הכשרים אויף קליידונג; מיינט עס אז מ'לייגט א דגש נאר אויף חיצוניות?

לאמיר דיסקוסירן, מיט סענסעטיוויטי פארשטייט'זיך.
לעצטנס איז דא א גרויסע אויפוואכונג און אלע מוסדות מיט רולס און גיידליינס וועלכע הויזן, גלעזער, און קאפלעך מען מעג אדער נישט טראגן.
ווי אויך איז באקאנט די פאפולערע אידישקייט גליון וואס האקט אויף סטייעלס וכו'.
מיין שאלה איז, פארוואס איז מען פארנימען מיט די חיצוניות אזוי שטארק, און אפשר אפילו מער ווי די פנימיות וואס איז די עיקר.?
אוואדאי איז די חיצוניות זייער וויכטיג, און איז אלעמאל געוועהן א שטארקע פאקטאר ביי אונז חסידים, אבער און א געוויסע זין קוקט אויס ווי די חדרים און שולעס לייגן זייער א גרויסע דגוש אויף די רולס, מער ווי מסביר זיין מיט שכל פאר די קינדער, און אריינלייגן חסידישקייט בפנימיות...
וואס האלט די עולם?

Re: הכשרים אויף קליידער... דגוש אויף חיצוניות...
איך האב עס שוין געלייגט אין די מאנסי אשכול אבער איך וועל עס דא איבער שטעלען.
אלע מוסדות אין מאנסי האבן זיך צוזאמגענומען צו מאכן תקנות איבער די קליידער פאר די אינגלעך.
אלע מוסדות אין מאנסי האבן זיך צוזאמגענומען צו מאכן תקנות איבער די קליידער פאר די אינגלעך.
Re: הכשרים אויף קליידער... דגוש אויף חיצוניות...
איך קלער אז עס איז מעגליך נישט קיין אויסגעהאלטענע קעפל, מיר פשוטע יודן קומען נישט צו אריינרעדן צו וואס די גדולים זאגן און פארלאנגען איז ריכטיג אדער נישט.
אסאך הלכות אין גדרים איז א דגוש אויף חצוניות ווייל עס עפעקט דירעקט די פנימיות.
צו מען קען מער פאוקעסן אויף פנימיות, אוודאי אז יא, און ב''ה אכשיר דרא, זאכן ווערן נאר בעסער.

ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 836
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 1354
Re: הכשרים אויף קליידער: מיינט עס אז מ'לייגט דגוש נאר אויף חיצוניות?
אלע מוסדות, ממש אלע, לייגן היינט אריין גאר גאר אסאך אין פנימיות. אסאך אסאך מער ווי אמאל.
קען זיין די סיבה איז ווייל עלטערן פלעגן עס אמאל אליינס טון, און היינט איז א דור יבש, אדער א פאריאגטע דור. אבער דאס איז די מציאות.
אלזא, איז נישט ריכטיג אזא באשולדיגונג. מ'טוט יא אין פנימיות, און מ'טוט אויך אין חיצוניות, ווייל דאס מיינט א חסידישע איד, אזוי האלט זיך אידישקייט.

