דער חילוק פון דער היימישער עקאנאמיע און דער וועלטליכער עקאנאמיע

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1580
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3630

דער חילוק פון דער היימישער עקאנאמיע און דער וועלטליכער עקאנאמיע

פאוסט דורך נקודות טובות »

ווען מען רעדט איבער די פרייזען אין די היימישע מארקעט, א שטייגער די עסן אינדאסטרי אדער אידישע מלבושים, וואס לויפן היבש טייער רעלאטיוו צו די גוישע מארקעט. הערט מען כסדר די טענה אז די סוחרים רייטען אויפן עולם וואס האבן נישט די ברירה צו גיין צו די גוישע מארקעט, סיי צוליב כשרות און ווי אויך אז א שטריימעל און א לאנגע רעקל קען מען ביים גוי נישט טרעפן. האב איך היינט געקלערט צו מיר אז פונקט ווי דער אידישע באס דרייווער באקומט מער באצאלט ווי די גוישע דרייווער, און די אידישע סעקרעטאר וועט באקומען מער ווי די גוי'שע, הגם וואס זייער סירוועס איז נישט מער ווי די סירוועס פונעם גוי. קומט אויך אז היימישע קאמפעניס זאלן מאכן א גרעסערע מארק אפ אויף זייערע פראדוקטען. אויב איז ביי אידן נישטא די מושג פון מינומעם וועידש וואס איז זייער גאנגבאר אין די גוי'שע וועלט, דאן פארוואס זאל זיין די זעלבע פראצענט מארק אפ? וועלכע גוי קען באקומען 12-15 הונדערט דאלער אלץ מתחיל אן קיין שום עקפיריענס אדער טרעינינג, פאר 36 שעה ארבעט א וואך? ביים איד איז נארמאל אז א אינגערמאן סטרעיט ארויס פון כולל אן קיין שום ערפארונג באקומט די פרייזען פאר בלויז 36 שעה א וואך ארבעט.

באמת קען מען זאגן אז די סיבה פארוואס אידן באקומען מער איז פשוט ווייל זיי האבן מער קינדער, ממילא האבן זיי מער עקספענסעס. אבער די אמת איז נישט אזוי. קודם כל ווען א אינגערמאן גלייך נאך די חתונה גייט ארבעטען, אדער ווען א מיידל ארויס פון סקול נעמט א דזשאב, זענען זייערע עקספענסעס כלל נישט מער ווי די עקספענסעס פונעם גוי, און דאך איז די סטארטינג פוינט אסאך מער ווי די גוי. צווייטענס, איז די פרייז פון אן ארבטער נישט מבוסס אויף זיין עקספענס נאר אויף זיין שויות (קען טאקע זיין אז היימישע אידן פארשטייען זיך בעסער, ממילא איז די שוויות אביסעל מער) און ועוד, ווען עס קומט צום סטעידזש פון חתונה מאכן קינדער זעהט מען נישט אז דער באס דרייווער זאל אנהויבען פארדינען 250,000 דאלער א יאר ווייל דאס איז וואס זיין לעבן קאסט אים.

בלייבט מיר איבער צו זאגן אז די אידישע אקאנעמי איז פשוט אויפגעבלאזען, דער ארבעטער באקומט מער ווי עס קומט אים, און די קאמפעניס בעטן אויך טייערער.

איך רעד נישט פון די קוואלעטי וואס קאמפעניס אן קאמפעטישען שטעלן צו, וואס דאס האט נישט קיין תירוץ. איך רעד אך ורק פון די פרייזען. אונזערע פרייזען זענען נישט געבעיסד אויף אמת'ע ציפערן, און די באבעל בלאזט זיך אויף אלץ גרעסער און גרעסער. און דאס פירט צו א לאנגע קייט פון נאן סטאפ אינפלאציע וואס ווערט נאר ערגער און ערגער. עס איז שווער צו צייגען וואס די גורם איז, אבער דאס איז כמדומה לי די מציאות.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3221
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4465

Re: די חילוק פון די היימישע אקענאמיע און די וועלטליכע אקענאמיע

פאוסט דורך וואוילער »

כ'בין 100% מסכים אז די פראבלעם איז גרויס, און די מארק אפ איז פערצענטואל גאר אסאך גרעסער אן קיין נארמאלע סיבה.
איך פיר זיך צו קויפן ביים גוי ווען ס'איז א גרויסע חילוק, וואס דאס איז אויסגעהאלטן עפ"י הלכה.

לגבי א אינגערמאן/פרוי וואס פאנגט אן ארבעטן ווען ער האט נישט קיין עקספענסעס, אין פאקט האט ער מער עקספענסעס ווי דער גוי.
די נישט אידן זענען געווענליך סינגלס, און אפילו אויב נישט קאסט אים די רענט פעניס, זיין עסן קאסט גאר ביליג, און קיין הוט און רעקל דארף ער אויך נישט קויפן.

און צום נקודה אז
פונקט ווי דער אידישע באס דרייווער באקומט מער באצאלט ווי די גוישע דרייווער, און די אידישע סעקרעטאר וועט באקומען מער ווי די גוי'שע, הגם וואס זייער סירוועס איז נישט מער ווי די סירוועס פונעם גוי.
געווענליך זענען די סערוויסער בעסער, א אידישע באס דרייווער אדער סעקרעטאר דעליווערט אונז מער געטריישאפט און סערוויס.

ליידער אין קאסטומער סערוויס און קוואליטי קענען מיר זיך לערנען פונעם גוי.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין
845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1580
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3630

Re: די חילוק פון די היימישע אקענאמיע און די וועלטליכע אקענאמיע

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 5:28 pm כ'בין 100% מסכים אז די פראבלעם איז גרויס, און די מארק אפ איז פערצענטואל גאר אסאך גרעסער אן קיין נארמאלע סיבה.
איך פיר זיך צו קויפן ביים גוי ווען ס'איז א גרויסע חילוק, וואס דאס איז אויסגעהאלטן עפ"י הלכה.
אבער ווען עס קומט צום פעי טשעק ווילסטו נישט אז דיין בעל הבית זאל דיר צאלן די פרייזען וואס עמעזאן באצאלט זייערע ארבעטער. נו נו, עס איז א טו וועי סטריט.
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 5:28 pm לגבי א אינגערמאן/פרוי וואס פאנגט אן ארבעטן ווען ער האט נישט קיין עקספענסעס, אין פאקט האט ער מער עקספענסעס ווי דער גוי.
די נישט אידן זענען געווענליך סינגלס, און אפילו אויב נישט קאסט אים די רענט פעניס, זיין עסן קאסט גאר ביליג, און קיין הוט און רעקל דארף ער אויך נישט קויפן.
ווען א אינגערמאן גייט ארבעטען גלייך נאך די חתונה, און זיין ווייב ארבעט אויך. דעקן זיי זיך בכבוד ובריוח. און קענען נאך אוועקלייגען אסאך געלט. און בד"וו, די רענט אין נוי יארק סיטי איז טייער ביי גוים אויך, נישט נאר ביי אידן.
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 5:28 pm און צום נקודה אז
פונקט ווי דער אידישע באס דרייווער באקומט מער באצאלט ווי די גוישע דרייווער, און די אידישע סעקרעטאר וועט באקומען מער ווי די גוי'שע, הגם וואס זייער סירוועס איז נישט מער ווי די סירוועס פונעם גוי.
געווענליך זענען די סערוויסער בעסער, א אידישע באס דרייווער אדער סעקרעטאר דעליווערט אונז מער געטריישאפט און סערוויס.

