אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 285

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

אנדערער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 8:42 am
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 8:17 am
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:41 am @נקודות טובות ווען איינער שטייט אויף דעם באלעמער אן דעם אונטער העמד און וויל מאכן דערפון א סטייל איז לשון הרע צו זאגן וואס ער טוט?
אפשר דער רב פון יענע ביהמ"ד וואו די באלעמער געפונט זיך דארף מעורר זיין. אבער אונז מענטשעלעך זיכער אז נישט.
און ווען יענער טיילט דראגס פאר קינדער זאל ער עס אויך לאזן פאר דעם רב צו מעורר זיין?
דאס איז נישט געווען דיין ארגינעלע קשיא...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9374

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 9:05 am
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 8:42 am
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 8:17 am

אפשר דער רב פון יענע ביהמ"ד וואו די באלעמער געפונט זיך דארף מעורר זיין. אבער אונז מענטשעלעך זיכער אז נישט.
און ווען יענער טיילט דראגס פאר קינדער זאל ער עס אויך לאזן פאר דעם רב צו מעורר זיין?
דאס איז נישט געווען דיין ארגינעלע קשיא...
אבער דאס איז די אריגינעלע מציאות...
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2368

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך אנדערער »

למאי נפקא מינא?

און אין פאל מיין אריגינעלע קשיא האלט איך אויך אז יעדער וואס איז דארט זאל שרייען אויף אים

איך רעד נישט פון א חולה נפש וואס האט באמת פארגעסן זיך אנצוטון איך רעד פון איינעם וואס וויל איינפירן א סטייל צו גיין אן א אונטער העמד. אפילו ער איז א חולה נפש
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4585

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך וואוילער »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 11:35 pm
עפעס איך האב געזעהן דארט רעדן איבער די לענג פון איינעמס בארד.... דער ייצר הרע וועט אויפקומען מיט יעדע תירוץ דיר צו מכשיל זיין מיט א לשון הרע, און נאך ברבים, און נאך אויף א סייט וואס איז לשמו ולזכרו פונעם הייליגען חפץ חיים. לאז אים נישט האקן אין קאפ מיט פאלטשע אידישקייט קנאות! דאס מיינט אז שוחט חייב משום צובע, די גרעסטע עבירה, אבער ער מאכט דיר מיינען אז ס'איז א מצוה!

אין א סייד נאוט. דו האלטסט א רגע אז מיט דעם וואס מען רייסט איינעם דא אראפ וועט ער טוישן זיין סטראטעגיע? אויב נישט וואס איז די פוינט? ווער עס איז ממאס גשמיות איז ממאס סיי ווי, און ווער נישט וועט א פאוסט אויף אידטיש אים נישט מחזיר בתשובה זיין. זאג א קאפיטעל תהלים און דו ביסט פארטיג מיט דיין השתדלות. מען טונקט זיך אין שמוץ מיט א תירוץ אז מען שטעלט דעם דור אויף די רעלסן.... עס איז נישט דיין טעיסט, קויף עס נישט. אויב בעהט דיר דער זינגער א מיינונג, זאג אים וואס דו האסט צו זאגן. אבער אראפרייסן אויף א פאבליק פלאטפארמע?? הישמע כזאת?? דא אויף אידטיש, דא איז די פלאץ וואו מען איז מדריך דעם דור?

ימות ההבדל בין גברא לחפצא. מתוך גנותו בא לידי גנותו. דאס אז אן הבטחה. נישט דא קיין צוויי וועגן אין דעם. זיי ממאס גשמיות ביי דיר אינדערהיים, אדער דא אויף אידטיש ווען עס איז נישט פון א יחיד. וואס דען איז די איסור פון לשון הרע אויב נישט דאס?

@צייטווייליג כה לחי! כי לך נאה כי לך יאה! א מוסטער פון אן אחראי! ממך ילמדו וכן יעשו!
@נקודות טובות
לענ"ד איז דעס א מיש מאש פון איסור לשון הרע און די שכל'דיגע טענה צו יענער וועט זיך טוישן, און אויב ס'גענוג אז איך פשוט קויף עס נישט.

ווילאנג דו ווילסט מיך פארהאלטן מיטן חפץ חיים, ידך על העליונה, אבער מיש עס נישט אויס מיט די אנדערע טענות, איך האלט אז די יעניגע וואס פאר'תמ'ן די מוחות פון אונזערע קינדער, דארפן בעצם ווערן אראפגעריסן און מ'דארף ארויסברענגען אן אפשיי סיי צו די נגינה (סאו קאלד) און סיי צו די גאנצע התנהגות.

יא! א ווארטזאגער פאר די אינגווארג מיט אזא סארט בארד און פיאות, איז א זאך וואס טאר נישט זיין קיין נארם.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9582

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך ווייס נישט וואס מ'האט געמעקט, איך קען נאר רעאגירן לויט וואס איך ליין דא.

איינער וואס גייט 'פובליק' מיט א געוויסע זאך, למשל ער לייגט ארויס א בילד פון זיך, און איינער שפירט אז ס'איז מגושם, הייסט עס נישט 'גערעדט פון א פריוואטע מענטש'. דער מענטש האט דאך דאס געלייגט פובליק, ווייל ער האלט אז דאס איז א שטאלץ, און מיך מעג באדערן פארוואס דאס איז א שטאלץ און אויסרופן "מורי ורבותי, ס'איז נישט".

