'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'

אלעס ארום שרייבעריי און אויסגאבעס
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6084

Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'

פאוסט דורך פופציגער »

פעיק ניוז האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 5:13 pm
פאפקארן האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 3:26 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 3:07 pm אקעי, אז דו ווילסט דוקא...
זייט די התיסדות פון קינדער שטוב שעירט זי אפיס מיט מאמענט. די אפיס איז אין ברוקלין סקווער אויפ'ן צווייטן שטאק. דאס קומט צוליב וואס די פריעדמאנס, די אונערס פון די בליק, זענען געלט שותפים אין מאמענט.
מען קען אפטמאל זען אינדרויסן פון די אפיס ווי עס קומען אן בינטלעך פון די בליק מיט די מאמענט.
זיצן אין איין אפיס איז קיין ראיה נישט!

איך זע אויך אינדרויסן מיין מיין גראסערי ווי בליק קומט אן צוזאמען מיט מאמענט און אויך מיט די וואך, ס'איז איין דיסטריביטער
זיי זענען געווען שותפים, פינטל.
פינטל איט איז.

והדברים ידועים.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
באשיינפערליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
x 250

Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'

פאוסט דורך באשיינפערליך »

פעיק ניוז האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 5:13 pm
פאפקארן האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 3:26 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 3:07 pm אקעי, אז דו ווילסט דוקא...
זייט די התיסדות פון קינדער שטוב שעירט זי אפיס מיט מאמענט. די אפיס איז אין ברוקלין סקווער אויפ'ן צווייטן שטאק. דאס קומט צוליב וואס די פריעדמאנס, די אונערס פון די בליק, זענען געלט שותפים אין מאמענט.
מען קען אפטמאל זען אינדרויסן פון די אפיס ווי עס קומען אן בינטלעך פון די בליק מיט די מאמענט.
זיצן אין איין אפיס איז קיין ראיה נישט!

איך זע אויך אינדרויסן מיין מיין גראסערי ווי בליק קומט אן צוזאמען מיט מאמענט און אויך מיט די וואך, ס'איז איין דיסטריביטער
זיי זענען געווען שותפים, פינטל.
בעסער ווי שותפים, איינער האט געאונט ביידע קאמפעניס.
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
אוועיטער
פאפקארן
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 5:22 pm
x 56

Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'

פאוסט דורך פאפקארן »

נישט אינטערעסאנט צו דיסקוסירן א נושא מיט מענטשן וואס קענען נישט די מציאות

נ. ב.
די ווארט "פינטל" איז נישט גענוג צו אויפווייזן קעגן א פאקט!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6084

Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'

פאוסט דורך פופציגער »

איינער האט געלאזט @פאפקארן פאפן אן א דעקל?..

וואס איז די היציגקייט אין אזא נאסע סטופיד דעבאטע?...

זאגסט אז דו ווייסט אז או נאו, גוט.
אנדערע זאגן אז זיי ווייסן אז או יעס, גוט.

די רגע ס'איז עכט נוגע למעשה, קען מען ווערן גערעגט... בעפאר דעם איז עס בלויז זיך אויסצולופטערן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פאפקארן
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 5:22 pm
x 56

Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'

פאוסט דורך פאפקארן »

@פופציגער קומט אייביג אריין קלאר, אפילו אין א פארוואלקענטע מצב!
אוועיטער
טראמפ געשאסן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 105
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 12:23 am
x 83

Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'

פאוסט דורך טראמפ געשאסן »

@פאפקארן וואס האב איך דיר געזאגט...
אוועיטער
איטשע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 436
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
x 920

Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'

פאוסט דורך איטשע »

מ'הארגעט זיך ארום דא אויף א נושא וואס איז נישט קיין נסתר און נישט קיין סוד וואס מ'זוכט צו באהאלטן!

אלזא!

פארוואס זאל מען זיך ארום קריגן אויב ס'איז דא קלארע פאקטן איבער די היסטאריע פון די צוויי בארימטע הערליכע רייכע אויסגאבעס...

