איך האב נישט געטראפן דאס ריכטיגע קעפל פאר מיין פראגע

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2307
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7718

איך האב נישט געטראפן דאס ריכטיגע קעפל פאר מיין פראגע

פאוסט דורך נקודות טובות »

איך גיי אמאל צו א קידוש, און מיין חבר זעהט ווי איך זוך א טאץ קעיק, ווייזט ער מיר אז דא פארענט פון מיר איז דא. זאג איך אים אז איך זוך דוקא א פארמאכטע טאץ. פרעגט ער מיר וואס איז פשט דערפון, דו קענסט נישט נעמען פון די אפענע טאץ? זאג איך אים קוק ארום און זע ווי אזוי דער עולם עסט... איך ווייס נישט ווער עס האט עס אנגערירט פארדעם, און אויב יענער האט נישט פונקט געלעקט זיין פינגער פארן אנרירען די שטיקעל וואס איך גיי יעצט נעמען... פרעגט מיר יענער, א רגע, דו מיינסט אז אין די בעיקערי בשעת'ן באקן לעקן די גוים נישט די פינגערס? ווייסטו דען וואס טוט זיך דארט אונטער פארמאכטע טירן? ווייסטו דען וועלכע אומריינער גוי דרייעט דארט די ראגעלעך?

עס האט זיך אנטוויקעלט א שמועס בנוגע וואס מיינט לא תשקצו. ווען איך שפיי אריין אין א טייג וואס א צווייטער גייט עסן דערפון, בין איך עובר אויף דעם? אדער אפשר וויבאלד יענער עקעלט זיך נאר ווען ער זעהט עס, איז עס קיין שום פראבלעם?

וואס האלט איר?

און ווי אויך ווער עס האט א געדאנק פון א קעפל פאר'ן טעמע זאל זיך מעלדען.
פיגער עס אויס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4185
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 7345

Re: איך האב נישט געטראפען די ריכטיגע קעפל פאר מיין פראגע

פאוסט דורך וואוילער »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 5:40 pm
און ווי אויך ווער עס האט א געדאנק פון א קעפל פאר'ן טעמע זאל זיך מעלדען.
קעפל:

רבותי! לאמיר זיך באלעקן [באלעקען] מיט נקודות טובות
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3780
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4710

Re: איך האב נישט געטראפען די ריכטיגע קעפל פאר מיין פראגע

פאוסט דורך אנדערער »

קעפל

גרינגע וועג צו גיין אויף דייעט. פרינט ארויס און האלט פאר די אויגן
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3743
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12710

Re: איך האב נישט געטראפען די ריכטיגע קעפל פאר מיין פראגע

פאוסט דורך פופציגער »

אה, ביינונז האט מען זיך טאקע געפירט מער מיט א פולער דאזע ריינקייט, פרעפערירן מיר טאקע היימישע קעיק איבער קאמערציאל געמאכטע קעיק, טאקע פאר דעם סיבה.

און אודאי, היימישע קעיק רעדט מען פון עמיצן וואס מען קען זיך סומך זיין אז ער האט געהאט ריינע הענט דערביי.

צום קעפל: וואקסינען אין קעיק!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2307
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7718

Re: איך האב נישט געטראפען די ריכטיגע קעפל פאר מיין פראגע

פאוסט דורך נקודות טובות »

אקעי פיין, איך האב שוין א קעפל. לאמיר זיך באלעקן מיט א גרינגע דייעט דורך וואקסינען קעיק. געגאנגען...
פיגער עס אויס!
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3115
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 9791

Re: איך האב נישט געטראפען די ריכטיגע קעפל פאר מיין פראגע

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

הערסט אויף???
לאמיך לעבן!!!...
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2960
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6947

Re: איך האב נישט געטראפען די ריכטיגע קעפל פאר מיין פראגע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@נקודות טובות דו ביסט צוקער זיס. דערמאנסטו מיך ווען איך האב געלערנט אין די צעירים יארן אין קרית יואל ביי הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א, דער מענעדזשער איז געווען הר"ר דוד לייב גרינפעלד, וואס איז געווען באקאנט אלס אן איש חסד. ער פלעגט אלעמאל ברענגען אין ישיבה שיריים פון אלע פארטיס וכדו'. איינמאל האט ער געזען ווי די בחורים כאפן און עס איז נישט דא גענוג, האט ער זיך אנגערופן "בחורים, איך בין געווען אין בעקעריי ווען מען האט דאס געבאקן, דארט הא געארבעט א שווארצער ערל אן קיין העמעד, עס האט זיך פון אים געגאסן שווייס, און ער האט געגעבן א כאפ דעם ריזיגן שטיק רויע טייג, א ווארף געטון אויף זיין שמוציגן שווייסיגן אקסל, און אריבערגעטראגן צום טישל וואו מען פארעמט אויס די קעיק, אה, די שווייס האט זיך געגאסן א מחיה".