לדעתי דעת תורא.
חיים יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 98
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
x 159

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך חיים יוסף »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:46 pm איך ווייס נישט וואס מ'האט געמעקט, איך קען נאר רעאגירן לויט וואס איך ליין דא.

איינער וואס גייט 'פובליק' מיט א געוויסע זאך, למשל ער לייגט ארויס א בילד פון זיך, און איינער שפירט אז ס'איז מגושם, הייסט עס נישט 'גערעדט פון א פריוואטע מענטש'. דער מענטש האט דאך דאס געלייגט פובליק, ווייל ער האלט אז דאס איז א שטאלץ, און מיך מעג באדערן פארוואס דאס איז א שטאלץ און אויסרופן "מורי ורבותי, ס'איז נישט".

לדעתי דעת תורא.
שטארק פארעלטערט, העמער מיזן רעדן מיט מער רעספעקט
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 400
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 679

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך וואלף »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 11:00 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 10:45 pm בעצם קען זיין מברויך יא קענען רעדן אזוי, ווייל א סעלעברעטי האט למעשה א שטידל איינפלוס, ברויך מען אפשר יא עפנטליך ממאס זיין מגושמים?

אדער אפשר ווער פרעגט אונז?
בארעדן א יחיד? ברבים?? לכתחילה??? מיט א תירוץ אז מען דארף ממאס זיין גשם???? איז דאס אין איינקלאנג מיט'ן הייליגער חפץ חיים????? איז גשם גענוג תירוץ צו געבן די גרינעם ליכט? דארף מען פאר דעם א דעת תורה?
תינוקות של בית רבן ווייסן דאס! אסור אסור אסור!!!
דא איז דער חפץ חיים
פיילס
Capture.PNG
Capture.PNG (145.74 KiB) געזען געווארן 811 מאל
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 285

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:46 pm איך ווייס נישט וואס מ'האט געמעקט, איך קען נאר רעאגירן לויט וואס איך ליין דא.

איינער וואס גייט 'פובליק' מיט א געוויסע זאך, למשל ער לייגט ארויס א בילד פון זיך, און איינער שפירט אז ס'איז מגושם, הייסט עס נישט 'גערעדט פון א פריוואטע מענטש'. דער מענטש האט דאך דאס געלייגט פובליק, ווייל ער האלט אז דאס איז א שטאלץ, און מיך מעג באדערן פארוואס דאס איז א שטאלץ און אויסרופן "מורי ורבותי, ס'איז נישט".

לדעתי דעת תורא.
געב ארויס א געהעריגע חפץ חיים מיט א ביאור...

דהיינו, ס’איז דא א סיבה פארוואס רבי ישראל מאיר הכהן פון ראדין זצ"ל האט זיך געפלאגט צו ברענגען מקורות
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1203
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 1914

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך פשוט און גראד »

סאו בעיסיקלי,
פיזיקעל עדס אין די מאגאזינען/צייטונגען - ק"מ עדס ודי למבין - ווירטואלע עדס ווי למשל אביסעל סטעטוס - אין פארשטייט זיך אינטער א שלייער פון ארט/פרנסה - אין ס’איז בפומבי פאר יעדע עלטער. דעיס איז מותר שאאאר..

אויב אבער ח"ו מגיט א קאמענט מיט אביסעלע אידישע געפיל צוגעלייגט, דאן איז מען די בעל עבירה, עקסטרעמיסט, וכד’

די אידישקייט גליון איז א פראבלעם - הבדלה איז אויכט א פראבלעם. וכו’

איי מיען ווער סעט די רולס וואס ס’מיינט גיט אדער פארקערט,
קאמאן#
עניוועי#
גלות סינדראם#

נו שוין..
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1093
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3672

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

עס איז באקאנט די מעשה מיט שיניאווער רב ביים ישועות יעקב ווען ער האט אים פארגעהאלטן אז זיין אייניקל גייט מיט אפענע האר - דאס מיינעך איז געווען די עבירה - און ווען דער ישועות יעקב האט געפרעגט פארוואס ער האלט אים פאר אזוי ברבים האט שיניאווער רב גענטפערט "ווען זי גייט אזוי נאר באהאלטן וואלט איך אויך געזאגט נאר באהאלטן, אבער זי גייט אזוי ברבים און איך זאל נישט טארן רעדן ברבים?
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 578
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1043

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך בן תורה »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 3:18 pm עס איז באקאנט די מעשה מיט שיניאווער רב ביים ישועות יעקב ווען ער האט אים פארגעהאלטן אז זיין אייניקל גייט מיט אפענע האר - דאס מיינעך איז געווען די עבירה - און ווען דער ישועות יעקב האט געפרעגט פארוואס ער האלט אים פאר אזוי ברבים האט שיניאווער רב גענטפערט "ווען זי גייט אזוי נאר באהאלטן וואלט איך אויך געזאגט נאר באהאלטן, אבער זי גייט אזוי ברבים און איך זאל נישט טארן רעדן ברבים?
די מעשה איז געווען זי איז געגאנגען מיט א שייטל...
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2368

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך אנדערער »

פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 2:47 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:46 pm איך ווייס נישט וואס מ'האט געמעקט, איך קען נאר רעאגירן לויט וואס איך ליין דא.

