'אלף' בית...

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 335

'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

ב' שופטים, כז' אב תשפ"ג

א יעדער איינער ווערט אמאל געוואר וואס א בענקל איז און וואס א טיש איז, ביי די צוויי אדער דריי…
יעדער פארשטייט אז ער האט נישט געהאט פון ווי צי געוואר ווערן ביז יעצט.
וואס וועט אבער געשען ווען א איין אין צוואנציג יערעגס קומט אריין אין א שמועס פון פרעגט "וואס איז א באנק? אה.. ס'דא צוויי הייסט! זיי זענען שוועסטער קונדער? ניין?.. " יעדער וועט אים שענקען א צווייטן טעלטפאון נומער פון איינער וואס פארשטייט צי אזאנע גרעי דזעליס וואס האדעוועט זיך צווישן די אויערן…

עס קען זיך אבער אויסשפולן א צענע ווי איינער וועט באמת זיין דריי און דער משיב וועט געבן אזא בליק ווי ער איז איז 21,
צום ביישפול איינער איז א פראגרעמער אין איינער וועט אים פרעגן "וואס איז א באג?.. עס קען פליען?.. ",

דער שואל איז 3 אין די נושא אין דער משיב דרייט זיין געזיכט אין די רוכטונג און געט א שריי שוץ קעצעלע, איך האב בעסערס וואס צוטוען (זיצן ביים טישל)/
נאך ארגער ווי דאס אז ער בלייבט אומפארענפערט איז אז אלע ארומיגע וועלן נישט אמאל פרובירן, אין בלייבן אומוויסענד לעולם דוד.

דארפאר האב איך געפענט די טעמע! צו ענפערן פשוט א' ב'
טערמינען אין נעמען וואס איז אזוי פשוט ווי טיש און בענקל גיין און קומען, נאר ביזט פשוט פרעמד און דער אינדוסטריע, אדער טעמע.

לאמיר אריינטאנצן, וועל מיר אנהייבן בסייעתא דשמיא מיט קאמפיאטער טערמינען.

א') הארדוועיר (hardware).
איז די פיזישע פלעסטיק וואס אינהאלט אלע שטיקלעך וואס דער מעשין וועט דארפן האבן צו טוען זיינע תפקידים אבער איז ווערטלאז אן די סאפטוועיר.

ב') סאפטוועיר (software).
איז א פינקטליכער אינסטראקציע בוך וואס דער מעשין זאל טוען אין ענטפער צו דיינע באפעלן אנגעהויבן ביי א וועקיאום קלינער ביז א פרקעלעטער אפרירט אלעס דורך א סאופטוועיר.

וועמער זיך צרוקערן אינגיעכן פאר מער בעז"ה
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 877
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1923

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

הוהא! מ'שטייט געשפאנט.

לשבר את האוזן, איז הארדווער און סאפטווער אזוי ווי א גוף און א נפש.
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 70

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך בעריש סגל »

Make & model

דער פירמע וואס פראדוצירט דעם געוויסן כלי - למשל א קאר - רופט זיך דער מעיק.

פון יענעם פירמע זענען אבער דא פארשידענע ערליי איטעראנצן פון איטליכע כלי, און דאס איז דער מאדל.

Nissan is the make, Altima is the model.

Samsung is the make, Galaxy S23 is the model.
אהרן זאב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 239

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אהרן זאב »

סוסקרייבט צום טעמע!
פשוט און גראד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:08 pm @אהרן זאב

ביזט א אור
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 755
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1430

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך ווירקליך »

הוהא! יישר כח!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 335

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

ג' שופטים, כח' אב תשפ"ג

פרישע אלף בית…

ג') פראגרעמינג (programming).
א פראגרעמער שרייבט די סאפטוועיר.

ד') איי טי טעקנישן (IT technician).
איי טי שטייט פאר 'א'ונעפערמעשין 'ט'עקנאלידטשי, דער איי טי טעקנישן איז פאראנטווארטליך פאר אלע קאמפיוטער געברויכן פון אריינלייגן (install) די סאפטוועיר, ביזן פארזיכערן פין אומגעווינטשענע אלעמענטן.

ווייטער פון אלף…

מאנכע ווילן צוגלייכן א פראגרעמער און איי טי, צי א סופר און בעל קורא.
איך וואלט עס ענדרעשט צוגעגליכן צו א בוך שרייבער מיט א דריקער, פארוואס? לאמיר אויסרעדן א מנוט.
א דריקער דריקט בוכער וואס ער ווייסט נישט אמאל וועלעכער זייט מען עפענט מען שיקט אים ביכער אויף כינעזיש פארטעגעזיש, זיין ארבעט איז עס דריקן און וואקן ווייטער, ער ווייסט נישט און קען נישט אריינרעדן אונעם אינהאלט,
פונעם אנדערען זייט דער שרייבער האט נישט קיין אנונג ווי אזוי די הארטע פעפעיר האלט זיך פון פארענט און אינטען.

