נעם מיך ארויס פון בעט!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
יקל פעדער
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 am
Location: צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט
x 175

נעם מיך ארויס פון בעט!

פאוסט דורך יקל פעדער »

ס'איז א פשוטע דינסטאג נאכט (בכלל נישט קיין גרינע), איך ליג אזוי אין בעט און טראכט צו מיר,
"ווער דארף מיר בכלל האבן אויף דעי וועלט ? וואס האב איך דא צו זיכן ? ווער קוקט מיר אן ? קיינער דארף מיך נישט!״
מיט אזעלכע יאוש'דיגע מחשבות ליג איך אין בעט, ביז איך בין געקומען צום באשלוס אז דאס איז עס, מארגן בלייב איך אין בעט! איך לעש מיר אויס מיין טעלעפאון, איך פלאג אויס דעם וועקער זייגער, און דאס איז עס, דא בלייב איך.
און מיט דעם פלאן בין איך איינגעשלאפן.

מידוואך אין דער פרי, האלב נאך 11 בין איך פליצלונג ערוועקט געווארן. איך כאפ מיך אויף, און איך האב מיר נישט געקענט צוריק האלטן און געוואלט זעהן וואס טוט זיך אויף מיין פאון.
איך צינד עס צוריק אן און ס'אנפלעקט זיך א שיינע מספר מעסעדזשעס און וואויסמעילס. איך הייב אן אוסהערן די ערשטע וואויסמעיל. ס'איז פון מיין בני בית. "יוקל וואס גייט פאר מיט דיר היינט ?" פרעגט זי מיט אן איידעלע וואונדערע קול. "וואס איז געשען ? איך האב דיר געטרייט צו קאלן אפאר מאל, אבער דיין פאון איז געגאנגן גלייך צום וואויסמעיל. ווען דו הערסט עס אויס פליז רוף מיך ציריק, כ'האב דיר עפעס אינטערסאנט צו דערציילן".
די נעקסטע איז געווען פון מיין כיתה ט' יונגעל. "טאטי, מ'האט היינט פארהערט די פרק ביי פארטאגס און כ'האב זייער גוט געקענט, מאמי האט יא אויפגעהויבן, זי האט מיר געזאגט אז זי גייט לכבוד דעם מאכן א גוטע סאפער היינט".
נאכדעם זעה איך אפאר מעסעדזשעס פון מיין חברותא. "גוט מארגן", "אונז דארף מיר ענדיגן היינט די שלחן ערוך הרב אויף די לעצטע סימן", "איך ווארט שוין 15 מיניט, אבער כ'בין זיכער אז די ביסט סטאק געבליבן אויפן וועג", "אקעי, מסתם האסטו געהאט אן אונס, אז דו ווילסט קענען מיר עס משלים זיין ביינאכט. א גוטן טאג"
נאכדעם איז געווען נאך 2 מעסעדזשעס פון אנדערע חבירים, סתם גוט מארגן.

איך טראכט צו מיר "לאמער פראבירן נאך איין טאג. ס'קוקט דאך אויס ווי איינער דארף מיר דא, אפשר דאך וועל איך שפירן היינט עקסעפטעד אויף דעי וועלט"
און מיט דעמ מחשבות בין איך ארויס פון שטוב צו גיין כאפן חצות.
איך קום אן אינטן פונעם בנין איז איז אנטקעגן געקומען א שכן פון גאס, און זעהנ'דיג אז כ'קום האט ער מיר געהאלטן אויפן דעם טיר, און באגריסט מיט א ווארעמע גוט מארגן. (ווען ער זאל ווען וויסן וואס דאס האט באדייט פאר מיר יענע מינוט.)
איך קום אן אין ביהמ"ד, איך ענדיג די מקוה, כ'מאך מיר א קאווע, די שמש זעהן אז ס'איז מער נישטא קיין קאצקע ציקער, ער רופט זיך גלייך אן "יוקל געב מיר א מיניט, איך לויף ברענגן קאצקע ציקער. פאר דיר אלעס".
איך קוק אויפן צעטיל ווי די נעקסטע מנין איז, ווען איך שפיר א האנט אויף מיין אקסעל "די נעקסטע מנין שטעלט זיך דא אין דעם שטיבל. מ'קען ניצן דיין שטימע אלס בעל תפילה" זאגט מיר די מסדר מנינים.
נאכן דאווענען איז די מסדר המנינים מיר געקומען זאגן ווי גוט כ'האב געדאווענט, און ווי ער האט געזעהן בשעתן ארום גיין מיט די פישקע, ווי די עולם האט הנאה. און נאך אפאר אידן האב זיך שיין באדאנקט.
איך קום ציריק אן צי מיין בילדונג, איך שפאַן אריין אינעם עלעוועטער ציזאמען מיט אן אנדערע שכן. גלייך געבט ער א דריק די באָטן צו מיין שטאק און מיט א "גוטן טאג" פארלאזט ער די עלעוועטן ביי זיין שטאק.
איך ענדיג פרישטאג איך פאר אין ארבעט. איך קום אריין אין אפיס, גלייך האבן מיר באגריסט אלע ארבעטערס.
איין ארבעטער איז מיר געקומען ברענגן א גריס "כ'האב געזעהן דיין זוהן פלייסיג לערנען נעכטן נאכט אין שוהל".
אהיים גייענדיג פון ארבעט האב איך געגעבן פאר איין ארבעטער א היטש אהיים, ביים אים אראפלייגן האט ער זיך באדאנק "גרויסע שכח. ביסט א צדיק. א גוטע נאכט".
גייענדיג צו מעריב טרעף איך מיין אלטע חבר וואס איז פינק געווען אין שטאט דא פאר א שמחה, "אה, יוקל וואס מאכט מען ? שוין אזוי לאנג נישט געהערט פון דיר. ס'האט זיך געלוינט אריינציקומען נאר דיר צו טרעפן".
נאך מעריב בין איך אהיים, געגעסן פון די פיינע נאכטמאל, אויסגעהערט מיינע קינדער, און צוריק געגאנגן אין ביהמ"ד לערנען מיטן חברותא, משלים צו זיין פון צופרי. איך קום אן אין ביהמ"ד, מיין חברותא מיט איין שמחה נעמט מיך אויף "שכח פארן קומען, כ'האב אזוי שטארק געדארפט דיין הילף היינט אין דער פרי".
נאכן לערנען האט זיך מיין חברותא נאכאמאל באדאנקט און איך בין אהיים.

