ז"ך מנחם אב - שבת הילולא קדישא תשפ"ד - טאהש

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 288
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 566

ז"ך מנחם אב - שבת הילולא קדישא תשפ"ד - טאהש

פאוסט דורך לך לך »

העפטיגע הכנות צום שבת הילולא קדישא הבעל"ט
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (422.08 KiB) געזען געווארן 358 מאל
unnamed.jpg
unnamed.jpg (273.91 KiB) געזען געווארן 358 מאל
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (354.19 KiB) געזען געווארן 358 מאל
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 288
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 566

Re: ז"ך מנחם אב - שבת הילולא קדישא תשפ"ד - טאהש

פאוסט דורך לך לך »

בים החיים
unnamed (7).jpg
unnamed (7).jpg (462.61 KiB) געזען געווארן 356 מאל
unnamed (6).jpg
unnamed (6).jpg (262.49 KiB) געזען געווארן 356 מאל
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 288
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 566

Re: ז"ך מנחם אב - שבת הילולא קדישא תשפ"ד - טאהש

פאוסט דורך לך לך »

מען פאקט אויס די נייע בעטן/מאטראצן/לינען לקראת די הונדערטער אורחים החשובים בהיכל התלמוד תורה / ישיבה קטנה / וישיבה גדולה
unnamed.jpg
unnamed.jpg (189.35 KiB) געזען געווארן 354 מאל
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (245.68 KiB) געזען געווארן 354 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (351.36 KiB) געזען געווארן 354 מאל
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 288
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 566

Re: ז"ך מנחם אב - שבת הילולא קדישא תשפ"ד - טאהש

פאוסט דורך לך לך »

► Show Spoiler
unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (245.78 KiB) געזען געווארן 353 מאל
unnamed (4).jpg
unnamed (4).jpg (295.14 KiB) געזען געווארן 353 מאל
unnamed (5).jpg
unnamed (5).jpg (208.01 KiB) געזען געווארן 353 מאל
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 288
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 566

Re: ז"ך מנחם אב - שבת הילולא קדישא תשפ"ד - טאהש

פאוסט דורך לך לך »

unnamed.jpg
unnamed.jpg (464.22 KiB) געזען געווארן 351 מאל
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (352.86 KiB) געזען געווארן 351 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (237.83 KiB) געזען געווארן 351 מאל
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 288
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 566

Re: ז"ך מנחם אב - שבת הילולא קדישא תשפ"ד - טאהש

פאוסט דורך לך לך »

שבת הילולא קדישא בצל הקודש (ח"א)

די הרגשים פון אנשי שלומינו נאכן מיטהאלטן אזא דערהויבענעם שבת הילולא קדישא בצל הקודש, ווען עס זענען זיך צוזאמגעקומען א ריזן ציבור מכל קצוי תבל, רבנים ודיינים, זקנים ונערים, תלמידים וחסידים פונעם בעל ההילולא, צו פראווען דעם דערהויבענע שבת בצל בנו וממשיך דרכו בקודש אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו שליט"א, איז נישט מעגליך אראפצוגעבן מיט קיין ווערטער. די דערהויבנקייט און די התעוררות, די תפילות און די לעכטיגע טישן, די אמירת תהלים און די דברות קודש, די נאנטקייט צום אייבערשטן און די התדבקות צום צדיק, אז עס שרייט זיך ארויס פון יעדעמ'ס הארץ שבתי בבית השם כל ימי חיי, לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו.

אנגעהויבן פון דאנערשטאג נאכמיטאג האבן שוין די גאסן פון קריתינו הק' אנגעהויבן צו ווירבלען מיט הונדערטער אורחים החשובים וועלכע זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט, אזוי אויך האבן זיך שוין אנגעזעהן די העפטיגע הכנות צו די דערהויבענע טעג, די וועד האש"ל איז געווען פארנומען צוצוגרייטן נאך בעטן, בפרט די הונדערטער גענצליך נייע בעטן וועלכע מען האט איינגעקויפט, להנאת האורחים החשובים, מיטן איבערציען די בעטן און אויסשפרייטן אין די שטובער, און צוליב דעם ריבו העם האט מען שוין געדארפט אויסלייגן בעטן בהיכל ביהמ"ד פון בנין ישיבה קטנה, בהיכל ביהמ"ד פון בנין ישיבה גדולה, און בהיכל ביהמ"ד פון תלמוד תורה בית יודא, אזוי אויך אינעם בנין בית צירל.

