דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:43 am
איך בין געווען פארנומען פריער... יעצט קום איך אריין נאכ'ן זיך אביסל בארואיגן... אבער עכט איז שווער זיך צו בארואיגן.
היימשטאט אימעיל:
קרית יואל שאקלט פון פרייד: דירות אויפטרייסלונג ווען מרא דאתרא כ"ק מרן רבינו שליט"א איז מבשר אויף פראַיעקטן פון 2,000 גאָר ביליגע דירות אין קרית יואל!
אשריך רבי עקיבא, אשריך וטוב לך!
אומגלויבליכע נדבה פון הנגיד מו"ה עקיבא צבי קליין הי"ו וואָס באַשליסט צו קעגנקומען מרן רבינו שליט"א און פאַרקויפן אלע דירות אין שכונת ויואל משה פאַר בלויז $300 אַ סקווער פיס!
נאָכ'ן זיין דער נחשון מיט 8 יאר צוריק צו ברענגען דראמאטישע טראסק אינעם מארקעט מיט דירות פאר ארום $200 א סקווער פיס, און שפעטער זיין דער עז כנמר צו האלטן די קאנטראקט טראץ די שטייגנדע קאסטן און נעמען די שאדנס פון קאוויד אויף זיך, וועט ער אצינד זיין דער נחשון צו קעגנקומען די תושבי העיר, טראץ וואס מטעם די הנהלת העיר האט ער שוין געהאט אלע פערמיטן, און מרצונו הטוב וועט ער נידערן די פרייזן און ווידער זיין דער וועגווייזער און מיט מסירת נפש אויפגעבן אויף רוב רווחים פון די שכונה און פארקויפן אויך די פאַרבליבענע 1,000 דירות אין שכונת ויואל משה פאר אפארדעבל פרייזן, לעשות נחת רוח לרביה"ק מייסד הקרי' וממלא מקומו מרן רבינו שליט"א!
באַזונדערע דראַמאַטישע בשורה: ועד הקרי' דעזיגנירן דעם "קאַרלסבורג שטח" צו פאַרקויפט ווערן פאַר גאָר ביליג, צום בויען נאָך קרוב צו 1,000 אַפאָרדעבל דירות!
ריזיגער שטח וועלכע האלט שוין אינמיטן די "אינפראסטרוקטור ארבעט" דורכ'ן ועד הקרי', וועט געגעבן ווערן פאר אן אויסנאם ביליגער פרייז אז דער דעוועלאפער זאל בויען דערויף דירות לויט די נייע סטאנדארטן פאר די נייע פרייזן פון $300 א סקווער פיס - אַסטראָנאָמישע דעזיגנירונג מטעם די ועד הקרי' ספעציעל געווידמעט אַז אנשי שלומינו זאָלן בע"ה קענען צוקומען צו אַ גאָר ביליגע דירה דאָ בתוככי עיר הקודש!
דער דראמאטישער הכרזה ברענגט צו א נייע עפאכע, אז "קרית יואל" וועט ווידער זיין דער סימבאל פון סערוויס לטובת הציבור, מיט'ן כח פונעם שטאטישער הנהגה רוחני וגשמי וועלכע רוט נישט א רגע און טוט אלעס וואס נאר מעגליך צו צושטאנד ברענגען די גרעסטע היסטארישע פראיעקטן לטובת הציבור, כן יעזור ה' להלאה!
די פרישע נייעס מיט די טויזנטער ביליגע דירות, באדייט בע"ה א ריזן אויסוואל פון "אפארדעבל דירות" פאר יעדן תושב העיר וועלכע וויל טרעפן א דאך איבערן קאפ, דאס הייסט אז ער איז נישט קיין אינוועסטאר וואס זוכט צו פארדינען וכדומה נאר ער קויפט א דירה "פאר זיך צום וואוינען", און אזוי אויך אן קיין איבריגע לוקסוס און היינטיגע צוגעלייגטע סטאנדארטן.
ווי דער חשוב'ער דעוועלאפער ר' עקיבא הערש האט קלארגעמאכט ביים רבי'ן אין שטוב, וועט ער נישט בויען מיט קיין ביליגע מאטרעאל, און אפילו נישט שניידן סיי וועלכע זאך וואס מען קען נישט שפעטער צולייגן, ווי 9 פיסיגע דאך, עיר קאנדישאן ליינס, און דאס גלייכן, און בכלל וויל ער דוקא יא בויען לויט די בארימטע "אפסקעיל דעוועלאפערס" סטאנדארטן, נוסח ר' עקיבא הערש, "די בעסטע פאר די ביליגסטע" דויערהאפטיג גוט מיט געשמאק. אז מען דארף שניידן הוצאות וועט עס נאר גיין אויף איבריגע זאכן וואס יעדער קען שפעטער מיט די יארן צולייגן לויט זיין אייגענע מצב און יכולת, ווי ספאט לייטס, גרעניט קאונטער טאפס, און אנדערע לוקסוס און עקסטערס.
