viewtopic.php?p=117882#p117882שטראסבורג האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:29 amווער איז דער דעת תורה אונטער וועם עס ווערט געפירט דער וועד הצענזור?ווירקליך האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:07 pmעס שטייט אצינד פאר אייך 2 אפציעס.איטשע האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 19, 2024 9:05 pm
איך קריג זיך נישט מיט דעם אז קרית יואל וויל עס נישט אריינעמען, עס איז א פארשטענדליכע זאך און איך בין מסכים דערמיט, זיי מוזן נישט אריינעמען און מאמענט איז נישט מחיוב צו נעמען זייער השגחה
אבער ארויסגעבן א צעטיל צו מודיע זיין פארן גאס א באוואוסטע זאך אז מאמענט קומט נישט נאך די קרית יואל'ע סטאנדארטן? פארוואס? ער איז מחיוב צו נעמען דיין השגחה?
ליין די צעטיל: עס שטייט אז "די מאגאזין וועט מער נישט פארקויפט ווערן אין די געשעפטן פון קרית יואל" די אויסגאבע איז א פארגאנגענהייט און נישט נאר וואס עס וועט נישט ערשיינען אין קרית יואל, נאר אין בארא פארק אויך נישט!
בעסיקלי מיינט ער ארויסצוברענגן אז ער איז באליידיגט אז מאמענט נעמט נישט זיין השגחה...
פינטל!
מיין רבי פלעגט עס רופן: עקלדיגע מידות...
גענומען מאכט וואס זיי האבן און עס אויסגענוצט צו טערעזירן אלע וואס גייען נישט מיט זיי!
אדער פרובירט איר צו רעדן איידל כלפי א ועד וואס ווערט געפירט דורך א דעת תורה, אדער קענט איר מודיע זיין אז איר שפירט אז איר קענט נישט נאכקומען די אידטיש סטאנדארטן.
דעאקטיוויזירן א ניק איז נישט קיין שווערע טעסק.
'מאמענט' מאגאזין
Re: 'מאמענט' מאגאזין
Re: 'מאמענט' מאגאזין
איך פארשטיי באמת נישט פארוואס די נושא דארף דא ווערן נאכאמאל איבער געדראשן אין די צייט וואס די נושא איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אין קרית יואל טעמע
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 123
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 314
Re: 'מאמענט' מאגאזין
שטראסבורג האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:32 amזיי שרייבן אז ווער קומט נישט נאך די מינימאלע סטאנדארטן?שינאווער האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:01 pm @איטשע
זייער פשוט.
וויבאלד דער שטיבל האט זיך צוזאמגעשטעלט מיטן מאמענט, זענען געווען מאנכע וואס האבן פארשפרייט אז דער נייער איבערגעפרישטער ''מאמענט'' מאגאזין וועט קומען מיט אן הכשר. האט געקענט אויסקוקן פון דעם אז דער פרישער מאמענט איז אפשר געווארן אויסגעהאלטן לויט די סטאנדארטן פון קרית יואל, וואס ווי באקאנט איז ביז יעצט נישט געווען אזוי. האבן זיי ארויסגעשטעלט דעם צעטל קלאר צו מאכן אלע שמועות פון דער לעצטע צייט, און אזוי אויך קלארצושטעלן אז דער "מאמענט" איז נישט יעצט געווארן אויסגעהאלטן וויבאלד ס'האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט דער "שטיבל" וואס איז יא געווען אויסגעהאלטן.
פינטל.
די נייע אויסגאבע וואס איז א שילוב פון מאמענט און שטיבל.
איך בין גראדע פון די אנדערע סאטמאר און מיין מיינונג איבער די ועד הקריאה אין דזשענעראל איז לאו דוקא פאזיטיוו, אבער די אויפרייסן דא זענען גענצליך נישט אין פלאץ.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
א משל פון
ניין ווייל עס ווערט גראד אויסגעמעקט ווען איינער שרייבט אזוי קעגן א עמטליכע צעטל פון א קהלה, און מיט רעכט
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5336
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9958
Re: 'מאמענט' מאגאזין
צו בארואיגן די געמיטער דא.