באזונדערע כוחות האט די הנהלת הקרי' אריינגעלייגט, צו קענען עפענען די בית הלוי גאסן ספעציעל פאר די יעצטיגע טעג צו פארגרינגערן די פארקער, טראץ די שווערע ארבעט וואס מען האלט יעצט אינמיטן, איבערצובויען די ראוד'ס, און אריינציען די נייע סוע"ר און וואסער סיסטעם אונטער די ערד, און מאכן סיידוואלק'ס און גאס לעקטער'ס וכו'.

עסקני קהלתינו הק' האבן אויפגעשטעלט די טענט'ס, צוגעגרייט דעם אוהל הקדוש עס זאל זיין א מקום רחבת ידים, און באזונדער האט דער מעכטיגער בית התבשיל אפאראט אריינגעלייגט כוחות עצומות צוצוגרייטן די פילע מאכלים פאר די טויזענטער אורחים החשובים, ווי די געסט האבן זיך טאקע מחי' געווען, מכל טוב וטוב, בבוקר ובערב.

*

עש"ק אינדערפרי האט רבינו שליט"א געדאווענט תפילת שחרית בהיכל הכוללים בשעה 6:00, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה, און אורחים חשובים, פארן עמוד האט געדאווענט הב' יצחק אייזיק וועבערמאן ני"ו מתלמידי ישיבה גדולה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפשערן פונעם אייניקל, בן הגה"צ רבי יואל יחיאל קאהן שליט"א חדב"ן ומו"ץ בקריתינו הק', דער רבי האט געשוירן די האר, אנגעטון קאפל און ציצית, און געלערנט די א' ב' מיטן קינד, געטרינקן און געוואונטשן לחיים און געבענטשט דעם קינד, און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רבי יואל יחיאל שליט"א און פאר די בני המשפחה.

דערנאך איז פארגעקומען די אפשערן פון בן הרב נחמן ב"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א, דער רבי האט אפגעשוירן די האר, אנגעטון קאפל און ציצית און געבענטשט דיעם קינד, און ווארעם אנגעוואונטשן די עלטערן ובני משפחה.

ארום 7:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום ציון הקדוש פון כ"ק מרן רבינו הקדוש זיעועכ"י לאמירת כל ספר תהלים ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט צום ערשט זיך אנגעלאנט אויפן ציון הקדוש פאר עטליכע מינוטן, דערנאך משמיע געווען דברות קודש בקול בכי, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע דביקות און העכערע עבודה וואס רבינו הקדוש זי"ע דער בעל ההילולא האט געהאט מיטן תהלים'ל, מיט אזא מסירת נפש, אזויפיל כוח אריינגעלייגט אין דעם תהלים'ל, וועט ער אודאי יעצט ווייטער משפיע זיין פאר אונז אלעס גוטס אין זכות פון די תהלים וואס מיר גייען יעצט זאגן.

באזונדער האט דער רבי געזאגט אז מ'קען זיך אויך מקשר זיין פון דא צום הייליגן סאטמאר רבי'ן זי"ע וואס זיין יומא דהילולא געפאלט היינט, און רביה"ק זי"ע פלעגט זיין מקושר און פארן להסתופף בצל קדשו.

דערנאך האט מען אנגעהויבן מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש אמירת כל ספר תהלים, נאך יהי רצון ואמירת י"ג מדות של רחמים האט דער רבי געזאגט קדיש און געלערנט משניות, דערנאך האט מען געזינגן די הייליגע אויסגעווייקטע 'אהבה רבה' ניגון מיט גרויס התעוררות רחמי שמים, ווען דער גאנצער ציבור בעט זיך אויס אלעס גוטס, בהאי מקום קדוש וזמן נשגב. דערנאך האט דער רבי גענומען קוויטלעך און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.