- האמער און זיימער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 53
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:57 pm
- x 11
Re: הכשרים אויף קליידער: מיינט עס אז מ'לייגט דגוש נאר אויף חיצוניות?
100%אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 3:36 pm אלע מוסדות, ממש אלע, לייגן היינט אריין גאר גאר אסאך אין פנימיות. אסאך אסאך מער ווי אמאל.
קען זיין די סיבה איז ווייל עלטערן פלעגן עס אמאל אליינס טון, און היינט איז א דור יבש, אדער א פאריאגטע דור. אבער דאס איז די מציאות.
אלזא, איז נישט ריכטיג אזא באשולדיגונג. מ'טוט יא אין פנימיות, און מ'טוט אויך אין חיצוניות, ווייל דאס מיינט א חסידישע איד, אזוי האלט זיך אידישקייט.
ביי חסידים איז זייער שטארק געווען די חיצוניות מ’זאל אויסזען ווי א חסידישער איד
טאקע ווייל זיי האבן געוואוסט די פנימיות וואס ליגט אין חיצוניות..
חוץ מזה וואס ווען מ’רעדט פון הלכה
חוקת הגוי אין בעסטן פאל
און מיט.... אין ערגסטן פאל
קומט נישט אריין חיצוניות אדער פנימיות
Re: הכשרים אויף קליידער: מיינט עס אז מ'לייגט דגוש נאר אויף חיצוניות?
עקזעקטלי. אויף ביידע פראנטן האבן די מוסדות געמאכט אסאך פארשריט פון אונזערע יארן.אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 3:36 pm אלע מוסדות, ממש אלע, לייגן היינט אריין גאר גאר אסאך אין פנימיות. אסאך אסאך מער ווי אמאל.
קען זיין די סיבה איז ווייל עלטערן פלעגן עס אמאל אליינס טון, און היינט איז א דור יבש, אדער א פאריאגטע דור. אבער דאס איז די מציאות.
אלזא, איז נישט ריכטיג אזא באשולדיגונג. מ'טוט יא אין פנימיות, און מ'טוט אויך אין חיצוניות, ווייל דאס מיינט א חסידישע איד, אזוי האלט זיך אידישקייט.
Re: הכשרים אויף קליידער: מיינט עס אז מ'לייגט דגוש נאר אויף חיצוניות?
עס איז ווערט צו באגריסן אז ממש אלע מוסדות התורה שטעלן זיך צו עכ''פ אלע גרויסע באקאנטע.
ליינט אליינס איבער די ליסטע...
אויב איז דא אזא אחדות מיינט אז עס איז א גוטע זאך.
דאס איז אויסער דעם וואס די לעזונג אויב איז עס יוניפארמס אויף עפעס א וועג גייט עס שפארן אסאך צייט און מעגליך געלט.
ליינט אליינס איבער די ליסטע...
אויב איז דא אזא אחדות מיינט אז עס איז א גוטע זאך.
דאס איז אויסער דעם וואס די לעזונג אויב איז עס יוניפארמס אויף עפעס א וועג גייט עס שפארן אסאך צייט און מעגליך געלט.
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
Re: הכשרים אויף קליידער: מיינט עס אז מ'לייגט דגוש נאר אויף חיצוניות?
ס'איז קלאר אז חצוניות איז אסאך משפיע אויפן מענטש זעלבסט און זיכער אויף די אטמאספערע פון די גאנצע סביבה.
אוודאי דארף מען גאר גאר אסאך אריינלייגן אין פנימיות.
אבער נישט ווייניגער וויכטיג איז חיצוניות.
"שלא שינו את שמם לבושם ולשונם"
די אלע דריי זענען לכאורה חצוניות'דיגע זאכן, אבער עקרי היסוד פאר עתיד פון עם ישראל!
אוודאי דארף מען גאר גאר אסאך אריינלייגן אין פנימיות.
אבער נישט ווייניגער וויכטיג איז חיצוניות.
"שלא שינו את שמם לבושם ולשונם"
די אלע דריי זענען לכאורה חצוניות'דיגע זאכן, אבער עקרי היסוד פאר עתיד פון עם ישראל!
Re: הכשרים אויף קליידער: מיינט עס אז מ'לייגט דגוש נאר אויף חיצוניות?
איך האב געהאט א לאנגע שמועס מיט א גרויסע מנהל פון אן א.ג. ״בעסערע חדר״. איך האב געטענה׳ט אז מען האט זיך שוין ווען געדארפט לערנען פון די עבר אז מען דארף לייגן מער דגוש אויף פנימיות, ער האט מיר מודה געווען אז ס׳איז ריכטיג און ס׳איז נאך דא אסאך ארבעט (און ב״ה ווי @אסמכתא בעלמא זאגט, עס ווערט כסדר שינויים) אבער מצד שני זאגט ער מיר אז זאכן זענען ממש ארויס פון קאנטראל. ער זאגט אז אפילו ביי אים אין חדר, ווי די גדרים זענען אסאך שוואכער מוז ער נעמען דראסטישע שריט.
מ׳האקט אינגרויסן
מ׳האקט אינגרויסן
Re: הכשרים אויף קליידער: מיינט עס אז מ'לייגט דגוש נאר אויף חיצוניות?
לעניית דעתי, דארף עס זיין א מערכה צו די עלטערן דירעקט. לאז ארויס די קינדער פון בילד, און צום קינד זאלסטו פאקוסן אויף יהדות און השקפהר' דן האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 3:41 pm עס איז ווערט צו באגריסן אז ממש אלע מוסדות התורה שטעלן זיך צו עכ''פ אלע גרויסע באקאנטע.
ליינט אליינס איבער די ליסטע...
אויב איז דא אזא אחדות מיינט אז עס איז א גוטע זאך.
דאס איז אויסער דעם וואס די לעזונג אויב איז עס יוניפארמס אויף עפעס א וועג גייט עס שפארן אסאך צייט און מעגליך געלט.
Re: הכשרים אויף קליידער: מיינט עס אז מ'לייגט דגוש נאר אויף חיצוניות?
@בן מלך די היינטיגע טעלע קאנפרענס איז פאר די עלטערן.
די קליידונג פאר די קינדער האט אינגאנצן מיט די מאמעס און צו זיי רעדט מען יעצט.
די קליידונג פאר די קינדער האט אינגאנצן מיט די מאמעס און צו זיי רעדט מען יעצט.
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
Re: הכשרים אויף קליידער: מיינט עס אז מ'לייגט דגוש נאר אויף חיצוניות?
יא יא, אנפאנג איז עס נישט געווען אזוי. מיין זון איז יעדן טאג אהיימגעקומען פון חדר מיט א אנדערע סטעיטמענט פון זיין מנהל. וואס ווילסטו פון א כתה א׳ יונגל??
יעדע פאר טעג איז מען אריינגעקומען פאר אן איספעקציע צו טשעקן ווי לויז די הויזן איז. ב״ה דאס הערט זיך אויף
Re: הכשרים אויף קליידער: מיינט עס אז מ'לייגט דגוש נאר אויף חיצוניות?
איך פארשטיי נישט, דער רבי איז דאך געווען קעגן יוניפארמס?
Re: הכשרים אויף קליידער: מיינט עס אז מ'לייגט דגוש נאר אויף חיצוניות?
מ׳רעדט נישט פון ממש יוניפארם׳ס. נאר ווי פרי-אפפראווד קאמפעני׳ס וואס נאר פון זיי וועט מען קענען קויפן פאר חדר
Re: הכשרים אויף קליידער: מיינט עס אז מ'לייגט דגוש נאר אויף חיצוניות?
ער רעדט לכאורה פון הרה''ק מסאטמער זי''ע
ער איז געווען קעגן יוניפארמס פאר מיידלעך.
וואס ער האט געהאלטן וועגן יונגלעך בין איך נישט באקאנט.
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
Re: הכשרים אויף קליידער: מיינט עס אז מ'לייגט דגוש נאר אויף חיצוניות?
צום קעפל:
עס מיינט נישט אז מען לייגט דגוש נאר אויף חיצוניות, עס מיינט אינגאנצן עפעס אנדערש.
עס מיינט אז מען נעמט אוועק די פערזענליכע יכולת פון מענטשן בוחר צו זיין צווישן ריכטיג און אומריכטיג.
עס קומט נישט אזוי.
מען קען מאריך זיין, אבער מען קען אויך מקצר זיין, ממילא העלמיר טאהן אזוי..

יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
Re: הכשרים אויף קליידער: מיינט עס אז מ'לייגט דגוש נאר אויף חיצוניות?
אין די נושא...
אויב האבן די רבני המוסדות אנערקענט אז עס איז א פראבלעם, און די עולם איז נישט בוחר בטוב אין די נושא, איז זייער פארשטענדליך די תקנה.
יעדער האט ווייטער א בחירה צו שוקן ערגעץ אנדערש.
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
Re: הכשרים אויף קליידער: מיינט עס אז מ'לייגט דגוש נאר אויף חיצוניות?
Re: הכשרים אויף קליידער: מיינט עס אז מ'לייגט דגוש נאר אויף חיצוניות?
סאו דו מאכסט אפ וואס דער רבי וואלט געזאגט היינט? נייס.קיינמאל האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 5:47 pmנישט א יעדע זאך וואס די רבי זיע האט געהאלטן פאר 50 יאר צירוק מיינט אז ער וואלט היינט געזאגט די זעלבע זאך
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 384
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
- x 276
Re: הכשרים אויף קליידער: מיינט עס אז מ'לייגט דגוש נאר אויף חיצוניות?
סטו איך אז כאניש קיין מיינונג?
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
Re: הכשרים אויף קליידער: מיינט עס אז מ'לייגט דגוש נאר אויף חיצוניות?
ניין דירעקט נישט
וואס איך זאג איז אז עס איז נישט זיכער אז די רבי וואלט היינט געזאגט די זעלבע זאך טויזנט זאכן האבן זיך שוין געבייט