הרה"ק רבי משולם פייש ב"ר מרדכי הלוי זי"ע, אדמו"ר מטאהש ובעל עבודת עבודה - כ"ז אב תשע"ה

כ"ז אב
הרה"ק רבי משולם פייש ב"ר מרדכי הלוי זי"ע, (לאווי), בעל עבודת עבודה, אדמו"ר מטאהש.
ער איז געבוירן אין שטאט טאהש, ג' ניסן בשנת תרפ"א,
צו זיין טאטן הרה"ק רבי מרדכי אב"ד דעמעטשער זי"ע,
בן הרה"ק רבי אלימלך הסבא קדישא מטאהש זי"ע, חתן הרה"ק רבי יצחק אייזיק מסוואליווא זי"ע, בן הרה"ק רבי משולם פייש השרף מטאהש זי"ע.
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת צירל ע"ה,
בת הרה"ק רבי יעקב פעקעטע בעל אמת ליעקב מו"ץ בנירבאטור זי"ע, הנקרא ר' יעקב דערזשער, מחסידי אשוואר, חתן הרה"ק רבי צבי אביגדור פיש מנאפקאר זי"ע, בן הרה"ק רבי משה יחיאל שווארטץ זי"ע, הנקרא ר' משה סאלמאדער, בן הרה"ק רבי אברהם שווארץ זי"ע, וואס דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע האט אויף אים געזאגט, "המאור הגדול הצדיק".
ער איז געווען א איש קדוש מאוד, ער איז געווען א למדן נפלא וואס האט מקדיש געווען זיין גאנצע לעבן נאר פאר תורה און עבודת השם מיט א מסירת נפש ממש, ער איז געווען כל ימי חייו אויסגעטון פון די וועלט און נישט עוסק געווען אין עניני גשמיות בכלל, ער איז געווען מפורסם מיט זיין געוואלדיגע מידות השמחה, וואס יעדער איד וואס איז נאר געקומען אין בארירונג מיט דעם צדיק, איז ממש איבער גענומען געווארן מיט שמחה דקדושה, מען האט אויפן הייליגען צורה פון דעם צדיק געקענט זעהן כסדר זיין געוואלדיגע שלוות הנפש און זיין שמחה דקדושה, זיין צורה האט זיין גאנץ לעבן געלאכטן מיט א הימלישע לעכטיגקייט, ער איז געווען א בעל מופת עצום און א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ, ער האט געהאט א געוואלדיגע אהבת ישראל וואס מען האט געזען נאך ביי די צדיקים מדורות הראשונים.
נאך פון אלס יונג קינד האט מען שוין געזען אז דא וואקסט א צדיק הדור, ער האט שוין דאן געהאט גאר גרויסע השגות אין עבודת השם מיט א געוואלדיגע צדקות און תמימות, און גדולים און צדיקים בדורו האבן פאר געזאגט אז ער וועט נאך זיין א גרויסע רבי וואס וועט משפיע זיין פאר אידישע קינדער סיי ברוחניות און אויך בגשמיות.
גאר אסאך פון זיין תורה און פון זיין עבודת השם האט דער צדיק מקבל געווען און געלערנט ביי זיין גרויסן רבין, הרה"ק רבי מנחם בראדי בעל באר מנחם אב"ד קאלוב זי"ע, וואס איז אויך געווען זיין פעטער זייענדיג אן איידעם ביים זיידן הרה"ק השרף מטאהש זי"ע.
דארט ביים פעטער אין קאלוב האט דער צדיק עוסק געווען בתורה ועבודת השם יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה, ער איז שוין דאן געווען מפורסם מיט זיין געוואלדיגע גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע התמדת התורה, אויך האט ער זיך שוין דאן געפירט מיט גאר גרויסע קדושה וטהרה, ער איז יענע צייט ממש געווען אויס געטון פון יעדע דבר גשמיות, און נאר עוסק געווען בתורה ועבודת השם.
ח' מנחם אב בשנת תרצ"ח, ווען זיין גרויסע רבי דער באר מנחם זי"ע איז נסתלק געווארן, איז ער צוריק קיין טאהש, און דארט האט ער זוכה געווען צו א געוואלדיגע קרבות פון זיין גרויסן זיידן הרה"ק רבי אלימלך הסבא קדישא מטאהש זי"ע, און די לעצטע 5 יאר פונעם זיידן ביז צו די הסתלקות ביום כ"ג כסלו בשנת תש"ג, האט ער קונה געווען גאר אסאך תורה און קדושה און עבודת השם פון זיין זיידן.
ער איז געווען גאר נאנט מיטן הייליגען זיידן דער סבא קדישא מטאהש זי"ע אוו ער האט פון דעם זיידן גאר אסאך מדריגות אין עבודת השם מקבל געווען, דער זיידע האט געהאט א געוואלדיגע חביבות צום אייניקל און מוראדיג באוואונדערט זיין גדלות בתורה און זיין התנהגות בקדושה וטהרה.
ליידער האט דער צדיק מיט געטיילט די ביטערע גורל פון רוב כלל ישראל ביי די צווייטע וועלט מלחמה, מען האט דעם צדיק זייענדיג א יונגע בחור'ל, אוועק געפירט אין די געטו אין מונקטאבאר, דארט האט דער צדיק אסאך מיט געמאכט שווערע צרות, אבער דער צדיק האט זיך מוסר נפש געווען און געדינט דעם באשעפער, אויך האט ער דארט מחזק געווען אנדערע אידן, אז מען זאל בלייבן מיט די ריינע אמונה אינעם גרויסן באשעפער.
בחסדי השם האבן די רשעים באטראכט דעם צדיק אלס נישט קיין געזונטע מענטש נפשיות'דיג, און דערפאר איז ער געווארן אריין געשטעלט אין א ספעציעלע פלאץ, וואס דארט האט דער צדיק געקענט טון זיין עבודת הקודש אים געשטערט.

Re: הרה"ק רבי משולם פייש ב"ר מרדכי הלוי זי"ע, בעל עבודת עבודה, אדמו"ר מטאהש - כ"ז אב תשע"ה
ביים צווייטע וועלט מלחמה האט דער צדיק וקדוש גאר אסאך מיט געמאכט צוזאמען מיט אלע אידישע קינדער, אבער ער האט זיך מחזק געווען אין אפילו און די שווערע צייטן, האט ער מיט א געוואלדיגע מסירת נפש געדינט דעם גרויסן באשעפער, און ער האט כסדר מחזק געווען אנדערע אידן אז מען זאל נישט ח"ו פארלירען די ריינע אמונה אונעם גרויסן באשעפער.
בחסדי השם האט ער מיט ניסים ונפלאות איבער געלעבט די מלחמה, און זוכה געווען צו ניצל ווערן פון די נעגל פון די דייטשן ימ"ש, כ"ג כסלו תש"ה אונעם טאג פון די יארצייט פון זיין הייליגער זיידע הרה"ק רבי אלימלך הסבא קדישא מטאהש זי"ע איז דער רבי באפרייט געווארן, און ברוב רחמיו וחסדיו פונעם גרויסע באשעפער, האט ער רחמנות געהאט אויפן דור יתום פון נאך די מלחמה, און דער באשעפער האט איבער געלאזט דעם צדיק וקדוש, אז ער זאל קענען פארשיינען די אויגן פון אידישע קינדער פאר קרוב צו 70 יאר.
ליידער האט די רבי פארלוירן א גרויסע חלק פון זיין משפחה ביי די מלחמה, ובתוכם זיין הייליגע טאטע הרה"ק רבי מרדכי מדעמעטשע זי"ע, הי"ד און זיין מאמע ע"ה, הי"ד, אבער אפילו זייענדיג צובראכן און שוואך פון די אלע צרות, האט דער צדיק זיך צוזאמען גענומען, און ווייטער ממשיך געווען מיט זיין עבודת הקדוש כרגיל, ער האט זיך מחזק געווען מיט די הייליגע תורה.
גלייך נאך די מלחמה איז דער צדיק אנגעקומען צום שטאט אראד, און דארט האט ער זיך געטראפן מיט הרה"ק רבי חיים מאיר האגער בעל אמרי חיים מווישניץ זי"ע, וואס האט גאר שטארק מחזק געווען דעם צדיק און אים גאר שטארק מקרב געווען, און ער איז דארט געבליבן ביז נאכן יו"ט שבועות בשנת תש"ה.
פון דארט האט דער צדיק אוועק געוואנדערט צום שטאט מאקאווא, ווי ער האט געהאט משפחה וואס האט אים אריין גענומען צו זיי אין שטוב, דארט האט דער צדיק ווייטער עוסק געווען בתורה מיט א געוואלדיגע התמדה און קדושה, דארט האט ער געלערנט ביי הגה"ק רבי משה נתן נטע למבערגער בעל העטרת משה ממאקאווא זי"ע, אביסל שפעטער האט ער זיך אריבער געצויגען פאר א קורצע צייט קיין קליינווארדיין.
בשנת תש"ו האט זיך דער צדיק אריבער געצויגען קיין נירדהאז, און דארט האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת חוה ע"ה,
בת הרה"צ רבי יהודה וויינגארטען מירושלים זי"ע,
נכד הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע.
נאך די חתונה האט מען דעם צדיק אויף גענומען אלס איינע פון די דיינים אינעם בי"ד אין נירדהאז, און דארט האט ער ווייטער עוסק געווען בתורה יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה, אויך האט ער דאן עוסק געווען אסאך אין היתר עגינות צו באפרייען הונדערטער פרויען וואס האבן ליידער פארלוירן די מענער ביי די מלחמה, און ער האט זוכה געווען צו מתיר זיין גאר אסאך עגינות צוזאמען מיטן גאון הגה"צ רבי פישל הערשקאוויטש זי"ע.
אבער בשנת תש"ט בערך ווען עס האט אנגעהויבן בלאזן די ווינטען פון די קאמיניזם אין גאנץ אירופה, האט ער זיך פאר בערך צוויי יאר אריבער געצויגן קיין אוסטריה אין שטאט באדגסטיין ווי עס איז געווען אויף געשטעלט א פליטים לאגער, און דארט האט דער צדיק געוואוינט פאר בערך צוויי יאר, ער האט דארט גאר אסאך משפיע געווען אויף די אידן פון שטאט און געווען מפורסם אלס א למדן עצום בתורה.
אויך האט דער צדיק דער טאהש'ער רבי זי"ע יענע צייט באקומען די היתר הוראה פון הרה"ק רבי משה ארי' פריינד אב"ד ירושלים זי"ע, וואס האט גאר שטארק באוואונדערט דאס גדלות בתורה און די געוואלדיגע הנהגות בקדושה פונעם טאהש'ער רבי זי"ע, דערציילט מען אבער, אז די רבי מטאהש זי"ע האט שפעטער צוריסן דעם כתב הוראה.
און ער האט געזאגט, אז ער האט דאס געטון, וויבאלד ער האט געוואלט צוברעכן זיין מידות, ווייל מיט דעם היתר הוראה רעדט דער יצר הרע צו, אז מען זאל מער נישט איבער לערנען די הלכות, ווייל מען קען דאך שוין אלע הלכות, און דערפאר האט ער די היתר הוראה מבטל געווען.

