הגה"ק רבי משה ב"ר עמרם זי"ע, בעל ערוגת הבושם - ז' אב תר"ע

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13061
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31966

הגה"ק רבי משה ב"ר עמרם זי"ע, בעל ערוגת הבושם - ז' אב תר"ע

פאוסט דורך ניקל »

ז' אב
הגה"ק רבי משה ב"ר עמרם זי"ע, (גרינוואלד), בעל ערוגת הבושם, אב"ד חוסט,

ער איז געבוירן אין שטאט טשארנא, י"א שבט תרי"ג,
צו זיין טאטע הגה"ק רבי עמרם זי"ע, א אדם גדול בתורה, תלמיד ומשמש פונעם הייליגען כתב סופר זי"ע, בן הגה"ק רבי יוסף מטשעטשאוויץ זי"ע, א שוואגער מיט דער גאון הגה"ק רבי עמרם רוזנבוים זי"ע, הנקרא בפי כל "עמרם חסידא", וואס ליגט אונעם ביה"ח הישן אין צפת, נעבן דעם הייליגען אלשיך הקדוש זי"ע.

און צו זיין מאמע הצדקת מרת אסתר ע"ה.

דער ערוגת הבושם זי"ע איז געווען דער עלטערער ברידער און דער רבי פון הגה"ק רבי אליעזר דוד גרינוואלד בעל קרן לדוד מסאטמאר זי"ע.

ער איז געווען א איש קדוש מאוד, און א בקי וחריף נפלא בתורה, ער איז געווען א רבן של ישראל, און א גאון וקדוש מפורסם, הונדערטער תלמידים האבן געלערנט ביי אים אין ישיבה, ובתוכם זענען ארויס געקומען גרויסע גדולים און גאונים בדור, און ווי מען קען זעהן אונעם מכתב וואס דער טאטע הגה"ק רבי עמרם זי"ע האט געשריבן פאר זיין ידיד נפש הגה"ק רבי זוסמאן סופר זי"ע בשנת תרי"ח, ווען דער זוהן משה איז נאך געווען בערך 6 יאר אלט, און די טאטע האט געזאגט, אז אפילו ער איז טאקע אזוי פאריאגט אויף פרנסה, אבער ער טרייסט זיך מיט זיינע קינדער בזה"ל "כי הילדים אשר חנן ד' אותי המה זרע ברך ד', בפרט בני בכורי משה שיחי' הוא מרגניתא דלית לה טימא, ד' ישמרהו ויחייהו ויזכני לראותו מרביץ תורה בישראל", ער איז געווען מפורסם אלס א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ.

דערציילט מען אז דער זיידע הגה"ק רבי יוסף זי"ע האט מקפיד געווען צו בענטשן ברכת המזון אויף א כוס יעדן טאג, אפילו ווען ער האט געגעסן ביחידות, איין טאג האט דער זיידע נישט געהאט קיין וויין צו בענטשן, און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן קיין וויין, איז ער געגאנגען צום וויין סוחר, און געבעטן אז ער זאל אים געבן אויף בארג וויין, אבער דער וויין סוחר האט נישט געהאט קיין חשק דאס צו טון.

האט די זיידע געזאגט פארן וויין סוחר, אויב וועט איר מיר געבן א פלאש וויין, וועל איך אייך בענטשן מיט גרויס הצלחה, אז דער גוטער נאמען פון אייער וויין וועט נתפרסם ווערן אין די גאנצע סביבה, און איר וועט דארפן פאר גרעסערן אייער געשעפט, דער וויין סוחר הערענדיג די ברכה, האט ער באלד אהין געגעבן א פלאש וויין.

עטליכע טעג שפעטער, האט דער פריץ פון שטאט געברויכט וויין, איז ער געקומען צום איד אין געשעפט, און ער האט געבעטן אז ער וויל פארזיכן אביסל וויין, נאכן פארזוכן האט זיך דער פריץ אויסגעדריקט, אז אזא גוטער וויין האט ער נאך קיינמאל נישט טועם געווען, און ער האט דאן געבעטן אז ער וויל אפקויפן דאס גאנצע וויין וואס ער פארמאגט ביי זיך, און עס איז באקאנט געווארן אונעם שטאט, אז דער איד האט דאס בעסטע וויין אונעם גאנצן געגענט, און דער איד האט געמיזט פארגרעסערן דעם געשעפט, און ער האט גאר שטארק מצליח געווען אין זיינע געשעפטן.

דערציילט מען אז דער טאטע רבי עמרם איז געווען א מתמיד עצום און א געוואלדיגע עובד השם, ער האט זיך נישט געלייגט אין בעט משבת לשבת, ער האט געלערנט בחברותא מיט הגה"ק רבי אליעזר זוסמן סופר בעל ילקוט אליעזר זי"ע, און אויך מיט הגה"ק רבי שמעון סופר מקראקא זי"ע, אויך האט דער טאטע געלערנט אין די ישיבה פון הגה"ק בעל מהר"ם א"ש מאונגוואר זי"ע.

שוין פון אלס יונג קינד האט מען שוין געזען אז דא וואקסט א גדול בישראל, ער האט שוין דאן אלס קינד געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדה און קדושה, אויך האט ער געהאט די זכי' צו לערנען ביים הייליגער זיידע הגה"ק רבי יוסף גרינוואלד זי"ע וואס איז געווען באוויסט אלס א גרויסע גאון בתורה און א גרויסע עובד ד' און א קדוש וטהור.

און ווי מען דערציילט אז איינמאל אלס קינד איז דער יונגער משה געגאנגען מיטן זיידן רבי יוסף זי"ע, און אויפן וועג האט דער זיידע באגעגענט דעם גאון הגה"ק רבי שמעלקא בעל צרור החיים מסעליש זי"ע, און דער רבי שמעלקא האט זיך אויסגעדריקט אויף דעם קינד דער הייליגער ערוגת הבושם זי"ע, בזה"ל, "אויף דעם קינד משה איז מקיים געווארן דעם מאמר הכתוב, לבעבור תהיה יראתו על פניכם לבלתי תחטאו".