איך האב קאנפירמד אז די חברי הועד זענען זייער נישט צופרידן פונעם צעטל, ס'איז געמאכט געווארן אין איילעניש און נישט אריבער קיין ביקורת, און ס'איז ארויס א שגגה מפי השליט. די ועד זוכט נישט צו לייגן מודעות מיט זייערע מיינונגען איבער די אדער יענע מאגאזינען.

- א יוני אין שוויץ
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 76
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 10:53 am
- x 101
Re: 'מאמענט' מאגאזין
אויב בין איך מיך נישט טועה דאכט זיך מיר אז די מאמענט חשגחה גייט זיין אינטער הרב שטערן פון די וועד.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
נעעא יוני אין שוויץ האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 20, 2024 10:56 am אויב בין איך מיך נישט טועה דאכט זיך מיר אז די מאמענט חשגחה גייט זיין אינטער הרב שטערן פון די וועד.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- א יוני אין שוויץ
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 76
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 10:53 am
- x 101
Re: 'מאמענט' מאגאזין
נישט ער פלעגט זיין איבער די שטיבל?פופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 20, 2024 11:04 amנעעא יוני אין שוויץ האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 20, 2024 10:56 am אויב בין איך מיך נישט טועה דאכט זיך מיר אז די מאמענט חשגחה גייט זיין אינטער הרב שטערן פון די וועד.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
ער פלעגט יא, איז וואס? עס האט מער גארנישט מיט די אלטע הכשר. (און קיינער חוץ דו זאגט נישט אזוי)א יוני אין שוויץ האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 20, 2024 12:11 pmנישט ער פלעגט זיין איבער די שטיבל?פופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 20, 2024 11:04 amנעעא יוני אין שוויץ האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 20, 2024 10:56 am אויב בין איך מיך נישט טועה דאכט זיך מיר אז די מאמענט חשגחה גייט זיין אינטער הרב שטערן פון די וועד.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
טאקע כדי מ'זאל נישט זאגן אזוי ווי דו זאגסט האט די וועד בראשות הרב שטערן ארויס געלייגט די מודעה..יאנטשי האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 20, 2024 1:46 pmער פלעגט יא, איז וואס? עס האט מער גארנישט מיט די אלטע הכשר. (און קיינער חוץ דו זאגט נישט אזוי)
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3976
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10881
Re: 'מאמענט' מאגאזין
פרשת עקב
- פיילס
-
- מאָמענט מאגאזין עקב תשפ״ד.jpg (444.38 KiB) געזען געווארן 833 מאל
-
- מאָמענט פלאס עקב תשפ״ד.jpg (303.47 KiB) געזען געווארן 833 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
- א יוני אין שוויץ
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 76
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 10:53 am
- x 101
Re: 'מאמענט' מאגאזין
וואס איך האב געזאגט איז אז ער בלייבט משגיח אבער נישט אינטער די ק"י וועד, דהיינו זיי ניצן די זעלבע משגיח פאר וואלאווע ווי OU... און מיין מקור אויף דעם איז גאנץ קראנט, כ'מיין די קראנטסטע וואס שייך...
- באשיינפערליך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 198
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
- x 251
Re: 'מאמענט' מאגאזין
א חכם לאחר המעשה קען יעדער זיין…דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 20, 2024 10:52 am צו בארואיגן די געמיטער דא.
איך האב קאנפירמד אז די חברי הועד זענען זייער נישט צופרידן פונעם צעטל, ס'איז געמאכט געווארן אין איילעניש און נישט אריבער קיין ביקורת, און ס'איז ארויס א שגגה מפי השליט. די ועד זוכט נישט צו לייגן מודעות מיט זייערע מיינונגען איבער די אדער יענע מאגאזינען.
עניוועי, די מאמענט איז שוין ארויסגעקומען, שוין דא אנדערע דיסקוסיעס…
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
- בן תורה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 609
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
- Location: ביים שטענדער
- x 1119
Re: 'מאמענט' מאגאזין
מאכט נישט קיין סענס, ווייל נעכטן נאכט האט נאך די צעטל געהאנגען אין גרויסן ביהמ"ד (אפשר נאך יעצט אפילו). געווענליך א שגגה צעטל לאזט מען נישט אויף די וואנט.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 20, 2024 10:52 am צו בארואיגן די געמיטער דא.