*

נאכמיטאג איז דער רבי ארויס צום ציון הקדוש און מעתיר געווען למען הכלל והפרט.

דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגענומען א גרויסן ציבור אורחים חשובים לברך ולהתברך, בחדר הפרטי בבנין ביהמ"ד הגדול.

המשך פונעם באריכט וועט בעז"ה נאכפאלגן.
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 288
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 566

Re: ז"ך מנחם אב - שבת הילולא קדישא תשפ"ד - טאהש

פאוסט דורך לך לך »

שבת הילולא קדישא בצל הקודש (ח"ב)

פאלגענד איז די צווייטע חלק פונעם באריכט, פון די דערהויבענע שבת הילולא קדישא בצל הקודש, ווען עס זענען זיך צוזאמגעקומען א ריזן ציבור מכל קצוי תבל, רבנים ודיינים, זקנים ונערים, תלמידים וחסידים פונעם בעל ההילולא, צו פראווען דעם דערהויבענע שבת בצל בנו וממשיך דרכו בקודש אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו שליט"א.

פארן זמן הדלקת הנרות, איז דער היכל ביהמ"ד הגדול פיל געווארן מיט בחורי אנ"ש, תלמידי ישיבתינו הקדושות וחברי החבורות עבודת עבודה די בכל אתר ואתר, וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען צום מעמד הכנה לשבת. הרה"ג ר' יששכר דוב מאירוביץ שליט"א האט אויפגעטרעטן, און גאר שיין ארויסגעברענגט וואס דאס האט געמיינט א שבת קודש ביי רבינו הקדוש זי"ע, די 'עבודת עבודה' וואס מען האט צוגעזעהן דא אין דעם היכל הביהמ"ד, וואו דער רבי האט געדינט דעם אייבערשטן למעלה מיובל שנים. די בחורים האבן געשלינגן מיט דארשט יעדעס ווארט.

נאכן זינגן א ווארימע ניגון, האבן די בחורים געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש דברי אלקים חיים פון אבינו רועינו רבינו שליט"א. דער רבי האט מיט קאכעדיגע דיבורים אויפגעפלאמט די הערצער, און אריינגעברענגט די קדושת השבת אין די ביינער, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע זכי' וואס מיר גייען האבן, אז רבינו הקדוש זי"ע קומט אראפ און וועט זיין מיט אונז במשך די גאנצע שבת, און ווי שטארק מיר דארפן אויסנוצן די צייט, און דאווענען מיט א ברען, און אויסזאגן גאנץ ספר תהלים שבת אינדערפרי, און אזוי ווייטער דעם גאנצען סדר השבת קודש בלב ובנפש.

דערנאך האט דער רבי געצינדן די נר תמיד לע"נ רבינו הקדוש זי"ע, און די נרות שבת, און דערנאך געזאגט שיר השירים צוזאמען מיט אלע בחורים.

*

פארן דאווענען האט דער רבי אנגעטון די שטריימל פאר החתן בן הרה"ג ר' יוסף מענדל האס שליט"א ר"מ בישיבה קטנה, דערנאך האט דער רבי געבענטשט דעם חתן, און ווארעם אנגעוואונטשן די עלטערן ובני המשפחה.

דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה. תיכף דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן בימה, און אויפגעטרעטן בדברות קודש בלהבת אש, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע זמן ועת רצון, מיר טרעטן אריין אינעם שבת הילולא קדישא, אמת ביי יעדע יום טוב "קומט רבינו הקדוש זי"ע אראפ" צו זיין דא מיט אונז, אבער יעצט ביומא דהילולא דילי' "שיקט מען אים אראפ" פון הימל, ער מוז אראפקומען, און ער קוקט זיך אום אויף אונז, דארפן מיר זיך מחזק זיין אין אלע ענינים וואס ער פלעגט שטענדיג צו פאדערן פון אונז, כדי ער זאל זעהן אז מיר גייען אין זיינע וועגן, און ער זאל קענען ממליץ טוב זיין פאר אונז ביים בית דין של מעלה.