בשנת תשי"א איז דער צדיק אנגעקומען קיין אמעריקע, און פאר גאר א קורצע צייט האט ער זיך אויף געהאטן אין וויליאמסבורג, אדר בשנת תשי"א האט זיך דער צדיק אריבער געצויגען קיין מאנטריאל, וואס דארט האט ער זיך געטראפן נאכאמאל מיט זיינע צוויי געשוויסטער וואס האבן איבער געלעבט די מלחמה, זיין ברודער הרה"ח רבי חיים יוסף, און די שוועסטער מרת פריידל אשת הרה"ח רבי שמואל מאיר לייפער, און דארט האט זיך דער צדיק ווייטער אריין געווארפן אין תורה ועבודת השם מיטן גאנצן כוח.
בערך בשנת תשכ"ג האט דער צדיק מיט א מסירת נפש אויף געשטעלט דעם הייליגען שטעטל טאהש אל שמו פון זיין זיידן און טאטן, און ער האט דאס ספעציעל ארויס געטראגן ווייט פונעם שטאט, כדי די שטאט זאל זיין אפ געהיטן פון די דרויסענדיגע גאס, און ווי באקאנט האט דער צדיק אוועק געגעבן זיין גאנץ לעבן פאר דעם שטאט און געמאכט זיכער, אז די שטאט ווערט געפירט אויפן אלטן וועג דער דרך ישראל סבא וואס ער האט מקבל געווען פון אבותיו הקדושים.
ער איז זיין גאנץ לעבן געשטאנען על המושמר, אז מען זאל אין דעם שטעטל נישט אריינלאזן קיין נייע מנהגים וואס מען האט נישט געזען ביי אונזערע עלטערן, און ער האט געהאלטן אין איין פאדערן פון זיינע חסידים און תלמידים, אז מען זאל זיך פירן בקדושה און על דרך ישראל סבא, עס האט דעם רבין בכלל נישט אינטערסירט וואס די וועלט זאגט, ביים רבין איז געווען נאר די הלכה פון שלחן ערוך אדער מנהג אבותינו בידינו.
יענע צייט איז דער צדיק געווארן מפורסם אין די וועלט אלס איינע פון די צדיקי הדור, אידן זענען גאר אסאך געקומען מיט האלטן זיין עבודת הקודש וואס איז געווען מיט א אש קודש און מיט א דביקות הבורא יתברך שמו, דער צדיק האט זיין גאנץ לעבן נישט נאכגעלאזט פון זיינע מנהגים און געפאדערט פון זיינע חסידים זיך צו פירן אויפן אויס געטרעטענעם וועג, וואס מען האט מקבל געווען מדורות הראשונים.
אלע צדיקי הדור האבן מעיד געווען אויף די געוואלדיגע גדלות בתורה פון דעם צדיק וקדוש, אויך האבן די צדיקי הדור מעיד געווען, אויף זיין געוואלדיגע קדושה וטהרה מיט וואס ער האט זיך זיין גאנץ לעבן געפירט, ווער עס איז נאר אמאל אריין געגאנגען צו דעם צדיק מיט א הזכרה אדער סתם זיך מסתופף געווען בצלו, און אפילו פשוטע אידן וואס זענען געקומען צו דעם צדיק, האבן אלע מעיד געווען, אז ביי דעם צדיק האט מען געשפירט א ספעציעלע העכערקייט.

עס איז נישט דא די ווערטער צו באשרייבן זיין עבודת התפלה און זיין תהילים זאגן, וואס איז צו געגאנגען מיט א געוואלדיגע יגיעה עצומה און מסירת נפש, און ער האט אויס געפויעלט גרויסע ישועות פאר אידישע קינדער, דער צדיק איז די גאנצע צייט ביים דאווענען געשטאנען ממש ווי א "בן המתחטא לפני אביו", ער האט מקיים געווען דעם פסוק כָּל עַצְמוֹתַי תֹּאמַרְנָה במלוא מובן המילה ממש, אפילו אויף די עלטערע יארן האט מען געזען ווי יעדע איבר ווארפט זיך פארן צדיק מיט זיין גרויס פחד הבורא בריך הוא,
רעדענדיג פון זיין עבודת התפילה וואס איז געווען ממש עד להפליא, איז כדי צו דערציילן, ווי באוויסט פלעגט דאך די רבי זי"ע דאווענען זייער שפעט שחרית גרייטענדיג זיך צו עבודת התפילה מיט אן הכנה דרבא, האט מען געמאכט א סדר אין ישיבה וועלכע 9 בחורים עס זאלן יעדן טאג מיט דאווענען מיט'ן רבי'נס מנין.
הרה"ח ר' מאיר פעקעטע ז"ל פלעגט דאס אנפירן און מסדר זיין דעם מנין פארן רבין יעדן טאג, און ווי באוויסט איז די עבודת התפילה געווען גאר געהויבען ביים רבי'ן זי"ע, די עבודה פון דאווענען איז געווען עפעס א אויסטערלישע ספעציעלע עבודה, ביגיעה עצומה פלעגט דער רבי שטיין און דאווענען, ווען פון דעם רבי'ן רינט דאס שווייס, אין די גרעסטע פראסטן אינמיטן ווינטער, פלעגט דער ערקאנדישע"ן מוזן ארבעטן, אזש די בחורים זענען געגאנגען מיט די מאנטעלן איינגעוויקלט פאר קעלט.
אבער דער רבי האט געברענט מיט א אש קודש, און בשעת'ן דאווענען האט זיך ממש געגאסן דאס שווייס פונעם צדיק ברענענדיג פארן גרויסן באשעפער, האט געקענט פאסירן אסאך מאל, אז די רבי זי"ע פלעגט זיך אויס דרייען ביים דאווענען, און ווייזן אז ער האט נישט קיין לופט און געבעטן מ'זאל עפענען די פענסטער'ס.
ווער עס האט געהאט די זכי' צו קענען מיט האלטן דעם עבודת הקודש פונעם הייליגען רבין, האט געזען אז דער רבי איז בכלל נישט געווען בעולם התחתון בשעת זיין עבודת התפלה, און ווי די נאנטע מענטשן דערציילן, אז נאכן דאווענען, ווען די רבי האט אויסגעטון זיין בעקעטשע, איז דאס געווען דורך געווייקט מיט שווייס פון זיין געוואלדיגע עבודה ביים דאווענען.
דאס תפילין לייגן איז געווען א מחזה הוד, ווען יעדן טאג האט דער רבי אנגעטוהן די תפילין מיט אזא חשק און פרישקייט, ווי ס'וואלט ווען געווען דאס ערשטע מאל וואס ער לייגט תפילין, פאר די בחורים וואס האבן דאס מיט געהאלטן, איז דאס איינגעקריצט געווארן אין הארץ אויף שטענדיג.
ביי "ואתה מושל בכל" פלעגט שוין שטיין א בחור גרייט מיט 26 פרוטות, פון וואס דער רבי פלעגט נעמען און אריין לייגן אין צדקה פושקע, שפעטער ביי קריאת שמע ווען דער רבי האט געזאגט "וראיתם אותו", פלעגט מען נאכאמאל קענען זעהן די לעכטיגע צורה, ווען דער רבי פלעגט זיך אויסדרייען צום פענסטער, און צו דעם שיין פון דעם טאג האט דער רבי געקוקט אויף די ציצית.
און וויבאלד דאס דאווענען שחרית איז געווען גאר שפעט, פלעגט דער רבי זי"ע גלייך נאך שחרית דאווענען מנחה, ווען נאכדעם פלעגט דער רבי צומאל רעדן פאר די בחורים דברי מוסר, און ערשט דערנאך פלעגט מען זיך צומאל שטעלן דאווענען מעריב, און דאס איז געווען זיין עבודה מדי יום ביומו.