איך האב קאנפירמד אז די חברי הועד זענען זייער נישט צופרידן פונעם צעטל, ס'איז געמאכט געווארן אין איילעניש און נישט אריבער קיין ביקורת, און ס'איז ארויס א שגגה מפי השליט. די ועד זוכט נישט צו לייגן מודעות מיט זייערע מיינונגען איבער די אדער יענע מאגאזינען.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
וואס מיינט אז זיי זענען נישט צופרידןדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 20, 2024 10:52 am צו בארואיגן די געמיטער דא.
איך האב קאנפירמד אז די חברי הועד זענען זייער נישט צופרידן פונעם צעטל, ס'איז געמאכט געווארן אין איילעניש און נישט אריבער קיין ביקורת, און ס'איז ארויס א שגגה מפי השליט. די ועד זוכט נישט צו לייגן מודעות מיט זייערע מיינונגען איבער די אדער יענע מאגאזינען.
זיי האבן עס ארויסגעלייגט אדער נישט?
זאלן זיי שרייבן אן הכחשה...
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
Re: 'מאמענט' מאגאזין
נישט צופרידן מיינט, אז זיי האבן עס ארויסגעלייגט אבער זיי זענען נישט גרייט צו נעמען פאראנטווארטליכקייט אויף די שטורעם וואס עס האט געברענגט, האבן זיי באשלאסן צו זינגען דעם ניגון אז זיי זענען נישט צופרידן דערמיט.דעת קדשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 1:58 pmוואס מיינט אז זיי זענען נישט צופרידןדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 20, 2024 10:52 am צו בארואיגן די געמיטער דא.
איך האב קאנפירמד אז די חברי הועד זענען זייער נישט צופרידן פונעם צעטל, ס'איז געמאכט געווארן אין איילעניש און נישט אריבער קיין ביקורת, און ס'איז ארויס א שגגה מפי השליט. די ועד זוכט נישט צו לייגן מודעות מיט זייערע מיינונגען איבער די אדער יענע מאגאזינען.
זיי האבן עס ארויסגעלייגט אדער נישט?
זאלן זיי שרייבן אן הכחשה...
Re: 'מאמענט' מאגאזין
דער "לשון" איז לכאורה וואס זיי גלייכן נישט
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: 'מאמענט' מאגאזין
ווייסעך נישט וואס צו זאגן....
געקויפט די מאמענט, זיך גערעכנט פאר עפעס וואס איז קיינמאל ערשינען אין די וועלט פון ליין מאטריאל...
אין מיין קאפ האב איך זיך פארגעשטעלט אז עס גייט זיין עפעס ווער ווייסט וואס, למעשה איז עס די זעלבע ווי ביז היינט, עטליכע קאלום'ס זענען געפלויגן און עטליכע זענען צוגעלייגט געווארן
איך גלייך זייער מאמענט, איך קויף עס יעדע וואך, אבער חוץ די מעכטיגע מארקעטינג אז שטיבל האט זיך צוזאמגעשטעלט זעט זיך גארנישט אן מער קריעטיוועטי אין מאמענט ווי בעפאר שטיבל האט זיך צוזאמגעשמאלצן...

- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1676
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3583
Re: 'מאמענט' מאגאזין
עס האט נישט געפעלט קיין קריעיטיוועטי פונעם מאמענט. עס האט געפעלט אביסל אחריות און א שטיקל פילטער, און דאס האט מען צוגעלייגט, ארומגעטוישט געוויסע זאכן אז די קוואליטעט זאל זיין הויעך אבער ווייניגער קאנטריווערסיאל, אן צאלן די פרייז פון נידערן די אינהאלט און פראפעסיאנאליזם. אזוי האב איך עס פארשטאנען פון רעדן מיט אן אייגעשטעלטער.פאפקארן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 8:10 pm ווייסעך נישט וואס צו זאגן....
געקויפט די מאמענט, זיך גערעכנט פאר עפעס וואס איז קיינמאל ערשינען אין די וועלט פון ליין מאטריאל...
