לאמיר זיך אומקערן אידעלעך!

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1247

לאמיר זיך אומקערן אידעלעך!

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

פרשת ואתחנן - נחמו
(ניגון: לאמיר זיך אומקערן אידעלעך - ר' יום טוב עהרליך)


1) אויף די ערד שוין געזעסן שוין געוויינט בקרן זווית
אש אויפן שטערן געלייגט,
די גאולה ליידער נאך נישט דא-זי-איז
נאר ווייטער אין גלות מען ווייקט,

שוין טויזענטער יארן די זעלבע געשיכטעס
מען קלאגט און מען טרייסט זיך דערנאָך,
זיך שטארקן ווי קען מען ווען די גאולה מ'זוכט-עס
צודריקט אונטער דעם גלות יאך,

2) דער באשעפער ער הייסט
מיין קינד ווער געטרייסט
די שטראלן מען זעהט אויפן האריזאנט,
פארליר נישט דיין האף
מען האלט שוין צום סוף
בקרוב קיין ירושלים מען ראנ''ט,

פזמון:
מיר וועלן זיך אומקערן אידעלעך
צוריק צו די אמאליגע טעג,
מיר וועלן זיך נאך אומקערן ברידער'לעך
משיח ער איז אויפן וועג,

2) די בהמ''ק א פייערדיג
מיט קדושה זייער-דיק
און פליען אויפן פליגלעך פונעם אדלער,
אונז נעמען אויף זיין שויס
מארבע כנפות
די גלות לענדער בלייבן גראָד-לער,

1) דער באשעפער טוט טרייסטן כאטש אין גלות פירן דא מ'וועט
דאך די ישועה פארגעגרייט,
אז ט' באב נאכמיטאג איז לידת בן דוד עס שיינט אין די טונקעלסטע צייט

אין די קייטן מען פירט דיך אבער דאך נישט אנטויש-איך
משיח איז שוין געבוירן,
מעט אור דוחה הרבה חושך
אידעלע זיי נישט פארלוירן,

פזמון:
לאמער זיך טרייסטן אידעלעך
נחמו נחמו עמו,
לאמער זיך טרייסטן ברידערלעך
יאמר אלוקיכם,


2) בעהט און בעהט
עס איז קיינמאל צו שפעט
כל זמן די זון נאך עס שיינט,
מיר גלייבן אין באשעפער נאר
איז אין יארע טווענט''י פאָ''ר
קען ער נאך קומען נאך היינט,

פזמון:
מיר וועלן זיך נאך אומקערן אידעלעך
צוריק צו די אמאליגע טעג,
מיר וועלן זיך נאך אומקערן ברידערלעך
די גאולה עס איז אויפן וועג,


2) א בהמ''ק א פייערדיג
מיט קדושה זייער-דיק
און פליען אויפן פליגלעך פונעם אדלער,
אונז נעמען אויף זיין שויס
מארבע כנפות
די גלות לענדער בלייבן גראָד-לער.


א גוט שבת
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 10:44 pm זיך צווינגען צו שרייבן איז ווי אויפוועקן עמיצן פון שלאף, און הייסן זינגען א חזנות שטיקל. ס'ארבעט נישט אזוי.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3783
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10080

Re: לאמיר זיך אומקערן אידעלעך!!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

WOW WOW WOW... איבערגעליינט איינמאל און נאכאמאל... משוגע צו ווערן!

כ'האב ספעציעל הנאה געהאט פון די קונצליכע גראמען, טאלאנט 2.0!

#אנטוישעך #חושך
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2414
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6323

Re: לאמיר זיך אומקערן אידעלעך!!

פאוסט דורך פופציגער »

יאפ, דאס צאמשטעלן ווערטער איז געוואלדיג.

זייער שיין!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1247

Re: לאמיר זיך אומקערן אידעלעך!!

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2024 11:03 am WOW WOW WOW... איבערגעליינט איינמאל און נאכאמאל... משוגע צו ווערן!

כ'האב ספעציעל הנאה געהאט פון די קונצליכע גראמען, טאלאנט 2.0!

#אנטוישעך #חושך
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2024 11:34 am יאפ, דאס צאמשטעלן ווערטער איז געוואלדיג.

זייער שיין!
א ריזיגען שכח פאר די סופארט!!
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 10:44 pm זיך צווינגען צו שרייבן איז ווי אויפוועקן עמיצן פון שלאף, און הייסן זינגען א חזנות שטיקל. ס'ארבעט נישט אזוי.
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 305
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1319

Re: לאמיר זיך אומקערן אידעלעך!!

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

#טאלאנט

זייער שיין.
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1640
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3514

Re: לאמיר זיך אומקערן אידעלעך!!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

אבנארמאל. איך האף אז יעדער דא קען דעם ניגון צו כאפן ווי גוט דאס איז. @מיינע פאעזיעס דיין טאלאנט איז ריזיג! און דיין תוכן איז שטארק.
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1247

Re: לאמיר זיך אומקערן אידעלעך!!

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2024 12:17 pm #טאלאנט

זייער שיין.
!!!!Thanks
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 10:44 pm זיך צווינגען צו שרייבן איז ווי אויפוועקן עמיצן פון שלאף, און הייסן זינגען א חזנות שטיקל. ס'ארבעט נישט אזוי.
שרייב פאוסט