ליידער אין קאסטומער סערוויס און קוואליטי קענען מיר זיך לערנען פונעם גוי.
נעם א דוגמה פון א קאר סערוויס דרייווער. איך מיין אז עס איז א קנאפע נפקה מינה די געטריישאפט. ווען דו ווילסט פארן באנאכט פון סאטמאר 1 ביז עטרת טשארנע דארפסטו סירוועס? (און שששש.... זאל נישט אויסגערעדט זיין. געבן דען די אידישע קאר סערוויסעס מער סירוועס?) אבער דער איד וועט זיין באלד דאפעלט אין פרייז. פארוואס? ווייל פאר א איד קאסט דאס לעבן מער, דארף מען אים באצאלען מער, ממילא קאסט דאס לעבן מער דארף מען באצאלן מער, ממילא קאסט דאס לעבן מער דארף מען באצאלן מער, ממילא קאסט עס מער דארף מען באצאלען מער..................................................... און אזוי ווייטער און ווייטער. קאר סערוויס איז א דוגמא, קענסט עס נוצען אין יעדע אינדאסטרי, מען צאלט מער פאר אידן פלעין ווייל אידן האבן א הייפער אינפלאציע.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1521
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3171

Re: די חילוק פון די היימישע אקענאמיע און די וועלטליכע אקענאמיע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

הוהא. דו ביסט דא אריין אין א שווערע סוגיא. דאס קען מען נישט פסק'ען אזוי איינס צוויי. עס איז באמת דיטעילד. אבער לאמיר קודם גיין צו דיין משל מיט קאר סערוויסעס. א איד'ס לעבן איז טייער? א גוי'ס לעבן איז אויך טייער. פונרט אזו און אפשר נאך טיירער. נאר וואס דען? דער קאר סערוויס דרייווער איז א נעכס... א לא יוצלח. ער טויג נישט צו גארנישט, ער איז אן אויסגעשפילטער אימיגראנט, האט נישט קיין קינדער, א ווייב ווענדט זיך ווי אמאל, א הויז האט ער בשותפות מיט 2 חברים, און זיין לעבן איז טאקע ביליג! ממילא קען ער בעטן ביליג.

משא"כ ביי אידן איז כל ישראל בני מלכים. כמעט יעדע לאו אינקאם איד האט אזא טייער לעבן ווי דער מידל אינקאם גוי להבדיל, נישט דוקא אלס די אידישקייט קאסטן, נאר ווייל א איד איז נישט קיין שלעפער.
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 247

Re: די חילוק פון די היימישע עקאנאמיע און די וועלטליכע עקאנאמיע

פאוסט דורך לאקאלער רב »

גראדע האב איך אמאל געהערט אז א די אלגעמיינע באס קאמפאניס באצאלן מער פארן באס דרייווער ווי ביי די אידישע.

ביי זיי איז א גאנצע גדולה דער שאפער פונעם מעכטיגן קאוטש באס, ער גייט מיט א אנצוג און ער עפענט דיר די טיר וכו' וכו'.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1580
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3630

Re: די חילוק פון די היימישע אקענאמיע און די וועלטליכע אקענאמיע

פאוסט דורך נקודות טובות »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 5:15 pm הוהא. דו ביסט דא אריין אין א שווערע סוגיא. דאס קען מען נישט פסק'ען אזוי איינס צוויי. עס איז באמת דיטעילד. אבער לאמיר קודם גיין צו דיין משל מיט קאר סערוויסעס. א איד'ס לעבן איז טייער? א גוי'ס לעבן איז אויך טייער. פונרט אזו און אפשר נאך טיירער. נאר וואס דען? דער קאר סערוויס דרייווער איז א נעכס... א לא יוצלח. ער טויג נישט צו גארנישט, ער איז אן אויסגעשפילטער אימיגראנט, האט נישט קיין קינדער, א ווייב ווענדט זיך ווי אמאל, א הויז האט ער בשותפות מיט 2 חברים, און זיין לעבן איז טאקע ביליג! ממילא קען ער בעטן ביליג.

משא"כ ביי אידן איז כל ישראל בני מלכים. כמעט יעדע לאו אינקאם איד האט אזא טייער לעבן ווי דער מידל אינקאם גוי להבדיל, נישט דוקא אלס די אידישקייט קאסטן, נאר ווייל א איד איז נישט קיין שלעפער.
איך בין נישט געקומען פסק'ענען, עס איז מיר אריין א געדאנק אין קאפ און איך קען באשטיין עס צו אויסשמועסען מיט'ן עולם. איך האב "נישט" "קיין" אגענדעס אדער מסקנות.

עס איז אמת און וואר. ווען עס קומט צו באצאלען פאר אן אייטעם דארף מען שאצן וויפיל די חפץ איז ווערד. לאמיר נעמען א דוגמא. וויפיל איז ווערד א פאר שיך? די פשוטע ענטפער איז 150 דאלער. פארוואס? ווייל דאס איז די פרייז אין געשעפט. אבער די אמת איז נישט אזוי. ווייל אויב שיך זאל זיך טריפלען אין פרייז פון איין טאג צום צווייטען, וואלסטו און איך און יעדער נאכאלץ געקויפט שיך, פשוט ווייל אן שיך קען מען נישט גיין אויפן גאס. איי עס קאסט יעצט 350 דאלער? די פרייז איז דאס וואס מען קען באקומען, און וואס מען קען באקומען ווערט די פרייז!

יעצט קענסטו פרעגן אז אויב איז שיך טאקע ווערד 350 דאלער, ווייל יעדער איינער איז דאך גרייט צו צאלן די פרייז. דאן פארוואס קאסט עס למעשה נאר 150 דאלער? דא קומט שוין אויך אריין די סופליי און דימענד, און דאס וועט סטאבעלעזירן די פרייזען. אבער סופליי און דימענד איז נאכאלץ נישט די גאנצע פורמילע צו אוועקשטעלן א פרייז. ווייל וואס געשעהט אויב די דימענד פאלט צוויי פאכיג קעגן די סופליי? גייען יעצט די קאמפעניס שניידען די פרייז צו 75 דאלער א פאר שיך? ניין. ווייל ער גייט פארלירען געלט. עס קאסט אים צו מעניפעקטשערן א פאר שיך 75 דאלער, און ער איז נישט גרייט צו ארבעטען בחינם.