ס'איז מידוואך נאכט, איך ליג אין בעט און כ'טראכט צי מיר "נאך איין מזל איך בין ארויס פון בעט היינט! אזוי פיל מענטשן דארפן מיר האבן במשך די טאג!"
איך וויל אויסשרייען צי מיין ווייב, שכן, חברותא, גבאי, שמש, ארבעטער, וכו׳ שכח פארן מיך ארויסנעמען פון בעט!
ווען נישט ענק באגריסן מיך און ווען נישט ענקער גוטע ווערטער, וואלט איך מארגן געבליבן אין בעט.

טייערע ברודער, חבר, שכן, וכדו׳, די מעשה וואלט ווען טאקע געקענט פאסירן מיט מיר, אבער דו ווייסט ביי וויפיל מענטשן ארום דיר די מעשה פאסירט ביי זיי יעדן טאג ?!
דו ווייסט וואס דיין קליין גוט ווארט טוט אלס אויף ? דו נעמסט ארויס דעי מענטש מארגן פון בעט!
גייסט אויפן גאס, טרעפסט א חבר, גריס אים, געב אים א גוט ווארט.
וויפיל מענטשן ווארטן פאר א סיבה ארויסציקומען פון בעט ? זיי ווארטן אז איינער זאל זיך סתם אומקוקן אויף זיי, איינער זאל זיי זאגן א גוט ווארט!

הערטס ווי זיי שרייען ״נעם מיך ארויס פון בעט!״
מ׳דארף נישט הייסן פעדער, צו האבן א גוטע פעדער.
אוועיטער
יקל פעדער
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 am
Location: צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט
x 175

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

פאוסט דורך יקל פעדער »

די ארטיקל האב איך געשריבן אפאר חדשים צוריק, און בשעת מעשה האב איך צוריק געהערט דער אסאך גריסן פון דעם ב"ה.
האב איך באשלאסן אז לכבוד בין המצרים וועל איך עס דא ארויפלייגן.
ס'איז אן ארטיקל וואס איז שטארק נוגע א גאנץ יאר, און זיכער אין די יעצטיגע טעג.
מ׳דארף נישט הייסן פעדער, צו האבן א גוטע פעדער.
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 428
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1195

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

!!!Inspirational
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)

צוברעקל נישט דיין הארץ!
viewtopic.php?t=2330
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1006
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3348

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

כ'האב עטליכע אידן אויף מיין ליסטע וואס האבן מיר בפועל געראטעוועט דאס לעבן... פלעין מיט א עכט פריינטליכע גוט מארגן און גוט ווארט...
זיי ווייסן נישט וואס עס ווארט זיי אויף יענע וועלט...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
יקל פעדער
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 am
Location: צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט
x 175

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

פאוסט דורך יקל פעדער »

מיינע פאעזיעס האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:49 pm !!!Inspirational
Thanks
מ׳דארף נישט הייסן פעדער, צו האבן א גוטע פעדער.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2164
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5402

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

פאוסט דורך פופציגער »

מיינע פאעזיעס האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:49 pm !!!Inspirational
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
יקל פעדער
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 am
Location: צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט
x 175

