הרה"ק בעל 'ייטב לב' מסיגוט זי"ע - ו' אלול תרמ"ג

אונזער היסטאריע
קשאנובער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:24 am
x 175

הרה"ק בעל 'ייטב לב' מסיגוט זי"ע - ו' אלול תרמ"ג

פאוסט דורך קשאנובער »

היינט נאכט איז די יומא דהילולא קדישא פונעם רשכבה"ג מרן בעל ייטב לב מסיגוט מרן יקותיאל יהודה בן אלעזר ניסן זצוקללה"ה

די ייטב לב איז געבוירן אין שטאט דראהביטש צו זיין גרויסן טאטע הרה"ק רבי אלעזר ניסן מדראהביטש זי"ע בנו יחודו פון מרן בעל ישמח משה זי"ע.

אלץ קינד איז ער שוין געווען באקאנט אלץ בקי וחריף און מיט זיין געבענטשטע פה מפיק מרגליות.
ווי ער שרייבט אליין אין זיין ספר ייטב לב אז ביי די 7 יאר אלט האט ער שוין געזאגט תורה פארנט זיין גרויסן זיידע די ישמח משה זי"ע.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית רחל בת הרה"ק ר' משה דוד מטאלטשאווא זי"ע און געוואונט נעבן די שווער נאכן חתונה.

בשנת תקצ"ג איז ער געווארן רב אין שטאט סטראפקוב. גלייך איז ער באקאנט געווארן אלץ צדיק הדור און שר התורה. ער האט משמש געווען ברבנות אין שטאט ביז צום פטירה פונעם גרויסן זיידע ווי מהאט אים אויפגענומען אלץ רב און שטאט אוהעל נאכדעם וואס זיין טאטע האט בשום פנים נישט געוואלט איבערנעמען. די שטאט אוהעל איז געווען פיל מיט מתנגדים וואס האבן אנגעמאכט צרות פארן ייטב לב אז ער האט געמיזט אנטלויפן פון שטאט און מיטן רצון קדשו פון הרה"ק מצאנז זי"ע איז ער געווארן רב אין שטאט גארליץ. ביזן פטירה פון זיין טאטע ווי ער האט ממלא מקום געווען און געווארן רב אין שטאט דראהביטש.

אין יאר תרי"ח האט מען אים אויפגענומען אלץ רב אין שטאט סיגוט ווי ער איז באקאנט געווארן איבער'ן גאנצן וועלט בתורה ובעבודה און האט דארט אויפגעמאכט זיין ישיבה מיט הונדערטער תלמידים.

די ייטב לב איז נפטר געווארן לשמי' מרומים ו' אלול תרמ"ג.

ער האט איבערגעלאזט 4 זוהן גאונים און צדיקים און 3 טעכטער.

בנו הרה"ק ר' אברהם אהרן מקאלבסוב זי"ע

בנו הרה"ק ר' אליהו בצלאל מטעטש זי"ע

בנו הרה"ק ר' חנני יו"ט מסיגוט זי"ע בעל קדושת יו"ט

בנו הרה"ק ר' משה יוסף מאוהעל זי"ע [חתן הרה"ק מקשאנוב זי"ע]

בתו מרת הענדל ע"ה אשת הרה"ק ר' ישראל יעקב יוקל מוואלאווא זי"ע

בתו מרת פעסל ע"ה אשת הרה"ק ר' ברוך מגארליץ זי"ע

בתו מרת אלטא ע"ה אשת הרה"ק ר' משה מראזאדאוו זי"ע


(שנעל געשריבן, ואתכם הסליחה)
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1771
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3313

Re: הרה"ק בעל 'ייטב לב' מסיגוט זי"ע - ו' אלול תרמ"ג

פאוסט דורך ווער »

אוהל הק' סיגעט.JPG
אוהל הק' סיגעט.JPG (170.57 KiB) געזען געווארן 364 מאל
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1771
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3313

Re: הרה"ק בעל 'ייטב לב' מסיגוט זי"ע - ו' אלול תרמ"ג

פאוסט דורך ווער »

unnamed - 2024-09-06T092954.192.jpg
unnamed - 2024-09-06T092954.192.jpg (113.76 KiB) געזען געווארן 246 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28101

Re: הרה"ק בעל 'ייטב לב' מסיגוט זי"ע - ו' אלול תרמ"ג

פאוסט דורך ניקל »

ער איז געבוירן אין שטאט דראהביטש, בשנת תקס"ח,
צו זיין טאטן הרה"ק רבי אלעזר ניסן טייטלבוים מדרוהוביטש זי"ע, בן הרה"ק הישמח משה זי"ע, בן הרה"ק רבי צבי הירש מזבארוב זי"ע, בן הרה"ק רבי יצחק מסטאניסלאוו זי"ע, בן החסיד הנורא אור ישראל רבי אהרן זעליג מסטאניסלאוו זי"ע, מגזע הגה"ק המהר"ם מלובלין זי"ע,

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת רויזא בלימא ע"ה,
בת הגה"ק רבי אהרן אב"ד חאדאראוו זי"ע מגדולי תלמידי רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, חתן פרנס וראש הקהל דק"ק דראהביטש הרה"צ רבי נחום זי"ע,
נכד הרה"ק רבי יקותיאל זלמן לאנדא אבדק"ק הראשון מדרוהוביטש זי"ע.

ביים ברית האט מען דעם קינד א נאמען געגעבן יקותיאל יהודה נאכן זיידן הגה"ק רבי יקותיאל יהודה - זלמן לייב סג"ל לאנדא אב"ד מדרוהוביטש זי"ע.

ער איז געווען א איש אלקים קדוש וטהור נורא מאוד, ער איז געווען א גאון מובהק ועמוד ההוראה, בוצינא קדישא מנורה הטהורה, פה מפיק מרגליות, ער איז געווען א בעל דרשן נפלא און זיינע ווערטער זענען נתקבל געווארן אין די גאנצע מדינה און אויך אין די ארימיגע מדינות, זיין עבודת התפילה איז געווען מיט א געוואלדיגע אש קודש און א דביקות נורא מאוד, טויזענטער אידן זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו פון דעם צדיק וקדוש, ער איז געווען א גרויסע בעל מופת און א געוואלדיגע פועל ישועות בקרב הארץ.

ער איז נתגדל געווארן ביים הייליגען זיידן דער ישמח משה מאוהעל זי"ע, און דער זיידע האט דעם אייניקל מוראדיג מחבב געווען, ער איז געווען א תלמיד מובהק פונעם הייליגען זיידן, ווי מען זעט אז דער זיידע האט געשריבן אויפן אייניקל זייענדיג נאר 15 יאר אלט, אז ער איז א גדול בנגלה ובנסתר.

ביי די 7 יאר אלט איז ער איינמאל געפארן מיטן טאטן צום זיידן דער הייליגער ישמח משה זי"ע, און זיצענדיג דארט ביים טיש, האט דער זיידע געזאגט תורה, דערנאך האט דער זיידע געהייסן פארן טאטן זאגן תורה, דאן האט דער זיידע געזאגט צום אייניקל, כדי עס זאל מקיים ווערן דער פסוק לֹא יָמוּשׁוּ מִפִּיךָ וּמִפִּי זַרְעֲךָ וּמִפִּי זֶרַע זַרְעֲךָ, אז די תורה זאל פארבלייבן ביי די אייניקלעך, דארפן דריי דורות זאגן תורה.

דאן האט דער יונגער זלמן לייבעלע געזאגט א גאר טיפע תורה, וואס איז שפעטער געדריקט געווארן אונעם ספר ייטב לב, און דער ייטב לב זי"ע באצייכענט, אז דאס האב איך געזאגט ביי די זיבן יאר אין געגנווארט פונעם הייליגען זיידן דער ישמח משה זי"ע, און דער הייליגער זיידע האט גאר שטארק אויסגעלויבט דעם תורה וואס דער אייניקעל האט געזאגט.

בעפאר זיין בר מצוה האט דער זיידע אנגעוויזן א סוגיא פארן אייניקעל, און געהייסן אז ער זאל דאס לערנען, און אויף דעם זאל ער אליין צוגרייטן זיין פשט'ל פאר די בר מצוה, און דער זיידע האט צו געגעבן, אז ביים בר מצוה וועט אויך זיין דער פעטער דער הייליגער ארי' דבי עילאי זי"ע, וואס איז א גרויסער חריף, און ער וועט זיך זיכער וועלן מפלפל זיין מיט דיר, דערפאר דארפסטו זיך צו אים צושטעלן.

דער קליינער זלמן לייבעלע האט גאר פלייסיג אריין געארבעט אויף א שיינעם חידוש פאר די בר מצוה, און נאך צוויי טאג, איז ער געקומען צום זיידן און געוויזן דעם פשט'ל, דער זיידע האט זייער הנאה געהאט דערפון, אבער ער האט געווויזן פארן אייניקל, אז דער חידוש שטייט שוין אונעם ספר פני יהושע, דעם קומענדיגען חידוש האט דער זיידע אויך געוויזן פארן אייניקל אז דאס שטייט שוין אין א אנדערן ספר.