אזוי אויך פון די אנדערע זייט, אויב זאלן קאמפעניס ארויפרוקען די פרייזען פון שיך צו 10,000 דאלער, דאן וועט עס שוין רוב עולם נישט קויפן, נאר מען וועט גיין אן שיך. ממילא קענען זיי נישט בעטן די פרייזען. (איי פאר א שטריימעל צאלט מען יא די פרייזען? די תירוץ איז אז די גמרא זאגט לעולם ימכור אדם קורות ביתו ויקח שטריימעל לראשו. אה, ניין. דאס שטייט אויף מנעלים. סא ווייס איך טאקע נישט)

וואס וועט אבער געשעהן ווען עס וועט זיין איין קאמפעני וואס פאר זיי קאסט צו פראדעצירן א שיך 100 דאלער, וועט ער האבן צוויי ברירות. אדער קען ער ארויפרוקען זיין פרייז צו 175 א פאר שיך, אדער וועט ער נישט האבן אן אנדערע ברירה נאר מאכן מיט 25 דאלער ווייניגער אויף יעדע פאר שיך וואס ער פארקויפט. און די זעלבע זאך וועט זיין אויב פאר איינעם געלונגט צו פראדעצירען שיך פאר בלויז 50 דאלער א פאר. וועט ער אדער קענען בעטן די זעלבע 150 א פאר שיך, און ער וועט מאכן מיט 25 דאלער מער פראפיט פער שיך. אדער וועט ער זיך ערלויבען צו בעטן בלויז 125 א פאר שיך, און ער וועט האבן די מענאפאלי.

קומט אויס אז יעדע זאך האט א מאקסומעם לימיט וויפיל עס קען קאסטען, דהיינו די מאסומעם וואס די עוורידזש מענטש וועט גרייט זיין צו צאלן. דערנאך איז דא א מינומעם לימיט, און דאס איז אז די קאמפעני טאר נישט דערלייגען אויפן פראדוקט. די סופליי און דימענד וועט עס סטאבעלעזירן ערגעץ אינצווישען. (פארשטייט זיך אז עס קומען אריין נאך פאקטארען אינעם בילד, אבער דאס איז נוגע פאר אונזער שמועס)

וואס טוט זיך אבער מיט א קאמפעני וואס פראדעצירט ספעציעלע שיך פאר מענטשען וואס ליידען אויף די פיס? ער וועט אטאמאטיש קענען בעטן מער, נישט ווייל עס קאסט אים מער. נאר ווייל דו ווילסט דוקא די פראדוקט וואס ער שטעלט דיר צו. און ווער רעדט נאך אויב זאל אים עס קאסטען דאפעלט, דאן וועט ער דיר בעטן טריפעלט וויפיל א נארמאלע שיך קאסט.

הנוגע לענינינו, פאר א איד קאסט טאקע דאס לעבן מער, אבער דאס איז נישט א סיבה צו בעטן מער פאר א קאר סערוויס. נאר וואס? אויב רופט די ווייב א אידישע קאר סערוויס ווען זי וויל גיין ביינאכט צו א חתונה, ווייל זי האט מורא פון די גוי'שע. דעמאלטס דארפסטו צאלן בעיסד אויף די אידישע לעבנס קאסט. ווייל דו ווילסט דוקא זיין סירוועס, און ער איז נישט גרייט צו ארבעטען פארן זעלבען פרייז ווי דער גוי ארבעט. און די זעלבע איז מיט אידישע באס דרייווערס, וואס עס איז באקוועמער אז די קליינע קינדער פארן מיט היימישע אידן ווי איידער מיט שחורים אדער להבדיל רוסישע. נו אויב אזוי, צאל אים מער!

אזוי אויך ווען עס קומט צו אידישע ארבעטער. אויב איז דא א סיבה פארוואס מען וויל דוקא א איד. צו ס'איז ווייל ער וועט בעסער קאמיוניקעטען מיט די קאסטעמערס. אדער ווייל צוויי היימישע אידן פארשטייען זיך אויפן ווינק. אדער ווייל פון א גוי'שע ארבעטער ציטערסטו פון הערעסמענט און דיסקרימענעישען. דאן צאל אים דערפאר! און בפרט אויב די לעבן קאסט אים מער. אבער סתם צאלן א איד מער ווייל ער האט מער עקספענסעס איז נישט שכל'דיג, און דאס פירט צו אונזער הייפער אינפלאציע.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1486
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1543

Re: די חילוק פון די היימישע אקענאמיע און די וועלטליכע אקענאמיע

פאוסט דורך שבת קודש »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 5:15 pm הוהא. דו ביסט דא אריין אין א שווערע סוגיא. דאס קען מען נישט פסק'ען אזוי איינס צוויי. עס איז באמת דיטעילד. אבער לאמיר קודם גיין צו דיין משל מיט קאר סערוויסעס. א איד'ס לעבן איז טייער? א גוי'ס לעבן איז אויך טייער. פונרט אזו און אפשר נאך טיירער.
פארוואס זאגסטו אז א איד'ס לעבן איז נישט טייערער א איד האט דאך א שטוב מיט קינדער משא''כ א גוי
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3511
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9094

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:42 am

א גוי האט:
א פריוואטע הויז - מיט א פראנט/בעק יארד
צוויי אויטאס
האט בדרך כלל נישט קיין רעגירונג פראגראמען
צאלט פאר נארישקייטן און פארוויילונגען וכו'

כ'זאג נישט אז ס'קומט אויס מער ווי א שטוב ווי א שטוב מיט קינדער, אבער ס'איז גאנץ א אנדערע חשבון.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2304
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5822

פאוסט דורך פופציגער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:53 pm

אזא סארט גוי באקומט נישט באצאלט ביליגער ווי א איד.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2304
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5822

Re: דער חילוק פון דער היימישער עקאנאמיע און דער וועלטליכער עקאנאמיע

פאוסט דורך פופציגער »

@נקודות טובות האסט פארזען איין זאך.

אין אונזער געמיינדע איז אלעס איינס. דער שלעפער וועמענס שנויצן טריפן נאך מאנטאג צופרי קאווע פון מוצאי שבת, קען פארטוישן זאקן מיט'ן מיליאנער אין מקוה בעת ווען זיי זיצן אויפ'ן זעלבן באנק, ליינען דעם זעלבן היום יום, און קראצן דערביי (אזוי שטיל און סאפט בהבלעה) די פיס פלאכן אויף די ראבער אונטער די פיס.
דער היימישער ביזנעסמאן מיט טויזנט ארבייטער אונטער זיך וואס דרייט דורך מילי מיליאנען צווישן עטליכע פאבריקן און פירמעס וואס ער האט, דארף זיך געהעריג שטופן מיט'ן שטאט'ס אנזעצער אינאיינעם ארויסצוגיין ביי יזכור, ער דארף פונקט אזוי ווארטן אין די ליין און זיך מאכן ווי ער ציטערט נישט ביים נעמען א כפרה ערב יוה"כ, ער דארף פונקט אזוי בעטן רחמים פון א אינגעלע אריינצוטראגן זיין סידור נאך קידוש לבנה, ער דארף פונקט אזוי שטיין אין די ליין צו גיין אין סקיסע נאך כל נדרי, און אזוי ווייטער.

