בס״ד
אנשטאט׳ס דארפן צוברעכן זיין אפענע פאון, פיל אָן זיין צובראכענער הארץ! מעשה שהיה.
פארציילט מיר א ידיד מיינע אזוי, ער האט געטוהן אביסל מיט בחורים היי יאר זוממער, ער האט געהאט א בחור וואס זיינע אויגן האבן זיך אביסל געדרייט און ער האט אויסגעזעהן פאר׳חלומ׳ט, נאך א קורצע זיך און אריינקוק האט מען אים דערווישט מיט אן אפענע פליפ פאון, און די היסטערי איז געווען שרעקליך, מיין חבר האט געכאפט א שמועס מיט׳ן בחור, און ער האט געשטוינט וואס ער האט געהערט, די בחור האט געקייכט, ״די מיינסט איך בין אינטערסירט און קוקן נארישקייט?״ איך בין ליידיג און לאונלי, קיינער קוקט מיר נישט אן! און ס׳איז פשוט א וועג זיך צו דיסטרעקטען פון מיין ליידיגקייט, מיין חבר זאגט מיר אז ער האט ממש געוויינט..
טיייערער אידן נאכן הערן דאס וויל איך זאגן אזוי לענ״ד איז גאר אסאך מאל נישט די פראבלעם די אינטערנעט, ס׳איז א דבר צדדי, די פראבלעם איז לאונליניס, איז אויב זעהסטו א בחור/אינגערמאן אויגן ראלען, ״אנשטאט דארפן צוברעכן זיין סמארטפאון, פיל אן זיין צובראכענע הארץ!״
ס׳איז פשוטער זאכן אבער ס׳ברויכט א שטארקע עווערנעס.
פיל אן זיין צעבראכן הארץ!
- משה יצחקי
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 62
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 12:36 am
- Location: א סוד!
- x 407
Re: אנשטאט׳ס דארפן צוברעכן זיין אפענע פאון, פיל אָן זיין צובראכענער הארץ! מעשה שהיה.
און דרך אגב, וועלקאָם בעק א יעדער! נישטא געווען פאר א וויילע…
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 189
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 11:06 am
- Location: ביים אנהייב פון עפעס וואס איך פרוביר וואס איז געווען בשעת מען מאכט עס גרינג
- x 261
Re: אנשטאט׳ס דארפן צוברעכן זיין אפענע פאון, פיל אָן זיין צובראכענער הארץ! מעשה שהיה.
נקודה נקדת.
גול על ה' דרכך ובטח עליו והוא יעשה.
Re: אנשטאט׳ס דארפן צוברעכן זיין אפענע פאון, פיל אָן זיין צובראכענער הארץ! מעשה שהיה.
@משה יצחק
נישט קיין ווערטער.
דאס ביסל ווערטער וואס האסט דא געשריבן האט מיר געשאקלט, כפיל ס'האט זיך מיר אריינגעכאפט א שטארקע אמת'ע נקודה.
נישט קיין ווערטער.
דאס ביסל ווערטער וואס האסט דא געשריבן האט מיר געשאקלט, כפיל ס'האט זיך מיר אריינגעכאפט א שטארקע אמת'ע נקודה.