ביי די דברות קודש היינט נאכט האט דער רבי מאריך געווען סיי איבער די הקפדה וואס דער מייסד העיר זי"ע האט געהאט אויף די יחידים וואס האבן געקויפט שטחים, איבער די שרעקליכע פרייזן וואס מען בעט אין אנדערע פלעצער, עד כדי כך אז א איד האט נעכטן געפרעגט דעם רבי'ן וועגן א דירה פון 7 אהאלב טויזנט דאלאר א חודש רענט אין ברוקלין(!), און די וואס זענען מייקר השער אין קרית יואל קענען האבן אן אפעטיט ס'זאל נאך אנקומען ביז אהין ח"ו, און יעצט איז שוין דא ווער עס בעט ביים קויפן א דירה אזויפיל ווי $600 א סקווער פיס.
דאן האט דער רבי ארויסגעברענגט אז אין די לעצטע צייט האט ער אדורכגעטון די קאסטן פון בויען, און ער איז געקומען צו די הכרה אז מען קען בויען אפילו פאר $300 א סקווער פיס און מאכן שיין ריוח, דעריבער האט מען מסדר געווען אז דער ווילעדזש וועט יעצט געבן פרישע פערמיט'ס נאר פאר די וואס ווילן בויען פאר דעם פרייז, זאגנדיג אז דעוועלאפער מוז טאקע פארדינען שיין, ווייל ער לייגט אריין שווערע כוחות, געלט, צייט, אבער עס מוז זיין מיט א מאס!
דא האט דער רבי צוגעלייגט אז אין שכונת ויואל משה האט הנגיד ר' עקיבא הערש קליין געבויט פאר גאר גוטע פרייזן, און אפילו שפעטער ווען אנדערע האבן צוגעבעטן געלט, נאך קאוויד, האט ער געהאלטן ווארט און גארנישט צוגעבעטן, אבער יעצט ווען די פרייז איז שוין געווען עטוואס העכער, איז דאס נישט געפאלן אונטער די נייע תקנה איבער פערמיטס זינט עס האט שוין אלע פערמיטס, אבער דאך – האט דער רבי אויסגעפירט – "איך האב אים געבעטן, און ער האט מרצונו הטוב מסכים געווען!" און ער גייט פארקויפן די גאנצע איבריגע 1,000 דירות פאר בלויז $300 א סקווער פיס!
דער רבי האט צוגעלייגט אז דאס איז בתנאי אז ס'איז נאר אויב דער לוקח קויפט "צום וואוינען", אבער נישט אויב ער קויפט צו אינוועסטירן, און נאר פאר "תושבי קרית יואל". אויב איינער האט שוין א דירה, און ער וויל קויפן א נייע, וועט ער נאר באקומען דעם פרייז פון $300 "אויב ער פארקויפט זיין פריערדיגע דירה" אויך פאר די זעלבע נידריגע פרייז.
*
די נייעס איז געפאלן ווי א פריידיגע דונער אינמיטן א וואלקן, מאכנדיג אן אויסטערלישע שמחה איבער די גאנצע שטאט אז יא! קרית יואל האט נאך א כח הנהגה וואס קען באווייזן דאס אומגלויבליכע! ב"ה.
אין א צייט וואס די פרייזן שטייגן אזוי שרעקליך איבעראל און אין אלע הינזיכטן, און די פרייזן ביים קויפן א דירה קאסטן אזוי אז מען ווייסט נישט וואו אנצוהייבן און וויאזוי אנצוגיין מיט'ן לעבן, קען אין קרית יואל פאסירן אזא דורכברוך העכער אלע ערווארטונגען, און נישט בלויז פון ביליגע שטחים אינוועסטירער, נאר טאקע פון די וואס האבן שוין אזויפיל אוועקגעגעבן, טאקע פון די וואס האבן פארקויפט שווערע הונדערטער דירות אונטער די קאסט פרייז, טאקע די קענען נאך בע"ה נעמען די כוחות הקדושה און באווייזן צו טון רצון צדיק, און אויפגעבן אויף אזויפיל רווחים נאך אזויפיל הארעוואניע. אן אומגלויבליכער פאקט וואס רודערט אויף די שטאט מיט אויסטערלישע שמחה און אנערקענונג, און שרייט ארויס דעם כוחו וזכותו של אותו זקן מרן רביה"ק זיע"א מייסד הקרי'.