אבער נאך עטליכע מאל איז אים געלונגען צו מחדש זיין א הערליכע חידוש, וואס דער זיידע האט זייער הנאה געהאט דערפון, און ביים בר מצוה האט דער פעטער דער הייליגער ארי' דבי עילאי זי"ע טאקע פראבירט זיך מפלפל זיין מיטן בר מצוה בחור, און נאכן ענדיגן האט דער זיידע און דער פעטער זייער משבח געווען און שטארק נתפעל געווארן פונעם פשט'ל.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28101

Re: הרה"ק בעל 'ייטב לב' מסיגוט זי"ע - ו' אלול תרמ"ג

פאוסט דורך ניקל »

דער אייניקעל האט טאקע רוב פון זיין תורה מקבל געווען פון זיין הייליגען זיידען דער ישמח משה זי"ע, און עס איז באוויסט אז דער הייליגער זיידע איז אפילו נאכן פטירה געקומען מעולם העליון לערנען מיטן אייניקל.

דערציילט מען אז איינמאל האט דער טאטע רבי אלעזר ניסן זי"ע געשיקט א קוויטל צום הייליגען חוזה מלובלין זי"ע, און דארט איז געשטאנען אלע נעמען, און ווען דער חוזה איז אנגעקומען צום נאמען פונעם ייטב לב זי"ע, האט ער זיך אנגערופן, "ער שיינט, ער לייכט, ער וועט באלייכטן די וועלט".

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת רחל ע"ה,
בת הגה"ק רבי משה דוד אשכנזי אב"ד טאלטשווא זי"ע,

נאך די חתונה איז ער געבליבן וואוינען ביים שווער, דארט האט ער געהארעוועט אויף תורה יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה, דאס דחקות דארט ביים שווער איז געווען גאר גרויס, אבער דאס האט דעם גאון וקדוש בכלל נישט צוריק געהאלטן פון זיין תורה און עבודת השם מיט א געוואלדיגע דביקות און התלהבות.

דער הייליגער ייטב לב זי"ע פלעגט שפעטערע יארן אסאך רעדן פון יענע יארן ביים שווער, און זייער משבח געווען די יארן וואס ער האט געוואוינט ביים שווער, און אפילו נישט האבענדיג קיין עסן אדער סיי וואס, האט ער דאן עוסק געווען בתורה ועבודה מיט א געוואלדיגע מסירת נפש, אויך האט ער דאן אסאך עוסק געווען בתורה מיטן גרויסן שווער, וואס האט דעם איידעם זייער מכבד געווען און מעריץ געווען זיין געוואלדיגע גדלות בתורה.

און דער ייטב לב האט דערציילט אז דאס איינציגסטע תעניג גשמי וואס ער האט דארט ביים שווער געהאט איז געווען, אז פארטאגס ווען ער איז אנגעקומען אין די מקוה, איז דאס אייז שוין יעדן טאג געווען אויף געבראכן, ווייל דער שווער האט יעדן טאג געפעדערט דעם איידעם מיטן גיין אין מקוה.

דער הייליגער ייטב לב האט געהאט א גאר שטארקע קשר מיט די צדיקי הדור בימיו ובתוכם,
הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,
הרה"ק רבי נפתלי צבי בעל זרע קודש מרופשיץ זי"ע,
הרה"ק רבי שמעון מיערסלוב זי"ע,
הרה"ק רבי צבי הירש מרימנוב זי"ע,
הרה"ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב זי"ע,

בשנת תקצ"ג האט מען דעם ייטב לב אויף גענומען אלס רב אין שטאט סטראפקוב, וואס דארט איז דער צדיק נספרסם געווארן מיט זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע התנהגות בקדושה וטהרה.

כ"ח תמוז בשנת תר"א ווען דער הייליגער זיידע דער ישמח משה זי"ע איז נסתלק געווארן, און דער בן יחיד הרה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע האט בשום אופן נישט געוואלט אנעמען דאס רבנות, האט מען דאן אויף גענומען דעם הייליגען ייטב לב אלס ממלא מקום פונעם זיידן אין אוהעל.

אבער די אידן דארט אין שטאט וואס זענען באשטאנען פון רוב מתנגדים, האבן דעם ייטב לב געהייסן אינטער שרייבן א כתב, אז ער וועט נישט אנגיין מיט די קמיעות אזוי ווי דער זיידע, און ער זאל דאווענען נאר נוסח אשכנז, און נישט האלטן קיין מוסר דרשות, אבער דער ייטב לב האט בשום אופן נישט געוואלט צו דעם מסכים זיין, און נאך אפאר יאר האט מען אויף גענומען אן אנדערן אלס רב אין אוהעל.

דאן האט מען מיט די השתדלות פונעם מחותן דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע אויף גענומען דעם ייטב לב אלס רב אין שטאט גארליץ, און דארט האט ער געדינט אלס רב ביז שנת תרט"ז, ער האט דארט גאר אסאך אויפגעטון פארן שטאט סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, אלע רבנים און גדולים פונעם געגענט האבן דער ייטב לב גאר שטארק מעריץ געווען.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28101

Re: הרה"ק בעל 'ייטב לב' מסיגוט זי"ע - ו' אלול תרמ"ג

פאוסט דורך ניקל »

בשנת תרט"ז ח' תשרי ווען דער טאטע הרה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע איז נסתלק געווארן, האבן די אידן פון שטאט דראהביטש אויפגענומען דעם זון דער ייטב לב אלס ממלא מקום אין שטאט.

בשנת תרי"ח ווען איינע פון די גרויסע פרנסי הקהלה פון שטאט סיגוט איז נפטר געווארן הרה"ח רבי שמואל זיינוויל כהנא ז"ל, חתן הגה"ק רבי יהודה כהנא הלר בעל קונטרס הספיקות זי"ע, איז דער ייטב לב געקומען מספד זיין דעם פרנס הקהלה, און די הספד פונעם ייטב לב האט איבער געלאזט א געוואלדיגע רושם אויפן עולם דארט אין שטאט.

י"ח תמוז בשנת תרי"ח האט מען אויף גענומען דעם ייטב לב אלס רב אין שטאט סיגוט, ווי ער האט געדינט אלס רב ביז צו זיין פטירה, דאן איז זיין נאמען ארויס אין גאנץ רומניה און אונגארן אלס גדול בישראל, די גדולים און גאונים בדור האבן מפליא געווען זיין גדלות בתורה און זיין גרויסע קדושה און חכמה.

ער האט דאן אויף געשטעלט דאס ערשטע חסידישע ישיבה וואס איז געווען פאר יארן דאס גרעסטע ישיבה און גאנץ אירופה, הונדערטער תלמידי חכמים און גדולים זענען פון דעם ישיבה ארויסגעקומען, ובתוכם,
הגה"ק רבי שלמה יהודה טאבאק בעל ערך שי ראב"ד סיגוט זי"ע,
הגה"ק רבי חיים אריה כהנא בעל דברי גאונים מסיגוט זי"ע,
הרה"ק רבי ישראל חיים פריעדמאן בעל ליקוטי מהרי"ח מראחוב זי"ע,
הגה"ק רבי יהונתן בנימין הכהן קליין בעל נפש יהונתן מסעליש זי"ע,
הרה"ק רבי אלימלך הסבא קדישא מטאהש זי"ע,
הרה"ק רבי אברהם יהושע פריינד מנאסויד זי"ע,

דאן מיטן אויף שטעלן דעם ישיבה אין סיגוט און די צאל בחורים תלמידי חכמים און גאונים זענען כסדר געשטיגען, איז די חסידישע שטאט סיגוט געווארן א עיר ואם בישראל ווי הונדערטער חסידים זענען געקומען דארט מיט האלטן די גרויסע שבתים ביים הייליגען ייטב לב, און דער שטאט איז געווען דאן דאס גרעסטע חסידישע שטאט אין גאנץ אונגארן און אפילו ארומיגע מדינות, מען האט אין דעם שטאט געהערט דעם קול תורה 24 שעה פונעם טאג.

אידן פון אלע שטעט ארום זענען געקומען קיין סיגוט מיט האלטן די געהויבענע שבתים און ימים טובים ביים הייליגען ייטב לב, דעם רבין'ס דאווענען און דרשות וואס זענען צו געגאנגען מיט א געוואלדיגע התלהבות דקדושה, האבן באנומען אלע באטייליגטע, הונדערטער אידן זענען געקומען זיך מזכיר זיין ביים צדיק און אידן האבן געזען גרויסע ישועות ביים הייליגען ייטב לב זי"ע.