דער טעקנישן קען נישט ליינען די פיילס פונעם פראגרעמער, און פאקט אפי' ער זאל וועלן, דער פראגרעמער פונעם אנדערן זייט וועט און מערהייט פעלער נישט האבן די מינדערסטע וויסענשאפט איבער די אביעקן וואס פעלן זיך אויס צו קענען אפערירן זיין פראגראם.

איך האף ביזט קליגער געווארן מיט עפעס, אדער כאטש אויסגעקלארט.
הצלחה מיט שמחה!
צום ווידער זעהן בקרוב!
אוועיטער
אימפעריע
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 12:55 pm
x 36

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אימפעריע »

אלף טויב האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 2:20 pm ב' שופטים, כז' אב תשפ"ג

א יעדער איינער ווערט אמאל געוואר וואס א בענקל איז און וואס א טיש איז, ביי די צוויי אדער דריי…
יעדער פארשטייט אז ער האט נישט געהאט פון ווי צי געוואר ווערן ביז יעצט.
וואס וועט אבער געשען ווען א איין אין צוואנציג יערעגס קומט אריין אין א שמועס פון פרעגט "וואס איז א באנק? אה.. ס'דא צוויי הייסט! זיי זענען שוועסטער קונדער? ניין?.. " יעדער וועט אים שענקען א צווייטן טעלטפאון נומער פון איינער וואס פארשטייט צי אזאנע גרעי דזעליס וואס האדעוועט זיך צווישן די אויערן…

עס קען זיך אבער אויסשפולן א צענע ווי איינער וועט באמת זיין דריי און דער משיב וועט געבן אזא בליק ווי ער איז איז 21,
צום ביישפול איינער איז א פראגרעמער אין איינער וועט אים פרעגן "וואס איז א באג?.. עס קען פליען?.. ",

דער שואל איז 3 אין די נושא אין דער משיב דרייט זיין געזיכט אין די רוכטונג און געט א שריי שוץ קעצעלע, איך האב בעסערס וואס צוטוען (זיצן ביים טישל)/
נאך ארגער ווי דאס אז ער בלייבט אומפארענפערט איז אז אלע ארומיגע וועלן נישט אמאל פרובירן, אין בלייבן אומוויסענד לעולם דוד.

דארפאר האב איך געפענט די טעמע! צו ענפערן פשוט א' ב'
טערמינען אין נעמען וואס איז אזוי פשוט ווי טיש און בענקל גיין און קומען, נאר ביזט פשוט פרעמד צו דער אינדעסטרי (ווי אזוי זאגט מען עס אויף יודיש?), אדער טעמע.

לאמיר אריינטאנצן, וועל מיר אנהייבן בסייעתא דשמיא מיט קאמפיאטער טערמינען.

1) הארדוועיר (hardware).
איז די פיזישע פלעסטיק וואס אינהאלט אלע שטיקלעך וואס דער מעשין וועט דארפן האבן צו טוען זיינע תפקידים אבער איז ווערטלאז אן די סאפטוועיר.

2) סאפטוועיר (software).
איז א פינקטליכער אינסטראקציע בוך וואס דער מעשין זאל טוען אין ענטפער צו דיינע באפעלן אנגעהויבן ביי א וועקיאום קלינער ביז א פרקעלעטער אפרירט אלעס דורך א סאופטוועיר.

וועמער זיך צרוקערן אינגיעכן פאר מער בעז"ה
סארי: צוערשט ערקלער ביטע וואס מיינט קאמפיאטער טערמינען.
ביטע שענק מיר נישט א פלונישל בליק פון א 3 יעריג'ס

קאוד: וועל אויס אלע

[code]נישט אלעמאל דארף מען האבן צו ענטפערן, דער וואס רעדט יעצט האט אויך נישט אלעמאל וואס צו ענטפערן
[/code][/b][/color]
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 335

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

אימפעריע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:39 pm סארי: צוערשט ערקלער ביטע וואס מיינט קאמפיאטער טערמינען.
ביטע שענק מיר נישט א פלונישל בליק פון א 3 יעריג'ס
גערעכט! גוט געפרעגט!
רעדט דיר ביטע נישט איין אז די ווייסט שוין, נאר עס פארלאנגט זיך א לענגערע ארטיקל, ועוד חזון למועד אי"ה
@אימפעריע איר ברויכט נישט אריינקומען ווי איר שפירט נישט באקוועם וד"ל, דער מקום איז בדוקא יא דערפאר, ווי דערמאנט אונעם פארווארט.
אוועיטער
קאלירטפול
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:47 pm