באזונדער איז דער לויב גאר גרויס פאר'ן געטרייער ועד הקרי', וואס איז אצינד מקדיש דעם גרויסן "קארלסבורג" שטח פאר א ריזן אפארדעבל פראיעקט, וואו די הנהלת הקרי' וועט געבן דעם לאט פאר גאר א ביליגע פרייזן פאר'ן דעוועלאפער וואס וועט דאס אהערשטעלן לויט די נייע ביליגע פרייזן און סטאנדארטן, אזוי אז אינאיינעם וועט זיין אזויפיל ווי 2,000 דירות בלויז פון די 2 פראיעקטן זעלבסט!
ביי די דברות קודש האט דער רבי אויך דערמאנט די געפלאנטע "אנעקסעישן" צו אריינברענגען נאך שטחים, זאגנדיג אז די דירות קאמיטע וואס איז עוסק אין די דירות פרייזן וועלן אויסשטעלן א תנאי פאר יעדן וואס וויל אריינקומען אינעם אפליקאציע פונעם ועד הקרי', און נאר ווער עס וועט זיך וועלן צושטעלן וועט קענען אריינקומען צום קרית יואל ווילעדזש.
דער רבי האט מסביר געווען בטוטו"ד אז יעדער ווייסט אז די ווערד פון די קרקע גייט ארויף דורך דעם וואס עס ווערט א חלק פון קרית יואל, קומט אויס אז די תושבי העיר זענען די וואס ברענגען ארויף די ווערד, און ס'איז נישט יושר אז אויף זייער חשבון זאל איין יחיד פארדינען מער ווי נארמאל, דעריבער וועט די ועד אויסקלויבן נאר די וואס ווילן טאקע צושטעלן דירות פאר ביליגע פרייזן.
רבינו הקדוש בשמי מעל שעפט היינט א נחת רוח שלא היתה כמוהו! דאס האט דער רבי געוואלט! אזא שטאט, מיט אזא הנהגה, מיט אזעלכע עסקנים, מיט אזעלכע טפסרים, מיט אזעלכע אידישע הערצער, מיט אזא מאסיווע קייט פון פעולות חובקות זרועות עולם ומרעישות תבל לטובת חסידי סאטמאר ותושבי קרית יואל!
איך קען נישט גלייבן אז די אשכול ליגט פארשטויבט נאך אזאלכע געהויבענע פרייליכע נייעס פאר תושבי קרית יואל!!!
עס איז אומגלויבליך וואס מען האט געהערט דעם פארגאנגענעם כ"ו אב איבער די ברעכונג פון די קרית יואל דירות פרייזן, אויף 300 א סקווער פיס
ובמיוחד אויף די פאנטאסטישע נדבה, וואס קען ווערן געצייכענט אלטס די גרעסטע נדבה אין כלל ישראל! ווען הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין האט זיך מרצונו הטוב פארפליכטעט צוצושטעלן 1000 דירות, פאר 300 א סקווער פיס, און מיט דעם אוועקגעגעבן פאר תושבי העיר, סכומים וואס איז שווער בכלל אפצושאצן,
נאכן מאכן דא אזויפיל חשבונות בעבר אויף פרייזן קען מען לייכט אפשאצן אז די סכום וואס די איד האט אוועקגעגעבן האט נישט קיין שאץ, און קיין דמיון צו קיין שום נדבה וואס מיר ווייסן!
עס איז בלי שום ספק, אז ר' עקיבא צבי וועט אריינגיין אין די היסטאריע ביכער פון כלל ישראל ווי איינע פון די פרנסים וואס האבן אוועקגעגעבן זייער לעבן, און פארמעגן, לטובת ישראל, און די זכותים אדירים עד אין שיעור, וואס איז בכלל נישט מעגליך אפצושאצן, פון הרחבת הדעת, פון צענדליגע יארן פאר טויזענטער אידן איז אלעס לזכותו!!
עס קען ריכטיג געזאגט ווערן יש קונה עולמו בשעה אחת!! די כח היחיד פון א איינצעלנע מענטש און א שריט וואס האט געראטעוועט טויזענטער אידן און א גאנצע שטאט לדורי דורות!!!
עס וועט זיין סעמפל און א דוגמא, וויאזוי מען קען ביישטיין די נסיון העושר אויף אזא אומגלויבליכע פארנעם, און יעדע אידישע שטוב וואס וועט געניסן פון די ביליג דירות, וועט וויסן צו געדענקן די געוואלדיגע שריט!!!