בפרט דעם ענין צו זיין נזהר אין קדושת בית המדרש, מכבד זיין די שכינה הקדושה, רבינו הקדוש פלעגט דאך כסדר צו רעדן פון די צער השכינה הק', די שכינה איז אין גלות, די איינציגסטע פלאץ וואס זי האט דא אין גלות איז אין די בתי כנסיות און בתי מדרשות, און ח"ו ווען מען רעדט ביים דאווענען פארטרייבט מען איר ארויס פון ביהמ"ד, דארף מען זיך אין דעם מחזק זיין און ח"ו נישט אויסרעדן פון אנהייב דאווענען ביזן סוף.

מ'זאל זיך אנשטרענגן צו קומען צו תהלים שבת אינדערפרי, מען האט פארדעם געמאכט אז מען וועט דאווענען שפעטער שבת צופרי, כדי יעדער איינער זאל קענען קומען צו תהלים, און אויסזאגן גאנץ ספר תהלים ביומא דהילולא, מיר שטייען פאר די נייע יאר, דארף מען דאך גרויס רחמים, רבינו הקדוש זי"ע פלעגט נאכצוזאגן די טייטש פון צדיקים, מי ימלל גבורות השם, ווען מען וויל פארשניידן די דינים, ישמיע כל תהלתו זאל מען אויסזאגן גאנץ ספר תהלים, אויספירענדיג בברכות לרוב, יעדער איינער זאל זוכה צו א כתיבה וחתימה טובה און אלע השפעות טובות, מ'זאל פועל'ן אלעס גוטס בזכותו הגדול, עדי נזכה לביאת גוא"צ בב"א.

דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו קבלת שבת, ווען די גאנצע ביהמ"ד דינערט און פלאקערט, אריינברענגענדיג די גאנצע ציבור אין א העכערע אטמאספערע, יעדער איינער האט געשפירט די קדושת השבת אין די אויר. נאכן דאווענען האט מען געזינגן די גוט שבת ניגון, און דער עולם איז אריבער וואונטשן א גוט שבת און די געסט האבן גענומען שלום פונעם רבי'ן.

די סעודת ליל שבת קודש פאר די געסט איז געווען צוגעשטעלט אין די זאלן פון בית צירל, בראשות הרבנים הגאוה"צ שליט"א, דייני קהלותינו הק', בני וחתני רבינו שליט"א, די תלמידי ישיבה גדולה האבן אנגעפירט מיט הערליכע ניגונים לכבוד שבת, און במשכ'ן סעודה האט אויפגעטרעטן בדברי תורה הגה"צ אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א.

*

ביים שלה"ט בהיכל ביהמ"ד הגדול, איז מיט הגבהת הכוס צו קידוש מכובד געווארן הרה"ח ר' יואל שווארץ הי"ו, קרית יואל. מיט די זמירות זענען מכובד געווארן: אדמו"ר מ'תולעת יעקב שליט"א, אדמו"ר מ'זידיטשוב פרעמיסלא שליט"א, הגה"צ רבי אלימלך סג"ל טירנויער שליט"א, אדמו"ר מ'טעמעשוואר שליט"א, אב"ד נאפקאר שליט"א, אב"ד דעלאטין שליט"א, הרה"ג דויד שלמה מערמעלשטיין שליט"א ראה"כ דקהלתינו מאנסי.

דער רבי האט פארגעלערנט בספה"ק נועם אלימלך, און דערנאך ממשיך געווען מיט דברי תורה בעניני ההילולא.

דער רבי האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס הרה"ח ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו, קרית יואל, שיר המעלות הב' גדלי' כ"ץ ני"ו קרית יואל, נכד רביה"ק זי"ע.

נאכן בענטשן האט דער רבי געטאנצן מיט החתן בן הרה"ג ר' יוסף מענדל האס שליט"א, און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן די חתן און מחותנים ובני משפחה.

דערנאך איז פארגעקומען די שלום זכור פון בן הנולד צו מו"ה יעקב פאגעל הי"ו, דער רבי האט טועם געווען פון די בונדלעך און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן די אבי הבן און זיידע'ס ובני משפחה.