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך קאלירטפול »

אימפעריע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:39 pm
אלף טויב האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 2:20 pm ב' שופטים, כז' אב תשפ"ג

א יעדער איינער ווערט אמאל געוואר וואס א בענקל איז און וואס א טיש איז, ביי די צוויי אדער דריי…
יעדער פארשטייט אז ער האט נישט געהאט פון ווי צי געוואר ווערן ביז יעצט.
וואס וועט אבער געשען ווען א איין אין צוואנציג יערעגס קומט אריין אין א שמועס פון פרעגט "וואס איז א באנק? אה.. ס'דא צוויי הייסט! זיי זענען שוועסטער קונדער? ניין?.. " יעדער וועט אים שענקען א צווייטן טעלטפאון נומער פון איינער וואס פארשטייט צי אזאנע גרעי דזעליס וואס האדעוועט זיך צווישן די אויערן…

עס קען זיך אבער אויסשפולן א צענע ווי איינער וועט באמת זיין דריי און דער משיב וועט געבן אזא בליק ווי ער איז איז 21,
צום ביישפול איינער איז א פראגרעמער אין איינער וועט אים פרעגן "וואס איז א באג?.. עס קען פליען?.. ",

דער שואל איז 3 אין די נושא אין דער משיב דרייט זיין געזיכט אין די רוכטונג און געט א שריי שוץ קעצעלע, איך האב בעסערס וואס צוטוען (זיצן ביים טישל)/
נאך ארגער ווי דאס אז ער בלייבט אומפארענפערט איז אז אלע ארומיגע וועלן נישט אמאל פרובירן, אין בלייבן אומוויסענד לעולם דוד.

דארפאר האב איך געפענט די טעמע! צו ענפערן פשוט א' ב'
טערמינען אין נעמען וואס איז אזוי פשוט ווי טיש און בענקל גיין און קומען, נאר ביזט פשוט פרעמד צו דער אינדעסטרי (ווי אזוי זאגט מען עס אויף יודיש?), אדער טעמע.

לאמיר אריינטאנצן, וועל מיר אנהייבן בסייעתא דשמיא מיט קאמפיאטער טערמינען.

1) הארדוועיר (hardware).
איז די פיזישע פלעסטיק וואס אינהאלט אלע שטיקלעך וואס דער מעשין וועט דארפן האבן צו טוען זיינע תפקידים אבער איז ווערטלאז אן די סאפטוועיר.

2) סאפטוועיר (software).
איז א פינקטליכער אינסטראקציע בוך וואס דער מעשין זאל טוען אין ענטפער צו דיינע באפעלן אנגעהויבן ביי א וועקיאום קלינער ביז א פרקעלעטער אפרירט אלעס דורך א סאופטוועיר.

וועמער זיך צרוקערן אינגיעכן פאר מער בעז"ה
סארי: צוערשט ערקלער ביטע וואס מיינט קאמפיאטער טערמינען.
ביטע שענק מיר נישט א פלונישל בליק פון א 3 יעריג'ס
אנשילדיגט מיר מר. אימפעריע אויב די ווייסט נישט דאן טשעק נישט אריין אין די טעמע
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 755
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1430

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך ווירקליך »

קאלירטפול האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 1:16 pm

העי העי העי... אודאי זאל ער אריינטשעקן!

זאל ער מאכן דעם @אלף טויב ארויסגעבן אלע געהיימע סודות וואס ער טראגט ארום ביי זיך אין די געדערים
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 755
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1430

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך ווירקליך »

יישר כח ידיד נפשי @אלף טויב פאר די רייכע אינפארמאציע.

געדענק, איך בין גוט געווען מיט דיר איידער דו ביסט באקאנט געווארן אלס דער וועלטס ידען... מעגסט מיר נאך גריסן, און שמייכלען צו מיר... יישר כח.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 335

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

@ווירקליך איך האב א קלער אז אן אינטערוויא איבער אלע טעכנישע אפעראציעס פון הינטער די קליסן וואס איז, און גייט אלץ אריין אז דער מקום זאל אנגיין, וואלט דער ציבור געגליכן, וואס האלטן די מנהלי המערכת?
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 335

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

ד' שופטים, כט' אב ער"ח אלול תשפ"ג

א גוט מארגען טייערע ברודער! וואס טוט זיך? וואס מאססטו אויסער געלט?
מיר זאגן יעדען אונדערפרי ביים דאווענען, המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית, לאמיר פרובירן געדענקן שטענדיג, ווען אלעס קלאפט איז עס נישט ביי דיפאולד, איינער איז משפיע!

לאמיר גיין א ביסל ווייטער מיט די א' ב', האלט מיר אינמיטן ארום שפאצירן ביי טערמינען וואס האבן מיטן קאמפיוטער טעכנילאגיע.