איינער וואס גייט 'פובליק' מיט א געוויסע זאך, למשל ער לייגט ארויס א בילד פון זיך, און איינער שפירט אז ס'איז מגושם, הייסט עס נישט 'גערעדט פון א פריוואטע מענטש'. דער מענטש האט דאך דאס געלייגט פובליק, ווייל ער האלט אז דאס איז א שטאלץ, און מיך מעג באדערן פארוואס דאס איז א שטאלץ און אויסרופן "מורי ורבותי, ס'איז נישט".

לדעתי דעת תורא.
געב ארויס א געהעריגע חפץ חיים מיט א ביאור...

דהיינו, ס’איז דא א סיבה פארוואס רבי ישראל מאיר הכהן פון ראדין זצ"ל האט זיך געפלאגט צו ברענגען מקורות
גיב א קוק איין פאוסט פאר דיינס. קיינער איז נישט דזשעליס דעם לא לנו וואס איז זיך אזוי מבזה לעין כל. מען וויל נאר טאקע אז דאס זאל נישט ווערן די יארן

100% אויסגעהאלטן לויט דעם חפץ חיים
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3731

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך נקודות טובות »

ס'איז מיר שווער צו ציטירן יעדן באזונדער אבער קודם א דיסקלעימער. באמת איז די פאוסט שוין געשריבען געווארן היינט 3:30 נאכמיטאג. נאר אזוי ווי איך בין געווען אויפגערעגט און אנגעהיצט בשעת'ן שרייבן האב איך דאס נישט געשיקט. איך האב עס געוואלט איבערליינען מיט ישוב הדעת און אריינקומען די ווייניגסטע בייסיג און דאס מערסטע שכל'דיג. און איך האב יעצט געארבעט א לענגערע צייט צו צענזורירן מיין ארגינעלן פאוסט, און אסאך אסאך געשניטן דערפון. עכ"ז אויב שפירט איינער אז איך בין פוגע אין כבוד פון סיי וועמען, זאל מיר ביטע ביטע לאזן וויסען באישי, און איך וועל תיכף פארמעקן יענע שטיקעל.

1) קודם כל אן הקדמה. איך ווייס נישט איבער וועלכע סידי די מדובר דא איז, און ניטאמאל ווייס איך ווער דער זינגער איז. איך האב דעם סידי נישט געהערט, און איך פלאן עס נישט צו הערן, און ניטאמאל געהערט די קליפס וואס מען האט ארויפגעשטעלט אין יענע אשכול. און איך וועל אייך זאגן נאך מער, יעצט בשעת'ן שרייבן געדענק איך ניטאמאל ווי אזוי די סידי הייסט, און ווי אזוי דער זינגער הייסט, און וועלכע טעמע דאס איז געווען. עס קען זיך הערן אינטערעסאנט, אבער יעדער האט נושאים וואס אינטערעסירט אים בכלל נישט, און די אינפערמאציע דערפון גייט בכלל נישט אריין אין קאפ. דאס איז די מציאות ביי מיר ווען מען רעדט פון נייע סידיס. איך בין אזוי נישט נייגעריג אין די נושא, אז ניטאמאל ווייס איך ווער וואס ווען. און א מינוט נאכן ליינען דערוועגן געדענק איך נישט קיין ווארט וואס איך האב געליינט.

איי פארוואס רעד איך אריין? איז אזוי. איך האב נעכטן אין די אקטיווע טעמעס געזעהן אז עס איז דא א טעמע איבער עפעס א נייע סידי, האב איך געוואלט כאפן א בליק וואס די מדובר איז. הגם עס איז מיר בכלל נישט אינטערעסאנט, דאך האב איך ליב צו וויסן וואס טוט זיך אויף דער וועלט, פונקט ווי איך כאפ א בליק מזמן לזמן אין געוויסע נייעס אשכולות. ממילא אז ס'איז ארויס א נייע סידי לאמיר כאפן א בליק וואס די מדובר איז. ליינענדיג דארט בין הדברים האט איך באמערקט געוויסע פאוסטס וואס האט מיר זייער געבאדערט. די אופן ווי אזוי געוויסע האבן דארט ראגירט, האט מיר שטארק געשטערט. איך האב געשפירט אז דאס איז נישט אידישלעך, און נישט דאס איז וואס די תורה פארלאנגט פון אונז. איי וועט די הנהלה פרעגן אז אויב איך זעה זאכן וואס קוקן מיר אויס נגד התורה פארוואס האב איך נישט באריכטעט? זיי זאגן דאך כסדר if you see something say something. איך קען ענטפערן אסאך תירוצים, אבער דער אמת איז אז קיין איין תירוץ איז נישט גענוג גוט. און ווען מען זעהט א פאוסט וואס קוקט אויס צו זיין כנגד התורה דארף מען דאס טאקע באריכטען. איינמאל עס איז באריכטעט דארף די הנהלה באשליסן צו דאס איז אויסגעהאלטן, און וואס צו טוהן מיט דעם.

איך באצי מיך אך ורק צו די פאוסטס וואס איך האב געזעהן, און מיין ציל איז כלל נישט צו פארטיידיגען סיי וועמען. ווייל ווי געזאגט ווייס איך אפי' נישט ווער דער נידן דידן איז.