ליידער איז דער טאטע הגה"ק רבי עמרם זי"ע נסתלק געווארן כ"ח ניסן בשנת תר"ל נאכנישט זייענדיג קיין פערציג יאר אלט, און ער האט איבער געלאזט די מאמע אן אלמנה מיט ניין קינדער, און די טאטע האט בעפאר זיין הסתלקות געבעטן דעם בכור דער הייליגער ערוגת הבושם זי"ע, אז ער זאל זעהן צו מחנך זיין די קינדער און ארויס העלפן די מאמע מיט די שטוב און פרנסה, און דער ערוגת הבושת זי"ע איז דאן געווען בערך 17 יאר אלט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13061
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31966

Re: הגה"ק רבי משה ב"ר עמרם זי"ע, בעל ערוגת הבושם - ז' אב תר"ע

פאוסט דורך ניקל »

ביי די 11 יאר אלט איז ער שוין געגאנגען לערנען אין די ישיבה פון הגה"ק רבי מנחם כ"ץ פרוסטיץ אב"ד צעהלים זי"ע, פון די גרויסע תלמידים פונעם הייליגען חתם סופר זי"ע, און דארט איז ער באוויסט געווארן אלס א גאון און עולוי מפורסם, און גרויסע גאונים האבן שוין דאן באוואונדערט זיין גרויסע גדלות בתורה נאך זייענדיג גאר יונג.

דערציילט מען אז זייענדיג גאר יונג, איז דער אייניקל אמאל געפארן אויף א פלאץ מיטן זיידן רבי יוסף, און דארט איז אויך געווען דער גאון וגדול הגה"ק רבי יוסף שאול נאטענזאהן בעל שואל ומשיב מלעמבערג זי"ע, און די צוויי גאונים האבן זיך מפלפל געווען אין דברי תורה, אינימטן האט דער קליינער אייניקל דער ערוגת הבושם אנגעוויזן אויף א תוספות, און דער הייליגער שואל ומשיב איז ממש ארויס פון התפעלות, און מכיר געווען דעם גדלות און חריפות און בקיאות פון דעם ערוגת הבושם.

האט ער געבעטן דעם זיידן אז ער זאל שיקן דעם אייניקל לערנען ביי אים אין ישיבה, און ער זאל זיין אינעם חבורה פרטיות מיט די געקליבענע תלמידים וואס ער דער שואל ומשיב לערנט מיט זיי, האט דער זיידע געזאגט אז ער ברויך פרעגן די עלטערן אויב זיי זענען מסכים, און די עלטערן האבן נישט געוואלט מסכים זיין, וויבאלד דער זוהן איז נאך געווען דאן זייער יונג, דער הייליגער ערוגת הבושם האט זיך שפעטער אויסגעדריקט, "ווער ווייסט אויב איך וואלט דארט געלערנט ביים הייליגען שואל ומשיב, וואלט איך ווען געהאט נאך א דרך הלימוד".

ביי די 13 יאר ווען ער איז בר מצוה געווארן האט ער געזאגט א דרשה מיט א אייגענעם חידוש און א גאר טיפע פלפול, אינעם ביהמ"ד אין שטאט צעהלים, און גרויסע גאונים דארט אין ביהמ"ד זענען ארויס פון התפעלות פון דעם חריפות פון דעם יונגען גדול.

דאן איז ער געגאנגען לערנען פאר בערך צוויי יאר ביים זיידן הגה"ק רבי יוסף גרינוואלד מטשעטשאוויץ זי"ע, און דארט האט ער געהאט א גאר שטארק התקרבות צום זיידן, און גאר אסאך תורה האט ער דארט קונה געווען, און אפילו נאך זייענדיג אינטער די 15 יאר אלט, האבן שוין גדולים געשטוינט פון זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע קדושה.

ביי די 15 יאר בשנת תרכ"ח איז דער גאון געגאנגען לערנען אין די ישיבה אין שטאט פרשבורג ביים גאון הגה"ק רבי אברהם שמואל בנימין סופר בעל כתב סופר זי"ע, ווערט דערציילט אז זיין רבי דער כתב סופר האט גאר שטארק מחבב געווען דעם תלמיד, און גאר אסאך געלערנט ביחידות מיט דעם תלמיד, אויך ווערט דערציילט אז איינמאל בשעת א טיפע שיעור וואס דער הייליגער כתב סופר האט פאר געלערנט, און דער תלמיד דער ערוגת הבושם האט זיך מפלפל געווען מיטן רבין, האט זיך דער הייליגער כתב סופר אויפגעשטעלט, און צו געגאנגען צום תלמיד משה און א קיש געגעבן אויפן שטערן מרוב חביבות.

דארט אין פרשבורג האט ער געלערנט מיט הגה"ק רבי יוסף חיים זאנענפעלד ראב"ד ירושלים זי"ע, און שפעטער האט דער ראב"ד רבי יוסף חיים געזאגט אויף זיין ידיד נאמן רבי משה, אז מען האט דארט אין ישיבה און אפילו שפעטער ממש געזען יעדן טאג, ווי דער תלמיד רבי משה איז געשטיגען אין מדרגות בעבודת ד' און אויך אין קדושה.

ווען רבי יוסף חיים זי"ע איז ארויף קיין ארץ ישראל, און דארט געוואוינט פאר 25 יאר, און ווי באקאנט האט ער מקפיד געווען נישט ארויס צו גיין פון ארץ ישראל פאר קיין שום זאך, האט ער געזאגט בזה"ל, "אולם בשביל לחזות באפי שכינתא, זיו פניו הקדושים של רעי הערוגת הבושם, רצוני לצאת לחוץ לארץ, לראות את פניו המאירים בשינוי צורה בהתעלותו בעבודת השם".

דערציילט מען אז לערנענדיג ביים הייליגען כתב סופר זי"ע, האט זיך דער הייליגער ערוגת הבושם אויך אריינגעלייגט און תורת הנסתר, און מיט זיין גרויס חכמה און חריפות, איז ער גאר שנעל געוואקסן אין חכמת הקבלה, און געווען באקאנט אלס א בקי בנגלה ובנסתר.

ווערט דערציילט אז אין יענע צייטן האבן ליידער בחורים אנגעהויבן לערנען חכמת חיצוניות, און ווען דער הייליגער כתב סופר זי"ע איז פון דעם געוואויר געווארן, האט ער געשטעלט ספעציעלע שליחים וואס זאלן נאכקוקן די בחורים, און אים לאזן וויסן ווער עס זענען די בחורים וואס זענען ליידער פורץ גדר מיטן ליינען די דברים חיצוניות.

איינע פון די משגיחים איז געווען הגה"ק רבי יהודה גרינוואלד מסאטמאר זי"ע, און ווען די שליחים זענען איין נאכט אנגעקומען צום אכסניא פונעם הייליגער ערוגת הבושם זי"ע, האבן זיי אים געטראפן ווי ער זיצט און איז מעיין בעיון גדול אין עפעס א ספר, דער גאון רבי יהודה גרינוואלד זי"ע האט דאן געמיינט, אז דער גאון רבי משה ליינט ח"ו איינע פון די ספרי חיצויות.