אפילו די בעל הבית'ישע אידן פונעם שטאט, האבן אויך גאר שטארק מעריץ געווען דעם ייטב לב זי"ע וואס איז געווען באקאנט מיט זיין וואונדערליכן פארשטאנד אפילו אין מסחר, צענדליגע גרויסע גבירים זענען געקומען זיך דורך רעדן מיטן צדיק וועגן מסחר, אויך האבן זיי גאר שיין תומך געווען דעם צדיק און אויך זיין גרויסע ישיבה.

אויך האט דער הייליגער ייטב לב גאר שטארק לוחם געווען קעגן די ארטאדאקסישע קהילות און אסאך לוחם געווען אז די ערליכע אידישע קהילות זאלן זיך אפשיידן פון זיי, אפילו זייענדיג באוויסט מיט זיין געוואלדיגע אהבת ישראל וואס ער האט זיך מיט א מסירת נפש אוועק געגעבן פאר יעדן איד, אבער ווען עס איז געקומען צו לוחם זיין קעגן סיי וואסערע התחדשות אדער פירצות, האט ער זיך ארויס געשטעלט מיטן גאנצן חומר, און נישט געלאזט מען זאל זיך אוועק רירן פון וואס מען האט מקבל געווען מדורות הראשונים.

דער ייטב לב מיט זיין גרויסע כח התורה און זיין געוואלדיגע גדלות בתורה, האט אפילו צו געצויגען צו זיך אסאך אשכנזישע גדולים בדורו, אסאך גרויסע תלמידים פונעם חתם סופר זי"ע וואס האבן זיך אייביג געפירט אויפן דרך החתם סופר, האבן זיך אויך געציילט אלס גרויסע חסידים און תלמידים פונעם הייליגען ייטב לב זי"ע.

גאר אסאך בחורים פון די אלע ישיבות פלעגן אסאך פארן קיין סיגוט צום הייליגען ייטב לב אויף שבתים און ימים טובים, און אסאך פון די בחורים זענען אפילו געבליבן לערנען אין די ישיבה פונעם ייטב לב זי"ע, און זיי זענען דורך דעם צוגעצויגען געווארן צום דרך החסידות.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28101

Re: הרה"ק בעל 'ייטב לב' מסיגוט זי"ע - ו' אלול תרמ"ג

פאוסט דורך ניקל »

הגה"ק רבי דוד לייב הלוי פאללאק זי"ע א זון פון דער גרויסן גאון הגה"ק רבי זעקל פאללאק זי"ע וואס האט פאר אפאר יאר געלערנט אונעם ישיבה פון הגה"ק רבי יהודה אסאד מסערדאהעל זי"ע, איז נאך אפאר יאר געפארן לערנען ביים הייליגען ייטב לב זי"ע, און ער איז פארבליבען צווישן די גרויסע חסידים פונעם ייטב לב זי"ע.

אויך דער גרויסער גאון הגה"ק בעל מהר"ם שי"ק מחוסט זי"ע פון די גרויסע תלמידים פונעם הייליגען חתם סופר זי"ע, איז סוף ימיו אויך געווען פון די גרויסע חסידים פונעם הייליגען ייטב לב זי"ע, און ווען זיין גרויסע תלמיד הגה"ק רבי אליעזר זוסמאן סופר מפאקש זי"ע האט אנגעפרעגט ביי זיין רבין דער הייליגער מהר"ם שיק זי"ע, לגבי דעם ישיבה פונעם הייליגען ייטב לב און זיין דרך החסידות, האט די רבי געזאגט פארן תלמיד, אויב בין איך געקומען קיין חוסט נאר צו קענען דעם הייליגען סיגוטער רב איז דאס אויך כדי געווען.

אויך דער צדיק הרה"ק רבי אברהם יהושע פריינד מנאסויד זי"ע וואס איז געווען פון דער גרויסע תלמידים פין דעם מהר"ם שיק זי"ע איז געווען שפעטער פון די גרעסטע תלמידים און חסידים פונעם הייליגען ייטב לב זי"ע.

אין אונגארן איז דער ייטב לב געווען גערעכנט ווי דער "רב המדינה" און ער איז געווען נערץ ונקדש ביי די גרעסטע רבנים און גדולים אין לאנד, יעדע דבר שבקדושה אדער סיי וואס האט געהאט מיט אידישקייט אינעם גאנצן לאנד, האט מען אן געפרעגט ביים הייליגען ייטב לב, און זיין חוות דעת איז געווען אן גענומען ביי יעדן איינעם.

צווישן די גדולים בדורו וואס האבן געהאט א גאר שטארקע קשר מיט ייטב לב זי"ע האבן זיך געציילט די גרעסטע גדולים בדורו ובתוכם,
הרה"ק רבי מנחם מענדל פאנעט מדעעש זי"ע,
הגה"ק רבי אלי' הרשובסקי בעל אזור אליהו אב"ד דרוהוביטש זי"ע,
הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע,
הרה"ק רבי משה גרינוואלד בעל ערוגת הבושם מחוסט זי"ע,
הרה"ק רבי אהרן הלברשטאם קרייזער רב זי"ע,
הגה"ק רבי יואל אשכנזי אב"ד זלוטשוב זי"ע,
הגה"ק רבי יוסף יואל דייטש אב"ד חאדרוב זי"ע,
הגה"ק רבי משה תאומים אב"ד הורודנקא זי"ע,
הגה"ק רבי שרגא פייבל שרייאר אב"ד ברדשין זי"ע,
הגה"ק רבי שמואל ארנפעלד בעל חתן סופר זי"ע.

זיינע הייליגע דברי תורה און שו"ת זענען געדריקט געווארן אין די ספרים, און זענען נתקבל געווארן אין די עולם התורה מיט א שטארקע הערצה,
ספר ייטב לב, על התורה.
ספר ייטב פנים, על המועדים.
ספר רב טוב, על התורה.
ספר אבני צדק, שו"ת.

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,
הרה"ק רבי אברהם אהרן מקאלבסוב זי"ע, חתן הרה"ק רבי יחיאל רובין מקאלבסוב זי"ע,
הרה"ק רבי אלי' בצלאל מטעטש זי"ע, חתן הגה"ק רבי פנחס יוסף דאכנער זי"ע,
מרן רביה"ק רבי חנני' יום טוב בעל קדושת יו"ט מסיגוט זי"ע, חתן הגה"ק רבי יואל אשכנזי אב"ד זלוטשוב זי"ע, און די טאטע פונעם הייליגען צדיק הדור מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע,
הרה"ק רבי משה יוסף מאוהעל זי"ע, חתן הרה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע, בן הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,
בתו צדקת מרת הענדיל ע"ה, אשת הרה"ק רבי ישראל יעקב יוקל ט"ב אב"ד וואלאווא זי"ע,
בתו הצדקת מרת פעסיל ע"ה, אשת הרה"ק רבי ברוך מגארליץ זי"ע, בן הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,
בתו הצדקת מרת אלטא ע"ה, אשת הרה"ק רבי משה מראזוואדוב זי"ע, בן הרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב זי"ע.

בעפאר די פטירה האט דער הייליגער ייטב לב זי"ע אויף געהויבן זיינע הייליגע הענט און געזאגט, יעצט בין אין א כהן און איך וועל בענטשן דעם עולם, און דאן האט ער באפוילען אז מען זאל אויף זיין מצבה נישט שרייבן קיין שבחים ווי גאון אדער צדיק, נאר מען זאל שרייבן אז ער האט אויף געשטעלט תלמידים הגונים וישרים, וחיבר חיבורים יקרים.

נסתלק לגנזי מרומים בליל שבת קודש פרשת שופטים ו' אלול בשנת תרמ"ג, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט סיגעט.

דעם מקום קדוש פונעם ציון פונען הייליגען ייטב לב זי"ע איז א מקום ווי אידן פויעלען גרויסע ישועות און מופתים חוץ לדרך הטבע, גְּדוֹלִים צַדִּיקִים בְּמִיתָתָם יוֹתֵר מִבְּחַיֵּיהֶם.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28101

Re: הרה"ק בעל 'ייטב לב' מסיגוט זי"ע - ו' אלול תרמ"ג

פאוסט דורך ניקל »

דערציילט מען אז איינמאל האט דער הייליגער ייטב לב זי"ע, זיך געטראפן ביי אן אסיפת הרבנים אין פעסט מיטן צדיק הרה"ק רבי משולם פייש השרף מטאהש זי"ע, און נאכן אסיפה האט דער הייליגער טאהשער רבי זי"ע, געבעטן דעם ייטב לב, אז ער זאל קומען מיט אים קיין טאהש, אבער דער הייליגער ייטב לב האט געזאגט פארן טאהשער רבי, אז ער וואלט זייער געוואלט אריבער גיין צום שטוב פונעם טאהשער רבי, אבער וויבאלד ער יאגט זיך זייער אהיים צו גיין צוליב א דבר נחוץ, קען ער יעצט נישט קומען,
שפעטער ווען דער הייליגער טאהשער רבי איז אן געקומען אהיים, האט ער געזאגט פארן רעבעצין אז מען זאל צוגרייטן א שיינעם סעודה, ווייל א חשובע גאסט קומט צו אונז היינט נאכט, און לפלא אביסל שפעטער איז דער הייליגער ייטב לב אנגעקומען צום שטוב פונעם טאהשער רבי, און דערציילט, אז דער בעל עגלה האט זיך פארבלאנדזשעט און זיך טועה געווען, און בטעות זענען זיי אנגעקומען קיין טאהש, און דער הייליגער ייטב לב זאגט פארן טאהשער רבי "טאהשער רב איר האט מיך אפגע'מופת'ט".