זיין מידות הצדקה איז געווען מוראדיג גרויס ער איז געווען דער שר הצדקות, ער האט פארטיילט ריזיגע סכומים אויף צדקה, און אלעס איז צו געגאנגען מיט א געוואלדיגע חכמה צו אפהיטן אויפן כבוד פון דעם מקבל אז יענער זאל ח"ו נישט פארשעמט ווערן, די גבאים דערציילן, אז עס האט זיך געקענט מאכן צענדליגע מאל, וואס דער צדיק האט באקומען א גרויסע סכום געלט פון א עושר, און תוך כדי דיבור האט דער צדיק אוועק געגעבן דאס גאנצע געלט פאר א נצרך אן איבער לאזן עפעס פאר זיך אין שטוב.
די גבאים האבן כסדר פראבירט צו באהאלטן געלטער כדי עס זאל כאטש בלייבן עפעס פארן רבין אויך, אבער דער צדיק האט זיי גאר אסאך מאל איבער געקלוגט, ווען ער האט דאס געלט אריין געלייגט אין זיינע שיך, און ווען א נצרך איז געקומען, האט דאס דער צדיק ארויס גענומען פון די שיך, און מיט א שמייכל מחי' געווען א איד, וואס דאס איז געווען זיין שטרעבן זיין גאנץ לעבן.
די רבי איז געווען א עניו מאוד באמת, ער האט באמת נישט געוויסט פארוואס אידן לויפן אים נאך און קומען צו אים פאר ברכות, אבער מיט דעם אלעם האט ער יעדן איד אויף גענומען בסבר פנים יפות מיט א געוואלדיגע ליבשאפט, ווען מען איז אריין געקומען צום רבין מיט א קוויטל, האט מען באמת געקענט מיינען אז דער איד האט די וועלטס צייט, ער האט יעדן איד אויס געהערט מיטן פילסטן געדולד, און און דאן אנגעוואונטשן מיטן גאנצן הארץ, און ווען מען איז ארויס האט מען באמת געשפירט אז מען איז א געהאלפענער,
טויזענטער אידן האבן ביי דעם צדיק געזען ממש אפענע מופתים און ישועות חוץ לדרך הטבע, עס איז ממש געווען ווי צדיק גוזר והקב"ה מקיים, גרויסע צדיקים האבן געשיקט אידן וואס האבן געברויכט גרויסע ישועות צום רבין, ווייל זיי האבן געוויסט אז די רבי מיט זיין גרויס קדושה און לב טוב פאר א אנדערן איד, וועט זיך שטעלן אויף די לענג און אויף די ברייט צו העלפן א איד מיט א ישועה,
צו דעם אלעם איז דער רבי אויך געווען א ליבליכער געטרייער טאטע פאר די תלמידי הישיבה, ווען די רעבעצין ע"ה שטייט אים צו די רעכטע האנט און דינט ווי א געטרייע מאמע פאר די בחרים, ווען א בחור איז פארקילט געווארן, האט אים די רעבעצין באזארגט מיט פיינע ווארימע טיי א.ד.ג., אזוי אויך פלעגט זיך דער רבי אלעמאל נאכפרעגן וואס ס'הערט זיך מיט די בחורים.
ווי עס האט פארציילט מו"ה ישראל חיים קרויס הי"ו אלץ אנפירער פון די חברה ביקור חולים, האט אים די רבי זייער אסאך מאל געפרעגט, צו מען געט זיך אפ מיט די בחורים וואס זענען פארקילט וכדומה, דער הייליגער צדיק האט זיך כמה פעמים אויסגעדריקט בזה"ל, "וואס איז דאס א טאהש'ער חסיד, א טאהש'ער חסיד רעדט נישט ביים דאווענען, רעדט נישט קיין פאליטיק, און האט ליב יעדן איד".
זיינע הייליגע דברי תורה און זיינע ספורי צדיקים וואס ער האט אסאך דערציילט בחייו, זענען געדריקט געווארן אינעם ספר עבודת עבודה.
ער האט געהאט זיינע קינדער,
בנו הרב רבי מרדכי זי"ע, נפטר בחי' אביו, חתן הרה"צ רבי יחזקאל שרגא מערץ זי"ע,
בתו מרת צירל ע"ה, אשת הרב רבי אביגדור דניאל פיש אדמו"ר מהאדאס שליט"א,
בתו מרת ברכה חנה ע"ה,
בתו מרת פריידל, אשת הרב רבי אברהם כ"ץ אב"ד משכנות לאביר יעקב מאנסי שליט"א,
בתו מרת שאשא מלכה אלטא, אשת הרב רבי יוסף ירחמיאל כהנא מספינקא מאנטריאל שליט"א,
בנו אדמו"ר מטאהש הרב רבי אלימלך שליט"א, ממלא מקום אביו בטאהש, חתן הרה"ק רבי נפתלי צבי לאבין מזידיטשוב וויליאמסבורג זי"ע.
ליידער די לעצטע יארן בחייו איז דער צדיק געווען גאר שוואך, און יעדע זאך וואס ער האט געטון איז אים אנגעקומען גאר שווער, אבער דער צדיק האט מיט זיין גאנצע כוח ווייטער עוסק געווען בעודת הקדוש, מען האט נאך דאן זוכה געווען זיך מזכיר צו זיין ביים צדיק און מיט האלטן זיינע הייליגע עבודת הקודש.
נסתלק לגנזי מרומים ז"ך מנחם אב בשנת תשע"ה, ומנוחתו כבוד איז אין דעם ביה"ח אין קרית טאהש.
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

ווי באוויסט האט דער צדיק וקדוש מטאהש זי"ע פלוצלונג פארלוירען זיין זון דער בכור הרב רבי מרדכי זי"ע ערב שבת קודש, און די גבאים האבן זייער געיאגט דעם רבין, אז מען זאל גיין צו די לוי' ווייל מען ברויך נאך באערדיגען בעפאר דעם זמן, אבער די רבי האט געזאגט, אז ער גייט נישט צו די לוי' שוין, נאר ער ברויך קודם א טעלעפאן, עס איז געווען פאר זיי א גרויסע וואונדער, אבער מען האט געגעבן דעם טעלעפאן פארן רבין,
דער רבי האט דאן אנגעריפן א פרוי, וואס איז געווען ביי אים אפאר וואכן צוריק, און זי האט זיך זייער באקלאגט פארן רבין, אז ליידער ליידט זי זיך גאר אסאך צוזאם פון איר מאן, און זי האט געזאגט פארן רבין אז זי וויל איבער לאזן דעם מאן, אבער די רבי האט זיך ביי איר געבעטן, אז וויבאלד עס איז דאך דא דארט קינדער, זאל זי נישט איבער לאזן דעם שטוב און צוברעכן א אידישע שטוב, אבער די פרוי האט נישט געוואלט הערן פון בלייבן מיט די מאן
ווען די פרוי האט אויף געהויבן די טעלעפאן, האט די רבי געפרעגט פון די פרוי, איר ווייסט וואס האט היינט פאסירט, איך האב ליידער פארלוירען מיין זון דער בכור רבי מרדכי זי"ע, און יעצט גרייט מען זיך צו די לוי', די פרוי האט זיך זייער דערשראקן פון די נייעס, און זי פרעגט דעם רבין, איז וואס ברויך די רבי פון מיר, האט דער הייליגער טאהש'ער רבי זי"ע געזאגט, איך האב געטראכט צו מאכן א נחת רוח פאר מיין זון נאך יעצט ביי די לוי', מיט דעם וואס איר וועט מסכים זיין צוריק צו גיין צום מאן, און איך בין זיכער אז דאס וועט זיין א גרויסע טובה פאר זיין נשמה,
די פרוי הערענדיג די ווערטער פון דעם איש קדוש, ווי ער בעט זיך צו איר צו טון א טובה פארן נשמה פון זיין זון, האט זי מסכים געווען צוריק צו גיין צו איר מאן, און אזוי ווי דער טאהש'ער רבי זי"ע האט מיט איר אראפ געלייגט, האט ער גלייך געריפן דעם רב פון יענעם שטאט, און געבעטן אז ער זאל זעהן אז דער מאן זאל צוריק גיין אהיים צום ווייב, ווי לאנג זי איז נאך אונטערן רושם פון זיינע ווערטער, און מיט דעם מצוה פון אריין ברענגען שלום בין איש לאשתו, איז דער צדיק צו געגאנגען צו די לוי' פון זיין באליבטע זון.
ווי באוויסט האט דער הייליגער צדיק דער בעל עבודת עבודה מטאהש זי"ע גאר א גרויסע עבודה אריין געלייגט אין סיפורי צדיקים, ער פלעגט כסדר דערציילן מעשיות פון צדיקים הקודמים, און דאס גאר שטארק מחשיב געווען אלס אן עבודת השם, און דער צדיק האט דערציילט פאר זיינע חסידים, אז נאך אין זיינע יונגע יארן ווען ער האט געהערט א מעשה פון א צדיק, פלעגט ער דאס חזר'ן און חזר'ן אפאר מאר אזוי ווי א מענטש חזר'ט א שטיקל גמרא כדי ער זאל דאס נישט פארגעסן.
און דער צדיק מטאהש זי"ע האט געזאגט, אז סיפורי צדיקים איז א גרויסע יסוד פאר א איד, צו בלייבן מיט די ריינע אמונה אינעם גרויסן באשעפער, ווי דער הייליגער רוזינער זי"ע האט דערציילט, אז איינמאל ווען ער האט באזיכט ביים צדיק דער הייליגער אוהב ישראל מאפטא זי"ע, האט דער הייליגער אפטא רב זי"ע געזאגט, אז בעפאר משיח וועט קומען, וועט ליידער זיך שטארקן די נסיונות פאר אידן אין זייער אמונה, ווייל די מינות און אפיקורסות וועט זיין רח"ל גאר שטארק,
און דער הייליגער אוהב ישראל זי"ע האט געזאגט, אז כלל ישראל וועט ברויכן רחמים מרובים זיך צו קענען האלטן, און ער האט געוויזן אויף איינע פון זיינע גרויסע תלמידים און געזאגט, אפילו א צדיק ווי דיר וועט אויך ברויכן גרויס רחמים צו ניצל ווערן פון מינות און אפיקורסות, האט דער הייליגער רוזינער זי"ע געפרעגט וואס איז די עצה אויף דעם, האט דער אפטא רב זי"ע געזאגט בזה"ל, "מען זאל רעדן פון צדיקים", און געזאגט דריי מאל די ווערטער "אפילו פון אונז, אפילו פון אונז, אפילו פון אונז".