צום ערשט ברויך מען קלאר מאכן אז די מדובר איז איבער צוויי וועלט בארימטע אויסגאבעס וואס ערשיינען וועכענטליך אויף די גראסערי שעלף פון ווי די קליענטן כאפן עס און ליינען עס דורך פון דעקל צו דעקל ברעגנדיג דערמיט א עונג שבת פאר זיך און פאר די גאנצע משפחה. ביידע אויסגאבעס צוגלייך האבן באגאבטע שרייבער וואס זענען מהנה וואך וועכענטליך די ליינער מיט הערליכע ווארע וואס ווערן געשריבן מיט זייער גאלדענע שפראך. ביידע זענען אויסגעשטעלט מייסטערהאפטיג דורך די קריעטיווע גראפיקער'ס וואס ברענגן ארויס די קאליר און דיזיין ביי א יעדע פלאץ מיט א געניטקייט. עס איז היימיש, חסידיש און ערליך, און איז א אויסגאבע וואס יעדער קען אריינגעברענגט ווערן אין א יעדע סארט שטוב, פון שטריימלעך ביז א היטל מיט דריי קראכן!...

"א בליק" ערשיינט שוין פאר צענדליגע יארן נאכאנאנד, כלל ישראל האט זיך דערקוויקט דערמיט ביים האבן א קלארע בילד פון א יעדע רעבישע מעמד אדער שמחה, חצרות הקודש זענען געדעקט געווארן אויף א רייכע פארנעם, און האט אויך געהאט עטוואס נייעס און קרישקעלעך פון די יודישע און פון די אלגעמיינע וועלט

שפעטער איז די מוציא לאור פון א בליק אריינגעטאנצן אין א פרישע פראיעקט צו ברענגן היימישע ליין מאטריאל פארן ציבור אויף א העכערע שטאפל, און עס איז אים געלונגן אהערצושטעלן א נייע סארט אויסגאבע וואס זאל האבן הערליכע ארטיקלען איבער היימישע און אלגעמיינע נייעס באגלייט מיט שפאנענדע אינטעוויא'ס וואס האט עלעקטערזירט די ליינער וועכענטליך. די בעה"ב פון די א בליק האט געפענט "מאמענט" אינאיינעם מיט א גלייכע שותף, און די ערשטע צייטן אין א פריוו אז די פאפולאציע פון מאמענט זאל שטייגן אויף ארויף איז עס ערשינען אין די א בליק פעקל אלס ביילאגע, און דערנאך האט זיך עס פארקויפט אין אלע געשעפטן אלס א באזונדערע אויסגאבע

פאר עטליכע יאר צוריק איז צוגעוואקסן א פרישע פליגל וואס האט אויפגערודערט דעם היימישע יודנטום מיטן צובויען צו די ביז יעצטיגע א בליק, און עס איז צוגעלייגט געווארן דעם אלעמען באקאנטן "שטיבל" וואס האט פיל צוגעגעבן און געווארן גאר שטארק פאפולער ביים היימישן ציבור וואס האבן געליינט מיט דארשט יעדע ארטיקל און אינטעוויא צוגלייך, שטיבל האט זיך מיט די צייט פארמירט אלס א שטארקע ברענד און די קאסטומער'ס זענען געוואקסן מיט יעדע פארבייגייענדע וואך, שפאנענדע ארטיקלען זענען ערשינען דורך די אויסגעקליבענע שרייבער וואס זענען די סאמע העכסטע וואס שייך אין די שרייבעריי וועלט

ווי מיר האלטן יעצט איז, אז די שותף אין מאמענט וואס איז די בעה"ב פון שטיבל האט אויסגעקויפט די אנדערע 50 פראצענטיגע שותפות אין מאמענט, און ער האט מחליט געווען צו לייגן א שטארקע דגוש אויף די מאמענט אז עס זאל זיין מושלם אין א יעדע הינזיכט, צוליב דעם וועט ער פארמאכן אונזער באליבטן שטיבל, און ארויפבויען מאמענט אויף אסאך העכערע שטאפלען ווי ביז יעצט

מיר האפן אז ער זאל האבן הצלחה און קענען וויטער ברענגן ערליכע ליין מאטריאל פאר יודישע קינדער!
Think and Thank
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 287

Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'

פאוסט דורך Think and Thank »

ר' איטשע, כאניש געוואוסט אז היינטיגע היסטאריע קענט איר אויך אזוי גוט...