ביי די גוים איז דאס פאלק צעטיילט.

די סארט ארבייטער וואס מען טרעפט פאר ביליג, זענען די לאו קלעס גוים, אזאנס איז נישטא ביי אונז, מיר זענען אלע בני מלכים.

און דאס איז נישט סתם אלס א "טעאריע" אז מיר זענען בני מלכים, נאר באמת, דער לאו קלעס גוי איז אזוי מין לאו קלעס, ער ווייסט אזוי ווייניג, און איז אזוי נישט מענטשליך געבילדעט, אז אזאנס טרעפסטו באמת נישט ביי אונז וואס מיר ווערן ערצויגן אין א "וואן סייז פיטס אל" סיסטעם, וואס דאס איז גורם אז טאטאל ארויספאלן קען מען נישט (אריין אינעם שמועס צי "סיסטעם" איז א גוטע זאך, דא האסטו א סיבה אויף יא).

עניוועי, כגיי נישט יעצט איבערליינען צי מיין פוינט איז קלאר ארויסגעקומען ווייל כ'געדענק שוין אליינס נישט פונקטליך וואס כהאב געוואלט.

שיק.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3511
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9094

Re: דער חילוק פון דער היימישער עקאנאמיע און דער וועלטליכער עקאנאמיע

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 2:07 pm שיק.
לייק.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1486
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1543

Re: די חילוק פון די היימישע אקענאמיע און די וועלטליכע אקענאמיע

פאוסט דורך שבת קודש »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:53 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:42 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 5:15 pm הוהא. דו ביסט דא אריין אין א שווערע סוגיא. דאס קען מען נישט פסק'ען אזוי איינס צוויי. עס איז באמת דיטעילד. אבער לאמיר קודם גיין צו דיין משל מיט קאר סערוויסעס. א איד'ס לעבן איז טייער? א גוי'ס לעבן איז אויך טייער. פונרט אזו און אפשר נאך טיירער.
פארוואס זאגסטו אז א איד'ס לעבן איז נישט טייערער א איד האט דאך א שטוב מיט קינדער משא''כ א גוי
א גוי האט:
א פריוואטע הויז - מיט א פראנט/בעק יארד
צוויי אויטאס
האט בדרך כלל נישט קיין רעגירונג פראגראמען
צאלט פאר נארישקייטן און פארוויילונגען וכו'

כ'זאג נישט אז ס'קומט אויס מער ווי א שטוב ווי א שטוב מיט קינדער, אבער ס'איז גאנץ א אנדערע חשבון.
זייער פירוואטע הויז מיטן פראנט און בעק יארד קאסטן א פיפיטל פון אונזערע דירות אין די היימישע געגענטער
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1580
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3630

Re: דער חילוק פון דער היימישער עקאנאמיע און דער וועלטליכער עקאנאמיע

פאוסט דורך נקודות טובות »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 2:07 pm @נקודות טובות האסט פארזען איין זאך.

אין אונזער געמיינדע איז אלעס איינס. דער שלעפער וועמענס שנויצן טריפן נאך מאנטאג צופרי קאווע פון מוצאי שבת, קען פארטוישן זאקן מיט'ן מיליאנער אין מקוה בעת ווען זיי זיצן אויפ'ן זעלבן באנק, ליינען דעם זעלבן היום יום, און קראצן דערביי (אזוי שטיל און סאפט בהבלעה) די פיס פלאכן אויף די ראבער אונטער די פיס.
דער היימישער ביזנעסמאן מיט טויזנט ארבייטער אונטער זיך וואס דרייט דורך מילי מיליאנען צווישן עטליכע פאבריקן און פירמעס וואס ער האט, דארף זיך געהעריג שטופן מיט'ן שטאט'ס אנזעצער אינאיינעם ארויסצוגיין ביי יזכור, ער דארף פונקט אזוי ווארטן אין די ליין און זיך מאכן ווי ער ציטערט נישט ביים נעמען א כפרה ערב יוה"כ, ער דארף פונקט אזוי בעטן רחמים פון א אינגעלע אריינצוטראגן זיין סידור נאך קידוש לבנה, ער דארף פונקט אזוי שטיין אין די ליין צו גיין אין סקיסע נאך כל נדרי, און אזוי ווייטער.

ביי די גוים איז דאס פאלק צעטיילט.

די סארט ארבייטער וואס מען טרעפט פאר ביליג, זענען די לאו קלעס גוים, אזאנס איז נישטא ביי אונז, מיר זענען אלע בני מלכים.

און דאס איז נישט סתם אלס א "טעאריע" אז מיר זענען בני מלכים, נאר באמת, דער לאו קלעס גוי איז אזוי מין לאו קלעס, ער ווייסט אזוי ווייניג, און איז אזוי נישט מענטשליך געבילדעט, אז אזאנס טרעפסטו באמת נישט ביי אונז וואס מיר ווערן ערצויגן אין א "וואן סייז פיטס אל" סיסטעם, וואס דאס איז גורם אז טאטאל ארויספאלן קען מען נישט (אריין אינעם שמועס צי "סיסטעם" איז א גוטע זאך, דא האסטו א סיבה אויף יא).

עניוועי, כגיי נישט יעצט איבערליינען צי מיין פוינט איז קלאר ארויסגעקומען ווייל כ'געדענק שוין אליינס נישט פונקטליך וואס כהאב געוואלט.

שיק.
לאמיר ארויסלאזען דעם וחי אחיך עמך פאר א רגע, איך רעד דא אין טעאריע. עס איז נישטא א סיבה פארוואס איינער וואס האט נישט די מעגליכקייט צו ארבעטען אין א פאזיציע וואס זאל אים ברענגען געלט, זאל מאכן מער ווי פופציג טויזענט דאלער א יאר.

וויפיל קוואליפעקאציע פארלאנגט זיך צו דרייווען א באס? וויפיל קוואליפעקאציע פארלאנגט זיך צו שטיין ביי א רעדזשעסטער? וויפיל קוואליפעקאציע פארלאנגט זיך צו זיין א קאר סירוועס דרייווער? וויפיל קוואליפעקאציע פארלאנגט זיך צו דעליווערען מילך פאר גאלדען פלאו? און וויפיל קוואליפעקאציע פארלאנגט זיך זיין א פלעינע אפיס סעקראטערי? אודאי דארף מען צו יעדע דזשאב האבן געוויסע קוואליפעקעישענס. אבער די קוואליפעקעישענס זענען נישט ווערד קיין סאך, ווייל דאס איז רילעיסיבעל איבערנאכט. א קאר קען יעדער דרייווען, טאקע נישט יעדער האט די נערווען דערפאר, און דערפאר וועט די פרייז זיין לויט סופליי און דימענד.

