנצוגיין און פירן די שטוב מעלה מעלה.
דאס איז בקיצור די צורת הבית, און וואס דער מאן ברענגט אריין אין שטוב.
======================================================================
עס זענען דא נאך אפאר וויכטיגע נקודות פארן יסוד הבית.
חילוק פון מענער און פרויען ביים רעדן.
מענער און פרויען רעדן די זעלבע שפראך זיי ניצן די זעלבע ווערטער, אסאך מענטשן מיינען אז זיי האבן די זעלבע משמעות, די זעלבע פירוש המילות, אבער עס איז ווייט נישט אזוי כידוע. עס איז א לענגערע נושא, איך וועל יעצט שרייבן עטליכע נקודות.
פרויען רעדן מער באריכות ווי מענער און נישט אזוי מדוקדק, זיי רעדן אין גרויס טייל לויט זייער געפיל אפילו אויב עס איז נישט 100% ריכטיג. דאס הייסט אזוי, זי וויל דיך עפעס זאגן, זי פילט אומצופרידן, דו הערסט איר אויס, אבער די ווערטער וואס זי ניצט זעט דיך אויס ווי ליגנט, אבער באמת איז עס 100% אמת, נאר דו קענסט נישט די פשוט'ע פירוש המילות, און דו ווערסט נערוועז אויף איר, ווען דו וועסט אביסל פארשטיין "פרויען שפראך", וועסטו בעסער פארשטיין אירע דיבורים און קענען בלייבן רואיג.
כמה דוגמאות, "אלעמאל קומסטו שפעט", מיינט "יעצט" [נאר איך פיל עס אזוי שטארק כאילו עס וואלט געווען אלעמאל]. "קיינמאל העלפסטו נישט", מיינט "יעצט", און עס מיינט נישט דוקא אז דו העלפסט נישט, עס מיינט מער אזויווי, איך בין זייער פארלוירן "כאילו" דו העלפסט נישט. "איך גיי נישט נעקסטע וואך צו די חתונה", מיינט איך פיל נישט יעצט בכח צו גיין, וואס וועט זיין ווייס איך נישט.
ווען מען ווייסט די און נאך עטליכע כללים אין "פרויען שפראך" וועט עס בעז"ה זיין א גרויסע הילף אין שטוב. ועוד חזון בעז"ה.
רואיגקייט און צופרידנקייט
נאך א גרויסע זאך וואס עס פעלט אויס אין שטוב איז רואיגקייט און צופרידנקייט, נישט מקפיד זיין ווען זאכן גייען נישט פונקט ווי מען וויל, זיין צופרידן מיט האשה אשר נתן לו ה', נישט וועלן אלעס זאל זיין 100% דוקא, אויף דעם פעלט זיך אויס אן אריכות פארוואס טאקע זאל איך זיך נישט שטארק שטעלן אויף מיינע ענינים, בפרט ווי מען רעדט אז איך בין דער מנהיג. ועוד חזון.
טון וואס איז גוט און ריכטיג
אויך איז וויכטיג צו וויסן אז מען דארף אלעמאל טון וואס איז גוט און ריכטיג, מען דארף קוקן אויף וואס עס ארבעט, פארגעסן פון וויאזוי עס "וואלט" געדארפט זיין, מען דארף קוקן אויף למעשה, וואס קען איך יעצט טון וואס וועט זיין א תועלת, וועט מיין יעצטיגע הערה וכו' זיין א תועלת אדער וועל איך שפעטער חרטה האבן און עס פארענטפערן אז "למעשה וואס האב איך געקענט אנדערש טון". וצריך אריכות יותר, בעז"ה.
סך הכל
א מאן דארף טון אין שטוב דריי הויפט זאכן.
מ'אן. דו ביסט דער מאן, דיין פרוי וויל אז דו זאלסט זיין דער "מאן". מאן, מיינט דער פירער מתוך אהבה.
א'חריות. טראג די אחריות פונעם שטוב.
נ'יחותא. האלט זיך רואיג, אפילו ווען זאכן גייען נישט וויאזוי דו וואלסט געוואלט.
אויך, פארשטיי אז פרויען נאטור איז אנדערש ווי מענער נאטור, און פרויען שפראך איז אנדערש ווי מענער שפראך.
די אלע אויבנדערמאנטע כללים דארפן יעדע איינער אן אריכות, דא האב איך זיי נאר אנגעכאפט בקיצור. ועוד חזון בעז"ה.
הצלחה רבה
שלום בית - ביסטו צעמישט? "וואס וויל מען פון מיך?" - לאמיר דורכטון די ריכטיגע צורת הבית
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 6
- זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 7:15 am
- Location: usn
- x 49
שלום בית - ביסטו צעמישט? "וואס וויל מען פון מיך?" - לאמיר דורכטון די ריכטיגע צורת הבית
אויב ווילט איר באקומען נאך מאמרים אויף שלום בית שיקט אריין א request צו nuchem10950@gmail.com
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1676
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3579
Re: שלום בית. ביסטו צומישט? וואס וויל מען פון מיך? לאמיר דורכטון די ריכטיגע צורת הבית!
זייער שיין און מסודר באשריבן!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1193
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 3986
Re: שלום בית. ביסטו צומישט? וואס וויל מען פון מיך? לאמיר דורכטון די ריכטיגע צורת הבית!
ובפרט באשרייבן פרויען שפראך...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3976
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10879
Re: שלום בית. ביסטו צומישט? וואס וויל מען פון מיך? לאמיר דורכטון די ריכטיגע צורת הבית!
@קלארערהייט קומט אריין געוואלדיג @קלארערהייט! גיי אן!
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 6
- זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 7:15 am
- Location: usn
- x 49
Re: שלום בית - ביסטו צעמישט? "וואס וויל מען פון מיך?" - לאמיר דורכטון די ריכטיגע צורת הבית
אויב ווילט איר נאך מאמרים אויף שלום בית שיקט אריין א request צו nuchem10950@gmail.com
אויב ווילט איר באקומען נאך מאמרים אויף שלום בית שיקט אריין א request צו nuchem10950@gmail.com
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1676
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3579
Re: שלום בית - ביסטו צעמישט? "וואס וויל מען פון מיך?" - לאמיר דורכטון די ריכטיגע צורת הבית
הייסט דאס איז נאר געווען אן אדווערטייזמענט?
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 6
- זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 7:15 am
- Location: usn
- x 49
Re: שלום בית - ביסטו צעמישט? "וואס וויל מען פון מיך?" - לאמיר דורכטון די ריכטיגע צורת הבית
איך וויל זאגן אן אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב באמערקט,
לויט דער עולם וואס קומט אריין אין אישי אדער אויף אימעיל איז פיל פיל גרעסער ווי ערווארטעט, דאס ווייזט אז א ווארט אויף אידטיש ווערט געליינט מיט ערנסטקייט און יישוב הדעת.
לויט דער עולם וואס קומט אריין אין אישי אדער אויף אימעיל איז פיל פיל גרעסער ווי ערווארטעט, דאס ווייזט אז א ווארט אויף אידטיש ווערט געליינט מיט ערנסטקייט און יישוב הדעת.
אויב ווילט איר באקומען נאך מאמרים אויף שלום בית שיקט אריין א request צו nuchem10950@gmail.com