אגב, כאב פארגעסן צו שרייבן: יאנקי קרויס, ברודער פון יואל פון מאמענט (אין וועלכע יאנקי איז אויך שטארק אינוואלווד), טוט אויך גרעפיקס פאר שטיבל און (די לעצטע יאר בערך) פאר קינדער שטוב.
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1008
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 2939

Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'

פאוסט דורך עדיטאריעל »

.
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6084

Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'

פאוסט דורך פופציגער »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 11:29 am ר' איטשע, כאניש געוואוסט אז היינטיגע היסטאריע קענט איר אויך אזוי גוט...

אגב, כאב פארגעסן צו שרייבן: יאנקי קרויס, ברודער פון יואל פון מאמענט (אין וועלכע יאנקי איז אויך שטארק אינוואלווד), טוט אויך גרעפיקס פאר שטיבל און (די לעצטע יאר בערך) פאר קינדער שטוב.
יענקי איז גוט. קיין חילוק ווער ס’גייט וואו, יענקי זאל בלייבן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אהרן
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 8:07 pm
x 56

Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'

פאוסט דורך אהרן »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 11:29 am ר' איטשע, כאניש געוואוסט אז היינטיגע היסטאריע קענט איר אויך אזוי גוט....
איטשע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:59 am מ'הארגעט זיך ארום דא אויף א נושא וואס איז נישט קיין נסתר

שפעטער איז די מוציא לאור פון א בליק אריינגעטאנצן אין א פרישע פראיעקט צו ברענגן היימישע ליין מאטריאל פארן ציבור אויף א העכערע שטאפל, און עס איז אים געלונגן אהערצושטעלן א נייע סארט אויסגאבע וואס זאל האבן הערליכע ארטיקלען איבער היימישע און אלגעמיינע נייעס באגלייט מיט שפאנענדע אינטעוויא'ס וואס האט עלעקטערזירט די ליינער וועכענטליך. די בעה"ב פון די א בליק האט געפענט "מאמענט" אינאיינעם מיט א גלייכע שותף, און די ערשטע צייטן אין א פריוו אז די פאפולאציע פון מאמענט זאל שטייגן אויף ארויף איז עס ערשינען אין די א בליק פעקל אלס ביילאגע, און דערנאך האט זיך עס פארקויפט אין אלע געשעפטן אלס א באזונדערע אויסגאבע

מיר האפן אז ער זאל האבן הצלחה און קענען וויטער ברענגן ערליכע ליין מאטריאל פאר יודישע קינדער!
שטעלט זיך טאקע ארויס אז ר' איטשע איז נישט אזוי באהאווענט מיט די היינטיגע היסטארי...

אין די צייט וואס א בליק האט אריינגענומען די מאמענט האט דאס נאך באלאנגט פאר יושע רובין, עס איז איינגעפאלן פאר יואלי קרויס צו מאכן א עמי סטייל מאגאזין אויף אידיש ער האט נישט געהאט די גאטס גלייך ארויסצוקומען אליינס האט ער געמאכט א דיעל מיט רובין וואס האט אנגעהאלטן עטליכע חדשים ביז מען האט זיך צוטיילט.

פריעדמאן האט שפעטער אפגעקויפט די א בליק און אויך אינוועסטירט אלס געלד שותף אין די מאמענט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9577

Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'

פאוסט דורך דער תהלים איד »

image (1).png
image (1).png (75.47 KiB) געזען געווארן 257 מאל
אוועיטער
איטשע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 436
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
x 920

Re: 'שטיבל', וועכנטליכע מאגאזין פון 'א בליק'

פאוסט דורך איטשע »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 11:29 am ר' איטשע, כאניש געוואוסט אז היינטיגע היסטאריע קענט איר אויך אזוי גוט...

אגב, כאב פארגעסן צו שרייבן: יאנקי קרויס, ברודער פון יואל פון מאמענט (אין וועלכע יאנקי איז אויך שטארק אינוואלווד), טוט אויך גרעפיקס פאר שטיבל און (די לעצטע יאר בערך) פאר קינדער שטוב.
יענקי מאכט די גרעפיקס פארן שטיבל די לעצטע עטליכע יאר

ער איז אויך באקאנט אלס געלונגענע שרייבער
שרייב פאוסט