פון יענע מינוט איז שוין געווען איבער גענוג קעיק....
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4185
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 7345

Re: איך האב נישט געטראפען די ריכטיגע קעפל פאר מיין פראגע

פאוסט דורך וואוילער »

די חברה זאגן אז זינט קאוויד האבן די רעסטוראנט עסן אן אנדערן טעם, צוליב דעם וואס די ארבעטער וואשן זיך די הענט...
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5694
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20347

Re: איך האב נישט געטראפען די ריכטיגע קעפל פאר מיין פראגע

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 11:39 am די חברה זאגן אז זינט קאוויד האבן די רעסטוראנט עסן אן אנדערן טעם, צוליב דעם וואס די ארבעטער וואשן זיך די הענט...
א טעם פון דיסאינפעקטינג שעמפא...
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2300
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 3006

Re: איך האב נישט געטראפען די ריכטיגע קעפל פאר מיין פראגע

פאוסט דורך שבת קודש »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 5:40 pm איך גיי אמאל צו א קידוש, און מיין חבר זעהט ווי איך זוך א טאץ קעיק, ווייזט ער מיר אז דא פארענט פון מיר איז דא. זאג איך אים אז איך זוך דוקא א פארמאכטע טאץ. פרעגט ער מיר וואס איז פשט דערפון, דו קענסט נישט נעמען פון די אפענע טאץ? זאג איך אים קוק ארום און זע ווי אזוי דער עולם עסט... איך ווייס נישט ווער עס האט עס אנגערירט פארדעם, און אויב יענער האט נישט פונקט געלעקט זיין פינגער פארן אנרירען די שטיקעל וואס איך גיי יעצט נעמען... פרעגט מיר יענער, א רגע, דו מיינסט אז אין די בעיקערי בשעת'ן באקן לעקן די גוים נישט די פינגערס? ווייסטו דען וואס טוט זיך דארט אונטער פארמאכטע טירן? ווייסטו דען וועלכע אומריינער גוי דרייעט דארט די ראגעלעך?
חסידים האבן נישט קיין גרויסע פראבלעם מיט אזאלכע זאכן מען עסט שיירים פיש וואס איז שוין אריבער צוואנציג הענט..
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 499
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 1058

Re: איך האב נישט געטראפען די ריכטיגע קעפל פאר מיין פראגע

פאוסט דורך לאקאלער רב »

וויזוי זאגט יענער?? דו פרעגסט צו דאס איז א ריינע גלעזל? איך האב געזעהן פריער איינעם טרינקען דערפון, איך גלייב נישט ער האט געטרינקען פון אן אומריינעם גלאז...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3743
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12710

Re: איך האב נישט געטראפען די ריכטיגע קעפל פאר מיין פראגע

פאוסט דורך פופציגער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 9:05 am @נקודות טובות דו ביסט צוקער זיס. דערמאנסטו מיך ווען איך האב געלערנט אין די צעירים יארן אין קרית יואל ביי הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א, דער מענעדזשער איז געווען הר"ר דוד לייב גרינפעלד, וואס איז געווען באקאנט אלס אן איש חסד. ער פלעגט אלעמאל ברענגען אין ישיבה שיריים פון אלע פארטיס וכדו'. איינמאל האט ער געזען ווי די בחורים כאפן און עס איז נישט דא גענוג, האט ער זיך אנגערופן "בחורים, איך בין געווען אין בעקעריי ווען מען האט דאס געבאקן, דארט הא געארבעט א שווארצער ערל אן קיין העמעד, עס האט זיך פון אים געגאסן שווייס, און ער האט געגעבן א כאפ דעם ריזיגן שטיק רויע טייג, א ווארף געטון אויף זיין שמוציגן שווייסיגן אקסל, און אריבערגעטראגן צום טישל וואו מען פארעמט אויס די קעיק, אה, די שווייס האט זיך געגאסן א מחיה".