פרישע אלף בית…

ה') הארד דרייוו (Hard drive).
די הארד דרייוו איז פאראנטווארטליך צו האלטן אלע סארט פארשלאפענע [מיינט צוזאגן וואס וועלן נישט פארלוירן ווערן ווען עס פארלירט עלעקטעריק] דידזעטאלא אינפערמאציע בילדער, נגינה, און אלע סאפטוועיר, דאקימענטן, פיילס, עס קען זיין דערין אונעם קאמפיוטער אדער אויסאינווייג.

ו') אָו עס, אפרעטינג סיסטעם (OS, Operating system).
קיין איין קאמפיוטערזירטע מכשיר וועט נישט קענען פונקציאנירן אן דער סאפטוועיר, די או עס איז דער וואס דערציילט פארן מעשין אז דיין האר וויל די זאלסט זיך יעצט אנצינדן ער האט געדריקט די פאער קנעפל, דער הארדוועיר און סאפטוועיר זענען ווערטלאז אן דער או עס.

לאמיר זעהן אביסל ווייטער פון אלף…

די הארד דרייוו איז ערצייגט געווארן דורך IBM אין תשרי תשי"ז, סעפטעמבער 1956 למספרם, ארום 65 יאר צרוק, עס איז געווען די מאס פון צוויי פרידזעדערס גרויס און געקאנט האלטען א גוטע…. 3.75 מעגעבייטס… דאס איז בערך די מאס פון א היינטיגער דורכשניטליכער בילד…
ווען זאלסט וועלן קויפן די הארד דרייוו אזוי סאך צו קענען האלטן 8 טערעבייט אונפערמאציע, וואס וואלט געקאסט היינט ארום צוויי הונדרעט (פיר @פופציגער'ס) דאלער, וואלט עס אויסגעקומען צו א קנאפע $77.2 ביליאן דאלער…!!!
עס איז פארהאן פארשידינע מיטלען צו פארמעקן די אינהאלט פין א הארד דרייוו איינס פין די וועגן איז מיט א שטארקע מעגענאט ווען מען וועט עס צילייגן צי א הארד דרייוו וועט אינגאנצן פארמעקן אלעס וואס איז דארט געווען.

עס איז פארהאן שטארקע קונקערירענדע פירמעס איבערן באניץ פין זייער או עס אדער אפרעטינג סיסטעם, פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע פין קאמפיוטער און לעפטאפ או עס קונקערענטן
1) מייקראסאפט ווינדאוס מיט א 69% באנוצער.
2) עפל מעק מיט א 17% באנוצער.
3) גאגעל קראום או עס מיט א 3.3% באנוצער.
4) לינאוקס (אן גאגל קראום או עס) מיט 2.9% באנוצער.
די מערסט באנוצטע ווינדאוס איז ווינדאוס 10 עס אפרירט אזויפול ווי אויף 1.4 ביליען קאמפיוטערס, עס ארבעט מיט די מערסטע הארדוועיר און סאפטוועיר.

איך האף ביזט קליגער געווארן מיט עפעס, אדער כאטש אויסגעקלארט.
הצלחה מיט שמחה!
צום ווידער זעהן בקרוב!

אויב זעהסטו ערגעץ ווי איך בין נישט ריכטיג, אדער די האסט א ספעציפישע טערמין וואס דו ווילסט וויסן, ביטע קלאפן אויף מיין פריוואטע צומער, יישר כח.
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 250
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 708

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך שוש אשיש »

אויב מען מעקט א הארד דרייוו מיט א שטארקע מאגענעט קען מען עס נישט צוריק ברענגען שפעטער?
יישר כח הרב @אלף טויב
SOS
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 755
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1430

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך ווירקליך »

הוהא!! יישר כח!!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 335

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

שוש אשיש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 6:08 pm אויב מען מעקט א הארד דרייוו מיט א שטארקע מאגענעט קען מען עס נישט צוריק ברענגען שפעטער?
יישר כח הרב @אלף טויב
א גוט יאר ר' @שוש אשיש
איר פרעגט גוט, ווען מען פארמעקן א הארד דרייוו מיט א מאגענעט, אויב עס איז פארהאן א מעגליכקייט צרוקצוברענגען די אינפעמאציע?

לאמיר ערשט קלאר שטעלן אין דער ווארט הארד דרייוו, האב איך זיך באצויגן צו HDD וואס שטייט פאר הארד דיסק דרייוו וואס איז שוין און א מערהייט איבערגענומען געווארן דורך SSD וואס שטייט פאר סאליד סטעיט דריוו, וועל מיר נאך צרוקומען בל"נ אי"ה.