צו זיין א סעיסלסמאן פארלאנגט זיך אסאך קוואליפעקאציעס. צו זיין אן ארכיטעקט אדער אייטי פארלאנגט אסאך נאלידזש. צו בויען פארלאנגט אסאך מחשבה. וכו' וכו' וכו'. די ארבעט דארף ווערן באצאלט לויט די קוואליפעקאציע פון דער וואס טוט די ארבעט. דאס מיינט אודאי נישט אז ווען איינער מיט איינשטיינס קוואליפעקאציעס ארבעט אין א גראסערי דארף מען אים צאלן 5,000 דאלער א שעה, ווייל ער איז קוואלעפייד צו בויען אן אטעם באמבע. ווייל ער איז נישט אויף די ריכטיגע פאזיצע, און אויב וויל ער פארדינען 5,000 דאלער א שעה, זאל ער גיין שטודירן און טרעפען די קאמפעני וואס זאל אים גרייט זיין צו באצאלן. זיין ארבעט וואס ער טוט למעשה איז נישט ווערד 5,000 דאלער א שעה, ווייל צו שטיין ביי א רעדזשעסטער איז נישט ווערד מער ווי 800 דאלער א וואך.

ממילא, ווען עס קומט צו באצאלן פאר א אידישע באס דרייווער, טראק דרייווער, אדער אפי' ארכיטעקט און איי טי. איז די פרייז די זעלבע אפגעזעהן אויב ער איז א איד אדער נישט. דאס אז ער איז א איד מאכט אים נישט מער קוואלעפעצירט צו סיי וואס. און ווען יא לדוגמא א משגיח אדער סיי וואס עס פארלאנגט זיך א איד, איז ער טאקע ווערד מער אזוי ווי איך האב אויבן געשריבען. אבער אויב דער גוי'שע קאר סערוויס דרייווער מאכט 800 דאלער א וואך, איז די פרייז 800 א וואך. און די פרייז איז גילטיג פאר א אידישע דרייווער אויך. איי ער האט א משפחה מיט קינדער, און דער גוי נישט? ווען איך נעם א קאר סערוויס בין איך נישט נייגעריג אויב יענער האט קינדער אדער נישט. איך וויל בסך הכל גיין פון שכונת ויואל משה צו פילמאר מיט א סטאפ פון 10-12 מינוט און איך האלט נישט ביים באצאלען 40 דאלער פאר דעם. עס אינטערעסירט מיר נישט אויב יענער האט קינדער, און וויפיל יאר עקספיריענס ער האט, און וואו ער וואוינט. און די זעלבע איז מיט איי טי, איך דארף א גוטע איי טי, אלץ מיר אויס זאל ער זיין אן אלטע בחור, אן עלטער באבע, א גלח, אדער א פיילעט. ממילא איז די פרייז פאר איי טי די זעלבע ביים איד ווי ביים גוי.

אין אמעריקע איז דא א קאפעטעליסטישע סיסטעם. דו קענסט קריגען אויפן סיסטעם און האלטען אז קאמיוניזעם איז מער יושר. אבער אין מציאות קען דאס נישט ארבעטען. דער ארבעטער ארבעט טאקע שווערער ווי דער בעל הבית, אבער דאך וועט ער מאכן א נישטיגע 15 דאלער א שעה, ווייל ער איז ריפלעיסיבעל און א מינוט. און דער בעל הבית וועט פארדינען מיליאנען א יאר אויפן חשבון פונעם ארבעטער, ווייל ער איז נישט ריפלעיסעביל. די קאמפעני איז מעשי ידיו.

בנוגע דאס וואס יעדער לעבט אויף איין סטאנדארט, און אז דער עושר מיט ארעמאן קראצען די פוס אין מקוה צוזאמען, איז נישט די שמועס דא. פון דעם וועסטו רעדן ווען מען רעדט פון חתונה תקנות. דא איז די מדובר איבער וויפיל אן ארבעטער איז באמת ווערד פארן בעל הבית קעגן די פעיטשעק וואס ער באקומט.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1580
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3630

Re: די חילוק פון די היימישע אקענאמיע און די וועלטליכע אקענאמיע

פאוסט דורך נקודות טובות »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 4:00 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:53 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:42 am
פארוואס זאגסטו אז א איד'ס לעבן איז נישט טייערער א איד האט דאך א שטוב מיט קינדער משא''כ א גוי
א גוי האט:
א פריוואטע הויז - מיט א פראנט/בעק יארד
צוויי אויטאס
האט בדרך כלל נישט קיין רעגירונג פראגראמען
צאלט פאר נארישקייטן און פארוויילונגען וכו'

כ'זאג נישט אז ס'קומט אויס מער ווי א שטוב ווי א שטוב מיט קינדער, אבער ס'איז גאנץ א אנדערע חשבון.
זייער פירוואטע הויז מיטן פראנט און בעק יארד קאסטן א פיפיטל פון אונזערע דירות אין די היימישע געגענטער
וויפיל מענטשען וואוינען אין נוי יארק סיטי, און וויפיל פראצענט דערפון זענען אידן? וואס איז די עוורידזש קאסט פון רענט אין די סיטי, און וואס איז די עוורידזש פארדינס אין די סיטי? די גוים סטראגלען עני טיים אזוי פיל אין די סיטי ווי די אידן.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2304
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5822

Re: דער חילוק פון דער היימישער עקאנאמיע און דער וועלטליכער עקאנאמיע

פאוסט דורך פופציגער »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 5:24 pm

זאגסט גוט, אבער יעצט זע איך אז כהאב טאקע אליינס געמיסט מיין פוינט...

מיין פוינט איז נישט אז דער אידישער באס דרייווער איז מער קוואליפיצירט ווי דער גוי, נאר אז ביים גוי קענסטו אריינקומען און טרעפן דעם בחור וואס קוואליפיצירט צו גארנישט און אים שטעלן טון א דזשאב וואס פאדערט נישט מער ווי זאלציגע דזשעלי אין מח.

משא"כ ביי אידן קענסטו נישט טרעפן דעם מענטש... יעדער איד איז באמת ווערד, און קוואליפיצירט יא מער ווי דער ביליגער גוי... סא אויב ווילסטו א איד זאל שטיין ביי דיין רעדזשיסטער, צאל אים מער ווי מ'צאלט פאר א רעדזשיסטער, ווייל בעצם איז ער ווערד מער פון דאס.