*

שבת אינדערפרי האט דער רבי פארגעזאגט ספר תהלים ביים עמוד, און עס איז געווען א קידוש השם וואו די גאנצע ביהמ"ד איז געווען פיל מקצה אל הקצה, און די קול התפלה האט בוקע געווען עד לב הרקיע. דער רבי איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה, שחרית און מוסף לכבוד די יומא דהילולא קדישא.

די עליות האבן עולה געווען: כהן כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, לוי הרה"ג דומ"ץ דקהלתינו הק' מאנסי שליט"א, שלישי אדמו"ר זידיטשוב חרדים שליט"א, רביעי הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' בארא פארק שליט"א, חמישי הרה"ג דומ"ץ דקהלתינו הק' קרית יואל שליט"א, ששי כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, שביעי אדמו"ר מ'זוטשקא קאראקאס שליט"א, הוספות: הרה"ח ר' אברהם שמואל פייפער הי"ו, אב"ד ווערעצקי פלעטבוש שליט"א, מוה"ר יעקב פאגעל הי"ו, מו"ה הערש אלימלך ראטטענשטיין הי"ו, דער רבי האט געגעבן די נאמען לבתו הנולד לו למזל טוב, מו"ה אשר לעמיל מאירוביץ הי"ו, דער רבי האט געגעבן די נאמען לבתו הנולד לו למזל טוב, החתן אשר יונה האס הי"ו, און עס איז פארגעקומען די באווארפן, אחרון הרה"ג ר' אהרן יודא כ"ץ שליט"א קרית יואל, נכד רביה"ק זי"ע, פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט די מי שברך לחולי ישראל, דער רבי האט עולה געווען מפטיר. הגבה הרב אלימלך נפתלי הירצקא סג"ל לאווי שליט"א קרית יואל, נכד רביה"ק זי"ע, גלילה מוה"ר יואל גליק הי"ו וומסב"ג.

דער רבי האט געבענטשט ראש חודש מיט גרויס התעוררות, און צוגעגאנגען צו תפילת מוסף. פתיחה צו אנעים זמירות הרה"ח ר' ישראל אברהם סג"ל קרויס הי"ו, וומסב"ג.

*

די בייטאג טיש האט דער רבי מעריך געווען אינאיינעם מיט די אורחים החשובים ותלמידי ישיבה גדולה אין די זאלן פון בית צירל, מיט הגבהת הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן הרה"ח ר' חיים יחזקאל שרגא לאנדאוי הי"ו, וומסב"ג, אז ביום השביעי הרה"ג דומ"ץ באיאן שליט"א.

ברהמ"ז על הכוס הרה"ח ר' ישעי' דניאל וויינבערגער הי"ו, וומסב"ג, שיר המעלות הב' אלעזר ארי' סג"ל יונגרייז ני"ו.

*

שבת נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א פארגעלערנט א שעור אין פרקי אבות בהיכל ביהמ"ד הגדול.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מנחה, די עליות האבן עולה געווען ראשון הרה"ח ר' דוד ארי' פריעדמאן הי"ו, בארא פארק, שני הרה"ח ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו, קרית יואל, שלישי הרה"ח ר' יואל שווארץ הי"ו, קרית יואל, הגבה כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, גלילה הרה"ח ר' דוד מאירוביץ הי"ו, וומסב"ג. קידוש ביי סעודה שלישית אדמו"ר מ'זוטשקא קאראקאס שליט"א.

דער גאנצער ציבור האט זיך צוגעהערט צו די פייערדיגע דברות קודש ביסודות הדת, מפום אבינו רועינו רבינו שליט"א, ארומרעדענדיג בתודה"ק צום ערשט דארף מען האבן יראת שמים, ראשית חכמה יראת ה', דאס איז די יסוד וואס רבינו הקדוש זי"ע האט אונז אלעמאל אויסגעלערנט, זיך צו פירן אלץ מיט יראת שמים, די לערנען און דאווענען זאל צוגיין מיט יראת שמים, ווען מען גייט ארויס אויפן גאס, אפילו ווען מ'גייט צו ברענגן פרנסה פאר די שטוב, זאל עס זיין מיט יראת שמים, און מען זאל וויסן אז מלא כל הארץ כבודו, דער אייבערשטער איז איבעראל.