אבער ווען דער גאון רבי יהודה איז צו געגאנגען אונטער אים, איז ער ממש נבהל ונשתומם געווארן, ווייל זיי האבן אים געטראפן מעיין זיין אונעם ספר הזוהר הקדוש, ווען טרערן פליסן פון זיינע אויגן, און דער הייליגער ערוגת הבושם האט אפילו נישט מרגיש געווען אז זיי זענען דארט.

רבי יהודה גרינוואלד איז זייער נתרגש געווארן פון די גרויסע יראה וטהרה פון דעם בחור משה, און זיך געוואנדן צו זיין רבין דער הייליגער כתב סופר זי"ע, אז ער וואלט זייער געוואלט לערנען בחברותא מיט דעם בחור משה, ווען דער כתב סופר האט געפרעגט פארוואס ער וויל אזוי שטארק לערנען מיט דעם בחור, האט ער דערציילט דעם מראה פארן רבין דער כתב סופר, און דער הייליגער גאון דער כתב סופר איז ממש נתרגש געווארן דערפון, און פון דאן נאך מער ארויס געוויזן דאס ליבשאפט צום גרויסן תלמיד דער הייליגער ערוגת הבושם.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2367
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8367

Re: הגה"ק רבי משה ב"ר עמרם זי"ע, בעל ערוגת הבושם - ז' אב תר"ע

פאוסט דורך מסתמא »

ייש”כ גדול @ניקל עד למאוד!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13061
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31966

Re: הגה"ק רבי משה ב"ר עמרם זי"ע, בעל ערוגת הבושם - ז' אב תר"ע

פאוסט דורך ניקל »

בשנת תרכ"ט ביי די מערכה פון די טיילונג אין אונגארן, ווען מען איז אראפ געגאנגען צו די קאנגרעס פויעלן, אז די ערליכע קהלות זאלן זיך קענען צוטיילען פון די נאלאגען, און אויף מאכן א ערליכע קהלה החרדות, האט דער הייליגער כתב סופר מיט גענומען דעם חשובן תלמיד דער ערוגת הבושם אים משמש זיין דארט.

איין טאג זייענדיג דארט האט דער רבי געבעטן פונעם תלמיד משה, אז ער זאל קומען מיט אים שפאצירן און שעפן פרישע ליפט, דער תלמיד האט גלייך געפאלגט דעם רבין און ארויס אויף א שפאציר, נאך א שטיק צייט שפאצירן האט דער תלמיד פארשטאנען, אז ער האט שוין יוצא געווען דעם חוב פון מקיים זיין שימש רבו, איז ער צוריק צו זיין אכסניא.

אבער דורכן פענסטער האט ער באמערקט ווי זיין רבי דער כתב סופר וויינט בדמעות שליש, און ווען דער רבי האט באמערקט אז דער תלמיד האט אים געזען וויינען, האט די רבי גערופען דעם תלמיד משה און אים געזאגט, יעצט וואס דו האסט מיך שוין געזען וויינען, וועל איך דיר זאגן פשט אויף די טרערן, מיין טייערע תלמיד, כלל ישראל דארף רחמים מרובים, קום לאמיר זאגן תהילים אינאיינעם.

האט דער הייליגער ערוגת הבושם דערציילט, אז ער מיט זיין רבין האבן דאן שופח שיח געווען מיט גרויס התעוררות במשך זעקס שעה רציפות, און דאן פארגאסן הייסע טרערן און געזאגט תהילים מיט בכיות נוראות, און יארן שפעטער האט נאך דער הייליגער ערוגת הבושם זי"ע געזאגט, הלוואי זאל איך זוכה זיין נאכאמאל אין מיין לעבן צו פילן אזא התעוררות הנפש און תענוג הרוחני, וואס איך האב געפילט דעמאלט ווען איך האב געזאגט תהילים אינאיינעם מיט מורי ורבי בעל כתב סופר זי"ע.

בשנת תר"ל איז דער הייליגער טאטע רבי עמרם ליידער נסתלק געווארן יונגערהייט, און איבער געלאזט די מאמע אן אלמנה מיט א שטוב מיט קינדער, און וויבאלד ער איז דאך געווען דער בכור, און אפילו ער איז דאן נאר געווען 17 יאר אלט, איז ער ארויס עוסק זיין במשא ומתן מיט א געוואלדיגע ערליכקייט, און דורך דעם האט ער אויס געהאלטן די מאמע מיט די קינדער, וואס בתוכם איז געווען זיין ברידער דער הייליגער קרן לדוד מסאטמאר זי"ע.

אבער מיט די אלע שווערקייטן וואס זענען ארויפגעפאלן אויף אים, איז דער גאון ווייטער געלעגן אין תורה, און געלערנט תורה מיט א מסירת נפש יומם ולילה, די אידן פון שטאט האבן מעיד געווען, אז בשעת יענע שווערע צייטן וואס ער האט געברויכט זיין פארנומען מיט מסחר, האט מען אויף אים בכלל נישט געקענט דערקענען א ירידה בתורה, נאר אדרבה ער איז דאן געוואקסן אין תורה מיט א געוואלדיגע התעלות.

אויך ווערט דערציילט אז אין זיינע געשעפטן ביכער האט מען געטראפן צו געשריבן חידושי תורה וואס איז אים איינגעפאלן בשעת'ן עוסק זיין במסחר, און ער האט דאס אפ געשריבן כדי ער זאל די חידושי תורה נישט פארגעסן.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת זיסל ע"ה,
בת הגה"ק רבי אברהם געשטעטנער זי"ע.

אביסל שפעטער נאך די חתונה, האט ער וואוינענדיג אין שטאט טשארנא אויף געשטעלט א ישיבה, און געווען באוויסט מיט זיין געוואלדיגע גדלות בתורה, ער האט געפירט א ישיבה און מרביץ תורה געווען פאר תלמידים מיט א מסירת נפש ממש, און עס ווערט דערציילט אז איינמאל איז אין שטאט געווען הגה"ק רבי חיים סופר בעל מחנה חיים זי"ע, און געזאגט פארן ערוגת הבושם, איך הער איר האט א ישיבה און איר זענט מרביץ תורה.