אין מיין קאפ האב איך זיך פארגעשטעלט אז עס גייט זיין עפעס ווער ווייסט וואס, למעשה איז עס די זעלבע ווי ביז היינט, עטליכע קאלום'ס זענען געפלויגן און עטליכע זענען צוגעלייגט געווארן
איך גלייך זייער מאמענט, איך קויף עס יעדע וואך, אבער חוץ די מעכטיגע מארקעטינג אז שטיבל האט זיך צוזאמגעשטעלט זעט זיך גארנישט אן מער קריעטיוועטי אין מאמענט ווי בעפאר שטיבל האט זיך צוזאמגעשמאלצן...
Re: 'מאמענט' מאגאזין
און דער פרישער קאמבינאציע איז א שטורעם-חידוש אין די אידישע וועלטAzoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 8:15 pmעס האט נישט געפעלט קיין קריעיטיוועטי פונעם מאמענט. עס האט געפעלט אביסל אחריות און א שטיקל פילטער, און דאס האט מען צוגעלייגט, ארומגעטוישט געוויסע זאכן אז די קוואליטעט זאל זיין הויעך אבער ווייניגער קאנטריווערסיאל, אן צאלן די פרייז פון נידערן די אינהאלט און פראפעסיאנאליזם. אזוי האב איך עס פארשטאנען פון רעדן מיט אן אייגעשטעלטער.פאפקארן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 8:10 pm ווייסעך נישט וואס צו זאגן....
געקויפט די מאמענט, זיך גערעכנט פאר עפעס וואס איז קיינמאל ערשינען אין די וועלט פון ליין מאטריאל...
אין מיין קאפ האב איך זיך פארגעשטעלט אז עס גייט זיין עפעס ווער ווייסט וואס, למעשה איז עס די זעלבע ווי ביז היינט, עטליכע קאלום'ס זענען געפלויגן און עטליכע זענען צוגעלייגט געווארן
איך גלייך זייער מאמענט, איך קויף עס יעדע וואך, אבער חוץ די מעכטיגע מארקעטינג אז שטיבל האט זיך צוזאמגעשטעלט זעט זיך גארנישט אן מער קריעטיוועטי אין מאמענט ווי בעפאר שטיבל האט זיך צוזאמגעשמאלצן...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3976
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10881
Re: 'מאמענט' מאגאזין
אקעי, כ'האב עס געקויפט און געליינט אין איין אטעם.
כ'קען נישט זאגן אז דאס איז די אויפרייס פונעם יאר, אבער ס'איז זייער אינטערסאנט און תוכנ'פול, לכאורה געווען איבערגעטריבן די עקסייטמענט, נישט געפערליך.
די בעסטע חלק פון די איבערפרישונג איז ביי מיר די נייע קאלום פון הרב ראזען.
די זאך וואס האט מיר די מערסטע געבאדערט איז די פארענטשע קאלום וואס איז ארויסגעפאלן, און נאכמער האט מיר עס געשטאכן ווען כ'האב באמערקט א קאלום מיטן נאמען פארענטשע און שנעל אויפגעמישט אהין, בלויז צו ווערן אנטוישט מיט א קאלום פון רבישע נייעס. א זאך וואס איז מיר גענצליך נישט אינטערסאנט, נאך וואס איך ווער שוין אפדעיטעט מיט די נייעס משכ'ן וואך.
וה' הטוב יכפר, ובא לציון גואל...

די פארענטשע קאלום איז קאפי פעיסט פון בחצרות וועבסייט...
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3976
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10881
Re: 'מאמענט' מאגאזין
אזויווי די שטיבל פלעגט האבן א קאלום "דאס און יענץ" קאפי פעיסט פון JDN... כאגעמיינט זיי האבן זיך ארויפגעריקט א שטאפל...
Re: 'מאמענט' מאגאזין
דאס פלעגט זיין אין 'א בליק' צום סוף מהנעשה והנשמע בחצרות הקודש.
האט מיר אויך זייער געבאדערט אז עס האט באקומען דעם קעפל 'פארענטשע', אינדערצייט וואס 'פארענטשע' האט זיך אויפגעבויט אלס א ברענד פאר פרישע עקסלוסיווע ווארע דורך הערשל הירש. ער פלעגט מאכן אן אויסערגעווענליכער ארבעט, הן מיטן ברענגען אינסייד אינפא פון יעדן חסידות באזונדער, מען האט געקענט מיינען ביי יעדע איינע אז ער באלאנגט דארט, ספעציעל ביי די ירושלימ'ע קהילות.
חבל.