עס שטייט אין די תורה פר' שופטים, כי יפלא ממך דבר למשפט, בין דם לדם בין דין לדין וכו' וקמת ועלית אל המקום אשר יבחר ה' אלהיך בו, איז טייטשט, טאמער איז דא אמאל איינער וואס זאגט אנדערש ווי די דין תורה פסק'נט, ער איז מחולק, ער ווייסט נישט וואס די הלכה איז, דארף מען ארויפגיין צום בית דין הגדול שבירושלים, און וואס זיי זאגן דארף מען אננעמען.

שטייט ווייטער אין פסוק, על פי התורה אשר יורוך, ועל המשפט אשר יאמרו לך תעשה, לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל. מען דארף פאלגן וואס זיי זאגן, און מען טאר זיך נישט אוועקרורן, אבער טאמער איז ער מחולק מיט וואס זיי זאגן, שטייט אין פסוק ווייטער, ומת האיש ההוא, ער איז חייב מיתה.

זאגט דער רבינו יונה, דאס איז נישט קיין זאך וואס איז נאר געווען דעמאלטס, אמאליגע צייטן, דאס גייט היינט אויך אן. אפי' עס איז ליידער שוין נישט דא די סנהדרין, זיי זענען שוין נישט דארט אין ירושלים, אבער עס זענען נאך אלץ דא סנהדרין פון אונזער דור, דאס זענען די תלמידי חכמים, רבנים און דיינים, וואס מען דארף זיי פאלגן, און מקבל זיין די גדרים וסייגים וואס זיי שטעלן אוועק פאר כלל ישראל, און טאמער נישט, איז חס ושלום חס ושלום.

און דאס איז די שמירה וואס וועט אונז האלטן, אין אזא שווערע גלות, ווען מען דארף דאך האבן אזויפיל שמירה, דארף מען פאלגן וואס די רבנים זאגן אפי' מען פארשטייט עס נישט. נאכזאגענדיג א פסיקתא, וואס דער הייליגע זיידע דער בלאזשוב'ער רב זי"ע ברענגט, אז דער אייבערשטער בעט, מיר זאלן פאלגן וואס די תלמידי חכמים און רבנים זאגן אונז, ווייל דער אייבערשטער אליינס טוט אויך אזוי, ווייל צדיק גוזר והקב"ה מקיים. און טאמער קומט מען אריין צום רבי'ן און מען בעט דער רבי זאל פועל'ן א ישועה, דורך צדיק גוזר והקב"ה מקיים, דארף מען קודם זיכער מאכן אז ער אליינס פאלגט אויך אלעס וואס די רבנים זאגן, דעמאלטס וועט דער אייבערשטער אויך מקיים זיין וואס דער צדיק גוזר.

און פאר דעם האט רבינו הקדוש זי"ע אויפגעשטעלט בתי מדרשים אין אלע שטעט, מען זאל זיך האלטן צוזאמען, גיין אין זיינע וועגן, זיך פירן אזוי ווי זיינע מדות, מקיים זיין זיינע תקנות, דאס איז די איינציגסטע זאך וואס קען אונז האלטן אין גלות.

אבער דאס אליינס איז נישט גענוג, מען האט דאך אויך קינדער, עס וואקסט א נייע דור, האט מען ב"ה אויפגעשטעלט מוסדות אין ניו יארק, א ישיבה קטנה אין קרית יואל, א תלמוד תורה אין מאנסי און אין בארא פארק, א בית חינוך אין וויליאמסבורג, דאס אלעס איז אין כח פון רבינו הקדוש זי"ע, כדי מיר זאלן זיך קענען האלטן, זאל מען זעהן דאס מחזק צו זיין, און שיקן די קינדער דארטן לערנען און שטייגן און וואקסן, אזוי ווי רבינו הקדוש זי"ע האט געוואלט פון אונז.