הרה"ח ר' יקותיאל ווייס זצ"ל האט פארציילט, אז ער האט געלערנט מיט'ן רבי'ן אלץ בחור ביים רבי'נס פעטער הרה"ק בעל באר מנחם מקאלוב זי"ע, איינמאל פאר כ"ח סיון וואס איז אויסגעפאלן אויף א שבת קודש, האבן זיי געוואלט פארן קיין טאהש זיין דארט אויפן יארצייט פונעם טאהש'ער רב הרה"ק רבי משולם פייש השרף מטאהש זי"ע, זענען זיי געגאנגען נעמען רשות פונעם באר מנחם, וואס האט זיי געגעבן רשות, נאר בתנאי זיי נעמען מיט חלות מיט לעכט אויפן וועג, האבן זיי אזוי געטוהן,
זיי זענען געגאנגען זיכן א פערד און וואגן, אבער צוליב דעם וואס דעמאלט'ס שניידט מען די ווייץ, האט מען אלע פערד איינגעשפארט צו דעם, און זיי האבן גארנישט געקענט טרעפן, נאר א איינגעדארטע שוואכע אייזל, האבן זיי דאס אפ געקויפט, און מיט דעם זיך ארויסגעלאזט פון קאלוב קיין טאהש, ווען א גרויסע חלק פון דעם וועג שטופן זיי דעם אייזל אנשטאט צו רייטן דערויף,
אינמיטן וועג ערב שבת קודש נאכמיטאג האט זיך אראפ געלאזט א שלאק'ס רעגן, פון וואס דער שוואכער אייזל האט אפגע'פגר'ט אויפן פלאץ, האבן זיי נישט געהאט מיט וואס צו גיין ווייטער, און צוליב די שווערע בלאטע'ס זענען זיי געבליבן אין א דערנעבנ'דיגע דארף, זייענדיג נישט אין קאלוב און נישט אין טאהש, דעמאלט'ס האבן זיי פארשטאנען פארוואס דער באר מנחם האט געהייסן מיט נעמען חלות מיט לעכט.
מוצאי שב"ק איז די וועג שוין געווען אויסגעקלארט און זיי האבן זיך מיט א שנעלקייט ארויסגעלאזט קיין טאהש, אנקומענדיג קיין טאהש, האט זיי שוין דער רבי הרה"ק רבי אלימלך זי"ע אפ געווארט ביים פענסטער זאגנדיג צו זיי, "איך האב שוין אזוי געווארט אויף אייך".
הרה"ח ר' ישראל ניימאן שליט"א האט דערציילט, ער האט נאך זוכה געווען צו זיין מיט'ן רבי'ן גלייך נאכ'ן קריג, געדענקט ער אין יענע טעג, איז ער מיט נאך א קבוצה בחורים אנגעקומען צום רבי'ן קיין עסטרייך, און צו זייער שטוינאנג, איז אנשטאט ווי יעדער אנדערער וואס האט זיך געפרייט צו באקומען צו זיך נאך אפאר בחורים, כדי זיך צו קענען בויען,
האט אבער דער טאהש'ער רבי זי"ע גלייך ביים אויף נעמען די בחורים זיי געזאגט "ענקער פלאץ איז נישט דא", איך וועל ענק ארויס שווערצן קיין אנטווערפן, כדי איר זאלט זיך קענען האלטן און שטייגן ברוחניות, און ביינאכט האט דער רבי צוגערופן הרה"ח ר' בנימין זאב זוסמאן וואס האט זיי אריבער געשווערצט באישון לילה קיין אנטווערפן.
אזוי אויך דערציילט ער, אין די יונגע יארן בין איך געווען דעם רבי'נס הויז בחור, און איך האב געהאט די חזקה אויסצוטוהן דעם רבי'נס בעקיטשע פרייטאג צו נאכט'ס נאכ'ן דאווענען, וואס זאל איך אייך זאגן, יעדן מאל האט מען געקענט אויסקוועטשן די בעקיטשע פון די שווייס, מיט אזא יגיעה עצומה פלעגט דער רבי דאווענען מדי שבוע בשבוע.
ביים רבי'ן איז פארווירקליכט געווארן די הייליגע ווערטער פונעם רבי'ן ר' זושא זי"ע, וואס זאגט אז ביי יתרו זעהט מען אז ער האט געגעבן אן עצה פאר משה רבינו ע"ה ער זאל אויף נעמען די שרי המאות שרי אלפים א.א.וו., די עצה איז געווען א ריכטיגע און מרע"ה האט דאס מקבל געווען, פונדעסטוועגן שטייט גלייך, וישלח משה את חותנו, וואס לכאו' דארף מען פארשטיין אויב האט ער געגעבן א גוטע עצה, וואס קומט זיך אים צו פארשיקט ווערן,
נאר וואס, מרע"ה האט נאך מתן תורה אויפגענומען א גאנצן טאג דעם כלל ישראל, וואס בדרך הטבע איז נישט געווען שייך, נאר ס'איז געווען מעשי נסים, נאר ווילאנג קיינער האט נישט אין אכט גענומען דעם נס, איז דאס אן געגאנגען, אבער די מינוט וואס יתרו האט געפרעגט קשיות ווי קענסטו דאס מאכן, האט זיך דער נס אפ געשטעלט און מרע"ה האט טאקע געברויכטי אן נעמען די עצה, דעריבער האט ער פארשיקט זיין שווער, ער זאל נישט פרעגן אויף די איבעריגע נסים.
עס איז כדי אראפ צו ברענגען וואס די רבי שרייבט אינעם ספר עבודת עבודה, בלשון קדשו, "הרבי ר' מרדכי'לע נהג להדליק בכל יום מאה ושישים נרות, ארבעים נרות בכל רוח מארבע רוחות בית מדרשו, וביומי דפגרי הדליק הרבה יותר מזה, ושום אדם לא היה רשאי להיות נוכח בשעה שהדליקם, פ"א הסתתר איש אחד שם לראות עבודת הדלקת הנרות, וראה כי הרבי רבי מרדכי'לע מדליק את כל המאה ושישים נרות בקיסם (שוועבעלע) קטן אחד שדלק כל הזמן בדרך נס, וברגע שגמר להדליק את הנרות נכבה הקיסם. עכלה"ק, און בשעת דער רבי פלעגט צינדן האט ער דערציילט די מעשה, און מ'האט געזעהן אז ביים רבי'ן שפילט זיך איבער דאס זעלביגע.

ווי באקאנט האט דער רבי אלעמאל פארדראסן די פאמפע און טראסק וואס מ'מאכט ארום אים, איינמאל ווען עס איז פאר געקומען א חתונה אין טאהש, ווי די בחורים האבן געוואלט לייגן לעמפעלעך מיט סיינ'ס, דער רבי וואס האט זיך דערוויסט דערפון, האט ער מוצאי שב"ק ביי די מעשיות נאך הבדלה געזאגט, היתכן מ'וויל מאכן א טראסק, דער רבי האט דעמאלט'ס געזאגט, אז א הכנה צו א חתונה איז נישט מיט קיין סיינ'ס און לעמפעלעך, נאר מיט לערנען, אויב וועט מען דארפן האבן לייט'ס וועט שוין אליהו הנביא קומען דאס לייגן, און אויב וועט אליהו הנביא נישט קומען דאס לייגן איז א סימן אז ס'איז נישט וויכטיג, נאר ענק בחורים זאלן זיצן און לערנען,
למעשה ווען ס'איז געקומען א נאכט פאר די חתונה, האבן די בחורים אפ געמאכט אז מ'קען נישט דערלאזן אזוי צו גיין צו די שמחה אן קיין לייט'ס און סיינ'ס, האבן זיי זיך צאמגענומען און ארויפגעלייגט לעמפעלעך ארום דעם בית מדרש, און די גאס דערנעבן, אינמיטן די נאכט זענען זיי ארויף אויפ'ן דאך פון בית מדרש און אויסגעלייגט א סיין, וואס זיי האבן אויסגעמאלן כדי צו קענען אויפהענגען אין בית מדרש,
אזוי ארבעטנ'דיג אויף די סיין, איז פאר איינע פון די בחורים וואס האט געארבעט דארט, געווארן פארשווינדלט דאס קאפ פון די פראדזשעקטאר וואס האט אויף זיי געשיינט, און אזוי שפאצירנדיג אויף דעם דאך, איז ער אנגעקומען צום עק פונעם דאך וואס האט נישט געהאט קיין גדר, און האט אראפ שפאצירט גאנצע צוויי שטאק רח"ל, פארשטייט זיך אז עס האט גלייך אנטשטאנען א גרויסע בהלה,
מ'האט גערופן חברה הצלה, אבער מ'האט נישט געוויסט וואס צו טוהן לגבי מזכיר זיין ביים רבי'ן, ווייל דער רבי האט דאך נישט געוואלט די גאנצע זאך, ווי נאר הצלה איז אנגעקומען זענען זיי צו געפארן ביז'ן בנין הבית מדרש דערביי צורייסנדיג די לעקטערלעך וואס זענען שוין געווען אויסגעהאנגען, דער רבי'ס זון הרה"צ רבי מרדכי זי"ע איז געקומען צו לויפן, און ווי נאר ער איז געוואר געווארן וואס דא קומט פאר, איז ער גלייך אריין צום טאטן זי"ע מזכיר זיין דעם בחור, און הצלה האט גענומען דעם בחור וואס האט דערווייל גערעדט פאר היץ, און אפגעפירט אין שפיטאל,
אביסל שפעטער האט דער רבי געשיקט רופן מו"ה ישראל חיים קרויס הי"ו, זייענדיג דער אנפירער פון די חברה חב"ח, און זיך נאכגעפרעגט אויף דעם בחור, צוזאגנדיג אז דער בחור וועט גארנישט פעהלן, און כך הוה אפאר טאג שפעטער האט מען באפרייט דעם בחור פון שפיטאל, וואס די דאקטוירים האבען געזאגט, אז עפעס א אויסטערלישע נס איז געשען אז דער בחור איז ארויס לעבעדיג און מיט גאנצע אברים פון דעם פאל.
יעדע סוף זמן פלעגט דער רבי יעדעס מאל אריין קומען אין גרויסן בית המדרש אויף צו פארהערן די בחורים, ווען דערנאך פלעגט דער רבי רעדן א מוסר שמועס פאר די בחורים, איינמאל האט זיך געמאכט א סוף זמן, וואס הרה"ק רבי מעכעל'ע פון נתני' זי"ע איז געווען אין טאהש, האט דער רבי געזאגט אז דאס מאל קומט ער נישט רעדן, נאר מ'זאל מכבד זיין רבי מעכעל'ע צו רעדן,
שוין שבת בעפאר האט אים דער רבי שטארק מכבד געווען, געבנדיג אן עליה, און אים צוגעשיקט צו מוסף ווי ר' מעכעל'ע האט אראפ געלייגט א עבודה, מיט מסי"נ און א כתר מיט קולי קולות, נאך שבת ווען אפאר האבן פראבירט איינ'טענה'ען מיט'ן רבי'ן, אז ס'איז פון די געציילטע זמנים וואס די בחורים האבן א זכיה צו הערן דעם רבי'ן רעדן,
אבער דער טאשער רבי זי"ע האט זיך נישט געלאזט, נאר געפרעגט, איר האט געהערט דעם נתני'ע רבי'נס כתר, און דערצו איז ער גאר א דערהויבענע איד, ער שפארט זיך קיינמאל נישט אן אויף דעם אנלאנער פונעם בענקל, וואס באמת דער רבי זי"ע פלעגט זיך אויך נישט אנשפארן אויפן אנלאנער פונעם בענקל, אבער דער רבי מיט זיין גרויס עניוות האט דאס נאר באמערקט ביי יענעם, און כך הוה, רבי מעכע'לע האט פארהערט די בחורים און גערעדט פאר זיי, און נאר נאכדעם איז דער רבי אריין געקומען, און האט פון פריש פארהערט די תלמידים, און דערנאך געזאגט זיין מוסר שמועס.