2) די ערשטע זאך דארף מען געדענקן וואס איז אידטיש בכלל, און וואס איז די ציל דערפון. אידטיש איז א פלאטפארמע געשטעלט צו פארברענגען און זיך אויסליפטערן, שמועסן על דא ועל הא, נייעס'לעך, היסטאריע, טעכנעלאגיע, דברים העומדים על הפרק, העלפן איינער דעם אנדערן, און להבדיל שמועסן אין תורה'דיגע ענינים. אידטיש איז אין קיין פאל נישט א פלאץ וואס איז געאייגענט אויף צו בארעדן, אדער מחנך זיין סיי וועמען. א נושא וואס איז בבחינת אידילאגיע, איז טאקע דא די פלאץ זיך אויסצושמועסן. און מען קען זיך טענה'ן איבער דעם בדרכי נועם. די מינוט וואס א שמועס גייט אריבער פון פשוטע אידילאגיע, צו פערזענליך בארעדן יחידים באלאנגט דאס נישט אויף אידטיש. יעדער וואס געפונט זיך דא אויפן פלאטפארמע איז בבחינת דעת בעל הבית, און בשום אופן זענען מיר נישט געשטעלט צו פסק'נען סיי וואס, און אודאי און אודאי ווען עס קומט צו א נושא וואס אידיש בלוט איז אין דעם פארמישט. דאס זענען פשוטע זאכן וואס יעדער איינער פארשטייט. און פאר ווער עס פארשטייט דאס נישט אליינס האבן דאס די מנהלים אריינגעשטעלט אין די פארשריפטן וואס ליינט זיך ווי פאלגענד. "ואהבת לרעך: אידטיש טאר נישט גענוצט ווערן ח"ו צו ארויסלייגן לשון הרע אויף א יחיד, און אודאי נישט קיין שום שפעט ווערטער אויף רבנים וכדו'. (א פאל וואס רבנים שטיצן אונטער דאס שרייבן קעגן א יחיד, דארף עס עקסטערע רשות פון די מערכת)"

3) ווען עס קומט צו נושאים וואס נעמט אריין דעם בין אדם לחבירו, זענען די גדרים זייער זייער האקעל. ווייל זיך שפילן מיט אידיש בלוט איז דאס הארבסטע וואס איז שייך. בפרט איז די נושא געווען גאר הארב ביי רבינו הקדוש בעל חפץ חיים. איך דארף ניטאמאל, און איך קען אפי' נישט ציטירן שטיקלעך פונעם ספר חפץ חיים איבער די נושא דא. ווייל די שמועס דא און די קאמענטארן דארט איז געווען בניגוד צו יעדע מאמר וואס דער חפץ חיים האט נאר אמאל געשריבן.

איך וויל אייך פרעגן א שאלה. שטעלט אייך פאר ווען דער חפץ חיים זעלבסט זאל זיין דער מנהל דא און ער זאל צענזורירן די פאוסטס, וואלט ער דאס צוגעלאזט? וואלט אזא שמועס אים ניחא געווען? וואלט ער אפגעקויפט די אלע תירוצים וואס דא איז ג'ענטפערט געווארן? די תירוץ איז זיכער אז נישט. ווען ער זאל זעהן אז די נושא איז בכלל אפען פאר דיבאטע, וואלט ער פארמאכט דעם פארום יענעם טאג! זהירות בעניני בין אדם לחבירו איז א נושא אויף וואס ער האט זיך מוסר נפש געווען כל ימיו, און האט געווידמעט אויף דעם עטליכע ספרים. דאס אראפ רייסן א יחיד אויף א פאבליק פלאטפארמע, איז בניגוד צו יעדן כלל וואס ער שטעלט אראפ אין זיינע ספרים.

4) דער חפץ חיים איז מסביר אין די הקדמה, אז די חורבן בית המקדש איז געקומען צוליב שנאת חינם און אויב אזוי איז דאך קלאר אז די אריכות הגלות איז דאס אויך דער גורם. שנאת חינם מיינט נישט פיינט האבן יענעם פאר גארנישט, שנאת חינם מיינט פיינט האבן און בארעדן איינעם וואס די תורה לאזט דיר אים נישט פיינט האבן, און די תורה לאזט דיר אים נישט בארעדן. די ייצר הרע וועט קיינמאל נישט זאגן פאר א מענטש גיי זינדיג, ער וועט דאך אים נישט פאלגן. סא וואס טוט ער? ער וועט איינרעדן דעם מענטש אז ער טוט גאר א מצוה. דער מענטש מיינט טאקע אז ער איז פנחס וואס איז מקנא קנאת ד', אבער אין פאקט דינט ער זיין ייצר הרע בתמימות.

עס איז ליידער דא היינט גענוג מחלוקת שלא לשם שמים, וואס ברענגט לשון הרע, מוציא שם רע, רכילות, הלבנת פנים, היזק ממון ושאר מראין בישין. דארף טאקע אידטיש אויך ווערן א חלק פון דעם? פארוואס דארף מען פארוואנדלען אזא שיינע און ריינע פלאץ ווי אידטיש אלץ נאך א שמוציגע פלאטפארמע? דארף מען געבן בשתי ידים יעדע חלק פון אונזער לעבן פאר דעם מלך זקן וכסיל?