האט דער הייליגער ערוגת הבושם מיט זיין גרויס עניוות געזאגט, איך האב א קליינעם ישיבה מיט 40 בחורים, האט דער הייליגער מחנה חיים געזאגט, חז"ל זאגן דאך "אלף נכנסים לבית התלמוד ואחד מהם יוצא להוראה" אז איינס פון טויזענט פון א ישיבה קומט ארויס להוראה, אבער ביי איך אין ישיבה וויבאלד עס איז נאר דא 40 בחורים בין איך זיכער אז אלע 40 וועלן ארויס קומען להוראה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13061
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31966

Re: הגה"ק רבי משה ב"ר עמרם זי"ע, בעל ערוגת הבושם - ז' אב תר"ע

פאוסט דורך ניקל »

בשנת תרמ"ב איז ער אויף גענומען געווארן אלס רב אין שטאט הומענא, און אפילו ער איז דאן געווען גאר יונג זייענדיג נאר 29 יאר אלט, האבן גדולים און צדיקים בדורו געשריבן גאר גרויסע שבחים אויף דעם ערוגת הבושם זי"ע, ובתוכם, הגה"ק בעל חתן סופר זי"ע, הגה"ק רבי חיים צבי מאנהיימער מאונגוואר זי"ע, הרה"ק בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע, און ווי הגה"ק רבי שמעון סופר אב"ד קראקא זי"ע שרייבט בזה"ל, "אשרי לדור שזכה לאותו צדיק משה בן עמרם".

דארט אין שטאט הומענא האט ער מרביץ תורה געווען פאר הונדערטער תלמידים, און זיך אוועק געגעבן מיטן גאנצן כוח צו אריינלייגן תורה און יראת שמים אין די תלמידים, און מדריך געווען די תלמידים מיט א געוואלדיגע קדושה וטהרה.

אויך האט ער דארט אין שטאט אויף געטון גדולות ונצורות להעמיד הדת על תילה, ער האט דארט געהאלטן פייערדיגע דרשות, און מוחה געווען קעגן יעדן פירצה מיט א געוואלדיגע מסירת נפש, און נישט געלאזט נאכגעבן גארנישט וואס איז געווען קעגן די הלכה אדער מנהגים וואס מען האט מקבל געווען מדורות הראשונים אדער סיי וואס.

בשנת תרמ"ד ווען הגה"ק רבי משה שיק בעל מהר"ם שיק זי"ע האט פארלאזט דעם שטאט חוסט, האבן די שטאט מענטשן געבעטן דעם גאון צו נעמען דאס רבנות אין שטאט חוסט, אבער דער גאון צוליב וואס ער איז געווען אזוי צוגעבינדן צו דעם שטאט הומענא, און אויך צו זיינע תלמידים, האט ער נישט געוואלט אוועק גיין פון שטאט הומענא.

אבער בשנת תרמ"ז איז דער גאון געפארן צום קור ארט "הארשפאלווא" און ער האט דארט געטראפן דעם גרויסן גאון הגה"ק רבי אברהם יצחק וויינבערגער בעל פני יצחק מקליינווארדיין זי"ע, וואס דער גאון רבי אברהם יצחק איז קיינמאל נישט געפארן צו קיין קור ארט, אבער דאן האט די רעבעצין זייער געבעטן צוליב זיין געזונט זאל ער יא פארן, און די צוויי גאונים האבן דארט פארברענגט אין לערנען.

דאן ווען דער גאון רבי אברהם יצחק איז צוריק אהיים געקומען, האט ער געזאגט פאר די רעבעצין, אויב בין איך געפארן צום קור ארט נאר צו טרעפן דעם גרויסן גאון רבי משה מהומענא, האט זיך דאס גאנצע נסיעה געלוינט, און דער גאון האט געזאגט, הלוואי נאך מיין אריכות ימים, זאלט איר האבן דער זכי' צו האבן דער הומענער רב אלס רב ביי ענק אין שטאט.

די ראשי קהלה אין קליינווארדיין האבן דאס גענומען אלס צוואה פונעם רב, און ווען דער פני יצחק זי"ע איז נסתלק געווארן האט מען געשיקט א כתב רבנות פארן ערוגת הבושם באטיטלענדיג מיטן ווארט "משה רעיא מהימנ"א".

ער האט טאקע דאן אנגענומען דאס רבנות אין שטאט קליינווארדיין, און די גאנצע שטאט איז ארויס געקומען מקבל פנים זיין דעם נייעם רב, און ער האט גלייך ביים אנקומען געהאלטן א פייערדיגע דרשה, אויך האט ער מיט געברענגט אסאך תלמידים וואס האבן ביי אים געלערנט אין הומענא.

ער האט דאן אויף געשטעלט א ישיבה וואס איז געווען דאן פון די גרעסטע ישיבות אין אונגארן, הונדערטער גאונים און גדולים זענען פון זיין ישיבה ארויס געקומען, ער האט אפילו זייענדיג דער רב פון שטאט זיך ווייטער אפ געגעבן מיטן ישיבה מיט א געוואלדיגע מסירת נפש, בחורים פון גאנץ מדינות אונגארן זענען געקומען לערנען אין די ישיבה.

אנפאנג ווען ער איז אנגעקומען קיין קליינווארדיין איז ער נאכנישט געווען מקורב צום דרך החסידות, און אפילו זייענדיג א פייערדיגע איש קדוש וטהור, איז ער אבער נישט געגאנגען מיט קיין שטריימל שבת קודש, און דערפאר האבן זיך מאדערנע אידן פון שטאט אויך געפרייט מיטן אנקום פונעם נייעם רב, זיך איינרעדענדיג אז דא האבן זיי באקומען א רב וואס וועט מיט שטיין מיט זייער דרך.

אבער גאר שנעל האבן זיך די מאדערנע אידן איבערצייגט, אז דער נייער רב איז ווייט פון א מאדערנע רב, וויבאלד ער איז דאן נתקרב געווארן צום דרך החסידות, און נישט לאנג נאכדעם וואס ער איז אנגעקומען האט מען פארן רב געקויפט א שטריימעל, דאן האבן די מתחדשים אנגעהויבן פירן א מלחמה קעגן דעם רב, און דאן האט דער צדיק געזאגט, אז יעצט זעה איך אז דער דרך החסידות און דעם לבוש פונעם שטריימל איז א דבר טוב, ווייל איך זעה אז די מתחדשים קענען דאס נישט פארטראגן.

דאן האבן די מתחדשים און בריונים אריין געגעבן א מסירה ביי די רעגירונג, אז דער רב האט אויף געמאכט א ישיבה פאר זיך וואס איז נישט אופן מהלך פון די רעגירונג, און זיי האבן געפויעלט ביי די רעגירונג אז מען זאל דעם ישיבה פארמאכן, און אויך האבן זיי זיכער געמאכט אז מען זאל פארבאטן דעם רב, אז ער זאל אפילו נישט קענען בכלל לערנען מיט תלמידים, און עס איז זיי געלונגען אז די רעגירונג האט פארמאכט דעם ישיבה.