דער רבי האט זייער שטארק מקפיד געווען נישט צו רעדן ביים דאווענען, און אויך אז דער עולם זאל ח"ו נישט רעדן ביים דאווענען, דער רבי אליינ'ס פלעגט אכטונג געבן אויף דעם, ווען אינמיטן חזרת הש"ץ פלעגט דער רבי ארומשפאצירן אין בית מדרש, זיכער צו מאכן אז קיינער דערוואגט זיך נישט צו רעדן ביים דאווענען, ביים ליינען ווידער וואס דער רבי פלעגט ליינען, האט דער רבי געקענט צורופן צו זיך איינער וואס האט געשמועסט ביים ליינען, און אים מכבד זיין צו שטיין אויף דעם בלעמער ביי די גאנצע קריאת התורה נעבן דעם רבי'ן זי"ע,
ראש השנה שנת תש"מ, איז א גרויסער עולם געקומען צו פאר'ן צום רבי'ן קיין טאהש, און ביים דאווענען האט זיך געטוהן א געפלוידעריי, נאך מנחה ערב יו"ט, איז דער רבי ארויף אויפן בלעמער, און אויסגעקלאפט און געזאגט, איך האב קיינעם נישט גערופן, און איך דארף קיינעם נישט, אויב האלט איר ביים רעדן ווייטער, איך קען מיר אריין גיין אין מיין פריוואטע בית מדרש און דארט דאווענען, און איר קענט ווייטער טוהן וואס איר ווילט, און מיט די ווערטער איז דער רבי ארויס פון בית מדרש,
די גבאים זענען גלייך זיך געקומען בעטן דער רבי זאל יא בלייבן, אבער דער רבי האט נישט איינגעשטימט, ביז ס'איז געשטעלט געווארן דורך'ן רבי 10 מענטשן, וואס זיי זאלן ארום גיין זיכער מאכן אז קיינער רעדט נישט ביים דאווענען, און דער רבי האט זיי געזאגט, אז נאכ'ן דאווענען זאלן זיי אריין גיין דאווענען אין זיין קליינעם בית מדרש.
געווען א א חשובער איד א זון פון א חשובער רב, ער האט געהאט געבארגט א סכום געלט פון עפעס נישט ארענטליכע חברה, און דאס באצאלן האט זיך געשלעפט אביסל לענגער ווי דער זמן, און ווי באוויסט ביי די חברה איז באצאלן בזמן מער ווערד ווי א לעבן, האבן זיי אים געסטראשעט אז אזוי ווי ער מאכט חתונה בקרוב און אויב צאלט ער נישט אפ דעם גרויסן סכום כסף מיט גרינע קעש, דאן וועלן זיי אים מאכן א שווארצע חתונה רח״ל,
דעם איד האט געכאפט א פחד מוות, ווי גייט מען, ער איז שוין צו קיין רבין נישט געגאנגען אסאך יארן, דאך האט מען אים איבערצייגט צו פארן קיין קרית טאהש צום רבין, ער האט דעם טאהשער רבין קיינמאל נישט געזען בעפאר און גארנישט געהאט מיט אים, אבער וואס קען מען דערלייגן, קומט ער אריין צום רבין אין פארציילט זיין קלעם און צרה, אז די חברה פארלאנגן דעם ריזן סכום געלט אין קעש, און אין א וואך ארום איז די חתונה, זאגט אים די רבי קום צוריק מארגן שפעט ביינאכט אזויפיל אזייגער,
צומארגענס שפעט אויפדערנאכט קומט דער איד צוריק צום רבין, די רבי שטעלט זיך אויף שטיל פון זיין בענקל, גייט ארום צו אלע טירן קוקן אויב קיינער דרייט זיך נישט ארום, און מאכט זיכער אז דאס פלאץ איז פארזיכערט ארום פון סיי וועם, ער זעהט אז אלעס ארום איז שא שטיל דאס פלאץ איז מוכשר, זאגט אים דער רבי שטיל צייגענדיג צום בית הכבוד, דארט אינווייניג איז דא א שאפקעלע, קוק גוט, וועסטו זעהן דארט א שאכטל אונטער אלעם, און דאס איז דיינס, דער איד בליקט אריין אינווייניג, און פינקלדיגע גרינע פרישע באנקנאטן פילן אן דעם שאכטעלע, מיטן גאנצן ריזן סכום וואס ער האט געברויכט.
עס ווערט דערציילט א מעשה וואס איז געווען ביים הייליגען טאהש'ער רבי זי"ע, די רבי האט פרובירט צו העלפן א איד וואס איז ליידער געווען אין א שווערער מצב הבריות, און ער האט געבעטן איינער פון די משפחה צו העלפן, און די רבי האט אים יעדער ריר געזאגט וואס צו טון, ס'איז אבער נישט עכט געווען וואס צו טון, חוץ אביסל גרינגער מאכן פאר דעם איד, און דער ברודער האט געשפירט ביי זיך, אז לויט די כוחות און צייט און געלט וואס דאס קאסט אים, איז דאס נישט גענוג ווערד פאר די ביסל ריזאלטס און פאר דעם ביסל מאכן באקוועמער דעם ברידער,
האט ער געזאגט דעם רבי'ן, אז ער פילט אז פאר די ביסל תוצאות לוינט נישט די גאנצע געשעפט, האט די רבי זי"ע מיט זיין גרויסע אהבת ישראל אים געזאגט, "ס'לוינט כל הון דעלמא" צו מאכן פילן א איד "איין מינוט" ווייניגער אין צער", און ווער ס'ווייסט אביסל אז דאס איז נישט געווען סתם א שיינע געדאנק און אויסדרוק, נאר ממש אזוי איז דער צדיק אלעס גרייט געווען צו טון צו מאכן פילן בעסער א איד, אפילו גאר פשוטע אידן, אידן וואס מיטן רעדן מיט זיי צוויי מינוט שפורט מען א ס'רירט די נערוון, אבער מיט די ריכטיגע אהבת ישראל און אהבת השם האט ער געטון אומגלויבליכע זאכן וואס דאס איז געווען טייל פון זיין גרויסע עבודה.

אמאל איז א יונגערמאן געקומען צום צדיק הרה"ק בעל עבודת עבודה מטאהש זי"ע, און ער האט זיך זייער אויס גערעדט פארן רבין, אז ער האט ליידער נישט קיין שלום בית, און ער האט געבעטן א עצה פונעם רבין, האט אים דער צדיק געפרעגט ווי אזוי זיין דירה קוקט אויס, און די רבי האט אים זייער גע'עצה'ט אז ער זאל זיין דירה שיין איבער מאכן, און ער זאל מאכן זיכער אז די ווייב זאל זיין פארנומען אינעם ארבעט איבער צו מאכן די דירה, און מיט א דירה ווי עס וועט זיין הרחבת הדעת וועט זיין שלום בית,
האט דער יונגערמאן געזאגט פארן רבין, אז ער האט נישט דאס געלט וואס איז אויס געקומען צו א סכום פון 50 טויזענט דאלער, האט דער צדיק מיט זיין גרויס אהבת ישראל געהייסן דעם יונגערמאן, אז ער זאל מאכן זיכער אז דאס ווייב לייגט זיך אריין דעראון, און ער די רבי וועט אים שוין שיקן דאס געלט פאר די קאסטן, דער יונגערמאן האט זיך געזעגנט פונעם רבין און אהיים,
דאס ווייב האט זיך טאקע אריין געלייגט ראשו ורבו אין די ארבעט, און דערווייל ווארט דער איד אז דאס געלט פונעם רבין זאל אנקומען, אבער נאך אפאר וואכן ווארטן און ער זעהט אז דאס געלט קומט נישט אן, און אויך האבן די בעלי מלאכה נישט געוואלט ווייטער ארבעטן אן קיין געלט, איז דער יונגערמאן צוריק געפארן צום רבין, און זאגט פארן רבין, אז ער האט שוין אנגעהויבן די ארבעט ביי זיין דירה, אבער די בעלי מלאכה ווילן נישט ווייטער ארבעטן,
די רבי האט דאן געבעטן דעם יונגערמאן, אז ער זאל בלייבן אין טאהש פאר איבער נאכט, און מארגען וועט ער האבן דאס געלט פאר אים, דער יונגערמאן איז אריין צום רבין דעם קומענדיגע טאג, און די רבי גיבט אים איבער מיט א שמייכל א זעקל פון 50 טויזענט דאלער, און לייגט צו נאך א פעקל פון 20 טויזענט דאלער אלס איבער בעטונג פארן פארגעסן צו שיקן די געלט גלייך, און פארשטייט זיך אז דער יונגערמאן האט זיך באדאנקט, און האט געקענט צו ענדיגן זיין דירה בהרחבה, און די שלום ביית האט זיך ב"ה בארואיגט מיט דעם הרחבה פון זיין דירה,
בערך א יאר נאכן הסתלקות פונעם הייליגען טאהש'ער רבי זי"ע, שטעלט א איד אפ דעם יונגערמאן אויף די גאס און זאגט אים, איך ברויך דיך איבער בעטן, ווייל יארן צוריק בין איך איין טאג געווען ביים רבין אין טאהש, און די רבי האט מיך געפרעגט ווי איך וואוין, און ער האט מיר געגעבן א פעקל פון געלט, אז איך זאל דאס טראגן פאר דיר, אבער ליידער בין איך דאן געווען זייער געדריקט אין פרנסה, און איך האב ליידער נישט געקענט ביישטיין די נסיון, און איך האב דאס געלט גענומען פאר מיר.
אבער די פלא דערציילט דער איד ווייטער, אז אפאר וואכן נאכדעם וואס איך בין אהיים געקומען פון טאהש, האב איך יעדע פאר וואכן אנגעהויבן באקומען א פעקל געלט פונעם רבין, איך האב אנפאנג נישט פארשטאנען וואס עס גייט פאר, אבער נאכדעם האב איך שוין געכאפט, אז וויבאלד דאס פעקל איז נישט אן געקומען צו דיר, האט זיך די רבי פאר געשטעלט אז די מצב ביי מיר איז שווער, האט ער כסדר געשיקט געלט פאר מיר אויך,
דאס הייסט צדקה וחסד אויפן העכסטן פארנעם, נישט נאר איז דער צדיק נישט געווען בייז אויף דעם איד וואס האט נישט איבער געגעבן דאס געלט, נאר האט ווייטער געשיקט געלט פאר יענעם איד, וויסענדיג אז זיין מצב איז שווער, און ווען עס איז געקומען צו געבן נאכאמאל דאס געלט פאר דעם ערשטן יונגערמאן, האט די רבי צו געגעבן א גרויסע סכום צו איבער בעטן דעם יונגערמאן פארן נישט שיקן דאס געלט גלייך, וואס באמת האט ער דאס יא געשיקט גלייך, נאר כדי נישט ח"ו פארשעמן דעם אנדערן איד, דאס הייסט א צדיק מיט א לב טוב און א אמת'ע אהבת ישראל פאר יעדן איד.
א איד א גרויסע חסיד פונעם רבין האט דערציילט, אז איין טאג איז אנגעקומען א איד א בנש"ק וואס איז געווען אויף שבת קודש ביים רבין אין טאהש, און ער ווייזט פאר דעם איד, אז ער האט באקומען א פעקל פון 5 טויזענט דאלער פונעם רבין, און ער דערציילט די מעשה פארוואס.
ווי באקאנט האט רוב יארן די טאהש'ער רבי זי"ע מקפיד געווען צו ליינען קריאת התורה אליין, און מוצאי שבת ווען דער בנש"ק איז אריין צום רבין זיך געזעגענען, האט ער געזאגט פארן רבין, אז ביי קריאת התורה האט מען ממש נישט געקענט הערן דעם רבין ליינען, און ער מיינט אז דאס איז א פראבלעם להלכה אז מען קען נישט הערן קריאת התורה,
די רבי האט דעם בנש"ק גלייך איבער געבעטן און געהייסן ווארטן אפאר מינוט, און דאן האט די רבי ארויס געברענגט דעם פעקל מיט געלט, און אהין געגעבן דאס געלט צו איבער בעטן דעם איד, און כדי צו באצאלן פארן אים מוסר זאגן, און די רבי האט יענעם צו געזאגט, אז ער וועט שטעלן צוויי אידן וואס זאלן אים מעורר זיין ביי קריאת התורה אויב ער ליינט נישט גענוג הויעך, און זיי זאלן אויך מאכן זיכער אז אין ביהמ"ד איז שטיל ביי קריאת התורה, כדי מען זאל קענען הערן דאס ליינען קלאר.