נפתלי האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 4:03 pm
איך קען נישט גלייבן אז די אשכול ליגט פארשטויבט נאך אזאלכע געהויבענע פרייליכע נייעס פאר תושבי קרית יואל!!!
עס איז אומגלויבליך וואס מען האט געהערט דעם פארגאנגענעם כ"ו אב איבער די ברעכונג פון די קרית יואל דירות פרייזן, אויף 300 א סקווער פיס
ובמיוחד אויף די פאנטאסטישע נדבה, וואס קען ווערן געצייכענט אלטס די גרעסטע נדבה אין כלל ישראל! ווען הרבני הנגיד האט זיך מרצונו הטוב פארפליכטעט צוצושטעלן 1000 דירות, פאר 300 א סקווער פיס, און מיט דעם אוועקגעגעבן פאר תושבי העיר, סכומים וואס איז שווער בכלל אפצושאצן,
נאכן מאכן דא אזויפיל חשבונות בעבר אויף פרייזן קען מען לייכט אפשאצן אז די סכום וואס די איד האט אוועקגעגעבן האט נישט קיין שאץ, און קיין דמיון צו קיין שום נדבה וואס מיר ווייסן!
עס איז בלי שום ספק, אז ר' עקיבא צבי וועט אריינגיין אין די היסטאריע ביכער פון כלל ישראל ווי איינע פון די פרנסים וואס האבן אוועקגעגעבן זייער לעבן, און פארמעגן, לטובת ישראל, און די זכותים אדירים עד אין שיעור, וואס איז בכלל נישט מעגליך אפצושאצן, פון הרחבת הדעת, פון צענדליגע יארן פאר טויזענטער אידן איז אלעס לזכותו!!
עס קען ריכטיג געזאגט ווערן יש קונה עולמו בשעה אחת!! די כח היחיד פון א איינצעלנע מענטש און א שריט וואס האט געראטעוועט טויזענטער אידן און א גאנצע שטאט לדורי דורות!!!
עס וועט זיין סעמפל און א דוגמא, וויאזוי מען קען ביישטיין די נסיון העושר אויף אזא אומגלויבליכע פארנעם, און יעדע אידישע שטוב וואס וועט געניסן פון די ביליג דירות, וועט וויסן צו געדענקן די געוואלדיגע שריט!!!
אשריך אשריך!!
די שמועסן איבער די היסטארישע דורכברוך איז אנגעגאנגען אין די נייעס פון קרית יואל אשכול
מעג טאקע אריבער געפירט ווערן דא ווייל עס ווערט איבער געדעקט
זייט כ"ו דרייט זיך דער קרית יואל דירות מארקעט ווי א רעדל. די אלע דעוועלאפערס וועלכע ווארטן אויף ווילעדזש אפראוועלס, זיצן מיט די דירות קאמיטע, און רובם ככולם ווילן זיך בע"ה צושטעלן צו פארקויפן פאר $300 א סקווער פיס.
אין די יעצטיגע מינוט'ן האט הר"ר חיים נחום ווערצבערגער אונטערגעשריבן אויף זיין פראיעקט אויף בעיקערטאון, ביים שטח פון די דירה פון רבי'ן זי"ע, וואו ער גייט אי"ה בויען בערך 80 דירות מיט'ן נאמען "לענדמארק שעטויס", און ער וועט עס אי"ה פארקויפן פאר'ן ביליגן פרייז פון $300 פער סקווער פיס.
ער וועט אי"ה ערהאלטן אלע ווילעדזש פערמיטס בקרוב ממש און קענען אנהייבן די פאקטישע בוי ארבעט בקרוב.

איך מיין אז די דיוועלאפער נעמען נישט קיין דאון פעימענטס היינט, נאר עס איז פארשריבן ווי אן הלוואה, (כדי דער קונה זאל נישט קענען האבן קיין שום טענות) אין אזא פאל קענען זיך ביידע ארויסציען.
איך מיין אז די דיוועלאפער נעמען נישט קיין דאון פעימענטס היינט, נאר עס איז פארשריבן ווי אן הלוואה, (כדי דער קונה זאל נישט קענען האבן קיין שום טענות) אין אזא פאל קענען זיך ביידע ארויסציען.
דארף מען זען די שטר.
איך מיין (נישט זיכער) אז עס ארבעט אז מען פארלירט די דאון פעימענט אויב עס ווערט נישט פארקויפט ווייטער. אויב עס ווערט יא פארקויפט פארלירט מען $10,000 פאר די טירחא פון די מכירה.