אבער דער הייליגער ערוגת הבושם האט זיך פון דעם בכלל נישט דערשראקן, נאר ווייטער מרביץ תורה געווען באהאלטענערהייט, און אויך אריין געלייגט גאר שווערע כוחות צו פויעלען ביי די רעגירונג לטובות די ישיבה, און בחסדי ד' האט ער גע'פועל'ט א געזעץ "מיניסטעריאל ערלאסס" וואס מיט דעם האט מען ערלויבט ווייטער אנצוגיין מיט די ישיבה, און זכות הרבים תלוי' בידו, ווייל דורך זיין ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט, האט מען דאן אויך געלאזט אין גאנץ אונגארן יעדן רב האבן א ישיבה, און מיט זיין כח און מסירת נפש האט ער געראטעוועט לימוד התורה אין גאנץ אונגארן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13061
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31966

Re: הגה"ק רבי משה ב"ר עמרם זי"ע, בעל ערוגת הבושם - ז' אב תר"ע

פאוסט דורך ניקל »

בשנת תרנ"ג ווען הגה"ק רבי יואל צבי ראטה בעל בית היוצר אב"ד חוסט זי"ע איז נסתלק געווארן, האט מען דאן אויף גענומען דעם הייליגען ערוגת הבושם אלס רב אין חוסט, און דארט האט ער אויף געשטעלט זיין גרויסע ישיבה, פון ווי עס זענען ארויס געקומען טויזנטער תלמידים גאונים און גדולים, דער ישיבה איז געווען בימים ההם דער גרעסטער ישיבה אין גאנץ אונגארן, יעדן זמן האבן דארט געלערנט איבער 300 בחורים למדנים חריפים ובקיאים, וואס צווישן זיי זענען שפעטער אויס געוואקסן פיל רבנים און גאונים און מרביצי תורה בישראל.

עס איז ממש נישט צום באשרייבן דאס אהבה וואס ער האט געהאט צו זיינע תלמידים, ער האט מיט א געוואלדיגע מסירת נפש אריין געלייגט אין די בחורים חשקות ויגיעת התורה מיט א התמדה עצומה און מוסר ויראת שמים אויפן דרך החסידות.

פון דארט אין שטאט חוסט, האבן גאר אסאך פון די תלמידים דערציילט דאס עבודת הקודש פון זייער רב דער ערוגת הבושם זי"ע, סיי זיין עבודת השם אין לערנען תורה וואס ער האט עוסק געווען בתורה ממש יומם ולילה אפילו שוין זייענדיג עלטער און שוואך, אויך דאס עבודת התפלה איז צו געגאנגען מיט א אש קודש און א ברען און א מוראדיגע דביקות בשם, אויך דערציילן די תלמידים דאס דביקות און קדושה וואס מען האט געזען ביי דעם צדיק שבת קודש וואס ממש מראהו כמלאך ד' צבקות בקדושה ובטהרה.

אויך האט ער דארט אין שטאט גאר אסאך לוחם געווען קעגן די נאלאגען און די רפורמים, וואס האבן פראבירט אריין צו ברענגן נייע מנהגים, ער האט זיך נישט געלאזט אויף סיי וואס, אנגעהויבן מיט די פלאץ ווי דער חזן זאל שטיין, אויך דעם מקום פונעם בימה אינמיטן דעם ביהמ"ד, ער האט זייער מקפיד געווען צו אפרעכטן דעם אפשערן פון א דריי יעריגע קינד ביי די דריי יאר, און אלעס וואס איז מקובל במסורה פון די פריערדיגע דורות.

אויך האט ער גאר שטארק לוחם געווען בשנת תרס"ד צוזאמען מיט אלע רבנים יראי השם קעגן דעם תנועה הציונית הארורה וואס האט דאן פראבירט אריינצוכאפן אידישע קינדער אין זייער נץ, איז דער צדיק ארויס געקומען מיט גאר שארפע מכתבים קעגן די ציונים, צוזאמען מיט הגה"ק רבי שמואל ראזענבערג אב"ד אונסדארף זי"ע האט ער ארויסגעגעבן א מכתב, מיט אן אזרה און איסור צו שטיין ווייט פון זיין אין איין אגודה מיט די ציונים און מזרחים, און מיט זיין גרויסע כח האט ער א גרויסע חלק פון כלל ישראל געראטעוועט פון ח"ו נכשל ווערן פון זיך מחבר זיין מיט די רשעים.

בשנת תרס"ו האט מען אים אויך אויף גענומען אלס רב אין שטאט קראקא, אבער מיט דעם אלעם האט ער דאן נישט אפגעלאזט דעם שטאט חוסט, וואס דער רב האט געהאט א מוראדיגע חביבות צו דעם שטאט און זיינע תלמידים.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13061
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31966

Re: הגה"ק רבי משה ב"ר עמרם זי"ע, בעל ערוגת הבושם - ז' אב תר"ע

פאוסט דורך ניקל »

ווען דער ערוגת הבושם איז אנגעקומען דאס ערשטע מאל צו א רבין, איז עס געווען דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע, און ער איז אנגעקומען נאך חצות היום, האט ער געזען ווי דער הייליגער דברי חיים האט דעם טלית אויף די אקסלען, האט ער געטראכט אז אפשר די חסידים דאווענען מנחה מיט א טלית, אבער ווען ער האט געהערט ווי דער דברי חיים הייבט אן ברכת השחר, איז ער ארויס געלאפן און נישט געוואלט דארט בלייבן, אבער שפעטער ווען ער איז נתקרב געווארן צום דרך החסידות, האט ער גאר שטארק באוויינט אז ער האט נישט געהאט די זכי' צו קענען דעם הייליגען דברי חיים מצאנז זי"ע.

באקאנט איז אז ער איז נתקרב געווארן צום דרך החסידות דורכן הייליגען ספר ייטב לב, וואס ווי באקאנט איז דער ספר ייטב לב קודם געווען געדריקט אן א נאמען, און ווען דער ערוגת הבושם האט אריין געקוקט אונעם ספר, איז ער זייער נתפעל געווארן דערפון, האט ער אנגעהויבן נאכגיין ווער דער מחבר איז, און אזוי איז ער נתקרב געווארן צום הייליגען ייטב לב זי"ע, און דערנאך צום דרך החסידות, און געהאט א גאר שטארקע התקרבות ביים ייטב לב זי"ע וואס האט גאר שטארק באוואונדערט זיין גדלות און קדושה.

איינמאל איז א איד געקומען צום הייליגען ייטב לב זי"ע און דער ייטב לב האט דעם איד געזאגט "דו קוקסט אויס ווי פאר צוואנציג יאר צוריק", ווען דער איד האט נישט פארשטאנען וואס דער ייטב לב וויל אים דא זאגן, האט דער ייטב לב מסביר געווען, "דער הומנער רב (ערוגת הבושם), ווען ער קומט צו מיר, קוקט ער יעדעס מאל אויס אנדערש, ווייל ער ווערט נתעלה מיט מדרגות, אבער דו בוסט געבליבן דער זעלבער ווי פאר צוואנציג יאר צוריק".

