אין די יעצטיגע טעג זענען חסידי קארלין סטאלין איבערראשט געווארן מיט די היסטארישע אויפדעקונג, אז מען האט געטראפן די צוואה פונעם הייליגן בית אהרן זי"ע פארשטופט אין די רעגירונגס ארכיוון, העכער הונדערט פופציג יאר זינט די פטירה איז די צוואה געפונען געווארן, וואו דער הייליגער בית אהרן זי"ע בעט פון זיין זון און נאנטע משפחה זיי זאלן אויפבויען א בית המדרש נעבן זיין ציון, א פלאץ וואו אידישע קינדער זאלן קענען שופך שיח זיין און זיך דערכאפן דאס הארץ ווען זיי קומען דאווענען ביים ציון הק'.
די דאטום ווען די צוואה איז געשריבן געווארן איז אנגעצייכנט אויף עטליכע שעה איידער די הסתלקות פונעם הייליגן בית אהרן זי"ע, ליל י"ז סיון תרל"ב, אין די צוואה שרייבט ער איבער די ירושה און די אריבערגאנג פון זיין פארמעגן צו זיין זון הרה"ק רבי אשר מסטאלין זי"ע. אזוי אויך בעט דער בית אהרן אז די קינדער זאלן קומען דאווענען ביים ציון הק' צוויי מאל א יאר.
JDN
צוואה פון הרה"ק הבית אהרן מקארלין זצ"ל אפגעפונען
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 13089
Re: צוואה פון הרה"ק הבית אהרן מקרלין זצ"ל אפגעפונען
ווי איז די צוואה געליגן ביז יעצט?
איבעראל איז עס געווען און די נייעס אבער קיינער האט נישט געשריבן ווי עס איז געווען ביז יעצט
איבעראל איז עס געווען און די נייעס אבער קיינער האט נישט געשריבן ווי עס איז געווען ביז יעצט
Re: צוואה פון הרה"ק הבית אהרן מקרלין זצ"ל אפגעפונען
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 23, 2024 10:43 pm מען האט געטראפן די צוואה פונעם הייליגן בית אהרן זי"ע פארשטופט אין די רעגירונגס ארכיוון
Re: צוואה פון הרה"ק הבית אהרן מקארלין זצ"ל אפגעפונען
איך בין נייגעריג צו הערן מער איבער וויאזוי מען האט עס געטראפן אויב איינער קען מרחיב זיין.
Re: צוואה פון הרה"ק הבית אהרן מקארלין זצ"ל אפגעפונען
איז דען דא היינט צוגעשטעלט א ביהמ”ד הארט נעבן דעם ציון מיט טעימא? מקען נאך מקיים זיין די צוואה פונעם צדיק.
ייש”כ פארן ברענגען!
ייש”כ פארן ברענגען!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)