יעצט צום ענטפער, און גווענליכע פעלער ווען מען האט נאכנישט איבער געשריבן אויף די געמעקטע הארד דרייוו, וועט א גלערענטער ספעציעליסט און דער הינזיכט עס קענען צרוק ברענגען
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 335

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

ה' שופטים, ל' אב ר"ח אלול תשפ"ג

א גוט מארגען טייערע ברודער! וואס טוט זיך? וואס מאססטו אויסער געלט?
מיר זאגן יעדען אונדערפרי ביים דאווענען, המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית, לאמיר פרובירן געדענקן שטענדיג, ווען אלעס קלאפט איז עס נישט ביי דיפאולד, איינער איז משפיע!

לאמיר גיין א ביסל ווייטער מיט די א' ב', האלט מיר אינמיטן ארום שפאצירן ביי טערמינען וואס האבן מיטן קאמפיוטער טעכנילאגיע.

פרישע אלף בית…

ז') מאדערבאורד (motherboard).
א מאדערבאורד אין אידטיש איז מאמע ברעט, עס איז א גרויסע באורד וואס פירט אלע עלעקטעראנישע כוואליעס פין און צי אלע שטיקער הארדוועיר צווישן זיך, ווי צום ביישפיל די הארד דרייוו וואס האט עטליכע ציינער וואס טראגן און ברענגן עלעקטראנישע בייטס, זיצט באקוועם אויפן מאדערבאורד.

ח') רעם (RAM).
רעם שטייט פאר רענדעם עקסעק מעמערי, עס איז די קורץ טערמיניגע, לעבידיגע, זכרון, ווען א פראגראם איז אין באניץ לויפט עס אויף רעם, עס מיז צוקומען צו עלעקטעריזיטעט און איינגאנג צו געדענקען, עס אויך פלאצירט אויפן מאדערבאורד.

לאמיר זעהן אביסל ווייטער פון אלף…

אז עס איז פארהאן א מאדערבאורד, איז פארהאן א פאדערבאורד (טאטע ברעט) אויך?
ניין עס עקזיסטירט נישט א פאדערבאורד!
וואס עס איז יא אינטערעסאנט איז, עס איז פרהאן א דאדערבאורד (טאכטער ברעט) טאקע שוין כמעט נישט אין באניץ, מען פלעגט עס ברויכן פיזיש אינסטאלירן, און פלעגט צושטעלן פרישע פונקציעס וואס איז נישט געווען ביז דאן, עס איז איבער גענימען געווארן דורך פארשידענע אנדרע כלים וואס מען קען יא גרינג אנשטעקן און אויסשטעקן.
עס קען אויך געריפן ווערן, מעינבאורד, בעיסבאורד, אדער ביי עפל לאדזיק באורד, און נאך.

אביסל בעסער צו פארשטיין וואס רעם איז, לאמיר געבן צוויי ביישפולן, א ביזנעס אייגענטאמער האט א ריזיגער וועירהאוס 25 פוס הויעך 1,500 פוס ברייט און 3,000 פוס לאנג, פול מיט סחורה איבערן נאז, ער האט בלויז איין לאודינג דאק, עס קומט אן איינער אויפיקן עפעס פונעם ווינקעל אונגאנצן די פארקערטע ריכטונג פונעם איינצעלנעם ארעמען לאודינג דאק,
דאס באדייט אז מען איז שארט אין רעם און מען האט עטליכע טעריבייט אויפן הארד דרייוו.
אדער, א פרוי מיט פולע קעבינעטס, פרידזדער, און צוויי פולע פריזערס אנגעפולט מיט גרייטע געשניטענע פרוכט און גרינצייג, און אלעס וואס מען קען נאר ברויכן אריינצולייגן און א געקעכטס, אבער בלויז איין קאונטער פון דריי ביי איין פוס, יעדער פארשטייט אז זאכן שטימען נישט,
דאס איז נאך א ביישפיל פון זיין קורץ און רעם.

איך האף ביזט קליגער געווארן מיט עפעס, אדער כאטש אויסגעקלארט.
הצלחה מיט שמחה!
צום ווידער זעהן בקרוב!

איך פאר מיטן אייבערשטנס הילף אביסל זיך ליפטערען שעפן פרישע כחות פאר עבודת השם, פאר א אויסגשפרייטע ענדע וואך וועקאציע, וועל מיר זיך זעהן קומענדיגן מידוואך בע"ה

אויב זעהסטו ערגעץ ווי איך בין נישט ריכטיג, אדער די האסט א ספעציפישע טערמין וואס דו ווילסט וויסן, ביטע קלאפן אויף מיין פריוואטע צומער, יישר כח.
תרי בדחנא
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 11:26 pm
x 2

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך תרי בדחנא »

אלף טויב האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:28 am ד' שופטים, כט' אב ער"ח אלול תשפ"ג

א גוט מארגען טייערע ברודער! וואס טוט זיך? וואס מאססטו אויסער געלט?
מיר זאגן יעדען אונדערפרי ביים דאווענען, המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית, לאמיר פרובירן געדענקן שטענדיג, ווען אלעס קלאפט איז עס נישט ביי דיפאולד, איינער איז משפיע!