אויך איז ער געווען שטארק בידידות מיט הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע, וואס האט גאר שטארק גערעדט פון דעם גדלות און קדושה פון דעם הייליגען ערוגת הבושם זי"ע, און ער האט געהאט חזקה צו זיין שבת נחמו ביים הייליגען דברי יחזקאל משינאווא, און דער דברי יחזקאל ווען ער האט געהאט א שאלה און ער האט געוואלט האבן נאך א דעת תורה, פלעגט ער זאגן "אויף שבת נחמו וועט דאך קומען דער חוסטער רב, וועלן מיר אים דאן פרעגן".

אויך איז ער געווען גאר נאנט מיט הרה"ק רבי יהושע מבעלזא זי"ע, און מיט הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע, און הרה"ק מהרי"ד זי"ע האט אמאל געזאגט בזה"ל, "ווען איך קען ווען נישט דעם מחבר פון דעם ספר ערוגת הבושם, וואלט איך געזאגט אז ס'איז דער הייליגער נועם אלימלך זי"ע", אויך האט ער זיך איינמאל אויסגעדריקט, אז די ספר ערוגת הבושם באלאנגט צווישן די ספרי תלמידי בעש"ט, און ער האט געזאגט בזה"ל, "ער האט זיך מיט געכאפט מיט די תלמידי הבעש"ט", און איינמאל האט ער זיך אויסגעדריקט אז דער ספר ערוגת הבושם איז געשריבן ברוח הקודש.

אויך דערציילט מען אז איינמאל ווען הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע איז געווען אויף אפרוה, איז אויסגעקומען צו שמועסן פון די גדלות פונעם הייליגען ערוגת הבושם זי"ע, האט דער בעלזער רב געפרעגט, אויב איינער ווייסט עפעס איבער די מוטער פונעם ערוגת הבושם, און אין וועלכע זכות זי האט זוכה געווען צו האבן אזא הייליג קינד, עטליכע האבן פראבירט צו דערציילן איר גרויסקייט, זה בכה וזה בכה, אבער דער בעלזער רב האט זיך נישט באגנונגט מיט קיין איינע פון די מעשיות.

ביז איינער האט דערציילט, אז ווען די טאטע רבי עמרם איז געווען אין שידוכים, און מען האט אים אנגעטראגן דעם שידוך, איז ער געפארן צום שטאט פון די כלה, ווי דער סדר איז געווען צו שליסן דעם שידוך, אבער למעשה הארט פארן שידוך שליסן, האט די מדוברת משום איזה סיבה שהוא, געמאלדן אז זי וויל נישט טון דעם שידוך, עס איז געווען זייער א אומבאטאמטע געפיל, וויבאלד דער בחור איז שוין געקומען צו פארן, און אצינד דארף ער אהיים גיין מיט ליידיגע הענט.

האט דער אינגערע שוועסטער פונעם מדוברת, וועלכע איז אויך דארט געווען אין שטוב, נישט וועלענדיג אז דער בחור זאל פארשעמט ווערן, און אויך האבענדיג געהערט דעם גדלות פון דעם בחור, אז ער איז א גרויסע יראה שמים, האט זי באלד געמאלדן פאר די עלטערן, אז זי איז מסכים צו נעמען דעם חתן, און כך הוה מען האט געבראכן טעלער און זי האט חתונה געהאט מיטן בחור עמרם.

הערענדיג די ווערטער האט דער בעלזער רב געזאגט דאס איז שוין יא גדלות פון א מיידל, און אין דעם זכות האט זי געהאט די זכי' צו אראפברענגען אזא הויכע נשמה אויף די וועלט, וואס האט באלאכטען די וועלט מיט זיין קדושה און תורה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13061
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31966

Re: הגה"ק רבי משה ב"ר עמרם זי"ע, בעל ערוגת הבושם - ז' אב תר"ע

פאוסט דורך ניקל »

זיינע הייליגע דברי תורה און שו"ת איז געדריקט געווארן אינעם הייליגען ספר ערוגת הבושם, און עס ווערט דערציילט אז ער האט שוין געהאט אפ געשריבן גאר אסאך חידושים אויפן ש"ס וואס ער האט געפלאנט צו דריקן אינעם ספר, אבער ווען ער איז נתקרב געווארן צום דרך החסידות, האט ער מחליט געווען צו מבער זיין אלע חידושי תורה, וואס זענען נתחדש געווארן פון בעפאר ער איז נתקרב געווארן, ווייל די חידושים וואס ער האט מחדש געווען בעפאר ער איז נתקרב געווארן צום דרך הבעש"ט הקדוש זי"ע, איז נישט ראוי לעלות על שולחן מלכים.

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,

הרה"ק רבי אברהם יוסף מאונגוואר זי"ע,
הרה"ק רבי יעקב יחזקי' בעל ויגד יעקב מפאפא זי"ע,
הרה"ק רבי יקותיאל יודא מיארע זי"ע,
הרה"ק רבי לוי יצחק מצעהלים זי"ע,
הרה"ק רבי ישראל מאיר מקליינווארדיין זי"ע,
בתו הצדקת מרת מירל חי' ע"ה, בזיווג ראשון אשת הגה"ק רבי הלל מאיר ארנגרובר זי"ע, בזיווג שני אשת הגה"ק רבי אהרן זילבערשטיין זי"ע, בן הרה"ק רבי ישעי' זילבערשטיין בעל מעשי למלך מווייטצען זי"ע,
בתו הצדקת מרת שרה יוכבד ע"ה, בזיווג ראשון אשת הגה"ק רבי אהרן זילבערשטיין זי"ע, חתונה געהאט מיטן שוועסטער מרת חי' ע"ה בזיווג שני.

ליידער האט די וועלט נישט זוכה געווען אז דער גאון וקדוש ישראל זאל האבן אריכת ימים און קענען לייכטען נאך יארן אויף די וועלט, און בשנת תר"ע איז דער צדיק זייער קראנק און שוואך געווארן מיט יסורים גדולים ומרים רח"ל, אבער דער צדיק האט אפילו מיט די גרויסע יסורים ווייטער עוסק געווען בתורה און ממש לא פסק פומיה מגירסא, אויך האט ער אפילו זייענדיג שוואך און נישט געזונט, איז ער מיט א מסירת נפש ממש געגאנגען אין מקוה.