מיין פוינט וועגן אייניגקייט איז אריינגעקומען לגבי דעם אז ביי אונז איז נישט דא די שיכטן, ביים גוי קענסטו טרעפן א מתחיל פאר שווערע געלטער ווייל ער איז א שטודירטער, און פארקערט, א לאנגיאריגער האסלער פאר פרוטות, ווייל ער איז אן אימיגראנט וואס ווייסט נישט גארנישט מער ווי וויאזוי מ'רייסט אויף א צוים מיט די ציין. ביי אונז איז יעדער אינעם זעלבן סיסטעם.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2304
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5822

Re: די חילוק פון די היימישע אקענאמיע און די וועלטליכע אקענאמיע

פאוסט דורך פופציגער »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 5:26 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 4:00 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:53 pm

א גוי האט:
א פריוואטע הויז - מיט א פראנט/בעק יארד
צוויי אויטאס
האט בדרך כלל נישט קיין רעגירונג פראגראמען
צאלט פאר נארישקייטן און פארוויילונגען וכו'

כ'זאג נישט אז ס'קומט אויס מער ווי א שטוב ווי א שטוב מיט קינדער, אבער ס'איז גאנץ א אנדערע חשבון.
זייער פירוואטע הויז מיטן פראנט און בעק יארד קאסטן א פיפיטל פון אונזערע דירות אין די היימישע געגענטער
וויפיל מענטשען וואוינען אין נוי יארק סיטי, און וויפיל פראצענט דערפון זענען אידן? וואס איז די עוורידזש קאסט פון רענט אין די סיטי, און וואס איז די עוורידזש פארדינס אין די סיטי? די גוים סטראגלען עני טיים אזוי פיל אין די סיטי ווי די אידן.
דער גוי וואס אונט א גרויסע הויז, איז אדער איינער וואס פארדינט גאר שיין, אדער וואוינט ער אין א הויז וואס קאסט ביליג.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1580
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3630

Re: דער חילוק פון דער היימישער עקאנאמיע און דער וועלטליכער עקאנאמיע

פאוסט דורך נקודות טובות »

@פופציגער אפאר הערות.

1) ווען מען ציטירט לאנגע תגובות, איז ראטזאם עס צו לייגען אין ספוילער. א) וויבאלד מיטן ציטירן לאנגע תגובות פארשווערט עס דאס ליינען. ב) אויב לייגסטו נישט אין ספוילער קענסטו באלד כאפן א נזיפה פון @שמח פאר דעם. און איך זאג דיר עס לוינט זיך נישט צו אנהייבען מיט אים...

2) עס איז ראטזאם צו ליינען תגובות בכובד ראש פארן ענטפערן. א) ווייל אויב נישט פארזעהט מען יענעמס פוינט. ב) פון זיין צופיל מאל א נבהל להשיב, איז מען עט ריסק פון ווערן אידענטעפעצירט אלץ גולם...

3) עס איז אלעמאל גוט צו שרייבען לאנגע תגובות פיל מיט הומער, ווייל אזוי קען מען אלעמאל זאגן שפעטער אז דאס האב איך געוואלט זאגן, נאר איך האב פארגעסן מיין עיקר נקודה...

4) דער באס דרייווער קען זיין ווי אינטעליגענט ער וויל, אבער זיין ארבעט איז אן ארבעט וואס איז נישט ווערד מער ווי 800 דאלער א וואך. ער איז ביי מיר זייער חשוב, און איך קוק אים זייער ארויף. אבער למעשה שטעלט ער צו א סירוועס וואס איז נישט ווערד קיין טויזענט דאלער א וואך, און ווער רעדט נאך פון מער. לגבי דרייווען א באס זעה איך נישט די נפקה פון אן אינטעליגאנטער מאן, ביז א מעקסיקאנער וואס איז נארוואס אריבער די גרעניץ.

5) ווען עס קומט צו קאר סירוועס דרייווערס, האף איך אז דו האסט געכאפט וואס איך מיין אז איך וויל בסך הכל גיין פון שכונת ויואל משה צו פילמאר מיט א סטאפ פון 10-12 מינוט, און איך האלט נישט ביים באצאלען 40 דאלער פאר דעם. ווייל נישט לאנג צוריק האט זיך איינער אפגערעדט אויף די וחיה אחיך עמך פרייזען... ממילא זעה איך אז יענער פארשטייט אז די אידישע פרייזען זענען נישט נארמאל.

6) ווען איך שרייב וויפיל מענטשען וואוינען אין נוי יארק סיטי, און וויפיל פראצענט דערפון זענען אידן? וואס איז די עוורידזש קאסט פון רענט אין די סיטי, און וואס איז די עוורידזש פארדינס אין די סיטי? די גוים סטראגלען עני טיים אזוי פיל אין די סיטי ווי די אידן. וויל איך ארויסברענגען אז אין די סיטי וואוינען שווערע מיליאנען מענטשען, און בלויז א פיצי פראצענט דערפון זענען היימישע אידן. און די רענט אין די סיטי איז הויעך איבעראל נישט נאר אין וויליאמסבורג-בארא פארק. פאר'ן גוי קאסט אויך רענט שווערע טויזענטערס א חודש. און אויב וועסטו מיר זאגן אז די וואס וואוינען אין די סיטי זענען ע"פ רוב די אפער קלעס וואס פארדינען 150,000 דאלער א יאר, זאג איך דיר אז דאס איז נישט אמת. ווייל די עוורידזש אינקאם אין נוי יארק סיטי שטייט אסאך אונטער דעם.

7) איך האף אז איך בין גענוג קלאר.

8) דא קומט אריין מיין פוינט, אז ווייל מען צאלט אין די היימישע גאס נישט בעיסד אויף די ארבעט, נאר בעיסד אויף די עקספענס אינאיינעם מיטן וחי אחיך עמך, פארדעם איז אויך אלעס טייערער ווי אין די גוישע גאס.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3176
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3653

Re: דער חילוק פון דער היימישער עקאנאמיע און דער וועלטליכער עקאנאמיע

פאוסט דורך שמח »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:24 pm @פופציגער אפאר הערות.

1) ווען מען ציטירט לאנגע תגובות, איז ראטזאם עס צו לייגען אין ספוילער. א) וויבאלד מיטן ציטירן לאנגע תגובות פארשווערט עס דאס ליינען. ב) אויב לייגסטו נישט אין ספוילער קענסטו באלד כאפן א נזיפה פון @שמח פאר דעם. און איך זאג דיר עס לוינט זיך נישט צו אנהייבען מיט אים...
:lol:
דאפּעלט איז שטערקער...
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3986
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12007

Re: דער חילוק פון דער היימישער עקאנאמיע און דער וועלטליכער עקאנאמיע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

שמח האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:28 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:24 pm @פופציגער אפאר הערות.

1) ווען מען ציטירט לאנגע תגובות, איז ראטזאם עס צו לייגען אין ספוילער. א) וויבאלד מיטן ציטירן לאנגע תגובות פארשווערט עס דאס ליינען. ב) אויב לייגסטו נישט אין ספוילער קענסטו באלד כאפן א נזיפה פון @שמח פאר דעם. און איך זאג דיר עס לוינט זיך נישט צו אנהייבען מיט אים...
:lol:
איך האלט אז @שמח מיט @פופציגער איז די זעלבע מענטש...
און אויב נישט כאטשיג די זעלבע מענטעלעטי...
האסט הנאה פון א פאוסט, פליק איט. ⬆️ דא
~~ ⬆️~~
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2304
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5822

Re: דער חילוק פון דער היימישער עקאנאמיע און דער וועלטליכער עקאנאמיע

פאוסט דורך פופציגער »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:24 pm @פופציגער אפאר הערות.