לאמיר גיין א ביסל ווייטער מיט די א' ב', האלט מיר אינמיטן ארום שפאצירן ביי טערמינען וואס האבן מיטן קאמפיוטער טעכנילאגיע.

פרישע אלף בית…

ה') הארד דרייוו (Hard drive).
די הארד דרייוו איז פאראנטווארטליך צו האלטן אלע סארט פארשלאפענע [מיינט צוזאגן וואס וועלן נישט פארלוירן ווערן ווען עס פארלירט עלעקטעריק] דידזעטאלא אינפערמאציע בילדער, נגינה, און אלע סאפטוועיר, דאקימענטן, פיילס, עס קען זיין דערין אונעם קאמפיוטער אדער אויסאינווייג.

ו') אָו עס, אפרעטינג סיסטעם (OS, Operating system).
קיין איין קאמפיוטערזירטע מכשיר וועט נישט קענען פונקציאנירן אן דער סאפטוועיר, די או עס איז דער וואס דערציילט פארן מעשין אז דיין האר וויל די זאלסט זיך יעצט אנצינדן ער האט געדריקט די פאער קנעפל, דער הארדוועיר און סאפטוועיר זענען ווערטלאז אן דער או עס.

לאמיר זעהן אביסל ווייטער פון אלף…

די הארד דרייוו איז ערצייגט געווארן דורך IBM אין תשרי תשי"ז, סעפטעמבער 1956 למספרם, ארום 65 יאר צרוק, עס איז געווען די מאס פון צוויי פרידזעדערס גרויס און געקאנט האלטען א גוטע…. 3.75 מעגעבייטס… דאס איז בערך די מאס פון א היינטיגער דורכשניטליכער בילד…
ווען זאלסט וועלן קויפן די הארד דרייוו אזוי סאך צו קענען האלטן 8 טערעבייט אונפערמאציע, וואס וואלט געקאסט היינט ארום צוויי הונדרעט (פיר @פופציגער'ס) דאלער, וואלט עס אויסגעקומען צו א קנאפע $77.2 ביליאן דאלער…!!!
עס איז פארהאן פארשידינע מיטלען צו פארמעקן די אינהאלט פין א הארד דרייוו איינס פין די וועגן איז מיט א שטארקע מעגענאט ווען מען וועט עס צילייגן צי א הארד דרייוו וועט אינגאנצן פארמעקן אלעס וואס איז דארט געווען.

עס איז פארהאן שטארקע קונקערירענדע פירמעס איבערן באניץ פין זייער או עס אדער אפרעטינג סיסטעם, פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע פין קאמפיוטער און לעפטאפ או עס קונקערענטן
1) מייקראסאפט ווינדאוס מיט א 69% באנוצער.
2) עפל מעק מיט א 17% באנוצער.
3) גאגעל קראום או עס מיט א 3.3% באנוצער.
4) לינאוקס (אן גאגל קראום או עס) מיט 2.9% באנוצער.
די מערסט באנוצטע ווינדאוס איז ווינדאוס 10 עס אפרירט אזויפול ווי אויף 1.4 ביליען קאמפיוטערס, עס ארבעט מיט די מערסטע הארדוועיר און סאפטוועיר.

איך האף ביזט קליגער געווארן מיט עפעס, אדער כאטש אויסגעקלארט.
הצלחה מיט שמחה!
צום ווידער זעהן בקרוב!

אויב זעהסטו ערגעץ ווי איך בין נישט ריכטיג, אדער די האסט א ספעציפישע טערמין וואס דו ווילסט וויסן, ביטע קלאפן אויף מיין פריוואטע צומער, יישר כח.

צוויי הערות איינס chrome os איז א לינוקס os, לינוקס איז נישט קיין ספעציפישע os נאר עס איז א kernel וואס נעמט אריין הונדרעטע os, די market share פין לינוקס איז סאך מער פין 2.9% ווייל די נומער וואס די ברענגסט רעכנט נאר אריין דעסקטאפס אין לעפטאפס אבער רעכנט נישט אריין סערווערס וואס רוב ארבעטן מיט לינוקס
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4648
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6160

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך שמח »

וואס איז א kernel?
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 877
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1923

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

וויאזוי גייט צו א הארדווער פאסירונג מיט א סעפטווער אינהאלט (פיזישע פאסירונג מיט גייסטישע אינהאלט)?