5) אוועקמאכן די ארבעט פון א פראדוסער ברבים, צו זאגן אויף א פראדוסער אז ער טויג נישט אדער אז זיין ארבעט איז גארבידזש איז לשון הרע במלא מובן המילה. סיי דאס עצם בארעדן, און ווי אויך דאס גורם זיין חלילה א היזק ממון שלא בכוונה (אדער גאר בכוונה??) דא איז נישט קיין פלאפארמע וואו זינגערס שמועסן זיך צענויף, און מען קען נישט זאגן אז דאס איז לתועלת. ווען איינער וויל ארויסגעבן א סידי און ער ווענדט זיך צו אייך פאר א מיינונג לגבי א ספעציפישע פראדוסער, איז עס דאך לתועלת. קענט איר אים זאגן אייער מיינונג. אבער סתם אוועקמאכן די ארבעט פון איינעם, איז דאך בניגוד לכל סעיף קטן פונען ספר חפץ חיים. נישטא קיין ענטפער דערצו! על זה נאמר ארור מכה רעהו בסתר!

6) רעדן שלעכטס אויף א צווייטענס פראדוקט ווואס איז נישט דיין טעיסט, איז לשון הרע! ענד אף סטארי! איך ווייס אז איז שווער, אבער פאר דעם זענען מיר דאך אידן. ווען מען שרייבט אויף א פאבליק פלאטפארמע אויף א סידי אז דאס איז שלעכט, טוט איר וויי א צווייטן. יענער האט אריינגעלייגט ארבעט אין דעם. פארוואס טוט איר עס? אויב עס איז נישט לפי אייער טעיסט, קויף עס נישט. אבער פארוואס פאבלעצירן? וואס איז די אויפטוה? גייט זיך יעצט איינער אפהאלטן פון דאס הערן ווייל איר האט געשריבען אז איר גלייכט עס נישט? ווען איר קויפט עסן פון א קאמפעני און איר גלייכט עס נישט, פארשטייט איר אליינס אז מען קומט נישט ארויף אויף א פאבליק פלאטפארמע שרייבן אז די עסן פון קאמפעני אבג איז גרויליג. איר קענט שרייבן אז איר גלייכט בעסער די עסן פון קאמפעני דהו, און דערנאך קען מען אנהויבען דן זיין צו דאס איז בכלל פון אבק לשון הרע. איר קענט אפילו שרייבן אז איר פערזענליך גלייכט נישט זייער עסן. אבער סתם באשמיצן? פארוואס? וואס איז דער היתר? דאס איז דאך פשוט לשון הרע!

7) נעמען א יחיד און אים באשמירן פאר דעם וואס זיין בארד איז נישט די זעלבע סייז ווי דיינס איז אסור, און א סתירה קעגן יעדע סיעף קטן פון ספר חפץ חיים! אונזערע רבי'ס האבן טאקע שטארק מקפיד געווען נישט צו רירן דאס בארד, און דעפאר וואלט איך מיך נישט געוואלט משדך זיין מיט איינער וואס שערט זיך די בארד. און אזוי אויך וואלט איך נישט געוואלט אז מיינע קינדער זאלן ליינען ארטיקלען, אדער הערן דרשות פון אזעלכע. אבער חס ושלום צו נעמען א יחיד אויפן צימבעל דערפאר ברבים! האבן ענקערע רבי'ס דאס געטוהן? האבן אייערע רבי'ס גערעדט קעגן יחידים נאך מיט א נאמען?

8) @וואלף איך האב נישט קיין השגה וואס איר ברענגט דא, און איך בין דן לכף זכות די אלע וואס האבן דיר געלייקט אז זיי קענען נישט קיין לשון הקודש. אדער אז זיי האבן נישט געזעהן די פאוסטס אין יענע טעמע.

געוואלד געשריגען!! דער חפץ חיים שרייבט דא אז מען מעג בארעדן א איד אויף א פאבליק פלאטפארמע? יזדעזע עולם ומלואה!!! אזוי ארויסצונעמען ווערטער פון קאנטעקסט?? איך וועל נישט זאגן אויף אייך די מאמר פון מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, אבער ביטע ביטע, קוק וואס דו ברענגסט נאך! דער חפץ חיים רעד דא פון בארעדן איינעם? קוק אריין אין אות ט' איין אות פאר די שטיקעל וואס דו ברענגסט נאך. חס ושלום, מען טאר נישט!