אידן חסידים פון אמאל האבן דערציילט איבער די געוואלדיגע דרשות וואס דער הייליגער ייטב לב זי"ע פלעגט זאגן ביי זיך אין שטאט, וואס זענען געווען דברים חוצבים להבות אש, דברים יוצאים מן הלב נכנסים אל הלב, און דער צדיק וקדוש האט מעורר געווען לבבות ישראל לאביהם שבשמים.

דערציילט מען אז איין שבת קודש בעת רעוא דרעוין, האט דער ייטב לב געזאגט דברי התעוררות פארן ציבור, און מעורר געווען אידישע קינדער אז מען זאל ח"ו נישט פארברענגען די צייט מיט דברי גשמיות, און די וואס זענען נאר עוסק אין ארבעטן און געבן אוועק זייער גאנצע לעבן נאר אויף עולם הזה, און אזוי האט ער געזאגט דברי תורה מיט א געוואלדיגע ברען,
שפעטער נאכן זמן, ווי עס איז געווען דער מנהג, אז די אידן וואס זענען געווען ביים רבין אויף שבת, זענען אלע געקומען זיך געזעגענען פונעם רבין, אבער עס איז שוין געווען אסאך נאכן זמן, און קיינער קומט זיך נישט געזעגענען פונעם רבין, האט דער ייטב לב געלאזט רופן זיין זון דער הייליגער קדושת יו"ט, און געבעטן אז ער זאל גיין זען וואס עס גייט פאר, אז דער עולם קומט נישט.

דער זון גייט אריין אין ביהמ"ד, און זעט לפלא אז דער גאנצער עולם זיצט אין ביהמ"ד און זענען עוסק בתורה מיט א התמדה און דביקות, און קיינער טראכט אפילו נישט פון אהיים גיין צוריק עוסק זיין בצרכי הפרנסה, ווייל די דברי מוסר פונעם הייליגען ייטב לב האבן אזוי עושה רושם געווען אויף די אידן, און זיי האבן דאס אן גענומען מיט א פשטות און מסיח דעת געווען פון זייער פרנסה.

האט דער הייליגער ייטב לב געהייסן, אז מען זאל פאר די אידן זאגן, אז די ווערטער פונעם רבין זענען געזאגט געווארן אויף שבת קודש, וואס איז א הייליגע טאג וואס א איד ברויך מאכן זיכער צו אויס נוצען דעם הייליגען טאג שבת קודש נאר אויף קדושה, און די 6 טאג פון די וואך דארף מען עוסק זיין בפרנסה, אבער דאס זאל אויך זיין מיט א מאס און מען זאל קובע עתים זיין לתורה אויך,
אבער דאס ברענגט ארויס די געוואלדיגע כח וואס דער צדיק האט געהאט מיט זיינע דרשות וואס זענען געזאגט געווארן מיט א אמת און נאר לשם שמים.

הרה"ק רבי יוסף גרינוואלד בעל ויחי יוסף מפאפא זי"ע האט דערציילט, כידוע האט דער זיידע הרה"ק בעל ערוגת הבושם מחוסט זי"ע תחילת ימיו זיך נישט געציילט צווישן די וואס זענען געווען דבק בדרך החסידות,
אבער איין טאג האט ער געלערנט אונעם ספר ייטב לב, וואס איז צום ערשטן מאל געדריקט געווארן אן קיין נאמען פון דעם מחבר, און דער גאון דער ערוגת הבושם איז זייער נתפעל געווארן פון דעם ספר, און ער האט זייער געוואלט זען דעם בעל מחבר פון דעם ספר הקדוש ייטב לב,
איז דער ערוגת הבושם זי"ע געפארן צום שטאט סיגוט, און דארט איז ער איין געשטאנען ביי איינע פון די גבירים פונעם שטאט סיגוט, און דארט האט דער גרויסער גאון דער ערוגת הבושם עוסק געווען בתורה יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה, און זיין התנהגות איז געווען ממש להפליא.

דער גביר איז זייער נתפעל געווארן פון דעם גאון, און ער איז געגאנגען דערציילן דערוועגען פארן הייליגען ייטב לב זי"ע, ווען דער ייטב לב האט געהערט פון וועם מען רעדט, האט ער גלייך געזאגט בזה"ל, "אויף דעם יונגערמאן ווארט איך שוין לאנג", און דאן איז דער הייליגער ערוגת הבושם זי"ע נתקרב געווארן צום דרך החסידות, און ער איז געבליבן זיך מסתופף זיין בצלו פונעם הייליגען ייטב לב זי"ע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28101

Re: הרה"ק בעל 'ייטב לב' מסיגוט זי"ע - ו' אלול תרמ"ג

פאוסט דורך ניקל »

ווי באקאנט האט ביי די סיגוטער גזע געדינט א גבאי הרה"ח רבי אשר שווארץ ז"ל, וואס מען האט אים געריפן "ר' אשר גבאי", דערציילט מען אז ביים הייליגען ייטב לב זי"ע איז געווען א מנהג, אז יעדע וואך איז א צווייטער בחור פון די תלמידים געווען דער הויז בחור וואס האט באדינט דעם רבין, פון זונטאג ביז מוצאי שבת, און זונטאג האט דער בחור וואס זיין רייע איז געקומען באדינט דעם רבין,
דערציילט מען אז ווען עס איז אנגעקומען די רייע אויף ר' אשר ז"ל, איז ער אזוי ווי יעדן בחור דעם קומענדיגען זונטאג שוין נישט געקומען, אבער זונטאג אינדערפרי ווען די רבי דער ייטב לב האט אים געטראפן, און ער פרעגט פון ר' אשר פארוואס קומסטו נישט, האט ר' אשר געזאגט אז זיין וואך האט זיך שוין געענדיגט, אבער דער הייליגער ייטב לב האט אים געפרעגט, האב איך דיר דען געהייסן גיין,
איז ר' אשר צוריק געקומען און ער איז געבליבן דער הויז בחור ביז צו זיין חתונה, נאך זיין חתונה האט אים דער ייטב לב געזאגט, איך האב נישט קיין גבאי, און די רבי זאגט אים, איך האב געקענט גבאים וואס זענען געווען ציגיינער, און זיי האבן געמאכט דעם רבין פאר א בער, און די רבי האט זיי געברויכט נאך טאנצען, אבער די ר' אשר בוסט נישט קיין ציגיינער, און די וועסט מיך נישט מאכן פאר קיין בער, און דאן האט אים דער הייליגער ייטב לב גענומען אלס גבאי,
דער ר' אשר איז געווען גבאי ביי זיין רבין דער הייליגער ייטב לב זי"ע, און דערנאך ביים זון דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע, און אויך ביים הייליגען עצי חיים זי"ע, און צדיקים האבן געזאגט, אז ווען מען איז אריינגעקומען זיך מזכיר זיין ביי איינע פון די סיגוטער רבי'ס, האט מען שוין האלב געפויעלט ביים גבאי'ן ר' אשר, און ר' אשר האט געבעטן בעפאר זיין פטירה, אז מען זאל אים לייגען ביים טיר פונעם אוהל פון זיין רבין, "מה כאן עומד ומשמש, אף שם עומד ומשמש", און אידן דערציילן פון גרויסע ישועות וואס מען זעט ביים קבר פון ר' אשר גבאי ז"ל.