אה, הערט א מעשה שהי'. נעכטן שטיי איך ביי א חתונה מיט מיין שטריימל (ס'שיין?), און איך שפיר א קלאפ אין פלייצע. כדריי זיך אויס, און יענער זאגט מיר "שכוח! ס'איז א געשמאק פלאץ!".

זעענדיג אז איך קוק ווי פון די לבנה, מורמלט ער הויעך אויפן קול (שוין אמאל געהערט אזאנס?) און זאגט מיר "אלף בית"!

א שיינע התגלות געווען דאס, און א געשמאק זיך צו טרעפן לעבעדיג.
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 335

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

@תרי בדחנא א גרויסן יישר כח פאר דיינע גוטע הערות!
איר זענט 100% גערעכט מיט ביידע הערות, איך פרוביר זיך צוהאלטן צו אלף בית... אן עס מאכן קאמפליצירט, איך האב עס פארט דערמאנט, קאמפיוטער האב איך זיך באצויגן צו דעסקטאפ פי סי, און ביי לינוקס אן גאגעל קראום האב איך געמיינט אלע אנדערע צום ביישפול; MX Linux, Zorin OS, Manjaro.
אלף טויב האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:28 am עס איז פארהאן שטארקע קונקערירענדע פירמעס איבערן באניץ פין זייער או עס אדער אפרעטינג סיסטעם, פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע פין קאמפיוטער און לעפטאפ או עס קונקערענטן
1) מייקראסאפט ווינדאוס מיט א 69% באנוצער.
2) עפל מעק מיט א 17% באנוצער.
3) גאגעל קראום או עס מיט א 3.3% באנוצער.
4) לינאוקס (אן גאגל קראום או עס) מיט 2.9% באנוצער.
די מערסט באנוצטע ווינדאוס איז ווינדאוס 10 עס אפרירט אזויפול ווי אויף 1.4 ביליען קאמפיוטערס, עס ארבעט מיט די מערסטע הארדוועיר און סאפטוועיר.
(אגב די נומערן קומט פון StatCounter א וועב טרעפיק אנעליסט וועבסייט, עס טוישט זיך אפט.)

אלענפאלס, א גרויסן יישר כח פאר דיין הערות, עס איז אלעמאל געשמאקער מיט א בדחן ביים טיש!
תרי בדחנא
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 11:26 pm
x 2

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך תרי בדחנא »

שמח האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 10:41 pm וואס איז א kernel?
א kernel איז די סאפטווער וואס קמיוניקורט מיט די הארדווער, ווען די ווילסט עפענען א פייל דארף די file manager בעטן די kernel צי לאדען פין די הארד דרייוו, ווען די ווילסט מאכן א חשבון דארף די calculator בעטן די kernel אפיר צו נעמען די cpu, בקוציר די kernel קאנטרעלירט די הארדווער אין ווען אן עפפ דארף עפעס פין די הארדווער דארף ער זיך ווענדן צים kernel
תרי בדחנא
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 11:26 pm
x 2

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך תרי בדחנא »

אלף טויב האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:44 pm @תרי בדחנא א גרויסן יישר כח פאר דיינע גוטע הערות!
איר זענט 100% גערעכט מיט ביידע הערות, איך פרוביר זיך צוהאלטן צו אלף בית... אן עס מאכן קאמפליצירט, איך האב עס פארט דערמאנט, קאמפיוטער האב איך זיך באצויגן צו דעסקטאפ פי סי, און ביי לינוקס אן גאגעל קראום האב איך געמיינט אלע אנדערע צום ביישפול; MX Linux, Zorin OS, Manjaro.
אלף טויב האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:28 am עס איז פארהאן שטארקע קונקערירענדע פירמעס איבערן באניץ פין זייער או עס אדער אפרעטינג סיסטעם, פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע פין קאמפיוטער און לעפטאפ או עס קונקערענטן
1) מייקראסאפט ווינדאוס מיט א 69% באנוצער.
2) עפל מעק מיט א 17% באנוצער.
3) גאגעל קראום או עס מיט א 3.3% באנוצער.
4) לינאוקס (אן גאגל קראום או עס) מיט 2.9% באנוצער.
די מערסט באנוצטע ווינדאוס איז ווינדאוס 10 עס אפרירט אזויפול ווי אויף 1.4 ביליען קאמפיוטערס, עס ארבעט מיט די מערסטע הארדוועיר און סאפטוועיר.
(אגב די נומערן קומט פון StatCounter א וועב טרעפיק אנעליסט וועבסייט, עס טוישט זיך אפט.)