אין אות ט' שרייבט ער אזוי. דְּאָסוּר לְגַנּוֹת אֶת חֲבֵרוֹ לְסַפֵּר עָלָיו מִדּוֹת הַמְגֻנּוֹת שֶׁיֵּשׁ לוֹ, כְּגוֹן שֶׁרָאָה עָלָיו שֶׁנִּתְגָּאָה, אוֹ כָּעַס בְּדָבָר שֶׁלֹּא כַּהֹגֶן אוֹ שְׁאָרֵי מִדּוֹת מְגֻנּוֹת...דְּאוּלַי אֵינוֹ יוֹדֵעַ אֶת חֹמֶר אִסוּרָן, כִּי בֶּאֱמֶת זֶה אָנוּ רוֹאִין בְּחוּשׁ לְכַמָּה אֲנָשִׁים וַאֲפִלּוּ מִבַּעֲלֵי תּוֹרָה, שֶׁאֵין מַחֲזִיקִּין הַמִּדּוֹת הָרָעוֹת הָאֵלּוּ לְאִסוּר גָּדוֹל כָּל כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁהֵם עַל פִּי אֱמֶת לַמִּתְבּוֹנֵן בָּהֶם בַּכְּתוּבִים וּמַאַמְרֵי חֲזַ"ל, רַק לְדָבָר שֶׁאֵינוֹ הָגוּן סְתָם, וְאוּלַי גַּם הַחוֹטֵא הַזֶּה דַּעְתּוֹ כֵּן, וְאִם הָיָה יוֹדֵעַ אֶת חֹמֶר אִסוּרָן כְּמוֹ שֶׁהֵם, אֶפְשָׁר שֶׁהָיָה מִתְחַזֵּק בְּכָל כֹּחוֹתָיו שֶׁלֹּא לַעֲבֹר עֲלֵיהֶן וְאַדְּרַבָּה, אִם רוֹאֶה אוֹתוֹ שֶׁהֻרְגַּל בְּאַחַת מֵהַמִּדּוֹת הָרָעוֹת הַנַּ"ל, יֵשׁ לוֹ לְהוֹכִיחוֹ וּלְהַצִּיעַ לְפָנָיו אֶת חֹמֶר אִסוּרָן, וּבָזֶה יְקַיֵּם מִצְּוַת עֲשֵׂה דְּ"הוֹכֵחַ תּוֹכִיחַ אֶת עֲמִיתֶךָ", וְאֶפְשָׁר שֶׁיּוֹדֶה לוֹ שֶׁעַוְלָה הוּא עוֹשֶׂה, אֲבָל עַתָּה דַּרְכּוֹ יְשָׁרָה בְּעֵינָיו, וּכְמוֹ שֶׁנֶּאֱמַר "כָּל דֶּרֶךְ אִישׁ יָשָׁר בְּעֵינָיו" עַל כֵּן אָסוּר לְהַחֲזִיקּוֹ עַל יְדֵי זֶה לְרָשָׁע וְלֵילֵךְ לְסַפֵּר עָלָיו.

דאס שרייבט ער איין שטיקעל פריער. מען טאר נישט! מען טאר נישט! מען טאר נישט! בסך הכל וואס ער זאגט אז מען מעג איז צו זאגן פאר די קינדער און פאר די פריינט זיך צו היטן פון יענעם. אבער חס ושלום צו אויספויקן אויף א פאבליק פלאטפארמע! חס ושלום! דאס איז מלבין פני חברו ברבים, און דאס איז און כלל פון לשמוח לקלונו! דאס איז נישט לשום תועלת!

וואס יא, מען נעמט דעם קינד אין א זייט, און מען זאגט אים אז די טאטע וואס זיצט נעבן אונז איז זייער חשוב אבער נעבעך נעבעך האט ער א שלעכטע מידה פון כעס, און מען טאר זיך פון אים נישט אפלערנען. די טאטע האט א שלעכטע מידה פון קנאה, און ווען מען רעדט מיט אים ציפיל קען מען זיך חס ושלום אפלערנען. מען מעג רעדן מיט אים, אבער עס מאכן קורץ. אונז זענען אים נישט דן חלילה, און מיר פארשטייען נישט זיין ייצר הרע. אבער די מידה איז טריפה און מיר טאר'ן זיך נישט אפלערנען פון אים ח"ו.

איז דאס די נושא דא? זענט איר מדמה דאס זאגן פאר קינדער אדער גוטע פריינט זיך צו היטן פון איינעם, צו באשמיצן איינעם אויף א פאבליק פלאטפארמע? דאס מיינט דער חפץ חיים? שרייבן פוי פעך אויף א יחיד וואס אייערע ווערטער וועט ניטאמאל איינעם אפהאלטן פון הערן דעם ניגון? דאס איז דאך אן איסור גמור!

9) @דער תהלים איד אנשטאט מגלה זיין דעתך דעת תורא, זייט מקיים דעם ספי ליה כתורא און זעצט אייך לערנען די ספרי החפץ חיים. וואו איז דא אזא היתר? דער חפץ חיים איז דאך פייער קעגן די אלע אזוי גערופענע התירים פון לשון הרע אויף א דבר רבים. דאס איז דאך בכלל פון המלבין פני חברו ברבים! נישטא קיין היתר! נישטא! יענער נעבעך לעבט אין לאלא לענד, ער מיינט אז ער זעהט אויס שיין מיט א געשוירענע בארד. דערפאר? דערפאר דארף מען אים באשמיצן? נעבעך, ער איז א רחמנות. ער לעבט אין עולם התוהו. זאג א קאפיטעל תהלים און בעט דעם אויבערשטען אז ער זאל חונן דעת זיין דעם יעניגען. פארוואס דארפט איר אים באשמיצן? וואס איז די ציל דערפון?