הגה"ק רבי שאול בראך אב"ד קאשוי זי"ע וואס איז געווען פון די גרויסע תלמידים פונעם הייליגען מהר"ם שי"ק זי"ע האט דערציילט, אז זייענדיג א בחור אין ישיבה, איז ער מיט נאך געציילטע בחורים געפארן אויף שלש עשרה מידות צום הייליגען ייטב לב זי"ע, און ווען זיי זענען געגאנגען זיך געזעגענען פון זייער רבין דער מהר"ם שיק, האט זיי די רבי געבענטשט און געוואונטשן א גליקליכע נסיעה,
דערציילט דער קשאויער רב, ווי אזוי עס האט אויסגעזען די עבודה א טאג בעפאר ערב יום הקדוש ביים הייליגען ייטב לב זי"ע, ער איז אריין געקומען ליל שלש עשרה מידות אום צוועלף אזייגער ביינאכט, און די רבי איז צו געגאנגען צום עמוד און אויס געזאגט גאנץ תהילים מיט בכיות נוראות,
דאן איז די רבי צו געגאנגען צום עמוד סליחות, און בעפאר שמע קולנו האט דער הייליגער ייטב לב זי"ע געזאגט א דרשה פון איבער דריי שעה, און ער האט דאן צענומען דאס הארץ פון אלע אידן און אויס געוואשן די נשמה פון יעדן איד אין ביהמ"ד, און דער קאשויער רב האט געזאגט, אז ביי יענעם דרשה האט ער געהערט דאס ערשטע מאל א דרשה אויפן דרך הבעש"ט הקדוש זי"ע, און דאן האט ער זיך געלערנט ווי אזוי צו זאגן א דרשה פאר זיין גאנץ לעבן,
נאך סליחות האט מען געדאווענט שחרית, און דערנאך האט דער הייליגער ייטב לב געליינט קרבנות, דערציילט דער קאשויער רב אז ער האט זוכה געווען צו זיין נעבן רבין די גאנצע צייט, און עס איז ממש נישט צום באשרייבן דאס התעוררות וואס דארט איז געווען, און נאך די גאנצע עבודה ווען אונז זענען געגאנגען זיך געזעגענען פונעם ייטב לב זי"ע, האט ער געהייסן איבער געבן א ווארעמע גריס פאר אונזער רבין דער הייליגער מהר"ם שיק זי"ע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28101

Re: הרה"ק בעל 'ייטב לב' מסיגוט זי"ע - ו' אלול תרמ"ג

פאוסט דורך ניקל »

איינמאל איז דער הייליגער ייטב לב זי"ע געפארן צום שטאט זבארוב, און פארשטייט זיך אז עס איז געווען א גרויסע שמחה אונעם שטאט, אז מען גייט זוכה זיין צו מקבל פנים זיין דעם צדיק הדור, מען האט באצירט דעם גאנצן שטאט מיט פלאקאטן און לעמפלעך און עס איז געווען א גרויסע יו"ט אינעם שטאט, און ביינאכט האט מען אפ געראכטן א שיינעם קבלת פנים מיט א סעודה מיט מוזיק לכבוד דעם גרויסן גאסט, און מען האט אפ געגעבן פארן הייליגען ייטב לב כבוד מלכים,
איז געווען דארט אין שטאט דער מושל העיר, וואס איז געווען א גרויסער שונא ישראל, און ווען ער האט געהערט די מוזיק אויפן גאס, איז ער ארויס מיט די באדינער און געפרעגט איינעם דארט, וואס איז די גרויסע רעש וואס גייט פאר, האט אים יענער געזאגט, אז היינט איז אין שטאט געקומען א גרויסע רבי א צדיק, און מען האט לכבודו געמאכט א שיינעם קבלת פנים,
דער מושל דער גוי האט נישט געקענט אויסהאלטן דעם כבוד וואס מען גיבט אפ פאר דעם רבין, און דעם קומענדיגן אינדערפרי האט ער געלאזט רופן דעם ראש הקהל און געזאגט, איך וויל זען דעם מענטש וואס מען האט אים אפ געגעבן אזא גרויסן כבוד, וואס זייט איך בין דא מושל האבן מיינע אויגן נאך נישט געזען אז מען זאל איינעם אפגעבן אזא כבוד,
דער ראש הקהל איז געקומען דערציילן פארן ייטב לב וואס דער מושל וויל, האט דער ייטב לב זי"ע געזאגט מיט א רואיגן געמיט, זאל דער מושל קומען אויף די גאס נעבן מיין אכסניא, און איך וועל ארויס גיין אויפן באלקאן וועט ער מיך קענען זען,
דער מושל האט צו דעם מסכים געווען, און ער איז געקומען אויפן גאס פון די אכסניא, און דער הייליגער ייטב לב איז ארויס געקומען אויפן באלקאן, אזוי ווי דער ייטב לב איז ארויס געקומען אויפן באלקאן, האט דער מושל מיט זיין גרויסע שנאה געשפיגען אויף דער ערד, און געלאזט פאלן ווערטער מיט א בזיון אויפן הייליגען ייטב לב און געשריגן, פאר אזא איינעם גיט מען אזא גרויסן כבוד, און דער מושל איז זיך אהיים געגאנגען,
דער מושל אהיים גייענדיג האט געטראכט, אז ער האט דא גאר גוט פארשעמט דעם גרויסן רבין, אבער אריינגייענדיג אין זיין שטוב איז אראפ געפאלן א גרויסע שטיק פון זיין באלקאן אויפן מושל, און ער איז געבליבן ליגן א פגר דארט אויפן פלאץ, כל יאבדו כל אויביך ד'.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28101

Re: הרה"ק בעל 'ייטב לב' מסיגוט זי"ע - ו' אלול תרמ"ג

פאוסט דורך ניקל »

אין סיגוט האט געוואוינט א שוסטער, וואס האט פארמאגט א הויז מיט עטליכע דירות, האט מען אמאל געפרעגט דעם שוסטער פון ווי ער האט געהאט די געלט צו קויפן דעם הויז, וויבאלד פון שוסטעריי מאכט מען דאך נישט אזויפיל געלט,
האט דער שוסטער דערציילט, אז איינמאל האט מען באשטעלט א פאר שטיוול פארן הייליגען ייטב לב זי"ע, און ווען ער האט שוין געהאלטן ביים ענדיגן די שטיוול, און ער האט נאך געברויכט אפרייבן די שפיצן פון די נעגל וואס ער האט אריינגעקלאפט אין די שטיוול, כדי עס זאל זיין אינעוויינוג גלאט כדי מען זאל זיך נישט צושטעכן, איז דער משמש געקומען און מיר געבעטן די שטיוול, און איך האב פארגעסן אז איך האב נאכנישט אפגעריבן די נעגל,
ווען דער הייליגער ייטב לב האט אנגעטון די שטיוול, האט ער זיך שטארק צושטאכן די פיס, און ער האט מיך געלאזט רופן, ווייל ער האט געמיינט אז איך האב עס אפשר געטון בכוונה, און די רבי האט מיך שטארק אן געשריגן, פארן וועלן ח"ו שעדיגן דעם רבין,
אבער שפעטער איז דער ייטב לב געוואר געווארן, אז דאס איז נישט געווען מיין שילד, נאר אז דער משמש האט מיך געיאגט און עס איז געווען א טעות, האט דער צדיק מיך געלאזט רופן און מיך געבעטן אז איך זאל אים מוחל זיין,
האב איך געזאגט פארן רבין, אז איך וועל מוחל זיין נאר בתנאי אז די רבי קויפט מיר א הויז, האט די רבי געזאגט, פון ווי זאל איך האבן די געלט דיר צו קויפן א הויז, אבער איך האב מיך געהאלטן ביי מיינס, אז איך בין מוחל נאר בתנאי אז איך באקום א הויז,
דאן האט מיר די רבי געגעבן א האלבן רובל, און מיר געהייסן גיין קויפן די לאטערי, און געזאגט דו וועסט געווינען די לאטערי און אזוי וועסטו קענען קויפן א הויז, כך הוה יענעם טאג האב איך געווינען דעם לאטערי און געווינען א הון רב, און פון דעם האב איך מיר געקויפט דעם הויז.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28101

Re: הרה"ק בעל 'ייטב לב' מסיגוט זי"ע - ו' אלול תרמ"ג

פאוסט דורך ניקל »

עס האט אמאל אויס געבראכן א מגיפה פון כאלערע ארום דעם שטאט סיגוט, און ווען עס איז געקומען די ימים נוראים איז דער מושל העיר געקומען צום ראש הקהל ר' משה ארי' פריינד ז"ל, און אים געבעטן אז ער וויל זייער וויכטיג רעדן מיטן רב דער הייליגער ייטב לב זי"ע,
ווען דער ראש הקהל און דער ייטב לב זענען געקומען צום מושל, האט ער געבעטן דעם רבין אז ער זאל נישט לאזן קיינעם קומען פון אויסער די שטאט אויף יו"ט, ווייל ער האט מורא אז די מענטשן וועלן ברענגען די מחלה צום שטאט,
האט זיך דער הייליגער ייטב לב אנגערופן בזה"ל, "אין סיגוט איז נישט געווען די כאלערע, און עס וועט אויך נישט זיין", ווען די צוויי זענען ארויס פונעם מושל, האט דער צדיק געפרעגט ר' משה ארי' וואס האב איך געזאגט פארן מושל, האט דער ראש הקהל געזאגט פארן רבין וואס ער האט געזאגט, האט זיך די רבי אנגערופן, "נאר בלייבט נאר, און מקח בלייבט מקח",
יענעם הושענא רבה האט דער צדיק גאר שטארק מרעיש עולמות געווען ביי די הושענות "הושענא נפש מבהלה", און איין פארטאגס איז דער צדיק געגאנגען ביים עק פון שטאט, און ער האט מיטן שטעקן פארטריבן די חולי רע און געזאגט, "גייט ארויס גייט ארויס", און לפלא איז צום שטאט סיגוט קיינמאל נישט אנגעקומען די מגיפה, און זכות פונעם צדיק וואס האט מגין געווען אויפן שטאט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28101