1) ווען מען ציטירט לאנגע תגובות, איז ראטזאם עס צו לייגען אין ספוילער. א) וויבאלד מיטן ציטירן לאנגע תגובות פארשווערט עס דאס ליינען. ב) אויב לייגסטו נישט אין ספוילער קענסטו באלד כאפן א נזיפה פון @שמח פאר דעם. און איך זאג דיר עס לוינט זיך נישט צו אנהייבען מיט אים...

2) עס איז ראטזאם צו ליינען תגובות בכובד ראש פארן ענטפערן. א) ווייל אויב נישט פארזעהט מען יענעמס פוינט. ב) פון זיין צופיל מאל א נבהל להשיב, איז מען עט ריסק פון ווערן אידענטעפעצירט אלץ גולם...

3) עס איז אלעמאל גוט צו שרייבען לאנגע תגובות פיל מיט הומער, ווייל אזוי קען מען אלעמאל זאגן שפעטער אז דאס האב איך געוואלט זאגן, נאר איך האב פארגעסן מיין עיקר נקודה...

7) איך האף אז איך בין גענוג קלאר.
כווייס נישט וויאזוי ממאכט א ספוילער.

אין עני קעיס, לאז מיר וויסן ווען כאשוין געווארט גענוג לאנג צו מעגן ענטפערן, און כבין זיך מקבל צו ענטפערן דאסמאל אן קיין הומאר.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1486
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1543

Re: די חילוק פון די היימישע אקענאמיע און די וועלטליכע אקענאמיע

פאוסט דורך שבת קודש »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 5:26 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 4:00 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:53 pm

א גוי האט:
א פריוואטע הויז - מיט א פראנט/בעק יארד
צוויי אויטאס
האט בדרך כלל נישט קיין רעגירונג פראגראמען
צאלט פאר נארישקייטן און פארוויילונגען וכו'

כ'זאג נישט אז ס'קומט אויס מער ווי א שטוב ווי א שטוב מיט קינדער, אבער ס'איז גאנץ א אנדערע חשבון.
זייער פירוואטע הויז מיטן פראנט און בעק יארד קאסטן א פיפיטל פון אונזערע דירות אין די היימישע געגענטער
וויפיל מענטשען וואוינען אין נוי יארק סיטי, און וויפיל פראצענט דערפון זענען אידן? וואס איז די עוורידזש קאסט פון רענט אין די סיטי, און וואס איז די עוורידזש פארדינס אין די סיטי? די גוים סטראגלען עני טיים אזוי פיל אין די סיטי ווי די אידן.
דער גוי וואס וואווינט אין ניו יארק סיטי האט א ברירה ער קען גיין וואווינען איבעראל אין אלע פופציג סטעיטס ווי ס'איז ביליג אזוי אויך דארף ער נישט מער פון א פיר רומיגע דירה,
משא''כ דער חסידישער איד אין ניו יארק קען וואווינען נאר אין איינע פון די 7-6 חסידישע שטעט ווי איבעראל איז טייער אזוי אויך דארף ער א גרויסע דירה.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1580
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3630

Re: די חילוק פון די היימישע אקענאמיע און די וועלטליכע אקענאמיע

פאוסט דורך נקודות טובות »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 11:21 am
► Show Spoiler
דער גוי וואס וואווינט אין ניו יארק סיטי האט א ברירה ער קען גיין וואווינען איבעראל אין אלע פופציג סטעיטס ווי ס'איז ביליג אזוי אויך דארף ער נישט מער פון א פיר רומיגע דירה,
משא''כ דער חסידישער איד אין ניו יארק קען וואווינען נאר אין איינע פון די 7-6 חסידישע שטעט ווי איבעראל איז טייער אזוי אויך דארף ער א גרויסע דירה.
ביסט הונדערט פראצענט גערעכט. און נישט נאר דאס, נאר נאך א חילוק איז דא פון א איד ביז א גוי, און דאס איז אז דער איד טאר נישט אנצינדען א לייט שבת און א גוי מעג יא. און אדרבה, גוי ששבת איז חייב מיתה!

איי מין סיריעסלי...? וואס כאפ איך נישט דא? איז דאס די נושא יעצט? איך האב בסך הכל געזאגט אז עס זענען דא מיליאנען גוים אין די סיטי וואס סטראגלען אויף א חודשליכע בעיסעס צו באצאלן די טייערע רענט פרייזען אין די סיטי, און דאס האט נישט מיט אידן ספעציפיש. זאגסטו מיר אז ער האט א ברירה ארויסצומופען? איז דאס די נושא? איך ווייס אויך אז פאר'ן גוי איז גרינגען צו מופען, אבער צו אונזער שמועס איז דאס כלל נישט רעלאוואנט.

בסך הכל זאג איך איין מאל און נאך אמאל, אז ווען עס קומט צו באצאלן פאר אן ארבעטער איז די ריכטגע וועג צו צאלן לויט די ווערד פון די ארבעט וואס ער טוט. און נישט לויט וויפיל זיין לעבן קאסט אים. אויב דו ווילסט מיר זאגן אז מצד וחי אחיך עמך איז דא א חיוב צו באצאלן מער פאר א אידישע ארבעטער, ווייל מען דארף זיך רעכענען מיט אים. קען איך מסכים זיין מיט דיר. אבער זאלסט נישט האבן קיין טענות אז די גאנצע אידישע אינדאסטרי גייט אנקומען הימעל שרייענדע פרייזן. ווייל אויב פארדינט דער אידישע ארעמאן מער ווי דער גוי'שער ארעמאן, און דער אידישער מיטל קלאס פארדינט מער ווי דער גוי'שער מיטל קלאס. דאן דארף דער עושר אויך פארדינען מער ווי דער גוי'שער עושר.

איך וועל צולייגען נאך ביאור צו מיינע ווערטער בכלליות אין דעם אשכול. לאמיר זאגן אז מען זאל יעצט טרעפן א כתב יד פונעם הייליגען בית יוסף. דאס וואלט זיך אודאי פארקויפט פאר 20-30 טויזענט דאלער, אדער נאך מער. ווען דו פרעגסט איינעם וואס איז ווערד מער, די כתב יד פונעם בית יוסף, אדער אן עיר קאנדישען אינדערהיים. וואס איז די ענטפער צו דעם? בפשטות וואלסטו מיר גענטפערט וואס הייסט? אודאי די כתב יד קודש פונעם בית יוסף, ווייל אן עירקאנדישען יוניט קאסט 500 דאלער, און דער כתב יד קאסט 30,000 דאלער! אבער דאס איז נישט ממש אזוי.