א איד א גרויסע חסיד פונעם טאהש'ער רבי זי"ע, וואס דער רבי האט אים געשטעלט אין ביהמ"ד צו שטיל מאכן ביים דאווענען, איין וואך ווען ער האט שטיל געמאכט ביים דאווענען, האט אים איינער פון די מתפללים געגעבן א גוטען ריק וואס האט אים גאר שטארק וויי געטון, און דער איד איז געלעגן אין בעט נאכדעם מיט פיבער אפאר טאג,
דער איד איז נאכדעם אריין צום רבין און דערציילט די מעשה, אבער לפלא האט אים די רבי געהייסן געבן א סכום געלט פאר יענעם איד וואס האט דאס געטון, כדי אים איבער צו בעטן, ווען דער חסיד האט געפרעגט דעם רבין, אז היתכן ער ברויך געבן פאר יענעם געלט, ווען יענער האט אים דאך וויי געטון, האט די רבי געזאגט בזה"ל, "אויב האסטו געזאגט פאר א איד מוסר, און דאס האט פאר דעם איד גורם געווען צו ווערן אין כעס, ברויכסטו אים באצאלן", דאס איז געווען דעם דרך אין מידות וואס דער צדיק האט אויס געלערנט פאר זיינע תלמידים,
איין נאכט שפעט אינמיטן די נאכט, האט דער רבי געריפן אויפן טעלעפאן איינע פון זיינע חסידים און אויף געוועקט, און די רבי הייסט דעם חסיד זיך וואשן די הענט נעגל וואסער, און דאן זאגט אים די רבי, אז ער וויל ער זאל געבן א געוויסע גרויסע סכום געלט פאר יענעם און יענעם איד, זאגט ער פארן רבין, מען האט דאך ערשט לעצטע וואך צוזאמען געשטעלט פאר יענעם איד געלט, אבער די רבי בעט דעם איד אז ער זאל יענעם געבן נאך געלט,
און דאן בעט דער רבי יענעם איד, אז ער זאל יעצט ביינאכט אויס שטעלן א טשעק פאר יענעם איד, און זאל יעצט אינמיטן די נאכט דאס גיין אריין ווארפן אין פאט קעסטל צו שיקן פאר יענעם איד, און די רבי זאגט אז ער וויל ווארטן אויפן טעלעפאון ביז ער טוט דאס, בלית ברירה זעענדיג אז די רבי לאזט נישט נאך צו ווארטן ביז צופרי, איז דער איד ארויס פון בעט און ארויס געשיקט דעם טשעק פאר יענעם איד,
ווען ער קומט צוריק צום טעלעפאון און זאגט פארן רבין אז ער האט שוין ארויס געשיקט דעם טשעק, זאגט אים די רבי, איך וויל די זאלסט טון נאך איין זאך, גיי אריין אין דיין דיינונג רום ביי די וואנט, און זאג דריי מאל די ווערטער, "רבוש"ע איך האב נאך גארנישט געטון פאר דיר, רבוש"ע איך האב נאך גארנישט געטון פאר דיר", דאס איז געווען וואס דער צדיק וקדוש האט אויס געלערנט פאר זיינע תלמידים, אז א איד טאר קיינמאל נישט האלטן אז ער האט יוצא געווען, נאר מען דארף טון און טון.
דער הייליגער טאהש'ער רבי זי"ע האט אמאל אנגעריפן א חסיד זיינער, און ער זאגט אים אז ער זאל גיין געבן א שיינעם סכום געלט פאר א איד וואס גייט אי"ה חתונה מאכן, אז ער זאל האבן הוצאות החתונה, דער חסיד זאגט פאר זיין רבין, דער איד שפילט דאך עושר אין די גאס, איז פארוואס ברויך מען אים געבן פאר די חתונה,
האט דער הייליגער טאהש'ער רבי זי"ע דערציילט א מעשה פאר דעם איד, ביים צדיק הרה"ק רבי מרדכי מטשרנוביל זי"ע איז אמאל געקומען א איד און געבעטן אז די רבי זאל אים העלפן מיט געלט, דער צדיק האט יענעם אהין געגעבן 5 גאלדענע רובל, אבער ווען יענער איד איז ארויס געגאנגען, האבן די מקורבים פון רבי מרדכי מטשערנאביל געזען, ווי יענער איד גייט אריין אין א שענק הויז און קויפט זיך ברוינפן, זענען די אידן גלייך צו געלאפן, און ארויס געכאפט די איבעריגע רענדליך פון יענעם איד,
זיי זענען צוריק געקומען צום רבין ר' מרדכי מטשערנאביל זי"ע און דערציילט, רבי אונז האבן געראטעוועט דריי גאלדענע רובל פון דעם איד, ווייל ער האט גענומען די געלט פונעם רבין און ער האט געקויפט ברוינפן, האט דער הייליגער צדיק מטשערנאביל געזאגט פאר זיינע חסידים, "טייערע יונגעלייט, אויב איר וועט צוריק געבן פאר דעם איד דאס געלט אפילו ער איז נישט ווערט, וועט דער אייבערשטער אויך געבן פאר ענק, אפילו איר זענט נישט ראי'", און דער הייליגער טאהש'ער רבי זי"ע האט אויס געפירט פאר דעם איד, "אויב וועסטו געבן פאר דעם איד פאר די חתונה, אפילו ער איז באמת נישט ווערט, וועט דער אייבערשטער דיר אויך געבן אפילו די בוסט נישט ווערט", ווייל דאס איז געווען דעם מידות הצדקה פונעם הייליגען טאהש'ער רבי זי"ע.
אין שטאט טאהש האט געוואוינט א איד א גרויסע חסיד פון הרה"ק רבינו יואל מסאטמאר זי"ע, אויך איז ער געווען א חסיד פונעם הייליגען טאהש'ער רבי זי"ע, אבער אויף ראש השנה איז דער איד געפארן צום סאטמאר רבי זי"ע, בעפאר ער איז געפארן איז ער אריין זיך געזעגענען פונעם הייליגען טאהש'ער רבי זי"ע, און געזאגט אז ער פארט צום סאטמאר רבי אויף ראש השנה, די רבי האט דעם איד געמוטיגט אז ער זאל פארן און אים ארויס באגלייט,
ווען דער איד האט גענומען שלום פונעם סאטמאר רבי זי"ע, האט אים די רבי געפרעגט, פארוואס ער איז געקומען און נישט געבליבן אין טאהש אויף ראש השנה, האט אים דער איד געזאגט, אז די טאהש רבי שטיפט דאך זייער צו זיינע חסידים, אז מען זאל אויך פארן צו אנדערע רבי'ס, און ער איז באמת נישט מקפיד אז מען פארט אוועק, האט אויף דעם דער הייליגער סאטמאר רבי זי"ע געזאגט בזה"ל, "דאס מין זאך, אז א רבי זאל מוטיגען און אוועק שוקן פון זיך איז א גרויסע חידוש, און ער געדענקט נישט אזא מין רבי".

א קבוצה יונגעלייט וואס זענען געווען אויף א שבת קודש ביי הרה"ק בעל עבודת עבודה מטאהש זי"ע, זענען אריין זיך געזעגענען ביים רבין מוצאי שבת קודש, האט די רבי געהייסן פאר די יונגעלייט, אז זיי זאלן זיך וואשן צו מלוה מלכה און דערנאך זאלן זיי אהיים פארן, אבער וויבאלד די יונגעלייט האבן געברויכט ארבעטן זונטאג, האבן זיי זיך נישט געוואשן אויף מלוה מלכה, נאר זענען גלייך אהיים געפארן,
ווען זיי זענען אנגעקומען צום קאנעדישע בארדער, האט מען אפ געהאלטן איינע פון די יונגעלייט, און נאך אפאר שעה האבן זיי געזאגט, אז מען קען יענעם נישט דורך לאזן, און וויבאלד זיי האבן דעם יונגערמאן נישט געוואלט איבער לאזן, זענען אלע צוריק געפארן קיין טאהש, און ווען זיי זענען אריין געגאנגען צום רבין זיך מזכיר זיין, אז מען לאזט יענעם נישט דורך די גרעניץ, האט די רבי געפרעגט, איר האט זיך געוואשן צו מלוה מלכה, האבן זיי מודה געווען, אז זיי האבן זיך זיער געיאגט אהיים צו פארן, און דערפאר האבן זיי זיך נישט געוואשן צו מלוה מלכה,
האט די רבי געהייסן, אז זיי זאלן זיך אלע וואשן און עסן מלוה מלכה, און דערנאך זאל מען אהיים פארן, פארשטייט זיך זיי האבן אויס געפאלגט וואס די רבי האט געהייסן, און דערנאך זענען זיי ארויס געפארן אויפן וועג, און לפלא זענען אלע דורך דעם גרעניץ אן קיין שום מניעות, און זענען אנגעקומען אין צייט אהיים, אלעס מיטן ברכה פון דעם צדיק מטאהש זי"ע.
א איד א גרויסע חסיד פונעם רבין איז אמאל געווען אין טאהש ביים הייליגען עבודת עבודה זי"ע, און דער איד האט געהאט א אלטען טאטן וואס ער פלעגט יעדע וואך פרייטאג לכבוד שבת קודש באדינען, אבער יענעם וואך ווען ער איז אריין צום טאהש'ער רבי זי"ע און ער האט געגעבן א קוויטל און זיך מזכיר געווען, האט אים דער צדיק געגלעט דעם פנים און געזאגט בזה"ל, די ווייסט וואס טייטשט "שׁוֹמֵר מִצְוָה לֹא יֵדַע דָּבָר רָע", און דער צדיק האט דאס אפאר מאל איבער געזאגט, דער איד האט נישט פארשטאנען וואס די רבי מיינט אבער איז ארויס,
יענעם ערב שבת קודש האט די מאמע פון דעם איד געקאכט א גרויסע טאפ אויפן פלאם וואס האט געהאט אסאך צוקער, און ווי באוויסט איז צוקער הייס גאר גאר הייס, און דער טאטע האט געטראגן דעם טאפ אין די הענט, און בטעות זיך א גליטש געגעבן, און די גאנצע טאפ איז געפאלן אויף די הענט און ער האט זיך גאר שטארק אפ געבריעט,
די מאמע האט גלייך געריפן די הצלה, און זיי האבן געזאגט אז דאס זעהט אויס ווי א גאר שטארקע ברי און מען וועט מיזן אריין גיין אין שפיטאל, אבער לפלא זאגט די טאטע פאר די הצלה, אז ער שפירט בכלל נישט קיין יסורים, אבער מען האט דעם איד אריין געטראגן אין שפיטאל צו באהאנדלן דעם ברי,
דער דאקטאר ווען ער האט געזען דעם ברי, האט ער געגעבן א איינשפריץ פאר אים, כדי ער זאל נישט האבן קיין יסורים, האט אבער דער איד געזאגט, אז דאס איינשפריץ האט אים מער וויי געטון ווי דער ברי אליין, און דאן ווען דער זון האט געהערט די מעשה, האט ער שוין פארשטאנען וואס דער הייליגער טאהש'ער רבי זי"ע האט געזען מיט זיינע הייליגע אויגן, און מיט זיין ברכה האט ער דאס ממתיק געווען.
גאנץ אנפאנג ווען דער טאהש'ער רבי זי"ע איז אנגעקומען קיין קאנאדא, האט ער געוואוינט אין שטאט מאנטריאל, דארט האט דער צדיק אפ געראכטן זיין עבודה מיט א געוואלדיגע ברען, ווייל ביי דעם צדיק האט נישט געמאכט קיין חילוק אויב עס איז דא איין מענטש אדער הונדערט מענטשן, נאר אדרבה, יארן שפעטער ווען עס האבן זיך געקלאמערט טויזענטער מענטשן בצלו פון דעם צדיק, האט דאס אים באמת געשטערט, ווייל ער האט נישט פארשטאנען וואס די אידן זעהן אין אים אז מען קומט צו אים.
אויך דערציילט מען, אז וואוינענדיג אין מאנטריאל, האט דארט אינעם געגענט געוואוינט נאך א רב, און דער רב האט זיך זייער געמיטשעט מיט מנין, פלעגט דער הייליגער טאהש'ער רבי זי"ע כסדר זארגן, אז יענער רב זאל האבן מנין, און אויב האט זיך נישט געמאכט קיין מנין, פלעגט דער טאהש'ער רבי זי"ע אליין אריבער גיין דאווענען דארט מיט זיינע מענטשן, אלעס נאר כדי דער רב זאל האבן מנין,
ווען דער טאהש'ער רבי זי"ע האט שוין געפירט זיין חסידות אין שטאט טאהש, פלעגט ער נאך כסדר זיך נאך פרעגן אויב יענער רב האט מנין, איין הושענא רבה האט ער געהערט אז יענער רב האט נישט קיין מנין צו דאווענען, האט דער צדיק געבעטן א מנין אידן, אז זיי זאלן אריבער פארן קיין מאנטריאל דאווענען ביי יענעם רב, און דער צדיק האט זיך נישט געוואלט שטעלן דאווענען, ביז ער הערט אז יענער רב האט מנין און האט אנגעהויבן דאווענען.