Re: הרה"ק בעל 'ייטב לב' מסיגוט זי"ע - ו' אלול תרמ"ג

פאוסט דורך ניקל »

א איד וואס האט געוואוינט אין שטאט דיסעשט וואס איז נאנט צום שטאט סיגוט, האט ליידער באקומען א מכה פון בלאטערן אונעם האלז, און ער איז געווען אין א גרויסע סכנה, האט ער געשיקט א שליח וואס זאל אים מזכיר זיין ביים הייליגען ייטב לב זי"ע,
דער שליח איז אנגעקומען קיין סיגוט ערב ראש השנה נאכן ענדיגן סליחות, און דער הייליגער ייטב לב איז געזעצן ביי זיך אין שטוב מיט א כאלאטל און אויסגעשארפט א מעסערל צו שניידל די נעגל, ווען דער שליח האט מזכיר געווען דעם חולה, האט דער ייטב לב אנגעוואינטשן א רפואה שלימה,
ווען דער שליח איז אנגעקומען צוריק אין שטאט, האט ער געהערט די בשורה טובה, אז דער איד איז ב"ה שוין געזונט, און דער איד האט דערציילט, אז ממש בשעת מעשה וואס דער שליח איז געווען ביים ייטב לב, האט זיך דער איד גע'חלומ'ט, ווי דער ייטב לב איז אנגעטון מיט יענעם כאלאט און ער האלט א שארפ מעסער און דער ייטב לב האט אריינגעלייגט דעם מעסער אין זיין האלז און ארויס געשניטן אלע בלאטערן, און ווען דער איד האט זיך דערוועקט, האט ער אויס געבראכן אלע בלאטערן, און ער איז גלייך געזונט געווארן.

עס ווערט געברענגט, אז די מאמע פונעם הייליגען ייטב לב זי"ע הרבנית הצדקת מרת רויזא בלומה ע"ה, די רעבעצין פונעם צדיק רבי אלעזר ניסן מדרוהוביטש זי"ע האט דערציילט, אז אפאר יאר נאך די חתונה האבן זיי ליידער נאכנישט זוכה געווען צו קיין זש"ק, וואס ליידער האט זיך ביי זיי דאן נישט געהאלטן קיין קינדער, און זיי האבן געהאט גרויס צער גידול בנים,
איין טאג איז אנגעקומען א בריוו פונעם שווער דער הייליגער ישמח משה מאוהעל זי"ע, און דער ישמח משה שרייבט דארט, אז אונז האבן מיר א זיידע הרה"ק רבי יקותיאל יהודה אב"ד הראשון מדרוהוביטש זי"ע, און אונז זאלן מיר גיין מתפלל זיין אויף זיין ציון הקדוש, און מען זאל צו זאגן, אז דאס קינד וואס וועט געבוירן ווערן וועט מען א נאמען געבן נאך אים, אונז זענען געגאנגען צום ציון פונעם זיידן, און כך הוה, צום יאר איז ביי אונז געבוירן געווארן א קינד, און מען האט אים א נאמען געגעבן נאכן זיידן, און דאס קינד איז געווען דער הייליגער ייטב לב מסיגוט זי"ע.

ווערט דערציילט, אז ביים הסתלקות פונעם הייליגען ישמח משה מאוהעל זי"ע כ"ח תמוז בשנת תר"א, האט מען אויף גענומען דעם אייניקעל דער הייליגער ייטב לב זי"ע אלס ממלא מקום, זענען דאן געקומען צו פארן אסאך רבנים און צדיקי הדור, האט פאסירט אז איינע פון די זקנים וואס זענען געקומען צו פארן, איז ליידער אריין געפאלן אין וואסער אויפן וועג,
בדרך נס איז דער זקן געראטעוועט געווארן, שפעטער האט דער איד דערציילט, אז דער הייליגער ישמח משה זי"ע איז געקומען מעולם העליון, און האט אים ארויס גענומען פון וואסער און געזאגט, איך וויל נישט די זאלסט שטערן די גרויסע שמחה פון דעם וואס מען נעמט אויף מיין הייליגע אייניקעל אלס ממלא מקום, און דערפאר האט ער יענעם ארויס גענומען פון וואסער.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28101

Re: הרה"ק בעל 'ייטב לב' מסיגוט זי"ע - ו' אלול תרמ"ג

פאוסט דורך ניקל »

איין יאר חנוכה זענען א קבוצה פון תלמידים פונעם הייליגען ייטב לב זי"ע געזעצן אין ביהמ"ד און געשפילט קארטן, אבער אינמיטן שפילן איז דער רבי דער הייליגער ייטב לב זי"ע אריין געקומען, און די בחורים האבן זיך זייער דערשראקן, אבער מען האט נישט געהאט קיין צייט צו באהאלטן די קארטן, און דער הייליגער ייטב לב זי"ע גייט צו צי איינע פון די בחורים, און זאגט אים אריין שטילערהייט עפעס אינעם אויער און גייט ארויס.

ווי נאר די בחור האט געהערט די ווערטער וואס די הייליגע ייטב לב האט אים אריינערוימט אינעם אויער, איז ער געווארן ווייס ווי קאלעך,
די חברים זיינע האבן אים געפרעגט פשט, פארוואס האט די רבי נאר גערעדט צו אים, און פארוואס ער איז אזוי דערשראקן,
אבער דער בחור האט נישט געוואלט דערציילן, אבער יארן שפעטער ביי די צווייטע וועלט מלחמה, האט דער איד דערציילט פאר הרה"ח רבי יחזקאל פריעדמאן ז"ל די מעשה,
אין די ישיבה פונעם הייליגען ייטב לב זי"ע איז געווען איינגעפירט, אז מען פלעגט יעדע שטיק צייט טיילן פאר די בחורים מלבושים, און דערפאר איז געווען איינגעפירט, אז די בחורים פלעגן יעדע יומי דפגרי ארום גיין נאך געלט פאר די קופת הצדקה, איין יאר ערב ראש השנה, האט דער גבאי צדקה געהייסן פאר דעם בחור גיין נאך געלט, און דער בחור איז די גאנצע טאג ארום געגאנגען נאך געלט ממש ביז צום זמן, און ער האט גארנישט געגעסן די גאנצע טאג,
ווי דער מנהג יענע צייטן צו עסן ביי אידן פון שטאט, האט דער בחור געגעסן טעג אין שטוב פון הנגיד רבי קלמן כהנא ע"ה, און דער ר' קלמן האט געהאט א אייגענעם שוהל ביי זיך אין שטוב, און דערפאר איז דער בחור אריבער דאווענען ראש השנה ביינאכט אונעם שוהל פון דעם נגיד רבי קלמן, אבער דער בחור איז געווען גאר שטארק מיד און הונגעריג נישט עסענדיג די גאנצע טאג, איז דער בחור איינגעשלאפן אין ביהמ"ד.

פלוצלונג חלום'ט זיך דער בחור, ווי ער שטייט ביים בי"ד של מעלה און מען איז אים דן אויף זיינע מעשים פון די יאר, און מען האט אים דן געווען אז ער זאל שוין בלייבן דארט אויבן אין הימל צוליב זיינע מעשים, אבער פלוצלונג קומט אן דער הייליגער ייטב לב זי"ע, און ער פרעגט דארט ביים בי"ד של מעלה, וואס מען וויל פון דעם יונגען בחור, און תוך כדי דיבור כאפט אים די רבי דער ייטב לב אן, און שלעפט אים צו זיך, און אזוי האט זיך דער בחור אויף געקוועקט פונעם שלאף, און ער טרעפט זיך אין ביהמ"ד אליין.

ער איז שנעל געלאפן צום שטוב פונעם נגיד, אבער דארט אין שטוב איז שוין קיינער נישט געווען, האט ער פארשטאנען, אז מן הסתם איז יעדער שוין געגאנגען צום שולחן הטהור פונעם ייטב לב, איז ער אויך אריבער צום טיש פונעם רבין, און ער האט טאקע געטראפן דארט ווי מען האלט שוין ביים סוף פון טיש, אבער לפלא אזוי ווי ער קומט אריין, שיקט דער הייליגער ייטב לב מיטן גבאי פארן בחור, א גלעזל וויין און צוויי חלות, אז ער זאל קידוש מאכן און עסן די סעודה, דער בחור האט ביי זיך געטראכט, אז מן הסתם איז דער חלום טאקע אמת, און וועגן דעם האט אים די רבי געשיקט די וויין און חלות.