אלענפאלס, א גרויסן יישר כח פאר דיין הערות, עס איז אלעמאל געשמאקער מיט א בדחן ביים טיש!
איך בין א לינוקס פען אין ווען איך האב געזען ווי די שאצט אינטער די לינוקס באנוצער האב איך געמוזט זיך אנעמען פאר בית רבינו

אין אז מרעט שוין מיטן ידען אפשר לערן אינז אויס די חילוק צווישן די פארשידענע פראגרעמינג שפראכן
א גרויסע שכוח פארן אינז אויסלערנען די אלף בית
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 335

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

@תרי בדחנא די לויפסט זייער שנעל איך האלט ביי א' ב'...
די האסט אויסגעזאגט פאר דער עולם אז עס איז דא מער ווי איין שפראך...
מיר וועלן נאך צריקומען מיטן אייבערשטן'ס הילף מער בעריכות.

אבער לאמיר דיר אביסל פארענטפערן דיין פראגע, עס איז פארהאן צווי סארט שפראכן הויעכע שטאפל, און נידריגע שטאפל, הויעכע שטאפל וועט זיין גרינגער פארן שרייבער און שווערער פארן מעשין, מיט ווייניגער קאנטראל.
נידריגע שטאפל וועט זיין פארקערט, שווערער פארן שרייבער מיט פולער קאנטראל, און גרינגער פארן מעשין.
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 335

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

ב' כי תבא, יא' אלול תשפ"ג

א גוטן אווענט טייערע ברודער! וואס טוט זיך? וואס מאססטו עפעס גוטס?
מיר זאגן יעדען אונדערפרי ביים דאווענען, המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית, לאמיר פרובירן געדענקן שטענדיג, ווען אלעס קלאפט איז עס נישט ביי דיפאולד, איינער איז משפיע!

לאמיר גיין א ביסל ווייטער מיט די א' ב', האלט מיר אינמיטן ארום שפאצירן ביי טערמינען וואס האבן מיטן קאמפיוטער טעכנילאגיע.

פרישע אלף בית…

ט') סי פי יאו (CPU).
סענטערל פראסעסער יוניט, דאס איז א מעכענישט שטיק וואס פירט דורך מאטעמאטישע אויפגאבעס, אויף א פיזישע פארנעם, עס וועט נעמען אינפערמאציע פון אלע חלקים וואס זענען געבינדן מיטן קאמפיוטער ווי צום ביישפול די מייזל, און קיבאורד, און פאלגן זייער באפעלען.

י') מעלעוועיר (malware).
יא דער שרעקעדיגער ווארט איז טייטש, א סאופטוועיר וואס ארבעט אקעגן דיין אינטערעסן דעוועלפט ביי סייבער קרימענאלן באקאנט אלץ העקערס, צו אטעקירן וועם אימער זיי קענען נאר, אויף וועלכער אויפן נאר מעגליך, ווי צום ביישפול, קאמפיוטער וויירוס'עס, וואס איז צו אנזייען כאס. אדער ספייוועיר, צו שפיאנירן. צו גאר רענסעמוועיר, צו לייגן א האנט אויף יענעמס גאנצע דיזדעטאלע האב און גוטס.

לאמיר זעהן אביסל ווייטער פון אלף…

אלטע סי פי יאו'ס פלעגן אפרירן דורך וועקיום פייפס וואס פלעגט ניצן גאר אסאך פיזישע פלאץ און עלעקטרעציטעט,
און כמעט אין א יעדער עלעקטעראונישע דיווייס געפינט זיך א סי פי יאו,
היינטיגע פירן דורך עטליכע אפעראציעס אויף איינמאל,
די עלעקטעראנישע סיגנאלן אונווייניג לויפן צווישן 75% און 90% אזוי שנעל ווי ליכט וואס איז בערך 670,616,629 מייל פער שעה.

דער גרעסטער סייבער אטאקע איז פארגעקומען אויף א לענדעל וואס הייסט עסטאניע אין יאר 2007 למספרם, דער אטאקע האט אראפגעברענגט רוב רעגערונג, העלט און אינטערנעט פראוויידערס וועבסייטס און פארטאלס (די חלק וועב וואס די ארבעטער נוצן פאר זייער ארבעט), עס איז פארגעקומען און א אפענטפערונג צו די רעגירונג פארן אוועק נעמען א סאוויעטישער מלחמה מאנומענט.
דער פאראייניגטע שטאטען האט אריינגעשטעלט אונעם באדטשעט פון 2023 למספרם 10.89 ביליאן דאלער פאר סייבער סעקיורעטי,
פרעזעדענט ביידען האט געלאזט און גאנג א עי איי סייבער טשעלענטש צווישן די גרעסטע פירמעס אין די פאראייניגטע שטאטן ווי מייקראסאפט, גאגעל, אפען עי איי, אא"וו. צו פארזיכרען די אונפעסטראטשער, מיט אזויפול ווי 20 מיליאן דאלער און פרייזעס. האסט חשק צו אנטיילנעמען דריק דא.

שרייב פאוסט