יום א' פרשת דברים בשנת תר"ע, די וואך פון זיין פטירה, האט ער געפאדערט אז מען זאל אים טראגן אין מקוה שרייענדיג אז "היינט איז ביי מיר יום כיפור", און מען האט בלית ברירה אים געמיזט טראגן אין מקוה, און מען האט אים גע'טובל'ט אין מקוה טהרה.

פרייטאג פארטאגס ז' אב האבן זיך די תלמידים פארזאמלט ארום דעם בעט פון זייער רבין, און ער האט פון זיי געפאדערט מיט קולות, אז זיי זאלן אויף זיך מקבל זיין עול מלכות שמים מיט מסירת נפש, דערנאך האט ער אנגעהויבן מייחד זיין יחודים נוראים, און געזאגט פסוקי יחוד מיט א געוואלדיגע דביקות נפלאה מיטן ניגון פון נעילה פון יום הקדוש, און ביים פסוק "בידך אפקיד רוחי" איז דער הייליגער צדיק נסתלק געווארן בקדושה וטהרה, און עלטער פון אכט און פופציג יאר אלט.

נסתלק לגנזי מרומים ז' מנחם אב בשנת תר"ע, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט חוסט.

זכותו הגדול יגל עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13061
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31966

Re: הגה"ק רבי משה ב"ר עמרם זי"ע, בעל ערוגת הבושם - ז' אב תר"ע

פאוסט דורך ניקל »

מעשה

אינטערעסאנט צו זעהן, אז דער הייליגער צדיק איז געבוירן געווארן אין יאר תרי"ג, (מצוות), געהייסן האט דער צדיק "משה בן עמרם" מיטן זעלבן נאמען ווי משה רבינו ע"ה, און ביידע זענען נפטר געווארן ז' לחודש (אדר, אב,) און יעדעס יאר קומט אויס ז' אדר און ז' אב, דאס זעלבע טאג אין וואך, חודש אדר איז מרבין בשמחה, און חודש אב איז ממעטין בשמחה, אבער ווי צדיקים האבן געזאגט, אז אדר הייבט מען אן בשמחה, און אב הייבט מען אן ממעט זיין בשמחה, קומט אויס אז דער הויעכפונקט פון שמחה איז חודש אב.

מען דערציילט אז דער הייליגער ערוגת הבושם זי"ע איז געווען דער סנדק ביים ברית פון מרן רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע, און דאס לעצטע מאל וואס דער רבי זי"ע איז געווען ביים ערוגת הבושם זי"ע, איז געווען געציילטע וואכן בעפאר די פטירה.

האט דער הייליגער ערוגת הבושם זי"ע געזאגט פארן רבין, "א גיטער ידיד קען טהון א זכות פארן נשמה אפילו נאכן פטירה, דורכ'ן לערנען משניות לטובת הנשמה"
מען זאגט נאך אז די רבי האט יעדעס יאר געלערנט אין טאג פונעם יארצייט משניות לע"נ דעם ערוגת הבושם זי"ע.


אן עלטערן איד האט געזאגט אז הרה"ק בעל קרן לדוד מפאפא זי"ע האט פארציילט, איינמאל האט ער באזוכט א גרויסער דאקטאר, זאגט איהם דער דאקטאר, כ'האב אמאל אונטערזוכט איינעם גרינוואלד אין וויען, צו האט דאס געקענט זיין משפחה מיט אייך, ענטפערט ער איהם, דאס איז געווען מיין זיידע דער ערוגת הבשם זי"ע.

זאגט איהם דער דאקטער, אויב אזוי וועל איך דיר פארציילן וואס האט מיט איהם פאסירט, ער האט דאן געדארפט דורכגיין אן אפאראציע, האט ער פארלאנגט אז מ'זאל איהם נישט איינשלעפען, ווייל ער וויל זיך נישט בידים ברענגען צו היסח הדעת פון דעם שויתי, ער האט צוגעזאגט אז ער וועט זיך נישט רירן בשעת דעם גאנצן אפעראציע, און כך הוה במשך דעם גאנצען אפאראציע איז ער געלעגן בדביקות נפלאה און האט זיך קיין ריר נישט געגעבען.

דער ערוגת הבושם האט זייער שטארק אכטונג געגעבן, ווי אזוי ער פירט זיך אויף מיט געלט זאכן, אז ער זאל חלילה נישט האבן קיין איין פרוטה פון א צווייטן וואס עס קומט איהם נישט, עס פלעגן קומען צו איהם אסאך בריווען פון ארום די וועלט, ווי מען האט איהם אן געפרעגט פארשידענע שאלות, און די פרעגער'ס האבן אריין געלייגט א סטעמפ, אז דער גאון זאל זיי קענען צוריק שיקען אן ענטפער מיט די פאסט.

אבער אזוי ווי דער גאון האט באקומען זייער אסאך שאלות, און ער איז אויך געווען א רב, האט ער נישט געהאט די צייט צו ענטפערן אויף אלע בריווען, דערפאר האט דער גאון געשפירט ביי זיך, אז ער האט אפשר עובר געווען אויף די עבירה פון גניבה (כאטש וואס באמת האט ער גארנישט גענומען ביי קיינעם, און ער האט זיי גארנישט געבעטן, און ער איז אויך נישט מחוייב זיי צו ענטפערן).

דערפאר האט ער געשריבן אין זיין צוואה, אז ער האט אפגעשיידט א געוויסע סומע געלט, וואס מען זאל עס געבן פאר צדקה, וואס דאס איז די ווערט פון די סטעמפ'ס וואס מען האט איהם געשיקט, און ער האט נישט צוריק געשריבן אן ענטפער, און ער האפט אז די וואס האבן געשיקט די סטעמפ'ס וועלן איהם מוחל זיין אז זייער געלט גייט פאר צדקה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13061
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31966

Re: הגה"ק רבי משה ב"ר עמרם זי"ע, בעל ערוגת הבושם - ז' אב תר"ע

פאוסט דורך ניקל »

נאכן פטירה פונעם הייליגען ערוגת הבושם זי"ע, האט זיך געמאכט ביי זיין זוהן ר' אברהם יוסף, אז איין יאר חודש תשרי איז שוין געווארן שפעט אין די חודש, און מען האט נאך נישט געזען די לבנה צו קענען מאכן קידוש לבנה, עס איז שוין געווען די לעצטע נאכט וואס מען קען מאכן קידוש לבנה, אבער מען זעהט נישט קיין לבנה.

ר' אברהם יוסף האט זיך געלייגט אין בעט זייער בצער, אז ער וועט נישט זוכה זיין די חודש צו מקיים זיין די מצוה פון קידוש לבנה. אינמיטן נאכט איז זיין טאטע דער הייליגער ערוגת הבושם אים געקומען אין חלום און זאגט אים, שטיי אויף ווייל עס איז יעצט דא א לבנה, ר' אברהם יוסף האט זיך אויפגעוועקט, ער איז ארויס אינדרויסן ווי ער האט געזען א שיינע לבנה און מקיים געווען די מצוה פון קידוש לבנה.