אבער ווען עס איז דורך די עשרת ימי תשובה און יום הקדוש ווען דער בחור איז אריין מיט א קוויטל צום רבין דער ייטב לב זי"ע, האט אים די רבי בכלל נישט דערמאנט וועגן די חלום, און אויך ווען ער האט געארבעט צו באצירן די סוכה פונעם רבין אויפן יו"ט סוכות, האט די רבי גארנישט מזכיר געווען וועגן דעם חלום, האט דער בחור ביי זיך געטראכט, אז אפשר איז די חלום נישט אמת, און דאס וואס די רבי האט אים געשיקט די וויין און חלות, איז ווייל די רבי האט געזען אז ער האט נאכנישט געגעסן.

אבער יענעם חנוכה ווען די רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד, און האט אונז געטראפן שפילן קארטן, איז די רבי צו געקומען צו מיר און זאגט מיר, פאר דעם האב איך גענומען אחריות אויף דיר ראש השנה ביינאכט, אז די זאלסט זיצן און בטל'ן די צייט מיטן שפילן קארטן, איך האב דיך גענומען מעולם העליון כדי די זאלסט קענען ווייטער עוסק זיין בתורה ובמצוות ובגמילות חסדים, און דערפאר איז דער בחור געווארן אזוי דערשראקן נאך די ווערטער, ווייל ער האט דאן געזען, אז די גאנצע חלום איז טאקע געווען ריכטיג, און דער ייטב לב זי"ע האט גאנץ גוט געוויסט דערפון, נאר ווי זיין מנהג קדוש איז געווען, האט דער צדיק פראבירט צו באהאלטן זיין גרויסן כוח,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28101

Re: הרה"ק בעל 'ייטב לב' מסיגוט זי"ע - ו' אלול תרמ"ג

פאוסט דורך ניקל »

הגה"צ בעל כוונת הלב מקראסנא זי"ע האט דערציילט, אז עס איז געווען א איד א חסיד פונעם ייטב לב מסיגוט זי"ע, וואס האט מחבר געווען די ניגונים אויף ימים נוראים פארן ייטב לב זי"ע, איינמאל האט דער איד געמאכט א נייע ניגון, און די ווייב האט אים צו געהאלפן מאכן איין פאל פונעם ניגון, לפלא ערב ראש השנה ווען דער איד איז אריין צום ייטב לב זי"ע און געזינגען דעם ניגון, ווען ער איז אנגעקומען צו יענעם פאל פונעם ניגון, איז דער הייליגער ייטב לב זי"ע ממש אויף געשפרינגען און געזאגט "קול באשה" און געהייסן מען זאל אויף הערן זינגען דעם ניגון.

הגה"ק רבי אליעזר כהן זי"ע דער זון פון בעל הנפש יהונתן מסעליש זי"ע האט דערציילט, אז ער איז געווען פון די גרויסע חסידים פונעם הייליגען ייטב לב זי"ע, איין יאר איז ער געווען אויפן יו"ט שבועות ביים רבין אין סיגוט, און דארט איז געווען א גרויסע געשטיפעניש אין שוהל, און פלוצלונג איז אויף זיין פיס ארויף געפאלן א גרויסע שווערע באנק, און זיין פיס האט זיך צובראכן און עס איז אריין ביז צו זיינע לינגען און ער איז געווען ממש אין א סכנה,
מען האט דעם איד געטראגן שנעל צו א דאקטאר, אבער די דאקטוירים האבן אויף געגעבן אויף אים וויבאלד עס איז נישט געווען וואס צו טון אים צו ראטעווען, איז מען שנעל אריבער צום ייטב לב זי"ע, און מען האט דעם רבי אליעזר מזכיר געווען ביים רבין, איז דער הייליגער ייטב לב זי"ע אריבער מבקר חולה זיין דעם רבי אליעזר, און בשעת מעשה האט דער הייליגער ייטב לב ארויף געלייגט זיינע הייליגע הענט אויפן פיס, און דער ייטב לב האט געזאגט בזה"ל, "איך זעה נישט דא קיין שום מיחוש", איבעריג צו זאגן, אז דער חסיד איז אינגאנצן געזונט געווארן גאר אינגיכן.

הרה"ק רבי ברוך מגארליץ זי"ע דער זון פונעם הייליגען דברי חיים מצאנז זי"ע וואס איז געווען א איידעם ביים הייליגען ייטב לב זי"ע האט אמאל געזאגט, "אז זיין שווער דער הייליגער ייטב לב זי"ע אויב וואלט ער זיך נישט אזוי אפ געגעבן מיטן מרבץ תורה זיין אין זיין גרויסע ישיבה, און געווען פארנומען צו ארויף ברענגען דאס אידישקייט אין שטאט סיגוט, וואלט ער געווען אזוי גרויס ווי דער טאטע דער דברי חיים מצאנז זי"ע", וואס ווי באוויסט האט זיך דער הייליגער ייטב לב גאר שטארק אפ געגעבן מיט זיינע תלמידים אין ישיבה, און ער האט זיך ממש מוסר נפש געווען פאר זיינע תלמידים.

מען דערציילט אויפן הייליגען ייטב לב זי"ע, אז ער איז געווען כל ימיו גאר שטארק צובראכן פון זיך, ער האט באמת געהאלטן אז ער דינט נישט דעם באשעפער ווי עס ברויך צו זיין, גאר אסאך מאל האט מען דערציילט, אז ביי זיין שולחן הטהור, ווען א פשוטע איד האט געמאכט א ברכה, האט דער צדיק געלאזט הייסע טרערן און געזאגט, הלוואי זאל איך מאכן אזא ברכה ווי דער איד האט געמאכט, און ער האט מעורר געווען זיינע תלמידים אויף דעם,
אויך דערציילט מען, אז טאקע וועגן דעם האט דער צדיק דער ייטב לב זי"ע געוואלט, אז אלע זיינע קינדער זאלן דינען אלס רב אין א שטאט, ווייל דורך דעם וועלן זיי מרביץ תורה זיין פאר אידן און זיי מעורר זיין צו תשובה, און אפשר דורך דעם וועט עס זיין א טובה פאר זיין נשמה בעולם הליון, און וועגן דעם האט דער צדיק רוב פון זיין לעבן מקדיש געווען צו מרביץ תורה זיין פאר זיינע תלמידים מיט א געוואלדיגע מסירות נפש און איבער געגעבענקייט,
ר' אשר גבאי האט פארציילט אז איין שבת ביינאכט איז דער הייליגער ייטב לב געגאנגען צום טיש, איז ער דורך איינע פון די שטיבלעך און געזען ווי די קדושת יו"ט זיצט און איז מעיין אין א ספר, און זיך אנגערופען צו ר' אשר גבאי, זעה און קוק אן די צורה פון מיין ליפא'לע איך ווייס נישט וואסערע פנים איך האב קעגען זיין צורה, איך גיי יעצט פירן טיש און זיצען אויבן אן און ער וועט זיצען אין די זייט, באמת וואלט ווען געדארפט זיין פארקערט ער זאל זיצן אויבן אן און איך אין די זייט.

מען דערציילט, אז כ"ה ניסן בשנת תרל"ו ווען דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע וואס איז געווען א ידיד נאמן און א מחותן מיטן ייטב לב זי"ע, האט אבער דער ייטב לב פאר כמעט א האלבע יאר זיך ארויס געדריידט פון מספיד זיין דעם הייליגען דברי חיים זי"ע, וויבאלד ער האט באמת ביי זיך נישט געהאלטן, אז ער איז ראוי' צו מספיד זיין אזא צדיק הדור, הערשט נאך א האלבע יאר, האט דער צדיק בלית ברירה נאר אלס כבוד פונעם דברי חיים זי"ע, גאר שיין מספיד געווען דעם דברי חיים מיט בכיות נוראות.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28101

Re: הרה"ק בעל 'ייטב לב' מסיגוט זי"ע - ו' אלול תרמ"ג

פאוסט דורך ניקל »

מדו רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע האט דערציילט, אז מען קען זיך נישט פארשטעלן די גרויסע נחת רוח און הנאה וואס דער זיידע דער ייטב לב זי"ע האט געהאט, ווען איינער האט מחדש געווען א דבר תורה אדער א חידוש דורך איינע פון זיינע חידושים, ווייל ער האט געזאגט, אז א אמת'ע חידוש אויב ברענגט עס א פרישע חידוש פון דעם, איז דאס א סימן אז עס איז דברי אמת, ווייל פון א נישט אמת'ע חידוש קען נישט ארויס קומען א נייע חידוש.

