הוי דן את כל האדם לכף זכות (אמת'ע געשיכטע)

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1281

הוי דן את כל האדם לכף זכות (אמת'ע געשיכטע)

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

פאוסט 300!



הוי דן את כל האדם לכף זכות

ניגון פארשטיין(מאטי אילאוויטש)




1) מזל טוב א שידוך געשלאסן,
און ביי דעם לחיים האט זיך ברכות געגאסן,
שוין פון פאראויס אויסגענומען,
און ביידע זייטן צושטומען,
א וויכטיגע ענין אין קבלת שבת,

1) מ'וועט דעם שבת פרי מקבל זיין,
צינדען ליכט נישט אינעם זמן אריין,
כאטש פיפצען מיניט לאנג,
ביפאר עס קלינגט די שבת קלאנג,
וועט זי צינדען לעכט מיט התלהבות,

2) און די ערשטע וואך די נאכט טוט שוין צופאלן,
מיט די לעצטע הכנות צום שבת זיך איילן,
זי לויפט נאך די לעצטע מיניט לכ''ש כאפן א שויער,
אבער ביים ארויסקומען זעהט זי מיט באדויער,

2) זי קוקט זי גלייבט נישט וואס קומט דא פאר,
עפעס שטומט נישט, זאכן זענען נישט קלאר,
זי באטראכט דעם שבת טיש, צו זעה איך עכט,
עס ברענט שוין אויפן טיש די שבת לעכט,

3) ביים סעודה'ס שבת זי איז אינגאנצען צושטאכן,
די מחתנס'טע זעהט און פרעגט, וואס ביסטו צובראכן,
זי ענטפערט מיט א שטיל קול,
וואס זאגן דיר איך זאל,
איך ווייס נישט צו מיר זענען א גוטע שידוך געפלעכט,

3) מיר האבן טאקע צוזאמען א קבלה געמאכט,
צו צינדען פרי לעכט נאך פאר עס ווערט נאכט,
אזוי פיל קען ער נישט פארשטיין,
אז אויב האב איך נישט געטוהן פרי זיין,
וועל איך צינדען די וואך אביסל שפעטער די לעכט,

2) די גאנצע זאל ביים שבע ברכות איז איבער געדרייט,
צו מסביר זיין קיינער פארשטייט,
צום ערשטן מאל צינדען נרות שבת האט זי געווארט,
איר לאזן צינדען וואס האט איהם געארט,

2) אבער דער חתן שנעל כאפט זיך פונעם טעות,
מסביר זיין וועל איך דא-עס,
איך דערמאן זיך יעצט ציריק, ווען-איך,
שטיי ביים לייכטער די קנויטן אפברען-איך,

2) ווען אינמיטן מיין טאטע ביים טיר ערשיינט,
שוין צו גיין אין שוהל, איך האב גארנישט געמיינט,
מיט מיין טאטע געקומען אין שוהל דא'ווענען,
פארגעסן און געלאזט די לעכטלעך ברענען,

3) יעצט פארשטיי איך שוין, טוט די כלה זאגן,
א שאד געוועהן די גאנצע פלאגן און קלאגן,
ווען איך טראכט וועהן פון פריער,
צו דן לכף זכות זיין דיר,
וואלט די צימישעניש נישט געשעהן,

3) טייערע ברידער א לימוד פון די מעשה נעם,
זיי דן לכף זכות נישט קיין חילוק וועם,
פאר די טוסט ציריק א אקט,
וואטש! סקען זיין געוואגט,
די גוטע זייט פון יענעם פרוביר צו זעהן,

2) ווי עס שטייט הוי דן את כל האדם,
לכף זכות אויף א וועג א גראדעם,
ווי סאך שענער דער וועלט וואלט געוועהן געוויס,
ווען מ'איז יעדעם נאר דן לכף זכות,

2) סקען זיין אז ס'מאכט נישט קיין סענס,
אבער אפשר דאך, נעם נישט קיין טשענס,
נישט קיין חילוק צו דער עמך איד, דער רב אדער דער שמש,
זיין כוונה לטובה מסתם-איז.


הצלחה!!
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 10:44 pm זיך צווינגען צו שרייבן איז ווי אויפוועקן עמיצן פון שלאף, און הייסן זינגען א חזנות שטיקל. ס'ארבעט נישט אזוי.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2282
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5306

Re: הוי דן את כל האדם לכף זכות (אמת'ע געשכטע!)

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

מזל טוב צו פאוסט 300. דאס איז נישט סתם 300 פאוסטס. ס'איז טאלאנט. ס'איז @מיינע פאעזיעס. די משל דא איז אייגנס? מורא'דיג!
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1281

Re: הוי דן את כל האדם לכף זכות (אמת'ע געשכטע!)

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 6:28 pm מזל טוב צו פאוסט 300. דאס איז נישט סתם 300 פאוסטס. ס'איז טאלאנט. ס'איז @מיינע פאעזיעס. די משל דא איז אייגנס? מורא'דיג!
געהערט אלץ אן אמת'ע געשיכטע
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 10:44 pm זיך צווינגען צו שרייבן איז ווי אויפוועקן עמיצן פון שלאף, און הייסן זינגען א חזנות שטיקל. ס'ארבעט נישט אזוי.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2694
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7415

Re: הוי דן את כל האדם לכף זכות (אמת'ע געשכטע!)

פאוסט דורך פופציגער »

הוהא! א גאנצע געשיכטע אין אזעלכע קונצליכע גראמען!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דער אנאנימער
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:16 pm
x 58

Re: הוי דן את כל האדם לכף זכות (אמת'ע געשכטע!)

פאוסט דורך דער אנאנימער »

געהערט אמאל פון הרה"צ רעב מיילעך בידערמאן שליט"א מיט קליינטשיגע שינויים.

אוי האטערעס גוט אראפגעלייגט.. ווי די כלה האט עס פארציילט פאר איר מוטער און ס'איז געווארן ישמחו...
שרייב פאוסט