ווערט דערציילט א מעשה נורא וואס האט פאסירט ביים הייליגען עבודת עבודה מטאהש זי"ע, וואוינענדיג אין מאנטריאל, האט ער דארט געהאט מענטשן אפילו אידן, וואס האבן נישט געקענט פארטראגן דעם צדיק'ס עבודה, האט זיך געמאכט איינמאל, ווען דער צדיק איז געגאנגען אין מקו', איז א איד אריין געקומען אין מקו', און בשעת דער צדיק האט זיך גע'טובל'ט, האט ער רח"ל אנגעהאלטן דעם רבין אונטערן וואסער און געוואלט רח"ל דער'הרג'ענען דעם רבין, אבער די לעצטע מינוט איז א איד אריין געקומען אין מקו' און אנגעהויבן שרייען אויף דעם איד, און ער האט גלייך אפ געלאזט דעם רבין,
אבער לפלא אנשטאט טראגן א שנאה אויף דעם איד פארן וועלן טון אזא אומדערהערטע זאך, האט דער צדיק געשיקט א סכום הגון פאר דעם איד יעדע וואך, און פאר יארן לאנג אויס געהאלטן יענעם איד, און אפאר יאר שפעטער ווען דער איד האט זיך פארטשעפעט מיט די רעגירונג, און ער האט געברויכט אנטלויפן קיין אוסטראליע, האט דער צדיק ווייטער געשיקט ביז קיין אוסטראליע געלט פאר דעם איד,
ווען די מקורבים האבן געפרעגט פונעם רבין, דאס אז די רבי טראגט נישט קיין שנאה אויף דעם איד, פארשטייט מען נאך, אבער גיין אזוי אין פייער צו שיקן אזאנע גרויסע סכומים פאר דעם איד, דאס קען מען שוין נישט פארשטיין, האט דער צדיק מיט זיין גרויס תמימות און אהבת ישראל געזאגט, איך בין דאך אים שולדיג מיין לעבן, ער האט דאך מיך אויס געלאזט ממש אין די לעצטע מינוט, ווייל דאס איז געווען זיין געוואלדיגע מידות הטובה און ער האט זיין גאנץ לעבן געארבעט צו צוברעכן יעדע מידה, און נאר געדינט דעם באשעפער מיטן אמת.
צו מסביר זיין דאס מסירת נפש און דאס געוואלדיגע אהבת ישראל וואס דער צדיק האט פארמאגט, דאס קענען דערציילן זיינע תלמידים פון ישיבות טאהש, מען האט ביי דעם צדיק נישט געקענט פויעלען ארויס צו ווארפן א בחור פון זיין ישיבה, ער האט מיט א פחד כסדר געזאגט, דאס איז דאך א אידישע נשמה ווי קען מען אזא זאך טון,
איינמאל איז געווען א בחור וואס האט איבער געדרייט די ישיבה, און די מנהלים האבן געוואלט משלח זיין דעם בחור פון ישיבה, אבער מען האט דאך גארנישט געטון אן זיך דורך רעדן מיטן רבין, איז מען אריין צום רבין און דערציילט די צרות וואס דער בחור טוט אלס אפ, און דער מנהל האט געזאגט אז ער וויל דעם בחור אוועק שיקן, האט דער צדיק געענטפערט מיט א שמייכל, אויב וואלט דער בחור געהייסן "לאווי", וואלט מען זיך דאך א עצה געגעבן מיט אים, און אז מען קען זיך א עצה געבן מיט מיין אייניקעל, קען מען זיך אויך מיט דעם בחור אן עצה געבן,
איינמאל איז מען אריין געקומען צום טאהש'ער רבי זי"ע און מען האט זיך באקלאגט אויף א בחור, און דער מנהל האט דערציילט, אז דער בחור לערנט נישט קיין אידיש ווארט, און אויך האט ער נישט קיין חברותא אין ישיבה, און דערפאר האט דער מנהל אים געוואלט משלח זיין פון ישיבה,
האט דער צדיק געזאגט בזה"ל "איך האב דאך די גאנצע ישיבה געמאכט נאר פאר אים", און לגבי דעם וואס ער האט נישט קיין חברותא, איך בין מסכים צו זיין זיין חברותא, כך הוה דער רבי האט מיט יענעם בחור אנגעהויבן לערנען בחברותא, און יענער בחור איז צום סוף אויס געוואקסן א ערליכער בחור, וואס האט אויף געשטעלט א בית נאמן בישראל, אלעס מיט דעם מסירת נפש פון דעם הייליגען רבין זי"ע.