א איד משה וואס איז געקומען פון שטאט חוסט, איז געווען אין די ארבעטס לאגער ביי די צווייטע וועלט מלחמה, ער לייגט זיך שלאפן איין נאכט, און ער זעהט דעם רבין דער הייליגער ערוגת הבושם זי"ע אין חלום, און דער רבי זאגט פאר דעם איד, בזכות פון די אלע תפילות וואס איך האב געדאווענט מיט א התלהבות ביים לעבן, האט מען מיר געגעבן א כוח נאך צו דאווענען בעולם הזה אפילו נאך מיין פטירה.

ווי באקאנט האבן די דייטשן ימ"ש אויב איינער איז ליידער אומגעקומען אדער איז געווען גאר שטארק קראנק, און זיי האבן געזען אז דער גייט שוין נישט לעבן צו לאנג, האט מען קודם אריינגעלייגט דעם גוף און א חדר המתים, וואס פון דארט האבן זיי געשיקט דעם גוף על מוקד אש, און אויב האט מען איינעם געטראפן אריינגיין אין דעם צומער איז געווען אחת דתו להמית.

און דער צדיק זאגט אים, דארט אין חדר המתים ליגט מיינס א אייניקל דוד, וואס באמת האט ער נאך חיות אין זיך ער לעבט נאך, אבער נאך אביסל וועט ער ליידער אויסגיין, בעט איך דיך גיי אריבער צו דעם חדר, און זאג פאר דעם אייניקל אין די אויער אפאר מאל די ווערטער, "דער זיידע ווינטש דיר א רפואה שלימה", ביז ער שטעלט זיך אויף די פיס און גייט ארויס מיט דיר, און איך בין דיר מבטיח, אז אויב די וועסט דאס טון וועלן ענק ביידע אי"ה ארויסגיין פון דעם גיהנום לעבעדיג.

דער רבי משה דערוועקט זיך און טראכט נישט קיין צוויי, ער גייט ארויס פונעם לאגער, און צו זיין מזל איז דארט נישט געווען קיין שומרים, און ער גייט אריין אין דעם חדר המתים, און דארט איז אויך נישט דא קיין שומרים, און ער הייבט אן זיכען דעם דוד, און ווען ער טרעפט אים האט ער אנגעהויבן זאגן וואס דער זיידע האט געהייסן, און לפלא האט ער געזעהן ווי צוביסלעך באקומט דער דוד א סימן פון לעבן, און נאך אפאר מאל האט ער געפרעגט ווי ער איז, האט ער אים שנעל ארויס גענומען פון צווישן די מתים, און אים אריבער געטראגן אונעם לאגער, און פארשטייט זיך ביידע האבן מיט ניסים דורך געמאכט די מלחמה און באפרייט געווארן.

דער הייליגער צדיק דער ערוגת הבושם זי"ע האט אמאל געזאגט א פשט אויפן פסוק (דברים ג' כ"ג) וָאֶתְחַנַּן אֶל ד' בָּעֵת הַהִוא לֵאמֹר, האט דער צדיק דער ערוגת הבושם זי"ע געפרעגט, לכאורה פארוואס דערציילט משה רבינו אז ער האט מתפלל געווען תקט"ו תפלות (כמנין ואתחנן), דאס נעמט דאך אוועק די לעצטע האפענונג און חשק פון א איד צו מתפלל זיין, ווייל אויב משה רבינו, דער רבן של ישראל ואיש אלקים, איז אזוי מפציר בתפלה, און ס'ווערט נישט נתקבל, וואס זאל מיר אונז טראכטן, און פארוואס זאל אונזער בקשות יא דערהערט ווערן.

נאר זאגט דער ערוגת הבשם, פונקט פארקערט, ווייל לכאורה וואס איז פשט אז ערשט נאך 515 תפלות, זאגט איהם הקב"ה "רַב לָךְ אַל תּוֹסֶף דַּבֵּר אֵלַי עוֹד בַּדָּבָר הַזֶּה", אויב וויל דער באשעפער איהם נישט נאכגעבן, פארוואס האט איהם דער אייבירשטער נישט געזאגט תיכף ומיד נאך די ערשטע תפלה, "גענוג, בעט נישט מער, וועסט ממילא נישט פועל'ן".

אלא מאי לערנט מען פון דא ארויס, אז הקב"ה איז מתאוה לתפילתן של צדיקים, אז דער גרויסער באשעפער האט הנאה פון יעדע תפילה פון א איד, און דערפאר זאגט משה רבינו פאר אידישע קינדער "ואתחנן אל ד' בעת ההוא", דער הייליגער באשעפער האט מיר געלאזט דאווענען 'תקט"ו' תפלות, און מיר נישט אפ געשטעלט באלד ביים אנהייב, "לאמור", דאס איז א סימן לדורות אז דער אייבערשטער קוקט ארויס און איז מתאוה אז אידישע קינדער זאלן מתפלל זיין צו איהם.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2367
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8367

Re: הגה"ק רבי משה ב"ר עמרם זי"ע, בעל ערוגת הבושם - ז' אב תר"ע

פאוסט דורך מסתמא »

ניקל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 10:00 pm זיינע הייליגע דברי תורה און שו"ת איז געדריקט געווארן אינעם הייליגען ספר ערוגת הבושם, און עס ווערט דערציילט אז ער האט שוין געהאט אפ געשריבן גאר אסאך חידושים אויפן ש"ס וואס ער האט געפלאנט צו דריקן אינעם ספר, אבער ווען ער איז נתקרב געווארן צום דרך החסידות, האט ער מחליט געווען צו מבער זיין אלע חידושי תורה, וואס זענען נתחדש געווארן פון בעפאר ער איז נתקרב געווארן, ווייל די חידושים וואס ער האט מחדש געווען בעפאר ער איז נתקרב געווארן צום דרך הבעש"ט הקדוש זי"ע, איז נישט ראוי לעלות על שולחן מלכים.
וואס איז די מקור צו דעם? כפי ידועתי האט ער קיינמאל נישט געטוישט די מנהגים צו ספרד טראץ זיין נאנטע קשר צו חסידות
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 977
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1898

Re: הגה"ק רבי משה ב"ר עמרם זי"ע, בעל ערוגת הבושם - ז' אב תר"ע

פאוסט דורך תורה ויראה »

היינט די יארצייט
משה בן עמרם
זכותו יגן עלינו!
שרייב פאוסט