10) הערט זיך אויף נער'ן מיט עצת היצר כאילו איר זענט דא לוחם זיין מלחמות ד'. זייט אפען מיט זיך אליינס דאס איז אך ורק עצת הייצר. בארעדן א איד וואס גלייבט אין די דרייצן עיקרים און איז נישט א מומר לדבר אחד איז פארבאטן! ווער עס זאגט פארקערט איז דער ייצר הרע זעלבסט! איר טוט ממילא גארנישט אויף דא מיט'ן בארעדן איינעם. זאגטס פאר אייערע קינדער נישט צו הערן דעם זינגער, און זאגט א קאפיטעל תהלים פארן זינגער און דאס איז עס. אייער השתדלות איז פארטיג! זייטס נישט קיין מזכי את הרבים יעצט! לאזט נישט די פאלטשע פרומען לבוש פונעם ייצר הרע אייך פארנער'ן! קומט מיר נישט מעמד זיין דעת על תילה מיט א פוי פעך תגובה. עס העלפט נישט. קיינער איז נאך נישט נתעורר געווארן דורך דעם.

11) הוכח תוכיח האט גדרים. ווען עס קומט להלכה למעשה, קען מען פון מעשיות פון קיין שום רב נישט ארויס פסק'ענען. עס איז דא א שלחן ערוך און דארט שטייט וואס מיר דארפן טוהן. וואס דער הייליגער שינאווער רב האט געטוהן ווייס איך נישט, און איך ווייס נישט צו די מעשה איז אמת. איך בין זיכער אז אלעס וואס דער היילגער שינאווער רב האט געטוהן איז געווען אויסגעהאלטען לויט יעדען סעיף קטן אין שלחן ערוך. אבער אויף למעשה דארפן מיר טוהן וואס שטייט אין שלחן ערוך. באשמיצן א איד אויף אידטיש איז נישט אין דעם כלל! און אודאי נישט די ערשטע סטעפ, און כל שכן על דעת עצמו דעת בעל הבית! דער שינאווער רב איז געווען דער שינאווער רב, און ער האט געוויסט וואס ער טוט. לשיטת הדברי חיים איז א שייטל אסור מדינא, און ווי אויך איז ביים ישועת יעקב איז נישט געווען קיין מוטב שיהיו שוגגין ואל יהיו.... צו מדמה זיין מילתא למילתא דארף מען א דעת תורה.

12) יענער טאר נישט טוהן דאס וואס ער טוט ברבים, און דער אויבערשטער פירט זיך זיין וועלט און ער זעהט אלעס. עס איז נישט מיין דאגה. אבער חס ושלום געבט דאס נישט קיין היתר פאר א צווייטען צו גיין נגד התורה און בארעדן א אידיש קינד ברבים! ווען איינער געבט דיר א פראסק און איז עובר אויף לא יוסיף, מיינט נאך נישט אז דו מעגסט צוריק געבן. הייבען א האנט אויף א צווייטען איז אסור אפי' ווען יענער טוט עס קודם. די אלע לאווין, עשות, ארורין וואס דער חפץ חיים רעכענט אויס טוישט זיך נישט ווען יענער טוט שלא כהוגן. אדרבה, טאקע דעמאלטס איז ווען עס איז נוגע! ווען יענער טוט כהוגן איז עס דאך א מוציא שם רע. לשון הרע איז דאך נאר ווען עס איז אמת.

13) ברוך המקום שמסר עולמו לשומרים. געלויבט השם יתברך האבן מיר דא אזא געטרייע אחראי ווי @צייטווייליג. איך בין מיך כסדר מצטער מתי יגיע מעשי למעשיו. הלואי הלואי זאל איך האבן זיין סענסעטיוועטי בעניני בין אדם לחבירו. איך בין נישט ריין, און ער האט מיר שוין טאקע געמעקט פאוסט וואס איז נישט געשריבען געווארן בדרך כבוד. און איך בין אים שטארק דאנקבאר! אז איך האב דא אזא מוסטער פאר מיינע אויגן, דאנק איך דעם אויבערשטען און איך בעט אז איך זאל מיך אפלערנען פון אים!
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9374

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 12:55 am
וואף! ווי נאר נקודות קען.

דאס דארף אריינגיין אין די אידטיש תקנות בוך... קלאר און דייטליך צונומען.

האסט איבערגעדרייט מיין בליק אויפן נושא.
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 285

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

הערליך!

@נקודות טובות !!!

קיפ איט אפ!
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3516
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10050

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך פליט »

@נקודות טובות
איך בין ליידיג פון ווערטער.

א גרויסן שכויח, אזוי קלאר אזוי קלאר.. אזויפיל אידטישקייט אין דיינע ווערטער!!
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3516
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10050

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך פליט »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 1:08 am
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 12:55 am
וואף! ווי נאר נקודות קען.

דאס דארף אריינגיין אין די אידטיש תקנות בוך... קלאר און דייטליך צונומען.

האסט איבערגעדרייט מיין בליק אויפן נושא.
יאפס, די חפץ חיים סייט זאל ווערן א חפץ חיים וועגווייזער.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4585

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך וואוילער »

@נקודות טובות
אזויפיל נקודות אין איין אטעם, כ'וועל עס דארפן ליינען 3 מאל צו פארדייען.