אמאל זענען געזעצן מענטשן אינדרויסן פונעם שטוב פונעם טאהש'ער רבי זי"ע און געווארט אריין צו גיין זיך מזכיר זיין, איז דארט געזעצן א גרויסע נצרך און געווארט אריין צו גיין דער נעקסטע אין די רייע, פלוצלונג קומט דער גבאי און ריפט אריין א אנדערן איד א גרויסע עושר, ווייל דער רבי האט באמערקט דעם נצרך, און ער האט געוויסט פארוואס ער איז דא, האט ער געוואלט אז דער עושר זאל קודם אריין קומען, און אזוי וועט ער קענען גלייך געבן א שיינעם נתינה פארן נצרך,
אבער ווען דער נצרך איז אריין געקומען צום רבין אין שטוב, האט ער אנגעהויבן שרייען פארן רבין, איך האב געמיינט אז ביי אייך אין שטוב איז שוין יא דא דעם אמת, אבער איך זעה אז דא איז אויך א עולם השקר, ווייל מען האט דעם עושר צוליב זיין עשירות אריין גענומען בעפאר מיך, אבער דער רבי האט פאר דעם איד נישט דערציילט דעם אמת וואס דא איז פארגעקומען, נאר האט גלייך מיט א שמייכל אהין געגעבן פארן נצרך דעם טשעק וואס ער האט נאר וואס באקומען פונעם עושר, און געזעגענט דעם נצרך,
אויפן וועג אהיים איז דער עושר געפארן צוזאמען מיטן נצרך אין איין קאר, און ער זעהט דעם ענוועלאפ וואס ער האט געגעבן פארן רבין, מיטן גרויסן סכום פון 10 טויזענט דאלער, אין די האנט פונעם נצרך, און עס איז בכלל נישט געווען אויף געמאכט, איז ער צוריק אריין צום רבין און ער פרעגט דעם רבין,
איך וויל מיך נישט מישן אינעם רבין'ס צדקה, אבער פארוואס האט די רבי אפילו נישט אויף געמאכט דעם קאנווערט צו זעהן דעם סכום, האט דער צדיק מיט זיין תמימות געזאגט, פון גרויס ברען פון אהבת ישראל, האב איך גלייך אהין געגעבן פארן נצרך, און פארוואס ברויך איך דען וויסן וויפיל געלט איך האב באקומען, די עיקר איז אז דער נצרך ווייסט וויפיל ער האט באקומען.
ווערט דערציילט א מעשה נפלא, א איד וואס האט געוואוינט אין מאנטריאל איז איין טאג געקומען זיך געזעגענען פונעם הייליגען טאהש'ער רבי זי"ע אז ער צוט זיך אוועק אין א אנדערע ווייטע שטאט, און יענע שטאט האט די רבי געוויסט אז עס איז נישט דא קיין סאך אידן וואס וואוינען דארט, און ממילא איז דאס אידישקייט נישט אזוי שטארק אין יענעם שטאט, האט ער געפרעגט דעם איד וואס די סיבה איז פארוואס ער ציעט זיך אוועק,
האט דער איד מגלה געווען פארן רבין, אז ער האט געהאט דאס געלט אוועק געלייגט צו קויפן א דירה אין מאנטריאל, אבער נישט לאנג צוריק איז ער געפארן קיין אנטווערפן, און בשעת ער איז דארט געווען האט מען אים בא'גנב'ט דאס גאנצע געלט וואס האט באטראפן א גאר גרויסע סכום געלט, און דער איד האט געזאגט פארן רבין דאס סכום וואס מען האט אים צו גענומען, און דערפאר ווייל ער האט געטראפן א גוטע ארבעט אין יענעם שטאט, וויל ער זיך דארט אהין ציען,
די רבי האט זייער אפ גערעדט דעם איד פון זיך ציען צו יענעם שטאט, וויבאלד יענע שטאט האט דאך נישט אלע געברויכן וואס א איד דארף טעגליך, און אויך איז זייער שווער דארט מחנך צו זיין די קינדער, און בכלל ברויך א איד זיין אין א ערליכע סביבה צווישן אידן יראים ושלמים, אבער דער איד האט געזאגט פארן רבין, אז ער האט באמת נישט קיין ברירה, וויבאלד ער האט דאך נישט דאס געלט צו קויפן זיין דירה דא אין מאנטריאל,
אבער לפלא דעם קומענדיגע טאג ווען דער איד איז אריין געקומען דאווענען אין ביהמ"ד, איז צו אים צו געקומען א פרעמדע איד, און פרעגט אים, זאג נאר די בוסט פאר א שטיק צייט געווען אין אנטווערפן, און בשעת מעשה איז ביי דיר גע'גנב'ט געווארן א בינטל מיט געלט, זאגט דער איד, יא, זאגט אים דער איד שטילערהייט, איך האב ליידער דאן געהאט א שוואכע מינוט, און איך בין געווען יענער גנב, אבער יעצט האב איך חרטה געהאט, און איך וויל דיר דאס צוריק געבן, און אפילו צו לייגען אפאר טויזענט דאלער אויף די עגמת נפש, און דער איד האט זיך אפ געטראגן פון דארט,
דער איד איז געבליבן שטיין און נישט געגלייבט וואס ער הערט דא, ער האט ארויס גענומען דאס געלט פונעם זעקל, און עס איז געווען ממש פונקט דעם סכום וואס מען האט פון אים גע'גנב'ט, און אויך אפאר טויזענט דאלער איבעריג, דער איד האט אין דעם געזען גרויס סייעתא דשמייא, און ער איז געבליבן וואוינען אין מאנטריאל און זיך דארט געקויפט א דירה, און דער איד האט טאקע אויף געשטעלט א הערליכע שיינע דור,
יארן שפעטער האט דער איד אמאל געטראפן יענעם איד וואס האט זיך פאר אים פאר געשטעלט אלס דער גנב, און דער איד האט זיך פאר אים באדאנקט, אז וועגן דעם וואס ער האט אים צוריק געגעבן דאס געלט וואס ער האט פון אים גע'גנב'ט, איז ער געבליבן וואוינען אין מאנטריאל, און אזוי האט ער אויף געשטעלט א ערליכע אידישע שטוב,
זאגט דער איד פאר דעם איד, נישט מיר ברויכסטו דאנקען אויף דעם, ווייל איך בין קיינמאל נישט געווען אין אנטווערפן אז איך זאל אפילו קענען גנב'ן דאס געלט, נאר די ברויכסט דאנקען דיין רבין פון טאהש זי"ע, ווייל איך בין א טאג בעפאר אריין צום רבין זיך מזכיר זיין ביי אים, האט מיר די רבי געגעבן דעם גאנצן סכום וואס מען האט פון דיר צו גענומען, און די רבי האט מיך געבעטן אז איך זאל מיך פאר דיר פארשטעלן אלס דער גנב, און אזוי האסטו באקומען דאס גאנצע געלט, און דאס האט די רבי געטון נאר כדי, די זאלסט בלייבן וואוינען אין מאנטריאל און אויף שטעלן א ערליכע שטוב.

עס ווערט דערציילט, אז ווען דער צדיק מטאהש זי"ע האט נאך געוואוינט נאך די מלחמה אין שטאט נירדהאז, האבן אידן דאן געזען גרויסע מופתים און ישועות ביי דעם צדיק, אסאך אידן האבן זיך דאן מדבק געווען אין דעם צדיק, און געקומען מיט האלטן זיין עבודת הקדוש וואס איז שוין דאן יונגערהייט געווען מפורסם איבעראל, זיין דאווענען איז געווען באוויסט אז עס איז צו געגאנגען מיט א געוואלדיגע אש קודש און א געוואלדיגע דבקות הבורא.
איין טאג האט פאסירט, אז אין שטוב פון הרה"ח רבי ישראל יודא קארפינקעל ז"ל האט א צוויי יעריגע טאכטער באקומען א געפערליכע פארקילונג, ווייל יענע צייט איז געווען אין שטאט נירעדהאז גאר קאלט ווינטער, און פון די פארקילונג האט דאס מיידל באקומען א מחלה "מאנאדזיירעס" וואס אפעקטירט דעם מח ח"ו,
אין יענע צייטן האט די מחלה געמיינט אז מען איז ח"ו פארטיג רח"ל, ווייל די דאקטורים האבן גלייך אין אזא מצב אויף געגעבן רח"ל, אבער דער חסיד רבי ישראל יודא ז"ל איז גלייך אריבער געלאפן צום צדיק מטאהש זי"ע, און האט מזכיר געווען דעם קינד ביים רבין, דער צדיק איז אריבער געקומען צום שטוב, און ער האט זיך געזעצט זאגן תהילים נעבן דעם בעט פונעם חולה, און די תהילים זאגן האט זיך פארצויגען פאר דריי שעה כמנהגו, אפאר טאג שפעטער איז דאס מיידל געזונט געווארן כאחד אדם.
עס איז געווען א איד א גרויסע חסיד פונעם טאהש'ער רבי זי"ע, וואס האט ליידער גאר אסאך געליטן אויפן הארץ, איין פרייטאג האט דער איד געברויכט דורך גיין א בייפעס אויפן הארץ, דער דאקטאר האט געזאגט אז דאס ברויך געטון ווערן ווי פריער, אבער אנשטאט גיין צום שפיטאל, איז דער איד געפארן קיין טאהש צום רבין אויף שבת קודש,
פרייטאג צונאכטס נאכן דאווענען, האט מען דעם איד אריין געלאזט אין חדר פרטי פונעם רבין, און דאן האט דער רבי מיט זיין לעכטיגע צורה אנגעהויבן זאגן די הייליגע ווערטער וואס ער פלעגט כמנהגו זאגן שבת, "רבוש"ע גוט שבת", נאכדעם האט דער איד פאר געלייגט פארן רבין זיין מצב מיט זיין הארץ, און דער איד האט זיך מזכיר געווען ביים רבין פאר א רפואה שלימה,
דער צדיק האט דאן ארויף געלייגט זיינע הייליגע הענט אויף דעם איד'ס הארץ, און דער צדיק נעמט זיך קלאפן און זאגט איבער אפאר מאל די ווערטער, "איך וועל דיר אריין באשאפן א נייע הארץ, איך וועל דיר אריין באשאפן א נייע הארץ", דער איד דערציילט, אז לפלא זייט דעמאלט עד היום הזה איז ער נאך קיינמאל נישט געווען ביי קיין הארץ דאקטאר, און דער איד איז געזונט און שטארק, אלעס מיט דעם ברכה און הבטחה פונעם הייליגען צדיק די רבי זי"ע.
א ראש ישיבה האט אמאל געוואלט אריין גיין צום רבי'ן, און די גבאים האבן אים מרמז געווען, אז ער זאל נישט רעדן מיט'ן רבי'ן וועגן געלט, ווייל דער מצב איז געווען זייער ענגביים רבין אין שטוב, ווען ער איז אריין צום רבי'ן, האט אים אבער דער רבי געפרעגט איבער זיין מצב אין געלט, האט דער ראש ישיבה געענטפערט, אז ער איז ענג אין געלט, האט דער רבי אנגעהויבן צו רעדן מיט אים אין לערנען, און אינמיטן זאגט אים דער רבי, איך גיי יעצט דאווענען מנחה, קוקט דערווייל נאך וואס תוספות אין יבמות דארט-און-דארט זאגט, האט דער ראש ישיבה נאכגעקוקט דארט אין מסכת יבמות, און געטראפן דארט בערך צען טויזנט דאלער וואס דער צדיק האט דארט אריין געלייגט מיט גרויס חכמה.
דער רבי האט אמאל געזאגט פאר זיין משמש, אז ער זאל אריין גיין אין קיך, און דארט אפקאכן עטליכע אייער פאר פינקטלעך דריי מינוט אויפן זייגער, דער משמש איז וואו פארשטענדליך גלייך געגאנגען אין קיך און געטאן פינקטלעך וואס דער רבי האט אים געזאגט, ער האט זיך פארגעשטעלט אז זיכער איז דא און דעם העכערע זאכן, קאכן אן איי פאר דריי מינוט, דאס קלינגט גאנץ אינטערעסאנט,
ער איז געשטאנען ביים טאפ און מיט די פינקליכסטער זייגער גערעכענט דריי מינוט, נאך דריי מינט קימט ער צום רבי'ן מיט די אייער, און דער רבי באדאנקט זיך פאר אים, שפעטער האט דער משמש באמערקט אז די לעדלעך וואו מ'האט געהאלטן די געלט איז אינגאנצן אויסגעליידיגט, דאן האט ער געכאפט דעם רבי'נס עצה, ער האט אים פארשיקט אויף א וועג אז סזאל זיך אים דאכטן אז ער איז אויף א העכערע מיסיע, און אזוי וועט ער אים נישט פארדעכטיגן אז ער וויל אוועק געבן די געלט פאר צדקה.
זכותו יגן עלינו

א געוואלדיגע שטיקל עבודת עבודה האב איך געזעהן וואס כשפיר פאר וויכטיג מיטצוטיילן.
אני הקטן האב אלץ געהאט שוועריקייטן מיטן לערנען דעם ספר הקדוש נועם אלימלך קלערנדיג וואו קום איך צו צדיקים, ער רעדט דאך אלץ פון מדריגות אין צדיקים און זייערע עבודות. זאגט אבער דער רבי אז דער נועם אלימלך רעדט צו יעדן איד, ועמך כולם צדיקים, ער רעדט צו די צדיק וואס איז אין יעדן פון אונז. דער נועם אלימלך איז א ספר שוה לכל נפש, יעדער לויט זיין מדריגה. ער רעדט צו אונזער צדיק וויאזוי זיך צו באגיין.
זכות רבינו יגן עלינו ועל כל ישראל

קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)