ווערט דערציילט אז ווען דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע איז נאך געווען א קליין קינד, האט ער איין יו"ט פסח ביים סדר בטעות אויס געלאשן צוויי ברענעדיגע לעכט, דער עולם האט זיך דערשראקן, אבער דער טאטע דער הייליגער ייטב לב זי"ע האט זיך אנגעריפן, "זארגט אייך נישט, ער וועט נאך אנצינדן צוויי שיינע ליכט", און דאס זענען טאקע געווען די צוויי הייליגע קינדער, הרה"ק רבי חיים צבי בעל עצי חיים מסיגוט זי"ע און הרה"ק רבינו יואל טייטלבוים מסאטמאר זי"ע, וואס האבן באלאכטען די וועלט מיט זייער תורה און קדושה.

ווי באוויסט האט דער הייליגער ייטב לב זי"ע געהאט מקובל מאבותיו הראשונים, אז דער חלה פון שבת קודש אויפדערנאכט זאל מען אויף שניידן די פשוטע חלה נישט די געפלאכטענע חלה, און ער האט אויף דעם זייער מקפיד געווען,
איין טאג האט איינע פון זיינע חסידים חתונה געמאכט א טאכטער, און שבת קודש ביינאכט האט דער שווער געזאגט פארן איידעם, אז דער מנהג שבת קודש ביינאכט איז צו שניידן נאר די פשוטע חלה און נישט דער געפלאכטענע חלה, האט דער איידעם געזאגט פארן שווער, וואס מאכט דען א חילוק וועלכע חלה מען שניידט אויף, ווען דער איד האט דאס דערציילט פאר זיין רבין דער ייטב לב זי"ע, האט דער ייטב לב געזאגט פארן חסיד, זעה אז דער טאכטער זאל זיך גט'ן, ווייל דער איידעם וועט זיך נאך רח"ל שמד'ן, לפלא נישט אסאך נאכן גט, האט דער שווער געהערט אז דער איידעם האט זיך רח"ל גע'שמד.

ווי באוויסט איז דאס עבודת הקדוש און שמחה ביים הייליגען ייטב לב זי"ע געווען ממש אויסטערליש גרויס אונעם יו"ט פון שמחת תורה, דער צדיק וקדוש האט זיך געפרייט מיט די תורה און געטאנצן ממש מיטן גאנצן כח, עס האט זיך אסאל מאל געקענט מאכן, אז דער צדיק איז ממש געטאנצן אויף די טישן און בענק פונעם ביהמ"ד צוליב זיין גרויסע אהבת התורה.

איין יאר שמחת תורה איז געווען דארט אין ביהמ"ד א אשכנז'ישע איד, וואס איז נישט געווען געוואוינט צו אזא עבודה, האט דער איד געטראכט ביי זיך, ווי אזוי פאסט פארן מרא דאתרא פון שטאט אזוי צו טאנצען, ער זעהט דאך ממש אויס ווי דער בדחן ביי א חתונה וואס פירט זיך אויף אזוי משונה'דיג, אבער לפלא גלייך שטעלט זיך אפ דער הייליגער ייטב לב זי"ע ביי דעם איד און זאגט אים, "ר' איד אויבן אין הימל קומט יעצט פאר א גרויסע חתונה, און איך בין דער בדחן", און דער ייטב לב איז צוריק געגאנגען טאנצן, דער איד איז ממש נשתומם געווארן און געפאלן חלשות, זעענדיג ווי דער הייליגער ייטב לב זי"ע האט מרגיש געווען זיינע מחשבות.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28101

Re: הרה"ק בעל 'ייטב לב' מסיגוט זי"ע - ו' אלול תרמ"ג

פאוסט דורך ניקל »

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל
פלעשל
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 7:36 am
x 2

Re: הרה"ק בעל 'ייטב לב' מסיגוט זי"ע - ו' אלול תרמ"ג

פאוסט דורך פלעשל »

קשאנובער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 3:05 am היינט נאכט איז די יומא דהילולא קדישא פונעם רשכבה"ג מרן בעל ייטב לב מסיגוט מרן יקותיאל יהודה בן אלעזר ניסן זצוקללה"ה

די ייטב לב איז געבוירן אין שטאט דראהביטש צו זיין גרויסן טאטע הרה"ק רבי אלעזר ניסן מדראהביטש זי"ע בנו יחודו פון מרן בעל ישמח משה זי"ע.

אלץ קינד איז ער שוין געווען באקאנט אלץ בקי וחריף און מיט זיין געבענטשטע פה מפיק מרגליות.
ווי ער שרייבט אליין אין זיין ספר ייטב לב אז ביי די 7 יאר אלט האט ער שוין געזאגט תורה פארנט זיין גרויסן זיידע די ישמח משה זי"ע.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית רחל בת הרה"ק ר' משה דוד מטאלטשאווא זי"ע און געוואונט נעבן די שווער נאכן חתונה.

בשנת תקצ"ג איז ער געווארן רב אין שטאט סטראפקוב. גלייך איז ער באקאנט געווארן אלץ צדיק הדור און שר התורה. ער האט משמש געווען ברבנות אין שטאט ביז צום פטירה פונעם גרויסן זיידע ווי מהאט אים אויפגענומען אלץ רב און שטאט אוהעל נאכדעם וואס זיין טאטע האט בשום פנים נישט געוואלט איבערנעמען. די שטאט אוהעל איז געווען פיל מיט מתנגדים וואס האבן אנגעמאכט צרות פארן ייטב לב אז ער האט געמיזט אנטלויפן פון שטאט און מיטן רצון קדשו פון הרה"ק מצאנז זי"ע איז ער געווארן רב אין שטאט גארליץ. ביזן פטירה פון זיין טאטע ווי ער האט ממלא מקום געווען און געווארן רב אין שטאט דראהביטש.

אין יאר תרי"ח האט מען אים אויפגענומען אלץ רב אין שטאט סיגוט ווי ער איז באקאנט געווארן איבער'ן גאנצן וועלט בתורה ובעבודה און האט דארט אויפגעמאכט זיין ישיבה מיט הונדערטער תלמידים.

די ייטב לב איז נפטר געווארן לשמי' מרומים ו' אלול תרמ"ג.

ער האט איבערגעלאזט 4 זוהן גאונים און צדיקים און 3 טעכטער.

בנו הרה"ק ר' אברהם אהרן מקאלבסוב זי"ע

בנו הרה"ק ר' אליהו בצלאל מטעטש זי"ע

בנו הרה"ק ר' חנני יו"ט מסיגוט זי"ע בעל קדושת יו"ט

בנו הרה"ק ר' משה יוסף מאוהעל זי"ע [חתן הרה"ק מקשאנוב זי"ע]

בתו מרת הענדל ע"ה אשת הרה"ק ר' ישראל יעקב יוקל מוואלאווא זי"ע

בתו מרת פעסל ע"ה אשת הרה"ק ר' ברוך מגארליץ זי"ע

בתו מרת אלטא ע"ה אשת הרה"ק ר' משה מראזאדאוו זי"ע


(שנעל געשריבן, ואתכם הסליחה)
*
עטליכע תיקונים

דער ערשטער זון איז געווען

בנו הרה"ק ר' אברהם אהרן מקאלבסוב זי"ע (ה'תקפ"ו - י"ב אלול ה'תר"ע)

דער צווייטער זון איז געווען

בנו הרה"ק ר' חנני יו"ט מסיגוט זי"ע בעל קדושת יו"ט (ה'תקצ"ו כ"ט שבט תרס"ד)

דער דריטער זון איז געווען

בנו הרה"ק ר' משה יוסף מאוהעל זי"ע [חתן הרה"ק מקשאנוב זי"ע] (תר"ה - כ"ד בטבת תרנ"ז)

דער פערטער זון איז געווען

בנו הרה"ק ר' אליהו בצלאל מטעטש זי"ע (ה'תר"י - כ"ט מנחם אב ה'תרע"ח)

די טעכטער ווייסעך נישט וועלכע טאכטער איז פארדעם

אבער דער עלטסטער איידעם (אין יארן) איז געווען הרה"ק רבי משה ראזוואדאוו'ער זי"ע (ה' באייר תקפ"ה - י' בסיון תרנ"ד)

דער צווייטער (לויט די עלטער אין יארן) איז געווען הרה"ק רבי ברוכ'ל גארליצ'ער זי"ע, (ה'תקפ"ט– א אדר ה'תרס"ו)

דער דריטער (לויט די עלטער אין יארן) איז געווען הרה"ק רבי ישראל יעקב יוקיל ט"ב זצ"ל (ה'ת"ר – ט"ו אלול תרפ"ד)

*
בנוגע די נאמען פון די טאכטער הרבנית מ'ראזוואדאוו איז כדאי צו וויסן אויב זי האט געהייסן אלטא אדער גיטל יהודית, איך זע איר נאמען ערשיינען אין כמה מקומות אלס גיטל יהודית, און אין אנדערע ערטער אלס אלטא

איינער דא איז א אייניקל? אויב יא ביטע אויסקלארן וויאזוי די ראזוואדאוו'ער רביצין האט געהייסן

יישר כח הרב קשאנוב'ער פארן פותח זיין דעם זיסן אשכול!
שרייב פאוסט