כ'וויל נאר צולייגן, אז לענ"ד אויב וואלט דער חפץ חיים זצ"ל געוועהן אן אחראי דא, וואלט ער נישט געלאזט ארויפלייגן קיין פארגרעבטע סידיס.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1203
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 1914

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך פשוט און גראד »

@נקודות טובות
אן אריינגיין וועגן די נערעטיוו וואס די זאגסט וואס אידטיש איז אלל אבעיט - אן אריין גיין וועגן דבריהם הקדושים פון רבותינו זי"ע -

צ/ק
נאך א מזל אז פינחס ביי די מעשה פון זימרי בן סלוא האט געטוהן וואס ער האט געטוהן.

איינער וואס איז אין א פובליק ביזנעס/פראדוקט אין מיט זיין [אפענע אין פובליק] התנהגות ברענגט ער אראפ סטאנדארטען אין אידישקייט (יא יא, ליין פרויערישע אידישקייט געפילען) מעג אין מ’דארף עס אדרעסן, נישט ח"ו אויף א גברא קאנצעפט, אבער אויפן סטייל איט סעלף איז עס בבחינת אדרבה ואדרבה.

שוין דא אזאנע פראדוסערס וואס צילען די אינדוסטרי אלס א הילינג סטייל, נו שוין..
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 285

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 11:15 am @נקודות טובות
אזויפיל נקודות אין איין אטעם, כ'וועל עס דארפן ליינען 3 מאל צו פארדייען.

כ'וויל נאר צולייגן, אז לענ"ד אויב וואלט דער חפץ חיים זצ"ל געוועהן אן אחראי דא, וואלט ער נישט געלאזט ארויפלייגן קיין פארגרעבטע סידיס.
אבער איין זאך איז זיכער, אז ער וואלט געווען א אחראי...
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1203
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 1914

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך פשוט און גראד »

פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 1:17 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 11:15 am @נקודות טובות
אזויפיל נקודות אין איין אטעם, כ'וועל עס דארפן ליינען 3 מאל צו פארדייען.

כ'וויל נאר צולייגן, אז לענ"ד אויב וואלט דער חפץ חיים זצ"ל געוועהן אן אחראי דא, וואלט ער נישט געלאזט ארויפלייגן קיין פארגרעבטע סידיס.
אבער איין זאך איז זיכער, אז ער וואלט געווען א אחראי...
שאאר.. איי קנאוי..
אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 116

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך אהבת עולם »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 11:15 am @נקודות טובות
אזויפיל נקודות אין איין אטעם, כ'וועל עס דארפן ליינען 3 מאל צו פארדייען.

כ'וויל נאר צולייגן, אז לענ"ד אויב וואלט דער חפץ חיים זצ"ל געוועהן אן אחראי דא, וואלט ער נישט געלאזט ארויפלייגן קיין פארגרעבטע סידיס.
יא יא, אבער פארגעס נישט אז דאס וואס הייסט ביי דיר איידל, וואלט ביי אים אויך געהייסן פארגרעבט.
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 437
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1230

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

אהבת עולם האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 10:43 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 11:15 am @נקודות טובות
אזויפיל נקודות אין איין אטעם, כ'וועל עס דארפן ליינען 3 מאל צו פארדייען.

כ'וויל נאר צולייגן, אז לענ"ד אויב וואלט דער חפץ חיים זצ"ל געוועהן אן אחראי דא, וואלט ער נישט געלאזט ארויפלייגן קיין פארגרעבטע סידיס.
יא יא, אבער פארגעס נישט אז דאס וואס הייסט ביי דיר איידל, וואלט ביי אים אויך געהייסן פארגרעבט.
נישט אזוי זיכער, א סידי וואס מ'זינגט נאר אלטע ניגונים, אדער בלויז חסידישע, נמשל אייזיק האניג, משולם גרינבערגער, וואלט ער נישט געלייגט?
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
פוילישער
פרישער באניצער
פאוסטס: 26
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:03 pm
x 19

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך פוילישער »

מיינע פאעזיעס האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 6:47 am
אהבת עולם האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 10:43 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 11:15 am @נקודות טובות
אזויפיל נקודות אין איין אטעם, כ'וועל עס דארפן ליינען 3 מאל צו פארדייען.

כ'וויל נאר צולייגן, אז לענ"ד אויב וואלט דער חפץ חיים זצ"ל געוועהן אן אחראי דא, וואלט ער נישט געלאזט ארויפלייגן קיין פארגרעבטע סידיס.
יא יא, אבער פארגעס נישט אז דאס וואס הייסט ביי דיר איידל, וואלט ביי אים אויך געהייסן פארגרעבט.
נישט אזוי זיכער, א סידי וואס מ'זינגט נאר אלטע ניגונים, אדער בלויז חסידישע, נמשל אייזיק האניג, משולם גרינבערגער, וואלט ער נישט געלייגט?
זיכער נישט ווייל סאיז אסור צו הערן מוזיק
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 437
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1230

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

פוילישער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 9:01 am
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 6:47 am
אהבת עולם האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 10:43 pm
יא יא, אבער פארגעס נישט אז דאס וואס הייסט ביי דיר איידל, וואלט ביי אים אויך געהייסן פארגרעבט.
נישט אזוי זיכער, א סידי וואס מ'זינגט נאר אלטע ניגונים, אדער בלויז חסידישע, נמשל אייזיק האניג, משולם גרינבערגער, וואלט ער נישט געלייגט?
זיכער נישט ווייל סאיז אסור צו הערן מוזיק
אן עקסטערע שמועס
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
שרייב פאוסט