פון יענע מינוט איז שוין געווען איבער גענוג קעיק....
בררר......
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3743
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12710

Re: איך האב נישט געטראפען די ריכטיגע קעפל פאר מיין פראגע

פאוסט דורך פופציגער »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:08 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 5:40 pm איך גיי אמאל צו א קידוש, און מיין חבר זעהט ווי איך זוך א טאץ קעיק, ווייזט ער מיר אז דא פארענט פון מיר איז דא. זאג איך אים אז איך זוך דוקא א פארמאכטע טאץ. פרעגט ער מיר וואס איז פשט דערפון, דו קענסט נישט נעמען פון די אפענע טאץ? זאג איך אים קוק ארום און זע ווי אזוי דער עולם עסט... איך ווייס נישט ווער עס האט עס אנגערירט פארדעם, און אויב יענער האט נישט פונקט געלעקט זיין פינגער פארן אנרירען די שטיקעל וואס איך גיי יעצט נעמען... פרעגט מיר יענער, א רגע, דו מיינסט אז אין די בעיקערי בשעת'ן באקן לעקן די גוים נישט די פינגערס? ווייסטו דען וואס טוט זיך דארט אונטער פארמאכטע טירן? ווייסטו דען וועלכע אומריינער גוי דרייעט דארט די ראגעלעך?
חסידים האבן נישט קיין גרויסע פראבלעם מיט אזאלכע זאכן מען עסט שיירים פיש וואס איז שוין אריבער צוואנציג הענט..
א מין סטעיטמענט... איך בין א חסיד און איך האב יא א פראבלעם...

איי, איך עס דאך שריים פון מיין רבי... טאקע, כהאב עס געדארפט סעטן אזוי אין מיין מח אז ביים רבי'ן עסט מען יא, און טאקע נאסע פיש וואס גייט פון האנט צו האנט וועל איך נישט עסן מער ווי א פיצי ברעקל.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3780
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4710

Re: איך האב נישט געטראפען די ריכטיגע קעפל פאר מיין פראגע

פאוסט דורך אנדערער »

לאקאלער רב האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 1:09 pm וויזוי זאגט יענער?? דו פרעגסט צו דאס איז א ריינע גלעזל? איך האב געזעהן פריער איינעם טרינקען דערפון, איך גלייב נישט ער האט געטרינקען פון אן אומריינעם גלאז...
דאס זאגט מען נאך פון ר' יענקעלע פון פשעווארסק
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2307
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7718

Re: איך האב נישט געטראפען די ריכטיגע קעפל פאר מיין פראגע

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 11:39 am די חברה זאגן אז זינט קאוויד האבן די רעסטוראנט עסן אן אנדערן טעם, צוליב דעם וואס די ארבעטער וואשן זיך די הענט...
יא יא, איך זוך נאך דער וואס ווען ער האט געדארפט מאכן א האפטשא, האט ער עס געטוהן מיט די מאסקע אויפן געזיכט... די האפטשו פלעיווער איז אלעמאל געווען און וועט אלעמאל זיין. דער עולם רעדט זיך נאך איין אז די ציפ אין די געקויפטע מזונות איז צוליב וואס עס האט אסאך פרעסערוועטיוו'ס...

אוי קומט מיר צו לאכן ווען איך דערמאן מיך פון די מאסקעס. ווען איך האב מיך געדרייעט צווישען גוים האב איך אויך געטראגען א מאסק, און ווען איינער האט גערעדט צו מיר האט זיך אטאמאטיש אראפגעריקט דעם מאסק פונעם מויל. גיי פארשטיי פארוואס דאס אראפרוקען האט מיר געהאלפען הערן בעסער... :lol: :lol: :lol:
פיגער עס אויס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4185
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 7345

Re: איך האב נישט געטראפען די ריכטיגע קעפל פאר מיין פראגע

פאוסט דורך וואוילער »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 4:45 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 11:39 am די חברה זאגן אז זינט קאוויד האבן די רעסטוראנט עסן אן אנדערן טעם, צוליב דעם וואס די ארבעטער וואשן זיך די הענט...
יא יא, איך זוך נאך דער וואס ווען ער האט געדארפט מאכן א האפטשא, האט ער עס געטוהן מיט די מאסקע אויפן געזיכט... די האפטשו פלעיווער איז אלעמאל געווען און וועט אלעמאל זיין. דער עולם רעדט זיך נאך איין אז די ציפ אין די געקויפטע מזונות איז צוליב וואס עס האט אסאך פרעסערוועטיוו'ס...

אוי קומט מיר צו לאכן ווען איך דערמאן מיך פון די מאסקעס. ווען איך האב מיך געדרייעט צווישען גוים האב איך אויך געטראגען א מאסק, און ווען איינער האט גערעדט צו מיר האט זיך אטאמאטיש אראפגעריקט דעם מאסק פונעם מויל. גיי פארשטיי פארוואס דאס אראפרוקען האט מיר געהאלפען הערן בעסער... :lol: :lol: :lol:
ס'האט געארבעט אזוי,
מ'מאכט א האפטשו אריין אינען אויבערשטן טייל פון די ערמל, כדי צו פארמיידן באצילן נעבן די הענט.
נאכדעם אנשטאט צו געבן די הענט פאר א חבר, וואס קען אריבערטראגן די ויירוס חלילה, גיבט מען א שאקל די ארעם...
שרייב פאוסט