דאס זעהן מיר פון די ארונו של יוסף וואס דער זכות פון דער צדיק וואס האט שוין נישט געלעבט דעמאלטס, נאר דורך די זכות איז געשען די קריעת ים סוף, צו ווייזן אז די כח פון א צדיק בלייבט אפי' ווען מען זעהט אים שוין נישט אויף די וועלט. ובזכות זה, וואס מיר גייען אויף זיינע וועגן, וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן פונעם גלות, און מה זרעו בחיים, אף הוא בחיים, זרעו טייטשט זיינע זומען, די זאכן וואס ער האט איינגעפלאנצט אין אונז וואקסט ווייטער, מיר פירן זיך ווייטער אזוי, אף הוא בחיים, וועט ער ווייטער אנגיין אויבן אין הימל, און איינרייסן פאר אונז אלעס גוטס, א שנת גאולה וישועה בביאת גואל הצדק בב"א.

מיט די זמירות סעודה שלישית זענען מכובד געווארן: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, אב"ד ראדאשיץ שליט"א, הרה"ג ר' יוסף משה אונסדארפער שליט"א ר"מ בישיבה גדולה, הרב יצחק שטערן הי"ו ארה"ק.

דער רבי האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס הרב מאיר יעקב טעסלער שליט"א קרית יואל, שיר המעלות הב' שמעון גאלדבערגער ני"ו מאנסי.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מעריב, הגבהת הכוס צו הבדלה מוה"ר מאיר צבי גרינוואלד הי"ו, סקווירא, די הבדלה האט געהאלטן הב' רפאל דוד טעסלער ני"ו.

*

מוצש"ק איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור סעודת הילולא קדישא רבתי, ומלוה מלכה וסיום הש"ס, בהיכל ביהמ"ד הגדול. דער ביהמ"ד איז געווען צוגערישט מיט די מאקסימום פלעצער פאר דעם ריזן ציבור, דער רבי האט געצינדן ליכט און זיך געוואשן צום סעודה, און די מקהלת המנגנים דחצרות קדשינו האבן אנגעפירט מיט פאסיגע ניגונים.

דער רבי האט געמאכט דעם סיום הש"ס, אין וואס אנשי שלומינו האבן געהאט א חלק, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, ארומרעדנדיג איבער די עבודה וואס מיר דארפן זיך ארויסלערנען פונעם צדיק, זיין כח אהבה, זיין כח היראה, אזוי ווי מען האט געזינגן עוד יזכור לנו אהבת איתן, ובבן הנעקד וכו', זיין געוואלדיגע מסירת נפש פארן באשעפער יעדע מינוט אין אין אלע זמנים. דערציילנדיג עובדות וסיפורים פונעם הייליגן בעל הילולא, אויספירענדיג מיט ווארימע ברכות לרוב, דורך דעם וואס מיר וועלן גיין אויף זיין דרך הקודש, וועט ער ווערן א הולך, און ער וועט משפיע זיין פאר אונז כל טוב סלה אמן.

דער רבי האט געבענטשט על הכוס, הגבת הכוס הרבני הנגיד ר' ישראל אלי' ברוך ענגל הי"ו, מאנסי.

נאכן טיש איז דער רבי ארויף צום ציון הקדוש לאמירת תהלים.
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4064
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11269

Re: ז"ך מנחם אב - שבת הילולא קדישא תשפ"ד - טאהש

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

unnamed - 2024-09-10T144157.951.jpg
unnamed - 2024-09-10T144157.951.jpg (75.79 KiB) געזען געווארן 138 מאל
unnamed - 2024-09-10T144201.717.jpg
unnamed - 2024-09-10T144201.717.jpg (93.36 KiB) געזען געווארן 138 מאל
unnamed - 2024-09-10T144203.277.jpg
unnamed - 2024-09-10T144203.277.jpg (108.26 KiB) געזען געווארן 138 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4064
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11269

Re: ז"ך מנחם אב - שבת הילולא קדישא תשפ"ד - טאהש

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

unnamed - 2024-09-10T144211.149.jpg
unnamed - 2024-09-10T144211.149.jpg (76.03 KiB) געזען געווארן 138 מאל
unnamed - 2024-09-10T144213.051.jpg
unnamed - 2024-09-10T144213.051.jpg (82.56 KiB) געזען געווארן 138 מאל
שרייב פאוסט