ווען איך זאג פאר איינעם זאל זיך אויסוועלן צווישען אן עירקאנדישען און א כתב יד פונעם בית יוסף, וועט ער געוויס אויסוועלן אן עירקאנדישען. פארוואס? ווייל אן עירקאנדישען איז לויט די היינטיגע סטאנדארטען לעבנס וויכטיג, משא"כ א כתב יד פונעם בית יוסף איז טאקע זייער חשוב, אבער עכ"ז איז דאס נישט לעבנס וויכטיג. יעצט פרעג איך נאכאמאל, וואס איז מער ווערד, אן עיר קאנדישען אדער א כתב יד פונעם בית יוסף? די תירוץ איז אן עיר קאנדישען.

יעצט שטעלט זיך א פראגע, אויב איז טאקע אן עירקאנדישען ווערד מער ווי א כתב יד פונעם בית יוסף, פארוואס וועט דער וואס איז גרייט צו צאלן 30,000 דאלער פאר'ן כתב יד, נישט גרייט צו צאלן פאר אן עירקאנדישען אפילו האלב פון דעם? עס איז דאך אסאך וויכטיגער ווי די כתב יד? די תירוץ איז זייער פשוט. ווייל אן עירקאנדישען קען ער טרעפן ביים נעקסטען געשעפט פאר 500 הונדערט דאלער, ממילא וועט ער נישט גרייט זיין צו צאלן דערפאר מער. משא"כ א כתב יד פונעם בית יוסף, וועט ער נישט טרעפן ביים נעקסטן געשעפט ממילא וועט ער יא באצאלן 30,000 דאלער.

יעצט לאמיר מאכן אנדערש. וואס טוט זיך אויב וועט די לינקע רעגירונג באשליסען אז צו פראדעצירן עיר קאנדישענס איז נישט גוט פאר קליימעט טשעינדזש, און וועלן שטימען אויף א געזעץ אז מען טאר נישט מער פראדעצירן עירקאנדישענס. דאס וועט אטעמאטיש דראסטיש ארויפברענגען די קאסט פון אן עירקאנדישען. און מיט די צייט וועט עס קאסטען 30,000 טויזענט דאלער. יעצט נעם דעם זעלבען מענטש וואס איז פריער געווען גרייט צו צאלן פארן כתב יד, און טראג אים אן צו קויפן א כתב יד פונעם בית יוסף, וועט ער דיר אפזאגן. פארוואס? ווייל ער האט יעצט עפעס וויכטיגערס צו טוהן מיט זיין געלט. ער דארף יעצט אן עירקאנדישען. און אן עירקאנדישען איז אים מער ווערד.

יעצט לאמיר גיין א שטאפל ווייטער. וואס וועט זיין אויב אנשטאט טרעפן איין כתב יד פונעם בית יוסף וועט מען טרעפן א גאנצע בינטל פון הונדערט בלעטער פון כתבי יד. וועט די ווערד פונעם כתב יד דראמאטיש פאלן. ווייל די גאנצע סיבה פארוואס עס איז פריער ווערד געווען 30,000 דאלער איז נאר וויבאלד עס איז געווען א יקר המציאות, און יעדער האט עס געוואלט. אבער אויב איז דא הונדערט כתבי יד, וועט די פרייז קיינמאל נישט אנקומען אזוי הויעך. ווייל עס איז דא גענוג פאר יעדן. און די פרייז פונעם כתב יד וועט זיך פארקויפן פאר אזוי ביליג ווי עטליכע הונדערט דאלער.

דאס איז סופליי און דימענד. ווי לאנג די דימענד איז גענוג גרויס אנקעגן די סופליי, איז עס ווערד כל הון דעלמא. אבער די רגע די סופליי איז מיט א משהו מער ווי די דימענד, הייבט די פרייז אן טראסקענען. און דאס איז די סיבה פארוואס א כתב יד פונעם בית יוסף פארקויפט זיך פאר אסאך טייערער ווי אן עירקאנדישען. הגם וואס די ניצן דערפון איז גארנישט קעגן די ניצן וואס מען האט פון אן עירקאנדישען.

די זעלבע זאך איז ווען עס קומט צו אויפנעמען אן ארבעטער, דארף מען קוקן וויפיל איז דער ארבעטער ווערד און וויפיל ארבעטער זענען יעצט גרייט צו קומען ארבעטן. דער ארבעטער קען זיין אלבערט איינשטיין בתפארתו, אבער אויב זענען דא נאך צען אלבערט איינשטיינס איז זיין ווערד 100,000 דאלער א יאר. און פון די אנדערע זייט קען זיין א פלעינע באס דרייווער, וואס אויב זאל מען נישט קענען טרעפן א באס דרייווער חוץ פון אים, וועט מען אים דארפן צאלן 300,000 דאלער אויפן יאר. ווייל די צוויי פאקטארן זענען וואס באשטימען די פרייז פון אן ארבעטער. 1) וואס שטעלט ער מיר צו. 2) ווי שנעל קען איך אים ריפלעיסן.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3176
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3653

Re: דער חילוק פון דער היימישער עקאנאמיע און דער וועלטליכער עקאנאמיע

פאוסט דורך שמח »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:49 pm
שמח האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:28 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:24 pm @פופציגער אפאר הערות.

1) ווען מען ציטירט לאנגע תגובות, איז ראטזאם עס צו לייגען אין ספוילער. א) וויבאלד מיטן ציטירן לאנגע תגובות פארשווערט עס דאס ליינען. ב) אויב לייגסטו נישט אין ספוילער קענסטו באלד כאפן א נזיפה פון @שמח פאר דעם. און איך זאג דיר עס לוינט זיך נישט צו אנהייבען מיט אים...
:lol:
איך האלט אז @שמח מיט @פופציגער איז די זעלבע מענטש...
און אויב נישט כאטשיג די זעלבע מענטעלעטי...
שמעקט מיר אביסל צו הערן...

כ'גלייך גראדע געוויסע זאכן פון @פופצי'ס מעטעלעטי...

כ'בין נייגעריג וואספארא זאכן דו זעהסט ביי אונז ביידע די זעלבע, קום אריין מיט פרטים אין אישי.
דאפּעלט איז שטערקער...
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2306

Re: דער חילוק פון דער היימישער עקאנאמיע און דער וועלטליכער עקאנאמיע

פאוסט דורך אנדערער »

@נקודות טובות האסט פארזען עפעס

דער אינגערמאן ביים רעדזשיסטער אדער רעדל איז באמת מער ווערד פאר די עמפלויער
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1580
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3630

Re: דער חילוק פון דער היימישער עקאנאמיע און דער וועלטליכער עקאנאמיע

פאוסט דורך נקודות טובות »

אנדערער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 1:40 pm @נקודות טובות האסט פארזען עפעס

דער אינגערמאן ביים רעדזשיסטער אדער רעדל איז באמת מער ווערד פאר די עמפלויער
אין אזא פאל זאל ער טאקע באקומען מער. איך האב דאס עטליכע מאל געזאגט שוין. איך האב עס נישט פארזעהן.

אגב @פופציגער קענסט שוין ענפער'ן....

שרייב פאוסט