מיינע טייערע ברודער, דא רעדט צו אייך מרדכי'לע, א אינגעלע וואס אין חדר גייט.
צו מיין אפשערן, פונקט ווי יעדעם זיך געפריידט.
איך בין ארויף אין כתה אלף ווי יעדעם איינעם.
געלערנט די א' ב' און נקודות ביים רבין צוזאמען
איך בין שוין היינט נישט אזוי קליין איך בין שוין גרעסער
מיינע רבי'ס האלטן אין איין זאגן אז איך ווער בעסער און בעסער.
אבער טייערע אידן איך וויל אייך עפעס דערציילן.
און א מעשה וואס טוישט מיין לעבן, וויל איך אייך מיטטיילן.
מיין טאטע איך האב אים אזוי ליב
יעדע מאל וואס איך גיי ארויס פון שטוב
גיבט ער מיר א קוש אין שטערן
און וואונטשט מיר אן איך זאל א צדיק ווערן
דערנאך מיט א שמייכל זאגט ער
באלד ווען די וועסט צום שטוב מאכן א צוריק קער
וועל איך מיר פרייען מיט דיר צו שמועסן
און איך וועל שטארק וועלן וויסן
וויאזוי דיין טאג איז געווען
סיי גוטע זאכן און סיי אויב ח"ו פארקערט איז עפעס געשעהן
אזוי גיי איך יעדן טאג אין חדר
מיט'ן געשמאקן געפיהל פונעם טאטן כסדר
אבער עס גליטשט זיך מיר א טרערל
בייגט אייך צו און געבטס א הערל
דאנערשטאג פאריגע וואך
געווארט ביים פענסטער אפשר דאך
וועט מיין טאטע זיך באווייזן
און ער וועט קענען פון מיר נחת לייזן
מאמי זאגט מיר אבער נישט היינט
אויף אירע אויגן זי לייגט איר האנט
טאטי האט געהאט אן עקסידענט
מען האט ראטעווען אים ליידער נישט געקענט
נישט אלעס פארשטיי איך, איך בין נאך קליין
אבער איך מיין אז איך שפיר די געפיל פון זיין אליין
אן מיין ליבע טאטע וואס זאל זיך פאר מיר זארגן
און מיר אזוי שיין באגלייטן צום חדר אין די פריה מארגן
מען האט מיר מיט מיינע ברודער גענומען
צו א פלאץ ווי אסאך מענטשן זענען זיך צוזאם געקומען
מען האט דרשות דארט געזאגט
איך האב פארשטאנען אז אויף מיין טאטע מען קלאגט
א פרעמדער מענטש איז צו מיר געקומען
מרדכי'לע מען האט דיין טאטן אויבן אין הימל גענומען
ער איז דארט אויף א גוטן פלאץ מיט אלע צדיקים
אבער איך וויל אז טאטי זאל צו מיר צוריק קומען
ביי זיין בעט איך זיץ ביינאכט
פלוצלינג זעה איך די קארידאר לעקטער לייכט
איך האף אז עס איז מיין טאטע איך לויף ארויס
אבער עס איז מאמי וואס שפאצירט ארום אין הויז
מיט רויטע אויגן זי זאגט מיר מרדכילע מיין קינד עס איז שפעט
גיי שנעל שלאפן אריין אין בעט
אבער וואס זאל איך ענק זאגן אידן איך קען נישט אזוי
צו מיין טאטן איך בענק שטארק, די ווייטאג איז רוי
וויאזוי זאל איך מיר צוזאם נעמען אן מיין לעבן העלד
דער מענטש וואס האט מיר אראפ געברענגט אויף די וועלט
*
די געשיכטע פון מרדכי'לע ווייסט יעדער עס איז עכט
ער וויינט, ער ווישט זיינע טרערן מיט רעכט
זיין לעבן אזוי אינג פארלוירן
ער האט נישט זיין טאטן, די ווייטאג טוהט בויערן
נישט איין מרדכילע, נישט צוויי, נישט דריי, נישט פיר, נאר פינף איז דא
וואס זייער טאטע איז פאריגע וואך גענומען געווארן טראגיש לעולם הבא
א קרבן ציבור 'צוויי' פון אונז געמאנט שרעקליך
זיך צו טרייסטן פון דעם ווי איז פאר אונז מעגליך
אבער הערטס אידן וואס עס שטייט פונעם חוזה אין זכרון זאת אדער זאת זכרון
אז משה רבינו האט געזעהן די לעצטע גלות יארן
דעם פארבלוטיגטן איד קוקן אויף אים געטוהן
אוי ווי שווער איז פאר אים צו זיין א מאמין
האט ער 515 תפילות פארדעם געטוהן מתפלל זיין
אביסל אונז ארויס צונעמען פון אונזער פיין
ליבשאפט צום אייבערשטן אינעם לעצטן דור דורך דעם געפלאנצט
כאטש די טעג פון איין צרה צום צווייטן טאנצט
טייערע אידן לאמיר זיך אינאיינעם מחזק זיין
בקרוב אקעגן משיח צדקינו וועלן מיר גיין
נחמו נחמו עמי טרייסט ענק אלע מרדכי'לעס
בקרוב קומט די טאג ותחזנה ענינו די וועלט וועט זיין פעינלעס
די בית המקדש פון פייער וועט אויפגעבויעט ווערן
און דאן והשיב לב אבות די טאטע צו מרדכילע וועט זיך צוריק קערן.
מאונטענדעיל טראגעדיע ל"ע
- אויסגעשארפטע בליי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 236
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
- Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
- x 995
מאונטענדעיל טראגעדיע ל"ע
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
- מיינע פאעזיעס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 437
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
- Location: אויפן פאפיר
- x 1230
Re: נחמו נחמו עמי
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3602
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 9412
Re: נחמו נחמו עמי
---
@אויסגעשארפטע בליי, א שטיק הארץ און געפיל!!!
- אויסגעשארפטע בליי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 236
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
- Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
- x 995
Re: מאונטענדעיל טראגעדיע ל"ע
יישר כוח @מיינע פאעזיעס און @שאינו יודע לשאול
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
Re: נחמו נחמו עמי
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 18, 2024 10:43 am
---
@אויסגעשארפטע בליי, א שטיק הארץ און געפיל!!!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
א פרייליכן תמיד!
לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 45
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 2:38 pm
- x 71
Re: מאונטענדעיל טראגעדיע ל"ע
לב טוב פין ישראל שלום אשרי ע"ה
Re: מאונטענדעיל טראגעדיע ל"ע
ווייטאגלעך ביז גאר.
אבער קונסטליך אריינגעפלאכטן חיזוק מיטן הערליכן פענע
אבער קונסטליך אריינגעפלאכטן חיזוק מיטן הערליכן פענע
ווילאנג די ווייסט נישט פאר וואס די ביזט וויליג צו שטארבן, האסטו נאכנישט אנגעהויבן לעבן! (ר' נח וויינבערג זצ''ל)