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

פאוסט דורך יקל פעדער »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:56 pm כ'האב עטליכע אידן אויף מיין ליסטע וואס האבן מיר בפועל געראטעוועט דאס לעבן... פלעין מיט א עכט פריינטליכע גוט מארגן און גוט ווארט...
זיי ווייסן נישט וואס עס ווארט זיי אויף יענע וועלט...
יאפ, ווען מענטשן זאלן וויסן בכלל וואס זייערע ווערטער טוהן אויף...
מ׳דארף נישט הייסן פעדער, צו האבן א גוטע פעדער.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1006
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3348

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

עיין מה שנכתב כאן ומה שכתבתי שם, כי זכרון אחד עולה לשתיהם
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
יקל פעדער
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 am
Location: צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט
x 175

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

פאוסט דורך יקל פעדער »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 4:03 pm עיין מה שנכתב כאן ומה שכתבתי שם, כי זכרון אחד עולה לשתיהם
געליינט, ס'מורא'דיג וואס דו שרייבסט.
מ׳דארף נישט הייסן פעדער, צו האבן א גוטע פעדער.
אוועיטער
יקל פעדער
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 am
Location: צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט
x 175

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

פאוסט דורך יקל פעדער »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 2:50 pm
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:49 pm !!!Inspirational
Thanks for your respond...
מ׳דארף נישט הייסן פעדער, צו האבן א גוטע פעדער.
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3275
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 9209

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

פאוסט דורך פליט »

וואו!!!! אזוי גוט ארויסצוברענגען...

כהייב יעצט אן טראכטן ווי סאך מענטשן גלייכן מיר... ס'ווערט מיר פשוט ליכטיג! שכח!
אוועיטער
יקל פעדער
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 am
Location: צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט
x 175

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

פאוסט דורך יקל פעדער »

פליט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 8:01 pm וואו!!!! אזוי גוט ארויסצוברענגען...

כהייב יעצט אן טראכטן ווי סאך מענטשן גלייכן מיר... ס'ווערט מיר פשוט ליכטיג! שכח!
ב''ה געקענט משמח זיין א יוד.
שכח.
מ׳דארף נישט הייסן פעדער, צו האבן א גוטע פעדער.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1412
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2895

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

יקל פעדער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:40 pm "נאך איין מזל איך בין ארויס פון בעט היינט!
!!!! אזוי האב איך געליינט @יקל פעדער, געוואויר געווארן אז ער הייסט יוקל, און אז ער שרייבט גאר גוט, און אז ער האט א גוטן מסדר מנינים, און אז איינער ווארט אויף מיין ווארימע גוט מארגן! גאר גאר גאר שטארק. יישר כח.
אוועיטער
יקל פעדער
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 am
Location: צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט
x 175

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

פאוסט דורך יקל פעדער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 9:09 am

שכח שכח שכח.
מעני מאר חידושים טא קאם אי''ה.
מ׳דארף נישט הייסן פעדער, צו האבן א גוטע פעדער.
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 428
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1195

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

יקל פעדער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 10:44 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 9:09 am
יקל פעדער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:40 pm "נאך איין מזל איך בין ארויס פון בעט היינט!
!!!! אזוי האב איך געליינט @יקל פעדער, געוואויר געווארן אז ער הייסט יוקל, און אז ער שרייבט גאר גוט, און אז ער האט א גוטן מסדר מנינים, און אז איינער ווארט אויף מיין ווארימע גוט מארגן! גאר גאר גאר שטארק. יישר כח.
שכח שכח שכח.
מעני מאר חידושים טא קאם אי''ה.
לאקינג פארווערד!!
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)

צוברעקל נישט דיין הארץ!
viewtopic.php?t=2330
אוועיטער
יקל פעדער
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 am
Location: צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט
x 175

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

פאוסט דורך יקל פעדער »

מיינע פאעזיעס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 11:04 am
יקל פעדער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 10:44 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 9:09 am

!!!! אזוי האב איך געליינט @יקל פעדער, געוואויר געווארן אז ער הייסט יוקל, און אז ער שרייבט גאר גוט, און אז ער האט א גוטן מסדר מנינים, און אז איינער ווארט אויף מיין ווארימע גוט מארגן! גאר גאר גאר שטארק. יישר כח.
שכח שכח שכח.
מעני מאר חידושים טא קאם אי''ה.
לאקינג פארווערד!!
רידינג גלעסעס עדווייזד...
מ׳דארף נישט הייסן פעדער, צו האבן א גוטע פעדער.
אוועיטער
יקל פעדער
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 am
Location: צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט
x 175

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

פאוסט דורך יקל פעדער »

מארגן מעג מען טאקע נישט גריסן. אבער וואס איז היינט דיין תירץ?!
מ׳דארף נישט הייסן פעדער, צו האבן א גוטע פעדער.
שרייב פאוסט